דורש טוב לעמו - טיפס צו זאגן דרשות, פארלערנען שיעורים, וכדו'

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון

דורש טוב לעמו - טיפס צו זאגן דרשות, פארלערנען שיעורים, וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

ווי דער קעפל, גייט מען דא בס"ד דיסקוסירן און זיך ארויסהעלפן איינער דעם אנדערן בעניני רעדן ברבים און געבן דרשות

עטליכע הקדמות
איך בין נישט קיין בעל דרשן, זייער זעלטן וואס איך טרעט אויף, אמאל אמאל אויף שבת שבע ברכות אויב מיין טאטע הייסט, און אפשר נאך איינצעלנע מאלן א יאר פאר גאר קורצע אויפטריטן, דעריבער זענען מיינע ווערטער קיינעם נישט מחייב.

איי וועסטו פרעגן פארוואס שרייבסטו בכלל?

דער תשובה איז, אז כ'בין פשוט אינטערן רושם נאכן הערן דעם חול המועד עטליכע גאר רייכע שמועסן מיט לאנגיעריגע בעלי דרשנים, און איך האלט אז עס איז א שאד אז דער עולם דא זאל נישט הנאה האבן, ובפרט אז מיר האבן שוין בעבר געהאט די זכיה צו שרייבן אינעם אשכול "שער הבדחן" איבער רעדן ווערטליך און בדחנות, איז "דער אפעטיט קומט מיטן עסן", דעריבער עמער בס"ד אראפלייגן טיפס וואס כ'האב געהערט אויף יענע שמועסן, ווי אויך סתם אזוי טיפס וואס מען הערט דא און דארט, און האפענטליך וועט עס זיין לתועלת פארן חשובן ציבור דא.

און אדרבה! זאל דער עולם אריינקומען קלאר מיט זייער עקפיריענס און בליק אויף די נושא! אזוי וועט עס בס"ד דערברייטערט ווערן בדיבוק חברים און יעדער וועט הנאה האבן אי"ה

עמער אנהייבן זונטאג אי"ה, אבער ענק קענען שוין אנהייבן גיסן מיט ענקער בליק אויף די נושא.


נ.ב. איך האב שוין געפרעגט אין אשכול פרעגן אויב עס איז שוין דא אזא אשכול און קיינער האט ביזדערווייל נישט רעפלייט דעריבער עפענען מיר דעם אשכול
און אויב איז שוין יא דא אזאנס, דאן ביטע צוצייגן און דאס אויסמעקן אדער צוזאמשמעלצן יישר כח
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7242
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: דורש טוב לעמו - טיפס צו זאגן דרשות, פארלערנען שיעורים, וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

מיר ווארטן מיט שפאנונג
yalah
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

Re: דורש טוב לעמו - טיפס צו זאגן דרשות, פארלערנען שיעורים, וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yalah »

גא"מ ומחכה מיט שפאנונג
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3085
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: דורש טוב לעמו - טיפס צו זאגן דרשות, פארלערנען שיעורים, וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

איז דא ערגעץ וואו מקען איבערהערן די חול המועד פראגראם?
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: דורש טוב לעמו - טיפס צו זאגן דרשות, פארלערנען שיעורים, וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

האב זייער קלאר ארויס דיין דרשה. אויב ביזטו נישט קיין דרשן שרייב עס אפ קלאר אויף א צעטל און פרעקטיס עס עטליכע מאל.
ווען דו האסט מער עקספיריענס פעלט נישט אויס אזוי פיהל מאל פרעקטיסען, און נאכער פעלט אפילו נישט אויס אפצושרייבען מילה במילה.
אבער אלעמאל זאל עס זיין אפגעשריבען און זאלסט קלאר וויסען וואס דו גייסט זאגען.
ווען מ'איז שוין א זקן ורגיל און עס מאכט זיך מען ווערט געבעטען צו רעדען ביי א שמחה ממש, און מ' האט נישט קיין צעטל (אדער שב"ק), זאל מען לכה"פ נעמען א 5-10 מינוט מסדר צו זיין ביי זיך אין קאפ וואס מען וועט זאגען.

ועל כולם, בלשון קאקשו פון טשערטשהיל:
Stand up, speak up, shut up
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7242
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: דורש טוב לעמו - טיפס צו זאגן דרשות, פארלערנען שיעורים, וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

חידוש נפלא האט געשריבן: פרייטאג אפריל 14, 2023 2:39 pm
מיר ווארטן מיט שפאנונג
איך ווארט נאך אלס צוזאמען מיט שפאנונג
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון

Re: דורש טוב לעמו - טיפס צו זאגן דרשות, פארלערנען שיעורים, וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

שוין: עס איז גראדע דא אסאך וואס צו טון, אבער לאמיר גנבענען עטליכע מינוט
הגם נעכטן האט הרב אנעים זמירות
אנעים זמירות האט געשריבן: זונטאג אפריל 16, 2023 8:13 am
האב זייער קלאר ארויס דיין דרשה. וכו'
- (איך וויל דיך בלויז ציטירן...)
האט ער ארויסגעברענגט בלשונו הזהב גאנצעטע שטיקער וואס מען האט דארט דורכגעטון אבער לאמיר גיין ווייטער בס"ד


