דורך המברך יתברך
קודם כל א יישר כח, האסט דיך אנגעשטרענגט צו שרייבן א לאנגע תשובה וועגן מיר, און איך בין דיך באמת מכיר טובה דערויף.
בנוגע עס ארויסשטעלן ברבים, וואלט איך געקענט באשטיין, ווען מ'זאל מיך ערלויבן צו ענטפערן און עס אויסמועסן ברבים. אבער למעשה טענה'ט דער עולם אז איך דארף אריינהייבן די פעטש, אן צו באקומען א רשות הדיבור בכלל, און איך טאר עס אפילו נישט אויסשמועסן און קלארמאכן. (אפילו אויף שרייבן אישי, האט מען מיך אטאקירט דארט אויפ'ן אשכול, זע די לעצטע תגובה פון Thank You).
לגבי עספערגערס, וועל איך מודה זיין אז איך האב א שפריצל דערפון. ס'איז אמאך געווען ערגער און יעצט איז עס אסאך בעסער ב"ה, אבער איך וועל נישט לייקענען אז עפעס פון עספערגערס, אדער פון אירע נאכווייען נעסטיגן נאך אין מיין סיסטעם, און טאקע וועגן דעם זוך איז אזוי שטארק עס צו אויסשמועסן געהעריג.
און לגבי דער טענה פון פארשידענע אז איך דארף גיין בעצימת עינים און פאלגען וואס מ'זאגט מיר, וואס באמת קען איך הערן דער טענה, ווייל איינמאל ס'איז קלאר אז מיט עפעס בין איך נישט גערעכט, וואלט איך דאך אפשר געמעגט מכיר זיין אז יענער איז יא גערעכט, און אננעמען בתמימות אלעס וואס מ'זאגט מיר, און גארנישט ענטפערן אדער צוריק'טענה'ן. און ווי אסאך טעראפסיטן שרייען אז דאס גופא איז א סימן פון קרענק, אז מ'מוז זיך טענה'ן אויף יעדע זאך (איך נוץ נישט דער טענה צו מיינע קליענטן, און איך בין בעסער מצליח ב"ה, ווען איך לאז זיי יא אויסרעדן ביז צום סוף).
אבער הלכה למעשה איז עס דאך נישט שייך, ווייל א חלק עולם זאגט פשוט "ווער פארשוואונדן!" און אן אנדערער חלק זאגט "שרייב ווייניגער", וואס איך קען באשטיין צו שרייבן ווייניגער, אויב דאס זאל זיין דער אמת'דיגער שטרעבן פון וואס מ'וויל פון מיר. איך הער עס ווי אן אנדערע נוסח אין זאגן "ווער פארשוואונדן!", וואס ווער עס האט נישט די גאטס עס צו זאגן אזוי קלאר, איז עס מלבש אין איידעלערע ווערטער. און דו האסט אויך געשריבן אז נישט דאס איז דער נושא.
יעצט לגבי וואס דו טענה'סט מיטן משל פון איינעם וואס גייט צו צו א חברותא און הייבט זיי אן צו משוגע מאכן מיט אלע מיני קושיות, איז טאקע אמת אז איך באקום דא אזא געפיל ווי אן אריינדרינגער, און איך האב מיך נישט געראכטן אויף דעם. ווייל ווען איך גיי צו א חברותא, פארשטיי איך, אז די צוויי האבן אפגעשמועסט צו לערנען צוזאמען, און איך קום נישט אריין דא. איז ממילא ווען אייוועלט זאל זיין א פלאץ ווי נאר יענער מעג זיין, דאן פאנג איך דאך בכלל נישט אן, אבער איך האב געמיינט אז ס'אין אן אפענע פלאץ וואו יעדער קען זיך אויספאקן זיינע בויך ווייטאג, און דאס איז בעצם דער אימעדזש וואס ס'געט, און ממילא האב איך עס נישט געהאלטן פאר קיין עולה, אז איך קום אריין און איך רעד.
בפרט אז מיין ציל איז נישט צו בויען קיין פראפייל דא, ווייל איך בין שוין צו אלט פאר דעם און איך פלאן נישט דא צו זיין פאר צו לאנג. איך בין געקומען לכתחילה פאר אן עמערדזשענסי, ווייל איך האב אנגעפאנגען צו ליידן אויף שכחה, און אין אזא פאל, קען איך נישט שטיין און ווארטן ביזווילאנג מ'קומט אריין און מ'קען זיך אויס אינעם סיסטעם.
יעצט דער חלק פון האנעסטי וואס דו האסט בארירט, איז בכלל נישט געווען מיין כוונה צו אויספאפן ח"ו. נאר ראשית כל, טאקע ווייל איך בין א גאסט דא, וואספארא פנים האט עס ווען איך פאנג אן צו האלטן לאנגע דרשות? איך געב א ווארף א ווארט, און מיט דעם טשעק איך אויס, וויאזוי ס'שפינט זיך.
און לגבי דעם תמימות'דיגע פנים וואס דו זאגסט, האב איך דאך נישט באהאלטן אויף מיין פראפיל אז איך בין עוסק אין "תורת הנפש היהודי" און אויך אז מיין פראפעסיע איז אין עריכה וסגנון. איך האב מיך נישט געפלאנט אהערצושטעלן ווי א געוואלדיגע טעראפיסט, טראצדעם וואס איך האב נישט באהאלטן אז איך בין עוסק דערין, טאקע כדי נישט צו אויספאפן דעם עולם.
אבער דאך האב איך נישט געזוכט זיך ארויסצושטעלן ווי איינער וואס קען בעסער פון ענק אלע, פשוט כדי אז דער שמועס זאל זיך ציען צווישן צוויי מענטשן וואס זענען שוה בשוה. און אפילו ווען עס זענען געקומען אזעלכע קושיות ווי (אין אנדערע לשונות, אבער דער תוכן): "דו ראצער איינער, דו ווייסט וואס טוט זיך מיט דיין לעבן?", האב איך אראפגעשלינגען די בושות און געגאנגען ווייטער.
דאס האט זיך געצויגן אזוי ביז איין טאג וואס איך בין פלוצלינג נחסם געווארן, פון איין סעקונדע אויף דער צווייטער, אן קיין שום ווארענונג פון פאראויס.
איינמאל איך האב געזען אז דא טוט זיך א גאנץ געוועבעכץ, און אז ביני לביני האבן שוין מיינע ידיעות ארויסגעליעקט דא און דארט, האב איך באשלאסן אז ס'איז צייט צו מודיע זיין דעם עולם ווער איך בין (נישט מיין נאמען, פארשטייט זיך) און וואס איך טו. איך האב נישט געזוכט צו קויפן קיין מעמד דא אדער קיין קליענטן, נאר איך האב געהאפט אז מ'וועט מיך בעסער פארשטיין, און אנפאנגען צו שמועסן זאכן געהעריג.
למעשה איז אבער געשען דאס פארקערטע, און איך ווייס שוין נישט וואס צו טראכטן אדער זאגן...
לכאורה וועט גאנץ נאנט קומען די צייט...
און שוין...
א גוט שבת, און א לעכטיג יאר.