דארף זיך די ישיבה מיטשענען מיט א בחור?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

דארף זיך די ישיבה מיטשענען מיט א בחור?

יא די בחור איז די ישיבות אחריות אין קאמענטירט סתם אזוי ווארפן
253
88%
ניין די ישיבה דארף זיך נישט מוטשענען מיט קיינעם
34
12%
סך הכל שטימען: 287

אוועטאר
זינקען
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 09, 2023 12:21 pm

דארף זיך די ישיבה מיטשענען מיט א בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינקען »

מיין ניינצן יעריגע בחור שפאצירט אריין אהיים, זיין תפלין בייטל לאנדעט עפעס אזוי שטייט אויףן טיש, עפעס אויף זיין פנים האט מיר שוין געלאזט וויסן טאן אז... אפשר דארף ער צוריקקאלן די מנהל...
ס'האט זיך עפעס נישט אויסגעארבעט יעצט..

ס'האט זיך אנגעהויבן ווען סאיז אויף פאסט געקומען א 'צורך לדבר',
נעה, ס'העט זיין מסדר, סאיז פראסעס, סקומט אזוי סמיינט נישט גארנישט, האט ער מיר בארואיגט.

יעצט נאכן רוף האט שוין נישט אויסגעזען אזוי פויגעלדיג די מצב,

עה... הייבט ער אן קעקעצן, ער זאגט אז... אז דארמיטארי איז נישט אזוי מסדר, אבער ישיבה איז אלעס מסדר, ענדיגט ער מיט א גוטע זאך.

-קענסט נישט שלאפן אין דארמיטארי?

-נישט עכט...

ס'וועט מיר גוט, איך וואוין אין מאנרא אין די ישיבה איז אין וויליאמסבורג...

-הייסט וועסט מוזן אהיימקומען יעדעם טאג? פרעג איך אים,

-יא, אזוי זאגט ער... אדער טרעפן ווי צו שלאפן אין וומס"ב...

ער איז שוין נישטא...

****

מיין הארץ הייבט אן שוועמלען....
טרעפן ווי צו שלאפן אין וומס"ב אן קיין השגחה איז קיין אפציע, ווידעראים טרעוולען יעדעם טאג איז אויכט נישט צו נעמען אין באטראכט,

ערגעץ אינדערצווישן זאגט ער מיר אז ער אז אזוי ווי ער איז שוין סייווי האלב אינדרויסן וואלט ער ווען געוואלט טרעפן א דשאב א האלבע טאג, אין די איבריגע האלב אין ישיבה...

"וואס איז פון מיין תחשיטל געווארן...."

כ'גיי דעפענעטלי נישט זאגן אז ער איז געווען פון די צדיקים עמדי התורה, אבער דאך א וואוילע ערליך בחור וואס האט זיך נישט אזוי צוגעשטעלט צו די סיסטעם, ער איז נישט אלס אויפגעשטאנען, -ביי די 19 יאר רעדט איך- צום דאווענען אין ישיבה, ער איז ארויסגעגאנגען פאר א מקוה דאווענען, אפשר אויך פאר פרישטאג, אמאל געגאנגען פאר א סאפיר אויכעט,
אבער ממש אזוי צו פליען פון ישיבה מיט קיין אפציע אויף צוריק...?

כגלייב נישט אז ער וואלט זיך געלאפן זיכן גליקן סתם אזוי, אזוי שנעל, אבער יעצט אזוי מיט איין פיס אינדרויסן, טראכט ער שוין פון א דשאב....

כקען נישט זאגן אז די ישיבה האט "געווארפן דעם בחור" אבער אזוי מיט'ן פארכאפן די בעט האט ער קיין אפציע פון 'געהעריג' פארבלייבן.

יעצט קום איך פאר א דעת הקהל,
צו דארף זיך א מנהל מוטשענען מיט א בחור -דירעקט נישט קיין משחית וכו'- אין ישיבה?

