Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.
רעכטפארטיגער האט געשריבן: ↑ מאנטאג אפריל 22, 2024 12:55 amמיטן הילף פונעם הייליגן באשעפער וואס האט אונז אזוי שטארק ליב.
דער באשעפער פרואווט מיך מיט א נסיון,
איך ווייס נישט ווי לאנג עס וועט נאך נעמען.
אזויפיל יסורים, און שווערע געפילן, קומען און גייען,
פון צייט צו צייט פילט עס אויך גוט, עפעס א מין פאר'כישופ'טע געפיל.
איך זיץ אינדערזייט און קוק צו, צו וואס עס קומט פאר אין מיר.
אויב האב זיך נאר אמאל איינגערעדט אז איך בין בעה"ב אויף מיר,
קומט די שטעכעדיגע און ווייטאגליכע מציאות, און פאטשט מיר אין פנים נאכאמאל און נאכאמאל.
איך דערקען שוין די גאנצע סירקל, ביים ערשטן נאמען כמעט פון יעדע געפיל.
נאך א טאג פון פילן ווי איך בין געווען אינגאנצן משועבד, ווי א קנעכט, צו דעם ......
איך קום ארויס פון דארט מיט א צוקלאפטע און צוביילטע נפש.
איך וויל מיך אויפעסן לעבעדיגערהייט.
וואס אין די וועלט גייט פאר מיט דיר?
דו ביסט א נארמאלע מענטש?
דיין גאנצע טאג האסטו מקריב געווען פאר יענעם!
און האסט אפילו איינמאל באקומען די גוטע געפיל וואס דו זוכסט?
און יענער באמערקט אפילו נישט אז איך האב אפגע'הרג'עט מיין גאנצע טאג צוליב אים.
און אז יעצט טונק איך מיך אין ווייטאג.
דאס אליינס לייגט צו שיכטן זאלץ אויף די רויע וואונדן.
איך שעכט מיך אוועק פאר א צווייטן בחינם...
דא קום איך אריין מיט א פעסטע החלטה, גענוג איז גענוג!
איינמאל פאר אלעמאל גייט מען טוהן די ריכטיגע שריט, און אפהאקן!
יא! די ווארט אפהאקן פון וואס איך ציטער אזוי!
די שרעקעדיגע ווארט וואס מאכט מיך שוויצן, און מאכט מיין הארץ באכענען!
איך זע שוין אז איך באקום נאר יסורים, דאסמאל בין איך פארטיג!
און מיט דעם לייג איך זיך אריין אין בעט...
...........
אויף צומארגנס שטיי איך אויף צו א ליכטיגערע טאג.
מיין החלטה איז א פעסטע, און איך שפיר זיך זייער גוט מיט מיר.
און אזוי גייענדיג באגעגן אין דעם חברה'מאן......
און ער באגריסט מיך מיט א העפליכן גוט מארגן.
זייענדיג אין א גוטע גוסטע, זיך פילנדיג גוט מיט מיר, גריס איך אים שיין צוריק...
און איך גלייך די מאמענט......
עס פילט גוט.......
שטילערהייט הייבט מיר אן צו נאגן א ווערימל,
דו האסט דאך עפעס אפגעמאכט מיט אזא זיכערקייט,
דו ווייסט דאך אז עס וועט דיר קיין גוטס נישט ברענגען?!
אבער איך ווער געשלעפט, איך בין נישט אין מיין קאנטראל,
עס פילט דאך אזוי גוט......
עס ציהט ווי א צויבער ראד...
ווי א כישוף שטעקעלע.........
די זעלבע געשמאקייט וואס איז געווען אין מיין דמיון, פאר איך בין למעשה געווארן גוט מיט יענעם,
עס דאכט זיך אז מ'האט די געוואלדיגע זיסקייט......
און איך ווער אריינגעצויגן אין א לאנגע שמועס........................................................................
איך גיי אוועק פון דארט האלב פאר'שיכור'ט, אבער גוט צוקלאפט.
די גוטע געפיל האט שוין נאכגעלאזט...
מיינע אויגן זענען יעצט אפן צו די מציאות........
און דא האט דער יצר הרע א פאסיגע געלעגנהייט מיך אריינצוווארפן אין יאוש.
איך בין אינגאנצן נישט אין קאנטראל אויף מיך אליין.
איך בין פארכאפט אין אן אדיקשאן, אן זעהן א וועג ארויס.
און די גאנצע מעשה איז נישט קיין איינמאליגע געשעעניש.
ס'חזר'ט זיך כסדר איבער,
ס'קען געשעהן עטליכע מאל א וואך....
........
איך שטיי אינדערזייט און איך קוק זיך צו מיט ווייטאג.
