זאל נישט אויסגערעדט זיין אז אפי אפשר קען אמאל זיין אז די יוד איז בעסער, - וואס איז אגב סתם א פאלטשע צוגאנג. - אין די ביזי סיזענס איז זיכער בעסער צו זיין ביים גוי... ביי איהם איז נישט יעצט ערב פסח....
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.
איך בין יעדעס יאר געפארן, היי יאר האב איך נישט דאס געלט און מ'בלייבט אין שטאט ווי איידער בארגן. קאנטרי איז אויסדרוקליך א #לוקסוס.
לדעתי דארף די אשכול פארשפארט ווערען. קיינער מוז נישט גיין צום יוד, אבער יידישע געלטער גייט זייער ווייט. דורכן שטיצען די יוד, קען ער געבען קמחא דפסחא, קען דער מקבל קויפן צרכי החג ביי אנדערע, וואס קויפן זייער סחורה ביי ידישע סופלייערס, וואס האבן יידישע ארבייטער, וואס קענען ווערען באצאהלט און קויפן ביי אנדערע יידען, וואס קענען צאהלען זייער ארבייטער וכו וכו. יודען זענען טייערער. יא. אבער סאיז די העכסטע ניווא אין צדקה. די אשכול איז #רשעות ברשות התורה. דיסקלעימער: איך בין א ידישע ביזנעס אייגנטומער, טייערער פונעם גוי, אין ב"ה דורך דעם וואס די ציבור שטיצט מיין ביזנעס (א חלק, אנדערע גייען צום גוי, און סאיז פערפעקטלי OK) האב איך דעיס יאהר זוכה געווען צו געבען א שיינע סכום קמחא דפסחא, אוועק געגעבען פאר אסאך משפחות צרכי החג בחינם, און געהאלפן מיין קהילה מיט זייער צרכים. שטיצט יודישע ביזנעס, איר ווייסט נישט ווער פון אייערע נאהנטע קרובים האט באקומען פון זיי דעיס יאהר!
די דיסקלעימער איז איבריג, ספשוט פין דיין רעדן אז די האסט א היימישע ביזנעס, ביסט א מהפך קערה על פיה, די רשעות ברשות התורה איז די וואס טראכטען נישט פין די אלע אינגעלייט וואס בלוטיגן אוועק אין וואלטן זיך געקענט שפארן א געוואלד ביים קויפן פאר האלב די פרייז ערגעץ אנדערש, שעם אן יו,
די קעפל זאגט קלאר אז מרעד פין א חילוק פין האלב פרייז אדער מער, נישט קיין פאר סענט חילוק,
שטערד דיך אז ער גייט שלאפן אביסל רואיגער ביינאכט? דיין בלוט איז עפעס רויטער ווי זיין?
הייסט אז דו האסט א קאסע וואו דו מאנסט איין צדקה פון די קאסטומערס און טיילסט ווייטער? באמת זייער שיין אז דו גיבסט ביד נדיבה, נאר אפשר בעסער לאז דער עולם געבן צדקה דירעקט וואו זיי ווילן, און ס'קען גאר זיין אז זיי אליין קענען נוצן די געלט.