"די אבווער"... ארטיקל לכבוד חול המועד.

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

"די אבווער"... ארטיקל לכבוד חול המועד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

א גוטן מועד.

קודם כל איטליכע דיסקלעימערס.

ס'קען זיין אז ס'איז שוין דא אן אנאליז אויף די נושא, אבער ווי ווייט איך האב נאר געזוכט האב איך נישט געזעהן אן אשקול ספעציפיש אויף די נושא.

והשנית, פאר איינער וואס האלט מיט קארענט איווענטס איז וויכטיג צי קענען היסטאריע כדי צי פארשטיין דבר מתוך דבר ווען עס קומט צו אנאליזירן א מצב, דאס האט מיר געברענגט צו שרייבן די ארטיקל.

והשלישית, פאר איינער וואס קען די היסטאריע גלייב איך נישט אז איך וועל אים נאך האבן וואס צו מחדש זיין עס איז מער וויניגער באקאנטע פאקטן, כ'גיי פרובירן צו זיין אקוראט אבער קיינער איז נישט פערפעקט, כ'האב פרובירט צו נעמען איין קוק ווינקל אויף די נושא כדי נישט צו ווערן צומישט אבער פארהאנען נאך.



הקדמה

היטלער ימ"ש האט אין די יארן פאר די צווייטע וועלט מלחמה זייער מקנא געווען די בריטן אין אלגעמיין, בפרט אויף זייער שטארקע שפיאנאזש אגענטורן ווי די MI5 און די MI6, ער האט געהאלטן [און ער איז געווען גערעכט אין א געוויסע זין] אז דאס איז די סוד צי זייער הצלחה און כח און ער האט געוואלט אז דייטשלאנד זאל אויפבויען גענוג א שטארקע שפיאנאזש אגענטור וואס זאל זיך קענען פארמעסטן מיט די בריטישע.


די גרינדונג.

די "אבווער" [דייטש פאר פאטייטיגונג אדער רעזיסטענץ] איז ארגינעל געגרינדעט געווארן אין 1866 אלץ א פליגל פון די פרייסישע מיליטער אין א קריג מיט עסטרייך ווי זיי האבן סוקסעספול באזיגט די עסטרייכער.

אווענטועל אין 1920 איז זי צוריקגעקומען אין דינסט אינטער די פעדעראלע מיניסטעריום אף דיפענס פון די וויימאר רעפובליק, אינטער די פירערשאפט פון פרידריך גאמפפ א געוועזענע דעפוטי אינטער קאלאנעל וואלטער ניקאליי דער קאפ פון דייטשע שפיאנאזש בשעת די ערשטע וועלט קריג, דעמאלט האט די אבווער אפיציעל בלויז געדינט אלס א קאנטער שפיאנאזש אגענטור, וויבאלד אפיציעל זענען די דייטשן נאכנישט געווען ערלויבט צי פארמאגן קיין אייגענע געהעריגע שפיאנאזש אגענטור, (אינטער די אפמאכן פון נאך די ערשטע וועלט קריג ווי די דייטשן האבן פארלוירן און געצווינגען געווארן צי אויפגעבן זייער מיליטער כדי צו פארמיידן א איבער שפיל פון "די גרויסע מלחמה" ווי די ערשטע וועלט קריג איז געווען באקאנט דורך אויס די יארן פאר די צווייטע וועלט קריג) ממילא האט זיך די אבווער געדינט בלויז אלס א פארטיידיקונג מיטל.

די אנטוויקלונג.


אנפאנג די 1930'ער יארן האבן אנגעהויבן בלאזן נאצישע ווינטן איבער דייטשלאנד און די ווינטן האבן אריין געבלאזן אויך אין די פארטיידיקונג דעפארטמענט, די גאנצע מיניסטעריום איז איבער געפרישט געווארן פון אויוון ביז אינטן און די פירערשאפט פון די אבווער איז אריבער געגאנגען צי קאפיטאן קאנראד פאציג.

דורך אויס די יארן איז די אגענטור געפירט געווארן מער ווייניגער דורך מיליטער לייט, און נישט דורך ציווילע שפיאנאזש אגענטן (דאס האט עווענטועל געפירט צו אסאך פראבלעמען פאר די נאציס, ווייל אין די מיליטער זענען די נאציס קיינמאל נישט געווען איבעריג פאפולער).

פאציג האט זיך אבער נישט פארשטאנען אזוי גוט מיט היינריך היטלער וויבאלד דער ערשטער האט געוואלט אדורך פירן שפיאנאזש פלי רייזעס אריבער די גרענעץ מיט פוילן וואס וואלט איינגעשטעלט די סודות'פולע פלענער פון אן אטאקע אויף פוילן, פאציג איז אין רעזולטאט אויפגעזאגט געווארן אין יאנואר פון יאר 1935, און איז ער זעצט געווארן מיט קאפיטאן ווילהעלם קאנאריס וועלכער האט געדינט ביז 1944 צום סוף פון די מלחמה.

נאך אין זיין ערשטע טאג איז קאנאריס געווארנט געווארן דורך פאציג אז היטלער און היידריך ווילן איבערנעמען די אגענטור, קאנאריס באקאנט אלס א שטארקע פון אינטער די קוליסן פארהאנדלער איז געווען זיכער אז ער וועט קענען האנדלען דערמיט, אבער מיט ווייניג סוקסעס, די פירער פון די נאצי פארטיי זענען קיינמאל נישט געווען אינגאנצן באקוועם מיט די אבווער.

פארזעצונג קומט אי"ה.

הארות און קאמענטארן פארצויגן. קריטיג אין אישי.

געווארן אנגעגרייט חול המועד.
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1185
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: "די אבווער"... ארטיקל לכבוד חול המועד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

יישר כח

שפאנונג איינגעשפאנט!
געדענקען צו פארגעסן
אוועטאר
Waze
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2023 11:26 pm

Re: "די אבווער"... ארטיקל לכבוד חול המועד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waze »

א גרויסן דאנק... איך האף אז די נעקסטע פארזעצונג גייט נישט ווערן געשריבן חול המועד!
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: "די אבווער"... ארטיקל לכבוד חול המועד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

פארזעצונג.

קאנאריס אידעאלאגיש איז געווען קאנסערוואטיוו, ער האט בכלל נישט געגליכן די לוילעכע דעמאקראטישע וויימאר רעפובליק רעגירונג (וועלכע האבן רעגירט איבער דייטשלאנד ציווישן די וועלט מלחמות אינטער קייזער ווילהעלם דער 2'טער), ווי אויך האט ער ווי פארשטענדליך שטארק פיינט געהאט די קאמוניסטן, קאנאריס איז לכתחילה געווען קאלט צי די גאנצע נאצי מאוומענט (אפיציעל האט ער אפילו נישט געהאלטן פון די נאציס אויסגעשפראכענע שנאה צי אידן, ווער ווייסט...), ממילא ווען דער ערשטער וועלט מלחמה קארפראל אדאלף היטלער און אויסגעשפראכענע אנטיסעמיט איז געקומען צו די מאכט אין 1933 האט ער זיך נישט שנעל צוגעכאפט דערצו, אבער עווענטועל איז קאנאריס יא מיטגעשטאנען מיט אים ווייל ער האט געהאלטן אז די נאציס וועלן צוריק ברענגען כבוד און מאכט קיין דייטשלאנד, און זיי וועלן טיילן זייערע מיליטערישע אמביציעס פון "איינשליסן" נאך לענדער אינטער דייטשע הערשאפט.

כדי זיך צושטעלן [ליין, "געפעלן"] צו היטלערן האט קאנאריס דראמאטיש פארברייטערט די אבווער, פון בלויז 150 אגענטן צו איבער 1000, כדי צו זעטיגן היטלערס רייץ פון זיך פארמעסטן מיט די ענגלישע שפיאנאדזש.

אין בעפארברייטונג צום קריג.

אין יאר 1938 האט קאנאריס פולקאם רעארגאניזירט די אגענטור און עס צעטיילט און דריי באזונדערע גרופעס.

1) די צענטראלע דעוויזיע.
2) די אויסערן אנגעלעגנהייטן דעוויזיע (ע"ע די CIA).
3)און די קאנטער שפיאנאזש דעוויזיע.

די צענטראלע דיוויזיע האט געדינט אלס די רוקן-ביין פון די אנדערע צוויי פליגלען פון די אגענטור, ווי אויך האט זיך די דעוויזיע אפגעגעבן מיט אויפנעמען פרישע אגענטן און פינאנציעלע אנגעלעגנהייטן, און איז געווארן אנגעפירט דורך מאיאר האנס אסטער.

די אויסערן דעוויזיע האט זיך אפגעגעבן מיט די קאמוניקירן מיט די הויכע פענצטער, ווי אויך מיט אויסערן מיניסטעריום, און זיך אפגעגעבן מיט קאמוניקאציע ווי באהאנדלען געגנב'טע שפיאנאזש דאקומענטן ווי אויך אינטער הערן טעלעפאן געשפרעכן.

די דריטע האט טאקע געהייסן "קאנטער שפינאזש" אבער באמת האבן זיי זיך פארנומען מיט ריכטיגע שפיאנאזש, אפגעטיילט און דריי טיילן, די ערשטע האט זיך אפגעגעבן מיט פאלשע פאפירן-בילדער-פאספארטן לופט שפיאנאזש און נעיוול שפיאנאזש און אקענאמישע שפיאנאזש ווי אויך טעכנישע שפיאנאזש, די צווייטע האט זיך אפגעגעבן מיט סאבאטאזש, די דריטע איז טאקע געווען קאנטער-שפיאנאזש.