כי איככה אוכל וראיתי באבדן, איך זע מיך גיין צוגרונד,
איך קען מיך נישט קאנטראלירן.
בייזע ווינטן ווארפן מיר, און איך קען גארנישט טוהן...........
אוי! הייליגע באשעפער, העלף מיך!!!
איך דערמאן זיך אז ס'איז דא א באשעפער, וואס ער איז בעה"ב אויף מיר.
ער שטייט נעבן מיר די גאנצע צייט, מיט אלע מיינע יסורים.
איך פרוביר זיך צו איינהאלטן און נישט פרעגן פארוואס.
נסתרים דרכי ה'.
אבער פון די טיפענישן פון מיין הארץ רייסט זיך ארויס א ווייטאגליכע געשריי....
עד מתי??????????????
אוי באשעפער ווי לאנג נאך????????
איך זע בחוש, אז איך בין גארנישט,
קיינער דארף מיר עס שוין נישט איבערצייגן.
דער באשעפער ווייזט מיר זייער קלאר, אז איך קען גארנישט,
און וואס איך טו איז פשוט ווייל ער גיבט מיר די כח.
איך חזר עס נאכאמאל און נאכאמאל,
דער באשעפער וואס איז די מקור הטוב, און ער האט מיך אזוי שטארק ליב,
ער איז דער וואס שטייט אונטער אלעם!
אלעס טוט ער!!!!!!!!!
איך פרוביר זיך צו בייגן און עס מקבל זיין מיט ליבשאפט,
טראץ וואס עס איז אזוי שווער.
איך אנערקען אז האב זיך נישט וואס צו רעגן אויף מיר,
מיינע דורכפעלער דא זענען פונקט אזוי נישט מיך, נאר מיין טאטע וואס ליבט מיך אזוי שטארק.
אבער איך בין מתפלל, יעדן טאג פארדעם, און ביי יעדע תפילה.
עיני תמיד אל ה' כי הוא יוציא מרשת רגלי.
מיינע אויגן זענען געוואנדן צו השי"ת פיל מיט האפענונג,
ס'גייט נאך זיין לעכטיג.
און אינדערצווישן וועט מען איבער'חזר'ן און איבער'חזר'ן
אז וואס דער באשעפער טוט איז לטובה.
און ווען איך בין אין א צוקלאפטע גוסטע,
פרוביר איך זיך צו מחזק זיין,
נוצנדיג די הארציגע ווערטער פונעם משורר, דוד המלך:
מה תשתוחחי נפשי ומה תהמי עלי
וואס ביסטו אזוי צוקלאפט און אזוי אראפגעלאזט?
הוחילי לאלקים כי עוד אודנו ישועות פני ואלקי
האף צום באשעפער, ווייל איין טאג וועל איך אים דאנקען
ווייל איין טאג וועל איך אים דאנקען
איין טאג וועל איך אים דאנקען .................
דער באשעפער זאל מיך העלפן אז איך זאל טאקע גלייבן אין אים, און באמת אריין נעמען וואס איך האב די געשריבן.
און דער באשעפער זאל העלפן אז ס'זאל מיך שוין ווערן לעכטיג און פאר אלע אידן וואס לייטן אויף די שווערע אנשיקעניש.
און דער באשעפער זאל העלפן אז די שורות זאלן נאר לייכטער מאכן פאר אידישע קינדער, און חס ושלום די פארקערטע,
יהי רצון שלא יצא שום מכשול מתחת ידינו.
איך האב שוין לאנג באשלאסן אז דאס האט נישט מיט מיך, נאר פונקט ווי סיי וועלכע מחלה וואס דער אייבערשטער שיקט און איך בין גארנישט שולדיג אין די עצם מחלה,
דער אייבערשטער שיקט עס ווען ער וויל און נעמט עס אוועק ווען ער וויל
איך האב מיך נישט וואס צו עסן דאס געזונט היתכן כ'האב די מחלה? פונקט ווי איך גיי מיך נישט עסן דאס געזונט היתכן כ'האב חלילה קאפוויי אדער פיבער...
נאר א טובה פונעם אייבערשטן אז די מחלה האט מצבים פון טעם גן עדן אויכעט אינצווישן...
עניוועי, מען איז זיך מבטל פארן אייבערשטן ווי אזוי ער וויל אזוי וועט עס זיין, און אונזער השתדלות דארף זיין אז עס זאל נישט אויסקלאפן אינעם לעבן הלכה למעשה, און נישט שטערן פון אונזערע פליכטן, וויסן אז עס איז א פארבלענדעניש און אפגעזען די משונה'דיגע געפילן זאל עס נישט שטערן אינעם עולם העשיה...
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך