ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

נישט יעדער ווייסט, אבער עירובי חצרות איז נישט ווי עירובי תבשילין.

עירובי חצרות איז נישט איין מצה פארפאקט אין די קאו’’ט קלאזע’’ט.

- א בילדונג פון אפאר משפחות דארף אפאר מצות.
מ’דארף האבן א גרוגרות פאר יעדן איינוואוינער. בערך א האלבע חמץ’דיגע מצה, און א פערטל פסח’דיגע פאר יעדן איינוואוינער.

-די עירוב דארף ליגן אין א געהעריגע שטוב ווי מ’קען עסן. נישט אין די האו’’ל.
און ס’דארף זיין א שטוב פון ד’ על ד’ אמות.

-אויב דער וואס האלט דער עירוב איז אין קאנטרי קען מען ’נישט’ טראגן. די עירוב איז אויף פאו’’ז דאס מיינט אז מ’טאר נישט ארויסטראגען גארנישט פון די דירה צו די האלוועי.
אויסער אויב איינער האט עקסע’’ס צו די דירה.

וואס נאך?

ווער קען צולייגן פשטו’ע אפענע הלכות פון שולחן ערוך?
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14413
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

פאראויס האט געשריבן: זונטאג אפריל 09, 2023 5:08 pm
נישט יעדער ווייסט, אבער עירובי חצרות איז נישט ווי עירובי תבשילין.

עירובי חצרות איז נישט איין מצה פארפאקט אין די קאו’’ט קלאזע’’ט.

- א בילדונג פון אפאר משפחות דארף אפאר מצות.
מ’דארף האבן א גרוגרות פאר יעדן איינוואוינער. בערך א האלבע חמץ’דיגע מצה, און א פערטל פסח’דיגע פאר יעדן איינוואוינער.

-די עירוב דארף ליגן אין א געהעריגע שטוב ווי מ’קען עסן. נישט אין די האו’’ל.
און ס’דארף זיין א שטוב פון ד’ על ד’ אמות.

-אויב דער וואס האלט דער עירוב איז אין קאנטרי קען מען ’נישט’ טראגן. די עירוב איז אויף פאו’’ז דאס מיינט אז מ’טאר נישט ארויסטראגען גארנישט פון די דירה צו די האלוועי.
אויסער אויב איינער האט עקסע’’ס צו די דירה.
און מ'דארף וויסן וואו אין די דירה ס'ליגט

וואס נאך?

ווער קען צולייגן פשטו’ע אפענע הלכות פון שולחן ערוך?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4661
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

פאראויס האט געשריבן: זונטאג אפריל 09, 2023 5:08 pm
- א בילדונג פון אפאר משפחות דארף אפאר מצות.
מ’דארף האבן א גרוגרות פאר יעדן איינוואוינער. בערך א האלבע חמץ’דיגע מצה, און א פערטל פסח’דיגע פאר יעדן איינוואוינער.
ביז 18 גרוגרות.
פאראויס האט געשריבן: זונטאג אפריל 09, 2023 5:08 pm
-די עירוב דארף ליגן אין א געהעריגע שטוב ווי מ’קען עסן. נישט אין די האו’’ל.
און ס’דארף זיין א שטוב פון ד’ על ד’ אמות.
די רמ"א פסק'ט אז היינטיגע צייטן קען מען האלטן די עירוב אין שוהל ווייל אונזערע עירובי חצירות האט א דין שיתופי מבואות, לכאורה מוז נישט זיין די איבריגע הלכות וואס גייט זישט אן ביי שיתופי מבואות
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

קענסט מסביר זיין אין אידיש דיין לעצטע שורה?

וואס איז די חילוק פון עירוב און שיתוף, און פארוואס זאל א בזמננו זיין אנדערש?
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

נאך א הלכה. מען זאל לכתחילה ארויסזאגן אז מ’מאכט די עירוב אויף פאר די שכנים וואס וועלן צוקומען במשך’ן יאר.

