באמערקונגען און רעאקציעס אויף אידישע ליטעראטור

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
רויטע קרעיאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 07, 2022 1:25 pm

באמערקונגען און רעאקציעס אויף אידישע ליטעראטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויטע קרעיאן »

מיר פארמאגן א געוואלדיגן געשמאק אין ליינען און מיר האבן צומאל באמערקונגען, רעקאמענדאציעס, קאמענטארן איבער אידישע ליטעראטור, שריפט און ווערק דורך אידישע שרייבער.

דעם יום טוב האב מיר געליינט א טייל פון די אויסגאבעס וועלכע מיר האבן זיך איינגעהאנדלט און מיר וועלן פרובירן געבן ריכטיגע אפשאצונגען איבער די ווערק.

איך וועל אנהויבן מיט אן ארטיקל וואס האט מיר בארירט ביז די טיפסטע געפילן, כ'האב זיך געשפירט אויף א ווילדע רייד פון עמאציעס, און עס האט מיר איבערגענומען ביז די ביינער.

מען רעדט דא פון אן ארטיקל געשריבן דורך ר' דוד וועבער אין דער מאמענטמאגאזין, ער אינטערוויואירט א איד, מיט א פערזענליכער געשיכטע, סיי דאס אז א מענטש זאל זיך אזוי עפענען, די געשיכטע פאר זיך, און די וועג וויאזוי דאס איז אראפגעלייגט, כ'האב זיך ממש געשפירט דארט אויפ'ן סצענע אין שפיטאל, עס האט מיר ממש באנומען און געברענגט אזא ליבשאפט צו מיין פאמיליע נאכ'ן ליינען ארטיקל, איך האב שוין לאנג נישט געליינט אזא פוליצער ארטיקל און כ'האב דאס אוועקגעלייגט צו קענען איבערליינען.

דעם קומענדיגן ארטיקל וואס כ'האב הנאה געהאט איז געווען פון הרב יואל גאלד, אויך געדרוקט אין מאמענטכ'האב עס געגליכן ווייל עס האט מיר אויפגעדעקט אינפא איבער דעם פערזענליכקייט, כ'האב נישט געוואוסט אז ער איז אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג און דאס איז דער באדייט פון אן ארטיקל וואס דו נעמסט מיט וויסנשאפט, ווערסט עפעס געוואויר.

איך מוז עס גיבן פאר דער איד, כ'האב דערווייל געליינט א חלק פון דעם רייזע קיין אוקראינע ביילאגע, דאס איז עפעס א פרעצעדענטלאזע ווערק, דאס שיקן אן אייגענער שרייבער צו א לאנד אין קריגס צייטן און די ארבעט וואס זיי האבן אהערגעשטעלט מיט די מאפעס און ארטיקלען דארט, ס'איז עפעס העכסט געוואלדיג, די אוקראינישע ביילאגע האט געלייגט אין שאטן אלע איזראעלישע אויסגאבעס וואס האבן געדעקט דעם רייזע פון דזשורנאליסטן, ס'איז אפילו נישט געקומען נאנט, ארי ווייזער איז דער שרייבער, און איך זע אז ער האט א טאלאנט פון אראפלייגן זאכן ממש אז מען שפירט זיך דארט, ער כאפט אויף פילע זייטיגע דעטאלן און ער לייגט עס אראפ קלאר און געשמאק.

אין א בליקמאגאזין האב איך געליינט יאיר וויינשטאק ארטיקל, כ'האב הנאה געהאט צו ליינען איבער'ן קעניג פון אידישע נאוועל ביכער, טראץ וואס ער האט שוין געדינט אלס אינטערוויו קאנדידאט אין מערערע מאגאזינען אין די לעצטע עטליכע יאר האט דער שרייבער פון די אינטערוויו געקוועטשט פאר פרישע זאפט און געמאכט א שיינע ארבעט. איך מוז אבער אריינווארפן א קאנסטראקטיווע קריטיק אז די ארטיקל פארמאגט גראמאטישע גרייזן. פארפאלן איך צאל געלט פאר עפעס, איך גלייך ווען ס'איז צו פערפעקשן.

איך האב געשפירט אז די שלומי זאיאנץ ארטיקל אין א בליקאיז מורא'דיג קורץ. מען האט ממש אפגעבוטשערט דעם שמועס, קוים גערעדט איבער זיינע רייזעס און פילפארביגע אונטערנעמונגען און אסאך מער געדראשן איבער זיין ישיבה יארן מוטשענישן.

נאכ'ן ליינען א בליק האב איך אויפגעריסן די וואךפעקל, כ'האב אביסל געליינט, כ'האב באגעגנט א פרישע שריפט דעזיין, איך האב געליינט דעם אינטערוויו מיט דער אפריקאנער דזשאנגל מאן מיט אנטשולדיגונג פאר'ן שרייבער בין איך געווען אביסל צעמישט, קען זיין עס איז מיין שולד, קען זיין איך בין געווען מיד, אבער עס האט זיך מיר נישט געליינט פליסיג, איך וואלט אבער זיכער געזאגט אז עס זענען דארט געווען צופיל קעפלעך, עס האט זיך געהאלטן אין איין אפהאקן, איך מיין אז מען דארף לאזן לענגער און אריינשטעלן קעפלעך עס שטערט דאס ליינען. די וואך האט געהאט אויסגעצייכנטע גראמאטישע אויסלייג עס איז געווען א מחיה צו ליינען.

איך וועל פרובירן גיין ווייטער אי"ה ווען מען קומט אן צו ליינען נאך.

איך פרוביר אמת'דיג נישט קיינעם צו אראפרייסן אדער ווייטון, איך פרוביר זיין אויפריכטיג און אויב איינער שפירט אז איך בין צו שארף זאל מען מיר שרייבן אין אישי, און איך וועל אי"ה פארעכטן. דער ציבור איז געלאדנט צו שרייבן מיינונגען און קאמענטארן אויף אידישע ליטעראטור אדער פידבעק צו אונזער פידבעק.

גוטן מועד...
א צעבראכענער און גאנצער קרעיאן, קאלירן ביידע די זעלבע.
אוועטאר
טינט
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: באמערקונגען און רעאקציעס אויף אידישע ליטעראטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

קיל.

קודם ווען איז עס "מיר", און ווען ווערט עס "איך"?

צווייטנס, איר שרייבט גאר גאר באטעמט. איך גלייך אייער שפראך.

דריטנס, פארוואס איז נישט די מעסעדש א תגובה אין איינע פון די אנדערע אשכולות געמאכט דעם זעלבן צוועק, א שטייגער ווי געבן רעאקציעס און באמערקונגען אויף די אידישע ליטעראטור?

וועט איר אנהייבן דא שרייבן אפט מיינונגען איבער אידישע ליטעראטור אין דזשענעראל ? וועט איר דא לופטערן וועכנטליך א מיינונג אויף די נייע אויסגאבעס?

קלארט אונז אויס ביטע
אין מיין וועלט, בין איך קעניג.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: באמערקונגען און רעאקציעס אויף אידישע ליטעראטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

איך גלייך דעם אשכול, ווען קריטיק ווערט געשריבן קלאר און געשמאק איז עס אפרישיעיטעד ביי די שרייבער מיינעך.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
חיים שטיין
שר האלפיים
תגובות: 2478
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:09 pm

Re: באמערקונגען און רעאקציעס אויף אידישע ליטעראטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שטיין »

ביי שריפט און שטיבל האב איך געזען אז ביי רעדאקציע רעכנען זיי אויס די שרייבער, לדעתי איז עס א טעות א שרייבער ווערט נישט אנגערופן רעדאקציע ַ
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.

מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6231
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: באמערקונגען און רעאקציעס אויף אידישע ליטעראטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

וואס זאגט איר צו דער ארטיקל פון אייזיק האניג וואס זאגט איר צו הרב ליבערמאנ'ס ארטיסטישע פעדער?
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1706
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

Re: באמערקונגען און רעאקציעס אויף אידישע ליטעראטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

זייט געווארענט עס געפונט זיך די שם הויה אויף א פיקטשער אין די בארא פארק בילדער פראיעקט אין די שריפט

אויב כ'דענק גוט איז עס ביי די בילד פון פינטערס אנטיק
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
אוועטאר
איטר יד
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 6:24 pm
לאקאציע:אויף די לינקע זייט

Re: באמערקונגען און רעאקציעס אויף אידישע ליטעראטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטר יד »

איך האב באמערקט אז די מאמענט האט זייער אסאך (פינעף - זעקס איז אסאך פאר זיי) ספעלינג טעותים, עס פלעגט נישט זיין אזוי.
עס זעהט אויס ווי זיי האבן זיך זיער געיאגט אדער האב זיך חיים לעווי אפגעזאגט..

בינעך די איינציגסטער וואס האט דאס באמערקט?
זיי דן דיין חבר גאר שיין, ווי די ווילסט מען זאל דן זיין דיר אליין. ווייל ווען מען וועט דיר אמאל דן זיין, און דארט וועט דיין טענה זיין, מען זאל דיר אויך נאר גוט דן זיין. (מיכאל)
אוועטאר
רויטע קרעיאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 07, 2022 1:25 pm

Re: באמערקונגען און רעאקציעס אויף אידישע ליטעראטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויטע קרעיאן »

טינט האט געשריבן: זונטאג אפריל 09, 2023 1:54 am
קיל.

קודם ווען איז עס "מיר", און ווען ווערט עס "איך"?

צווייטנס, איר שרייבט גאר גאר באטעמט. איך גלייך אייער שפראך.

דריטנס, פארוואס איז נישט די מעסעדש א תגובה אין איינע פון די אנדערע אשכולות געמאכט דעם זעלבן צוועק, א שטייגער ווי געבן רעאקציעס און באמערקונגען אויף די אידישע ליטעראטור?

וועט איר אנהייבן דא שרייבן אפט מיינונגען איבער אידישע ליטעראטור אין דזשענעראל ? וועט איר דא לופטערן וועכנטליך א מיינונג אויף די נייע אויסגאבעס?

קלארט אונז אויס ביטע
אדאנק פאר דער קאמפלימענט, אנדערע אשכולות זענען ספעציפיש, סיי צו א געוויסער אויסגאבע אדער צו א צייט, סעזאן אדער אויסגעשטעלט אז עס לויפט נישט גענעראל.

די פלאן איז צו לופטערן מיינונגען אין ארטיקלען און אויסגאבעס, מיט אן אגענדער-פרייער צוגאנג, מען וועט גערן טיילן קאמפלימענטן אבער פון צווייטן זייט זיין אמת'דיג.

די באמערקונגען זענען מיינונגען פון איין מאן און יעדער קען דאס אננעמען אדער אפווארפן, עס ווערט מיטגעטיילט פאר אונטערהאלטונג.
א צעבראכענער און גאנצער קרעיאן, קאלירן ביידע די זעלבע.
אוועטאר
רויטע קרעיאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 07, 2022 1:25 pm

Re: באמערקונגען און רעאקציעס אויף אידישע ליטעראטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויטע קרעיאן »

fiena nieas האט געשריבן: דינסטאג אפריל 11, 2023 2:12 am
וואס זאגט איר צו דער ארטיקל פון אייזיק האניג וואס זאגט איר צו הרב ליבערמאנ'ס ארטיסטישע פעדער?
דער ארטיקל פון דער זינגער ר' אייזיק האניג הי"ו וואס איז געווען געדרוקט אין מאמענט איז גענוי אט וואס מען קען ערווארטן פון א געלונגענער אינטערוויו איבער די ביאגראפיע און קאריערע פון א לאנגיעריגער שטימע מייסטער.

די ארטיקל פארמאגט נישט קיין רירנדע אדער דראמאטישע ליניעס וועלכע זאלן פירן דעם ליינער צו אן עמאציאנעלער פלאץ, עס לאזט נישט איבער מיט קיין אפדרוקן פון ווערן אינגאנצן איבערגענומען אבער עס ברענגט הנאה, ספעציעל ווען מען אינטערוויואירט א פערזענליכקייט וואס באשיינט שוין דעם ארענע אזויפיל יאר מיט אן אייגנארטיגער צוריקגעשטאנענקייט און איידלקייט.

גוטע פראגעס, הערליך געשריבן, א שיינע ארבעט וואס איך בין זיכער די פאמיליע וועט שטאלצירן און אוועקלייגן.

איטר יד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 11, 2023 2:10 pm
איך האב באמערקט אז די מאמענט האט זייער אסאך (פינעף - זעקס איז אסאך פאר זיי) ספעלינג טעותים, עס פלעגט נישט זיין אזוי.
עס זעהט אויס ווי זיי האבן זיך זיער געיאגט אדער האב זיך חיים לעווי אפגעזאגט..

בינעך די איינציגסטער וואס האט דאס באמערקט?
קענסט שיקן עטליכע ביישפילן?

עס זענען פארהאן גראמאטישע גרייזן, און עס זענען פארהאן גרייזן וועלכע פאסירן פון איילעניש, דרוק אדער פארזעעניש.

ווען כ'האב דערמאנט גרייזן אין א בליק, האב איך גערעדט פון עפעס וואס ווערט מערערע מאל געשריבן אומריכטיג, געבנדיג דעם איינדרוק אז דער שרייבער ביז ארויף צו די מגיהים לאזן דורך א גרייז.

איין ביישפיל, שרייבן זיי עטליכע מאל "אינטערוויו'ט," מיט א גרייזיגער שטרעכל וואס באלאנגט גענצליך נישט דארט, און זיי מאכן איבער דעם גרייז איינמאל און נאכאמאל.

א גריס פון א בליק'ס שטיבל ביילאגע. כ'האב געענדיגט ליינען דעם ארטיקל פון קרית טאהש.

עכט האב נישט געענדיגט ווייל עס האט מיר אויסגעזען ווי די ארטיקל האקט זיך אפ אינמיטן, כ'האב אן קיין ווערטל געדארפט באטראכטן די בלעטער אויב מיינע בנים ובנות האבן נישט פארוואנדלט דעם ביכל אין עטליכע באזונדערע ביילאגעס, כ'האב געמיינט פאר א סעקונדע אז עס פעלן בלעטער.

מיין אפציעלער אנטוישונג אויף די ארטיקל פון קרית טאהש. גאר שוואך דורכגעאקערט, אז מען פארט שוין יא אראפ ערגעץ, גאר ווייניג בילדער, אבי צע'מזיק'ט א גוטן טעמע.

עס זעט אויס ווי דער שרייבער איז פונקט דארט געווען פאר א שמחה און באשלאסן לאמיר שיסן צוויי פייגל אין איין שאס. די פראבלעם איז אז אין קאנאדע טאר מען נישט שיסן.
לעצט פארראכטן דורך רויטע קרעיאן אום דינסטאג אפריל 11, 2023 4:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א צעבראכענער און גאנצער קרעיאן, קאלירן ביידע די זעלבע.
פלעסטיק
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 12:56 am

Re: באמערקונגען און רעאקציעס אויף אידישע ליטעראטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעסטיק »

אפשר קען מען פועל׳ן ביי די צייטונגען אז זיי זאלן אנהייבן וועכענטליך ערשיינען אויף גלאסי פאפיר? עס ליינט זיך א מחיה, איך פארשטיי עס קאסט מער, אבער איך גלייב אז מער מענטשן וועלן עס קויפן און אפילו די אדווערטייזערס וועלן זיך צוכאפן דערצו.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: באמערקונגען און רעאקציעס אויף אידישע ליטעראטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

רויטע קרעיאן האט געשריבן: דינסטאג אפריל 11, 2023 4:12 pm
א גריס פון א בליק'ס שטיבל ביילאגע. כ'האב געענדיגט ליינען דעם ארטיקל פון קרית טאהש.

עכט האב נישט געענדיגט ווייל עס האט מיר אויסגעזען ווי די ארטיקל האקט זיך אפ אינמיטן, כ'האב אן קיין ווערטל געדארפט באטראכטן די בלעטער אויב מיינע בנים ובנות האבן נישט פארוואנדלט דעם ביכל אין עטליכע באזונדערע ביילאגעס, כ'האב געמיינט פאר א סעקונדע אז עס פעלן בלעטער.

מיין אפציעלער אנטוישונג אויף די ארטיקל פון קרית טאהש. גאר שוואך דורכגעאקערט, אז מען פארט שוין יא אראפ ערגעץ, גאר ווייניג בילדער, אבי צע'מזיק'ט א גוטן טעמע.

עס זעט אויס ווי דער שרייבער איז פונקט דארט געווען פאר א שמחה און באשלאסן לאמיר שיסן צוויי פייגל אין איין שאס. די פראבלעם איז אז אין קאנאדע טאר מען נישט שיסן.
דאס שטימט לגמרי נישט מיט דיין ערשטע תגובה אז דו גייסט קיינעם נישט ווייטון און נישט גיין שארף. זאגן א ווארט קאסטראקטיוו קריטיק באהאלטן אונטער קאמפלימענטן מהיכי תיתי, אבער אראפרייסן און קריטיקירן א שרייבער וואס באקומען באצאלט קוים אפאר רויטע צענט און פרובירט צו ברענגען עפעס נארמאל צו ליינען, דאס איז נישט אויסגעהאלטן לענ"ד. ביסט נישט צופרידן קויף נישט, אבער סתם אראפרייסן האט נישט קיין פשט.

דיסקלעמער, כ'האב גארנישט מיט טאהש אדער מיט בליק אדער מיט טעלער.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
רויטע קרעיאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 07, 2022 1:25 pm

Re: באמערקונגען און רעאקציעס אויף אידישע ליטעראטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויטע קרעיאן »

יצחק אייזיק האט געשריבן: דינסטאג אפריל 11, 2023 4:27 pm

איך בין אויפריכטיג. און איך מיין אז דאס איז קאנסטראקטיווע קריטיק.

כ'האב געשפירט אז ס'איז זייער קורץ, דער שרייבער ווייסט מען הסתם בעסער ווי מיר און דיר און האט לכאורה א גרייטער תירוץ דערויף, אפשר לעצט מינוטיג אדער עפעס אנדערש, אבער איך בין אנטוישט, דער שרייבער פון די קרית טאהש ארטיקל איז גענוג א גרויסער שטערן אין די ליניע אז ער זאל קענען האנדלען מיט אזא סארט באמערקונג.

ס'איז א קאמפלימענט. מיר וואלטן געוואלט דער ארטיקל זאל זיין לענגער...
א צעבראכענער און גאנצער קרעיאן, קאלירן ביידע די זעלבע.
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6231
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: באמערקונגען און רעאקציעס אויף אידישע ליטעראטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

רויטע קרעיאן האט געשריבן: דינסטאג אפריל 11, 2023 3:52 pm
fiena nieas האט געשריבן: דינסטאג אפריל 11, 2023 2:12 am
וואס זאגט איר צו דער ארטיקל פון אייזיק האניג וואס זאגט איר צו הרב ליבערמאנ'ס ארטיסטישע פעדער?
דער ארטיקל פון דער זינגער ר' אייזיק האניג הי"ו וואס איז געווען געדרוקט אין מאמענט איז גענוי אט וואס מען קען ערווארטן פון א געלונגענער אינטערוויו איבער די ביאגראפיע און קאריערע פון א לאנגיעריגער שטימע מייסטער.

די ארטיקל פארמאגט נישט קיין רירנדע אדער דראמאטישע ליניעס וועלכע זאלן פירן דעם ליינער צו אן עמאציאנעלער פלאץ, עס לאזט נישט איבער מיט קיין אפדרוקן פון ווערן אינגאנצן איבערגענומען אבער עס ברענגט הנאה, ספעציעל ווען מען אינטערוויואירט א פערזענליכקייט וואס באשיינט שוין דעם ארענע אזויפיל יאר מיט אן אייגנארטיגער צוריקגעשטאנענקייט און איידלקייט.

גוטע פראגעס, הערליך געשריבן, א שיינע ארבעט וואס איך בין זיכער די פאמיליע וועט שטאלצירן און אוועקלייגן.
איך הער אבער סאיז זייער "ארטיסטיש" וואס נאר די מלך השרייבערס קען
אוועטאר
רויטע קרעיאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 07, 2022 1:25 pm

Re: באמערקונגען און רעאקציעס אויף אידישע ליטעראטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויטע קרעיאן »

אין די סאפארי פראיעקט פון די קינדער שטיבל בייגעלייגט אין דער בליק, מיט בילדער און קורצע באריכטן פון א באזוך אין דער סאפארי אין אריזאנע, וואס אגב וואונדער איך זוך אויב אין אריזאנע איז דא שניי ווייל אין די בילדער זעט מען שניי.

איז דער שרייבער לאכט עטליכע מאל אפ פון די סאפארי'ס זיכערהייט רעגולאציעס, ער מאכט א געלעכטער דערפון און שרייבט אז ווי פארשטענדליך האט ער דאס נישט איינגעהאלטן און יא געלאזט אפן זיין פענסטער נעבן די באשעפענישן.

מילא אן אויסגאבע פאר ערוואקסענע, א דעבאטע פאר זיך, אבער א ביכל פאר קינדער, מיט צארטע הערצער, האלט איך אז אזא זאך איז א שטארקע גרייז, א קינד דארף ליינען אלעמאל אז מען האלט איין רעגולאציעס, מען פאלגט, ווייל אויב ערוואקסענע דארפן נישט פאלגן פארוואס זאל ער יא דארפן פאלגן, עס ברענגט אריין א געוואלדיגע קאלטקייט ספעציעל ווען מען רעדט פון א זיכערהייט פארלאנג צו האלטן פענסטערס צוגעמאכט ווייל באשעפענישן קענען שעדיגן.
א צעבראכענער און גאנצער קרעיאן, קאלירן ביידע די זעלבע.
אוועטאר
חוט של חסד
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 18, 2022 6:42 pm
לאקאציע:צווישן ירושלים און בארא פארק...

Re: באמערקונגען און רעאקציעס אויף אידישע ליטעראטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוט של חסד »

האט איינער געליינט די ארטיקל אין "די וואך אין שריפט" איבער א היימישער אוואנטאריסט א בעל תשובה וואס האט געוויילט איבער 10 יאר אין די אפריקאנער דזשאנגלען?

ס'ליינט זיך ווי א איבערגעזעצטער ארטיקל פון אן אנדערע שפראך וואס דער איבערזעצער איז נאך ניי אין די פעלד פון איבערזעצן...
"עס וועט זיי אך באנק טון די נצחונות!"
אוועטאר
יער
שר האלפיים
תגובות: 2342
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: באמערקונגען און רעאקציעס אויף אידישע ליטעראטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

חוט של חסד האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 13, 2023 11:11 pm
האט איינער געליינט די ארטיקל אין "די וואך אין שריפט" איבער א היימישער אוואנטאריסט א בעל תשובה וואס האט געוויילט איבער 10 יאר אין די אפריקאנער דזשאנגלען?

ס'ליינט זיך ווי א איבערגעזעצטער ארטיקל פון אן אנדערע שפראך וואס דער איבערזעצער איז נאך ניי אין די פעלד פון איבערזעצן...
איך ווייס נישט וועגן איבערזעצן, אבער די ארטיקל זעלבסט איז געווען זייער אינטערעסאנט! אפשר א טראפקעלע צו קורץ.
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
תירוצים
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: באמערקונגען און רעאקציעס אויף אידישע ליטעראטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תירוצים »

fiena nieas האט געשריבן: דינסטאג אפריל 11, 2023 2:12 am
וואס זאגט איר צו דער ארטיקל פון אייזיק האניג וואס זאגט איר צו הרב ליבערמאנ'ס ארטיסטישע פעדער?
ארטיסטיש ביז גאר. אבנארמאל!

געברויכט איבערליינען א צווייט מאל וויבאלד ביים ערשטן האב איך בלויז געפאוקוסט אויפן שרייבעריי.
אוועטאר
משפטים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 08, 2023 11:20 am

Re: באמערקונגען און רעאקציעס אויף אידישע ליטעראטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משפטים »

פלעסטיק האט געשריבן: דינסטאג אפריל 11, 2023 4:15 pm
אפשר קען מען פועל׳ן ביי די צייטונגען אז זיי זאלן אנהייבן וועכענטליך ערשיינען אויף גלאסי פאפיר? עס ליינט זיך א מחיה, איך פארשטיי עס קאסט מער, אבער איך גלייב אז מער מענטשן וועלן עס קויפן און אפילו די אדווערטייזערס וועלן זיך צוכאפן דערצו.
דער איד פלעגט אמאל פרינטן די איידער אפטיילונג מיט גלאסי פאפיר, זיי האבן געסטאפט ווייל זיי טענהנן אז סדארף אריינגיין צום פרינט זייער פרי.

וואס יא, די פאמיליע אפטיילונג וואס ווערט סייווי געפרינט פריער קען ווען זיין גלאסי....
מיין טאגליכע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:12 pm
ער האט מיך איינגעבאבילט שטיתים און אויףגעבאבילט שטיתים
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: באמערקונגען און רעאקציעס אויף אידישע ליטעראטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

רויטע קרעיאן האט געשריבן: דינסטאג אפריל 11, 2023 3:58 pm
איטר יד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 11, 2023 2:10 pm
איך האב באמערקט אז די מאמענט האט זייער אסאך (פינעף - זעקס איז אסאך פאר זיי) ספעלינג טעותים, עס פלעגט נישט זיין אזוי.
עס זעהט אויס ווי זיי האבן זיך זיער געיאגט אדער האב זיך חיים לעווי אפגעזאגט..

בינעך די איינציגסטער וואס האט דאס באמערקט?
קענסט שיקן עטליכע ביישפילן?

עס זענען פארהאן גראמאטישע גרייזן, און עס זענען פארהאן גרייזן וועלכע פאסירן פון איילעניש, דרוק אדער פארזעעניש.

ווען כ'האב דערמאנט גרייזן אין א בליק, האב איך גערעדט פון עפעס וואס ווערט מערערע מאל געשריבן אומריכטיג, געבנדיג דעם איינדרוק אז דער שרייבער ביז ארויף צו די מגיהים לאזן דורך א גרייז.

איין ביישפיל, שרייבן זיי עטליכע מאל "אינטערוויו'ט," מיט א גרייזיגער שטרעכל וואס באלאנגט גענצליך נישט דארט, און זיי מאכן איבער דעם גרייז איינמאל און נאכאמאל.
מען דארף די שטרעכל צו אנצייגן וואו דער שם דבר ענדיגט זיך און עס הייבט זיך אן דער פועל. זייענדיג א נייער וועג פון עס שרייבן אין אידיש כאפט מען דאס נישט אזוי אויף. אינטערוויואירט איז פונקט אזוי גרייזיג, און זייער גוט טוען זיי פארן אויפקומען מיט א בעסערער ווארט אנשטאט
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
רויטע קרעיאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 07, 2022 1:25 pm

Re: באמערקונגען און רעאקציעס אויף אידישע ליטעראטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויטע קרעיאן »

הנאה געהאט פון די דראמאטישע און גאר זעלטענע געשיכטע אין דער איד'ס 'שילדערונגען' ביילאגע, דורך וואלף ליכט.

