בלאט 2פון 4

Re: טשולענט פלייש אנקעטע

געשריבן: מוצ"ש אפריל 22, 2023 10:29 pm
דורך פלעגט גיין שלאפן פרי
דריטע דיעה האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 22, 2023 7:25 pm
אויף מוצאי שבת דארף מען פארמאכן די אשכול...
ווער קען יעצט טראכטן פון טשולענט...
פונקט פארקערט יעצט ווייסטו זיכער וואס מהאט געלייגט

Re: טשולענט פלייש אנקעטע

געשריבן: מוצ"ש אפריל 22, 2023 10:35 pm
דורך צוויי גילדען
סטעירינג וויעל האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 22, 2023 9:15 pm


ביינונז לייגט מען - בעיבי ליימא - גרעיט נארטען - פינטא - גערשטן - רויטע פאטעיטע - אויל - שווארצע פעפער - כשרע זאלץ - ווייסע צוויבל - פרישע קנאבל - אונגארישע פאפריקע - כאנסומעי סאפ מיקס - אניואן סאפ מיקס- וואסער - אסאם קעטשאפ - אייער - קישקע
לייק!

Re: טשולענט פלייש אנקעטע

געשריבן: מוצ"ש אפריל 22, 2023 10:44 pm
דורך גאפל
איך לייג אריין טשאק קאליכל מיט מארך ביינער זייער זייער גוט נישט טייער

Re: טשולענט פלייש אנקעטע

געשריבן: מוצ"ש אפריל 22, 2023 10:45 pm
דורך סטעירינג וויעל
צוויי גילדען האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 22, 2023 10:35 pm
סטעירינג וויעל האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 22, 2023 9:15 pm


ביינונז לייגט מען - בעיבי ליימא - גרעיט נארטען - פינטא - גערשטן - רויטע פאטעיטע - אויל - שווארצע פעפער - כשרע זאלץ - ווייסע צוויבל - פרישע קנאבל - אונגארישע פאפריקע - כאנסומעי סאפ מיקס - אניואן סאפ מיקס- וואסער - אסאם קעטשאפ - אייער - קישקע
לייק!
איך לייק עס אויך...

Re: טשולענט פלייש אנקעטע

געשריבן: מוצ"ש אפריל 22, 2023 10:46 pm
דורך סטעירינג וויעל
זייט מיין ווייב איז געווען.... האט זי זיך פארעקלט פון פלייש און די טשולענט איינער האט א עצה פאר מיר?

Re: טשולענט פלייש אנקעטע

געשריבן: מוצ"ש אפריל 22, 2023 10:48 pm
דורך וועלטס מבין
סטעירינג וויעל האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 22, 2023 10:46 pm
זייט מיין ווייב איז געווען.... האט זי זיך פארעקלט פון פלייש און די טשולענט איינער האט א עצה פאר מיר?
היפנוי-טערעפי, רב טייטעלבוים איז לעצטענס אסאך באשריבן און אויפגעטרויטן אויף קול-מבשר, ער טוט דאס.

Re: טשולענט פלייש אנקעטע

געשריבן: מוצ"ש אפריל 22, 2023 10:51 pm
דורך סטעירינג וויעל
וועלטס מבין האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 22, 2023 10:48 pm
סטעירינג וויעל האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 22, 2023 10:46 pm
זייט מיין ווייב איז געווען.... האט זי זיך פארעקלט פון פלייש און די טשולענט איינער האט א עצה פאר מיר?
היפנוי-טערעפי, רב טייטעלבוים איז לעצטענס אסאך באשריבן און אויפגעטרויטן אויף קול-מבשר, ער טוט דאס.
איך גיי איר נישט שיקן פאר טעראפי פאר דעם.....

Re: טשולענט פלייש אנקעטע

געשריבן: מוצ"ש אפריל 22, 2023 10:53 pm
דורך פיאנא
סטעירינג וויעל האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 22, 2023 10:46 pm
זייט מיין ווייב איז געווען.... האט זי זיך פארעקלט פון פלייש און די טשולענט איינער האט א עצה פאר מיר?
ביי מיר האט pickled meat געהאלפן.

איין חיסרון, די פלעיוואר פון די פלייש נעמט איבער די גאנצע טשאלנט.

Re: טשולענט פלייש אנקעטע

געשריבן: מוצ"ש אפריל 22, 2023 11:00 pm
דורך וועלטס מבין
סטעירינג וויעל האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 22, 2023 10:51 pm
וועלטס מבין האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 22, 2023 10:48 pm
סטעירינג וויעל האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 22, 2023 10:46 pm
זייט מיין ווייב איז געווען.... האט זי זיך פארעקלט פון פלייש און די טשולענט איינער האט א עצה פאר מיר?
היפנוי-טערעפי, רב טייטעלבוים איז לעצטענס אסאך באשריבן און אויפגעטרויטן אויף קול-מבשר, ער טוט דאס.
איך גיי איר נישט שיקן פאר טעראפי פאר דעם.....

אגב טעראפי איז א געשמאקע עקספיריענס.

איך האב געזאגט היפנא טעראפי ווייל אויב סהאט נישט קיין אנדערלייאינג אישא וואס פארלאנגט געהעריג טעראפי. קען מען מיט היפנא סתם אריינלייגן אין קאפ וואס עס פעלט אויס. סנישט קיין ארבעט פארן קליענט, און עס קאסט נישט אסאך צייט און געלט.

Re: טשולענט פלייש אנקעטע

געשריבן: מוצ"ש אפריל 22, 2023 11:22 pm
דורך שמחהלע
יעדע וואך אנדערש צווישן די אפשענס:
געהעריגע פלאנקען, פינגער מיעט, נעק ביינער, מארך.

Re: טשולענט פלייש אנקעטע

געשריבן: מוצ"ש אפריל 22, 2023 11:25 pm
דורך זבולון חיים הלוי
מיר מוטשענען זיך זייער מיט א גוטע רעסעפי פאר טשולענט ווער עס קען אריינקומען קלאר

Re: טשולענט פלייש אנקעטע

געשריבן: מוצ"ש אפריל 22, 2023 11:33 pm
דורך ווי זע' מיר
נעק ביינער איז זייער געשמאק, ס'האט גוטע ווייעכע פלייש פלאס ביינער....

Re: טשולענט פלייש אנקעטע

געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 12:40 am
דורך וועגן שטעגן
nishtkushe האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 7:24 pm
גראדע שכל האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 6:15 pm
ביינלאז פלאנקען און א גראבע שטיקל פעטענס און א נעט...
שעפעלע, איר זענט א וויקטעם פון א נעימינג סקעם. ביינלאזער פלאנקן איז קיין פלאנקן נישט. איר קענט אריינלייגן פלעסטיק לעפלעך אונעם טשולענט, סאך ביליגער.

פלאנקן (עכטע) מיט פעטנס איז די בעסטע פאר טשולענט. אויך טשיקען פעט איז גרעיט.
סתם א שקר, סאיז דא עכטע און פאלטשע, ווענט זיך ווי א בוטשער,

Imported beef קען נישט קומען מיט ביינער, סא סאיז דא גאר גוטע flanken פון ארגעטינע וואס למשל בינגא פארקויפט און אנדערע פלייש סטארס וואס איז געהעריגע פלאנקען נאר אן די ביינער , און אמאל איז אויך דא אמעריקאנע וואס פעלט די ביין וועגן מען האט געשניטן אנדערע קאטס דערפון וווי די ביין איז מיטגעפארן,
און בכלל א טשולענט פארוואס עס טוט זיך טישן און בענק וועלכע פלייש איז גוט, איז וועגן א עווריזש טשולענט קאכט זיך בערך 24 שעה ,

סא באמת איז בעסער ווי מער א הארטערע פלייש ווי למשל באקן , וואס האט אסאך מוסעקלען דערינען, סאיז הארט אבער נאך 24 שעה ווערט עס ווייעך ווי פוטער, אזוי אויך עכטע פינגער מיעט איז הארטע פלייש מיט אסאך פעט אינצווישען , איז עס אויך א גוטע קאמבינאציע ,
משא"כ פלאנקן איז א פלייש ווייעך ווי פוטער , נאך 6 שעה קאכן שטייטליך צוגייט עס אין מויל ווי פוטער,פונקט גוט פאר פרייטאג צונאכטס אריינצולייגן באקן רוי א שעה פארן זמן אויף 350 און עס לאזן באקן ביזן עסן די פלייש ,
און נאך 24 שעה באמת איז עס שוין שטרוי און איבערגעקאכט און פארלירט די עכטע טעם .. סא באמת איז עס אשאד אידיש געלט ..
משא"כ פינגער מיעט, באקן,קאליכעל אדער יעדע פלייש וואס האט הארטע מוסקלען וכדומה , בקיצור א הארטע פלייש מיט מוסקעלען דערינען וואס נעמט צייט עס זאל זיך עפענען , קען זיין אסאך בעסער און ממש די גענויע פלייש פאר א טשולענט וואס קאכט 24 שעה ,און שפירן די גוטע טעם פון די טייערע פלייש ,
פרוביר עס אויס און לאז וויסן

Re: טשולענט פלייש אנקעטע

געשריבן: פרייטאג אפריל 28, 2023 1:01 am
דורך notification
איך ווייס נישט פארוואס איך האב שוין לאנג די קשיא איך לייג אריין אינעם טשולענט ממש די זעלבע פלייש וואס מיין מאמע לייגט איך ווייס נישט פארוואס ביי איר קומט עס אויס ווייעך ווי פיטער און ביי מיר קומט עס אויס הארטע שטרוי איינער ווייסט ווי די שליסל ליגט אז די פלייש זאל געלונגען ווייעך?

Re: טשולענט פלייש אנקעטע

געשריבן: פרייטאג אפריל 28, 2023 4:49 am
דורך קען טאקע זיין
notification האט געשריבן: פרייטאג אפריל 28, 2023 1:01 am
איך ווייס נישט פארוואס איך האב שוין לאנג די קשיא איך לייג אריין אינעם טשולענט ממש די זעלבע פלייש וואס מיין מאמע לייגט איך ווייס נישט פארוואס ביי איר קומט עס אויס ווייעך ווי פיטער און ביי מיר קומט עס אויס הארטע שטרוי איינער ווייסט ווי די שליסל ליגט אז די פלייש זאל געלונגען ווייעך?
די וועג פון קאכן לכאורה

Re: טשולענט פלייש אנקעטע

געשריבן: פרייטאג אפריל 28, 2023 5:06 am
דורך פרידן
Wow a1 האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 6:58 pm
מיר ארבעט די בעסטע spare ribs, נישט צו טייער און עס האלט זיך ווייכער ווי פלאנקען.
שאלה ווי די קויפסט פלייש
ווייל עכט ספער ריב איז פלאנקען געשניטען א אנדערע וועג
אין סאטמאר בוטשער 82 האב איך געזען רופט בעבי רעק אויף ריבס אונטער דעם נאמען ספער ריב קען זיין די רעדסט פין דעם

Re: טשולענט פלייש אנקעטע

געשריבן: פרייטאג אפריל 28, 2023 7:29 am
דורך Wow a1
פרידן האט געשריבן: פרייטאג אפריל 28, 2023 5:06 am
Wow a1 האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 6:58 pm
מיר ארבעט די בעסטע spare ribs, נישט צו טייער און עס האלט זיך ווייכער ווי פלאנקען.
שאלה ווי די קויפסט פלייש
ווייל עכט ספער ריב איז פלאנקען געשניטען א אנדערע וועג
אין סאטמאר בוטשער 82 האב איך געזען רופט בעבי רעק אויף ריבס אונטער דעם נאמען ספער ריב קען זיין די רעדסט פין דעם
Bingo

Re: טשולענט פלייש אנקעטע

געשריבן: פרייטאג אפריל 28, 2023 7:43 am
דורך איש ציון
פלייש יעדע וואך אנדערש, צומאל לייגט מען צו פעטנס, מארעך ביינער יעדע וואך.

Re: טשולענט פלייש אנקעטע

געשריבן: זונטאג מאי 07, 2023 1:27 pm
דורך Bissli
טורקי איז קיין אפציע?

Re: טשולענט פלייש אנקעטע

געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 5:32 pm
דורך blue moon
notification האט געשריבן: פרייטאג אפריל 28, 2023 1:01 am
איך ווייס נישט פארוואס איך האב שוין לאנג די קשיא איך לייג אריין אינעם טשולענט ממש די זעלבע פלייש וואס מיין מאמע לייגט איך ווייס נישט פארוואס ביי איר קומט עס אויס ווייעך ווי פיטער און ביי מיר קומט עס אויס הארטע שטרוי איינער ווייסט ווי די שליסל ליגט אז די פלייש זאל געלונגען ווייעך?
די פלייש אין די טשולענט דארפ זיך קאכן און די איגענע זאפט פאר דריי-פיר שעה.
מען לייגט אריין די פלייש (נישט פארפרוירען) אויף א פיצי פלאם, לייגט גארנישט צו, לאז עס קאכן ביז די זעהסט עס שווימען אין די אייגענע זאפט.
דאן לייג די באנדליך אין ספייסעס, גיס ארויף הייס וואסער, לאז עים קאכן פאר שבת.
אלע פליישן ווערן ווייעך מיט דעים סיסטעם. אפילו טשיקן בייליג.
למעלה אין לו שיעור.

Re: טשולענט פלייש אנקעטע

געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 5:44 pm
דורך מגדים
עצה טובה פאר מען מאכט דראסטישע טזשענדשעס.

לייג צו צי דיין יעצטיגע רעסעפי אביסל סאו סאוס, דאג סאוס, בראון צוקער

brown sugar, doc sauce ,soy sauce

די וועסט נישט גלייבן וואס דעס מאכט אויס.

Re: טשולענט פלייש אנקעטע

געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 6:22 pm
דורך ברוקלינער יונגערמאן
וועגן שטעגן האט געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 12:40 am
nishtkushe האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 7:24 pm
גראדע שכל האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 6:15 pm
ביינלאז פלאנקען און א גראבע שטיקל פעטענס און א נעט...
שעפעלע, איר זענט א וויקטעם פון א נעימינג סקעם. ביינלאזער פלאנקן איז קיין פלאנקן נישט. איר קענט אריינלייגן פלעסטיק לעפלעך אונעם טשולענט, סאך ביליגער.

פלאנקן (עכטע) מיט פעטנס איז די בעסטע פאר טשולענט. אויך טשיקען פעט איז גרעיט.
סתם א שקר, סאיז דא עכטע און פאלטשע, ווענט זיך ווי א בוטשער,

Imported beef קען נישט קומען מיט ביינער, סא סאיז דא גאר גוטע flanken פון ארגעטינע וואס למשל בינגא פארקויפט און אנדערע פלייש סטארס וואס איז געהעריגע פלאנקען נאר אן די ביינער , און אמאל איז אויך דא אמעריקאנע וואס פעלט די ביין וועגן מען האט געשניטן אנדערע קאטס דערפון וווי די ביין איז מיטגעפארן,
און בכלל א טשולענט פארוואס עס טוט זיך טישן און בענק וועלכע פלייש איז גוט, איז וועגן א עווריזש טשולענט קאכט זיך בערך 24 שעה ,

סא באמת איז בעסער ווי מער א הארטערע פלייש ווי למשל באקן , וואס האט אסאך מוסעקלען דערינען, סאיז הארט אבער נאך 24 שעה ווערט עס ווייעך ווי פוטער, אזוי אויך עכטע פינגער מיעט איז הארטע פלייש מיט אסאך פעט אינצווישען , איז עס אויך א גוטע קאמבינאציע ,
משא"כ פלאנקן איז א פלייש ווייעך ווי פוטער , נאך 6 שעה קאכן שטייטליך צוגייט עס אין מויל ווי פוטער,פונקט גוט פאר פרייטאג צונאכטס אריינצולייגן באקן רוי א שעה פארן זמן אויף 350 און עס לאזן באקן ביזן עסן די פלייש ,
און נאך 24 שעה באמת איז עס שוין שטרוי און איבערגעקאכט און פארלירט די עכטע טעם .. סא באמת איז עס אשאד אידיש געלט ..
משא"כ פינגער מיעט, באקן,קאליכעל אדער יעדע פלייש וואס האט הארטע מוסקלען וכדומה , בקיצור א הארטע פלייש מיט מוסקעלען דערינען וואס נעמט צייט עס זאל זיך עפענען , קען זיין אסאך בעסער און ממש די גענויע פלייש פאר א טשולענט וואס קאכט 24 שעה ,און שפירן די גוטע טעם פון די טייערע פלייש ,
פרוביר עס אויס און לאז וויסן
יענע ווערט גערופען/לעיבעלד אונטער ”פלאנקען אנע ביינער” Flanken without bones און דאס איז טאקע גוט.
די וואס זענען געלעיבעלד אונטער ”ביינלאזע פלאנקען” boneless flanken זענען ניטאמאל גוט פאר כלבים...

Re: טשולענט פלייש אנקעטע

געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 6:28 pm
דורך ברוקלינער יונגערמאן
Bissli האט געשריבן: זונטאג מאי 07, 2023 1:27 pm
טורקי איז קיין אפציע?
גוטע אלטערנאטיוו פאר בהמה פלייש
קיין פארגלייך

Re: טשולענט פלייש אנקעטע

געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 6:34 pm
דורך pop
knee bons

Re: טשולענט פלייש אנקעטע

געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 8:01 pm
דורך לופטיג
middle chuck

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: