במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
שבתוך הסתרה
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 23, 2023 6:13 pm

במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתוך הסתרה »

לכבוד מיין טייערע חבר יצחק,

די בושות איז עד אין לשער, נישטא די טינט צו באשרייבן די בזיונות אבער איך קען מער נישט בלייבן שטיל… יצחק!!!! (נאמען נישט געטוישט), איך האלט עס מער נישט אויס!!!! איך קען שוין נישט אזוי, איך פייגער פאר דיר!!!! איך מוז דיר האבן!!!! כאטש איך האב צו דיר נאך קיינמאל נישט גערעדט, נאכנישט פארטוישט קיין איין ווארט, און איך וועל לכאורה צו דיר קיינמאל נישט רעדן, דאך גיי איך אויס פאר דיר!!!!

איין מינוט, דאס איז נישט די ערשטע מאל, א רגע, וואס גייט דא פאר?? איך פלי!!! וואו אהין??? איך פלי צוריק לאנגגגגעעע יארן, איך פלי און פלי אט אט גיי איך לאנדען, און…. טראךךךך!!!! געלאנדעט!!! וואו בין איך דא??? אה איך בין דא אין קעמפ, איך בין א כתה ח׳ יונגעל.

א רגע ווער וואקט דא אריבער? אה, זיי זענען שמעי און אברמי (נעמען נישט געטוישט), ווער קען זיי דען נישט, די צווילינג פון קעמפ, יעדער קען זיי, די צווילינג וואס זעען אויס ווי צוויי טראפן וואסער, אויף יעדע פלעי זענען זיי די מעין עקטערס, ביי יעדע עקטיוויטי פארנעמען זיי דעם אויבן אן, יעדער גייט קרעיזי פאר זיי, נו וואס האט עס מיט מיר? גארנישט ספעציעל. אוודאי נישט. ביז…

ביז דעם איינעם טאג וואס האט זיך פונקט געמאכט אז איך בין געזעצן מיט אפאר חברים און פארברענגט און די צוויי האבן זיך צוגעזעצט, די שמועס האט זיך געצויגן ביז פלוצלונג האט יעדער זיך אויפגעשטעלט און גענומען לויפן!! וואס איז? וואו לויפט מען אזוי? פשוט, מ׳הייבט שוין אן די נעקסטע סצענע.

נו, גיימיר אויך לויפן, אבער איין רגע, די צוויי חברה גייען נישט, ס׳פאסט זיי נישט צו גיין קוקן די כתה ז׳ פלעי, פאר סאם ריזן איז מיר סאך מער אינטערסאנט צו שמועסען מיט זיי ווי צו גיין צום שפיל, האב איך ווייטער פארברענגט מיט זיי צוויי פאר א שיינע שטיק צייט. (ביז היינט בין איך נייגעריג וויאזוי די פלעי האט זיך למעשה געענדיגט און אויב האט מען טאקע געכאפט די באנדיטען וואס האבן געמאכט א ווידערשטאנד…)

נאך יענעם שמועס האב איך שוין קיינמאל מיט זיי קיין שמועס נישט געהאט. אבער כ׳האב אייביג געפפפפפפייייייגערטצו רעדן מיט זיי,ייייושששש, כ'שטארב צו רעדן צו זיי!! כ׳בין געווען גאנץ יונג, נישט געוואוסט פונקטליך וואס איך פיל אבער כ׳האב געפילט א שטארקע בענקשאפט צו זיי, א שטארקע תשוקה. (ניין, נישט ח״ו קיין שלעכטע זאכן..)

אפילו נאך קעמפ איז דאס אנגעגאנגען. אזוי ווייט כ׳האב אויפגעזוכט זייער נומבער אין די בוק, זיי געקולט, און ווען זייער מאמע האט אויפגעהויבן האב איך גלייך אראפגעהאקט… הערט זיך קינדעריש? נו וואס ווילסטע פון א קינד.

גענומען א שיינע פאר חדשים ביז ענדליך ענדליך זיי זענען ארויס פון מיין קאפ, ניין נישט ממש ארויס, זיי האבן זיך גערוקט אין א זייט… (פליז זאג נישט פאר קיינעם, כ'וואלט נאך יעצט געוואלט רעדן מיט זיי, ששששש)

און אזוי פלי איך ווייטער און איך טראסקע דא אריין אין… ישיבה! וועלכע שיעור בין איך? הא? שיעור ב׳! אקעי נא פראבלעם. כ׳בין גרייט!

שוטה דו, וואס גרייט ווען גרייט, דו האסט אן אנונג וואס ווארט אויף דיר?? ווי יענע בר מצוה בחור׳ל וואס שנייד אויף די חלה ביי זיין בר מצוה מיט א שמייכל פון אויער צו אויער אן וויסן וואס ווארט אים אפ אין די בחורישע יארן…

יאפ, יענע איינעם טאג ווען כ׳האב באמערקט מושי (נאמען געטוישט, סארי), איז ער היינט אנגעקומען אין ישיבה? נע! ער איז שוין דא איבער א יאר, איך האב אים נאר יעצט באמערקט, ער איז דאך די בעסטע בחור אין ישיבה, יעדער האט אים ליעב, צו זיין זיין חברותא איז א גאנצע זכי׳.

יא ער גייט זיין מיין נייע קרבן, מיין ״בעסט פרענד״ ער מוז זיין, איך פייגער פאר אים. און דא האב איך אנגעהויבן כאפן אז דער מצב איז גארנישט אזוי פשוט, כ׳האב מיר ארויפגעזעצט אויף א רוילי קויסטער און מ׳קען נישט אראפ טאנצען אינמיטן, ענדזוי יאר טריפ!!

כ׳האב מיר באקענט מיט א נייע מישוג, ״יסורי הנפש״ יסורים וואס מ׳קען נישט באשרייבן. מסביר צו זיין די געפילן איז נישט מעגליך, אזוי ווי איינער זאל מיט ווערטער מסביר זיין די געפיל פון זיין הוימסיק אין קעמפ, אדער די געפיל פון זיין דיפרעסט (די עכטע, נישט די בחורישע…) אדער עני אנדערע עמוישענעל פילינג, ווער ס׳האט שוין טועם געווען דערפון ווייסט גאנץ גוט וואס דאס איז, און ווער נישט איז נישט מעגליך מסביר צו זיין.

וואס דא פאסירט איז, אז מ׳כאפט א מורא׳דיגע תשוקה פאר א צווייטע בשר ודגים, א מוראדיגע כביכול׳דיגע אהבה, אבער נישט סתם אהבה, א גאר נייע מין פארשטאנד אין אהבה, אין וויסטן דמיון קען מען זיך אזא אהבה נישט חלום׳ן אבער וויפל מ׳באקומט ווער מען נאר מער הונגעריג.

ווען מ׳איז אין יענעמס געגענט קען מען נישט עקטען זיך, מ׳ווערט פלוצלונג אן אנדערע מין, מ׳גייט אריין אין אן עקטען מויד, איך ברויך יעצט מאכן א שפיל פארנט פון מיין קרבן, איך ברויך זיך געפעלן פאר אים, נאכדעם ווען מ׳רעדט מיט יענעם איז מען אזוי ווי אויף הויעכע דראגס, שיכור ווי לוט, גן עדן התחתון איז נישט דאס ווארט.

אבער אבער (בניגון איכה) ווען מ׳איז נישט אין זיין געגענט אוי אוי, שפייט מען בלוט, די הארץ קייכט ווי א קליין בעיבי פשוטו כמשמעו. מ׳האט א געפיל פון א טיפע טיפע טיפע בענקשאפט צו דעי אויפגעבלאזענע איינגערעטע באבעל פרענד, די הארץ קלעמט!! כ׳קען נישט גענוג ארויסברענגען די יסורים פשוט און גראד ״יסורים של אהבה״

ווען מ׳הערט סיי וועלכע מוזיק טרעפט מען זיך אוטאמאטיקעלי טראכטן פון יענעם מיט קרעיזי געגועים, כנראה ווערן די געפילן צושפילט ווען מ׳הערט מוזיק און דאס צינד אן די שווערע העווי בענקשאפטן און געגועים.

ווען מושי בעט מיר א טובה טו איך עס מיט די גאנצע הארץ, ס׳קען נישט זיין עפעס מער פון טון א טובה פאר מיין קרבן, אבער אויך דארף איך וואטשען אז דער זאל נישט כאפן אז איך פאל פאר אים.

יעדע רגע פון טאג זיצט ער אין הארץ רענט-פריי, 24/7 אן קיין ברעיק, איך טראכט פון אים, כ׳וויל נאר אים, כ׳האב לאנגע שמועסען מיט אים אין מיין פענטאנזיע.

כ׳דמיון אלע מיני קריעטיוו וועגן וויאזוי איך קען ווערן גוט מיט אים, און בלייבן מיט אים גוט לעולם ועד. אלע מיני פארוקטע פאנטאזיעס וואס טראכט זיך אוטומאטיש אלעס אבי איך בין דער העלד און מיין קרבן איז מיר אייביג דאנקבאר און וויל זיין גוט מיט מיר אויף ״״אייביג״״ פארן אים ראטעווען פון זיין שווערע מצב. (כ'גיי נישט אריינגיין אין די דיטעילס פון די פענטאזיעס, נישט אז ס'איז עפעס ערגער פון די גאנצע זאך וואס איך שרייב דא נאר ווייל ס'קען זיין אז די ליינער וועלן פשוט נישט קענען רילעיטען צו עס, ס'זייער ווייט פון שכל, ס'איז אבער אמת, כ'האב געליינט דערוועגן דא און דארט אלע רעדן זיי דערוועגן)

נאך איך רעדט מיט אים הייבט זיך אן א גאנצע איבערקערעניש אין מיר, וואס האלט ער פון מיר? וואס האט ער געמיינט צו זאגן ווען ער האט געזאגט דעס? וואס האט ער געמיינט מיט יענץ? עני גוטע שטיקעל (נמשל אויב האט ער בטעות אריינגעווארפן אן אומשולדיגע קאמפלימענט) ווערט עס איבערגעחזרט אין קאפ נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל.

האלטסט ער איז אויך אזוי קראנק פאר מיר? כ׳ווייס נישט, ער האט פריער אזוי געקוקט אויף מיר, מעגליך ער האט די זעלבע פראבלעם נאר ער שעמט זיך אויך…. אפשר בין איך זיין בן גילו? כ׳ווייס נישט,
כ׳מיין אז איך בין פונקט ווי אים, כ׳בין טאקע ממש ווי אים, אונז זעמיר משוגע סימילער, איך בין אים ער איז מיך.

דאס איז עס, ער האט מיר נישט געגריסט גוט מארגן, ער האט מיר נישט ליעב, זיי געזונט איך בין פארטיג מיט אים, ער האט מיך פיינט איך האב אים אויך פיינט, ביייי, איך דארף אים נישט, אה נאך א מזל, איך האב אים סייווי קיינמאל נישט געדארפט. א שעה שפעטער ער קומט צו צו מיר און ער פרעגט מיר עפעס , אה א רגע ער איז יא גוט מיט מיר, איך בין דעמאלטס אויך גוט מיט אים יא אוודאי בין איך גוט מיט אים, כ׳מיין ער פייגערט אפילו פאר מיר, ער שעמט זיך מיר צו באגריסן גוט מארגן… כ׳ווייס נישט, איך פייגער פאר אים, דאס איז אמאל זיכער…

אבער ערגער פון אלעם איז דער פאקט אז געווענדליך געשענט עס אין ישיבה, ס׳נישט דא קיין וועג ארויס, איך טרעף דאך אים יעדן ליבער טאג, כ׳זיץ מיט אים אין ישיבה, פון 7 צופרי ביז 10 ביינאכט. געוואלד אין בין אין א טרעעפ!!! ר-א-ט-ע-וו-ע-ט!!!!

איין מעלה וואס איך מוז זאגן ס׳האט געהאט איז אז מושי איז דוקא געווען א גאר שטארקע לערנער, און במילא זיך געפעלן פאר אים איז געווען נאר דורך לערנען סוי נמשל א בין הזמנים האב איך שוין געהאלטן נאכן דאווענען 7:30 כדי צו זיין אין בעסמעדריש איבער א גמרא 8:00 ווען מושי גייט דאווענען, אזוי כאטש העט ער זען אז איך בין שוין ביים גמרא נאך פאר אים… מיין טאטע טרעפט אמאל דעם ראש ישיבה זאגט ער אים, איך בין באמת נתפעל, מיין זון איז שוין אויף 6:00 יעדן איינציגען טאג בין הזמנים, דאס איז נאר צו באדאנקען די ראש ישיבה…. קאמענטארן זענען איבעריג.

פון די אנדערע זייט,הייבט זיך אן א נייע פראבלעם, קיינער טאר נישט באמערקן, איך שעם מיך!!! ס'דאך שרעליכע בושות, וואס קען זיין גרעסערע בושות פון דעם? כ'בין אזוי דערנידערט. דא ווער איך צוריסן אין צוויי, פון איין זייט, וויל איך אים נאכלויפן פון די אנדערע זייט מוז איך עס באהאלטן אז קיינער זאל קיינמאל נישט וויסן דערוועגן (כ'גלייב ניטאמאל אז איך שרייב יעצט א גאנצע געשרייבעכץ דא, ס'דאך א סוד!!!)

ווען איך רעד מיט מענטשען וועל איך אסאך מאל פרובירן אז די שמועס זאל אנקומען צו מיין קרבן, כ׳וויל רעדן פון אים, איך פיל גוט פשוט צו רעדן וועגן אים און ווען איינער גיבט זיך נאך א רוף אן, וואס רעדטסטו אזוי סאך פון מושי, ביסט אבסעסט מיט אים? יייוווושששש די בושות. ״ס׳גרויסע בושות״ פלעגט מיכאל זאגן.

אזוי אויך טאר ער אליינס נישט כאפן וואס דא גייט פאר, ער וועט דאך גלייך כאפן וואספארא נעבעך איך בין און ער וועט מיר ח״ו ח״ו אפלאזן, זאל ער מיינען איך דארף אים נישט האבן בכלל זאל ער פייגערן פאר מיר, ממילא גיי איך דוקא אים נישט אריבערוואקן יעצט אבער נאר אזוי בטעות פערצופאל וואק איך אים יא אריבער פשוט ווייל איך זוך עפעס…

סתם א זייטיגע זאך, א קרבן איז נאר גוט איינער וואס די רילעשענשיפ איז עומד בספק, אויב יענער ווארפט דיר אפ פלאצט די באבל גלייך, אזוי אויך אויב ווייסטע פאר א פאקט אז יענער איז זייער נאנט מיט דיר קענסטע אויך נישט זיין קראנק פאר יענעם און וועגן דעם הערט מען נישט איינער זאל זיין קראנק פאר זיין אייגענע טאטע…

דער מנהל זאל מיר זיין געזונט, אן איינגערעדטע פיסכעלאג, האט אנגעהויבן כאפן וואס דא גייט פאר אבער אנשטאט מיר אריינרופן אין אפיס און באגיסן מיט חיזוק, מיר דערציילען וואס מיט מיר גייט פאר און מחזק זיין זיך נישט צו דערשרעקן, האט גאר אנגעהויבן טון די פארקערטע. ברוב טפשותו האר ער מיך אנגעהויבן באשולדיגן, ״זאג נאר, דו האסט ליעב דיין חבר אדער דיר אליין??״ קען זיין ער האט געמיינט אז דא גייט עפעס אנדערש פאר, גייט מיר נישט אן.

ער זאגט מיר ״האק אפ, אנטלויף!!״ אבער איך פארשטיי נישט פארוואס, וואס גייט פאר? איך דארף יענעם, איך מוז יענעם האבן, אפהאקן? וואס? פארוואס? וויאזוי?? מנהל טייערע איך וועל דאס ליידער נישט קענען פארגעסן. איך האלט אז דו ביסט פשוט נישט געאייגענט צו זיין א מנהל אין א ישיבה, איים סארי באט א מנהל וואס פארשטייט נישט צו בחורים איז קיין מנהל, נישט קיין חילוק וויפל ער קען לערנען (און כ״ש ווען לערנען קען ער אויך נישט.)

ביזן חתונה האט מיר מושי באגלייט, יא, גאר אסאך פיינפולע זמנים געהאט, נישט דא גענוג פאפיר צו באשרייבן יעדן איינציגן דיטעיל דורך אויס די פאר יאר אבער מ׳רעדט פון פולע פולע יארן פון פיין, 24/7 בלי הפסק, יעדע שבת, יעדע יו״ט אלעס אלעס אלעס. (רעדט מיר נישט איין דו פארשטייסט וואס ״אייביג״ מיינט, אייביג מיינט אפילו ווען איך שטיי אין די ליין פאר ערב פסח מצות, אפילו ווען איך הענג די שטערנס אין די סוכה, אפילו ווען איך פאל כורעים יוה״ק און אפילו ווען איך טינק חלה אין טאמעיטא דיפ, אייביג!!!) קיין רגע נישט ארויס פון הארץ. וויפל כ׳האב פרובירט אויסצולעשן די פייער איז נאך אלטס געוועזן א בחינה פון מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה…

א רגע איך ברויך יעצט מאכן א מאמעמט אף סיילענס פאר אזא מיטגעמאכטע נפש. אוי נפש׳ל נפש׳ל כ׳האב נישט קיין אנונג וויאזוי דו האסט עס דורכגעמאכט. כ׳וויין פאר דיר. כ'קוק דיר באמת ארויף.

פיינעלינאכן חתונה האט די בובל ענדליך ענדליך געקראכט! איך בין נאך געבליבען מיט מוישי א גאר נאנטע חבר עד היום, (אנדערש ווי איך האב געליינט אז געווענדליך אזעלכע חברים האבן נישט קיין שייכות נאך די באבל פלאצט) באמת א גוטע חבר אבער קראנק בין איך שוין נישט, פלעין א נערמאלע פרענד.

פלי מיר ווייטער א צען יאר…

איינמאל זיץ איך און כ׳שמועס מיט מוישי און ס'פאלט מיר איין א געדאנק, איך גיי דערציילען פאר מוישי די גאנצע מעשה, כ׳מיין ס׳שוין געקומען די צייט, וכך הוי, כ׳האב אים דערציילט, מושי האט עס נישט געוואלט געהעריג אננעמען, וואס הייסט מיר זענען געווען פאלטשע חברים? נע דו רעדטסט שטותים, ער האט עס נישט געקענט געהעריג עסן, עניוועי אהער און אהין, מיר האבן ביידע געלאכט פון די אלטע מאדנע מעשה, איי בחורישע יארן, און שוין….

ליידער ליידער, נישט מער ווי א וואך שפעטער,

פונקטליך א וואך שפעטער, פורים ביי מיין רייכע פעטער אין שטוב, אנגע׳שיכור׳ט ביזן עד דלא ידע ועד בכלל פלוצלונג וואקט דארט אריין איינער וואס איך קען, יא איך האב אין שוין אמאל געזען, ס׳איז אמאל ארומגעפארן בילדער און קליפס פון אים, ער איז א שטיקעל פאפולערע פיגור, פון ערגעץ קען ער זיך מיט מיין פעטער. כ׳לויף צום טישל ווי אלע וויינען זענען, איך גיס אן פון די בעסטע וויין און איך לויף צו צו יענעם און כ׳לייג עס פארנט פון אים, ער פרעגט,

כ׳האב אוועק גענומען דיין פלאץ?
איך: ניין ח״ו דעי טרינק איז פאר דיר
דער יעניגער: נ ע נעם צוריק דיין פלאץ
איך: ניין איך זיץ נישט דא, איך זיץ דארט, דאס איז פאר דיר
דער יעניגער: אה נייס, שכוח!

דאס איז עס, איך בין שוין זיין פרענד, אפאר שעה שפעטער האב איך געכאפט מיט אים א לעעעננגגגעעערע טיפערע שמועס, אריין טיעף און שושן פורים אריין, כ׳האב שטארק הנאה געהאט מיר האבן צוזאמען געוויינט און געלאכט אבער כ׳האב גארנישט צוגעלייגט עפעס עקסטער קאפ אז ס׳קומט א סופרייז…

די נעקסטע אינדערפרי איך טרעף מיינע חברים אין ביהמ״ד געשמועסט און געלאכט פון די שיכורת וואס איז פארגעקומען יעדער מיט זיין מעשה און פלוצלונג האב איך אנגעהויבן פילן א שטארקע קרעיוו, א תשוקה נאכאמאל צו רעדן מיטן יעניגען. ס׳האט מיר גענומען צוויי טאג ביז כ'האב געכאפט אז יא, ליידער, דער בחור איז צוריק, איך פייגער פאר… שלומי!!! (נאמען נישט געטוישט)

אוי רבונא דעלמא, כ׳האב דאך 5 קינדער בליעה״ר, אן איינגעדרייטע קנאבל בארד, א גרויסע ביזנעס מיט צענדליגע ארבעטער, איך?? איך גיי שוין ווייטער קרעיזי פאר מענטשען? איך בין ניטאמאל שלומי׳ס טייפ, וואס איז מיט מיר?? כ׳האב געמיינט דעי צייטן זענען שוין אויווער!!

און אזוי גייט אריבער איין טאג און נאך א טאג, מיין הארץ וויינט צו מיר, פליז פליז איך דארף שלומי, ביז ס׳מיר איינגעפאלן אן איידיע. ער האט דאך מיר געזאגט וואס ער טוט פאר פרנסה, נו לאמיר זעהן וואו ער ארבעט, אה דארטן, נו נישט קיין פראבלעם מארגן גיימיר אריבער פארן דארט, אפשר וועט ער ׳פונקט׳ דארט זיין, איי גוגל טענה׳ט אז ס׳גייט צולייגן נאך 20 מינוט צום וועג, אבער נאך אלטס…. כ׳מוז!

מה עשה הקב״ה כ׳פאר אריבער דעם ערשטען מאל און…. גיב א קוק ווער ס׳דא, דער איז דא!!!!!!! את שאהבה נפשי מצאתי!!! כ׳האב אליין נישט געגלייבט אויב דאס איז אמת אדער א פשוטע זיסע חלום, דער ערשטע מאל און ס׳מיר שוין געלונגען! שלומי האט זיך זייער געפרייט צו מיר, שלומי בטבע איז זייער אזא מין, וועם ער טרעפט מאכט ער א גאנצע ברוך הבא, פרייט זיך צו יעדעם ווי זיין בעסט פרענד נו קענט איר זיך פארשטעלן וויאזוי די צוזאמטרעף האט אויסגעקוקט.

א געשמאקע שמועס געהאט מים אים׳ן, כ׳האב עקספיריענסט עולם הבא אליין, אבער פון די אנדערע זייט געמאסטן און געוואויגן יעדעס ווארט וואס דער האט נאר ארויס געזאגט פון מויל, גייט ער פאר מיר צו נישט, די שמועס האט זיך געענדיגט, איך פלי אוועק פון דארט מיט גרויס שמחה, איך בין הויעך!!! אלעס איז גוט!! די וועלט איז אזוי געשמאק!!

אבער נישט צו לאנג שפעטער, די געגועים מאשין האט זיך צוריק אנגעצינדען…. ספליסט געגועים!!! נו וואס די פראבלעם? פאר מארגן אריבער נאכאמאל, יא אבער דער וועט דאך כאפן, נו פאר נישט דארט, אבער איך מוז, נו פאר אריבער און מאך דיך וואו דו קוקסט נישט ארויס נאר מיט די זייט פון דיין אויג קוק אויב ער איז דארט אזוי זאל זיין כאילו דו קערסט נישט איבער אים נאר אזוי פערצאפאל בטעות ״אה דו ביסט דא, וואס טוט זיך״.

וואס זאל איך זאגן, פון דעמאלטס האב איך אים שוין קיינמאל נישט געטראפן דארט, דו ווייסט ווי וואספארא שוטה מ׳פילט זיך נאך אזא פלאפ? ביסט משוגע, דו לויפסט נאך מענטשען, וועגן דעם פארסטו אזא לאנגע אומוועג?? ניטאמאל איז דיר עס געלונגען דו שששוטה!!

(פיסכעלאגיש גערעדט איז די עמוישענס דער וואס פארדרייט א קאפ מיט אלע פילינגס, ס'נעמט איבער די מוח, די נערמאלע שכל, אבער ווען ס׳גייט ראנג געבן זיך די עמוישענס אונטער, די באבל פלאצט און פלוצלונג וועקט זיך די מוח אויף און נעמט צוריק איבער און ער זעט וואספארא חורבן די הארץ האט אנגעארבעט ווען די ער איז נישט דא געווען און דער מוח איז דער וואס הייבט אן שרייען הויעך אויפן קול, דו משוגענער הער אויף דרייען א קאפ!!! באלד העמיר רעדן מער איבער די פיסכעלאגישע זייט פונעם קרענק)

נישט געזארגט כ׳האב געטראפן נייע פלעצער ווי צו פערצופאל אריינבאמפען אין שלומי אן דעם וואס שלומי זאל כאפן אז איך בין נישט אזוי פונקט פערצופאל דא, בקיצור, לאמיר נישט אריינגיין אין אלע דיטעילס דער שלומי וועט נאך כאפן אז כ׳רעדט פון אים און ער וועט כאפן פארוואס איך בין פונקט דארט געווען דעמאלטס… פיינעלי פיינעלי נאך אפאר חדשים האב איך זיך געשטארקט און צוביסלעך דיסקאנעקטעט.

(דוינט געט מי ראנג שלומי, כ׳פריי מיך נאך אלטס יעדע מאל איך זעה דיר, ביסט באמת א געשמאקע יונגערמאן און יעדער וויל זיך דרייען נעבען פרייליכע פאזיטיווע מענטשען, אבער קראנק קען איך נישט און וויל איך נישט זיין, און איך בין טאקע שוין נישט, עכ״פ רובא דרובא פון די צייט…)

איין נאכט,מ'האלט שוין נאך א לאנגע טאג ארבעט, מיין אינגעל קומט אהיים און זאגט מיר ״טאטי קוק די אינוויטעישען, דו ווייסט ווער דאס איז? א אינגעל פון מיין קלאס׳ס ברודער גייט חתונה האבן…״

ס׳מיר גוט, ״מזל טוב, בשעה טובה ומצלחת, ניין איך האב נישט קיין אנונג ווער זיי זענען, סארי שעפעלע.״
״טאטי קוק אין די בוק וואס דו קוקסט אייביג נעמען…״
״האהא! דו ביסט גוט, אקעי ברענג אהער די בוק״

אקעי איך זעה שוין, ס׳דעי משפחה, אקעי ער איז אן איידעם ביי אים אקעי, א רגע זיי האבן א זוהן יצחק, איין מינוט, ער?? כ׳קען אים! דער פאפולער פיגור, דער וואס פירט די קיפקעס דא אין די מנינים סענטער… כ׳האב מיך אייביג געוואונדערט ווער ער איז, אה יעצט כאפ איך שוין, הייסט ער הייסט יצחק, אה אהא. כ׳הער.

נעקסטע צופרי, כ׳ווארט אזוי מיט איינע פון מיינע קינדער ביי די באס, כ׳זעה ווי איינער קוקט מיר אזוי אן, ווער איז ער? אה ער איז דאך יצחק, כ׳ווייס דאך שוין זיין נאמען, וואס האט ער אזוי געקוקט? כ׳ווייס נישט, אפשר שעמט ער זיך פון מיר, אפשר וויל ער רעדן צו מיר, אפשר וויל איך רעדן צו אים, כ׳ווייס נישט, עפעס הייבט זיך שוין נאכאמאל אן.

יצחק!! כ׳האב פאר דיר פרייליכע נייעס!! דו ביסט מיין נייע קרבן!! איך שטארב פאר דיר!!! כ׳האב נאך קיינמאל נישט גערעדט צו דיר יצחק אבער איך מוז!! נו וואס טוט מען? איך האב נישט קיין פראבלעם צו צוגיין רעדן צו מענטשען אבער צו אים גיי איך פאר קיין געלט נישט רעדן.

איינס, ער איז שוין מיין שכן א פאר יאר, וואס איז יעצט געשען? ער וועט גלייך כאפן עספעציעל ווען כ׳גיי רויט ווערן, אוודאי גיי איך רויט ווערן, ער איז דאך מיין קרבן!! און נאכדעם וועט שוין זיין גאנצע קליקע וויסן און איך וועל האבן בושות און און און. צוויי, אפשר וועט ער מיר אזאנס אפווארפן און דאס איז נאך ערגער פון אלעמען. דריי, באלד ווען מיין מוח וועט געווינען די פייט וועל איך אזוי חרטה האבן פארן זיך צו נער מאכן און נאכגיין מיין נארישע פילינגס ווי א בלינדע קאטשקע.

דאס שוין א חידוש, אנדערש ווי ביז יעצט ווי איך בין גאר גוט געווען מיטן קרבן איז דא רעדט מען פון איינעם וואס איך האב נאך קיינמאל נישט גערעדט און כ׳פייגער צו רעדן צו אים. אינגאנצען אן אנדערע טשעלענדז, יעדע מאל איך זעה דיר יצחק וויל איך דיר עפעס זאגן, אבער איך קען נישט, מיר זעען זיך כמעט טעגליך, מיר קוקן זיך אן און מיר וואקן ווייטער….

ס׳מיר איינגעפאלן א בליץ…. לינקדין!!! דאס איז א סוישעל מידיע פלאטפארמע פאר ביזנעסער, דו ביסט דאך א גאנצע קנאקער דארט, איך וועל דארט גוט ווערן מיט דיר, און כאטש אין עכטע לעבן קען איך נישט ווערן דיין חבר וועל איך כאטש זיין דיין חבר דארט….

אומר ושותה, געעפענט אן אקאונט מיט א פאלטשע נאמען, נישט לאנג האט גענומען און יצחק שיקט מיר א ״קאנעקט ריקוועסט״ און יא מיר זענען אפישעלי ״קאנעקטעט״, דארט קען איך זעהן אלעס ארום זיין לעבן אלע זיינע סברות כרסיות און משוגאסן, ווען מ׳איז אין די קראנקע מצב וויל מען זייער וויסן יעדע איינצעלהייט פונעם קרבן, נו וואס קען זיין בעסער פון לינקדין.

דאס האט פארשטייט זיך נישט געמאכט בעסער די מצב ווייל ווי שוין מסביר געווען פריער ווי מער מ׳באקומט אלס מער דארף מען פון עס. במילא שטעלט אייך פאר איך האב פריער פארברענגט מיט אים אויף לינקדין און יעצט וואק איך אים אריבער אויפן גאס, (איינמאל וואק איך אים אריבער איך זעה ער האלטן אינמיטן שרייבן א לינקדין מעסעדז, מסתם געשיקט צו מיר…) די הארץ האט סאך מער געשריגען און סאך מער געוויינט….

יעדעס מאל איך וואק ארויס פון הויז, די ערשטע זאך וועל איך א קוק טאן צו זיין הויז, אפשר קומט יעצט יצחק ארויס…. פונקט דארף איך דאווענען מנחה יעדן טאג 8:00 ווייל דעמאלטס גייט יצחק ארויס פון שטוב און פונקט גיי איך צו מעריב 10:00 ווייל דעמאלטס קומט יצחק אהיים…. אויב איז 10:00 און איך זעה אים נישט וועל איך פערצופאל וואקן גאר שטייט צו מעריב, אפשר דאך וועל איך אים נאך זען יעצט… כ׳קען יצחק׳ס סדר היום אויסעווייניג, איך זאג אייך צו די עף בי איי וואלט מיר געהייערט ווען זיי ווייסן ווען ווי געלונגען איך בין צו לאקערן נאך מענטשען.

יצחק, יעדע מאל איך זעה דיר און איך בין שוין גרייט צו גיין דו דיר און דיר עפעס זאגן אבער איך שאקל מיר הענט און פוס, האלוי איך בין עלטער פון דיר און ברייטער פון דיר אבער ס׳שאקעלט יעדע אבר, ווייל דו ביסט מיין קרבן!!

א פרייטאג צונאכטס, א פיינעם וויין אויף קידוש און א גלעזעלע ברוינפן נאך די פיש און די אלקאהאל צושפילט די געפילן, איך זינג אזוי זמירות, איך פלי אין די ליפטן פרוק ית ענך מפום אריותא און דא זאג איך פאר מיין ווייב לאמיר גיין אביסעל שפאצירן אין די גאסן, נו אדרבא זי האט ליב צו וואקן אבער זייט ווען האסטו ליב צו וואקן וואונדערט זי זיך.

שפאציר מיר אזוי שיין, זי האט הנאה זי וואקט יעצט מיט איר מאן אבער איר מאן איז מקיים אין זיין הארץ דעם הלוך ילך ובכוא מיט איין כוונה אסובבה בעיר וכו׳ אבקשה את שאהבה נפשי אפשר וועל איך פונקט אריינבאמפען אין מיין קרבן אויפן גאס, אבער יעדעס מאל ענדיגט זיך עס ליידער ליידער מיט א בקשתיו ולא מצאתיו…. זאל איך מסביר זיין די ווייטאג נאך אזא שפאציר? נע בעסער נישט, נישטא א ווארט אין די דיקשינערי. א טויבער קען הערן די געוויין פון די הארץ.

(גראדע וואקענדיג אויפן גאס האב איך געזען די ׳שומרים׳ הסובבים בעיר כ׳האב זיי גארנישט געפרעגט ווייל מרדכי בן דוד האט שוין געווארענט פון פאראויס אז זיי גייען לאכן פון מיר…)

וועסטו דאך אוודאי מיינען מ'רעדט דא פון עפעס א מאדנעם אינגערמאן, א לא יצלח א נעבעכיל, ניין זאג איך דיר, מ׳רעדט גראדע פון איינער וואס קוקט אויס גאנץ צאמגענומען, א בעלבתישע יונגערמאן מיט א שיינע פאר חברים, א ביזנעס וואס די חברה זענען ערענסט מקנא (זיי קענען נישט די ביכער, בין איך שולדיג??) און קיינער קיינער ווייסט נישט פון גארנישט און אויפן דרויסן קען מען גארנישט דערקענען. אויב יצחק וואלט דאס געליינט און נאכדעם ווערט ער געוואויר ווער איך בין וואלט ער גע׳חלש׳ט אויפן פלאץ… און יא דער זעלבער אינגערמאן גייט דורך די אלע גיהנום שטיל, קיינער קיינער ווייסט נישט דערפון.

צו וועם זאל איך רעדן דערוועגן? זאל איך זאגן פאר מיין ווייב הער נאר, איך פייגער פאר עפעס א אינגערמאן? זי וועט בשום אופן נישט קענען דעיס פארשטיין, זי וועט אדער רופן הצלה אדער זיין פארקלעמט אז צו איר האב איך נישט קיין געדולד נאר צו עפעס א רענדאם מענטש פון די גאס, גיי זיי מסביר אז דאס איז עפעס א מין מענטעל חורבן און נישט אן אמת׳ע חברותאשאפט.

נו, וואס האב איך ענק צו זאגן, איך בעט ענק נאר איין זאך און ספעציעל דו יצחק, וויין מיט מיט מיר, וויין ביז דו ביסט טרוקן פון טרערן, און זינג מיט מיר, “שחולת אהבה אני, שחולת אהבה אאאאננני”, כאטש ווייס איך אז איך וויין נישט אליין!!

———————————

מורי ורבותי, פארוואס שרייב איך דא די אלע שורות, ניין נישט ווייל איך וויל יעצט הערן אלע מיני עצות, טעראפיסטן און פילן, איך קום שוין פון דארט, לאטז מיך אלע אפ!! (וכי תופס הייתי וכו?) איך וועל באלד צוקומען צו די חלק פון טעראפיסטן,

נאר וואס דען? איך שרייב עס פאר דיר בחור׳ל, אוי בחור׳ל!! מי יתן ראשי מים וכו׳ ואבכה יומם ולילה אויף די אלע יסורים וואס דו גייסט יעצט אדורך, און ווער רעדט נאך פון די בזיונות וואס קומט נאך מיט מיט דעם, איך פארשטיי דיך אזזזזוווייי גוט.

אין ישיבה ווערט דאס גערופן קראש, אבער אין די וועלט מיינט קראש נישט דאס, דאס הייסט בעצם לימערענס. איך קוק זיך אזוי ארום אויף אייוועלט און ס׳דאכט זיך מיר אז דאס איז נאך קיינמאל נישט באשריבן געווארן (כ׳האף איך וועל נישט באלד געוואויר ווערן פארוואס) די איינציגסטע שמועס וועגן קראש אויף אייוועלט וועל איך נאר טרעפן קענדי קראש….

אזוי אויך פלעג איך אמאל הערן קול מבשר, פון די פאר וואס כ׳פלעג הערן איז געווען גוט געפרעגט דורך דעם חכם מחוכם ר' פינחס גלויבער און עטליכע מאל האבן מענטשען געפרעגט וועגן דעם אבער ר׳ פינחס איז קיינמאל נישט אריין צו טיעף (פשוט ווייל ס׳נישט מעגליך אויסצושמועסן אזא לאנגע ענין דארט) אונז האמיר א כלל אז פאר יעדע איין געפרעגטע זענען דא טויזענט ויש אומרים 500 וואס ווילן פרעגן. און כנראה ווערט די נושא נישט אויסגעשמועסט געהעריג אין ערגעץ.

איך אליין קען כאטש 3 חברים וואס האבן געהאט די זעלבע פראבלעם אין ישיבה. מושי מיין קרבן האט געהאט כאטש נאך איין נאכלויפער, אוי אינגאנצען פארגעסן צו רעדן פון דעם, דאס האט נאך געמאכט די גאנצע זאך מער קאמפליקעיטעט, כ'האב געהאט א קאנקארענץ, ס'געווען א פייט ווער ס'קען זיין מושי'ס בעסט פרענד, און ניין מושי האט נישט געכאפט, ער איז מער אזא גראדע טייפ ער לייגט נישט צו קאפ צו די זאכען. יענקעלע (פאלטשע נאמען פארשטייט זיך) כ'האף העסט מיר מוחל זיין אבער אסאך מאל האב איך געדארפט טון זאכן צו מאכן זיכער אז איך געווין די מלחמה… יא יא די זעלבע וואס דו האסט געטון… (ליינער אויב שפירסטו יעצט נורסערי ווייבס ווער נישט דערשראקן ס'נאר נאטורליך דאס צו שפירן יעצט)

א קלאס עלטער מיר איז אויך געווען איינער וואס ס׳געווען פובליק נייעס אז ער ליידט פון דעם אין גרויסן, ואכמ״ל

אין ישיבה ביי די 18 האט זיך מיר א טייערע בחור׳ל אויסגערעדט אז לעצטענס האט ער א פראבלעם אז וכו׳ וכו׳ און כאטש איך בין דעמאלטס געווען אין די זעלבע מצב איז מיר נישט מעגליך געווען צו פארשטיין יענעם ווייל יעדער האט זיך זיין זאך וואס כאפט אים און דיין קרבן וועט נישט זיין יענעמס קרבן, ממילא האב איך נישט געקענט רעלעיטען צו יענעם בכלל.

אבער עכ״פ איז קלאר אז אסאך ליידן פון דעם, אויב איך אליין ווייס פון נאך דריי, וויפל פלעגן עס באהאלטן ווי מיר? וויפל נאך בחורים וואס איך הייב נישט אן צו קענען ליידן דערפון יערליך? זיכער א שיינע פראצענט.

די אמת איז אז די איינציגסטע עכטע ענטפער איז גענצליך אפהאקן אבער דאס איז אזעלכע יסורים וואס ס'איז כמעט נישט מעגליך צו טון, אפהאקן איז יסורי איוב אבער טאקע נאר אזוי האב איך מצליח געווען זיך ארויסצודרייען פונעם קרענק אבער אויב מ'איז מיט יענעם אין ישיבה איז א ריזיגן פראבלעם ווייל טוישן ישיבות וועגן דעם איז נישט קיין עצה ווייל דארט אין די נייע ישיבה וועט מען בפשטות טרעפן א נייע קרבן… און וועגן דעם איז מיר מושי געווען די שווערסטע פרשה און ער איז די איינציגסטע וואס כ׳קען ניטאמאל שרייבן זיין עכטע נאמען, געהעריג טרוימע (און יצחק אויך אביסעל ווייל ער איז מיין שכן, אקעי קינדערלעך אונז גיימיר מופן, ווייל אויב נישט וויל טאטי זיין יצחק'ס פרענד…) הגם די מנהל האט מיר געזאגט "אפהאקן" דאך האט ער זיך בכלל נישט מסביר געווען, סתם אבי געשאסן, און בכלל, זאגן האק אפ פון דיין "קרבן" איז ווי צו זאגן פאר א שטימער האלוי! רעד! כ'קען נישט!!!!

ממילא אויב האסטו א בחור וואס ליידט פון דעם (בפשטות ווייסטו ניטאמאל, מיין טאטע וועט לכאורה קיינמאל נישט וויסן פון דעם, הגם ער איז א קלוגע מענטש און איך רעדט זיך אסאך אדורך מיט אים וואלט איך דאס קיינמאל נישט דיסקוסירט אנלעס כ׳שפיר אז כ׳קען נישט ווייטער אנגיין אין לעבן אזוי), גיב אים חיזוק קלער אים אויף וואס דאס איז, דאס אליינס וועט אים גאר אסאך העלפן. אוי, ווען איינער איז מיר ווען מסביר אלס בחור וואס גייט פאר מיט מיר אוי וואלט דאס אנדערש געוועזן, כ'האב ממש נאר לעצטענס אויסגעפונען אז דאס איז עפעס אן מענטל\עמוישענעל פראבלעם וואס נאך מענטשען האבן, ס'וואלט גאר אסאך גרינגער געמאכט.

(נאך אן עצה האב איך געהערט צו מאכן עטוואס גרינגער די מצב, בחורים פירן זיך צו הערן אסאך מוזיק, מוזיק קען האבן א סייד איפעקט אויפצושקאלן די מודס ווי שוין דערמאנט אויבן, שטיין ווייט פון מוזיק איז א גוטע איידיע)

אויך איז זייער וויכטיג פאר בחורים צו וויסן (בחורים דרייען זיך דא?) נישט צו מבזה זיין אזא איינעם. ס׳זייער זייער א סענסעטיווע נושא וואס מ'טאר נישט בארירן, אייביג טראכט איך פארוואס ווען איינער ווערט געשעדיגט פיזיש פון א קאר עקסידענט ר"ל האט יעדער רחמנות און מ'וויינט אבער ווען מ'זעהט איינער וואס האט געהאט א גייסטישע עקסידענט גאר לאכט מען, כ'פארשטיי באמת נישט די חילוק. שוב מצאתי דא

וועגן גיין צו א טעראפיסט:

יוש כ'האב נישט קיין כח, תשש כוחי, ווי הייב איך דא אן, העמיר עס מאכן אין קורצן, איך בין שוין געזעצן ביי א טעראפיסט, אסאך חדשים וועגן אן אנדערע ענין (אויב דער עולם וועט הנאה פון דעם תגובה'לע וועל איך פרובירן שרייבן נאך איינס וועגן דעם אנדערן ענין. אוי ואבוי אויב מיינט איר אז דער געשיכטע דא איז טונקעל וואס העט איר זאגן אויף יענע געשיכטע) אויב טעראפיסטס זענען גוט אדער נישט דאכט זיך זענען שוין דא אנדערע אשכולות, ליידער איז מיין עקספיריענס נישט געווען אזא גוטער, זיך ב"ה פיין פארהיילט אבער איך בין נישט זיכער אז דאס איז געשען וועגן טעראפי, טעראפיסטס זענען ווי מארקעטינג קאמפעניס, ס'קאסט אסאך, און ס'נישט קלאר אויב ס'האט אויפגעטון (הייב יעצט נישט אן אז מארקעטינג קען מען יא טרעקן איך ווייס אז אסאך מאל קען מען אבער מער מאל נישט) די זעלביגע מיט מיר יעצט ווייל כ'האב שוין בעצם געהאט די פראבלעם און ס'איז אוועק אליינס, ווען ס'צוריקגעקומען בין איך געגאנגען פאר העלפ צו פרובירן פטור ווערן אינגאנצן אז ס'זאל שוין נישט צוריקקומען אבער דאס איז נישט געשען. כ'האב נישט געוואלט ארויפגיין אויף די אייביגע טרעין וואס מאכט א סטאפ ביי יעדע טעראפיסט פאר א יאר צוויי… כ'בין ענדערש אראפגעטאנצען און כ'האף צו האבן א פולע רפואה בעזרת השם.

און דער אמת איז אז ס'דארף ווען זיין א פלאץ ווי מ'קען שרייבן ריוויוס אויף היימישע טעראפיסטן, ס'דאך ממש נישט דא קיין וועג צו וויסן ווער ס'גוט און ווער נישט, ביי אונז איז דאך א גאנצע סוד דער ענין פון טעראפי נו קען מען נישט פרעגן קיינעם.

למעשה זעענדיג אז איך קום נישט אן אין ערגעץ מיטן ערשטען פראבלעם בין איך געגאנגען צום צווייטן פראבלעם פון וואס מ'האמיר גערעדט דא א גאנצע צייט, איך בין געקומען צו א שטיקל מסקנא הגם ס'מעגליך אז ס'הייבט זיך נישט אן, אדרבא זאל די חכמים דא אריינקומען מיט זייער חכמה.

ווי איך פארשטיי איז עס א מין עדיקשאן, ס׳האט אפאר סטעפס.

1) מ׳ווערט פאר׳כישופ׳ט אין איינעם, פארוואס דאס געשענט פארשטיי איך נאכנישט, ביי מיר איז עס אייביג געווען איינער א פאפולער מענטש, ווי איך דערמאן א גאנצע צייט אבער יעדער כאפט עפעס אנדערש

2) אוטומאטיקעלי וויל מען רעדן מיט יענעם ווייל דאס ברענגט עפעס א גוטע פילינג פון העי איך בין גוט מיט דעם פארכישופטע זאך

3) נאכדעם איינמאל מ׳שפירט דעם (פאלשן איינגערעטן אויפגעבלאזענעם) הויעכקייט וויל מען עס נאכאמאל און נאכאמאל און ווי מער מ׳האט עס אלטס מער וויל מען עס, ממש ווי אלע אנדערע אדיקשאנס. די חילוק איז נאר אז פאר א גלעזעלע ברוינפן פילסטע נישט אן אינערליכע טיפע אהבה משא״כ דעי משוגאס קומט מיט אזא פארשטעלטע אהבה בין אדם לחבירו און מ׳מיינט באמת אז דאס איז בלויזע ליבשאפט. (נמשל ווען ביזנעס האט פראבלעמס פליט מען צום לימערענס פונקט ווי דער וואס לויפט צו סטעטוס וויצן און האפט צו פארגעסן פון די וועלט פאר דריי מינוט און זעען אבסאלוט שטותים אבי נישט די דאגות)

כאטש ס׳מיר נישט אזוי פשוט, ס׳מיר זייער שווער צו גלייבן אז אלס כיתה ח׳ יונגעל האב איך געליטן פון אן עדיקשאן, פשוט נישט מסתבר, אבער אזוי. אפשר נאך א יאר טעראפי וואלט מיר דאס מסביר געווען…

און ווי שוין דערמאנט אויבן ברעכט אויס א פייט צווישן מוח און לב, מוח וויל נישט וויסן פון גארנישט אבער לב פארפירט, ער וויל דעיס און ער וויל יענץ. און דאס ערגסטע איז ווען די געפילן גייען אין די זייט און די מוח נעמט איבער פאר אפאר שעה, "אים לויפסטע נאך? מיט אים פייגערסטע צו זיין גוט? פון אים האסטע געטראכט אזוי סאך שעות רצופות?? ננעעעבעעעעךךךך" דעי מחשבה איז לכאורה נאך סאך מער ווייטאגליך פון די גאנצע קרענק.

און לכאורה דאס איז פשט פון מוח שליט על הלב, דער מוח דארף קענען איבערקומען אלעס וואס דער לב פארדרייט אים א קאפ. און וועגן דעם ווען איר ליינט קענט איר עס אנקוקען גאר פאני פשוט ווייל מיט מוח\שכל שטימט נישט די גאנצע זאך אבער אז מ׳קוקט אריין מיט לב\הארץ\געפיל קען מען עס פארשטיין, אבער וואס זאל מען טון אז מיט שכל צו טראכטן ווערט מען געשאנקען אבער פארשטיין געפילן אן עס אליין עקספעריענסן ע״פ רוב קען מען נישט.

די גאנצע דרשה איז בעצם געזאגט געווארן אויף יעדע פראבלעם וואס איינער האט, און אויב האט מיר טעראפי עפעס געלערענט, איז עס דאס, דער ענין פון אל תדין חבירך, נישט ווייל מ׳דארף האבן גוטע מידות, אריין ארבעטען מיט אלע כוחות צו פארגיטוגען יענעם, נע!! פשט איז אז ס׳פשוט נישט מעגליךצו פארשטיין א צווייטן, ווייל דו קוקסט מיט שכל אבער דו הייבסט נישט אן צו פארשטיין דעם געפיל וואס איז דא דארט. ווען מ׳קוקט מיט דעם בליק און מ'פארשטייט עס באמת איז ע״פ רוב ועמך כולם צדיקים און תמו חטאים ולא חוטאים.

און בכלל איז וויכטיג צו געדענקען און מ'דארף האלט אין איין חזר'ן, דו ווייסט קיינמאל נישט וואס א צווייטער מאכט מיט, דיין חבר דרייט זיך און פרייט זיך, יעדער איז אים מקנא און דערווייל מאכט ער מיט א באהאלטענע ציפעדיגע גיהינום.

למעשה פשוט צו ענדיגן די מעשה, כ'האב געזען אז מיטן טעראפיסט וועל איך דא אויך נישט אנקומען האב איך אויך געסטאפט אינמיטן און געקומען צום החלטה אז כ׳וועל אליין דיעלען מיט די פראבלעם.

איך קוק מיר אזוי אן, אראפגעסווייפט א צען אלפים, אינוועסטעט שעות אריכות און גארנישט, וואס זאל איך אייך זאגן, כ׳האב שוין שלום געמאכט מיט די מצב, ס׳דא מענטשען וואס קומען אראפ מיט א שווערע נפש אויפן וועלט און ס׳נישט פשוט, ס׳דא גאר אסאך שטרויכלינגען אויף די וועגן און די הילף איז נישט ממש דא.

למעשה אלס אן עלטערע ערוואקסענע קען איך סאך גרינגער דילען מיט עס און ס׳גייט אריבער גאנץ שנעל, לאמיר נישט פארגעסן אז איך בין נישט אין ישיבה, כ׳האב א משפחה, א ביזנעס, ס׳נישט מעגליך צו זיצן אין די וויטאג אזוי לאנג, ס׳גייט אריבער נאך א שטיקעל צייט, די גאנצע געשיכטע וואס כ׳שרייב וועגן שלומי און יצחק האבן נישט געלעסט צו לאנג. ס׳האט זיך פארלאשן נאך אפאר חדשים, דא דארט צופייערט זיך עס, אבער דאס איז עס.

איך לייג נישט אראפ אן הנחה אז טעראפי איז נישט גוט אדער מיין טעראפיסט איז נישט גוט, כ׳זאג אזוי סאך אז פאר מיר האט עס ליידער נישט געארבעט ווי געפלאנט. און איך מוז אויך זאגן אז איין זאך האט מיר זייער געשטערט איז די ליצנות פון טעראפיסטן וואס כ'האב געהערט אלע יארן במילא ווען איך האב געדארפט אנהייבן ארבעטן אויף זאכן האב איך ממש געהערט ווי דער לץ רעדט ארויס פונעם טעראפיסטס מויל ממש ווי דער חכם זאגט שוין און כמובן איז זייער שווער צו ארבעטן מיט א פאציענט וואס גלייבט נישט אין זיין טעראפיסט

און יעצט טייערע ליינער, אויב האסטו געהאט אזא סימילער מעשה אדער דו ווייסט מער איבערן נושא לאז דיך הערן, ס'וועט זיין א טרייסט פאר מיר און פאר אלע געליטענע אז זיי זענען נישט אליין.
אוועטאר
סאטמערע שוואנץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 18, 2023 6:29 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמערע שוואנץ »

אויךגעהערט פון אייינער וואס האט געהאט אזא ענדליכע מעשה שוין דערציילן א צווייטע מאל גראדע שוין געהערט אויף דעם ענין פון אבד שאץ מאנסי ארהק אויף קול אמונה טעלעפאון ליין ווי ער איז ארויס גאר שארף אז ביי אזא מצב דארף מען אפהאקן איה עוד חזון למעוד
לעצט פארראכטן דורך סאטמערע שוואנץ אום מאנטאג אפריל 24, 2023 9:21 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מחובר
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 03, 2023 10:50 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחובר »

עס איז א תוצאה, פון וואס שטייט אין די תורה לא טוב היות אדם לבדו, ליידער ליידן אסאך דערפון.
אוועטאר
עס וועט זיין גוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גוט »

מחובר האט געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 11:37 pm
עס איז א תוצאה, פון וואס שטייט אין די תורה לא טוב היות אדם לבדו, ליידער ליידן אסאך דערפון.
yup yup - by the girls also
מתעלם
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

מאסיוו געשריבן. ס'איז איבעריג צו קאמפלימענטירן. ס'רעדט פאר זיך אליין.

א דיפערענט און אינטערעסאנטע כאטש זייער טרויעריגע נושא.
אוועטאר
Thank you
שר תשעת אלפים
תגובות: 9112
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

די האסט א פיינעם פעדער, און נאך א בעסערע זכרון!!
ניק איז אומאקטיוו.
פאר סיי וואס קען מען שיקן א אימעיל צו: [email protected] ,
ווי אויך גייט די אישי קעסטל ווערן געליינט מפעם לפעם.

אפיציעלע לעצטע תגובה
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20473
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

דו וויקלסט אויף זכרונות, דאס איז געווען א באקאנטע טאפיק אין ישיבה, עס איז מיר א חידוש אז דער נושא איז אקטועל ביי ערוואקסענע פארהייראטע לייט.

יישר כח פאר דעם רייכן און קלארען באשרייבונג, דאס דארף מען גוט אפלערנען.
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9561
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

איך רילעיט נישט צו די מעשה, אבער ס’איז זייער אינטערסאנט, און דו האסט א גוטע פעדער, זייער מסודרדיג געשריבן.

איך קען דיר נישט העלפן, כאטש א קאמפלימענט געב איך...
אוועטאר
Thank you
שר תשעת אלפים
תגובות: 9112
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

מיטגעהאלטן לעצטענס ווי א בחור האט זיך געמוטשעט מיט דעם ענין... אויב האט יענער אים נישט גערופן ווינטשן גוט שבת איז ער געווען קוקו א גאנץ שבת.

למעשה האט ער זיך גענומען און די הענט אריין, היינט זענען די 2 די גרעסטע שונאים און ישיבה!
ניק איז אומאקטיוו.
פאר סיי וואס קען מען שיקן א אימעיל צו: [email protected] ,
ווי אויך גייט די אישי קעסטל ווערן געליינט מפעם לפעם.

אפיציעלע לעצטע תגובה
אוועטאר
בארג קריכער
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:12 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארג קריכער »

זייער גוט אראפגעשריבן, ישר כח פארן נעמען די קוראש צו קומען אין פאבליק דערמיט.

מיטגעהאלטן אין ישיבה עטליכע אזאנע פעלער מיט אנדערע בחורים.
די מנהלים און די בחורים האבן דאס נישט אנגעקוקט גוט…
שפעטער האט מיר איינער געוויזן אז ר׳ אהרן פריעדמאן שרייבט אין איינע פון זיינע ביכער דערוועגן(די ביך איז געווען אין עברית).
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

Thank you האט געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 11:57 pm
מיטגעהאלטן לעצטענס ווי א בחור האט זיך געמוטשעט מיט דעם ענין... אויב האט יענער אים נישט גערופן ווינטשן גוט שבת איז ער געווען קוקו א גאנץ שבת.

למעשה האט ער זיך גענומען און די הענט אריין, היינט זענען די 2 די גרעסטע שונאים און ישיבה!
זייער אסאך מאל קען איינער וואס קראש עמיצן ווערן זיין גרעסטער שונא. דאס קומט ווען ער קען בשום אופן נישט פעיסן אז ער האט יענעם ליב און גייט אויס יענעם צו האבן אלס א פריינד. אנשטאט הייבט ער אן יענעם אראפצורייסן און אוועקמאכן.

דאס אראפרייסן קען אים ברענגען צוויי בענעפיטן, איינס אז ער פרובירט צו ציען יענעם'ס אויפמערקזאמקייט דורכ'ן אים פייטן, און געווענליך טאקע וועט ער אנדרייען א א מחלוקה און זיכער מאכן זיכער אז יענער זאל געוואויר ווערן. צווייטנס אז דורכ'ן יענעם אוועקמאכן און פרעגט אים זיין גאנצע שויות, דערשטיקט ער זיין אינערליכן קול וואס שרייט אין אים אז 'יענער איז מורא'דיג און איך דארף אים האבן'. ער דארף זיך דערפאר האלטן אינאיין איבערזאגן נאכאמאל און נאכאמאל וואספארא גארנישט יענער איז און אז עס איז אפילו נישט אינטערעסאנט צו זיין יענעם'ס פריינד, ער איז סתם א באלאן, א שקרן וכו', און אזוי אוועקשטופן זיין ביקוש פאר אהבה פון יענעם.

איך ווייס וואס דער מציאות אין דעם פאל פון וואס דו רעדסט איז, איך רעד באופן כללי.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

צום פותח האשכול:

געוואלדיג גוט אראפגעשריבן די הרגשים און טיפע מיטמאכענישן פון דעם בעל הקראש. א מורא'דיגע ארבעט!
הנשמה שבמוחי
שטארק זיך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8062
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

פאראן א ספר׳ל ׳נפש הישיבה׳ פון ר׳ יעקב ב. פרידמן. זעלטן גוט געשריבן איבער פארשידענע דעליקאטע נושאים געווענליך שרייבט מען ווייניג דערפון. האט ער דארט א פרק: ״תלות רגשות על ספסל הישיבה״ ווי ער צונעמט די נושא הפלא׳דיג. און ער גיבט יסודיות׳דיגע הדרכה וויאזוי דאס צו היילן בשורשו
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
j718
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע:אין בוידעם

במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

איש יהודי בשושן האט געשריבן: מאנטאג מאי 09, 2022 5:36 pm

שרגי געשטעטנער האט געזאגט קוק אריין און מיינע אויגן…
די אויגן האבן שוין נישט געזעהן קיין איין ראיה אסורה פאר איבער פינעף יאר!!

ל"נ שרגא אליהו בן חיים אליעזר דוד
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע:ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

מאסיווע ארבייט געמאכט ר' @שבתוך הסתרה מיט'ן שילדערן די זאך מיט אלע פיטשעווקעס!

עד היום בין איך נישט משיג די מיסטעריעזע מיסטעריע וואס הילט איין דיזן נושא.

כ'מיין, מידת האהבה איז א עכטע זאך, וואס איז דא צו באהאלטן דא?!

אהבה איז נישט קיין מענטל מחלה, אהבה איז די שענסטע מידה מיט וואס א מענטש קען נאר געבענטשט ווערן. עס איז נישט עפעס מיט וואס מען דארף מלחמה האלטן. דאס מלחמה האלטן דערמיט טוט עס פארוואנדלען אין א מחלה.

זאג עס (טראכט עס) קלאר און הויעך: ערעב איד, איך האב דיך ליב!

אוודאי דארף אלעס בשמאל דוחה וימין מקרבת - אהבה ויראה בבת אחת בכדי נישט צו פארלירן דאס גלייכגעוויכט, אבער די עצם ערשיינונג פון דער זאך איז אוודאי נישט קיין קרענק אדער חסרון, פארקערט גאר.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
j718
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע:אין בוידעם

במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

מתעלם
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

נשמת השכל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 1:08 am
מאסיווע ארבייט געמאכט ר' @שבתוך הסתרה מיט'ן שילדערן די זאך מיט אלע פיטשעווקעס!

עד היום בין איך נישט משיג די מיסטעריעזע מיסטעריע וואס הילט איין דיזן נושא.

כ'מיין, מידת האהבה איז א עכטע זאך, וואס איז דא צו באהאלטן דא?!

אהבה איז נישט קיין מענטל מחלה, אהבה איז די שענסטע מידה מיט וואס א מענטש קען נאר געבענטשט ווערן. עס איז נישט עפעס מיט וואס מען דארף מלחמה האלטן. דאס מלחמה האלטן דערמיט טוט עס פארוואנדלען אין א מחלה.

זאג עס (טראכט עס) קלאר און הויעך: ערעב איד, איך האב דיך ליב!

אוודאי דארף אלעס בשמאל דוחה וימין מקרבת - אהבה ויראה בבת אחת בכדי נישט צו פארלירן דאס גלייכגעוויכט, אבער די עצם ערשיינונג פון דער זאך איז אוודאי נישט קיין קרענק אדער חסרון, פארקערט גאר.
ס'איז אויך דא חולת אהבה. און האט מסתמא א הונטערליגענדע אורזאך וואס איז ווארשיינליך נישט דוקא אויף די געזונטע זייט.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע:ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

מתעלם האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 1:21 am

אוודאי איז דא חולת אהבה.

אבער פשט איז נישט אז יעדע אהבה איז אוטומאטיש חולה.

ופשוט הוא.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22959
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע:50°18′N 21°4′E

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

Whoa!!

האסטו א פעדער! אויף אזא איידעלען אויפן ארויס ברענגן די דברים כהוויתן אן קארגן אויף אפילו די קלענסטע דעטאלן. גיי אן!
עס קומט אהיים
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22959
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע:50°18′N 21°4′E

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

נשמת השכל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 1:25 am
מתעלם האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 1:21 am
נשמת השכל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 1:08 am
מאסיווע ארבייט געמאכט ר' @שבתוך הסתרה מיט'ן שילדערן די זאך מיט אלע פיטשעווקעס!

עד היום בין איך נישט משיג די מיסטעריעזע מיסטעריע וואס הילט איין דיזן נושא.

כ'מיין, מידת האהבה איז א עכטע זאך, וואס איז דא צו באהאלטן דא?!

אהבה איז נישט קיין מענטל מחלה, אהבה איז די שענסטע מידה מיט וואס א מענטש קען נאר געבענטשט ווערן. עס איז נישט עפעס מיט וואס מען דארף מלחמה האלטן. דאס מלחמה האלטן דערמיט טוט עס פארוואנדלען אין א מחלה.

זאג עס (טראכט עס) קלאר און הויעך: ערעב איד, איך האב דיך ליב!

אוודאי דארף אלעס בשמאל דוחה וימין מקרבת - אהבה ויראה בבת אחת בכדי נישט צו פארלירן דאס גלייכגעוויכט, אבער די עצם ערשיינונג פון דער זאך איז אוודאי נישט קיין קרענק אדער חסרון, פארקערט גאר.
ס'איז אויך דא חולת אהבה. און האט מסתמא א הונטערליגענדע אורזאך וואס איז ווארשיינליך נישט דוקא אויף די געזונטע זייט.
אוודאי איז דא חולת אהבה.

אבער פשט איז נישט אז יעדע אהבה איז אוטומאטיש חולה.

ופשוט הוא.
די אהבה וואס ווערט דא ארום גערעדט קומט פון חולי.

ומציאות הוא.
עס קומט אהיים
אמעסידטשפארכללישראל
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2022 9:09 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמעסידטשפארכללישראל »

נשמת השכל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 1:08 am
מאסיווע ארבייט געמאכט ר' @שבתוך הסתרה מיט'ן שילדערן די זאך מיט אלע פיטשעווקעס!

עד היום בין איך נישט משיג די מיסטעריעזע מיסטעריע וואס הילט איין דיזן נושא.

כ'מיין, מידת האהבה איז א עכטע זאך, וואס איז דא צו באהאלטן דא?!

אהבה איז נישט קיין מענטל מחלה, אהבה איז די שענסטע מידה מיט וואס א מענטש קען נאר געבענטשט ווערן. עס איז נישט עפעס מיט וואס מען דארף מלחמה האלטן. דאס מלחמה האלטן דערמיט טוט עס פארוואנדלען אין א מחלה.

זאג עס (טראכט עס) קלאר און הויעך: ערעב איד, איך האב דיך ליב!