א דרשה ביי א שבע ברכות, בר מצוה וכדו'
תוכן הדברי תורה

לויט הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א איז אזא דרשה אין א געוויסע זין די שווערסטע זיך צוצוגרייטן, ווייל עס דארף זיין א רעיון וואס זאל זיין גענוג געשמאק און קולע אל השערה אז דער עולם זאל האבן נערוון צו אויסהערן, היות דער ציבור בעלי בתים וכדו' האלטן נאך אן אויסגעהארעוועטע טאג ארבעט, זיי ווילן יעצט אינדזשויען צו פארברענגען מיט די געשוויסטער, און רילעקסן אביסל, זיי האבן יעצט נישט קיין נערוון צו קיין דרשות, דעריבער דארף מען טרעפן א גוטע געדאנק, גוט אראפגעלייגט אז עס זאל כאפן דעם ציבור און זיי זאלן אויסהערן עכת"ד.

מאידך גיסא, אני הקטן צהלתו בפניו האב שוין די מהלך פון הרה"ח ר' מאיר מרדכי בערקאווויטש הי"ו כדלקמן - געשריבן בעבר אין שער הבדחן
צהלתו בפניו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 1:07 pm
צהלתו בפניו האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 31, 2021 12:20 am
דרשה> תוכן הדברי תורה של הדרשה

אויך פון פמ"מ הר"ר מאיר מרדכי שליט"א
האט ער געזאגט "אינגעלייט קומען צו מיר פרעגן, ווי אזוי זאגסטו אזעלכע גוטע דרשות?, האט ער ג'ענטפער'ט, ווען דו דארפסט רעדן ביי א שלושים סעודה, קוק נישט אין דרשות חת"ס ביי די הספדים, דו זאג נאך די ווארט וואס דו האסט נאכגעזאגט ביים שבת טיש, וואס דו קענסט גוט און פליסיג נאכזאגן, עס אריינבלענדן איז שוין די גרינגסטע זאך. עכ"ד

און איך וועל צולייגן, עס מוז נישט זיין קיין תורה, קענסט נאכזאגן פון די בלאט גמרא וואס דו האסט היינט געלערנט, פון די שו"ע וואס דו האסט פריער געלערנט וכו'

דער טיפ האט מיר זייער פארגרינגערט, און היינט צוטאגס ווען איך דארף אויפטרעטן (זייער זעלטן טאקע) - סיום, שבע ברכות, יארצייט וכדו' האב איך ב"ה זייער א גרינג פעלד בס"ד

און אדרבא! טריי עס אליינס אויס!!!
נעם א פסוק אדער חסידיש ווארט אדער עניטינג תורה, נעם א מעמד וואו דו ווילסט רעדן און פרוביר עס צו צאמבלענדן, וועסטו זעהן וואו גרינג עס איז!!!

און למשל ווען אויף א סעודת ברית קומט אויף די פסוק, והייתם משוגע, קענסטו ארויסברענגען דעם אוה"ח אז ווען א מענטש וואלט ווען געוויסט די זיסקייט פון תורה וואלט מען ווען געווארן משוגע פאר זיסקייט, נו! באקאנט אז נאר א גע'מל'עטער קען משיג זיין תורה, א גוי קען שטודירן תורה אבער נישט משיג זיין און לערנען תורה, וועט דאך דער רך הנימול אויסשטייגן אלס ת"ח און שפירן א זיסקייט אין תורה, זאל דער אייבערשטער טאקע העלפן וכו'

און אזוי ווייטער

אויף א סיום מס' באציט מען זיך אויף אשמנו בגדנו - נו אבער תורה איז דאך מכפר, וכו'

און צומאל ווען דער מאמר איז פונקט די היפך קען מען אויספירן "דאס איז געזאגט געווארן ווען מען איז נישט ערליך, אבער פארקערט איז דאך מדה טובה מרובה וכו'

תן לחכם ויחכם עוד
א איד האט עס קלאר מגדיר געווען

דער עיקר ציל פון דיין דרשה איז דאך נישט דעם דבר תורה, איא? מען האט דיך נישט גערופן אויף קיין שיעור אין השקפה, גמרא, אדער הלכה, ריכטיג?

דיין אויפטרעטן איז בסך הכל די צווייטע חלק פון דיין דרשה, דעם 'לענינינו'... מיר שטייען דא ביי א סעודת ברית/שבע ברכות/ הכנסת ספר תורה/ פסח/ פרשת ויקהל/ שלושים סעודה/ הכרת הטוב וכו'
אודה ה' מאד בפי אז דער באשעפער האט מיר געגעבן די זכיה אריינצוברענגען מיין זון לעול התורה והמצוות וכו' / מיר שטייען דא ביי די שלושים סעודה פון זיידי ז"ל, ווער עס האט אים געקענט איז מעיד וכו' / אונז זענען זיך צאמגעקומען צו שאפן געלט פארן מוסד עץ לשיניים בעט מען דעם ציבור וכו'

סאו די ערשטע חלק פון די דרשה מוז נישט זיין עפעס קולע אל השערה, די דבר תורה איז בסך הכל ווייל א איד הייבט נישט אן קיין דרשה אן קיין דבר תורה, אלזא איז דער עיקר אז זאלסט נישט קעקעצן און זיך פארהאנקערן, און עס אריינבלענדן אינעם לענינינו כנ"ל - וועגן דעם נעם דאס וואס דו קענסט נאכזאגן פליסיג, אזוי וועט עס זיין מיט הצלחה בס"ד און דארפסט נישט מאכן קיין 10 שעה'איגע הכנות פאר א דרשה פון 10 מינוט פאר 15 משתתפים.

