אפעראציע אווערלארד

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
טפסר
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 7:19 am

אפעראציע אווערלארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טפסר »

מיט רשות פון די חשובע מנהלים און באזוכער דא אויף אידישע וועלט, וויל איך בעזהשי"ת אנהייבן, שרייבן אן ארטיקל איבער א מיליטערישע אפעראציע וועלכע האט זיך אפגעשפילט אין דער צייט פון דער צווייטע וועלט מלחמה און האט געהאט גאר א שטארקע, באדייטפולע ווירקונג אויפן אויסגאנג פונעם קריג.

נ. ב. אזוי ווי איך בין ניי דא, וויל איך בעטן אז מען זאל זיך נישט פארמיידן פון לאזן הערן מיינונגען און הערות אויף די באשרייבונגען.
א דאנק, טפסר.

דער באשרייבונג וועט זיין אויסגעצויגן איבער א סעריע פון פינף ארטיקלען און וועט פארעפענטליכט ווערן איינציגווייז.



אריינפיר:

דער נארמאנדי אינוואזיע איז געווען דער גרעסטע ים אינוואזיע אין דער מענטשליכע געשיכטע, ווי עס האבן זיך באטייליגט דערין אומגעפער הונדערט זעקס און פופציג טויזנט סאלדאטן פון דריי גרויסע לענדער. אמעריקע, ענגלאנד און קאנאדע. ווי זיי האבן און איין טאג, אינעם זעקסטן פון יוני 1944, אינוואדירט אריין אינעם ים ברעג אין נארמאנדי, פאר איין ציל, נעמליך, צוריק צו שטויסן דעם פארשאלטענעם, טייוולאנישן, נאצישן רעזשים און איר ענדגילטיג פארניכטן אויף אייביג. לאמיר זיך עטוואס באקענען מיט דעם גרויסארטיגן אפעראציע וועלכע האט געעפענט א נייע פראנט קעגן דעם נאצישן מיליטער און האט איבער געדרייט דער ראד פונעם קריג ביזן ענדגילטיגן זיג.


זעקסטן יוני 1944, ט"ו סיון תש"ד

עס איז דינסטאג פארטאגס ביים ברעג ים אין נארמאנדי, (א געגענט אין צפון פראנקרייך וועלכע גרענצט זיך מיט דעם ענגלישן קאנאל). דער ים שטורעמט, הויכע כוואליעס לאזן זיך ארויף, דיקע וואלקענעס באדעקן דעם הימל און רעגנס לאזן זיך אראפ פון צייט צו צייט. די סצענע איז שרעקליך און טראגיש. עס הערן זיך יאמערליכע געשרייען און הילכיגע באמבערדירונגען.

טויזענטע לאנדונגס שיפעלעך, ווי ווייט דער אויג קען נאר זען, דענרנענטערן זיך צום ברעג און עפענען זיך אויף פון ווי עס קומען ארויס ציטערדיגע סאלדאטן מיט בלאסע געזיכטע. ארומקוקענדיג מיט שרעק שטעלן זיי טריט גראד אריין און פליענדיגע קוילן וועלכע קומען צו פליען פון אויבן אויף די ברעג. די קאמאנדירן וועלכע מאכן די וועג אויפן טריקעניש שרייען צו די סאלדאטן אריין צו קומען אין די ברעג. די סצענע איז שרעקליך אבער די סאלדאטן פראבירן צו נעמען קוראזש און לויפן אריין אין די פילענדע קוילן און ארויף אויף די מינעס אויפן ערד ווען עס פאלן סאלדאטן פון אלע ריכטונגען.

נאך עטליכע, לאנגע, שרעק-אנווארפנדע מאמענטן, האבן עטליכע הארעישע סאלדאטן באוויזן אדורך צו ברעכן א צוים און לויפן ארויף מיט שאלנוג צו די בונקערס פון ווי די דייטשע סאלדאטן קעמפן מיט נאצישע שטייפקייט. א יונגע סאלדאט לויפט צו מיט א האנט גראנאט אין האנט, ער געבט א צי די שטריק און ווארפט אריין די גראנאט דורך א שפאלט אריין אינעם בונקער, בליץ שנעל דרייט ער זיך אוועק ווען ער הערט שוין דער מעכטיגע אויפרייס וואס פאלגט נאך מיט רויך וועלכע ציט זיך ארויף דורך די לעכער פונעם בונקער. די סאלדאטן האבן נישט קיין צייט צו פייערן זייער זיג, זיי לויפן בליץ שנעל אריין צום עפענונג פונעם בונקער מיט אויסגעשטרעקטע ביקסן ווען עס קומען זיי אנטקעגן פארויכערטער דייטשע סאלדאטן מיט די הענט אין די הייך רעדענדיג שנעל און אומקלאר. די סאלדאטן קימערן זיך נישט אפילו, זיי ציען די צינגל פונעם ביקס אין איילעניש לויפענדיג ווייטער.

אין די דייטשע הויפטקווארטירן הערשט כאאס. עס איז אנגעצויגן און אומגעדולדיג. עס קומען אריין יעדער פאהר מינוט קורצע און אומקלאהרע באריכטן איבער אן אנגריף אין נארמאנדי אבער עס איז שווער צו דערגיין פונקטליך וואס עס שפילט זיך אפ ביים ברעג און ווי אזוי מען דארף רעאגירן. די גענעראלן פארבונדן זיך איינער מיטן צווייטן, יעדער איינער פראבירנדיג צו דערשנאפן וואס דער סיטואציע איז, אבער אן ערפאלג. די פארבינדונג צום פראנט איז שווער און פארהאנקעט זיך און די גענעראלן מיטשענען זיך צו באשטומען וואס צו טוהן. עס איז אנגעצויגן, טענסיוו און נערוועז און... דער פיהרער שלאפט...

פארזעצונג קומט בעזהשי"ת
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13690
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: אפעראציע אווערלארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

שכח. איך האב שוין לאנג געווארט איינער זאל באשרייבן דעם אינוואזיע.

ווערט עס נישט גערופן "די דעי"
אוועטאר
טפסר
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 7:19 am

Re: אפעראציע אווערלארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טפסר »

יא. באקאנט מיט עטליכע נעמען:
D-Day
Overlord
Normandy Invasion
דער אמת איז אז D טאג מיינט ס"ה צו זאגן 'דער' טאג אזוי ווי מען זאל זאגן אין אידיש ט' טאג.
דער זעלבע איז אויך דא: H Hour.
אוועטאר
טפסר
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 7:19 am

Re: אפעראציע אווערלארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טפסר »

פארזעצונג:

פונף יאר פריער

דער טאג, י"ז אלול תרצ"ט דער ערשטע אין סעפטעמבער 1939 וועלכע איז געפאלן פרייטאג פרשת כי תבא, האט זיך אפציעל אנגעפאנגען דער צווייטע וועלט מלחמה. די דייטשן האבן אינוואדירט ( - אריין מאשירט אין) פוילן. שבת פרשת כי תבא, ליינענדיג די תוכחה אין אלע אידישע שוהלן, האבן זיך געהערט באמבעדירונגען און אויפרייסן. א שרעק האט אלעמען ארום גענומען, קריג האט זיך געשפירט אין די לופטן.

נאך צוויי טעג האבן ענגלאנד אינאיינעם מיט פראנקרייך דערקלערט קריג אויף דייטשלאנד אבער אין פאקט האבן זיי ווייניג געטון און נאך צען טעג האבן די דייטשן באזיגט דער פוילישע מיליטער. די לעצטע פוילישע סאלדאטן האבן זיך אונטער געגעבן נאך פיר וואכן.

אין דעם 9'טן אפריל 1940 האט דייטשלאנד אינוואדירט דענמארק און נארוועגיע. דער 10'טע מאי מיט א בליץ אריין געדרינגען קיין האלאנד, בעלגיע, לוקסאמבורג און פון דארטן קיין פראנקרייך. אין דעם זעלבן טאג איז ווינסטאן טשירטשיל געוארן פריי-מיניסער אין בריטאניע. א טאג שפעטער האט זיך לוקסאמבורג אונטער געגעבן, דער 17'טע האט זיך האלאנד אונטער געגעבען און דער 28'טע האט זיך בעלגיע אונטער געבען. א חודש און א האלב שפעטער, אין דעם 24טן אין יוני, האט דער שטארקע פראנקרייך זיך אונטער געגעבן.

דער דייטשע מיליטער האט פארגעזעצט מיט די בלוטיגע, גרויזאמע אינוואזיעס און האט געזיגט איין לאנד נאכן צווייטן. אינעם 10'טן אין יולי האט דייטשאלנד אנגעפאנגען מיט א מערכה צו אייננעמען דעם בריטישן אינזל אבער דא האבן זיי זיך אנגעשטויסן אין א הארט-נאקיגן פאלק. טשערטשיל, דער דעמאלטסדיגע פריי-מיניסטאר, האט געגעבן פייערדיגע רעדערס, אריין בלאזנדיג אינעם פאלק מוט און קוראזש זיך נישט צו לאזן פון די באמבעדירונגען. בריטאניע איז דאס ערשטע לאנד נישט צו פאלן אונטער די דייטשע לאפעס.

דער צוויי אין צוואנציגסטן אין יוני 1941, א יאהר און א האלב נאכן אנפאנג קריג, האט דער דייטשע מיליטער אריין מאשירט קיין רוסלאנד מיט א מעכטיגן כח און מיטן גאנצן קראפט, אין אן אקציע וועלכע האט באקומען דער נאמען אפעראציע בארבארוסע. די מיליטער האט זיך פאראויס גערוקט מיט א בליציגע שנעלקייט.

עס איז געווען פון דער צייט און ווייטער, וואס די דייטשן האבן זענען ארויס און א פולע אפעראציע צו פארניכטן די אידן ר"ל מיט אן אפעראציע טרויעריג באקאנט אלס אפעראציע ריינהארד.
אין דעצעמבער יענער יאר איז אמריקע ענדליך אפיציעל אריין אינעם קריג נאך דער אטאקע דורך די יאפאנעזער אויף פארל הארבער.

אין די ערשטע פאזע פונעם קריג האבן די דייטשן געזיגט און איינגענומען איין לאנד נאכן אנדערן, עס האט שוין אויסגעזען אז אט אט קומען זיי אן קיין מאסקווע דער הויפט שטאט פון רוסלאנד און דאן וועט רוסלאנד פאלן, אבער דער רויטע ארמיי (דער אפציעלע נאמען פון די רוסישע ארמיי יענער צייט) האט געקעמפט מיט א שטייפקייט און העלדיש צוריק געהאלטן דער דייטש ביזן ווינטער. דאן אין די רוסישע ווינטער איז נישט מעגליך געווען צו פאראויס גיין אזוי שנעל און די דייטשן זענען געבליבן שטעקן אין די פראסטן ביז פרילינג צייט.

דערווייל האט סטאלין זיך גוט ארגעניזירט און געשיקט צו די פראנט גוט-געקליידעטע סאלדאטן און באוויזן צו ארדענען א גוטע קעגן-זייט. דער קאמפף האט אנגעהאלטן אין עטליכע פראנטן, ביז ענדליך ווען אין פאברואר אין יאר 43, האט דער רויטע ארמיי גענומען אין געפענגעניש אויף איין מאל, איין און ניינציג טויזנט דייטשע סאלדאטן און זיי פארשיקט קיין סיביר (נאכן קריג האבן ווייניגע ווי 6,000 זיך צוריק אהיים געקערט).

פארזעצונג קומט בעזהשי"ת
סאטמאר בוטשער

Re: אפעראציע אווערלארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמאר בוטשער »

wow wow wow!!!!

no words!!! next level!!
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע:אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: אפעראציע אווערלארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

סאטמאר בוטשער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 9:51 pm
wow wow wow!!!!

no words!!! next level!!
אוועטאר
טפסר
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 7:19 am

Re: אפעראציע אווערלארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טפסר »

פארזעצונג: חלק ג'

די אנגייענדע שלאכטן אויף מזרח אייראפע קעגן די רוסישע, האבן געקאסט זייער אסאך מענטשליכע לעבנס, געצייג און געלט פאר ביידע זייטן, אבער מער ווי די רוסן, האבן עס די דייטשן געשפירט. די רוסן האבן געהאט א פיל גרעסערע מיליטער פון וואס די דייטשן האבן זיך גערעכענט און די סאלדאטן זענען געקומען ביסליכווייז און נישט אויף איין מאל.

די דייטשן האבן אויך זיך פאררעכענט מיט דעם וואס זיי האבן געמיינט אז דער מערב וועלט, בעיקר ענגלאנד און אמעריקע קוקן אן דער קאמאניסטישע סאוויעטן פארבאנד פאר גרעסערע פיינט ווי זיי, די נאציס, אבער ווי עס האט זיך אויסגעשטעלט האבן זיי ביטערליך געגרייזט און די בריטישע האבן געטוהן אלעס צו דערשלאגן די דייטש ארייננעמענדיג שלום מאכן מיט זייערע פארפיינטע סטאלין.

טשערטשיל האט זיך עטליכע מאל געטראפן מיט סטאלין. אין אנהייב האט זיך עס נישט אויס אויסגעשטעלט צו זיין אזא פאליטישע סוקסעס אבער ענדגילטיג האבן זיי זיך פארגליכענט און צוזאמען פארמירט א שטארקע אליאנס אין ווי די בריטישע האבן פארזארגט פאר די סאוויעטן געווער און מלחמה געצייג ווי עראפלאנען א א וו. און דערמיט האבן זיי זיך געשלאגן קעגן די דייטשן אויפן מזרח פראנט.

סטאלין האט געהאלטן אין איין פאדערן אז די מערב לענדער זאלן עפענען א נייע מערב פראנט אין אייראפע און אזוי ארום אויפלעזן עטוואס די געוויכט אויפן מזרח פראנט, און די בריטישע האבן איהם פארשפראכן דאס צו ערלעדיגן אום שנעלסטן.

אין פאקט אבער האט טשערטשיל נישט אזוי שנעל געוואלט עפענען א פראנט פון מערב אייראפע, ער האט געהאלטן אז אריבער שוקן גענוג א שטארקע קראפט דורך די ענגלישע קאנאל איז עפעס וואס איז זייער זייער שווער און קאסטבאר און האט ענדישע געהאלטן אז די שוואכקייט פון די דייטשע קראפט ליגט און דרום אייראפע, אינטן פון איטאליע, ער האט געהאלטן אז מען דארף אינוואדירן איטאליע און פון דארטן אריינדרינגען קיין אייראפע.

ווי לענגער די מלחמה האט זיך געצויגן און נאכדעם וואס עס זענען ארויסגעקומען די שמועות איבער די דייטשע רציחות אין די אקופירטע געגענטער, איז געווארן קלאר פאר די אליאירטע - דאס מיינט די לענדער וועלכע זענען געווען פאראייניגט קעגן דייטשלאנד, אז מען מוז דעם דייטש אינגאנצן אונטערברענגן און נישט נאר צוריק נעמען די שטחים וועלכע זי האט אומריכטיג אקופירט, פארדעם האבן זיי געזיכט א וועג ווי אזוי אריינצוקומען קיין אייראפע.

דעיוויד דווייט אייזנהאואר איז געווען אן אמעריקאנע סאלדאט וועלכע איז געשטעלט געווארן דורך פרעזידענט רוזעוואלט אלס דער הויפט קאמאנדיר פון די אליאירטע לענדער אין אייראפע. אייזנהאואר האט שוין געהאט גוטע ערפארונג אין מילטער און ער האט געצויגן זייער גוטע באציאונגען מיט פריימיניסטאר טשערטשעל, ער האט איבערגענומען די פירערשאפט פון די אנגלא-אמעריקאנע מיליטער דאס איז געווען די פאראייניגטע מיליטער פון די ענגלישע און די אמעריקאנע.

די סאוויעטן פון די אנדערע זייט האבן געווארט אויפן צוזאג פון די בריטישע און האבן אנגעהויבן צו פארלירן געדולד מיט יעדער פארבייגייענדע טאג. זיי האבן זיך געספארעוועט מיט די דייטשן אויף די מזרח פראנט און האבן טעגליך פארלוירן פיל סאלדאטן און האבן שטארק ארויסגעווארט פאר א פרישע פראנט זיך צו עפענען אויף די אנדערע זייט.

די בריטישע צוזאמען מיט די אמעריקאנע זענען נישט געבליבן מיט פארלייגטע הענט און האבן טאקע אנגעהויבן זייערע אטאקעס אין איטאליע אבער דאך זענען זיי נישט געווען גענוג שטארק צו צעשאקעלען די דייטשע מאכט אז זיי זאלן מוזן אפשוואכן די פראנט קעגן די רוסן. און דאן האבן זיך די דריי וועלט'ס גרויסמאכטן זיך צוזאמען געטראפן אין א היסטארישע צוזאמטרעף אין איראן ווי זיי האבן דיסקוסירט די מלחמה, איבער איר נאכווייען און איבער די צוטיילונג פון די טעריטאריעס נאכדעם וואס די קריג וועט זיין פאריבער.

די פירער פון די דריי גרעסטער אליאירטע לענדער; אמעריקע, רוסלאנד, און ענגלאנד האבן זיך געטראפן אין טעהעראן אינעם 28 אין נאוועמבער יאר 43 און האבן דארט געוויילט ביז אנפאנג דעצעמבער יענער יאר. זיי האבן דיסקוסירט עטליכע טעמעס אין זענען געקומען צו פארשידענע סארטן פארהאנדלונגען. צווישן אנדערע האבן זיי דארטן אויפגעשטעלט די פונדעמענטן פון דער יו ען. און דארט איז ענדגילטיג באשלאסן געווארן אין געהיימניס אז די בריטישע מיט די אמעריקאנע וועלן געמיינזאם עפענען א פרישע פראנט אויף מערב אייראפע.

פארזעצונג קומט בעזהשי"ת
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: אפעראציע אווערלארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

זייער שיין, א גרויסן יישר כח!

צוויי קלייניקייטן, די סיבות פארוואס טשורטשיל האט זיך נישט געיאגט צו עפענען א צווייטע פראנט אין אייראפע, חוץ די פאקט אז א פראנט איז נישט קיין ביליגע מעשה בדמים (תרתי משמע), האט דער פאליטיקאנט טשערטשול,

1, געקענט באשטיין די רוסן זאלן גענוג אפווייכן די דייטשן אזוי אז ווען ער עפנט שוין עווענטועל יא א צווייטע יוראפעאישע פראנט זאלן די נאציס שוין נישט קענען שטעלן קיין צו אפעקטיוון ווידערשטאנד, אן אפשאצונג וואס האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין גאר ריכטיג, די שאצונג איז געווען איינע פון די סיבות פארוואס די אמעריקאנער האבן טאקע נישט פארלוירן אזוי פיל סאלדאטן אין נארמאנדי וויפיל אייזענהאוער האט זיך לכתחילה גערישט, (בנוסף צום פאקט אז די דייטשע אבווער האט געטויגט אויף טויטע באנקעס).

2, ווייל עס אים נאך געליגן אין די ביינער די נס אין דאנקורק מיט עטלעכע יאר פריער אין 1940 וואס איז נישט ווייט פון דארטן, ווי די דייטשן האבן ארום גערינגלט 400,000+ בריטישע און פראנצויזישע סאלדאטן, אין די בריטישע האבן אין א גאר קורצע צייט געראטעוועט ארום 350,000 סאלדאטן מיט שיפן, האט טשורטשיל געזוכט צו פארמיידן דא א איבער שפיל.

עניוועי, שכויעך.

בדw כ'מיין מ'שרייבט עס פורל הארבאר.
לעצט פארראכטן דורך באטל וואסער אום מאנטאג אפריל 03, 2023 4:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
טפסר
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 7:19 am

Re: אפעראציע אווערלארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טפסר »

ש'כח @באטל וואסער פאר דיינע קאמענטארן.
איך עפרישיעט עס זייער שטארק.
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2708
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: אפעראציע אווערלארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

Maps please
תשפה גייט מען אין קאנטרי
סוף וואך פ' קרח, ר"ח תמוז - JUN 2
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1320
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: אפעראציע אווערלארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

זייער שיין באשריבן!
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: אפעראציע אווערלארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

גענוג קלאר?
אטעטשמענטס
Screenshot_20230403-142701_Maps.jpg
Screenshot_20230403-142701_Maps.jpg (340.07 KiB) געזען 5217 מאל
אוועטאר
טפסר
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 7:19 am

Re: אפעראציע אווערלארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טפסר »

אפעראציע אווערלארד. פארזעצונג:

חלק ד'

די געהיימע, געפלאנטע, אינוואזיע האט באקומען א קאוד נאמען: "אפעראציע אווערלארד" אין אונטער דעם קאוד נאמען האבן זיך אנגעהויבן צו פארמירן די פארברייטונגען צו דער מעכטיגע אינוואזיע אויף צפון פראנקרייך.

אין א פראוו צו צעמישן דעם שטן האבן די בריטישע אויפגעבויעט א רוזיגע, גענצליך-פאלטשע, ארמיי, מיט טאנקען און ארטילעריע, אלעס קונצליך נאכגעמאכט און זיי באזירט אויף די האפן פון דאווער וועלכע איז די שמאלסטע ארט צווישן דער בריטישע אינזל און דעם אייראפעאישן קאנטינענט. זיי האבן אפילו געשטעלט גענעראל פאטען, דער העלדישע אמעריקאנע גענעראל, צו שטיין אין שפיץ פון דעם מעכטיגן ארמיי, אלעס אינדערצייט וואס דאס ארט פאר דער ווירקליכע אינוואזיע איז באשטומט געווארן צו זיין אין נארמאנדי. דאס האט ווירקליך באוויזן צו צעמישן די דייטשן וועלכע זענען געווען אייניג מיטן מיינונג אז דער געפלאנטע אינוואזיע וועט פארקומען אין קאלעי וועלכע געפונט זיך קעגן דאווער און זיי האבן דארטן געהאלטן אן אויג דורכאויס די העפטיגע באפארברייטונגען צום אינוואזיע.

די אינוואזיע האט געפאדערט נייע סארטן לאנדונגס שיפלעך און וואסער טאנקען וועלכע זענען ספעציעל פארמירט געווארן פאר דעם צוועק צו קענען לאנדען און זיך באוועגן נעבן ברעג צוליב דעם וואס עס האט געדארפט אויסגעפירט ווערן ביי די ברעגעס פון נארמאנדי. די פלאן איז געווען צו פירן די מיליטער דורך די ענגלישע קאנאל פון די האפן אין ענגלאנד ביז צו די ברעגעס פון נארמאנדי. די געגענט אין נאמאנדי איז איבערהויפט נישט געווען געאייגענט פאר שיפן צו אנקערן און עס האט זיך נישט געפונען דארט קיין האפן (פארט) אין דעריבער האבן טאקע די אליאירטע באשלאסן פון דארט אריינצודרינגען צוליב דעם וואס די דייטשן וועלן נישט זיין גערישט פאר אן אינוואזיע פון דארט, אנדערש ווי אין קאלעי וואס איז געווען א פאסיגע ארט צו אינאדירן צוליב איר גרויסע פארטן.

אין בעפארברייטונג צו די אינוואזיע איז די מיליטער גוט טרעינירט געווארן פאר עטליכע מאנאטן און אין די טעג בעפאר די אינוואזיע איז שוין אלעס געווען גרייט. פונקט דאן האבן זיך שווערע וועטערס און ווינטן אראפגעלאזט איבער דעם קאנאל. די וועטער איז געווארן זייער רעגענדיג און דאס האט געצווינגען די גענעראלן צו אפשטופן די אקציע צוליב דעם וואס אין שווערע וועטערס און נאענט צו אוממעגליך צו אטאקירן און איבערהויפט פון די לופט דורך קריגס עראפלאנען וועלכע האבן געדארפט שפילן א גרויסע ראלע אין דעם טאג פון די אינוואזיע.
מיט יעדער פארבייגייענדע טאג איז די מצב אין די הויפטקווארטירן געווארן מער געשפאנט. די אפיציערן האבן כסדר מיטגעהאלטן די וועטער איבער דער קאנאל צו זען טאמער עס קלארט זיך אויס אבער די הימלען העכער דער קאנאל זענען געווען שווער פארוואלקענט און עס האבן געבוזשעוועט שווערע ווינטן.

דער פונפטע אין יוני איז אנגעקומען א דרונגענדע בריוו, געשוקט געווארן פון די מיליטערישע מעטאראלאגיסט, אין וועלכע ער באריכטעט אז נאך עטליכע שעה וועט זיין א פענסטערל פון קלאהרע וועטער העכער דעם קאנאל פאר א שטוק צייט. אייזענהאואר האט זויפארט צונויף גערופן זיינע אפיצירן און זיי איבער געגעבן דעם באריכט. א געפעכט האט אויסגעבראכן צווישן זיי וואס מען זאל טוהן, מאנכע האבן געטענ'עט אז עס איז צו ריזיקאליש און אנדערע האבן געזאגט אז מען מוז אויסנוצן דעם געלעגענהייט. ענדגילטיג איז די באשלוס איבערגעגעבן געווארן צו דווייט.
נאכן עס דורכשמועסן מיט זיינע גענעראלן האט ער געזאגט זיין אנבאט: "לאז ארויס אין גאנג".

ווי נאר דער באפעל איז ארויס האבן זיך די אלארמען אין די מיליטערישע לאגערן צעפיפן, די באזעס האבן מיטאמאל געפיבערט מיט לעצט-מינוטיגע צוגרייטונגען צו דער אזוי ערווארטעטע אינוואזיע און די סאלדאטן האבן גענומען זייערע פאזיציעס און זיך געגרייט פארן קריג.

דווייט האט אדרעסירט די סאלדאטן מיט א רעדע וועלכע איז שפעטער ברייט באקאנט געווארן, צווישן אנדערע האט ער געזאגט "מיר גרייטן זיך דערמיט, צו שטייגן אויפן גרויסארטיגן קרייץ ציג. (דערמיט האט ער זיך בעצויגן צו די קריסטליכע נאמען פאר א קריג צו באפרייען) די אויגן פון די וועלט איז געוואנדן צו אייך. זאל גאט זיין מיט אייך אין דעם גרויסארטיגן און נאבעלע אונטערנעמונג".

אייזענהאואר האט אויך אפגעשטאט א בליץ באזוך אין איינער פון די לופט-קראפט באזעס, גערופען עיר פארס 101 וועלכע האט זיך געגרייט צו אטאקירן די פיינט פון די לופט און ער האט אין זיי אריין געבלאזן א גייסט פון קוראזש און האפענונג.

אינמיטן די נאכט זענען געשיקט געווארן עטליכע גרופעס סאלדאטן פון די עיר פארס דורך פאראשוטן, אויף דער ערד אין נארמאנדי אויף עטליכע סטראטעגישע ערטער ווי די לאנדונג דעם מארגענדיגע פארטאגס דארף פארקומען, אזוי אויך זענען ארויס געפלויגן מיליטערישע באמבאדיר עראפלאנען און האבן באמבארדירט פון די לופט, די דייטשע מיליטערישע באזעס נאענט צו די ברעגעס און נארמאנדי.

פארזעצונג קומט בעזהשי"ת.
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: אפעראציע אווערלארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

א גרויסן ישר כח, שרייבענדיג א היסטארישע ארטיקל קען איך מעיד זיין ווי שווער עס קומט אן, דער עולם וועט קיינמאל פארשטיין.
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: אפעראציע אווערלארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

טפסר האט געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2023 8:35 pm
אפעראציע אווערלארד. פארזעצונג:

חלק ד'

אין א פראוו צו צעמישן דעם שטן האבן די בריטישע אויפגעבויעט א רוזיגע, גענצליך-פאלטשע, ארמיי, מיט טאנקען און ארטילעריע, אלעס קונצליך נאכגעמאכט און זיי באזירט אויף די האפן פון דאווער וועלכע איז די שמאלסטע ארט צווישן דער בריטישע אינזל און דעם אייראפעאישן קאנטינענט. זיי האבן אפילו געשטעלט גענעראל פאטען, דער העלדישע אמעריקאנע גענעראל, צו שטיין אין שפיץ פון דעם מעכטיגן ארמיי, אלעס אינדערצייט וואס דאס ארט פאר דער ווירקליכע אינוואזיע איז באשטומט געווארן צו זיין אין נארמאנדי. דאס האט ווירקליך באוויזן צו צעמישן די דייטשן וועלכע זענען געווען אייניג מיטן מיינונג אז דער געפלאנטע אינוואזיע וועט פארקומען אין קאלעי וועלכע געפונט זיך קעגן דאווער און זיי האבן דארטן געהאלטן אן אויג דורכאויס די העפטיגע באפארברייטונגען צום אינוואזיע.

די אינוואזיע האט געפאדערט נייע סארטן לאנדונגס שיפלעך און וואסער טאנקען וועלכע זענען ספעציעל פארמירט געווארן פאר דעם צוועק צו קענען לאנדען און זיך באוועגן נעבן ברעג צוליב דעם וואס עס האט געדארפט אויסגעפירט ווערן ביי די ברעגעס פון נארמאנדי. די פלאן איז געווען צו פירן די מיליטער דורך די ענגלישע קאנאל פון די האפן אין ענגלאנד ביז צו די ברעגעס פון נארמאנדי. די געגענט אין נאמאנדי איז איבערהויפט נישט געווען געאייגענט פאר שיפן צו אנקערן און עס האט זיך נישט געפונען דארט קיין האפן (פארט) אין דעריבער האבן טאקע די אליאירטע באשלאסן פון דארט אריינצודרינגען צוליב דעם וואס די דייטשן וועלן נישט זיין גערישט פאר אן אינוואזיע פון דארט, אנדערש ווי אין קאלעי וואס איז געווען א פאסיגע ארט צו אינאדירן צוליב איר גרויסע פארטן.
זעהט איין תגובה צוריק פאר א מאפע פון די ענגלישע טשענעל, ווי קאלעיס* איז ווירקלעך די נענצטע ארט ציווישן פראנקרייך און ענגלאנד, און דאס איז די סיבה פארוואס די נאציס האבן געקלערט אז דארט גייט די אינוואזיע געשעהן, ממילא האבן זיי אהין געשלעפט זייער שטארקסטע קראפטן.

אויף אזוי ווייט אז היטלער האט געמיינט אפילו נאכדעם וואס די אמעריקאנער האבן געשטורעמט די ביטשעס אז די אינוואזיע איז בלויז א דיקאוי, און די ריכטיגע אינוואזיע וועט פארקומען אין קאליעס, און אזוי האבן די דייטשן פארלוירן קריטיש וויכטיגע שעות און נישט געשיקט קיין ריאינפארסמענט'ס.
אוועטאר
טפסר
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 7:19 am

Re: אפעראציע אווערלארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טפסר »

אפעראציע אווערלארד. פארזעצונג:

חלק ה'

די לאנדונגס קראפטן האבן זיך צעטיילט אויף פונף גרופעס, אינווואדירענדיג פונף באזונדערע ברעגעס אין נארמאנדי. די ערשטע פלייץ האט געלאנדעט ארום זעקס דרייסיג פארטאגס אויפן ברעג וועלכע איז פאררופען געווארן מיטן קאוד נאמען אמאהא ברעג. ווי נאר די קרעפטן האבן געלאנדעט אויף די ברעג זענען זיי ענטפאנגען געווארן מיט א פלייץ פון פליענדיגע קוילן וועלכע איז געקומען צו פליען אן אויפהער פון די דייטשע פאזיציעס העכערן ברעג פון וועלכע זיי האבן באוואכט די געגענט פיר און צוואנציג שעה רונדער דער זייגער. די סאלדאטן וועלכע האבן יא באוויזן צו לייגן א פוס אויף די פארבלאטעטע זאמד אויפן ברעג, האבן זיך געדארפט ספראווען מיט די שווערע מינעס וועלכע זענען געווען אויסגעלייגט לענגאויס דעם גאנצן ברעג. אן א שיעור סאלדאטן זענען געפאלן גלייך ביי די ערשטע פלייץ דארט אינעם ים ברעג.

אין אנדערע ברעגן איז דער מצב געווען עטוואס אנדערש. די דייטשע וואכפונקטן זענען שוין געווען אפגעשוואכט און די אינוואדירענדע קרעפטן האבן געקענט זיך פאראויסרוקן רעלאטיוו שנעל און אזוי האבן זיי באוויזן צו אקופירן די פאזיציעס וועלכע זענען געווען פארויסגעפלאנט צו פארכאפן.

ווי נאר די דייטשע הויפטן האבן זיך דערוויסט איבער די מאסיווע אינוואזיע, האט אנגעהויבן צו הערשן א צעמישעניש צווישן די גענעראלן וויאזוי צו רעאגירן צו די סיטואציע. ראָמעל דער הויפט פעלד-מארשאל איבער די אטלאנטישע מויער וועלכע רעכנט אריין אין זיך אויך די ברעגעס פון נארמאנדי, האט זיך פונקט דאן אויפגעהאלטן אין פאריז פאר דער געבורסטאג פון זיין ווייב און אזוי ארום איז נישט מעגליך געווען צו מאכן באשלוסן אן איהם. צווישן די גענעראלן זענען געווען אזעלעכע וואס האבן געהאלטן אז די גאנצע אינוואזיע איז א דיווערסיע און אין פאקט זאל מען ערווארטן די ריכטיגע אינוואזיע אין קאלעי.

היטלער האט זיך דאן אויפגעהאלטן אין זיין רעזערוו היים אין בעלארוס און וויבאלט ער האט זיך געפונען אויף אפרי האט מען איהם נישט געמעגט שטערן פאר קיין שום סיבה און אזוי ווי קיין שום באשלוס אין די נאצישע מיליטער איז נישט באשטעטיגט געווארן אן א דירעקטע שטימונג פון די פירער, האט מען געמוזט ווארטן ביז ער שטייט אויף.

געווען איז עס ארום איינס אזייגער ,ערשט נאכדעם וואס די אינוואזיע איז שוין אנגעגאנגען פאר ארום זעקס שעה, וואס היטלער האט זיך ערוועקט. ווי נאר ער האט געהערט וועגן דער אינוואזיע איז ער געווארן אויפגעהייטערט און גוט מוטיג. ער האט געהאלטן אז דאס איז נישט מער ווי א דיווערסיע און מען זאל ערווארטן דער אמת'ע אינוואזיע אין קאלעי אין יעדער ליאדע מינוט. ווי אויך איז היטלער געווען הונדערט פראצענט זיכער אז דער אינוואזיע וועט דורכפאלן און ווי ער האט געזאגט, מען דארף איין מאל צוריק שטויסן דעם פיינט אין וואסער און מער וועלן זיי נישט צווייפלען אין אונזערע מאכט פאר אייביג.

ווי מער צייט אין דעם גורל'דיגן טאג עס איז פארביי געגאנגען האבן די אליאירטע קרעפטן זיך מער באפעסטיגט און געשטארקט. טראץ דעם וואס עס האט געקאסט א רוזיגע פרייז פון טויזענטע סאלדאטן האבן די דייטשן פון די אנדערע זייט נישט באוויזן צו שטעלן א ארגאניזירטע אפענסיווע. א רוזיגע רעזערוו פון טויזענטע סאלדאטן וועלכע האט זיך גערופען דער פאנצע רעזערווע, איז געווען סטאנציאנירט אין די געגענט פון קאלעי און עטליכע הויכראנגיגע אפיצירן אינערהאלב די דייטשע ווערמאכט האבן געהאלטן אז מען מוז עס מאביליזירן. היטלער האט זיך אבער פעסט געהאלטן ביי זיינטס אז די גאנצע אינוואזיע איז בלויז א מיסדירעקציע און ער האט בשום אופן נישט ערלויבט צו רוקן דעם רוזן מיליטער.

ביי די ענדע פון דעם טאג האבן זיך שוין צענדליגע טויזענטע פון די אליאירטע סאלדאטן געפונען אין נארמאדי און זיי האבן זיך גרופירט און גוט ארגאניזירט אן דעם וואס די דייטשן זאלן שטעלן צו א באדייטפולע ווידערשטאנד.

עפילאג.
די אליאירטע ארמייען האבן זיך באפעסטיגט אין נארמאנדי, זיי האבן אויפגעבויט גרויסע פארטן אויפן ארט און האבן אין די קומענדיגע וואכן אריבער געפירט, זיכערעהייט, נאך טויזענטע סאלדאטן און עמוניציע וועלכע זענען געליפערט געווארן גלייך צו די פראנט ליניעס.
ארום זעקס וואכן נאך די אנפאנג פון דער אינוואזיע איז פאריז ענדליך באפרייט געווארן, האלטענדיג נאך פיר שווערע יארן פון נאצישע אקופאציע.
עלעוו חדשים שפעטער, די זיבטע פון מאי 1945 האבן זיך די לעצט פארבליבענע דייטשן אונטערגעגעבן פאר די רוסישע קרעפטן אין בערלין, דער בלוטיגסטע קריג אין מענשטליכע געשיכטע און די גרעסטע טראגעדיע וואס האט באטראפן דאס אידישע פאלק אין גלות, איז ענדגילטיג געקומען צו א סוף.
אוועטאר
זויער טייג
שר האלף
תגובות: 1437
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 5:48 pm
לאקאציע:אין בעקעריי

Re: אפעראציע אווערלארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זויער טייג »

שכח! הערליך!
רוב מאל איז די תירוץ "ניין"
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13690
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: אפעראציע אווערלארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

דער יעניגער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 11:05 am
The D-Day Invasion


(AKA, The Normandy Landing)


1:31:41

די די-דעי אינוואזיע איז פארגעקומען אין פראנקרייך, יוני 1944 דורך די אליאירטע קרעפטן, האלט מיט לעבעדיג מיט עכטע פוטעדזש געכאפט דורך די סאלדאטן, ס'איז זייער קלאר און קאלירט!
קוקט און האט הנאה!!!

דראפטס א לייק פאר נאך!
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2708
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: אפעראציע אווערלארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

נארמאליזעם האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 12:14 am
צווייטע וועלט מלחמה #1
אינעם ווידיאו: אידישע סאלדאטן פון די אידישע בריגאדע ביים זיך שלאגן אין איטאליע, די בריגאדע איז געווען ספעציעל פאר אידן אין די בריטישע מיליטער.

https://drive.google.com/file/d/15AfWWb ... sp=sharing
נארמאליזעם האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 12:20 am
צווייטע וועלט מלחמה #2


דייטשע מיליטער אין איטאליע געבן זיך אונטער פאר די אליאירטע, זיי זענען געווען די ערשטע גרופע פון דייטשן וואס האבן זיך אונטערגעגעבן, 5 טעג נאכן אריינגיין אין קראפט (אפריל 29 אונטערגעשריבן - מעי 2 אריין אין קראפט - 5 טעג שפעטער איז מעי 7) האבן זיך די דייטשן אינגאנצן איבערגעגעבן פאר די אליאירטע און געברענגט א סוף צו די מלחמה אין אייראפע.

