מיין נסיעה אין ירושלים (יעצט) - איידיעס פארצושלאגן
איך געפין זיך יעצט אויף עטליכע טעג אין ירושלים, נאכן וויילן דאהי פאר א משפחה שמחה.
מיר זענען אנגעקומען מיטוואך ביינאכט, געדאוונט מנחה - יום-כיפור קטן - אין ישועות יעקב שטיבלעך אין שוק. ס'איז דא א ווייבער שוהל וואו צענדליגע פרויען, תמימות'דיגע ירושלימע'ער יודענעס קומען און וויינען דארט. די ווייבער שוהל איז אפן א גאנצע וואך און מען קען דארט דאווענען. מעריב אין זכרון משה, געלערנט אין חסדי דוד און געגאנגען שלאפן.
וותיקין דאנערשטאג ראש-חודש ביים כותל. דערנאך געגאנגען זען די מנינים וואו מען דאוונט לאנג, שומרי אמונים, תולדות אהרן, ברסלב, סלונים (געכאפט א שמועס מיט ר' ישראל ברזובסקי בן האדמו"ר מסלונים), הלל אין תולדות אברהם יצחק - ס'איז דא וואס צו זען דארט, און אהיימגעקומען.
מנחה מעריב אין ישועות יעקב. ליל שישי ביי ר' מיילעך בידערמאן אין זוועהיל.
וואס ווייטער?
וואס טוט מען שבת?
רבותי, גיבט איידיעס.

דרוקט דא
זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך
.