די געשיכטע רעדט זיך פון א אידישער פאמיליע וואס איז געשטראנדעט געווארן אין די קרוגער פארק אין רעזולטאט פון אן עקסידענט. אזא געשיכטע איז אינטערסאנט, היימיש, דראמאטיש, פארמאגט א גוטע ענדע און צייגט אז דער שרייבער האט געמאכט היימארבעט צו שאפן א גוטן ארטיקל.
א צעבראכענער און גאנצער קרעיאן, קאלירן ביידע די זעלבע.
אוועטאר
רויטע קרעיאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 07, 2022 1:25 pm

Re: באמערקונגען און רעאקציעס אויף אידישע ליטעראטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויטע קרעיאן »

מי חכם האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 13, 2023 11:45 pm
רויטע קרעיאן האט געשריבן: דינסטאג אפריל 11, 2023 3:58 pm
איטר יד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 11, 2023 2:10 pm
איך האב באמערקט אז די מאמענט האט זייער אסאך (פינעף - זעקס איז אסאך פאר זיי) ספעלינג טעותים, עס פלעגט נישט זיין אזוי.
עס זעהט אויס ווי זיי האבן זיך זיער געיאגט אדער האב זיך חיים לעווי אפגעזאגט..

בינעך די איינציגסטער וואס האט דאס באמערקט?
קענסט שיקן עטליכע ביישפילן?

עס זענען פארהאן גראמאטישע גרייזן, און עס זענען פארהאן גרייזן וועלכע פאסירן פון איילעניש, דרוק אדער פארזעעניש.

ווען כ'האב דערמאנט גרייזן אין א בליק, האב איך גערעדט פון עפעס וואס ווערט מערערע מאל געשריבן אומריכטיג, געבנדיג דעם איינדרוק אז דער שרייבער ביז ארויף צו די מגיהים לאזן דורך א גרייז.

איין ביישפיל, שרייבן זיי עטליכע מאל "אינטערוויו'ט," מיט א גרייזיגער שטרעכל וואס באלאנגט גענצליך נישט דארט, און זיי מאכן איבער דעם גרייז איינמאל און נאכאמאל.
מען דארף די שטרעכל צו אנצייגן וואו דער שם דבר ענדיגט זיך און עס הייבט זיך אן דער פועל. זייענדיג א נייער וועג פון עס שרייבן אין אידיש כאפט מען דאס נישט אזוי אויף. אינטערוויואירט איז פונקט אזוי גרייזיג, און זייער גוט טוען זיי פארן אויפקומען מיט א בעסערער ווארט אנשטאט
שרייבן אינטערוויו'ט איז גרייזיג.
א צעבראכענער און גאנצער קרעיאן, קאלירן ביידע די זעלבע.
אוועטאר
חוט של חסד
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 18, 2022 6:42 pm
לאקאציע:צווישן ירושלים און בארא פארק...

Re: באמערקונגען און רעאקציעס אויף אידישע ליטעראטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוט של חסד »

משפטים האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 13, 2023 11:37 pm
דער איד פלעגט אמאל פרינטן די איידער אפטיילונג מיט גלאסי פאפיר, זיי האבן געסטאפט ווייל זיי טענהנן אז סדארף אריינגיין צום פרינט זייער פרי.
און אויך צוליב די שרעקליך הויכע פרייזן

א ביילאגע פון 30 זייטן גליטשיגע פאפיר קאסט בערך א דאלאר צו פראדוצירן.

ביז קאוויד האט עס געקאסט בערך האלב אבער מיט אינפאלאציע איז עס געשטיגן צו דאפלט.
"עס וועט זיי אך באנק טון די נצחונות!"
אוועטאר
חוט של חסד
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 18, 2022 6:42 pm
לאקאציע:צווישן ירושלים און בארא פארק...

Re: באמערקונגען און רעאקציעס אויף אידישע ליטעראטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוט של חסד »

רויטע קרעיאן האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 13, 2023 11:48 pm
שרייבן אינטערוויו'ט איז גרייזיג.
גא"מ כיהודה ועוד לקרא
"עס וועט זיי אך באנק טון די נצחונות!"
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”