איך פלעג ליידן דערויף פאר א משך פון בערך 5 יאר, ביי מיר איז עס פון אנפאנג געווען משום איזה סיבה שהיא נאר אויף מענטשן וואס זענען נישט געווען אין מיין סביבה (ס'האט זיך פערצופעל אזוי אויסגעשטעלט), איך האב געהאט מענטשן וואס איך האב זיי נאר געזען פון צייט צו צייט, און על פי רוב בין איך נאר געווען פארנומען מיט זיי אין מחשבה, דמיונענדיג אלע מינע עפיזאדן ווי משום איזה סיבה זענען מיר געווארן גאר נאנטע חברים, איך האב געטראכט פון זיי פאר שעות, און געקענט זיצן פאר א לאנגע צייט און באטראכטן בילדער פון זיי, און צו די זעלבע צייט האב איך געארבעט ווי א פריוואטע אינוועסטיגעיטאר צוזאמנעמנדיג יעדע שטיקל אינפארמאציע וואס איך האב געקענט טרעפן איבער זיי.
אזוי ווי עס איז נאר געווען פון דערווייטנס, האב איך נישט געפילט די גרויזאמע יסורים וואס דאס ברענגט מיט מיט זיך, איך האב בכלל נישט געוואוסט וואס פשט פון אזא מאדנע תשוקה, אז ס'זאל מיר אזוי גיין אין לעבן צו ווערן יענעמס בעסטע חבר. אבער דאס האט מיך נישט גע'עגבערט אזוי שטארק, און איך בין געווען איבערצייגט אז ווען איך גיי ווערן גוט מיט איינע פון די חברה גיי איך זיין אזוי גליקליך, און מיין לעבן גייט זיין די בעסטע וואס קען נאר זיין.
דער באשעפער האט צוגעפירט אז איינע פון די חברה זענען אריינגעקומען אין מיין סביבה אויף א פארנעם אז ס'האט זיך אויסגעשטעלט אז איך גיי אים זעהן א גרויס חלק פונעם טאג, און ועל כולם, איך גיי לכאורה ווערן גוט מיט אים בהכרח. צו מיין פרייד איז נישט געווען קיין גרעניץ, עפעס צו וואס איך גיי שוין אויס פאר יארן אז עס זאל געשעהן גייט אט אט געשען! איך האב נישט גע'חלומ'ט אז עס איז פונקט פארקערט, און איך גיי יעצט אריין אין א וועלט פון ענדלאזע יסורים וואס שניידן שטיקער אינעם נפש פינעם מענטש, און צוברעכן אים אויף פיצלעך....

(פארזעצונג קומט אי"ה)
יאפס! זייער קלאר! די ערשטע חלק זיכער - ווארט מער צו די צווייטע חלק... (הגם איך ברעך שוין פון די נושא, אבער וואס קען מען טוהן? די מחלה איז העיר טו סטעי, ביזדערווייל...) אבער א דאנק דעם אשכול האנדלט מען עס גוט און סמאאט ב"ה
איך אנטשולדיג מיך פאר די וואס ווארטן אז איך זאל ממשיך זיין, עס איז מיר אביסל שווער צו טרעפן רואיג צייט צו שרייבן, אבער מיטן אייבערשטן'ס הילף וועט מען ממשיך זיין בקרוב.
גלייך ביים אנפאנג, ווען ס'האט זיך אויסגעשטעלט אז איך גיי ווארשיינליך ווערן גוט מיט יענעם פארשוין, האבן זאכן זיך אנגעהויבן צו פארפלאנטערן, (מיין וויזיע אויף די זאך ביז דעמאלטס איז געווען אז איך דארף פשוט ווערן גוט מיט די חברה און א גליקליכער ווי מיר וועט נישט זיין, מיך איז נישט געקומען אויפן געדאנק אז מ'רעדט דא פון עפעס וואס עקזיסטירט נישט). די עיקר פראבלעם פון אנפאנג איז געווען אז יענער איז היבש א קאמפליצירטע מענטש ליידנדיג, אויף פארשידענע בוכשטאבן, (וואס מאכט זיך אפט ביי מענטשן וואס ווערן גאר אסאך געקראשט,ווען יעדע חברותא'שאפט וואס זיי האבן קומט מיט קאמפליקאציעס וכו', און זיי זענען אויך אויסגעשטעלט צו ווערן געשעדיגט (וד"ל) דורך קראנקע מענטשן רח"ל) און פאר מיך איז היבש שווער זיך צו אויסקומען מיט קאמפליצירטע מענטשן.
איך וועל דא מאכן מער קורץ ווייל עס איז נישט מורא'דיג אינטערעסאנט, די אלע טיפישע עפיזאדן וואס חזר'ן זיך איבער א יעדע מאל מיט א צווייטע צורה, און אזוי אויך געדענק איך שוין נישט וואס עס איז אלץ פארגעקומען, האבנדיג געשעהן אפאר יאר צוריק. בקיצור דא האב איך אנגעהויבן טרעפן מער די יסורים וואס די זאך ברענגט מיט, מיט זיך. און זאכן זענען סתם אזוי געווען היבש שטומפיג, ווייל איך האב כמעט נישט אויסגעטוישט קיין ווארט מיט אים, און ווען יא איז עס געווען א שעה'איגע שמועס אדער לענגער, בקיצור גאר מאדנע און אויפפאלנד. און אין די אלע צייטן וואס איך האב נישט גערעדט מיט אים אדער צוריקגעגרוסט געווארן מיט א פארעווע באגריסונג, וכדו', איז געווען זייער פיינפול. אבער די גאנצע צייט בין איך געשטאנען און ארויסגעקוקט אויף ווען איך גיי ענדליך ווערן זיין חבר, און דעמאלטס וועלן זיך די אלע יסורים אויפהערן.
די שווערסטע חלק לכאורה פון די גאנצע זאך איז געווען דאס אז איך בין געשטאנען איינער אליינס אין די גאנצע חרוסת, און זיך אליינס געמוטשעט מיט די יסורים. פאר די וואס קענען די סארט עקספיריענס ווייסן אז משום איזה סיבה איז גאר שווער צו רעדן דערפון די ערשטע מאל, צו א צווייטן. למעשה האט די באשעפער צוגעפירט אויף א וואונדערליכע וועג אז איך בין אנגעקומען צו רעדן צו א איד, וואס איז א מומחה אין די עולם הנפש, און אויך ביי די נושא. ווען איך טראכט צוריק אויף אהין קומט אביסל צו לאכן, ווען איך זע ווי שטארק סטאק און איינגערעדט איך בין געווען, ער האט מיר נישט געוואלט זאגן אפן אין פנים די אמת, אז איך וויל א זאך וואס עקזיסטירט נישט, און די בעסטע וועג איז צו אנטלויפן דערפון, ווייל עס איז נישט געווען צו וועם צו רעדן. און אויב וואלט איך עס יא געהערט, ווייס איך נישט צו איך וואלט עס דורכגעטראגן. אבער ער האט נישט אויפגעהערט צו נוצן אפענע רמזים, אז די זאך איז נישט גוט, אבער יעדע זאך האב איך מיך מסביר געווען אז ס'מיינט נישט מיך. בקיצור, איך בין געבליבן מער ווייניגער אין די זעלבע פאזיציע אן קיין גרויסע שינויים, און מיט גרויסע יסורים.
