במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
קרעמניצער חסיד
שר האלפיים
תגובות: 2152
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 10, 2023 10:29 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמניצער חסיד »

בלא ניק האט געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2023 8:11 am
מסתמא האט געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2023 12:33 am
בניהו האט געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2023 12:24 am
מסתמא האט געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2023 12:23 am
בניהו האט געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2023 12:16 am

דיין אבסעסיע צו לייגן יעדע רוחניות׳דיגע נסיון into מענטל העלטה איז שוין געפארן צו ווייט… ר׳ רפאל ז״ל איז געווען א נשמה גבוה, א טייערע גרויסע איד, מיט אבנארמאלע כוחות, עליות און ירידות. בכלל נישט קיין קוריאזער. און פאר סיבה האט די חזו״א וואס האט נישט ליב געהאט עפעס אנדערש אויסער השי״ת און זיין תורה אזוי געגאנגען אין לעבן אז רפאל זאל בלייבן ערליך. די חזו״א האט געזעהן זאכן וואס דו און איך זעען נישט.
קוק אן, איר זענט ערלויבט צו האלטן אז סאיז אן אבסעסיע און אז כבין געגאנגען צו ווייט.. אבער כמעג אויכעט מחולק זיין. לענ”ד נאכן ליינען זיין ביאגראפיע דעטאלירט בינעך געקומען צו מיין מסקנה, סאיז טאקע נישט מער ווי מיין מיינונג.
איך האב אויך שטארק דורכגעטוהן זיין לעבן.

ביי דיר עקזעסטירט אזא זאך ווי א מלחמה צווישן צד הקדושה און פארקערט?
יא, אבער בדרך כלל מלובש אין פשוטע גשמיותדיגע לבושים. ואסביר, מקען ליידן אויף מוד דיסארדער און זיין א גאנצער קדוש אדער א גאנצער ט**. מענטל אישוס דעצידירט לגמרי נישט ערליכקייט.
לדוגמא אין די נושא פון ש”ץ ימ”ש, זעהט מען דער ציצית נובל צבי עס אראפלייגן ווי א מענטל נערוון סיטשועישאן בשעת וואס ר’ יעקב עמדין לייגט דאס אראפ ווי א קליפה., נו איז עס א מחלוקה? לענ”ד ניין. חוץ ש”צנס ביי-פאולער האט ער בפועל אויסגעדריקט מיט זיך די שטן אליינס, ער איז געווען ווי א מרכבה פאר די טומאה. ווען ער זאל ווען זיין ערליך וואלט ער נישט אפגעפירט כלל ישראל. מעגליך ער וואלט סתם געהאט גייסטישע יסורים.. מעגליך אז זיינע גייסטישע יסורים וואלטן אים מזכך געווען צו ווערן משיח (ווי גדולים וואס האבן געהאלטן אז עפעס א נקודה אמיתית האט ער געהאט אין זיך וואס ער האט אנגעוואוירן). אזוי צו אזוי, לענ”ד א מלחמה מיטן צד הטומאה איז זעלטן א נאקעטע מלחמה בלי לבוש, און מיטן אדרעסירן די לבוש (אין אונזער פאל גייסטישע פראבלעמען) און צוריקשטעלן די מענטש אויף די גלייכע רעלסן גייסטיש קען מען אנהייבן לערנען מיט יענעם יראת שמים און מוסר.

דאס איז מיין ארימע פארשטאנד אין די נושא לע”ע.
הונדרעט פראצענט!. איך האב שוין לאנג געהאט אזא צד אז די אלע משיחי שקר וכדו’, רב קוק וכדו’, האבן פשוט געהאט ביי פאולער אישוס.
(אויב בין איך נישט גערעכט אזי בטלה דעתי)
כ’מיין מ’זאגט עס בעיקר אויף משיח פארשפרייטערס.. אבער רב קוק איז געווען בדעה צלולה ס’נאר געווען א אנדערע מעשה ואכמ”ל
בלוט בלבול האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:46 am
א לאכעדיגע קאצקע צוקער, א טאנצנדיגע ציין בראש, א טויטע שוך בענדל, א פארלוירענע קאכלעפל, א פארשימלטע רויט לייט, א צעבראכענע פראש, א פארקריפלטע קאווע, און א צעביסענע מילך קעסטל.
אוועטאר
בלא ניק
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 26, 2023 2:42 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא ניק »

קרעמניצער חסיד האט געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2023 11:31 am
בלא ניק האט געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2023 8:11 am
מסתמא האט געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2023 12:33 am
בניהו האט געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2023 12:24 am
מסתמא האט געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2023 12:23 am

קוק אן, איר זענט ערלויבט צו האלטן אז סאיז אן אבסעסיע און אז כבין געגאנגען צו ווייט.. אבער כמעג אויכעט מחולק זיין. לענ”ד נאכן ליינען זיין ביאגראפיע דעטאלירט בינעך געקומען צו מיין מסקנה, סאיז טאקע נישט מער ווי מיין מיינונג.
איך האב אויך שטארק דורכגעטוהן זיין לעבן.

ביי דיר עקזעסטירט אזא זאך ווי א מלחמה צווישן צד הקדושה און פארקערט?
יא, אבער בדרך כלל מלובש אין פשוטע גשמיותדיגע לבושים. ואסביר, מקען ליידן אויף מוד דיסארדער און זיין א גאנצער קדוש אדער א גאנצער ט**. מענטל אישוס דעצידירט לגמרי נישט ערליכקייט.
לדוגמא אין די נושא פון ש”ץ ימ”ש, זעהט מען דער ציצית נובל צבי עס אראפלייגן ווי א מענטל נערוון סיטשועישאן בשעת וואס ר’ יעקב עמדין לייגט דאס אראפ ווי א קליפה., נו איז עס א מחלוקה? לענ”ד ניין. חוץ ש”צנס ביי-פאולער האט ער בפועל אויסגעדריקט מיט זיך די שטן אליינס, ער איז געווען ווי א מרכבה פאר די טומאה. ווען ער זאל ווען זיין ערליך וואלט ער נישט אפגעפירט כלל ישראל. מעגליך ער וואלט סתם געהאט גייסטישע יסורים.. מעגליך אז זיינע גייסטישע יסורים וואלטן אים מזכך געווען צו ווערן משיח (ווי גדולים וואס האבן געהאלטן אז עפעס א נקודה אמיתית האט ער געהאט אין זיך וואס ער האט אנגעוואוירן). אזוי צו אזוי, לענ”ד א מלחמה מיטן צד הטומאה איז זעלטן א נאקעטע מלחמה בלי לבוש, און מיטן אדרעסירן די לבוש (אין אונזער פאל גייסטישע פראבלעמען) און צוריקשטעלן די מענטש אויף די גלייכע רעלסן גייסטיש קען מען אנהייבן לערנען מיט יענעם יראת שמים און מוסר.

דאס איז מיין ארימע פארשטאנד אין די נושא לע”ע.
הונדרעט פראצענט!. איך האב שוין לאנג געהאט אזא צד אז די אלע משיחי שקר וכדו’, רב קוק וכדו’, האבן פשוט געהאט ביי פאולער אישוס.
(אויב בין איך נישט גערעכט אזי בטלה דעתי)
כ’מיין מ’זאגט עס בעיקר אויף משיח פארשפרייטערס.. אבער רב קוק איז געווען בדעה צלולה ס’נאר געווען א אנדערע מעשה ואכמ”ל
זיי מסביר.
מפורסם
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 11:36 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפורסם »

בלא ניק האט געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2023 2:16 pm
קרעמניצער חסיד האט געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2023 11:31 am
בלא ניק האט געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2023 8:11 am
מסתמא האט געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2023 12:33 am
בניהו האט געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2023 12:24 am

איך האב אויך שטארק דורכגעטוהן זיין לעבן.

