איך האב אנגעהויבן אן אפעראציע אין די דריי חלקי הנפש אשכול, צו צענעמען מיין נפש אויף פיץ פיצלעך און זען וואס\וויאזוי מ'קען פאררעכטן זאכן דארטן. viewtopic.php?p=4257576#p4257576
3. ספיקות און אומזיכערקייט - שווער צו מאכן דעסיזשעןס וכו'
איינער מיט הדרכה?
בס"ד אויף ספיקות קען איך אייך בעז"ה אביסל העלפן, ב,ד,וו, עס קען שמעקן מיט אוסידי אבער נישט קיין נפק"מ. ווען א מענטש שטייט בעפאר א שווערן דעסיסשן איז דא צוויי הויפט זאכן וואס בלאקן אים פון גיין ווייטער, למשל א מענטש וויל קויפן א הויז און מופן, איז דאך דא מעלות און חסרונות, די שווערע דעסיסשן מעיקערס ווילן נישט אראפשלינגען קיין איינע פון די חסרונות פון קיין איין צד, זונטיג איז ער מחליט וואס הייסט אוודאי מופט מען איך ווער דאך שוין דערשטיקט פון די פיצעלע דירה, וכו' וכו' דינסטיג זאגט ער וואס האב איך דא געטון עס איז דאך א ים מיט געלט, טוב פת חריבה ושלוה עמו וכו' וכו' - דאס איז די ערשטע זאך וואס מען דארף זיך גוט מתבונן זיין און באשליסן שארף: איך גיי נישט האבן אלעס, איך גיי מוותר זיין א חלק זאכן ווייל א מענטש מוז בוחר זיין. פארשטייט זיך אז דאס איז א מלחמת היצר (ובפרט אויב האט עס טאקע מיט אוסידי) אבער איך וועל כסדר ארבעטן אויף מיר אז איך בין מוחל א חלק פון די גליקן, מעלות, באקוועמקייטן, פארגעניגן, כדי זוכה צו זיין אינעם צווייטן צד וואס זעהט מיר אצינד אויס מיט מער פארגעניגן, און מער ריכטיג בעיני אלקים ואדם (דהיינו ב"ב און קינדער) די צווייטע זאך וואס בלאקירט פון צוקומען צום ריכטיגן באשלוס און עס אויספירן, איז פיל שווערער, דהיינו מ'האט מורא אפשר האב איך נישט גוט מחליט געווען, אפשר ווייס איך נישט געוויסע פרטים, אפשר גיי איך חרטה האבן, אפשר האט דער אנדערער צד פיל מער מעלות און סאך ווייניגער חסרונות ווי עס זעהט מיר יעצט אויס, אפשר פארשטיי איך נישט אזוי גוט דאס ענין, ובפרט ווען מ'הייבט אן רעדן צו מענטשן און פרעגן און יעדער זאגט אנדערש (מיטן גאנצן זיכערקייט) ווערט מען אינגאנצן צומישט. דאס איז מער מצוי ביי א פערפעקשעניסט (וואס איז אגב די ערגסטע מדה און הרג'ט א מענטש) די עצה איז צו וויסן אז 1) נישט מאכן קיין דעסיזשן איז ערגער ווי די ערגסטע דעסיזשן 2) וואס איז באשערט וועט עני וועי זיין אפילו איך בין מחליט אנדערש 3) קיינער ווייסט נישט 100 פראצענט וואס עס גייט זיין און וואס איך וועל דאס מערסטע ליב האבן, און עס איז נישט מעגליך בעולם צו וויסן און דעריבער: בין איך מחליט מיטן פולן באוואוסטזיין אז די החלטה איז געבעיסט אויף 75%, עס איז ביי מיר קלאר אז איך ווייס נישט 100% און דאך בין איך מחליט, וד' הטוב בעיניו יעשה. און ווען דער יצר קומט נאכדעם דרייען א קאפ אוי וויי אפשר אפשר אפשר, חזרט מען נאכאמאל יסודות הנ"ל דהיינו עס איז נישט מעגליך צו וויסן 100% איך בין מחליט על דעת זה. און כדי צו מאכן עקסערסייז דארף מען ביי קליינע דעסיזשענס טאג טעגליך אויך מאכן גאר שנעל, און דאס וועט אויסשארפן דעם מח על ענין הנ"ל. קצרתי מאוד מאוד אבער דאס זענען די יסודות בעז"ה , און איך האף איך האב אייך געהאלפן און אפשר אויך אנדערע יודן.
עליית הדורותהאט געשריבן:↑דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:40 am
פוילקייט
איך וועל פרובירן צו ענטפערן כפי יכלתי והבנתי, טראץ וואס איך בין זייער באגרעניצט אין ידיעות ארום דעם נפש פונעם שואל.
אבער בפשטות, ס'איז ביי יעדן דא א א מידה פון אקטיווקייט און א מידה פון פאסיווקייט, אקטיווקייט איז דער צורך צו נעמען א זאך אין דער האנט, זיין אויף און ארבעטן. פאסיווקייט זוכט מנוחה, וויל רוען און לאזן זאכן געשען אליין.
ווען דו זאגסט אז דו ליידסט אויף פוילקייט, קען זיין אז ס'איז אמת און די פוילקייט דארף ווערן אדרעסירט, אבער ס'קען פונקט אזוי זיין פארקערט, אז דו לאזסט דיך נישט אנערקענען אינעם צורך פאר מנוחה, און ממילא שרייעסטו אז דו ליידסט פון פוילקייט.
וואס איז די עצה צו וויסן? ס'זענען דא אסאך, לכאורה וואלט איך דיך געדארפט אויספרעגן פאר מער פרטים, אבער אויספרעגן אויף א פארום איז כמעט גארנישט ווערד.
די בעסערע עצה איז צו פרעגן דיינע ארומיגע....
אין ביידע אופנים, האב איך גאנץ א קלארן וועג, אבער ס'איז גאר א נייע, און איך האלט עס אינמיטן עקספערימענטן.
על כל פנים, זיי בודק אויב איינס פון די מידות, אקטיווקייט אדער פאסיווקייט, האט א צו זיך א צוגעקלעבטקייט, צו סיי וועלכע אנדערע מידה אין דיין נפש.
שכיח'דיגע משלים זענען, חסד, ד"ה אז אז דו האסט ליב מנוחה, און דו נעמסט נישט מנוחה אליין פשוט אלס'ן צורך פאר מנוחה, נאר אין צוגאב צו דעם האסטו עסליב.
אדער גבורה, דו האסט געצוויגקייט, אז מ'מוז זיין פאסיוו, קיינמאל נישט אקטיוו, אדער פארקערט, אקטיוו און נישט פאסיוו. בכל אופן, ארבעטן נישט די מידות פון אקטיוווקייט\פאסיווקייט, צו באלאנצירן איינס דאס אנדערע, נאר ס'מישט זיך אייביג אריין א געצווינגקייט.
עליית הדורותהאט געשריבן:↑דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:40 am
כ'לייד אויף כבוד (כ'זוך עס גראדע נישט, אבער כ'האב זייער מורא פון א זלזול אין מיר)
פארוואס טאקע זוכסטו עס נישט?
עליית הדורותהאט געשריבן:↑דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:40 am
ווי קען איך הערן עפעס א גוטע שיינע שמועס בענין 'לא נהגו כבוד זה בזה' וואס איז די מוראדיגע הארבקייט דערפון אז וועגן דעם שטארבן אזעלכע גדולי ישראל ווי תלמידי ר''ע?