Re: סדר-נאכט ביים שווער
גאליציאנע פרעזידענט האט געשריבן: ↑ מיטוואך אפריל 19, 2023 1:35 pmדיין מעשה איז בערך די זעלבע ווי מיינס (אן די ער"פ מיט די סיום) פלעין די סיטואציע ביים סדר נאר פארקערט מיין טאטע זז"ג קען ענדיגט געווענטליך נאכן עלות און ביים שווער זז"ג איז מען מורא'דיג מקפיד צו אז הלל זאל זיין פאר חצות, און איך האלט עס נישט אויס שוין פון ר"ח ניסן יאג איך מיך צום יו"ט, שוין גענוג געוועהן כ'הא'געמיינט זמן חרותינו הא?יש משהו האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 09, 2023 1:08 amא גוטן מועד...
כ'האב מחליט געווען אז מ'גייט דא פאשרייבן פאר א זכרון, וויאזוי עס האט אויסגעקוקט די ערשטע (מ'האפט אויך אז די לעצטע....) פסח ביי מיין שווער זאל זיין געזונט....
איך וויל נאר קלארמאכן פארדעם, אז מיין שווער איז גאר א וואוילע יוד, און ער מיינט גארנישט קיין שלעכטס, און ער האט מיר גראדע גאר אסאך ארויסגעהאלפן אין מיין לעבן.
נאכ'ן קאכעדיגע הלל, האב איך שוין געוואוסט פון לאנג, אז מיין שווער קומט אייביג אהיים נאך מיר... קודם כל, ווייל ער האלט ר"ת און איך נישט.. און צווייטנס כל.... ווייל אזוי איז עס... ווי שפעט איך גיי נאר נישט קומען - גייט ער קומען נאך שפעטער... און א וואך וואס איך גיי דעסיידן - אז די וואך קום 'איך' 'שפעט' - פונקט יענע וואך גייט ער יא קומען פרי, און איך גיי זיין די לאזע"ר וואס גייט אנקומען אינמיטן די פיש... און אלע גייען זיך וואונדערן פארוואסאיך בין געקומען שפעט... כאילו ס'איז די ערשטע מאל וואס זיי זעען איינער אנקומען שפעט....
שוין, איז נאכ'ן דאווענען האב איך גע'שמועסט נאך מיט א חבר... געלערנט אין א חסיד'יש ספר... און געגאנגען ריכטונג מיין שווער.
איך קום אן מיט די געשמאקגע 'טיומטיב'דיגע שמייכל... ט'יומטיב ט'יומטיב.... שא.... אלעס איז שטיל... ס'קוקט נישט אויס אז דא גייט היינט פארקומען א סדר-נאכט מיט קינד און קייט...
זעט אויס אז מיין שוואגער'ס האבן שוין בעסער געוואוסט... און זיי זענען טאקע אנגעקומען נאך שפעטער.. און צוביסלעך האט די עולם אנגעהויבן צו קומען, און זיך גרייטן צום גרויסע הייליגע נאכט.... ס'האט גענומען א שטיק צייט.... זעט אויס אז מ'האט נאכנישט אריינגעברענגט א נייע גירסא "קדש, ווען די שווער קומט אהיים פון שוהל וכו' כדי די איידימער זאלן נישט איינשלאפן..." אפשר מיט די יארן....
ענדליך, איז געקומען די צייט פאר קידוש, ביי מיין שווער אין שטוב טרינקט מען נישט מיט זילבערנע בעכער'ס, נאר מיט גרויסע קריסטאלענע גלעזער....און איך האב באקומען די גאר-גרויסע... שוין, א כפרה... ווילאנג ס'איז נאר גרעיפ-דזשאוס - דארף מיין ווייב נישט מורא האבן..... און א פערטל צו עלעף, איז פארגעקומען די גאר דעהויבענע קידוש... די שהחיינו וקימנו האט זיך געשפירט אנדערש.... מ'האט זוכה געווען... ווער האט זיך געגלייבט...
מ'גייט ווייטער אזוי רוהיג צו ורחץ.. כרפס.. יחץ... (מייין מצה האט עפעס נישט מיטגעארבעט מיט מיר דאס יאר.... ער האט זיך נישט צובראכן אזוי פונקט האלב האלב - אז די גאנצע עולם זאל זיך ברעכן קאפ פאר 10 מינוט וואס איז גרעסער.... ער האט זיך גלייך צוטיילט א פערטל מיט א דרייפערטל.. און די 'וואס איז גרעסער' האט מען נאר געפרעגט ווייל אזוי איז די מנהג...)