אדער אזוי האלב ווארפן אין פטור אנעסק...?
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3501
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: דארף זיך די ישיבה מיטשענען מיט א בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

זיכער דארף זיך די מנהל מוטשענען!
דאס איז זיין דזשאב!
און אז ער דערהייבט עס נישט זאל ער גיין פליקען כפרות,

די מצוינים קענען לערנען אין בית מדרש אויכעט ,
די ביננונים זיי זענען די וואס די ישיבה איז פאר זיי א תיבה און א רוישיגע מבול,
און זיי זענען גאר די מיט וועם מען ווארפט זיך ארום ווי פיסטעטשא שאלאכץ???
די הארץ רייסט וואס קומט פאר!
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2170
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע:ברוקלין

Re: דארף זיך די ישיבה מיטשענען מיט א בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

זאג דיין בחור׳ל זאל נישט שפילן טעמוואטע, ער ווייסט וואס מען וויל פון אים. זיך אביסל בעטן צום מנהל, נאכגיבן וואס מען בעט אים, אפשר איינלייגן געלט און מען וועט אים צוריקנעמען.

פארשטייט זיך על סמך אז ער איז א נארמאלע בחור וואס קאלערט נאר ארויס אמאל…

האקט, הרב לבוש, רעדט צו א מנהל אביסל וואס זיין זשאב איז ביפאר דיין הארץ רייסט אויף ווי צופליקטע כפרות.
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3501
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: דארף זיך די ישיבה מיטשענען מיט א בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

ניינער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:14 am
האקט, הרב לבוש, רעדט צו א מנהל אביסל וואס זיין זשאב איז ביפאר דיין הארץ רייסט אויף ווי צופליקטע כפרות.
כ'האב אים עס געזאגט אין אישי.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: דארף זיך די ישיבה מיטשענען מיט א בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

ער איז 19 יאר און וויל גיין ארבעטן און דו האסט א פראבלעם מיט שלאפן אין וויליאמסבורג?

טראכט אז דו שיקסט אים אויף ארץ ישראל
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: דארף זיך די ישיבה מיטשענען מיט א בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

פרומע לבוש. איך בין מיט דיר.
הרב שטיינמן זצ"ל האט געזאגט כלפי מלמדים:
די גוטע קינדער - זענען די עולם הזה פונעם מלמד..
די שוואכע קינדער - זענען די עולם הבא פונעם מלמד.
און די בינונים - אויף זיי באקומט ער באצאלט.
זעלבע זאך כלפי ראשי ישיבות.
#לדעתי

פארדעם זענען זיי דא.
נישט 'ישיבה למצוינים'. ניין. א ישיבה - וואס דא ווערט מען מצויינים.
נישט 'די בעסטע ישיבה'. ניין. נאר - 'די ישיבה וואס דא טוט יעדער בחור זיין בעסט'.
און @זינקען, כ'קען פראבירן צו רעדן מיט אייער בחור.
קום אין אישי.
ארטיקל 'שלפים' - ליל שישי פארברענג מיט @יש משהו!!

מפתח:
viewtopic.php?p=5433669#p5433669

בעצם... אויף די נושא איז געווידמעט די 'טרעק פייף' פון מיכאל ע''ה.
ארטיקל 'שלפים' - ליל שישי פארברענג מיט @יש משהו!!

מפתח:
viewtopic.php?p=5433669#p5433669
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: דארף זיך די ישיבה מיטשענען מיט א בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

רעדט מען פון א קהילישע ישיבה אדער פון א קלענערע פריוואטע ישיבה?
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: דארף זיך די ישיבה מיטשענען מיט א בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

טעמפל שירה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:49 am

ס'א חילוק?

יש משהו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:51 am

ווייל א קהילישע ישיבה באלאנגט זיכער פאר יעדעם בפשטות, אפי' מדארף זיך מוטשענען מיט א בחור

טעמפל שירה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:53 am

דאס איז קלאר, די שאלה פארוואס א קליינע פריוואטע ישיבה נישט? פארוואס זענען זיי קליין און פריוואט - אויב נישט פאר דעם?
#קיין זיין כ'בין נישט גערעכט

יש משהו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:57 am

ווייל א קליינע קען אפשר טענהן אז איך האב עס געפענט און איך בין בעה"ב און איך קען אפמאכן וואס איך וויל, כ'ווייס נישט צו ער איז גערעכט, אבער עכ"פ ס'דא אזא שטיקל צד, אבער ביי א קהלישע ישיבה איז עס נישט שייך

קענסט מיר נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5245
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