ביז…………
צייטן טוישן זיך, און ביי מיר איז נישט געווען אנדערש, און דער רבוש"ע האט צוגעפירט אז ס'זענען געווען טוישונגען אין מיין סביבה, און ער איז אוועקגעגאנגען פון מיין נאנטע סביבה, פאר מיך איז דאס געווען די ערגסטע זאך וואס האט געקענט פאסירן, וויל ס'מיינט אז איך קען מעגליך אויפגעבן אויף מיין חלום, צו ווערן גוט מיט אים. און דאס האט מיך אריינגעפירט אין א וועלט פון שרעקליכע פיינפולע גייסטישע יסורים, איך האב געפילט ווי איך טראג עס נישט איבער, די וואס האבן עס נישט געפילט קענען בשום אופן פארשטיין פון וואס מ'רעדט, די מערסטע וואס ווערטער קענען ארויסברענגען, און די בעסטע משל וואס איך קען נוצן איז אז איך האב דעמאלטס די ערשטע מאל פארשטאנען וויאזוי א מענטש קען מאכן די שרעקליכע אויסוואל צו מאכן א סוף רח"ל. (איך האב ח"ו נישט געטראכט פון עס טון, איך האב נאר פארשטאנען וואס עס מיינט גאר שווערע יסורים, אז עס זאל קענען טראגן א מענטש ביז אהין) אזוי זענען זאכן אריבער, ווען איך זע אים היבש ווייניגער, און האב שווערע יסורים אין מיין אייגן וועלט, אבער נאכאלס גאר שטארק לעכצנדיג , צו ווערן גוט מיט אים.
גלייך ביים אנפאנג, ווען ס'האט זיך אויסגעשטעלט אז איך גיי ווארשיינליך ווערן גוט מיט יענעם פארשוין, האבן זאכן זיך אנגעהויבן צו פארפלאנטערן, (מיין וויזיע אויף די זאך ביז דעמאלטס איז געווען אז איך דארף פשוט ווערן גוט מיט די חברה און א גליקליכער ווי מיר וועט נישט זיין, מיך איז נישט געקומען אויפן געדאנק אז מ'רעדט דא פון עפעס וואס עקזיסטירט נישט). די עיקר פראבלעם פון אנפאנג איז געווען אז יענער איז היבש א קאמפליצירטע מענטש ליידנדיג, אויף פארשידענע בוכשטאבן, (וואס מאכט זיך אפט ביי מענטשן וואס ווערן גאר אסאך געקראשט,ווען יעדע חברותא'שאפט וואס זיי האבן קומט מיט קאמפליקאציעס וכו', און זיי זענען אויך אויסגעשטעלט צו ווערן געשעדיגט (ודי) דורך קראנקע מענטשן רח"ל) און פאר מיך איז היבש שווער זיך צו אויסקומען מיט קאמפליצירטע מענטשן.
איך וועל דא מאכן מער קורץ ווייל עס איז נישט מורא'דיג אינטערעסאנט, די אלע טיפישע עפיזאדן וואס חזר'ן זיך איבער א יעדע מאל מיט א צווייטע צורה, און אזוי אויך געדענק איך שוין נישט וואס עס איז אלץ פארגעקומען, האבנדיג געשעהן אפאר יאר צוריק. בקיצור דא האב איך אנגעהויבן טרעפן מער די יסורים וואס די זאך ברענגט מיט, מיט זיך. און זאכן זענען סתם אזוי געווען היבש שטומפיג, ווייל איך האב כמעט נישט אויסגעטוישט קיין ווארט מיט אים, און ווען יא איז עס געווען א שעה'איגע שמועס אדער לענגער, בקיצור גאר מאדנע און אויפפאלנד. און אין די אלע צייטן וואס איך האב נישט גערעדט מיט אים אדער צוריקגעגרוסט געווארן מיט א פארעווע באגריסונג, וכדו', איז געווען זייער פיינפול. אבער די גאנצע צייט בין איך געשטאנען און ארויסגעקוקט אויף ווען איך גיי ענדליך ווערן זיין חבר, און דעמאלטס וועלן זיך די אלע יסורים אויפהערן.
די שווערסטע חלק לכאורה פון די גאנצע זאך איז געווען דאס אז איך בין געשטאנען איינער אליינס אין די גאנצע חרוסת, און זיך אליינס געמוטשעט מיט די יסורים. פאר די וואס קענען די סארט עקספיריענס ווייסן אז משום איזה סיבה איז גאר שווער צו רעדן דערפון די ערשטע מאל, צו א צווייטן. למעשה האט די באשעפער צוגעפירט אויף א וואונדערליכע וועג אז איך בין אנגעקומען צו רעדן צו א איד, וואס איז א מומחה אין די עולם הנפש, און אויך ביי די נושא. ווען איך טראכט צוריק אויף אהין קומט אביסל צו לאכן, ווען איך זע ווי שטארק סטאק און איינגערעדט איך בין געווען, ער האט מיר נישט געוואלט זאגן אפן אין פנים די אמת, אז איך וויל א זאך וואס עקזיסטירט נישט, און די בעסטע וועג איז צו אנטלויפן דערפון, ווייל עס איז נישט געווען צו וועם צו רעדן. און אויב וואלט איך עס יא געהערט, ווייס איך נישט צו איך וואלט עס דורכגעטראגן. אבער ער האט נישט אויפגעהערט צו נוצן אפענע רמזים, אז די זאך איז נישט גוט, אבער יעדע זאך האב איך מיך מסביר געווען אז ס'מיינט נישט מיך. בקיצור, איך בין געבליבן מער ווייניגער אין די זעלבע פאזיציע אן קיין גרויסע שינויים, און מיט גרויסע יסורים.
ביז…………
צייטן טוישן זיך, און ביי מיר איז נישט געווען אנדערש, און דער רבוש"ע האט צוגעפירט אז ס'זענען געווען טוישונגען אין מיין סביבה, און ער איז אוועקגעגאנגען פון מיין נאנטע סביבה, פאר מיך איז דאס געווען די ערגסטע זאך וואס האט געקענט פאסירן, וויל ס'מיינט אז איך קען מעגליך אויפגעבן אויף מיין חלום, צו ווערן גוט מיט אים. און דאס האט מיך אריינגעפירט אין א וועלט פון שרעקליכע פיינפולע גייסטישע יסורים, איך האב געפילט ווי איך טראג עס נישט איבער, די וואס האבן עס נישט געפילט קענען בשום אופן פארשטיין פון וואס מ'רעדט, די מערסטע וואס ווערטער קענען ארויסברענגען, און די בעסטע משל וואס איך קען נוצן איז אז איך האב דעמאלטס די ערשטע מאל פארשטאנען וויאזוי א מענטש קען מאכן די שרעקליכע אויסוואל צו מאכן א סוף רח"ל. (איך האב ח"ו נישט געטראכט פון עס טון, איך האב נאר פארשטאנען וואס עס מיינט גאר שווערע יסורים, אז עס זאל קענען טראגן א מענטש ביז אהין) אזוי זענען זאכן אריבער, ווען איך זע אים היבש ווייניגער, און האב שווערע יסורים אין מיין אייגן וועלט, אבער נאכאלס גאר שטארק לעכצנדיג , צו ווערן גוט מיט אים.
די גאנצע זאך לויפט בעצם אויף אזא וועג אז מ'לויפט אים נאך און מ'אנטלויפט, לענ"ד איז די עיקר זאך וואס געשעהט ווען מ'איז שיכור אז מ'טוט מער זאכן לויט די אינסטינקט.
אינדערצווישן האט דער רבוש"ע צוגעפירט אז איך בין אנגעקומען צו א געוויסע איד (נישט דער זעלבע פון פריער) וואס איז א שטיקל מומחה בתורת הנפש. די ערשטע מאל וואס איך האב גערעדט צו אים, האב איך אים פארציילט די גאנצע זאך, און וואס מיינע רצונות זענען, איך האב נאכאלץ געהאלטן אז דא קען נאך עפעס ווערן, בקיצור ער האט מיך אויסגעהערט און שוין. די קומענדיגע מאל וואס איך האב גערעדט צו אים, זאגט ער מיר אז דא איז נישט דא קיין שום וועג וויאזוי די זאך זאל קענען ארבעטן, און די איינציגסטע וועג איז אפהאקן, די אמת אין פנים, גראב און אפן.
פאר מיר איז דאס געווען שרעקליך שווער צו הערן, ס'איז דאס ערשטע מאל וואס איינער זאגט מיר די אמת אזוי אין פנים אריין, איך האב זיך ניטאמאל געקענט איינבעטן אדער מסביר זיין פארוואס אין דעם פאל איז עס אנדערש, ס'איז געווען צו קלאר געזאגט. ס'איז מיר געווען זייער שווער עס אראפצושלונגען, אבער למעשה אזוי ווי ביי דעם שטאפל האב איך געהאלטן נאך בערג און הויפענעס, פון ביטער שווערע, הימל שרייענדע יסורים, און אזוי אויך האט עס ביי דעם שטאפל געהאט גאר שוואכע טשאנסן צו מצליח זיין, ווייל ער איז שוין נישט געווען אין מיין סביבה, און עס איז נישט געווען א נארמאלע סיבה צו טראכטן אז עפעס וועט נאך ווערן דא, האב איך נאך אסאך טראכטן אנערקענט אינעם ווייטאגליכן אמת.
איינמאל איך האב אנערקענט דעם מציאות, אז דא מוז מען אפהאקן און דא גייט קיינמאל נישט ווערן עפעס, דארף מען יעצט טרעפן א מהלך וויאזוי ארויסצוהאקן די גאנצע זאך פון קאפ. איז דער איד האט מיך געהייסן אראפשרייבן יעדע עפיזאד און געשעעניש וואס איך טו אונטערן איינפלוס פונעם קראש, אזוי האט מען די מציאות מער קלאר פאר די אויגן, און מען ווייסט וואו די לאך איז, און מען ווייסט אויף וואס צו ארבעטן.
אזוי האב איך טאקע געטוהן איך האב אנגעהויבן אראפצושרייבן יעדע נארישע מעשה וואס איז נאר געשעהן, און נאך א וואך האב איך געהאט א הויפן מעשיות. מיר האבן זיך אראפגעזעצט און פראבירט צו טרעפן א בערך'דיגע צד השוה צווישן די אלע מעשיות. נאכן איבערגיין אלע מעשיות האט ער מיר געזאגט אז ער זעהט די צד השוה פון די אלע מעשיות, אז איך פרוביר דא צו האבן א גאר שטארקע קאנטראל איבער אים, און וויסן אלעס וואס ער טוט און וואו ער גייט אלץ וכו'. איז געבליבן פאר מיר צו פשוט אויפגעבן קאנטראל און אים אויפהערן צו נאכקוקן אגאנצן טאג. איך האב אנגעהויבן צו ארבעטן דערויף און דער באשעפער האט געהאלפן, און מיר געגעבן כח, און אזוי ווי איך האב אים שוין נישט געהאט אין מיין סביבה, איז מיר עס נישט אנגעקומען אזוי שווער, און צוביסלעך האבן די געפילן אנגעהויבן צו נאכלאזן ביז.... ב"ה עס איז מער ווייניגער אוועקגעגאנגען.
מיין בליק אויף די גאנצע קאנצעפט פון א קראש, ביי דעם שטאפל איז געווען, אז מיר וועט עס לכאורה מער קיינמאל נישט באטרעפן, איך האב געזעהן אז פאר פינף יאר, האב איך געמיינט אז די זאך איז א גוטע זאך, און עס איז נישטא פארוואס עס זאל נישט קענען ארבעטן, האב איך געטראכט אז די סיבה פארוואס עס איז מיר אזוי שטארק באפאלן, איז ווייל איך האב געמיינט אז עס איז א זאך וואס קען בעצם ארבעטן, און ווען איך זאל ווען וויסן אז די גאנצע זאך איז א קראנקע זאך, און עס ליגט נישט דארט קיין שום גוטס, און עס איז נישטא א מהלך וויאזוי אזא זאך זאל קענען ארבעטן, וואלט מיר עס קיינמאל נישט באטראפן. און יעצט אזוי ווי איך האב שוין אנערקענט די מציאות אז אזא זאך עקזיסטירט נישט, וועט עס מער קיינמאל נישט געשעהן צו מיר.
אזויפיל יסורים, און שווערע געפילן, קומען און גייען, פון צייט צו צייט פילט עס אויך גוט, עפעס א מין פאר'כישופ'טע געפיל.
איך זיץ אינדערזייט און קוק צו, צו וואס עס קומט פאר אין מיר.
אויב האב זיך נאר אמאל איינגערעדט אז איך בין בעה"ב אויף מיר, קומט די שטעכעדיגע און ווייטאגליכע מציאות, און פאטשט מיר אין פנים נאכאמאל און נאכאמאל.
איך דערקען שוין די גאנצע סירקל, ביים ערשטן נאמען כמעט פון יעדע געפיל.
נאך א טאג פון פילן ווי איך בין געווען אינגאנצן משועבד, ווי א קנעכט, צו דעם ...... איך קום ארויס פון דארט מיט א צוקלאפטע און צוביילטע נפש.
איך וויל מיך אויפעסן לעבעדיגערהייט.
וואס אין די וועלט גייט פאר מיט דיר? דו ביסט א נארמאלע מענטש? דיין גאנצע טאג האסטו מקריב געווען פאר יענעם! און האסט אפילו איינמאל באקומען די גוטע געפיל וואס דו זוכסט?
און יענער באמערקט אפילו נישט אז איך האב אפגע'הרג'עט מיין גאנצע טאג צוליב אים. און אז יעצט טונק איך מיך אין ווייטאג.
דאס אליינס לייגט צו שיכטן זאלץ אויף די רויע וואונדן.
איך שעכט מיך אוועק פאר א צווייטן בחינם...
דא קום איך אריין מיט א פעסטע החלטה, גענוג איז גענוג! איינמאל פאר אלעמאל גייט מען טוהן די ריכטיגע שריט, און אפהאקן! יא! די ווארט אפהאקן פון וואס איך ציטער אזוי! די שרעקעדיגע ווארט וואס מאכט מיך שוויצן, און מאכט מיין הארץ באכענען!
איך זע שוין אז איך באקום נאר יסורים, דאסמאל בין איך פארטיג!
און מיט דעם לייג איך זיך אריין אין בעט...
...........
אויף צומארגנס שטיי איך אויף צו א ליכטיגערע טאג. מיין החלטה איז א פעסטע, און איך שפיר זיך זייער גוט מיט מיר.
איך פראביר צו פארשטיין וואס א קראש פרענד מיינט. קען מען האבן א קראש אויף א איד א בן תשעים?
לכאורה נישט. קראש אין קורצן: אהבה קיצונית און צוגעצויגענקייט צו א געשמאקע מענטש און מין פילט אז די גליק איז דארט ביי יענעם. לפעמים קען עס אנקומען צו נישט געזונטע חברותא’שאפט. און אויך צומאל צו שרעקליכע זאכן וואס פון דעם רעדט מען נישט דא. דו קענסט איינער וואס לויפט נאך א עלטערע איד? צו ווערן גוט מיט יענעם?... (כ’רעד נישט פון א רבי’ן)

רעדט מען דאך פון א שטיקל קרענק. פון די שרייבריי דא קען מען מיינען אז דאס איז א נארמאלע געזינטע געפיל און די קראש איז גאר שילדיג אין איז גורם אימזיסט צער.

האלט פאר דיינע אויגן אז עס איז אויגן פארבלענדעניש.
אויב האלטסטו אז עס איז עכטע אהבה און דו האסט שוין בענעפיטירט דערפון, האב הנאה געזונטערהייט, אבער האלט פאר די אויגן די מעגליכקייט אז דו גייסט זיך איין טאג שפירן א שטארקע דורכפאל.
האלט עס פריוואט און געב נישט קיינעם קיין צוטריט צו דיינע געפילן (אז זאלסט נישט זיין חוזק) חוץ פאר דיין משפיע אדער פערזענליכער חבר ואיש סוד וועם דו געטרויעסט מיט דיינע האקעלע און פריוואטע ענינים.