ביי דיר עקזעסטירט אזא זאך ווי א מלחמה צווישן צד הקדושה און פארקערט?
יא, אבער בדרך כלל מלובש אין פשוטע גשמיותדיגע לבושים. ואסביר, מקען ליידן אויף מוד דיסארדער און זיין א גאנצער קדוש אדער א גאנצער ט**. מענטל אישוס דעצידירט לגמרי נישט ערליכקייט.
לדוגמא אין די נושא פון ש”ץ ימ”ש, זעהט מען דער ציצית נובל צבי עס אראפלייגן ווי א מענטל נערוון סיטשועישאן בשעת וואס ר’ יעקב עמדין לייגט דאס אראפ ווי א קליפה., נו איז עס א מחלוקה? לענ”ד ניין. חוץ ש”צנס ביי-פאולער האט ער בפועל אויסגעדריקט מיט זיך די שטן אליינס, ער איז געווען ווי א מרכבה פאר די טומאה. ווען ער זאל ווען זיין ערליך וואלט ער נישט אפגעפירט כלל ישראל. מעגליך ער וואלט סתם געהאט גייסטישע יסורים.. מעגליך אז זיינע גייסטישע יסורים וואלטן אים מזכך געווען צו ווערן משיח (ווי גדולים וואס האבן געהאלטן אז עפעס א נקודה אמיתית האט ער געהאט אין זיך וואס ער האט אנגעוואוירן). אזוי צו אזוי, לענ”ד א מלחמה מיטן צד הטומאה איז זעלטן א נאקעטע מלחמה בלי לבוש, און מיטן אדרעסירן די לבוש (אין אונזער פאל גייסטישע פראבלעמען) און צוריקשטעלן די מענטש אויף די גלייכע רעלסן גייסטיש קען מען אנהייבן לערנען מיט יענעם יראת שמים און מוסר.

דאס איז מיין ארימע פארשטאנד אין די נושא לע”ע.
הונדרעט פראצענט!. איך האב שוין לאנג געהאט אזא צד אז די אלע משיחי שקר וכדו’, רב קוק וכדו’, האבן פשוט געהאט ביי פאולער אישוס.
(אויב בין איך נישט גערעכט אזי בטלה דעתי)
כ’מיין מ’זאגט עס בעיקר אויף משיח פארשפרייטערס.. אבער רב קוק איז געווען בדעה צלולה ס’נאר געווען א אנדערע מעשה ואכמ”ל
זיי מסביר.
זיי ביטע נישט מסביר אין דעם אשכול
חוץ וואס דער נושא איז זייער האקל

איז דאס נישט דער מדובר, און א שאד צו ברענגען א פארשליסונג צו דעם אשכול פאר די צייט
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5540
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 11:03 am
Zeltzer האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 3:18 pm
בלא ניק האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 3:08 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 1:10 pm
איך האב פונקט געטראפן א מורא'דיגע לשון פון חזון איש אין א בריוו, און איך האב זיך דערמאנט פון דעם אשכול...

פארשטייט זיך ס'איז למעלה מהשגתינו.
עשיר אני גם באהבת זולתי, וביחוד לצעיר מזוין בכשרונות, ולב מבין.
צעיר השוקד על התורה, מלבב אותי וצודד את נפשי, וזכרונו ממלא את כל עולמי, ונפשי קשורה בו בעבותות אהבה בל ינתקו
אינטרעסאנט. ווי שרייבט ער עס?
קובץ אגרות חזון איש א'
Screenshot 2023-07-05 151457.jpg
Wow.. לכאורה איז עס איינס פון די בריוון צו ר’ רפאל האלפערין, א קוריאזער איד וועלכער איז אלץ בחור אדורך שווערעקייטן, היינט וואלט מען עס גערופן מוד דיסארדער, ער האט געהאט תקופות פון הפלגה’דיגע התמדה און תקופות פון פארלאשענקייט.. לימים איז ער ארויס פון ישיבה לגמרי און דאן געווארן א פראפעסיאנאלער אטלעט באקסער, ער האט ציבראכן ציגל מיט די בלויזע הענט און זאגאר אריין אין א קעידזש פון לייבן.. דאן איז ער געווארן א ריזן נגיד ווען ער האט געגרינדעט א גלעזער סטאר נעץ.. סוכ”ס איז ער געווען א ריזיגער ת”ח און ארויסגעגעבן פולע אינטערעסאנטע ספרים, זיין פאטער איז געוועזן גאר נאנט צום חזון איש און דער חזון איש האט גענומען דעם בחורס דורכגאנג געפערליך צום הארצן, מקען זאגן אבער אז וזה עמדה לו ווען ער איז סוכ”ס געווען אן ערליכער איד און אויפגעשטעלט א שיינע דור, א נדבן און א ת”ח. א ריזן טייל פון די איגרות חזון איש איז געוואנדן צו אים אלץ בחור, כמעט זיכער אז דער בריוו איז צו אים.
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?f=19&t=6010
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
שבתוך הסתרה
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 23, 2023 6:13 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתוך הסתרה »

מיין ווייב קומט אריין אין באנגעלוי ווייס די וואנט, שאקעלט זיך פאר שרעק, קען קוים קומען צום ווארט.

״די פרוי מרת. גרין, געדענקסט כ׳האב דיר געזאגט אז זי קומט לעצטענס נישט ארויס פון באנגעלוי? זי זיצט עלנד אליין אינעוויניג און אונז פרויען האמיר זיך אלע געווינדערט וואס גייט פאר.״

-יא נו, וואס איז יעצט געשען?

״יא, מרת. שווארץ האט מיר יעצט אלעס פארציילט, זי האט געכאפט א שמועס מיט מרת. גרין און די סיבה זי קומט נישט ארויס איז וועגן זי זאגט אז איך בין שוין נישט איר בעסט פרענד, איך בין לעצטענס א סנאב…״

-א רגע, און פארדעם זיצט זי גאנץ זוממער אין באנגעלוי?

״יא אזוי ווי דו הערסט״

-דו רודף׳סט איר?

״נע בכלל נישט, איך בין גוט מיט איר די זעלבע ווי מיט יעדעם איינעם.

דו האלטסט זי גייט מיר נישט מוחל זיין? איך גיי ברענען אין גיהנום? איך גיי מגולגל ווערן??״

————

דא זעה איך ליידער פאר מיינע אויגן א קורש ונקרש מעשה לייוו, (די מעשה האט נאך חלקים, כ׳האב נישט קיין כח אלעס צו שרייבן אבער איך האב מברר געווען קלאר אז דא איז א קורש ונקרש מעשה) דא זעה איך עס אבער פון די נקרש זייט, די צומישטקייט פון נישט האבן קיין מושג וואס גייט פאר.

אין די זעלבע צייט טראכטס נעבעך פונעם קורש׳ס זייט, מ׳רעדט דא א פרוי פון איבער די דרייסיג מיט א שיינע פאר גרויסע קינדער און זי זיצט אינדערהיים ווייל איינער איז נישט איר בעסט פרענד!!!