עס לוינט נישט די קאפוויי און שברון לב, פחדים און אוסידיס, פאר א דרשה וואס קיינער קוקט נישט ארויס דערויף, און זיי גייען עס נישט געדענקן 2 טאג נאכדעם, נאר די דרשה ווערט געזאגט פונקט ווי עס דארף זיין א לעפל אויפן טיש דארף זיין א דרשה אויפן טיש

בקיצור: איך בין נישט קיין שרייבער - אבער פארשטייסט וואס איך ברענג ארויס, איא?
זאגט מיר מיינס א חבר אז דאס איז גוט פאר איינער וואס איז נישט קיין רעדנער
אבער איינער וואס איז יא א רעדנער דארף קענען אראפלייגן א WOW דרשה, א אפענע סתירה! צולייגן די סתירה, און דאן קומען מיט א הפלא'דיגע תירוץ וואס מיט דעם ברענגט מען ממש ארויס די צוזאמקום אז מען זאל ניטאמאל קענען חלומען אז עס איז שייך צו זאגן אן אנדערע דרשה ביי די מעמד, ווייל 'די' נקודה האט דאס די שענסטע ארויסגעברענגט.

אקעי, עמער בל"נ מארגן ממשיך זיין

און דער ציבור ווערט געבעטן אריינצוקומען, אזוי וועט עס זיין קאלערפול בס"ד!!!
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: דורש טוב לעמו - טיפס צו זאגן דרשות, פארלערנען שיעורים, וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

יישר כח!! גיי אן..
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
מתעלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: דורש טוב לעמו - טיפס צו זאגן דרשות, פארלערנען שיעורים, וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

יישר כח.

--
לאמיר טראכטן וואס איך וואלט געזאגט..

ערשטענס.. פארשטייט זיך מ'דארף רעדן 'קלאר'. שטייט אדער שנעל, גלייכט יעדער אנדערש. אבער א קלארע חיתוך הדיבור איז זיכער א מאסט.

לעבהאפט איז אויך שטארקע זאך. רעדן ווי א מענטש נישט ווי א ראבאט. מיטלעבן די ווערטער, מיטן טאן, ניגון, און קערפערליכע אויסדרוקן.

חידושים. זאג עפעס אינטערעסאנט. ווען דו זאגסט א פשוט'ע געדאנק, פשוט אריינגעטייטשט, פשוט צוזאמגעשטעלט, איז עס נישט אזוי אינטערעסאנט. דערפאר, אדער פארצייל עפעס א נייע זאך, עפעס א חידוש'ליכע געדאנק, אדער 'נעם צוזאם א נושא', וואס דער "צוזאמנעמען איז א חידוש". למשל, ווען איינער וועט צוזאמנעמען אלע מאל וואס דער תפארת שלמה שרייבט איבער דער רבי ר' אלימלך זי"ע לדוגמא. אפילו אויב די געדאנק וואס ער שרייבט איז באקאנט, אבער דאס צוזאמנעמען איז א חידוש. אדער צוזאמנעמען אלע ספרים וואס האבן געהאלטן פון שפלות עצמו און נאכדעם גדלות הבורא, קעגן א ליסטע פון ספרים וואס האבן געהאלטן אנדערש. וואס דאס איז אינטערעסאנט אפילו דער עצם מחלוקה וועלכע ס'קומט קודם איז נישט קיין חידוש.

אדער אז דער טייטש איז א חידוש. למשל, ורב כמה שנאמר רבבה.. אז דער רב טוט ווי דער רביצין... דער געדאנק אז אילך ואימליך בדביתהו איז דאך גאר קיין חידוש נישט.. אבער דער טייטש איז אינטערעסאנט... און לכל הפחות זאל דער צושטעל זיין אינטערעסאנט און חידוש'ליך. "לויט ווי מ'האמיר יעצט גערעדט קומט אויס אז אינעם צווייטן טאג שבע ברכות איז דא א ספעציעלן ענין צו משמח זיין חתן וכלה, פונקט ווי שמחת בית השואבה הייבט מען אן די צווייטע טאג.. ממילא פארדעם האט זיך צוגעפירט אז די גרויסע שבע ברכות האט מען געמאכט תיכף די צווייטע טאג נאך די חתונה הגם די חתן וכלה זענען זיכער אויסגעמוטשעט"...

זיי נישט מאריך! דאס מיינט נישט אז די דרשה מעג נישט נעמען א האלבע שעה, אבער די נקודות וואס דו ברענגסט ארויס זאל ווערן געזאגט בקיצור. זיי נישט מאריך אין איין נקודה מיט מעשיות ומשלים און ראיות וואס געבן גארנישט צו קיין חידושים. עס איז ווי א מעשה ביכל זאל ווידמען א באזונדער קאפיטל צו באשרייבן אוקראט וויאזוי די ביימער אויפן ראוד וואו דער מערצעידעס איז געפארן האבן אויסגעזעהן. כך וכך בלעטער, וואס בלעטער איז גמטריא מערצעידעס, און אזוי הויעך זענען געווען די ביימער, וכו' וכו'. אז דו ווילסט ארויסברענגען אז מ'דארף זיך האלטן קליין, דארפסטו נישט מאריך זיין דא מיט גאנץ שער ענווה פון ראשית חכמה, פרוביר עס צו האלטן בקיצור...

וואס נאך?
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון

Re: דורש טוב לעמו - טיפס צו זאגן דרשות, פארלערנען שיעורים, וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

מתעלם האט געשריבן: דינסטאג אפריל 18, 2023 12:37 am
יישר כח.
דאס איז נאמבער 1 אויף דיין תגובה - א לייק איז נישט גענוג...
ובפרט ווען יעדע פאראגראף איז א חידוש פאר זיך קולע אל השערה. וכלשונך
מתעלם האט געשריבן: דינסטאג אפריל 18, 2023 12:37 am
זיי נישט מאריך! די נקודות וואס דו ברענגסט ארויס זאל ווערן געזאגט בקיצור. זיי נישט מאריך אין איין נקודה מיט מעשיות ומשלים און ראיות וואס געבן גארנישט צו קיין חידושים.
זעהר גוט און געשמאק ארויסגעברענגט!!!
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון

Re: דורש טוב לעמו - טיפס צו זאגן דרשות, פארלערנען שיעורים, וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

א דרשה ביי א בר מצוה, שבע ברכות וכדו'
ווילאנג זאל עס נעמען?

ביי א געווענליכע שבע ברכות וכדו' זאגט הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א אז אויב דו ביסט א פלעינער מענטש וואס דארף אויפטרעטן ווייל עס דארף זיין א דרשה, און דו ביסט דער כולל אינגערמאן, טאטע, זיידע, אדער רב וואס קומט באשיינען די שמחה, און עס פאסט אז זאלסט רעדן - דאן איז 7 מינוט פערפעקט, אני הקטן וואלט ווען געזאגט צווישן 7 און 10 מינוט, אויף דעם זאל מען צילן, אזוי אז אויב דער 'לענינינו' פארציעט זיך זאל עס נישט זיין מער פון 12-13 מינוט.

כמובן אז ווען די דרשה מיינט יא די דרשה צב"ש, מען זוכט אנצופילן די ליידיגע צייט, אדער מען וויל אויסשמועסן אן אינטערעסאנטע נושא, דערציילן סיפורים אדער א דורכגאנג און מען איז מאריך מיט מציאות הדבר וכדו' איז דער כלל אנדערש, אבער בכל אופן דארף מען פרובירן נישט צו מאריך זיין.
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון

Re: דורש טוב לעמו - טיפס צו זאגן דרשות, פארלערנען שיעורים, וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

א דרשה ביי א בר מצוה, שבע ברכות וכדו'
סדר הדרשה
הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א האט ארויסגעברענגט אז אזא סארט דרשה איז איינגעטיילט אין 3

די ערשטע מינוט איז אן התחלה

דהיינו "ברשות דער רב זאל זיין געזונט וועל איך זאגן אפאר ווערטער לכבוד המאורה, עס שטייט אין עלי שושנים וכו'
"דער טאטע זאל זיין געזונט האט מיר געבעטן צו זאגן אפאר ווערטער לכבוד די שמחה, דעריבער עמער רעדן אפאר דיבורים, באמת געפונט מען אין די וואכעדיגע סדרה א גרויסע הימל שפאלטנדער סתירה וכו'"
"מיר שטייען דא ביי די שלושים סעודה פון זיידי, כ'האב געקלערט צו זאגן א פאסיגע געדאנק וואס כ'האב פונקט געזען אין באר מים חיים פרשת ויצא וכו'"

אבער די התחלה זאל נישט נעמען מער פון 1 מינוט, דזשאסט אדרעסירן די מעמד וכדו' און נישט מאריך זיין נאר גראד אנהייבן מיטן דבר תורה.

לא איש דברים אנכי

הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א, און הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א האבן ביידע שטארק ארויסגעברענגט בגנות פון זאגן לא איש דברים אנכי, הלמאי, אויב דו קענסט נישט רעדן לייג אראפ די מייק! רעד נישט!, און געווענליך גייט דאך די לא איש דברים אנכי כ'האב מיך נישט צוגעגרייט, מיט א גאנצע הויפן צעטלעך..., איינער האט זאגאר פארציילט ווי א געוויסער באלעבאס האט אויפגעטרעטן ביי א געוויסע מעמד אלס אורח הכבוד, נאכן מאריך זיין 8 מינוט מיט א גאנצע פילפול צו ער האט יא געדארפט אננעמען דעם אויפטריט צו נישט האט ער שוין באקומען א צעטל אז די זייגער רוקט זיך און ער זאל זעהן צו מסיים זיין... ער האט נארוואס אנגעהויבן די תוכן הדרשה אליינס און ער האט שוין געמוזט מסיים זיין...

אני הקטן צהלתו בפניו פיל מיך יא קאמפטעבל אז איך מאך דעם דיסקלעימער פון לא איש דברים אנכי, אזוי אז דער ציבור זאל נישט האלטן אז איך בין א רעדנער און נאכדעם ווען די דרשה איז נישט געלונגען ווי ערווארטעט זאל איך זיין א פלאפ, אזוי געב איך א דעקלער אז איך בין נישט קיין רעדנער, און יעדע ווארט וואס איז יא ארויסגעקומען קלאר איז א פלאס, אבער מאריך זיין אין די נושא מאכט זיכער זייער אן אומגעשמאקן איינדרוק.

שוין: עמער פארזעצן מארגן בל"נ.

און קומטס אריין מיט ענקערע ערפארונג! עטליכע חברים זענען שוין דא אריינגעקומען, און איך און כ'גלייב אז אסאך אידן וועלן ארויסקומען מיט א תועלת למעשה דערפון!!!
מתעלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: דורש טוב לעמו - טיפס צו זאגן דרשות, פארלערנען שיעורים, וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

זייער שיין.

לאמיר שרייבן נאך אפאר געדאנקען.

אפנקייט. ווען דער בעל דרשן איז אפן מיטן עולם איז עס מער נושא חן. ס'איז דא א בעל דרשן וואס וועט זאגן "עס זענען דא וואס פרעגן א קשיא...", און עס איז דא א בעל דרשן וואס וועט זאגן "כ'האב מיר זייער געוואונדערט וואס איז פשט..."

וואלנערבילעטי. ווען א בעל דרשן פארציילט זיינע פערזענליכע איבערלעבענישן איז עס ציענד. איינער קען זאגן "אז מ'ברענגט אריין א קינד לעול התורה והמצוות איז עס דאך א געוואלדיגע שמחה", און א צווייטער קען זאגן, "ב"ה ס'איז אונז א גרויסע שמחה אז אונז זעמיר זוכה צו אריינברענגען אונזער שלום לעול התורה והמצוות". די צווייטע האט מער חן.

המשך...
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון

Re: דורש טוב לעמו - טיפס צו זאגן דרשות, פארלערנען שיעורים, וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

א דרשה ביי א בר מצוה, שבע ברכות וכדו'
סדר הדרשה
אויבן האמער דערמאנט איבער די התחלה פון מיר שטייען דא וכו' עיי"ש

די צווייטע חלק פון די דרשה


איז די דבר תורה, געווענליך פאר א קורצע דרשה איז איין רעיון/ געדאנק/ תורה'לע פונקט גענוג, כמובן אז בדרך כלל איז עס מער אינטערעסאנט אויב עס קומט מיטן פארלייגן די פסוק, פרובירן צו מסביר זיין די פסוק על פי פשוטו, דאן פארלייגן די קשיא, און אויספירן מיט די תירוץ, א פשוטע קליינטשיגע מימרא פון איין אדער 2 זאצן איז בדרך כלל נישט גענוג, (חוץ אויב דער מגיד איז באשאנקען מיט די מתנה פון הימל צו נעמען א זאץ פון 4 ווערטער און מאכן דערפון א גאנצע דרשה און מאלן וואסער פאר א דרייפערטל שעה - אבער דא רעדט מען בדרך כלל) אויב עס איז א שיינע תורה, אדער אינטערעסאנטע געדאנק וואס נעמט אויף בערך פינעף מינוט צו זאגן, איז עס פערפעקט.

בדרך כלל איז איין רעיון פונקט גוט פער דרשה, 2 איז שוין בדוחק, חוץ אויב עס איז ממש געקניפט אין געבינדן, אבער בכלליות האלט דיך צו איין 5 מינוטיגע תורה'לע אדער געדאנק.

די דריטע חלק

איז די חלק הסיום דעם 'לענינינו', מען איז מסיים דעם דרשה מיט "לענינינו, אונז שטיי מער דא ביי א סעודת סיום אויף מסכת בבא קמא, ווי געשמועסט איז משה רבינו געווען אזא עניו אז ער האט געהאלטן אז ער וואלט געקענט זיין אסאך העכער לפי מדריגתו, איז אוודאי אז מען האט געקענט ענדיגן אזא שווערע און לאנגע מסכת איז דאס מחייב צו גיין ווייטער און ווייטער מיט א געשמאק, זאל דער באשעפער העלפן אז מיר זאלן אלע זוכה זיין ללמוד וללמד צו ענדיגן נאך מסכתות און זוכה זיין צו אלע השפעות טובות עד ביאת גוא"צ בב"א"

אדער "לענינינו, אונז שטיי מער דא ביי די שבע ברכות וואס טאטי מאכט, ווי געשמועסט איז משה רבינו געווען אזא עניו אז ער האט געהאלטן אז ער וואלט געקענט זיין אסאך העכער לפי מדריגתו, נו! אז מען שטייט דא נאך אזא געהויבענע חתונה, וועט מען אוודאי גיין ממדריגא למדריגא אז דער חתן וועט אויפשטעלן א חסידישע ערליכע שטוב און גיין מעלה מעלה און זוכה זיין צו לעכטיגע אידישע דורות וואס וועלן אויך אויסשטייגן אלס גדולי תורה ובעלי מדות טובות, זאל דער באשעפער העלפן אז טאטי זאל שעפן אסאך נחת פון אלע קינדער געזונטערהייט, דער מחותן און אלע זיידעס זאלן זוכה זיין צו שפע רב און תענוג ונחת מכל יוצאי חלציהם עד ביאת גואל צדק בב"א"

דער סיום דארף נישט נעמען מער ווי 1-2 מינוט, עס איז מקשר זיין דעם געדאנק מיטן מעמד, און פארענדיגן מיט דברי ברכה.

שוין: כ'האב שוין געספענדט דאפעלט וויפיל צייט כ'האב געוואלט אוועקלייגן פארדעם

המשך יבא אי"ה
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: דורש טוב לעמו - טיפס צו זאגן דרשות, פארלערנען שיעורים, וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

דער בחור רעדט צום זאך...
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון

Re: דורש טוב לעמו - טיפס צו זאגן דרשות, פארלערנען שיעורים, וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

לענגערע דרשה - פרקי אבות, נועם הכבוד וכדו'
תוכן הדרשה

קודם כל איז באקאנט די מעשה מיטן ברך משה ווען ער איז אריינגעקומען צו של"ס באלד נאך וואס זיין זון האט גענדיגט פארלערנען פרקי אבות און באמערקט דעם עולם שמייכלען, אויף זיין פראגע האט ר' לייבוש וויינפעלד גענטפערט אז דער רב האט צוגענדיגט דעם דרשה מיט א געשמאקע מעשה, אויף וואס עדר ברך משה האט רעאגירט, "לא המדרש עיקר אלא המעשה עיקר..."

היינט צוטאגס האט דער אלגעמיינער ציבור נישט קיין נערוון צו קיין טיפע פשעטלעך, פרוביר אריינצוווארפן מעשה'לעך און משלים, ווערטלעך וכדו' אז דער ציבור זאל זיין געשפאנט און זאל מיטהאלטן

מעשה'לעך און משלים:
מעשיות זענען דא ווער עס דערציילט עס מיט זאפט און פעפער און לייגט צו גאנצעטע שטיקער צו די מעשה - דאס האט אבער דער חסרון ווייל דו פארדרייסט די מעשה, חוץ אויב דו ביסט א בעל הרגש און די קענסט אראפלייגן די געפילן פון די מעשה אן צולייגן פאקטן, משא"כ א משל קען מען מאריך זיין וויפיל עס לאזט זיך, קענסט פארברענגען 20 מינוט אדער מער און לייג צו זייטיגע פיטשעווקעס און פאקטן, נעמען פון שטעט, די דראון וואס פאלגט נאך דעם פערד און וואגן ביז די קרעטשמע... וכו' הכל לפי מה שהוא אדם.

ביי א מעשה, אויב איז די מעשה נישט גענוג דראמאטיש, און דו זוכסט צו מאכן לענגער די דרשה, איז צומאל אין פלאץ צו דערברייטערן די מעשה מיט היסטארישע פאקטן ארום און ארום, צו ווען מען רעדט פון א שטאט אויסשמועסן געציילטע פאקטן איבער דעם שטאט, אדער געוויסע שטריכן איבער דעם צדיק וואס האט עטוואס שייכות צו דעם פאסירונג וכדו'

צב"ש די מעשה מיטן דברי חיים אין פעסט, קען מען אויסשמועסן, נאך מופתים וואס ער האט דארט באוויזן, אדער אויסשמועסן אז פעסט איז געווען א מאדערנע שטאט בימים ההם, עס איז געווען די הויפשטאט פון אונגארן וכו' ארומרעדן אביסל, און דאן צוקומען "עמער צוקומען צו אונזער מעשה, דער דברי חיים איז געזעצן און זיין אכסניא וכו' "

שוין צולאנג גענומען: המשך יבא בס"ד

און דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער אריינצוקומען מיט זייערע טיפס!
מתעלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: דורש טוב לעמו - טיפס צו זאגן דרשות, פארלערנען שיעורים, וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

קאנסיסטענסי און סדר:

באמת איז דאס א חלק פון פשוט זיין גוט פארגעקוקט. כ'וויל אבער לייגן א דגוש אויף דעם פרט אז מ'זאל וויסן זיך צו פארקוקן דערויף.

"שטייט אין הייליגן חתם סופר, אז ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים... קודם האב איך געוואלט מקדים זיין א מעשה פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע (דאס זאגט מען שנעל.. ווייל מ'כאפט זיך אז מ'האט פארפעלט), איינמאל איז ער צוגאנגען צו א איד שבת ביי קבלת שבת ווען דער איד האט געהאלטן אינמיטן דאווענען... די מעשה איז געווען ווען דער ישמח משה איז געווען צוגאסט אין א שטאט..."

ווען דו קוקסט זיך פאר מאך זיכער אז דו ביזט קלאר סיי אין די סדר הדברים, וועלכע פונקט איז קודם און וועלכע נאכדעם, און אזוי אויך וויאזוי דו וועסט אויסשטעלן דיינע ווערטער. ''יכלכל דבריו במשפט''. אזוי, אז ווען דו וועסט פארציילן די מעשה פונעם ישמח משה זאלסטו וויסן קודם צו זאגן דעם פאקט אז ער איז אוועקגעפארן אויף שבת אין יענע שטאט, און נאכדעם וואס דארט האט פאסירט.
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון

Re: דורש טוב לעמו - טיפס צו זאגן דרשות, פארלערנען שיעורים, וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

מתעלם האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 22, 2023 10:46 pm
קאנסיסטענסי און סדר:

באמת איז דאס א חלק פון פשוט זיין גוט פארגעקוקט. כ'וויל אבער לייגן א דגוש אויף דעם פרט אז מ'זאל וויסן זיך צו פארקוקן דערויף.

"שטייט אין הייליגן חתם סופר, אז ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים... קודם האב איך געוואלט מקדים זיין א מעשה פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע (דאס זאגט מען שנעל.. ווייל מ'כאפט זיך אז מ'האט פארפעלט), איינמאל איז ער צוגאנגען צו א איד שבת ביי קבלת שבת ווען דער איד האט געהאלטן אינמיטן דאווענען... די מעשה איז געווען ווען דער ישמח משה איז געווען צוגאסט אין א שטאט..."

ווען דו קוקסט זיך פאר מאך זיכער אז דו ביזט קלאר סיי אין די סדר הדברים, וועלכע פונקט איז קודם און וועלכע נאכדעם, און אזוי אויך וויאזוי דו וועסט אויסשטעלן דיינע ווערטער. ''יכלכל דבריו במשפט''. אזוי, אז ווען דו וועסט פארציילן די מעשה פונעם ישמח משה זאלסטו וויסן קודם צו זאגן דעם פאקט אז ער איז אוועקגעפארן אויף שבת אין יענע שטאט, און נאכדעם וואס דארט האט פאסירט.
איך וואלט ווען הנאה געהאט אז איר זאלט מאריך זיין אין די נושא, ווי אזוי לייגט מען אראפ א מעשה? וואס קומט קודם און וואס קומט נאכדעם, דער פאקט? דעם פארשטעלן דעם מענטש? דעם עצם פאסירונג וכו' מיט פאקטישע משלים

דאס איז איינס פון די זאכן וואס איך ווייס אז איך בין גאר שוואך דערין
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון

Re: דורש טוב לעמו - טיפס צו זאגן דרשות, פארלערנען שיעורים, וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א ברעגט ארויס א אויב דו ווילסט דוקא מאכן די דרשה דראמאטיש און אינטערעסאנט, אדער דו ווילסט איבערנעמען דעם זאל און מאכן אן איינדרוק, איז גאר א געלונגענע ספייס (א שאד אז איך קען נישט דרוקן קיין קנעפל אז זאלסט מוזן ווארטן 5 סעקונדעס פארן אויספיר...) ציטירן א פסוק חומש, נאך בעסער איז נך מיט די עברי, נאך בעסער איז ווען עס איז נישט קיין באקאנטע פסוק... זאג עס נאך מיט א דראמאטישע טאן כאילו דו גייסט דא אנטפלעקן די קאוד פונעם אטאם... אדער זאג נאך א גמרא, אן אומבאקאנטער מדרש אויפן לשון...

דאס איז גאר א געשמאקע ספייס, און מאכט א מעכטיגע איינדרוק אויב דו לייגטס עס אראפ כדבעי...

כמובן די טאן דארף מאכן סענס צום צוזאמקום, אבער פארשטייסט די קאנצעפט...
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון

Re: דורש טוב לעמו - טיפס צו זאגן דרשות, פארלערנען שיעורים, וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

פאלגענד איז אן אויסשניט פון א לאקאלע אויסגאבע
אטעטשמענטס
באלון א.jpg
באלון א.jpg (55.07 KiB) געזען 756 מאל
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון

Re: דורש טוב לעמו - טיפס צו זאגן דרשות, פארלערנען שיעורים, וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

איך וויל דא נישט מאכן קיין אשכול איבער רעדנער'ס בפרטיות - פאר סעלעברעטיס זענען דא פארשידענע אשכולות באזונדער - אבער נאשן קען מען פון יעדעם איינעם
כ'וועל בל"נ נאך מאריך זיין דערין בעתיד בס"ד.

אבער אצינד לענינינו.

דער רעדנער האט דא גענומען א פלאפ פון א זאך, און עס געמאכט פאר א גאר שטארקע ספייס צו זיין דרשה.

1) ער האט גענומען דעם פלאפ און עס אריינגענומען אין זיין דרשה, און מיט דעם געמאכט "אויס פלאפ".