די אבווער האט אויך פארמאגט ליעזאנס און אלע אפטיילונגען פון די מיליטער פון די ארמיי ביז די לופט-וואפע און די נעווי.

קאנאריס האט פרובירט וויפיל ס'איז געווען שייך אז זיין אגענטור זאל מיט ארבייטן מיט די געסטאפאו און מיט די עס. די. וואס זענען געווען אינטער די פירערשאפט פון היינריך היטלער ימ"ש כדי צו פארמיידן מיספארשטענדענישן.

פארזעצונג קומט אי"ה.
לעצט פארראכטן דורך באטל וואסער אום מאנטאג אפריל 17, 2023 12:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6388
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: "די אבווער"... ארטיקל לכבוד חול המועד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

א רייכע שפראך... גאר אינפארמאטיוו... מיר קוקן ארויס אויף די פארזעצונג!
יעדע מענטש שטארבט, נישט יעדער לעבט…
מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5323
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: "די אבווער"... ארטיקל לכבוד חול המועד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

אינפארמאטיוו - קלאהר און שיין באשריבן

יישר כח
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: "די אבווער"... ארטיקל לכבוד חול המועד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

אינפארמאטיוו און קלאר
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: "די אבווער"... ארטיקל לכבוד חול המועד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

פארזעצונג.

די אבווער האט פארמאגט א ספעציעלע איינהייט אין יעדע מיליטעריש איינגעטיילטע דיסטריקט אין דייטשלאנד מיטן נאמען "אבווערשטעלע" אדער עי, עס, טי,.

די art's זענען געוועטליך געווען צעטיילט אין 3 גרופעס, 1 "שפיאנאזש", 2 "סאבאטאזש", 3 "קאנטער-שפיאנאזש".

אנגעפירט דורך א הויך-ראנגיגע ארמיי אדער נעווי אפיציר, וואס האט באריכטעט צו די אבווער הויפטקווארטיר אין בערלין ספעציפיש צי קאנאריס, קאנאריס אליין האט גענומען באפעלן פון די אויבערקאמאנדע פון די ווערמאכט באקאנט אלס OKW, שפעטער און יאר 1941 האט קאנאריס באריכטעט צום "פיהרער" דירעקט.

למעשה האט יעדע עי, עס טי, מער ווייניגער געקענט פאסן זייער אייגענע באשלוסן איבער לאגיטיגס וויאזוי צו דורך פירן אקציעס ווי אויך פלעגן זיי אויפנעמען פרישע אגענטן אויף זייער אייגענע האנט, וואס דאס האט געפירט צו אסאך פראבלעמען פאר די אבווער וויבאלד די אגענטן וואס די לאקאלע עי, עס, טי, האט אויפגענומען זענען מייסטנס באשטאנען פון ציווילע בירגער און וואלונטירן, אטאמאטיש איז די אגענטור געווען אסאך 'קוואנטיטי' און וויינוג 'קוואליטי', אבער כדי די אגענטור זאל אויסזען שיין און מעכטיג איז עס געווען געוואלדיג גוט.

אין נייטראלע לענדער ווי שפאניע האט די אבווער אפערירט (אזוי ווי היינטיגע צייטן ווי אמבאסאדעס דינען מער די cia ווי די סטעיט דעפארטמענט) אינטער די לאקאלע דייטשע אמבאסאדע אדער אינטער די האנדלס מיניסטעריום פון ווי זי פלעגט ארויס שיקן אירע אגענטן צו שפיאנירן.

די שווארצע קאפעליע.

אזוי זענען אנגערופן געווארן א גרופע דייטשע אריסטאקראטן ביי די געסטאפא וואס האבן שטילערהייט געזוכט אינטער צו ברענגען היטלער, פון די סאמע קעפ איז געווען נישט קיין צווייטער ווי אדמיראל ווילהעלם קאנאריס!

דורך אויס זיין רעארגאניזאציע קאנאריס האט זיכער געמאכט צו זיך ארום נעמען מיט א גרופע האנט געקליבענע לאיאלע אפיצירן, אזעלכע מענטשן וואס זענען מער געטריי צו אים ווי צו אפילו היטלער אליינס, קיינער פון זיינע הויפט אונטערטאנען זענען נישט געווען קיין מעמבערס אין די נאצי פארטיי, א חוץ רודאלף באמלער וועם קאנאריס האט געשטעלט אנצופירן מיט די קאנטער-שפיאנאזש אפטיילונג נאר כדי צו אויף בויען זיין טראסט ביי הימלער, אבער קאנאריס האט שטענדיג געהאלטן אן איבריג פאר אויגן אפן אין זיין ריכטונג אים צי האלטן אין די ראמען, אזוי אויך האט קאנאריס געצוימט זיין צוטריט צו סענסיטיווע אינפארמאציע.

