Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.
זאגסט טיפע זאכן, ולא הבנתי כל רמיזותיך,עמוקה מני ים האט געשריבן: ↑ זונטאג אקטאבער 20, 2024 3:32 pm
כפי הנראה לי כעת, איז אזוי, די נפש האלט אז אויב גייט ער האבן שייכות מיט יענעם גייט עס אים געבן עפעס א געוויסע טיפע מציאות, וואס אהבה בעצם האט אין זיך שטארקע טיפע געפילן, און וויבאלד זיין נפש האט געטראפן חן אויף יענעם האלט די נפש אז פון יענעם וועט ער עס באקומען,
וואס יעצט איז שוין מער מוסבר וואס איז די שייכות צווישן א הדר אין א שוועבענדע עילוי,
(ויש גם כן לומר כזה על סעלעב מצד אחד, אבל יש שם גם דין ביטול).
וואס איז חן? איך ווייס נישט.
איך ווייס נאר ווען ס'איז דא (די גר"א זאגט, מצא גייט מיט חן, חן איז א זאך וואס מ'טרעפט מ'ארבעט נישט פאר דעם).
וואס איז די הנאה פון א טיפע מציאות?
מ'דארף עס שפירן צו קענען וויסן, (בפשטות יש בתוכו עניין של ישות/אמת/מציאותי)
פארוואס איז דאס דא?
פונקט ווי די בורא כל עולמים האט אריינגעלייגט אין די נפש פון מענטשן א הנאה פון זיין:
אויסגעהאלטן,
משפיע זיין פאר אנדערע,
כבוד,
ארויס האבן א זאך,
זיין פארזיכערט/אנגעגלידערט/אנגענומען/מסודר ,
שולט זיין אויף אנדערע,
לעבן רואיג,
האט די בורא דאס אויך איינגעפלאנצט אין די נפש פון געוויסע מענטשן
כן נראה לי כעת.
הערות והארות יתקבלו ברצון.
דאס וואס דו זאגסט איז א געפיל וואס אסאך מיענטשן האבן, נישט יעדער, (אפשר נאר נומער 4), מיר זעט אויס אז דאס קומט פון א געוויסע אומזיכערקייטט אינעם נפש, דערפאר זוכט מען אזא "טיפע מציאות",
המבין יבין, קשה לבאר בכתב.