אוודאי דארף אלעס בשמאל דוחה וימין מקרבת - אהבה ויראה בבת אחת בכדי נישט צו פארלירן דאס גלייכגעוויכט, אבער די עצם ערשיינונג פון דער זאך איז אוודאי נישט קיין קרענק אדער חסרון, פארקערט גאר.
איך טראכט אז יעדע איד איז באשאפן מיט א שטארקע צואנג צו העכערקייט. די סארט אהבות זענען אזא סארט העכערע אהבה וואס מען וויל דא פילן אין לעבן. אין פאקט מיין איך ענדטשויט מען אויך די סוד דערביי (דאס אז ''קיינער ווייסט נישט'', ''מען קען עס נישט מסביר זיין'', דאס האט מען ליב טיף טיף אין הארץ, זיי מודה... אדער די סארט העכערע געפיל וואס אזא רילעשנשיפ ברענגט)

איך מיין אז די רפואה איז צו אנהויבן עכט דינען דעם אייבירשטן. ארויפקוקן אגאנצן טאג צו אים, לערנען טיפע ספרים, (אפולו זוהר הק'), אים זעהן אין יעדע זאך אין לעבן, סיי אין די מתנות, סיי אין די שוועריקייטן. אים דאנקן אפולו אויף קליינע זאכן ווי אויפן פרישטאג וואס מען עסט, אינזין האבן ביים דאווענען, קען מען ערפילן דעם געברויך.

אבער 'נישט' אז מען זאל זיך זאגן אגאנצן טאג ''פארוואס האב איך אים ליב, מען דארף ליב האבן דעם אייבירשטן''. אדער ''הער אים אויף צו ליב האבן''. איך גלייב נישט ס'וועט ארבעטן. מען דארף אלע געפילן לאזן לויפן ווי ס'גייט. און אז מ'קומט אן צו ריכטיגע אהבות ה' וועלן זיי אטאמאטיש אוועקפאלן.

איך גלייב אסאך מענטשן רילעטן בכלל נישט וויסן וואס מען רעדט דא.
אין צום לעצט, וואס איז דיין מעסידטש פאר כלל ישראל?
שפיי נישט אריין אין א ברינעם פון וואס די האסט געטרינקן.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע:ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

סטיטשינער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 1:27 am
נשמת השכל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 1:25 am
מתעלם האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 1:21 am
נשמת השכל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 1:08 am
מאסיווע ארבייט געמאכט ר' @שבתוך הסתרה מיט'ן שילדערן די זאך מיט אלע פיטשעווקעס!

עד היום בין איך נישט משיג די מיסטעריעזע מיסטעריע וואס הילט איין דיזן נושא.

כ'מיין, מידת האהבה איז א עכטע זאך, וואס איז דא צו באהאלטן דא?!

אהבה איז נישט קיין מענטל מחלה, אהבה איז די שענסטע מידה מיט וואס א מענטש קען נאר געבענטשט ווערן. עס איז נישט עפעס מיט וואס מען דארף מלחמה האלטן. דאס מלחמה האלטן דערמיט טוט עס פארוואנדלען אין א מחלה.

זאג עס (טראכט עס) קלאר און הויעך: ערעב איד, איך האב דיך ליב!

אוודאי דארף אלעס בשמאל דוחה וימין מקרבת - אהבה ויראה בבת אחת בכדי נישט צו פארלירן דאס גלייכגעוויכט, אבער די עצם ערשיינונג פון דער זאך איז אוודאי נישט קיין קרענק אדער חסרון, פארקערט גאר.
ס'איז אויך דא חולת אהבה. און האט מסתמא א הונטערליגענדע אורזאך וואס איז ווארשיינליך נישט דוקא אויף די געזונטע זייט.
אוודאי איז דא חולת אהבה.

אבער פשט איז נישט אז יעדע אהבה איז אוטומאטיש חולה.

ופשוט הוא.
די אהבה אס ווערט דא ארום גערעדט קומט פון חולי.

ומציאות הוא.
קום אריין קלאר.

וואס איז אהבה? וואס איז חולי? וועלעכע אהבה איז נישט חולי און וועלעכע יא?

-----

דיזן אהבה פון וואס מען רעדט דא איז ביי דיפאלט איז נישט חולי.

ווען איז עס יא חולי?!

ווען עס באטרעפט אזא איינעם וועלעכע איז נישט used to it, עס כאפט אים ווי א דונער אינמיטן העלן טאג.. ער ווערט אינגאנצן באנומען, אינגאנצן משוגע, ער קען זיך נישט בארואיגן, ער שפירט עפעס וואס ער האט נאך אין זיין לעבן נישט געשפירט, ער גייט אויס, ער לויפט עס נאך ווי א יצא מדעתו. און פון די אנדערע זייט שפירט ער אז עפעס נישט בסדר גייט פאר מיט אים, וואס האט ער אזאנע מאדנע הרגשים?!

סוי דא געפינט ער/זי זיך בין פטיש לסדין. פון איין זייט וויל ער עס עד למאד, פון די אנדערע זייט וויל ער פון דעם פטור ווערן ווייל עס איז נישט נארמאל צו האבן, ער האט עס נאך קיינמאל נישט געהאט.

און דא איז ווי עס ווערט א מחלה.

ווייל היות ער איז נישט מורגל אין דעם (נאטורליכע געזונטע ליבשאפט פונדערהיים) ווערט עס ביינעם א גאנצע זאך מיט וואס ער קען זיך נישט קיין עצה געבן - נישט לחויב און נישט לשלילה, סיי ער שפירט אויסצוגיין אויף א ווילדע אופן און סיי ער קען פון דעם נישט פטור ווערן.

די התפעלות פון די הרגש וואס ער/זי שפירט, און די אינערליכע מלחמה וואס פאלגט נאך, דאס פארוואנדלט עס אין א מחלה.

ביי עמיצן וועלעכע איז רגיל אין הרגשים פון אהבה, אפילו עס זאל צו אים/איר קומען אזא הרגש וועט ער נישט קראנק ווערן, וויבאלד ער קען דאס שוין, ער ווייסט ווער דער אורח איז, ער איז היימיש מיט אים'ן, ער ווערט נישט אזוי ווילד איבערגענומען, ער ווייסט אז דאס זענען נארמאלע זאכן אין זיין הארץ, און עס איז מאוזן - עס איז באלאנסירט ביינעים.

און די עצה צו דעם וואס ווערט געכאפט אין די הרגשים און ער איז נישט used to it - איז אים צו מאכן used to it. אים פשוט באקאנט מאכן מיט די פאלנע נאטורליכע פאקטן פון די נפש פון א יעדן מענטש, אים מודיע זיין די נייעס וועגן די נייע ווילד פרעמעדע זאך וועלעכע ער האט מגלה געווען אין זיין הארץ וועלכע רופט זיך 'ליבשאפט', אים/איר בארואיגן און פארציילן אז ביסט נישט משוגע, פארקערט - דו ביסט נאך דאס מערסטע נארמאל שייך, ווייל אך און וויי איינער וועלעכע איז נישט מגלה זיינע ליבשאפט נטיות..

די עצה איז זיכער נישט אויסצולערנען דעם בחור/בחורה מרחק צו זיין די גאנצע זאך בתכלית, דאס איז נישט די ריכטיגע מהלך. אוודאי דארף מען נוצן די מושג פון ריחוק אויך, ווי דערמאנט אויבן - בכדי צו אנהאלטן די יראה און אהבה אין א באלאנס. אבער די עצה העיקרי והיסודי איז כמו שכתבנו לעיל.

כן נראה לפי עניות דעתי. והחולק יחלוק בכבוד.

הצלחה מרובה אלע ליבהאבער.
לעצט פארראכטן דורך נשמת השכל אום מיטוואך אפריל 26, 2023 10:32 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7273
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

נשמת השכל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 1:51 am
קום אריין קלאר.

וואס איז אהבה? וואס איז חולי? וועלעכע אהבה איז נישט חולי און וועלעכע יא?

-----

דיזן אהבה פון וואס מען רעדט דא איז ביי דיפאלט איז נישט חולי.
א קראש איז נישט קיין אהבה.
עכ"פ נישט קיין געזונטע אהבה.

דער פוה"א לייגט עס אראפ געוואלדיג. איך מיין איך קען רילעיטן צו איין געוויסע תקופה אין ישיבה. איך ווייס נישט אויב עס איז געווען אויף אזא פארנעם ווי ער לייגט עס אראפ, אבער אלעס שטימט, די שמחה ווען יענער האט גערעדט צו דיר, די ווייטאג ווען דו האסט געווארט ער זאל רעדן אדער דיך כאטש אנקוקן און עס איז נישט געלונגען... איך בין שפראכלאז...... אזוי גוט צו מצייר זיין! ביסט פיינע נייעס.

איך פלעג גלייכצייטיג טראכטן אפשר האט איינער אויף מיר א קראש? זאל ער מיר קומען זאגן! ער דארף זיך נישט שעמען... לאל
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע:ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 1:59 am
נשמת השכל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 1:51 am
קום אריין קלאר.

וואס איז אהבה? וואס איז חולי? וועלעכע אהבה איז נישט חולי און וועלעכע יא?

-----

דיזן אהבה פון וואס מען רעדט דא איז ביי דיפאלט איז נישט חולי.
א קראש איז נישט קיין אהבה.
וואס איז עס?

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
עכ"פ נישט קיין געזונטע אהבה.
וואס איז געזונטע אהבה?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
יין רב
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 9:19 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין רב »

זייער גוט אראפגעלייגט די מחלה פון Limerence מדארף פארשטיין אז דאס האט גארנישט מיט אמתדיגע אהבה.

אהבה מיינט איך האב ליב ’יענעם’ דער דא איז פשוט דא פאר ’זיך’
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”