מגיד! מ'הייבט אן מיט די גאנצע פרישקייט... אינמיטן הייבט מען אן כאפן... אז חצות איז שוין נישט אזוי ווייט.... און לויט ווי עס קוקט אויס... לפי די רוהיגע איינגענעמע מצב... גייט מען זיך מוזן יאגן ביים 'עלות'.... כאטש צו כאפן די עלות... אפשר ביי מיין שווער איז נישטא אזא זאך ווי חצות?... כ'גלייב נישט...
אבער וואס יא, איך האב כאטש אויסגענוצט די געלעגנהייט און געזאגט פאר מיין אשת חיל.... אז - זעהסט... דיין טאטע כאפט אויך נישט אייביג חצות..... ודוק....
אייין שוואגער מיינער, האט געהאט די גאט''ס צי זאגן פאר מיין שווער אז ס'שוין באלד חצות.... און ער זאגט יא אוודאי..... מ'וועט רוהיג כאפן... נאך דא צייט... (אבער ער האט עס געזאגט מיט אזא מין רוהיגקייט.. כאילו ס'איז יעצט 8 אזייגער...) נא נא.. העמיר זען.... ביי מה נשתנה איז געווען איינע פון די איינקלעך וואס האט אזוי זיס געזאגט ברוב תמימותה 'מה נשמע'נה'..... און איך האב שוין נישט געדאפט מער.... כ'האב עס אפגעקויפט... א צווייטע זיסקייט האט אזוי געזינגען עומדים עלינו מעכאוואויסיינו'... מיך דערמאנענדיג מיין קלייינע ברודער וואס האט זיך אמאל אזוי צוזינגען מיטן באוויסטן בענטשן ניגון 'פותח את ידיך ומשיח לכל חי רצון....' אההה... תינוקות לבית רבן....
די צייט הייבט אן פארן... און ב"ה אכילת מצה האט מען געכאפט פאר חצות!!!! מי היה מאמין!!! פאר חצות!!!!!
אונז איידימער האבן זיך געיאגט און אליין אנגעיאגט די מרור אויך.. (טאקע, יעצט, מוצאי שבת, פאר אפאר מינוט צוריק שיקט מיר מיין קאזן מיינע - די זעלבע פון די התרת נדרים... - א טעקסט, אז 'זיין שווער האט אים געגעבן מרור.....'), איין שוואגער האט אפי' פרובירט נאך צו אריינכאפן כורך אויכעט - און דעמאלס האט שוין די עלטערע שוואגער אנגעהויבן צו פארפירן אז ער איז א מורד... וואס הייסט?! ער שטעלט זיך נישט צו צום שווער!!! ער ווארט אים נישט!! איי, פאר 2 מינוט צוריק ביסטו געווען אין די זעלבע מצב.... לא ירדתי עד סוף דעתו.... און ווען ער האט אגעהויבן היסן... איז דאס טאקע געווען די סיבה... ווייל ער איז א מורד אינעם שווער!!!!
די מרור איז טאקע נישט געווען עפעס מורא'דיג ציפעדיג... (זעהט אויס אז מ'האט שוין געהאט א גאנץ יאר....) אבע מיין שווער עסט נאר שטיקער מרור און בכלל נישט פון די גרינע בלעטער.... דאס איז שוין א מדריגה.... און א עבודה....
אינמיטן סעודה האט מיין שוווער פארציילט עפעס וועגן א עלטער זיידע וואס ס'איז היינט די יארצייט... און ער האט עפעס גערעדט פון דעם, אז נאך די מלחמה האבן נאך יודן געוואוינט אין אונגערן וכו', און אז עסטרייך האט געהערט צו רוסלאנד און זיי האב שפעטער אפגעלאזט... געט'ס זיך מיין שוואגער - א בחור - א רוף אן... אוודאי... זיי האבן נאר געזען ווער די עסטרייכער'ס זענען.... און זיי האבן גלייך אפגעלאזט... והמבין יבין...
בקיצור, אזוי האט זיך געפירט די סדר ווייטער... און ביי צפון, האט מיין ווייב מיר געבטן אן אפיקומן... קיינמאל נישט געוואוסט פון אזא מנהג - אז ווייבער גנב'ענען אפיקומן... (נאכדערצי ווען ס'איז אזוי טייער....) כ'האב איר קלאר געזאגט, מיטן גאנצן שטאלץ: נישט קיין שום פראבלעם!!
אבער...
בעט די געלט פון דיין טאטע.....
צפון... ברך... הלל... נרצה...
ב"ה אן הערליכע סדר געווען! געענדיגט ארום פירער... און ס'געווען ממש דעהויבן!!
לעב מיט אמונה