באמלער האט טאקע געטריי געדינט די ss און די SD, לויט זיינע באגרעניצטע יכולת.

לויט טייל היסטאריקער האט קאנאריס געארבעט אינטער היטלערס רוקן און געזוכט ווי ער קען אינטער לייגן פאר די נאציס פיסלעך, ביז אזוי ווייט ווי פרובירן צו אנקניפן מיט דייטשלאנדס גרעסטע שונא די בריטן, אבער די בריטן האבן זיך נישט געזוכט פרישע מצוות.

ווי אומ-גלויבליך ס'הארט זיך, לויט געוויסע פארשער איז קאנאריס געגאנגען אזוי ווייט ווי ראטעווען דייטשע אידן דורך זיי רעקרוטירן צו די אבווער! איינס, צוויי, דריי, אנגענומען. פון דא און ווייטער זענען די אידן געווען שטארק פארנומען מיטן טוען איין זאך, און דאס איז "גארנישט"... פארשטייט זיך אויך זיך האלטן ווי שטיל מעגליך.

קאנאריס האט געארבעט זייער שווער אנצוהאלטן זיין שטעלע אלס דער טשיף פון די אבווער דורכן זיין א געטרייע ארבייטער און דורך פירן שפיאנאזש פאר זיין לאנד, נאך אלעם איז ער געווען א קאנסערוואטיוו און געהאט שטארקע מיליטערישע אמביציעס און געוואלט א שטארקע דייטשלאנד, אבער טאקע דערפאר האט אים אזוי געקרענקט די נאציס ווייל ער האט געהאלטן זיי פאר א שטער צו א דייטשע גרויסמאכט וואס הערשט הויף פילע לענדער און פראווינצן.

פארזעצונג קומט אי"ה.

[מען דארף אבער נעמען 2 זאכן אין באטראכט ווען ס'קומט צו די היסטאריע.

1) קייזער נאפאלעאן האט אמאל געזאגט "היסטאריע ווערט געשריבן דורך די געווינערס". דאס איז א שטארקע פראבלעם מיט היסטאריע אז פאקטן וואס די געווינער ווילן נישט אז צו צוקונפטיגע דורות זאלן געוואר ווערן שניידן זיי ארויס פון די היסטאריע ביכער, ממילא גייט מען קיינמאל נישט וויסן אויף ווי ווייט קאנאריס איז באמת געווען א לוילעכע נאצי.

2) זייער אסאך דייטשע גענעראלן זענען געווען דייטשע פאטריאטן און בלויז דערפאר קאאפערירט מיט די נאציס, און די פאקט האבן אסאך אמתע נאציס אויסגענוצט נאך די מלחמה ווען מען האט זיי געמשפט אויף זייערע זינט, האבן זיי זיך פארענטפערט "איך האב בלויז אויסגעפירט מיין אויפגאבע", וואס איז אוודאי נישט געווען אמת, ס'איז געווען זייער שווער נישט צו ווערן איבער גענומען פון די יארן פראפאגאנדע און העצע, אבער מען האט נישט געהאט קיין קראנטע באווייז.

אנסתרות לשם אלוקינו... נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפיך, בקרוב ממש.
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: "די אבווער"... ארטיקל לכבוד חול המועד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

איינער איז נאך פאראינטערעסירט אין די פארזעצונג בכלל?
אוועטאר
קאלינען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 7:53 am

Re: "די אבווער"... ארטיקל לכבוד חול המועד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלינען »

באטל וואסער האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 10:41 am
איינער איז נאך פאראינטערעסירט אין די פארזעצונג בכלל?
אויב ס'איז דא, אוודאי!
ס'האט אויסגעקוקט ווי עס איז גענדיגט
הונדערט מענטשן
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 7:10 pm

Re: "די אבווער"... ארטיקל לכבוד חול המועד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הונדערט מענטשן »

נעאוודאי
גילוי...

יי''כ וואוילע מענטשן.
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: "די אבווער"... ארטיקל לכבוד חול המועד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

קאלינען האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 11:45 am
באטל וואסער האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 10:41 am
איינער איז נאך פאראינטערעסירט אין די פארזעצונג בכלל?
אויב ס'איז דא, אוודאי!
ס'האט אויסגעקוקט ווי עס איז גענדיגט
כ'מיין אז כ'האב געשריבן אז עס קומט נאך פארזעצונגען, און ניין ס'יז ווייט פון פערטיג, כ'האב געפרעגט ווייל יעדע היסטארישע ארטיקל נעמט שעות אריכות צו אנגרייטן/שרייבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”