Re: ניו יארק סיטי - ווי ווארשע נאכן קריג
More than 95 million square feet of New York office space currently unoccupied - the equivalent of 30 Empire State Buildings
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
אבזערווירער האט געשריבן: ↑ מיטוואך מארטש 06, 2024 11:09 pmגאווענער האוקל האט געמאלדן אז מ'וועט לייגן נאך א טויזנט פערסאנאל אויף פאבליק טראנספארטאציע אריינגערעכנט עטליכע הונדערט נאציאנאלע גארד סאלדאטן אין ליכט פון א אויפשטייג אין ווילדע פארברעכן .
הכל הבל האט געשריבן: ↑ מיטוואך מארטש 06, 2024 1:21 pmא ריכטער האט געשטימט אין שטיצע פון א פרוי וועלכע איז געווארן פארשיקט נאכן ארבעטן 22 יאר פאר א סעיפוועי לאקאל אין אריינגטעטראגן א ביטע צו צווינגען די פירמע איר צו באצאהלטן ארבעטסלאזע בענעפיטן
די פרוי האט פרובירט אנצוהאלטן זעקלעך אנגעפולט מיטן פראדוקטן אין די ווערד פון 500 דאלאר וואס עימיצער האט פרובירט צו רויבן פון די געשעפט און דיפירמע האט פארשיקט די ארבעטער פארן פארלעצן די פאליסי פון נישט אינטערווענירן מיט רויבער
ביי יענע אינצידענט האט די פארשיקטע ארבעטער אנגעהאלטן די פעקלעך ביז א צווייטע ארבעטער איז געקומען איר העלפן און דאן האט די רויבערקע איר דערלאנגט א זעץ אין געזיכט און אייבערגעלאזט די געשעפט מיט ליידיגע הענט
הכל הבל האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 19, 2024 4:31 pmא 47 יעריגע פרוי איז געווארן געקייטלט און ארעסטירט אין קווינס ניו יארק נאכן טוישן די שלאס פון א דריה וועלכע זי האט גע'ירש'נט פון אירע עלטערן
זי האט געוואלט פארקויפן די מיליאן דאלאר אפארטמענט אבער דאן באמערקט אז א גרופע באנדיטן האבן זיך דארט פלאצירט און לויט די געזעץ אין ניו יארק סיטי קען מען נישט ארויסטראסקען אויף די אייגענע האנט בעפאר עימיצער וואס וואוינט אין א הויז פאר מער פון 30 טאג און מען דארף אריבערגיין א פולע פראצעדור אויפצואווייזן אז זיי טארן נישט דארט זיין
לויט די סיטי געזעץ באקומען די יושבים גענוג חזקה נאך 30 טאג אז מען די אייגנטומער טאר נישט אפהאקן די עלעקטעריציטעט, ארויסווארפן זייער האב און גוטס אדער טוישן שלאס
viewtopic.php?p=4988308#p4988308
אה יישר כח.רבי יענקב האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מארטש 21, 2024 10:53 amviewtopic.php?p=4988308#p4988308
פאסט טרעגער האט געשריבן: ↑ מיטוואך מארטש 20, 2024 12:51 pm290 East 53rd St, אין ברוקלין
די בנין האט זיך פאריגע וואך פארקויפט פאר $2,400,000
די בנין איז געקויפט געווארן אין 2018, עטליכע חדשים בעפאר די חוקי סדום האט געפעסט אין די סטעיט, פאר $4,825,000...
אינזער דעמאקראטישע גאווערמענט האט טעקניקלי באגנבט די באטראפענער מיט 2 אהאלב מיליון דאלער, און פינעף יאר פעין מיט סטרעס...
דאס איז איין סינעריא פון טויזענטער אזאלכע וואס שפילען זיך אויס איבער די סטעיט די פארגאנגענע פאר יאר...
מיט אזא דעמאקראטיע וואס פעלט נאך אויס קאמיניזעם?