2) ער האט געצויגן די אינטערעסע מיט ענינים העומדים על הפרק

ועל כולם בין איך געשפרינגן פון די טיפיקל הר"ר שמעון זאב'דיגע הקדמה - דאס וואס כ'האב איינגערינגלט, די דראמאטישע אוועקצי פון די מעשה "כוויל אנהייבן מיט א מעשה"... אקעי די קאפ פארט יעצט אוועק ערגעץ אין די ווייטע עבר - ווען פלוצלינג און איבערראשט ער דעם ציבור מיטן אויספיר "וואס האט פאסירט דא אין זאל 5 מינוט צוריק". אקעי... אלמאסט צוריק, אבער וועלכע מעשה? און ער זעצט פאר "די מעשה מיט די באלון..." דאס איז זייער א גוטע טיפ פאר א בעל דרשן ווי אזוי אויסצונוצן אומערווארטעטע סיטואציס לטובתו, און ווי אזוי עס צו דעליווערן אויף די געשמאקסטע און דראמאטישסטע אופן וואס שייך.

בקיצור ער האט אויסגענוצט דעם סיטואציע עד הסוף, ער האט עס געמאכט שפאנענד, סופרייזינג, אז דער עולם זאל זיצן צוגעשמידט צום בענקל מיט אפענע מיילער.
לעצט פארראכטן דורך צהלתו בפניו אום דינסטאג מאי 02, 2023 12:43 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
פריש פון פריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 5:21 pm

Re: דורש טוב לעמו - טיפס צו זאגן דרשות, פארלערנען שיעורים, וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריש פון פריש »

וואס מיר ניצען ביי די געציילטע דרשות וואס מיר האבן געהאלטען, אז מיר האבן אנגעפאנגען מיט די צווייטע חלק דרשה גלייך וואס דאס האט געצויגען די עולם אויסצהערן, און דערנאך האבן מיר ממשיך געוען מיט די תורה וואס מיר האבן מחדש געווען, און דער עולם האט נאכדעם געקענט מעיר זיין אויף די חידוש (ביי מיין זונ'ס פדיון הבן איז די נושא נאכדעם געווארען מיין תורה, מיין ברודער האט אנגעוואנדען מיין חידוש, מיין זיידע צוריק מחדש געווען, וואס די געדאנק פון זאגען קודם די אינטערסאנטע חלק אין מער צום סוף די תורה, האט געהאלטען געשפאנעט דעם ציבור א גאנצע צייט) און יישר כח פארן עפנען די דאזיגע אשכול, מיר האבן שטארק הנאה
פרישער פון פריש איז אייביג גוט צו זיין, עס ברענגט נאר פרישקייט!!!!
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון

Re: דורש טוב לעמו - טיפס צו זאגן דרשות, פארלערנען שיעורים, וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

פריש פון פריש האט געשריבן: דינסטאג מאי 02, 2023 12:26 pm
וואס מיר ניצען ביי די געציילטע דרשות וואס מיר האבן געהאלטען, וכו'
א חידוש...
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון

Re: דורש טוב לעמו - טיפס צו זאגן דרשות, פארלערנען שיעורים, וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

שוין, ביז איך וועל ווארטן עס צי ציטירן וועט נעמען א ים מיט צייט
לאמיר קודם גיין רוי און צוריק שפענדן צייט פאר דעם אשכול לטובת הציבור


אין בלאט פאריגע וואך איז געווען געדריקט גרויסע חלקים פונעם שמועס מיט הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א בנוגע האלטן דרשות.


אויף קול מבשר איז דא א שיינע שמועס פון הר"ר משה נחום קרויס הי"ו וואס אנפאנג פונעם שמועס ברענגט ער ארויס 3 נקודות פון די תועלת פון פארלערנען שיעורים. עמער עס פרובירן נאכצושרייבן ווען עס וועט זיין צייט אי"ה


ביזדערווייל גוט שבת אלע אידן
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון

Re: דורש טוב לעמו - טיפס צו זאגן דרשות, פארלערנען שיעורים, וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

אויב שייך זיך צוצוגרייטן מיט א ברייטע אויסוואל פון ווערטער און מליצות וואס צו נוצן.

למשל אויב גייסטו רעדן פון רציחה גרייט דיך צו אן אויסוואל פון שופך דם זיין, בלוט פארגיסן, מארדן, ערלעדיגן, אפפארטיגן, הרג'ענען, אפשעכטן, רציחה, וכו'.

אויב גייסטו רעדן פון תאות (דער באר מים חיים פרשת אמור) גרייט צו א וואקאבולאר פון חמדה, השתוקקות, צימאון, דארשט, לעכצעניש, אהבה, תאוה, גלוסטעניש, בענקעניש, ציענדיג,
אדיקטיוו, ארויסקוקן, חולת אהבה, חולה, וכו'

אז דו וועסט האבן א ברייטע אויסוואל פון ווערטער, וועט זיך דער שיעור/דרשה הערן געשמאק און ציענד בס"ד, ובפרט ווען דו דארפסט מערערע מאל דערמאנען די זעלבע באגריף מערערע מאל אין דיין דרשה, זאל עס נישט ווערן אייליג און אביסל נערווירנד.

(כ'האב גענוצט די אויבנדערמאנטע ביישפילן צוליב וואס פון די צוויי נושאים איז מיר אויסגעקומען צו אראפצולייגן במשך דעם פרייטאג און שב"ק, און כ'האב געזען מיט וואס פארא אויסוואל פון ווערטער כ'דארף מיך צוגרייטן)
לעצט פארראכטן דורך צהלתו בפניו אום זונטאג מאי 07, 2023 2:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “פארשידענע הילף”