איבער א מיליאן דייטשן האבן זיך דעמאלטס אונטערגעגעבן.


https://drive.google.com/file/d/1Jk3X2J ... sp=sharing
נארמאליזעם האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 12:39 am
צווייטע וועלט מלחמה #3


נאכן איינעמען ווארשע האבן די נאציס געגרינדעט א אידישע קאנסול וואס זאל זיך אפגעבן מיט אלע געזעצן וואס זיי האבן ארויפגעשטעלט, די פירער איז געווען ADAM CZERNIAKOW, ער האט פראבירט צו גרינגער מאכן פאר די אידן וויפיל ער האט געקענט, נאכן זעהן ווי די נאציס הייבן אן מיט זייערע טויט טראנספארטן האט ער זיך גענומען דאס לעבן.


אינעם ווידיאו: א דייטשע נייעס אויסגאבע האט געוואלט צייגן אירע ליינערס ווי די קאנסול ארבעט מיט די דייטשן האבן זיי גערופן פאר א מיטונג ADAM CZERNIAKOW מיט חשובע אידן, ביים מיטונג האט CZERNIAKOW פארגעלייגט פרישע גזירות וואס די דייטשן האבן ארויפגעשטעלט.


https://drive.google.com/file/d/17KNU3F ... drive_link
נארמאליזעם האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 12:51 am
צווייטע וועלט מלחמה #4
פרעזידענט רוזעוועלט ביים בעטן פון קאנגרעס זאל דערקלערן קריג קעגן יאפאן א טאג נאך זייער פארל הארבער אטאקע.


https://drive.google.com/file/d/1bMEq_i ... sp=sharing
נארמאליזעם האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 12:51 am
צווייטע וועלט מלחמה #5

יאפאן האט זיך אין לויף פון די צווייטע וועלט מלחמה באנוצט מיט זייער קאמעקאזי טאקטיק נישט נאר צו אטאקירן די אמעריקאנע באזע אין פארל הארבער. אינעם ווידיאו ווערט געזען ווי צוויי אמעריקאנע שיפן קומען אונטער א קאמעקאזי אטאקע, די אטאקע איז פארגעקומען אין יאר 1945.

https://drive.google.com/file/d/1re53Y- ... sp=sharing
לעצט פארראכטן דורך latter אום פרייטאג אוגוסט 16, 2024 12:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
תשפה גייט מען אין קאנטרי
סוף וואך פ' קרח, ר"ח תמוז - JUN 2
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2708
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: אפעראציע אווערלארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

נארמאליזעם האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 9:02 pm
צווייטע וועלט מלחמה #6


די אליאירטע קרעפטן ביים צושטעלן הימלישע שוץ פאר די סאלדאטן אויף דער ערד אין פראנקרייך.




https://drive.google.com/file/d/1geYBPI ... sp=sharing
נארמאליזעם האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 9:08 pm
צווייטע וועלט מלחמה #7


דייטשע פליגערס ביים אויסשפייען פאראטרופערס אין די ערשטע טעג ביים איבערנעמען די נידערלאנדס.



https://drive.google.com/file/d/1jXq5uh ... sp=sharing
נארמאליזעם האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 9:13 pm
צווייטע וועלט מלחמה #8

די דייטשע ארמיי ביים אינוואדירן פראנקרייך מעי 1940.




https://drive.google.com/file/d/1K51N-7 ... drive_link
נארמאליזעם האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 9:22 pm
צווייטע וועלט מלחמה #9


נאכן אינוואדירן פראנקרייך האבן די דייטשן אנגעהויבן מיט זייער טעראר קאמפיין אויף ענגלאנד ווי זיי האבן אראפגעלאזט טויזענטער באמבעס אויף הייזער און ווי נישט, אינעם ווידיאו ווערט געזען ווי די בריטישע שיסן אראפ דייטשע פליגערס און באלאונס.




https://drive.google.com/file/d/1OVPPM4 ... sp=sharing
נארמאליזעם האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 9:31 pm
צווייטע וועלט מלחמה #10


אינעם ווידיאו ווערט געזען ווי די סאוויעטישע מיליטער רוקן זיך פאראויס ביי זייער זומער אפענסיווע פון יאר 1944 - נישט 2024... און נעמען צוריק די שטאט וויטעבסק פון די דייטשע מיליטער.



https://drive.google.com/file/d/1_wafj9 ... sp=sharing
לעצט פארראכטן דורך latter אום פרייטאג אוגוסט 16, 2024 12:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
תשפה גייט מען אין קאנטרי
סוף וואך פ' קרח, ר"ח תמוז - JUN 2
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2708
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: אפעראציע אווערלארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

@נארמאליזעם ווי זענען די ערשטע 5?
תשפה גייט מען אין קאנטרי
סוף וואך פ' קרח, ר"ח תמוז - JUN 2
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 23961
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: אפעראציע אווערלארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

latter האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 16, 2024 12:00 am
@נארמאליזעם ווי זענען די ערשטע 5?
געווארן ארויפגעלייגט ת"ב.
א שמחת תמיד...

ווי איז ישראל הלוי?
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”