פארשטיי איך נישט ווען די טאטע צפליקט זיך צי קענען צאלן שכר לימודאז מזאל עם מחנך זיין אין א פריוואטע ישובה למצינום מעג מען עם אהיימשיקען פארוואס דען צאלט מען אויב נישט פאר דעם???
לעצט פארראכטן דורך קענסט מיר נישט אום דאנערשטאג אפריל 20, 2023 3:42 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מאיבי תחכמני
שוואכע מענטשען נעמען נקמה
שטארקע מענטשען זענען מוחל
אינטעליגענטע מענטשען מאכן זיך נישט וויסענדיג

כתיבה וחתימה טובה
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: דארף זיך די ישיבה מיטשענען מיט א בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

קענסט מיר נישט האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 3:40 am
טעמפל שירה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:53 am
יש משהו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:51 am
טעמפל שירה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:49 am
רעדט מען פון א קהילישע ישיבה אדער פון א קלענערע פריוואטע ישיבה?
ס'א חילוק?
ווייל א קהילישע ישיבה באלאנגט זיכער פאר יעדעם בפשטות, אפי' מדארף זיך מוטשענען מיט א בחור
פארשטיי איך נישט ווען די טאטע צפליקט זיך צי קענען צאלן שכר לימוד אז מזאל עם מחנך זיין אין א פריוואטע ישובה למצינום מעג מען עם אהיימשיקען פארוואס דען צאלט מען אויב נישט פאר דעם???
ארטיקל 'שלפים' - ליל שישי פארברענג מיט @יש משהו!!

מפתח:
viewtopic.php?p=5433669#p5433669
אוועטאר
דריטע דיעה
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 5:03 pm
לאקאציע:דארט ווי טוטצעך...

תגובה דורך דריטע דיעה »

יש משהו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 3:41 am

ג"א מצטרף
ווען איך שרייב עני דיעה "וואס געפעלט דיר נישט" רעג זיך נישט אויף מיר! ווייל איך געב דיר א מעגליכקייט דיין דיעה זאל זיין ערשט, מיין דיעה איז נאר די דריטע דיעה
מיין געשיכטע!!! viewtopic.php?t=61535
אוועטאר
דריטע דיעה
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 5:03 pm
לאקאציע:דארט ווי טוטצעך...

Re: דארף זיך די ישיבה מיטשענען מיט א בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריטע דיעה »

יש משהו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:30 am
פרומע לבוש. איך בין מיט דיר.
הרב שטיינמן זצ"ל האט געזאגט כלפי מלמדים:
די גוטע קינדער - זענען די עולם הזה פונעם מלמד..
די שוואכע קינדער - זענען די עולם הבא פונעם מלמד.
און די בינונים - אויף זיי באקומט ער באצאלט.
זעלבע זאך כלפי ראשי ישיבות.
#לדעתי

פארדעם זענען זיי דא.
נישט 'ישיבה למצוינים'. ניין. א ישיבה - וואס דא ווערט מען מצויינים.
נישט 'די בעסטע ישיבה'. ניין. נאר - 'די ישיבה וואס דא טוט יעדער בחור זיין בעסט'.
און @זינקען, כ'קען פראבירן צו רעדן מיט אייער בחור.
קום אין אישי.
אין די געוארפענע קינדער/בחורים
דעיס זענען די גיהנום פון די מלמדים/מנהלים...
ווען איך שרייב עני דיעה "וואס געפעלט דיר נישט" רעג זיך נישט אויף מיר! ווייל איך געב דיר א מעגליכקייט דיין דיעה זאל זיין ערשט, מיין דיעה איז נאר די דריטע דיעה
מיין געשיכטע!!! viewtopic.php?t=61535
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: דארף זיך די ישיבה מיטשענען מיט א בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

דריטע דיעה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 3:57 am
יש משהו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:30 am
פרומע לבוש. איך בין מיט דיר.
הרב שטיינמן זצ"ל האט געזאגט כלפי מלמדים:
די גוטע קינדער - זענען די עולם הזה פונעם מלמד..
די שוואכע קינדער - זענען די עולם הבא פונעם מלמד.
און די בינונים - אויף זיי באקומט ער באצאלט.
זעלבע זאך כלפי ראשי ישיבות.
#לדעתי

פארדעם זענען זיי דא.
נישט 'ישיבה למצוינים'. ניין. א ישיבה - וואס דא ווערט מען מצויינים.
נישט 'די בעסטע ישיבה'. ניין. נאר - 'די ישיבה וואס דא טוט יעדער בחור זיין בעסט'.
און @זינקען, כ'קען פראבירן צו רעדן מיט אייער בחור.
קום אין אישי.
אין די געוארפענע קינדער/בחורים
דעיס זענען די גיהנום פון די מלמדים/מנהלים...
אוי זאגסטו גייט! טויזנט לייקס!
👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍
ארטיקל 'שלפים' - ליל שישי פארברענג מיט @יש משהו!!

מפתח:
viewtopic.php?p=5433669#p5433669
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5245
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: דארף זיך די ישיבה מיטשענען מיט א בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

צ/ק
ווער דען אייוועלט
מאיבי תחכמני
שוואכע מענטשען נעמען נקמה
שטארקע מענטשען זענען מוחל
אינטעליגענטע מענטשען מאכן זיך נישט וויסענדיג

כתיבה וחתימה טובה
תשפ''ב
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 10:47 pm

Re: דארף זיך די ישיבה מיטשענען מיט א בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תשפ''ב »

נישט קיין חילוק א קהילה אדער א פריוואטע,
א ישיבה דארף זעהן צי טוהן וואס זיי קענען אז א בחור זאל בלייבן און נישט ח''ו די פארקערטע (אויב ער מאכט נישט קאליע אנדערע)
דעס וואס קומט היינט פאר רח''ל איז א שרעקליכע עוולה מצד המנהלים במחילת כבודם
ליידער ווייס איך אסאך פעלער ווי מ'האט אזוי ארויסגעשארט בחורים און זיי חרוב געמאכט, סתם ווייל זיי האבן זיך נישט אזוי גוט צוגעשטעלט, אוודאי דארף מען זיך צושטעלן אבער די ישיבת ארבעט איז צי פראבירן צו האלטן די בחור אין ישיבה בכל אופן
תשפ"ב איז די יאר וואס איך האב מיך איינגעשריבען אין אייוועלט
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: דארף זיך די ישיבה מיטשענען מיט א בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

קענסט מיר נישט האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 3:40 am
טעמפל שירה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:53 am
יש משהו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:51 am
טעמפל שירה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:49 am
רעדט מען פון א קהילישע ישיבה אדער פון א קלענערע פריוואטע ישיבה?
ס'א חילוק?
ווייל א קהילישע ישיבה באלאנגט זיכער פאר יעדעם בפשטות, אפי' מדארף זיך מוטשענען מיט א בחור
פארשטיי איך נישט ווען די טאטע צפליקט זיך צי קענען צאלן שכר לימודאז מזאל עם מחנך זיין אין א פריוואטע ישובה למצינום מעג מען עם אהיימשיקען פארוואס דען צאלט מען אויב נישט פאר דעם???
כ'הער וואס דו זאגסט, כ'האב טאקע פארדעם נישט געשריבן אז א פריוואטע ישיבה מעג יא אהיים שיקן
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: דארף זיך די ישיבה מיטשענען מיט א בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

טעמפל שירה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 3:04 am
יש משהו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:57 am
טעמפל שירה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:53 am
יש משהו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:51 am
טעמפל שירה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:49 am
רעדט מען פון א קהילישע ישיבה אדער פון א קלענערע פריוואטע ישיבה?
ס'א חילוק?
ווייל א קהילישע ישיבה באלאנגט זיכער פאר יעדעם בפשטות, אפי' מדארף זיך מוטשענען מיט א בחור
דאס איז קלאר, די שאלה פארוואס א קליינע פריוואטע ישיבה נישט? פארוואס זענען זיי קליין און פריוואט - אויב נישט פאר דעם?
#קיין זיין כ'בין נישט גערעכט
ווייל א קליינע קען אפשר טענהן אז איך האב עס געפענט און איך בין בעה"ב און איך קען אפמאכן וואס איך וויל, כ'ווייס נישט צו ער איז גערעכט, אבער עכ"פ ס'דא אזא שטיקל צד, אבער ביי א קהלישע ישיבה איז עס נישט שייך
Its not about who is right
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5543
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: דארף זיך די ישיבה מיטשענען מיט א בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

ניינער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:14 am
זאג דיין בחור׳ל זאל נישט שפילן טעמוואטע, ער ווייסט וואס מען וויל פון אים. זיך אביסל בעטן צום מנהל, נאכגיבן וואס מען בעט אים, אפשר איינלייגן געלט און מען וועט אים צוריקנעמען.

פארשטייט זיך על סמך אז ער איז א נארמאלע בחור וואס קאלערט נאר ארויס אמאל…

האקט, הרב לבוש, רעדט צו א מנהל אביסל וואס זיין זשאב איז ביפאר דיין הארץ רייסט אויף ווי צופליקטע כפרות.
מיין עקספיריענס פון ישיבה איז אז ביי די 19 עסט מען ארויס יעדעס בחור וואס שטעלט זיך נישט צו 101% פראצענט און דאס איז אן עון פלילי, א ניינצן יעריגע בחור איז שוין נענטער צו א יונגערמאן ווי א בחור און געווענטליך וויל מען גארנישט סאבסטענציעל פון אים.. אנפארטשענעטלי איז אט דאס ”דער” סיבה פארוואס בחורים ענדן אפ אין אר”י
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: דארף זיך די ישיבה מיטשענען מיט א בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

World Champion האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 8:21 am
טעמפל שירה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 3:04 am
יש משהו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:57 am
טעמפל שירה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:53 am
יש משהו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:51 am

ס'א חילוק?
ווייל א קהילישע ישיבה באלאנגט זיכער פאר יעדעם בפשטות, אפי' מדארף זיך מוטשענען מיט א בחור
דאס איז קלאר, די שאלה פארוואס א קליינע פריוואטע ישיבה נישט? פארוואס זענען זיי קליין און פריוואט - אויב נישט פאר דעם?
#קיין זיין כ'בין נישט גערעכט
ווייל א קליינע קען אפשר טענהן אז איך האב עס געפענט און איך בין בעה"ב און איך קען אפמאכן וואס איך וויל, כ'ווייס נישט צו ער איז גערעכט, אבער עכ"פ ס'דא אזא שטיקל צד, אבער ביי א קהלישע ישיבה איז עס נישט שייך
Its not about who is right
נאר ווא דען?
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5543
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: דארף זיך די ישיבה מיטשענען מיט א בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

טעמפל שירה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 3:04 am
יש משהו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:57 am
טעמפל שירה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:53 am
יש משהו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:51 am
טעמפל שירה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:49 am
רעדט מען פון א קהילישע ישיבה אדער פון א קלענערע פריוואטע ישיבה?
ס'א חילוק?
ווייל א קהילישע ישיבה באלאנגט זיכער פאר יעדעם בפשטות, אפי' מדארף זיך מוטשענען מיט א בחור
דאס איז קלאר, די שאלה פארוואס א קליינע פריוואטע ישיבה נישט? פארוואס זענען זיי קליין און פריוואט - אויב נישט פאר דעם?
#קיין זיין כ'בין נישט גערעכט
ווייל א קליינע קען אפשר טענהן אז איך האב עס געפענט און איך בין בעה"ב און איך קען אפמאכן וואס איך וויל, כ'ווייס נישט צו ער איז גערעכט, אבער עכ"פ ס'דא אזא שטיקל צד, אבער ביי א קהלישע ישיבה איז עס נישט שייך
נישט ריכטיג. מילה ביים זיך וועלן... אבער איינמאל דער בחור איז ביי דיך טארסטו אים נישט לייגן אין גאס, דו ווייסט זייער גוט אז קיינער וועט אים נישט אננעמען און אפילו ווען יא וועט ער זיך שווערליך איינגלידערן... דאס איז אבסאלוטלי דיין אחריות!!
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1590
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: דארף זיך די ישיבה מיטשענען מיט א בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

ווען דער בחור איז א רוחניות׳דיגע שטער פאר די ישיבה..קען מען אפשר דן זיין.
אבער אויב נישט איז דאך עס ממש א געפערליכע זאך..די גאס איז דאך א פירסט קלעס טיקעט צום
שאול תחתית..
און רוב מאל געשעט עס ווען דו מנהל פארלירט קאנטראל, און נאכדעם פאסט שוין נישט צוריק צוציען.
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”