נאך;
אויב איז די בע’’ק יארד אפען (ברובו) צום שכן אדער צו די בנינים אקעגן איבער, מוז מען מאכן די עירוב אינאיינעם!
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

sheetrock האט געשריבן: זונטאג אפריל 09, 2023 5:11 pm
פאראויס האט געשריבן: זונטאג אפריל 09, 2023 5:08 pm
נישט יעדער ווייסט, אבער עירובי חצרות איז נישט ווי עירובי תבשילין.

עירובי חצרות איז נישט איין מצה פארפאקט אין די קאו’’ט קלאזע’’ט.

- א בילדונג פון אפאר משפחות דארף אפאר מצות.
מ’דארף האבן א גרוגרות פאר יעדן איינוואוינער. בערך א האלבע חמץ’דיגע מצה, און א פערטל פסח’דיגע פאר יעדן איינוואוינער.

-די עירוב דארף ליגן אין א געהעריגע שטוב ווי מ’קען עסן. נישט אין די האו’’ל.
און ס’דארף זיין א שטוב פון ד’ על ד’ אמות.

-אויב דער וואס האלט דער עירוב איז אין קאנטרי קען מען ’נישט’ טראגן. די עירוב איז אויף פאו’’ז דאס מיינט אז מ’טאר נישט ארויסטראגען גארנישט פון די דירה צו די האלוועי.
אויסער אויב איינער האט עקסע’’ס צו די דירה.
און מ'דארף וויסן וואו אין די דירה ס'ליגט
יעדער פון די שכנים דארף עס וויסן? ביטע צייכען צו.

וואס נאך?
ווען מ’גייט אוועק אויף שבת; מ’קען אויך פשוט געבן די עירוב פאר א צוויטע שכן צו האלטן.
ווער קען צולייגן פשטו’ע אפענע הלכות פון שולחן ערוך?
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
משלנו
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 1:40 pm

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משלנו »

אין א פלאץ ווי ס'דא א ספק אויב סאיז דא אן עירוב, אדער סאיז דא אן עירוב וואס א טייל קהילות טראגן נישט דערמיט, מאכט מען עירובי חצירות מיט א ברכה ?
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4661
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

פאראויס האט געשריבן: מאנטאג אפריל 10, 2023 12:32 pm
קענסט מסביר זיין אין אידיש דיין לעצטע שורה?

וואס איז די חילוק פון עירוב און שיתוף, און פארוואס זאל א בזמננו זיין אנדערש?
איך זאג נישט, די רמ"א זאגט.

(איך האב געמיינט אז דו האסט געלערנט שו"ע פאר דו האסט גע'עפנט דעם אשכול, סארי)
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4661
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

משלנו האט געשריבן: מאנטאג אפריל 10, 2023 12:56 pm
אין א פלאץ ווי ס'דא א ספק אויב סאיז דא אן עירוב, אדער סאיז דא אן עירוב וואס א טייל קהילות טראגן נישט דערמיט, מאכט מען עירובי חצירות מיט א ברכה ?
די רבנים פון די קהילות האבן גע'פסק'נט וואס מען זאל טוהן.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

איך ווייס אז דו רמ’’א זאגט עס. כ’פרעג צו דו קענסט עס מסביר זיין
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7319
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

משלנו האט געשריבן: מאנטאג אפריל 10, 2023 12:56 pm
אין א פלאץ ווי ס'דא א ספק אויב סאיז דא אן עירוב, אדער סאיז דא אן עירוב וואס א טייל קהילות טראגן נישט דערמיט, מאכט מען עירובי חצירות מיט א ברכה ?
ווענדט זיך וועלכע פלאץ און וועמען מ'פרעגט..
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

משלנו האט געשריבן: מאנטאג אפריל 10, 2023 12:56 pm
אין א פלאץ ווי ס'דא א ספק אויב סאיז דא אן עירוב, אדער סאיז דא אן עירוב וואס א טייל קהילות טראגן נישט דערמיט, מאכט מען עירובי חצירות מיט א ברכה ?
גראדע,
די של’’ה הקדוש און נאך טייל פוסקים האלטן אז מ’קען מאכן א ברכה אפילו אויב די עירוב איז כשר אבער דו נעמסט נישט קיין טייל אין יענעם עירוב.

הובא באוצר הלכות
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4661
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

פאראויס האט געשריבן: מאנטאג אפריל 10, 2023 1:22 pm
איך ווייס אז דו רמ’’א זאגט עס. כ’פרעג צו דו קענסט עס מסביר זיין
די רמ"א אין שפ"ז איז שיין מסביר דאס וואס ער שרייבט אין שס"ו, פעלט נישט אויס נאך הסברים.
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4661
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

משלנו האט געשריבן: מאנטאג אפריל 10, 2023 12:56 pm
אין א פלאץ ווי ס'דא א ספק אויב סאיז דא אן עירוב, אדער סאיז דא אן עירוב וואס א טייל קהילות טראגן נישט דערמיט, מאכט מען עירובי חצירות מיט א ברכה ?
אין אמעריקא איז נישט שייך צו מאכן קיין עירובי חצרות אין שטעט ווי עס זענען דא גוים, ווייל מען קען נישט מאכן קיין שכירות רשות, די היינטיגע שר העיר האט נישט קיין רעכט צו האלטן קיין זאכן אדער מענטשן אין יענעם'ס חצר, ווי עס שטייט ארויסגעשריבן קלאר אין די אמעריקאנער קאנסטיטושן.
דריטע עמענדמענט אין די קאנסטיטוציע האט געשריבן:
No Soldier shall, in time of peace be quartered in any house, without the consent of the Owner, nor in time of war, but in a manner to be prescribed by law
פרייליכען
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 04, 2017 4:55 pm

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכען »

כפרה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 10, 2023 1:30 pm
משלנו האט געשריבן: מאנטאג אפריל 10, 2023 12:56 pm
אין א פלאץ ווי ס'דא א ספק אויב סאיז דא אן עירוב, אדער סאיז דא אן עירוב וואס א טייל קהילות טראגן נישט דערמיט, מאכט מען עירובי חצירות מיט א ברכה ?
אין אמעריקא איז נישט שייך צו מאכן קיין עירובי חצרות אין שטעט ווי עס זענען דא גוים, ווייל מען קען נישט מאכן קיין שכירות רשות, די היינטיגע שר העיר האט נישט קיין רעכט צו האלטן קיין זאכן אדער מענטשן אין יענעם'ס חצר, ווי עס שטייט ארויסגעשריבן קלאר אין די אמעריקאנער קאנסטיטושן.
דריטע עמענדמענט אין די קאנסטיטוציע האט געשריבן:
No Soldier shall, in time of peace be quartered in any house, without the consent of the Owner, nor in time of war, but in a manner to be prescribed by law
האסט אמאל געהערט פון eminent domain?
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4661
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

פרייליכען האט געשריבן: דינסטאג אפריל 11, 2023 1:40 am

eminent domain העלפט גארנישט פאר די נושא.

1) די ענין פון שכירת רשות מאכט אז דו קענסט זיך משתמש זיין להכניס ולהוציא בשעת דער גוי וואינט דארט, eminent domain מיינט דו קענסט עס אוועקנעמען פונעם גוי, נישט באניצן דערמיט בשעת ער איז דארט.

2) א שר העיר קען נישט אליינס אויספירן עמינענט דאמעין, ער מוז צוקימען צו די גאנצע סיטי קאנסיל און סטעיט סענאט סענאט וכו, די מגן אברהם זאגט שוין אין שצ"א אז א אויב מוז דער שר האבן רשות פון די יועצי המדינה הייסט נישט אז ער האט א כח פון א שר העיר. (בפרט אז מען קען גיין אין קארט און עס אינגאנצן אפווארפן)
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

צוויי דיינים אויף אייוועלט טענה’ן זיך ארום..

כ’מיין אז די נושא קען מען לאזן פאר די פוסקי זמננו
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

פאראויס האט געשריבן: דינסטאג אפריל 11, 2023 10:17 am
צוויי דיינים אויף אייוועלט טענה’ן זיך ארום..

כ’מיין אז די נושא קען מען לאזן פאר די פוסקי זמננו
מ'האלט שוין נאכדעם, די פוסקים האבן געטון די זעלבע זאך...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

לויט @כפרה איז דא א נייע שאלה אויף עירובי חצירות אין אמעריקע בכלל.

דאס איז א חידוש נפלא אזוי צו זאגן, די לעצטע צענדליגע יארן האט זיך כלל ישראל רבנן ותלמידיהון געריסן ביי די קעפ איבער די נושא פון עירובי חצירות, ווען די אוסרים האבן אפירגעזיכט יעדן לעכל צו אסר'ן און די מתירים לעומת זה האבן אפירגעזיכט יעדן לעכל צו כשר'ן, פארוואס איז מען נישט אויפגעקומען מיט דעם פראבלעם פון שכירת רשות? אינטערסאנט.
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

כפרה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 11, 2023 2:00 am
פרייליכען האט געשריבן: דינסטאג אפריל 11, 2023 1:40 am
כפרה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 10, 2023 1:30 pm
משלנו האט געשריבן: מאנטאג אפריל 10, 2023 12:56 pm
אין א פלאץ ווי ס'דא א ספק אויב סאיז דא אן עירוב, אדער סאיז דא אן עירוב וואס א טייל קהילות טראגן נישט דערמיט, מאכט מען עירובי חצירות מיט א ברכה ?
אין אמעריקא איז נישט שייך צו מאכן קיין עירובי חצרות אין שטעט ווי עס זענען דא גוים, ווייל מען קען נישט מאכן קיין שכירות רשות, די היינטיגע שר העיר האט נישט קיין רעכט צו האלטן קיין זאכן אדער מענטשן אין יענעם'ס חצר, ווי עס שטייט ארויסגעשריבן קלאר אין די אמעריקאנער קאנסטיטושן.
דריטע עמענדמענט אין די קאנסטיטוציע האט געשריבן:
No Soldier shall, in time of peace be quartered in any house, without the consent of the Owner, nor in time of war, but in a manner to be prescribed by law
האסט אמאל געהערט פון eminent domain?
eminent domain העלפט גארנישט פאר די נושא.

1) די ענין פון שכירת רשות מאכט אז דו קענסט זיך משתמש זיין להכניס ולהוציא בשעת דער גוי וואינט דארט, eminent domain מיינט דו קענסט עס אוועקנעמען פונעם גוי, נישט באניצן דערמיט בשעת ער איז דארט.

2) א שר העיר קען נישט אליינס אויספירן עמינענט דאמעין, ער מוז צוקימען צו די גאנצע סיטי קאנסיל און סטעיט סענאט סענאט וכו, די מגן אברהם זאגט שוין אין שצ"א אז א אויב מוז דער שר האבן רשות פון די יועצי המדינה הייסט נישט אז ער האט א כח פון א שר העיר. (בפרט אז מען קען גיין אין קארט און עס אינגאנצן אפווארפן)
אולי יש לשכור מהפב"א

רעדנדיג צו מיין רב דעם יום טוב איבער די שמועס דא, האט ער מיר געזאגט אז eminent domain קען מען בכלל נישט ניצן אלץ א היתר, ווייל די געזעץ פון עמינענט דאמעין פארלאנגט און דאס שטייט אויך ארויס אין קאנסטיטושן אז זיי מוזן באצאלן די שוויות פון די פארפערטי, זיי זענען טאקע חמסנים און צאלן נישט די פרייז וואס דער בעה"ב וויל, אבער חמסנות העלפט נישט פאר שכירות רשות, והבן.
אוועטאר
גדל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3341
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

כפרה האט געשריבן: פרייטאג אפריל 14, 2023 9:55 am

הגה"צ ר פישל הערשקוויטש זצ"ל האט גאהאלטען אז עס איז נישט קיין פראבלעם
וכן הגה"צ אבד אדווארי זצ"ל
וכן הגה"צ ר יעקב יצחק ניימאן זצ"ל
וכן הגה"צ ר יחזאל ראטה זצ"ל
וכן הגה"צ ר חיים לייב כץ שליט"א
דריידל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10193
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אפילו טאמער מ'וועט אננעמען אז שכירות רשות איז א פראבלעם ווייל די שר העיר קען זיך נישט באניצן מיט א פריוואטע רשות, דארף מען לכאורה קענען טראגן פון א הויז (וואס געהערט צו איינער וואס וויל די עירוב) צו די גאס אדער אין גאס פון איין פלאץ צום צווייטן.

איז דאס גערעכט?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10193
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

משלנו האט געשריבן: מאנטאג אפריל 10, 2023 12:56 pm
אין א פלאץ ווי ס'דא א ספק אויב סאיז דא אן עירוב, אדער סאיז דא אן עירוב וואס א טייל קהילות טראגן נישט דערמיט, מאכט מען עירובי חצירות מיט א ברכה ?
יא, וכן נהגו תלמידי חזון איש וואס טראגן נישט מיט די עירוב אין בני ברק.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4661
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: ביי וועם ליגט די עירובי חצרות אין דיין בנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

דריידל האט געשריבן: פרייטאג אפריל 14, 2023 5:52 pm
אפילו טאמער מ'וועט אננעמען אז שכירות רשות איז א פראבלעם ווייל די שר העיר קען זיך נישט באניצן מיט א פריוואטע רשות, דארף מען לכאורה קענען טראגן פון א הויז (וואס געהערט צו איינער וואס וויל די עירוב) צו די גאס אדער אין גאס פון איין פלאץ צום צווייטן.

איז דאס גערעכט?
דא רעדט מען נישט זיכוי הפת, דאס איז אן עקסטערע שמועס בנוגע אידן וואס ווילן נישט זיין קיין חלק אינעם עירוב, דא רעדט מען פון די גוים וואס וואינען אין דעם עירוב, להלכה ברויכן זיי מבטל זיין זייער רשות וויבאלד זיי קענען נישט מצרף זיין מיטן עירוב אבער זיי זענען טייל פון דעם חצר, טאמער נישט טאר מען נישט טראגן אין דעם חצר.

די עצה איז צו נעמען רשות פון דעם גוי אדער זיין ווייב שכירו ולקיטו וכו' זיך צו משתמש זיין אין זיין רשות, היות אסאך מאל ווילן זיי נישט אדער עס איז אוממעגליך צו גיין פארהאנדלען מיט אלע גוים, איז דא אן עצה פון אמאליגע צייטן וואס ווערט געברענגט אין שו"ע און אין די פוסקים היות אמאל איז דער שר העיר דער פריץ געווען בעה"ב אויף אלע גוים אז מען קען דינגען פון אים רעכט צו באניצן מיט אלע גוישע הייזער אין שטאט, אויך האט דער שר געקענט אריינשטעלן געצווינגענערהייט מיליטער לייט אין מענטשען'ס הייזער, אפי' אויב נאר בשעת מלחמה אבער דער שר האט דאך געקענט מאכן מלחמות ווען ער האט געוואלט, קומט אויס אז דער שר העיר האט רשות השתמשות אין אלע הייזער האט מען געקענט פארהאנדלן מיטן שר העיר, ווי געשמועסט אין די פריערדיגע תגובות זאגט די מגן אברהם אז אויב די שר קען נישט אליינס באשליסן א מלחמה וכו' נאר מיט די הסכמה פון די יועצי העיר די פארלאמענט וכו' האט ער נישט קיין עכטע רשות השתמשות אין די מענטשענס הייזער און עס העלפט נישט דאס דינגן די רשות פון אים.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”