ניו יארק סיטי - ווי ווארשע נאכן קריג
עס איז נישט קיין סוד אז ניו יארק סיטי האט די לעצטע פאר יאר פארלוירען די גלאנץ, אלס די פינאנציעלע הויפטשטאט פון די וועלט. מיט די אויפשטייג פון די אינטערנעט איז די וועלט געווארען ווייניגער און ווייניגער אנגעוואנדען און די זאך וואס הייסט לאקאציע.
אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט אויב האט מען געוואלט טון ביזנעס האט מען געדארפט גיין צן א פינאנציעלע צענטער און האנדלען אין וואנדלען, זיצען מיט סטאק בראויקער'ס, באנקירען, סוחרים וכד'ו.
מיט די אויפשטייג פון די געוועב איז לאקעישען געווארען אסאך ווייניגער רעלעוואנט, ובפרט זייט קאוויד ווען מען האט זיך צוגעוויינט צי ארבעטן רימאויטלי, היינט קען מען מאכן די גרעסטע ביזנעס מיטינג'ס אויף זאאם ווען אלע באטייליגטע זיצען צוטיילט און אנדערע קאנטינענטען.
קאוויד איז געווען די מכה בפטיש פון פינאנציעדע דיסטריקט'ס, און די גרעסטע מעטראפאליטאן עריע'ס און אמעריקע, ווי ניו יארק, על עי, און אין יוסטאן, שטייען שווערע טויזענטער היי קלעס סקיי סקרעיפער אפיס בילדינג'ס און דאוינטאוין ביזנעס דיסטריקט'ס פוסט און לער. מען רעדט פון הערליכע היי רייז בילדינג'ס.
די אינוועסטער'ס וואס האבן געקויפט/געבויעט די בילדינג'ס פאר שווערע מיליאנען קענען נישט מאכן מער קיין פעימענט'ס און זיי לאזן די בילדינג'ס פאלן פאר פארקלויזשער'ס, ווי פרישע אינוועסטער'ס קויפן זיך איין די בנינים פאר בחינם ממש.
פרי קאוויד האט א דאוינטאוין אויסגע'קוקט ווי א דאויטאוין, פאויסט קאוויד קוקען די דאוינטאוינ'ס אויס ענדערש ווי א גאויסט טאוין, שטייען ריזיגע פינאנציעלע דיסטריקט'ס מיט ריזיגע בנינים ואין עובר ושב.
די לאקאלע גאווערמענט'ס און די אלע שטעט האבן זיך דערזעהן מיט די פראבלעם, האבן זיי אנגעהויבען אומאפיציעל איינצוליידאנען אינוועסטאר'ס זאלן אפקויפן די בנינים פאר ליטערלי פעני'ס, און קאנווערטן די אפיס בילדינג'ס צו שיינע גרויסע פענסי אפארטמענט'ס בילדינג'ס, און עקסטשעינדזש פאר ריזיגע טעקס ברעיק'ס וכד'ו, אזוי וועלן די שטעט צוריק אויפבליען.
אלע שטעט האב איך געזאגט? ניין נישט ממש אלע, אלע אויסער ניו יארק סיטי.
לאויער און מידטאוין מענהעטען וואס פלעגן זיין די פינאנציעלע הויפטקווארטיר פון די וועלט, זיצען מיט איבער 50% אפיס וועקענסי, ריזיגע אפיס בילדינג'ס וואס און די נישט ווייטע פארגאנגענהייט האבן זיך פארקויפט פאר איטליכע אלפים א סקווער פיס פארקויפען זיך יעצט פאר אינטער $400 א ס''פ, זענען דא אויך אנגעקומען אינוועסטער'ס און איינגעקויפט מציאות, אבער זיי האבן זיך ביטער טועה געווען.
ניו יארק סטעיט איז גע'בענטשט מיט א סטעיט קעפיטאל און אלבעני, וואס באשטייט פון מענטשן וואס צי זאגן אז א פערד איז שוין קליגער פון זיי איז א אנדער'סטעיטמענט, געוויסע פון זיי ריפען זיך סתם ליבעראל'ס געוויסע רופען זיך וואויק און געוויסען ריפען זיך (סארי אנדערע) אלטרא מאגא.
הכלל, די ליבעראלע רוחות און וואשינגטאן האבן אפגעמאכט אז צו זיין א רעזידענשאל לענדלארד און ניו יארק סיטי איז א קריים, זיי מאלן אראפ א בילד אז לענדלארדס זענען שילדיג און די הויכע רענט פרייזן וכדו'
ביז היינט ווען אלבעני האט נאך פארמאגט עפעס שכל און זיך, האבן זיי געוואויסט וויאזוי צו לויפן צווישען די טראפן, ד''ה פון איין זייט האט מען זיך געשטעלט אויף די זייט פון טענענט'ס, מען האט איינגעפירט כל ערליי אפערדעבעל האויזינג פראויגרעמ'ס וכדו', אבער מען האט גע'לאזט די לענדלארד'ס מער ווייניגער לעבן, און ווי אויך האט מען סופארטעד דיוועלאויפער זאלן אינטערנעמען נייע דיוועלאויפמענט'ס אזוי זאל די סופליי פון אפארטמענט'ס מער ווייניגער מיטלויפען מיט די דימענד
איז אבער ויקם מלך חדש, אלבעני איז געווארען איבערגענימען דורך די וואויק אלטרא משוגעים, וואס פארשטייען נישט די קאנצעפט אז כדי עס זאל זיין דירות ברויך זיין לענדלארד'ס, זיי פארשטייען אז אפארטמענט בילדינג'ס וואקסט דורכן איינפלאנצען, און אויב גייט מען ארויסשיקען אלע לענדלארד'ס פון ניו יארק סיטי גייען פרייזן פאלן ווייל עס גייט נישט ציקומען קיין נייע סופליי.
עטץ פארשטייטס נישט די קאנצעפט ווייל עטס זענץ נישט און אלבעני, אבער די געלערנטע אלבעני חברה פארשטייען עקאנאמיק'ס, אז ווי גרעסער די סופליי פון אפארטמענט'ס אלץ טייערער איז די רענט, און ווי קלענער די סופליי אלץ ביליגער איז די רענט
ממש אזוי שרייען זיי, עס איז דא א געפערליכע האויזינג קריזיס און ניו יארק סיטי, פרייזן סקיי ראקן, און שולדיג זענען די לענדלארדס וואס בויען דירות און זיי לייגען צו סופליי, אוטאמאטיש ווערט גרעסער די דימענד.
האסט נישט פארשטאנען? איך אויך נישט!
אזוי האבן זיי די לעצטע 5 יאר אנגעהויבען דורכציפירען ממש חוקי סדום אקעגן לענדלארד'ס און דיוועלאפער'ס, ווייל מען דארף דאך סאלווען די האויזינג קריזיס וואס שולדיג זענען די לענדלארד'ס און דיוועלאפער'ס וואס שטעלן צו די סופליי.
די גרעסטע געזעץ וואס זיי האבן דורכגעפירט איז געווען און 2019 ווען זיי האבן געמאכט די רענט סטעיבעלעזעישען לאוי פערמענענט, און אוועקגענימען אלע לאפ-האויל'ס (וואס זייערע פאראויסגייער און אלבעני האבן דירעקט איבער געלאזט) וויאזוי מען קען דיסטעיבעלייזען א אפארטמענט.
די פאזיטיווע רעזאלטאטען פון די געזעץ האט נישט געשפעטיגט צו קומען, לענדלארד'ס האבן אויפגעהערט צו מעינטעינען די רענט סטעיבעלייזד בילדינג'ס, בענק האבן אויפגעהערט בארגען געלט אויף רענט סטעיבעלייזד עסעט'ס, און אפילו בענק וואס האבן נאך יא געבארגט האבן נישט גע'האלטן ביים בארגען אויף די וועליו פון די פריערדיגע לאוינ'ס, לענדלארד'ס האבן אוועקגעוואקט פון זייערע רענט סטעיבעלייזד עססעט'ס, די DHCR וואס ריקארדעד די רעדזשיסטערד רענט פון די רענט סטעיבעלייזד עססעט'ס, באריכטן אז זייט 2019 האבן 100ער טויזענטער ר''ס אפארטמענט'ס וואס פלעגן פיילען רענט אויפגעהערט צי פיילען, פשוט די אפארטמענט'ס זענען ארויס פון באנוץ.
ווי עקספעקטעד האט די געזעץ טאקע בארואיגט די האויזינג קריזיס, זייט 2019 איז די רענט און ניו יארק סיטי ארויפגעפארן מיט א נישטיגע 30% א יאר, אנדערש ווי פאר די געזעץ ווען עס פלעגט ארויפפארן מיט אסטראנאמישע 5-6% א יאר.
איין מינוט! וואס האט דאס געהאלפן פאר טענענט'ס? נעה, איך קען מן הסתם נישט אזוי גוט רעכענען ווי אלבעני. ווייל און אלבעני ווייסט מען אז ווי העכער די סופליי אלץ העכער איז די רענט און ווי קלענער די סופליי אלץ נידריגער איז די רענט.
לאמיר איבערחזר'ן נאכאמאל די אלבעני אקענאמיקס: סופליי און דימענד, ווי שטערקער די סופליי אלץ שטערקער די דימענד, ווי קלענער די סופליי אלץ קלענער די דימענד.
זעהט אויס אז די חברה וואס קענען מהפך זיין סדרי בראשית מיטן פראדוצירען 5 נייע דזשענרדער'ס, קענען אויך מהפך זיין סדרי עקאנאמיק'ס. ווער ווייסט.
זעהענדיג די גרויסע הצלחה וואס זיי האבן געהאט מיט די 2019 געזעצן, און די פאזיטיווע רעזאלטאטן וואס עס האט איבערגעלאזט אויף די האויזינג קריזיס, האבן די חברה באשלאסן צו גיין אלל די וועי און די וואנט אריין. זיי האבן אנגעהויבען דורכצופירען פיל מיט קרומע געזעצן קעגן לענדלארד'ס, ווייל אז מען גייט ארויסטרייבן די לענדלארד'ס פון ניו יארק און זיי גייען מער נישט מעינטעינען די אפארטמענט'ס, און דיוועלאפער'ס גייען נישט בויען קיין נייע אפארטמענט'ס, גייט דאך די סופליי ווערן טייטער און די רענט גייט אראפקומען.
אזוי איז עס געפארן פון נישט קענען עוויקטן קיין טענענט'ס און ניו יארק סיטי דורינג קאוויד, ביז די רשעות פון נישט קענען עוויקטן ביז א יאר נאכן באקומען ERAP, לענדלארד'ס טארן נישט מאכן קיין בעקגראוינד טשעק'ס אויף טענענט'ס וכו'
אזוי קימען די חברה אויף יעדע שטיק צייט מיט נאך איידיע'ס וויאזוי צו לעזן די האויזינג קריזיס.
א האלבע יאר צוריק האט אבער אלבעני געכאפט א גוטע פראסק, און די נאוועמבער אלעקשענ'ס זענען די וואויטער'ס אריינגעקומען און די מאסן וואויטן קעגן די וואויק חברה און אלבעני, אויף אזוי ווייט אז די ריפאבליקאנער ליע זעלדין האט כמעט באזיגט רעביצין האויקעל.
איינצעלע און אלבעני אריינגערעכענט האויקעל האבן געכאפט די מעסעדזש, אז די וויילער זענען ענדערש אינטערסירט און א בליענדע סיטי, מיט לאוי קריים, ווי א סיטי און דיקליין מיט נאוי ניו קאנסטראקשען פערמיט'ס, און ווי פארברעכער פארמערן זיך ווי שוואמען נאך א רעגן. אבער רוב אלבעני האט באקומען די מעסעדזש אז די לינקע האבן פארלוירען ווייל זיי זענען נישט געווען געניג וואויק.
רעביצין האויקעל האט פרעפאויזד א נייע בודזשעט ווי זי האט פרובירט אביסל צי פאררעכטן וואס מען האט פארדארבען, זי האט געוואלט ריניוען די 421A פראגראם, וואס אנדעם איז נישט מעגליך צו בויען און די סיטי.
זי האט געוואלט ריזאוינען לאויער מאנהעטן אז מען זאל קענען קאנווערטן די אלע ליידיגע אפיס בילדינג'ס פאר פרישע אפארטמענט'ס, הייבן די FAR לימיט'ס וכד''ו.
אבער זי טאפט א וואנט און אלבעני, די וואויק זענען ביזי וויינען וועגן דענסיטי, ווי קען מען צולאזן אזא טייטע דענסיטי, עס שאדט דאך פאר די ענוויירעמענט,
אפיס בילדינג'ס און קאמיוניטי פאסלילטי'ס קען מען בויען עד לב השמים, אבער רעזידענשעל אפארטמענט'ס איז א פראבלעם מיט דענסיטי, און ווי אויך גייט עס שאטן פאר די האויזינג קריזיס, ווייל אז מען לאזט דיוועלאויפער'ס בויען נייע אפארטמענט'ס גייט דאך ווערן גרעסער די סופליי וואס הייבט די דימענד מיט די פרייזען.
די רעזולטאטען: אינוועסטער'ס האבן זייט קאוויד אנגעהויבען איינזעהן אז עס לוינט זיך שוין מער נישט צי פייטן סיטי האלל, ניו יארק סיטי פארקויפט שוין נישט גארנישט אז עס זאל זיך דא לוינען צו בויען, זיי לויפן אלע אוועק צי רויטע סטעיט'ס ווי פלארידע און טעקסעס ווי זי נעמען איבער אפיס בילדינג'ס פאר ביליג, קאנווערטן עס פאר אפארטמענט'ס, אא''וו
אז די האויזינג קריזיס איז געווארען גרעסער, און מען בויעט נישט קיין נייע אפארטמענט'ס, און קריים איז סקיי ראקינג, לאזן צענדליגער טויזענטער איינוואוינער איבער די סיטי און לויפען קיין יונייטעד רעד סטעיט'ס אף אמעריקע.
מיט די ליידיגע סקיי סקרעיפער'ס און מאנהעטען, און די דיקליינינג נעישען, האלט ניו יארק סיטי אויפן וועג אויסצוקוקען ווי ווארשע נאכן קריג.
פארשטייט זיך אז די אלע פראבלעמען זענעו שולדיג די לענדלארד'ס… לחיים…