וואף... די סעלער האט געקויפט די אפארטמענטס פאר 300 מיליאן... די גאווערמענט האט אים בארויבט מיט 120 מיליאן...וויליאמסבורגער דירות האט געשריבן: ↑ פרייטאג מארטש 22, 2024 10:15 amפאסט טרעגער האט געשריבן: ↑ מיטוואך מארטש 20, 2024 12:51 pm290 East 53rd St, אין ברוקלין
די בנין האט זיך פאריגע וואך פארקויפט פאר $2,400,000
די בנין איז געקויפט געווארן אין 2018, עטליכע חדשים בעפאר די חוקי סדום האט געפעסט אין די סטעיט, פאר $4,825,000...
אינזער דעמאקראטישע גאווערמענט האט טעקניקלי באגנבט די באטראפענער מיט 2 אהאלב מיליון דאלער, און פינעף יאר פעין מיט סטרעס...
דאס איז איין סינעריא פון טויזענטער אזאלכע וואס שפילען זיך אויס איבער די סטעיט די פארגאנגענע פאר יאר...
מיט אזא דעמאקראטיע וואס פעלט נאך אויס קאמיניזעם?Rent-stabilized portfolio in contract for $180M — a 40% discount
Sentinel Real Estate shedding 1,300 units in Manhattan, Brooklyn
ציגאנער האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 19, 2024 10:54 pmצום קעפל: פארוואס בין איך נישט צופרידן פון ניו יארק סיטי, טאַשנווייז?...
אויב באקום איך צוריק די טעקסעס וואס איך צאל, און איך געניס פון אלע פראגראמען, פארוואס גלייך איך נישט ניו יארק סיטי?
כדי דאס צו פארשטיין, לאמיר צוריקגיין א סטעפ; פארוואס האט מען געמאכט אזא זאך ווי א גאווערמענט?
מ'קען זיך דינגען וואס די פונקטליכע תשובה איז, אבער עס איז זיכער אז נישט נאר כדי צו מענעדזשן יעדעמ'ס אינקאם און עקספענסעס...
אין יעדע שטאט דארפן די איינוואוינער אסאך סערוויסעס. אנגעהויבן פון פאליציי, אמבולאנס, סענעטעישן, סקולס, פארקס, און שפיטעלער, און געענדיגט ביי אינפראסטראקטור און אלע סארט טרענספארטעישן.
די הויפט ארבעט פון א רעגירונג איז צוצושטעלן די אלע סערוויסעס פאר אירע איינוואוינער. און נאכדעם איז פארשטייט זיך דא א אנדערע הויפט ארבעט, פון צושטעלן פראגראמען פאר נויטבאדערפטיגע און פאנדינג פאר ארגאניזאציעס.
די דעבאטע צווישן רעפובליקאנע און דעמאקראטן איז סך הכל וויאזוי מ'זאל שניידן די קעיק. זאל מען נעמען מער פון די רייכע און מאכן מער פראגראמען פאר די ארעמע, אדער זאל מען נעמען ווייניגער פון די רייכע און שניידן פראגראמען פון די ארעמע. די דעבאטע איז נישט צו סערוויסעס פאר די שטאט איז א פריאריטעט העכער פראגראמען אדער נישט.
סאם האו פארשטייען אלע גאווערמענטס איבער די וועלט, רעפובליקאנע און דעמאקראטישע צוגלייך, אז זייער פליכט איז צוצושטעלן אלע טעכנישע איינריכטונגען וואס די שטאט דארף, און די שאלה איז נאר פון וועמען מ'זאל בעטן די טעקס, און צו מ'זאל 'אויך' געבן פראגראמען אדער נישט.
שפאציר אריין אין סיי וועלכע "דעמאקראטישע" סיטי אינדרויסן פון אמעריקע - האסטו א מעכטיגע אינפראסטרוקטור! ברייטע שיינע הייוועיס, באקוועמע נייע שטילע באנען, הייפערלופ שנעלצוגן, א דרייווערלאזע סאבוועי סיסטעם מיט אויגפארכאפנדע טערמינעלס! די גאסן זענען שפאגל זויבער! די ראטן זענען אין זאא, און די גנבים זענען אין תפיסה...
יעצט, ווען אלע וויכטיגע זאכן זענען שוין מסודר, ווילסטו הייבן די טעקסעס און געבן מער פראגראמען פאר ארעמע? איך הער. און ס'איז טאקע גאר מעגליך אז ס'וועט נאר בענעפעטירן פאר כלל ישראל קאלעקטיוולי. ס'איז דיבעיטעבל.
ווילסט שטופן גרין ענערדזשי און ספענדן מער אויף באנען און באסעס? פיין. ווילאנג דו שטעלסט זיך צו און טוסט דיין דזשאב, קענען מיר האבן א דעבאטע.
ווען ס'קומט אבער צו ניו יארק ארבעטן זאכן אינגאנצן אנדערש.
די געלט פון שטייערצאלער ספענדט מען גראד אויס פאר אלע סארטן פראגראמען. איי, וואס וועט זיין מיט די טעכנישע פראבלעמען וואס פלאגן דעם שטאט? אה, דאס וועט מען שוין דערשטיקן מיט רעגולעישנס...
ס'דא שמוציגע גאסן? מאכט מען אלטערנעטסייט פארקינג פיר מאל א וואך פאר א שעה און אהאלב.
ס'נאך אלס שמוציג? אקעי, דעמאלס גייט מען העכערן די פיינס... גאונות!
ס'דא א פראבלעם פון ראטן? מאכט מען א רעגולעישן ארויסצולייגן די גארבידש שפעטער.
ס'דא א פראבלעם פון טרעפיק? מאכט מען 'אפען סטריטס'! ס'נאך אלס דא א פראבלעם? אוקעי, סאו 'קאנדזעסטשן פרייסינג'...
ס'דא א האוזינג קריזיס? א מיליאן רעגולעישנס פאר די לענדלארס!
(ס'וואלגערן זיך האומלעסעס? קריים איז הויעך? סארי, אונז האמיר נישט קיין רעגולעישן וואס קען העלפן פאר דעם...)
און ממילא דערזעען מיר זיך, מיט סיי א טוץ פון זינלאזע רעגולעישנס - וואס אויב וואלסטו עס געוואלט איינפירן אפילו אין א דעמאקראטישע שטאט וואלט מען דיר פשוט ארויסגעוואוט יענעם נאכט...! - און סיי די שמוציגסטע גאסן אין לאנד, ראטן וואס זענען היער טו סטעי, האומלעסעס ביי יעדן קארנער, טעגליכע איבערפעלער ביי לי ראדני, די צווײט ערגסטע טרעפיק דזשעם אין אמעריקע, א אינפראסטרוקטור וואס קען זיך שעמען פון אפגאניסטאן, און א סאבוועי סיסטעם וואס קען זיך שעמען פון מתושלח!
יעדע איינס איז א קשיא פאר זיך.
וויפיל ברידזשעס האט מען צוגעלייגט קיין מאנהעטן אין די לעצטע פערציג יאר? קיין איינס!
פארוואס נעמט די וועג קיין מאנסי פופצן מינוט לענגער ווי צען יאר צוריק, און די וועג קיין בארא פארק צוואנציג מינוט לענגער ווי צוויי יאר צוריק??? וואס איז די פלאן דא? ווער איז בכלל אקאונטעבל אויף דעם?...
דו ווילסט מאכן ניו יארק מער גרין? געזונטערהייט. אבער טו עס גענוי ווי אלע אנדערע דעמאקראטישע לענדער טוען עס. שטופ עס דורכן צושטעלן סערוויס, נישט דורכן פייניגן די מענטשהייט.
ווילסט האבן ריינערע לופט? שטעל צו באקוועמערע באסעס און באנען, נישט מאך א גיהנום פאר קארס.
די סאבוועי סיסטעם ברעכט אונטער! מיט וואס האט מען עס פארבעסערט אין די לעצטע 25 יאר???
מיליאן דאלאר קוועסשן: וויאזוי אין די וועלט פארלירט די MTA די הויזן יעדעס יאר נאכאמאל?? פארוואס האבן עס אלע אנדערע רעגירונגען אויסגעפיגערט און ניו יארק סיטי נישט?...
און די ליסטע גייט נאך אסאך ווייטער.
גלייב מיר. ווען זיי וואלטן זיך געהעריג אפגעגעבן מיט די טעכנישע צרכי ציבור, גערייניגט די גאסן און קעיר גענומען פון ראטן, אימעגראנטן, און פארברעכער אזוי ווי אין יעדע אנדערע נארמאלע לאנד, ארויפגעארבעט די טרענספערטעישן סיסטעם, געהעריג מענטעינד די אינפראסטרוקטור, און די שטאט וואלט געטראגן א נארמאלע פנים - וואלט מען גערן צוגעצאלט די פאר דאלער טעקס אז עס זאל זיין סעקשן 8 און פוד סטעמפס אפילו לויט די דעמאקראטישע סטאנדארטן!
אויב די וועג וויאזוי גאסן ווערן גערייניגט איז נישט דורכן עס רייניגן, נאר דורכן טיילן טיקעטס - אויב די וועג וויאזוי ראטן ווערן באקעמפט איז נישט דורכן עס באקעמפן, נאר דורכן טיילן פיינס - אויב די וועג וויאזוי טרעפיק ווערט געלינדערט איז נישט דורכן עס לינדערן, נאר דורכן צולייגן שטייערן - דאן האסטו מיך פארלוירן.
איך האב אלע רעכטן זיך צו רעגן אויף די ניו יארק סיטי גאווערמענט, און ניין, דו גייסט מיך נישט אפקויפן מיט קיין געלט. מוחל טובות.
א שטאט וואס שטעלט נישט צו די מינימאלע געברויכן פאר די איינוואוינער איז נישט רעכט און נישט לינק. נאר סתם גנבים.
-
פליז נאר קאמענטן אויב ביסטו שוין אמאל געווען אין א דעמאקראטישע סיטי אינדרויסן פון אמעריקע (און אויך אין ניו יארק סיטי)...
גנבגיי פארשטיי האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 07, 2024 4:17 pmאיך פארשטיי נישט ווער איז ארעסטירט געווארן?
אין מיין אפיניאן איז דאס ניטאמאל ווערט 180MM.וויליאמסבורגער דירות האט געשריבן: ↑ פרייטאג מארטש 22, 2024 10:15 amפאסט טרעגער האט געשריבן: ↑ מיטוואך מארטש 20, 2024 12:51 pm290 East 53rd St, אין ברוקלין
די בנין האט זיך פאריגע וואך פארקויפט פאר $2,400,000
די בנין איז געקויפט געווארן אין 2018, עטליכע חדשים בעפאר די חוקי סדום האט געפעסט אין די סטעיט, פאר $4,825,000...
אינזער דעמאקראטישע גאווערמענט האט טעקניקלי באגנבט די באטראפענער מיט 2 אהאלב מיליון דאלער, און פינעף יאר פעין מיט סטרעס...
דאס איז איין סינעריא פון טויזענטער אזאלכע וואס שפילען זיך אויס איבער די סטעיט די פארגאנגענע פאר יאר...
מיט אזא דעמאקראטיע וואס פעלט נאך אויס קאמיניזעם?Rent-stabilized portfolio in contract for $180M — a 40% discount
Sentinel Real Estate shedding 1,300 units in Manhattan, Brooklyn