אפעראציע אווערלארד
נ. ב. אזוי ווי איך בין ניי דא, וויל איך בעטן אז מען זאל זיך נישט פארמיידן פון לאזן הערן מיינונגען און הערות אויף די באשרייבונגען.
א דאנק, טפסר.
דער באשרייבונג וועט זיין אויסגעצויגן איבער א סעריע פון פינף ארטיקלען און וועט פארעפענטליכט ווערן איינציגווייז.
אריינפיר:
דער נארמאנדי אינוואזיע איז געווען דער גרעסטע ים אינוואזיע אין דער מענטשליכע געשיכטע, ווי עס האבן זיך באטייליגט דערין אומגעפער הונדערט זעקס און פופציג טויזנט סאלדאטן פון דריי גרויסע לענדער. אמעריקע, ענגלאנד און קאנאדע. ווי זיי האבן און איין טאג, אינעם זעקסטן פון יוני 1944, אינוואדירט אריין אינעם ים ברעג אין נארמאנדי, פאר איין ציל, נעמליך, צוריק צו שטויסן דעם פארשאלטענעם, טייוולאנישן, נאצישן רעזשים און איר ענדגילטיג פארניכטן אויף אייביג. לאמיר זיך עטוואס באקענען מיט דעם גרויסארטיגן אפעראציע וועלכע האט געעפענט א נייע פראנט קעגן דעם נאצישן מיליטער און האט איבער געדרייט דער ראד פונעם קריג ביזן ענדגילטיגן זיג.
זעקסטן יוני 1944, ט"ו סיון תש"ד
עס איז דינסטאג פארטאגס ביים ברעג ים אין נארמאנדי, (א געגענט אין צפון פראנקרייך וועלכע גרענצט זיך מיט דעם ענגלישן קאנאל). דער ים שטורעמט, הויכע כוואליעס לאזן זיך ארויף, דיקע וואלקענעס באדעקן דעם הימל און רעגנס לאזן זיך אראפ פון צייט צו צייט. די סצענע איז שרעקליך און טראגיש. עס הערן זיך יאמערליכע געשרייען און הילכיגע באמבערדירונגען.
טויזענטע לאנדונגס שיפעלעך, ווי ווייט דער אויג קען נאר זען, דענרנענטערן זיך צום ברעג און עפענען זיך אויף פון ווי עס קומען ארויס ציטערדיגע סאלדאטן מיט בלאסע געזיכטע. ארומקוקענדיג מיט שרעק שטעלן זיי טריט גראד אריין און פליענדיגע קוילן וועלכע קומען צו פליען פון אויבן אויף די ברעג. די קאמאנדירן וועלכע מאכן די וועג אויפן טריקעניש שרייען צו די סאלדאטן אריין צו קומען אין די ברעג. די סצענע איז שרעקליך אבער די סאלדאטן פראבירן צו נעמען קוראזש און לויפן אריין אין די פילענדע קוילן און ארויף אויף די מינעס אויפן ערד ווען עס פאלן סאלדאטן פון אלע ריכטונגען.
נאך עטליכע, לאנגע, שרעק-אנווארפנדע מאמענטן, האבן עטליכע הארעישע סאלדאטן באוויזן אדורך צו ברעכן א צוים און לויפן ארויף מיט שאלנוג צו די בונקערס פון ווי די דייטשע סאלדאטן קעמפן מיט נאצישע שטייפקייט. א יונגע סאלדאט לויפט צו מיט א האנט גראנאט אין האנט, ער געבט א צי די שטריק און ווארפט אריין די גראנאט דורך א שפאלט אריין אינעם בונקער, בליץ שנעל דרייט ער זיך אוועק ווען ער הערט שוין דער מעכטיגע אויפרייס וואס פאלגט נאך מיט רויך וועלכע ציט זיך ארויף דורך די לעכער פונעם בונקער. די סאלדאטן האבן נישט קיין צייט צו פייערן זייער זיג, זיי לויפן בליץ שנעל אריין צום עפענונג פונעם בונקער מיט אויסגעשטרעקטע ביקסן ווען עס קומען זיי אנטקעגן פארויכערטער דייטשע סאלדאטן מיט די הענט אין די הייך רעדענדיג שנעל און אומקלאר. די סאלדאטן קימערן זיך נישט אפילו, זיי ציען די צינגל פונעם ביקס אין איילעניש לויפענדיג ווייטער.
אין די דייטשע הויפטקווארטירן הערשט כאאס. עס איז אנגעצויגן און אומגעדולדיג. עס קומען אריין יעדער פאהר מינוט קורצע און אומקלאהרע באריכטן איבער אן אנגריף אין נארמאנדי אבער עס איז שווער צו דערגיין פונקטליך וואס עס שפילט זיך אפ ביים ברעג און ווי אזוי מען דארף רעאגירן. די גענעראלן פארבונדן זיך איינער מיטן צווייטן, יעדער איינער פראבירנדיג צו דערשנאפן וואס דער סיטואציע איז, אבער אן ערפאלג. די פארבינדונג צום פראנט איז שווער און פארהאנקעט זיך און די גענעראלן מיטשענען זיך צו באשטומען וואס צו טוהן. עס איז אנגעצויגן, טענסיוו און נערוועז און... דער פיהרער שלאפט...
פארזעצונג קומט בעזהשי"ת