דורש טוב לעמו - טיפס צו זאגן דרשות, פארלערנען שיעורים, וכדו'
עטליכע הקדמות
איך בין נישט קיין בעל דרשן, זייער זעלטן וואס איך טרעט אויף, אמאל אמאל אויף שבת שבע ברכות אויב מיין טאטע הייסט, און אפשר נאך איינצעלנע מאלן א יאר פאר גאר קורצע אויפטריטן, דעריבער זענען מיינע ווערטער קיינעם נישט מחייב.
איי וועסטו פרעגן פארוואס שרייבסטו בכלל?
דער תשובה איז, אז כ'בין פשוט אינטערן רושם נאכן הערן דעם חול המועד עטליכע גאר רייכע שמועסן מיט לאנגיעריגע בעלי דרשנים, און איך האלט אז עס איז א שאד אז דער עולם דא זאל נישט הנאה האבן, ובפרט אז מיר האבן שוין בעבר געהאט די זכיה צו שרייבן אינעם אשכול "שער הבדחן" איבער רעדן ווערטליך און בדחנות, איז "דער אפעטיט קומט מיטן עסן", דעריבער עמער בס"ד אראפלייגן טיפס וואס כ'האב געהערט אויף יענע שמועסן, ווי אויך סתם אזוי טיפס וואס מען הערט דא און דארט, און האפענטליך וועט עס זיין לתועלת פארן חשובן ציבור דא.
און אדרבה! זאל דער עולם אריינקומען קלאר מיט זייער עקפיריענס און בליק אויף די נושא! אזוי וועט עס בס"ד דערברייטערט ווערן בדיבוק חברים און יעדער וועט הנאה האבן אי"ה
עמער אנהייבן זונטאג אי"ה, אבער ענק קענען שוין אנהייבן גיסן מיט ענקער בליק אויף די נושא.
נ.ב. איך האב שוין געפרעגט אין אשכול פרעגן אויב עס איז שוין דא אזא אשכול און קיינער האט ביזדערווייל נישט רעפלייט דעריבער עפענען מיר דעם אשכול
און אויב איז שוין יא דא אזאנס, דאן ביטע צוצייגן און דאס אויסמעקן אדער צוזאמשמעלצן יישר כח