אוי רבונו דעלמא כולה
הער צו מיין תפילה

האב שוין רחמנות
אויף אלע וואס ליידן אויף קרשנות

זיי האלטן עס נישט אויס
ווייז שוין די וועג ארויס
דער קעניג
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 06, 2023 2:47 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קעניג »

שבתוך הסתרה האט געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2023 11:15 pm
לכבוד מיין טייערע חבר יצחק,

די בושות איז עד אין לשער, נישטא די טינט צו באשרייבן די בזיונות אבער איך קען מער נישט בלייבן שטיל… יצחק!!!! (נאמען נישט געטוישט), איך האלט עס מער נישט אויס!!!! איך קען שוין נישט אזוי, איך פייגער פאר דיר!!!! איך מוז דיר האבן!!!! כאטש איך האב צו דיר נאך קיינמאל נישט גערעדט, נאכנישט פארטוישט קיין איין ווארט, און איך וועל לכאורה צו דיר קיינמאל נישט רעדן, דאך גיי איך אויס פאר דיר!!!!

איין מינוט, דאס איז נישט די ערשטע מאל, א רגע, וואס גייט דא פאר?? איך פלי!!! וואו אהין??? איך פלי צוריק לאנגגגגעעע יארן, איך פלי און פלי אט אט גיי איך לאנדען, און…. טראךךךך!!!! געלאנדעט!!! וואו בין איך דא??? אה איך בין דא אין קעמפ, איך בין א כתה ח׳ יונגעל.

א רגע ווער וואקט דא אריבער? אה, זיי זענען שמעי און אברמי (נעמען נישט געטוישט), ווער קען זיי דען נישט, די צווילינג פון קעמפ, יעדער קען זיי, די צווילינג וואס זעען אויס ווי צוויי טראפן וואסער, אויף יעדע פלעי זענען זיי די מעין עקטערס, ביי יעדע עקטיוויטי פארנעמען זיי דעם אויבן אן, יעדער גייט קרעיזי פאר זיי, נו וואס האט עס מיט מיר? גארנישט ספעציעל. אוודאי נישט. ביז…

ביז דעם איינעם טאג וואס האט זיך פונקט געמאכט אז איך בין געזעצן מיט אפאר חברים און פארברענגט און די צוויי האבן זיך צוגעזעצט, די שמועס האט זיך געצויגן ביז פלוצלונג האט יעדער זיך אויפגעשטעלט און גענומען לויפן!! וואס איז? וואו לויפט מען אזוי? פשוט, מ׳הייבט שוין אן די נעקסטע סצענע.

נו, גיימיר אויך לויפן, אבער איין רגע, די צוויי חברה גייען נישט, ס׳פאסט זיי נישט צו גיין קוקן די כתה ז׳ פלעי, פאר סאם ריזן איז מיר סאך מער אינטערסאנט צו שמועסען מיט זיי ווי צו גיין צום שפיל, האב איך ווייטער פארברענגט מיט זיי צוויי פאר א שיינע שטיק צייט. (ביז היינט בין איך נייגעריג וויאזוי די פלעי האט זיך למעשה געענדיגט און אויב האט מען טאקע געכאפט די באנדיטען וואס האבן געמאכט א ווידערשטאנד…)

נאך יענעם שמועס האב איך שוין קיינמאל מיט זיי קיין שמועס נישט געהאט. אבער כ׳האב אייביג געפפפפפפייייייגערטצו רעדן מיט זיי,ייייושששש, כ'שטארב צו רעדן צו זיי!! כ׳בין געווען גאנץ יונג, נישט געוואוסט פונקטליך וואס איך פיל אבער כ׳האב געפילט א שטארקע בענקשאפט צו זיי, א שטארקע תשוקה. (ניין, נישט ח״ו קיין שלעכטע זאכן..)

אפילו נאך קעמפ איז דאס אנגעגאנגען. אזוי ווייט כ׳האב אויפגעזוכט זייער נומבער אין די בוק, זיי געקולט, און ווען זייער מאמע האט אויפגעהויבן האב איך גלייך אראפגעהאקט… הערט זיך קינדעריש? נו וואס ווילסטע פון א קינד.

גענומען א שיינע פאר חדשים ביז ענדליך ענדליך זיי זענען ארויס פון מיין קאפ, ניין נישט ממש ארויס, זיי האבן זיך גערוקט אין א זייט… (פליז זאג נישט פאר קיינעם, כ'וואלט נאך יעצט געוואלט רעדן מיט זיי, ששששש)

און אזוי פלי איך ווייטער און איך טראסקע דא אריין אין… ישיבה! וועלכע שיעור בין איך? הא? שיעור ב׳! אקעי נא פראבלעם. כ׳בין גרייט!

שוטה דו, וואס גרייט ווען גרייט, דו האסט אן אנונג וואס ווארט אויף דיר?? ווי יענע בר מצוה בחור׳ל וואס שנייד אויף די חלה ביי זיין בר מצוה מיט א שמייכל פון אויער צו אויער אן וויסן וואס ווארט אים אפ אין די בחורישע יארן…

יאפ, יענע איינעם טאג ווען כ׳האב באמערקט מושי (נאמען געטוישט, סארי), איז ער היינט אנגעקומען אין ישיבה? נע! ער איז שוין דא איבער א יאר, איך האב אים נאר יעצט באמערקט, ער איז דאך די בעסטע בחור אין ישיבה, יעדער האט אים ליעב, צו זיין זיין חברותא איז א גאנצע זכי׳.

יא ער גייט זיין מיין נייע קרבן, מיין ״בעסט פרענד״ ער מוז זיין, איך פייגער פאר אים. און דא האב איך אנגעהויבן כאפן אז דער מצב איז גארנישט אזוי פשוט, כ׳האב מיר ארויפגעזעצט אויף א רוילי קויסטער און מ׳קען נישט אראפ טאנצען אינמיטן, ענדזוי יאר טריפ!!

כ׳האב מיר באקענט מיט א נייע מישוג, ״יסורי הנפש״ יסורים וואס מ׳קען נישט באשרייבן. מסביר צו זיין די געפילן איז נישט מעגליך, אזוי ווי איינער זאל מיט ווערטער מסביר זיין די געפיל פון זיין הוימסיק אין קעמפ, אדער די געפיל פון זיין דיפרעסט (די עכטע, נישט די בחורישע…) אדער עני אנדערע עמוישענעל פילינג, ווער ס׳האט שוין טועם געווען דערפון ווייסט גאנץ גוט וואס דאס איז, און ווער נישט איז נישט מעגליך מסביר צו זיין.

וואס דא פאסירט איז, אז מ׳כאפט א מורא׳דיגע תשוקה פאר א צווייטע בשר ודגים, א מוראדיגע כביכול׳דיגע אהבה, אבער נישט סתם אהבה, א גאר נייע מין פארשטאנד אין אהבה, אין וויסטן דמיון קען מען זיך אזא אהבה נישט חלום׳ן אבער וויפל מ׳באקומט ווער מען נאר מער הונגעריג.

ווען מ׳איז אין יענעמס געגענט קען מען נישט עקטען זיך, מ׳ווערט פלוצלונג אן אנדערע מין, מ׳גייט אריין אין אן עקטען מויד, איך ברויך יעצט מאכן א שפיל פארנט פון מיין קרבן, איך ברויך זיך געפעלן פאר אים, נאכדעם ווען מ׳רעדט מיט יענעם איז מען אזוי ווי אויף הויעכע דראגס, שיכור ווי לוט, גן עדן התחתון איז נישט דאס ווארט.

אבער אבער (בניגון איכה) ווען מ׳איז נישט אין זיין געגענט אוי אוי, שפייט מען בלוט, די הארץ קייכט ווי א קליין בעיבי פשוטו כמשמעו. מ׳האט א געפיל פון א טיפע טיפע טיפע בענקשאפט צו דעי אויפגעבלאזענע איינגערעטע באבעל פרענד, די הארץ קלעמט!! כ׳קען נישט גענוג ארויסברענגען די יסורים פשוט און גראד ״יסורים של אהבה״

ווען מ׳הערט סיי וועלכע מוזיק טרעפט מען זיך אוטאמאטיקעלי טראכטן פון יענעם מיט קרעיזי געגועים, כנראה ווערן די געפילן צושפילט ווען מ׳הערט מוזיק און דאס צינד אן די שווערע העווי בענקשאפטן און געגועים.

ווען מושי בעט מיר א טובה טו איך עס מיט די גאנצע הארץ, ס׳קען נישט זיין עפעס מער פון טון א טובה פאר מיין קרבן, אבער אויך דארף איך וואטשען אז דער זאל נישט כאפן אז איך פאל פאר אים.

יעדע רגע פון טאג זיצט ער אין הארץ רענט-פריי, 24/7 אן קיין ברעיק, איך טראכט פון אים, כ׳וויל נאר אים, כ׳האב לאנגע שמועסען מיט אים אין מיין פענטאנזיע.

כ׳דמיון אלע מיני קריעטיוו וועגן וויאזוי איך קען ווערן גוט מיט אים, און בלייבן מיט אים גוט לעולם ועד. אלע מיני פארוקטע פאנטאזיעס וואס טראכט זיך אוטומאטיש אלעס אבי איך בין דער העלד און מיין קרבן איז מיר אייביג דאנקבאר און וויל זיין גוט מיט מיר אויף ״״אייביג״״ פארן אים ראטעווען פון זיין שווערע מצב. (כ'גיי נישט אריינגיין אין די דיטעילס פון די פענטאזיעס, נישט אז ס'איז עפעס ערגער פון די גאנצע זאך וואס איך שרייב דא נאר ווייל ס'קען זיין אז די ליינער וועלן פשוט נישט קענען רילעיטען צו עס, ס'זייער ווייט פון שכל, ס'איז אבער אמת, כ'האב געליינט דערוועגן דא און דארט אלע רעדן זיי דערוועגן)

נאך איך רעדט מיט אים הייבט זיך אן א גאנצע איבערקערעניש אין מיר, וואס האלט ער פון מיר? וואס האט ער געמיינט צו זאגן ווען ער האט געזאגט דעס? וואס האט ער געמיינט מיט יענץ? עני גוטע שטיקעל (נמשל אויב האט ער בטעות אריינגעווארפן אן אומשולדיגע קאמפלימענט) ווערט עס איבערגעחזרט אין קאפ נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל.

האלטסט ער איז אויך אזוי קראנק פאר מיר? כ׳ווייס נישט, ער האט פריער אזוי געקוקט אויף מיר, מעגליך ער האט די זעלבע פראבלעם נאר ער שעמט זיך אויך…. אפשר בין איך זיין בן גילו? כ׳ווייס נישט,
כ׳מיין אז איך בין פונקט ווי אים, כ׳בין טאקע ממש ווי אים, אונז זעמיר משוגע סימילער, איך בין אים ער איז מיך.

דאס איז עס, ער האט מיר נישט געגריסט גוט מארגן, ער האט מיר נישט ליעב, זיי געזונט איך בין פארטיג מיט אים, ער האט מיך פיינט איך האב אים אויך פיינט, ביייי, איך דארף אים נישט, אה נאך א מזל, איך האב אים סייווי קיינמאל נישט געדארפט. א שעה שפעטער ער קומט צו צו מיר און ער פרעגט מיר עפעס , אה א רגע ער איז יא גוט מיט מיר, איך בין דעמאלטס אויך גוט מיט אים יא אוודאי בין איך גוט מיט אים, כ׳מיין ער פייגערט אפילו פאר מיר, ער שעמט זיך מיר צו באגריסן גוט מארגן… כ׳ווייס נישט, איך פייגער פאר אים, דאס איז אמאל זיכער…

אבער ערגער פון אלעם איז דער פאקט אז געווענדליך געשענט עס אין ישיבה, ס׳נישט דא קיין וועג ארויס, איך טרעף דאך אים יעדן ליבער טאג, כ׳זיץ מיט אים אין ישיבה, פון 7 צופרי ביז 10 ביינאכט. געוואלד אין בין אין א טרעעפ!!! ר-א-ט-ע-וו-ע-ט!!!!

איין מעלה וואס איך מוז זאגן ס׳האט געהאט איז אז מושי איז דוקא געווען א גאר שטארקע לערנער, און במילא זיך געפעלן פאר אים איז געווען נאר דורך לערנען סוי נמשל א בין הזמנים האב איך שוין געהאלטן נאכן דאווענען 7:30 כדי צו זיין אין בעסמעדריש איבער א גמרא 8:00 ווען מושי גייט דאווענען, אזוי כאטש העט ער זען אז איך בין שוין ביים גמרא נאך פאר אים… מיין טאטע טרעפט אמאל דעם ראש ישיבה זאגט ער אים, איך בין באמת נתפעל, מיין זון איז שוין אויף 6:00 יעדן איינציגען טאג בין הזמנים, דאס איז נאר צו באדאנקען די ראש ישיבה…. קאמענטארן זענען איבעריג.

פון די אנדערע זייט,הייבט זיך אן א נייע פראבלעם, קיינער טאר נישט באמערקן, איך שעם מיך!!! ס'דאך שרעליכע בושות, וואס קען זיין גרעסערע בושות פון דעם? כ'בין אזוי דערנידערט. דא ווער איך צוריסן אין צוויי, פון איין זייט, וויל איך אים נאכלויפן פון די אנדערע זייט מוז איך עס באהאלטן אז קיינער זאל קיינמאל נישט וויסן דערוועגן (כ'גלייב ניטאמאל אז איך שרייב יעצט א גאנצע געשרייבעכץ דא, ס'דאך א סוד!!!)

ווען איך רעד מיט מענטשען וועל איך אסאך מאל פרובירן אז די שמועס זאל אנקומען צו מיין קרבן, כ׳וויל רעדן פון אים, איך פיל גוט פשוט צו רעדן וועגן אים און ווען איינער גיבט זיך נאך א רוף אן, וואס רעדטסטו אזוי סאך פון מושי, ביסט אבסעסט מיט אים? יייוווושששש די בושות. ״ס׳גרויסע בושות״ פלעגט מיכאל זאגן.

אזוי אויך טאר ער אליינס נישט כאפן וואס דא גייט פאר, ער וועט דאך גלייך כאפן וואספארא נעבעך איך בין און ער וועט מיר ח״ו ח״ו אפלאזן, זאל ער מיינען איך דארף אים נישט האבן בכלל זאל ער פייגערן פאר מיר, ממילא גיי איך דוקא אים נישט אריבערוואקן יעצט אבער נאר אזוי בטעות פערצופאל וואק איך אים יא אריבער פשוט ווייל איך זוך עפעס…

סתם א זייטיגע זאך, א קרבן איז נאר גוט איינער וואס די רילעשענשיפ איז עומד בספק, אויב יענער ווארפט דיר אפ פלאצט די באבל גלייך, אזוי אויך אויב ווייסטע פאר א פאקט אז יענער איז זייער נאנט מיט דיר קענסטע אויך נישט זיין קראנק פאר יענעם און וועגן דעם הערט מען נישט איינער זאל זיין קראנק פאר זיין אייגענע טאטע…

דער מנהל זאל מיר זיין געזונט, אן איינגערעדטע פיסכעלאג, האט אנגעהויבן כאפן וואס דא גייט פאר אבער אנשטאט מיר אריינרופן אין אפיס און באגיסן מיט חיזוק, מיר דערציילען וואס מיט מיר גייט פאר און מחזק זיין זיך נישט צו דערשרעקן, האט גאר אנגעהויבן טון די פארקערטע. ברוב טפשותו האר ער מיך אנגעהויבן באשולדיגן, ״זאג נאר, דו האסט ליעב דיין חבר אדער דיר אליין??״ קען זיין ער האט געמיינט אז דא גייט עפעס אנדערש פאר, גייט מיר נישט אן.

ער זאגט מיר ״האק אפ, אנטלויף!!״ אבער איך פארשטיי נישט פארוואס, וואס גייט פאר? איך דארף יענעם, איך מוז יענעם האבן, אפהאקן? וואס? פארוואס? וויאזוי?? מנהל טייערע איך וועל דאס ליידער נישט קענען פארגעסן. איך האלט אז דו ביסט פשוט נישט געאייגענט צו זיין א מנהל אין א ישיבה, איים סארי באט א מנהל וואס פארשטייט נישט צו בחורים איז קיין מנהל, נישט קיין חילוק וויפל ער קען לערנען (און כ״ש ווען לערנען קען ער אויך נישט.)

ביזן חתונה האט מיר מושי באגלייט, יא, גאר אסאך פיינפולע זמנים געהאט, נישט דא גענוג פאפיר צו באשרייבן יעדן איינציגן דיטעיל דורך אויס די פאר יאר אבער מ׳רעדט פון פולע פולע יארן פון פיין, 24/7 בלי הפסק, יעדע שבת, יעדע יו״ט אלעס אלעס אלעס. (רעדט מיר נישט איין דו פארשטייסט וואס ״אייביג״ מיינט, אייביג מיינט אפילו ווען איך שטיי אין די ליין פאר ערב פסח מצות, אפילו ווען איך הענג די שטערנס אין די סוכה, אפילו ווען איך פאל כורעים יוה״ק און אפילו ווען איך טינק חלה אין טאמעיטא דיפ, אייביג!!!) קיין רגע נישט ארויס פון הארץ. וויפל כ׳האב פרובירט אויסצולעשן די פייער איז נאך אלטס געוועזן א בחינה פון מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה…

א רגע איך ברויך יעצט מאכן א מאמעמט אף סיילענס פאר אזא מיטגעמאכטע נפש. אוי נפש׳ל נפש׳ל כ׳האב נישט קיין אנונג וויאזוי דו האסט עס דורכגעמאכט. כ׳וויין פאר דיר. כ'קוק דיר באמת ארויף.

פיינעלינאכן חתונה האט די בובל ענדליך ענדליך געקראכט! איך בין נאך געבליבען מיט מוישי א גאר נאנטע חבר עד היום, (אנדערש ווי איך האב געליינט אז געווענדליך אזעלכע חברים האבן נישט קיין שייכות נאך די באבל פלאצט) באמת א גוטע חבר אבער קראנק בין איך שוין נישט, פלעין א נערמאלע פרענד.

פלי מיר ווייטער א צען יאר…

איינמאל זיץ איך און כ׳שמועס מיט מוישי און ס'פאלט מיר איין א געדאנק, איך גיי דערציילען פאר מוישי די גאנצע מעשה, כ׳מיין ס׳שוין געקומען די צייט, וכך הוי, כ׳האב אים דערציילט, מושי האט עס נישט געוואלט געהעריג אננעמען, וואס הייסט מיר זענען געווען פאלטשע חברים? נע דו רעדטסט שטותים, ער האט עס נישט געקענט געהעריג עסן, עניוועי אהער און אהין, מיר האבן ביידע געלאכט פון די אלטע מאדנע מעשה, איי בחורישע יארן, און שוין….

ליידער ליידער, נישט מער ווי א וואך שפעטער,

פונקטליך א וואך שפעטער, פורים ביי מיין רייכע פעטער אין שטוב, אנגע׳שיכור׳ט ביזן עד דלא ידע ועד בכלל פלוצלונג וואקט דארט אריין איינער וואס איך קען, יא איך האב אין שוין אמאל געזען, ס׳איז אמאל ארומגעפארן בילדער און קליפס פון אים, ער איז א שטיקעל פאפולערע פיגור, פון ערגעץ קען ער זיך מיט מיין פעטער. כ׳לויף צום טישל ווי אלע וויינען זענען, איך גיס אן פון די בעסטע וויין און איך לויף צו צו יענעם און כ׳לייג עס פארנט פון אים, ער פרעגט,

כ׳האב אוועק גענומען דיין פלאץ?
איך: ניין ח״ו דעי טרינק איז פאר דיר
דער יעניגער: נ ע נעם צוריק דיין פלאץ
איך: ניין איך זיץ נישט דא, איך זיץ דארט, דאס איז פאר דיר
דער יעניגער: אה נייס, שכוח!

דאס איז עס, איך בין שוין זיין פרענד, אפאר שעה שפעטער האב איך געכאפט מיט אים א לעעעננגגגעעערע טיפערע שמועס, אריין טיעף און שושן פורים אריין, כ׳האב שטארק הנאה געהאט מיר האבן צוזאמען געוויינט און געלאכט אבער כ׳האב גארנישט צוגעלייגט עפעס עקסטער קאפ אז ס׳קומט א סופרייז…

די נעקסטע אינדערפרי איך טרעף מיינע חברים אין ביהמ״ד געשמועסט און געלאכט פון די שיכורת וואס איז פארגעקומען יעדער מיט זיין מעשה און פלוצלונג האב איך אנגעהויבן פילן א שטארקע קרעיוו, א תשוקה נאכאמאל צו רעדן מיטן יעניגען. ס׳האט מיר גענומען צוויי טאג ביז כ'האב געכאפט אז יא, ליידער, דער בחור איז צוריק, איך פייגער פאר… שלומי!!! (נאמען נישט געטוישט)

אוי רבונא דעלמא, כ׳האב דאך 5 קינדער בליעה״ר, אן איינגעדרייטע קנאבל בארד, א גרויסע ביזנעס מיט צענדליגע ארבעטער, איך?? איך גיי שוין ווייטער קרעיזי פאר מענטשען? איך בין ניטאמאל שלומי׳ס טייפ, וואס איז מיט מיר?? כ׳האב געמיינט דעי צייטן זענען שוין אויווער!!

און אזוי גייט אריבער איין טאג און נאך א טאג, מיין הארץ וויינט צו מיר, פליז פליז איך דארף שלומי, ביז ס׳מיר איינגעפאלן אן איידיע. ער האט דאך מיר געזאגט וואס ער טוט פאר פרנסה, נו לאמיר זעהן וואו ער ארבעט, אה דארטן, נו נישט קיין פראבלעם מארגן גיימיר אריבער פארן דארט, אפשר וועט ער ׳פונקט׳ דארט זיין, איי גוגל טענה׳ט אז ס׳גייט צולייגן נאך 20 מינוט צום וועג, אבער נאך אלטס…. כ׳מוז!

מה עשה הקב״ה כ׳פאר אריבער דעם ערשטען מאל און…. גיב א קוק ווער ס׳דא, דער איז דא!!!!!!! את שאהבה נפשי מצאתי!!! כ׳האב אליין נישט געגלייבט אויב דאס איז אמת אדער א פשוטע זיסע חלום, דער ערשטע מאל און ס׳מיר שוין געלונגען! שלומי האט זיך זייער געפרייט צו מיר, שלומי בטבע איז זייער אזא מין, וועם ער טרעפט מאכט ער א גאנצע ברוך הבא, פרייט זיך צו יעדעם ווי זיין בעסט פרענד נו קענט איר זיך פארשטעלן וויאזוי די צוזאמטרעף האט אויסגעקוקט.

א געשמאקע שמועס געהאט מים אים׳ן, כ׳האב עקספיריענסט עולם הבא אליין, אבער פון די אנדערע זייט געמאסטן און געוואויגן יעדעס ווארט וואס דער האט נאר ארויס געזאגט פון מויל, גייט ער פאר מיר צו נישט, די שמועס האט זיך געענדיגט, איך פלי אוועק פון דארט מיט גרויס שמחה, איך בין הויעך!!! אלעס איז גוט!! די וועלט איז אזוי געשמאק!!

אבער נישט צו לאנג שפעטער, די געגועים מאשין האט זיך צוריק אנגעצינדען…. ספליסט געגועים!!! נו וואס די פראבלעם? פאר מארגן אריבער נאכאמאל, יא אבער דער וועט דאך כאפן, נו פאר נישט דארט, אבער איך מוז, נו פאר אריבער און מאך דיך וואו דו קוקסט נישט ארויס נאר מיט די זייט פון דיין אויג קוק אויב ער איז דארט אזוי זאל זיין כאילו דו קערסט נישט איבער אים נאר אזוי פערצאפאל בטעות ״אה דו ביסט דא, וואס טוט זיך״.

וואס זאל איך זאגן, פון דעמאלטס האב איך אים שוין קיינמאל נישט געטראפן דארט, דו ווייסט ווי וואספארא שוטה מ׳פילט זיך נאך אזא פלאפ? ביסט משוגע, דו לויפסט נאך מענטשען, וועגן דעם פארסטו אזא לאנגע אומוועג?? ניטאמאל איז דיר עס געלונגען דו שששוטה!!

(פיסכעלאגיש גערעדט איז די עמוישענס דער וואס פארדרייט א קאפ מיט אלע פילינגס, ס'נעמט איבער די מוח, די נערמאלע שכל, אבער ווען ס׳גייט ראנג געבן זיך די עמוישענס אונטער, די באבל פלאצט און פלוצלונג וועקט זיך די מוח אויף און נעמט צוריק איבער און ער זעט וואספארא חורבן די הארץ האט אנגעארבעט ווען די ער איז נישט דא געווען און דער מוח איז דער וואס הייבט אן שרייען הויעך אויפן קול, דו משוגענער הער אויף דרייען א קאפ!!! באלד העמיר רעדן מער איבער די פיסכעלאגישע זייט פונעם קרענק)

נישט געזארגט כ׳האב געטראפן נייע פלעצער ווי צו פערצופאל אריינבאמפען אין שלומי אן דעם וואס שלומי זאל כאפן אז איך בין נישט אזוי פונקט פערצופאל דא, בקיצור, לאמיר נישט אריינגיין אין אלע דיטעילס דער שלומי וועט נאך כאפן אז כ׳רעדט פון אים און ער וועט כאפן פארוואס איך בין פונקט דארט געווען דעמאלטס… פיינעלי פיינעלי נאך אפאר חדשים האב איך זיך געשטארקט און צוביסלעך דיסקאנעקטעט.

(דוינט געט מי ראנג שלומי, כ׳פריי מיך נאך אלטס יעדע מאל איך זעה דיר, ביסט באמת א געשמאקע יונגערמאן און יעדער וויל זיך דרייען נעבען פרייליכע פאזיטיווע מענטשען, אבער קראנק קען איך נישט און וויל איך נישט זיין, און איך בין טאקע שוין נישט, עכ״פ רובא דרובא פון די צייט…)

איין נאכט,מ'האלט שוין נאך א לאנגע טאג ארבעט, מיין אינגעל קומט אהיים און זאגט מיר ״טאטי קוק די אינוויטעישען, דו ווייסט ווער דאס איז? א אינגעל פון מיין קלאס׳ס ברודער גייט חתונה האבן…״

ס׳מיר גוט, ״מזל טוב, בשעה טובה ומצלחת, ניין איך האב נישט קיין אנונג ווער זיי זענען, סארי שעפעלע.״
״טאטי קוק אין די בוק וואס דו קוקסט אייביג נעמען…״
״האהא! דו ביסט גוט, אקעי ברענג אהער די בוק״

אקעי איך זעה שוין, ס׳דעי משפחה, אקעי ער איז אן איידעם ביי אים אקעי, א רגע זיי האבן א זוהן יצחק, איין מינוט, ער?? כ׳קען אים! דער פאפולער פיגור, דער וואס פירט די קיפקעס דא אין די מנינים סענטער… כ׳האב מיך אייביג געוואונדערט ווער ער איז, אה יעצט כאפ איך שוין, הייסט ער הייסט יצחק, אה אהא. כ׳הער.

נעקסטע צופרי, כ׳ווארט אזוי מיט איינע פון מיינע קינדער ביי די באס, כ׳זעה ווי איינער קוקט מיר אזוי אן, ווער איז ער? אה ער איז דאך יצחק, כ׳ווייס דאך שוין זיין נאמען, וואס האט ער אזוי געקוקט? כ׳ווייס נישט, אפשר שעמט ער זיך פון מיר, אפשר וויל ער רעדן צו מיר, אפשר וויל איך רעדן צו אים, כ׳ווייס נישט, עפעס הייבט זיך שוין נאכאמאל אן.

יצחק!! כ׳האב פאר דיר פרייליכע נייעס!! דו ביסט מיין נייע קרבן!! איך שטארב פאר דיר!!! כ׳האב נאך קיינמאל נישט גערעדט צו דיר יצחק אבער איך מוז!! נו וואס טוט מען? איך האב נישט קיין פראבלעם צו צוגיין רעדן צו מענטשען אבער צו אים גיי איך פאר קיין געלט נישט רעדן.

איינס, ער איז שוין מיין שכן א פאר יאר, וואס איז יעצט געשען? ער וועט גלייך כאפן עספעציעל ווען כ׳גיי רויט ווערן, אוודאי גיי איך רויט ווערן, ער איז דאך מיין קרבן!! און נאכדעם וועט שוין זיין גאנצע קליקע וויסן און איך וועל האבן בושות און און און. צוויי, אפשר וועט ער מיר אזאנס אפווארפן און דאס איז נאך ערגער פון אלעמען. דריי, באלד ווען מיין מוח וועט געווינען די פייט וועל איך אזוי חרטה האבן פארן זיך צו נער מאכן און נאכגיין מיין נארישע פילינגס ווי א בלינדע קאטשקע.

דאס שוין א חידוש, אנדערש ווי ביז יעצט ווי איך בין גאר גוט געווען מיטן קרבן איז דא רעדט מען פון איינעם וואס איך האב נאך קיינמאל נישט גערעדט און כ׳פייגער צו רעדן צו אים. אינגאנצען אן אנדערע טשעלענדז, יעדע מאל איך זעה דיר יצחק וויל איך דיר עפעס זאגן, אבער איך קען נישט, מיר זעען זיך כמעט טעגליך, מיר קוקן זיך אן און מיר וואקן ווייטער….

ס׳מיר איינגעפאלן א בליץ…. לינקדין!!! דאס איז א סוישעל מידיע פלאטפארמע פאר ביזנעסער, דו ביסט דאך א גאנצע קנאקער דארט, איך וועל דארט גוט ווערן מיט דיר, און כאטש אין עכטע לעבן קען איך נישט ווערן דיין חבר וועל איך כאטש זיין דיין חבר דארט….

אומר ושותה, געעפענט אן אקאונט מיט א פאלטשע נאמען, נישט לאנג האט גענומען און יצחק שיקט מיר א ״קאנעקט ריקוועסט״ און יא מיר זענען אפישעלי ״קאנעקטעט״, דארט קען איך זעהן אלעס ארום זיין לעבן אלע זיינע סברות כרסיות און משוגאסן, ווען מ׳איז אין די קראנקע מצב וויל מען זייער וויסן יעדע איינצעלהייט פונעם קרבן, נו וואס קען זיין בעסער פון לינקדין.

דאס האט פארשטייט זיך נישט געמאכט בעסער די מצב ווייל ווי שוין מסביר געווען פריער ווי מער מ׳באקומט אלס מער דארף מען פון עס. במילא שטעלט אייך פאר איך האב פריער פארברענגט מיט אים אויף לינקדין און יעצט וואק איך אים אריבער אויפן גאס, (איינמאל וואק איך אים אריבער איך זעה ער האלטן אינמיטן שרייבן א לינקדין מעסעדז, מסתם געשיקט צו מיר…) די הארץ האט סאך מער געשריגען און סאך מער געוויינט….

יעדעס מאל איך וואק ארויס פון הויז, די ערשטע זאך וועל איך א קוק טאן צו זיין הויז, אפשר קומט יעצט יצחק ארויס…. פונקט דארף איך דאווענען מנחה יעדן טאג 8:00 ווייל דעמאלטס גייט יצחק ארויס פון שטוב און פונקט גיי איך צו מעריב 10:00 ווייל דעמאלטס קומט יצחק אהיים…. אויב איז 10:00 און איך זעה אים נישט וועל איך פערצופאל וואקן גאר שטייט צו מעריב, אפשר דאך וועל איך אים נאך זען יעצט… כ׳קען יצחק׳ס סדר היום אויסעווייניג, איך זאג אייך צו די עף בי איי וואלט מיר געהייערט ווען זיי ווייסן ווען ווי געלונגען איך בין צו לאקערן נאך מענטשען.

יצחק, יעדע מאל איך זעה דיר און איך בין שוין גרייט צו גיין דו דיר און דיר עפעס זאגן אבער איך שאקל מיר הענט און פוס, האלוי איך בין עלטער פון דיר און ברייטער פון דיר אבער ס׳שאקעלט יעדע אבר, ווייל דו ביסט מיין קרבן!!

א פרייטאג צונאכטס, א פיינעם וויין אויף קידוש און א גלעזעלע ברוינפן נאך די פיש און די אלקאהאל צושפילט די געפילן, איך זינג אזוי זמירות, איך פלי אין די ליפטן פרוק ית ענך מפום אריותא און דא זאג איך פאר מיין ווייב לאמיר גיין אביסעל שפאצירן אין די גאסן, נו אדרבא זי האט ליב צו וואקן אבער זייט ווען האסטו ליב צו וואקן וואונדערט זי זיך.

שפאציר מיר אזוי שיין, זי האט הנאה זי וואקט יעצט מיט איר מאן אבער איר מאן איז מקיים אין זיין הארץ דעם הלוך ילך ובכוא מיט איין כוונה אסובבה בעיר וכו׳ אבקשה את שאהבה נפשי אפשר וועל איך פונקט אריינבאמפען אין מיין קרבן אויפן גאס, אבער יעדעס מאל ענדיגט זיך עס ליידער ליידער מיט א בקשתיו ולא מצאתיו…. זאל איך מסביר זיין די ווייטאג נאך אזא שפאציר? נע בעסער נישט, נישטא א ווארט אין די דיקשינערי. א טויבער קען הערן די געוויין פון די הארץ.

(גראדע וואקענדיג אויפן גאס האב איך געזען די ׳שומרים׳ הסובבים בעיר כ׳האב זיי גארנישט געפרעגט ווייל מרדכי בן דוד האט שוין געווארענט פון פאראויס אז זיי גייען לאכן פון מיר…)

וועסטו דאך אוודאי מיינען מ'רעדט דא פון עפעס א מאדנעם אינגערמאן, א לא יצלח א נעבעכיל, ניין זאג איך דיר, מ׳רעדט גראדע פון איינער וואס קוקט אויס גאנץ צאמגענומען, א בעלבתישע יונגערמאן מיט א שיינע פאר חברים, א ביזנעס וואס די חברה זענען ערענסט מקנא (זיי קענען נישט די ביכער, בין איך שולדיג??) און קיינער קיינער ווייסט נישט פון גארנישט און אויפן דרויסן קען מען גארנישט דערקענען. אויב יצחק וואלט דאס געליינט און נאכדעם ווערט ער געוואויר ווער איך בין וואלט ער גע׳חלש׳ט אויפן פלאץ… און יא דער זעלבער אינגערמאן גייט דורך די אלע גיהנום שטיל, קיינער קיינער ווייסט נישט דערפון.

צו וועם זאל איך רעדן דערוועגן? זאל איך זאגן פאר מיין ווייב הער נאר, איך פייגער פאר עפעס א אינגערמאן? זי וועט בשום אופן נישט קענען דעיס פארשטיין, זי וועט אדער רופן הצלה אדער זיין פארקלעמט אז צו איר האב איך נישט קיין געדולד נאר צו עפעס א רענדאם מענטש פון די גאס, גיי זיי מסביר אז דאס איז עפעס א מין מענטעל חורבן און נישט אן אמת׳ע חברותאשאפט.

נו, וואס האב איך ענק צו זאגן, איך בעט ענק נאר איין זאך און ספעציעל דו יצחק, וויין מיט מיט מיר, וויין ביז דו ביסט טרוקן פון טרערן, און זינג מיט מיר, “שחולת אהבה אני, שחולת אהבה אאאאננני”, כאטש ווייס איך אז איך וויין נישט אליין!!

———————————

מורי ורבותי, פארוואס שרייב איך דא די אלע שורות, ניין נישט ווייל איך וויל יעצט הערן אלע מיני עצות, טעראפיסטן און פילן, איך קום שוין פון דארט, לאטז מיך אלע אפ!! (וכי תופס הייתי וכו?) איך וועל באלד צוקומען צו די חלק פון טעראפיסטן,

נאר וואס דען? איך שרייב עס פאר דיר בחור׳ל, אוי בחור׳ל!! מי יתן ראשי מים וכו׳ ואבכה יומם ולילה אויף די אלע יסורים וואס דו גייסט יעצט אדורך, און ווער רעדט נאך פון די בזיונות וואס קומט נאך מיט מיט דעם, איך פארשטיי דיך אזזזזוווייי גוט.

אין ישיבה ווערט דאס גערופן קראש, אבער אין די וועלט מיינט קראש נישט דאס, דאס הייסט בעצם לימערענס. איך קוק זיך אזוי ארום אויף אייוועלט און ס׳דאכט זיך מיר אז דאס איז נאך קיינמאל נישט באשריבן געווארן (כ׳האף איך וועל נישט באלד געוואויר ווערן פארוואס) די איינציגסטע שמועס וועגן קראש אויף אייוועלט וועל איך נאר טרעפן קענדי קראש….

אזוי אויך פלעג איך אמאל הערן קול מבשר, פון די פאר וואס כ׳פלעג הערן איז געווען גוט געפרעגט דורך דעם חכם מחוכם ר' פינחס גלויבער און עטליכע מאל האבן מענטשען געפרעגט וועגן דעם אבער ר׳ פינחס איז קיינמאל נישט אריין צו טיעף (פשוט ווייל ס׳נישט מעגליך אויסצושמועסן אזא לאנגע ענין דארט) אונז האמיר א כלל אז פאר יעדע איין געפרעגטע זענען דא טויזענט ויש אומרים 500 וואס ווילן פרעגן. און כנראה ווערט די נושא נישט אויסגעשמועסט געהעריג אין ערגעץ.

איך אליין קען כאטש 3 חברים וואס האבן געהאט די זעלבע פראבלעם אין ישיבה. מושי מיין קרבן האט געהאט כאטש נאך איין נאכלויפער, אוי אינגאנצען פארגעסן צו רעדן פון דעם, דאס האט נאך געמאכט די גאנצע זאך מער קאמפליקעיטעט, כ'האב געהאט א קאנקארענץ, ס'געווען א פייט ווער ס'קען זיין מושי'ס בעסט פרענד, און ניין מושי האט נישט געכאפט, ער איז מער אזא גראדע טייפ ער לייגט נישט צו קאפ צו די זאכען. יענקעלע (פאלטשע נאמען פארשטייט זיך) כ'האף העסט מיר מוחל זיין אבער אסאך מאל האב איך געדארפט טון זאכן צו מאכן זיכער אז איך געווין די מלחמה… יא יא די זעלבע וואס דו האסט געטון… (ליינער אויב שפירסטו יעצט נורסערי ווייבס ווער נישט דערשראקן ס'נאר נאטורליך דאס צו שפירן יעצט)

א קלאס עלטער מיר איז אויך געווען איינער וואס ס׳געווען פובליק נייעס אז ער ליידט פון דעם אין גרויסן, ואכמ״ל

אין ישיבה ביי די 18 האט זיך מיר א טייערע בחור׳ל אויסגערעדט אז לעצטענס האט ער א פראבלעם אז וכו׳ וכו׳ און כאטש איך בין דעמאלטס געווען אין די זעלבע מצב איז מיר נישט מעגליך געווען צו פארשטיין יענעם ווייל יעדער האט זיך זיין זאך וואס כאפט אים און דיין קרבן וועט נישט זיין יענעמס קרבן, ממילא האב איך נישט געקענט רעלעיטען צו יענעם בכלל.

אבער עכ״פ איז קלאר אז אסאך ליידן פון דעם, אויב איך אליין ווייס פון נאך דריי, וויפל פלעגן עס באהאלטן ווי מיר? וויפל נאך בחורים וואס איך הייב נישט אן צו קענען ליידן דערפון יערליך? זיכער א שיינע פראצענט.

די אמת איז אז די איינציגסטע עכטע ענטפער איז גענצליך אפהאקן אבער דאס איז אזעלכע יסורים וואס ס'איז כמעט נישט מעגליך צו טון, אפהאקן איז יסורי איוב אבער טאקע נאר אזוי האב איך מצליח געווען זיך ארויסצודרייען פונעם קרענק אבער אויב מ'איז מיט יענעם אין ישיבה איז א ריזיגן פראבלעם ווייל טוישן ישיבות וועגן דעם איז נישט קיין עצה ווייל דארט אין די נייע ישיבה וועט מען בפשטות טרעפן א נייע קרבן… און וועגן דעם איז מיר מושי געווען די שווערסטע פרשה און ער איז די איינציגסטע וואס כ׳קען ניטאמאל שרייבן זיין עכטע נאמען, געהעריג טרוימע (און יצחק אויך אביסעל ווייל ער איז מיין שכן, אקעי קינדערלעך אונז גיימיר מופן, ווייל אויב נישט וויל טאטי זיין יצחק'ס פרענד…) הגם די מנהל האט מיר געזאגט "אפהאקן" דאך האט ער זיך בכלל נישט מסביר געווען, סתם אבי געשאסן, און בכלל, זאגן האק אפ פון דיין "קרבן" איז ווי צו זאגן פאר א שטימער האלוי! רעד! כ'קען נישט!!!!

ממילא אויב האסטו א בחור וואס ליידט פון דעם (בפשטות ווייסטו ניטאמאל, מיין טאטע וועט לכאורה קיינמאל נישט וויסן פון דעם, הגם ער איז א קלוגע מענטש און איך רעדט זיך אסאך אדורך מיט אים וואלט איך דאס קיינמאל נישט דיסקוסירט אנלעס כ׳שפיר אז כ׳קען נישט ווייטער אנגיין אין לעבן אזוי), גיב אים חיזוק קלער אים אויף וואס דאס איז, דאס אליינס וועט אים גאר אסאך העלפן. אוי, ווען איינער איז מיר ווען מסביר אלס בחור וואס גייט פאר מיט מיר אוי וואלט דאס אנדערש געוועזן, כ'האב ממש נאר לעצטענס אויסגעפונען אז דאס איז עפעס אן מענטל\עמוישענעל פראבלעם וואס נאך מענטשען האבן, ס'וואלט גאר אסאך גרינגער געמאכט.

(נאך אן עצה האב איך געהערט צו מאכן עטוואס גרינגער די מצב, בחורים פירן זיך צו הערן אסאך מוזיק, מוזיק קען האבן א סייד איפעקט אויפצושקאלן די מודס ווי שוין דערמאנט אויבן, שטיין ווייט פון מוזיק איז א גוטע איידיע)

אויך איז זייער וויכטיג פאר בחורים צו וויסן (בחורים דרייען זיך דא?) נישט צו מבזה זיין אזא איינעם. ס׳זייער זייער א סענסעטיווע נושא וואס מ'טאר נישט בארירן, אייביג טראכט איך פארוואס ווען איינער ווערט געשעדיגט פיזיש פון א קאר עקסידענט ר"ל האט יעדער רחמנות און מ'וויינט אבער ווען מ'זעהט איינער וואס האט געהאט א גייסטישע עקסידענט גאר לאכט מען, כ'פארשטיי באמת נישט די חילוק. שוב מצאתי דא

וועגן גיין צו א טעראפיסט:

יוש כ'האב נישט קיין כח, תשש כוחי, ווי הייב איך דא אן, העמיר עס מאכן אין קורצן, איך בין שוין געזעצן ביי א טעראפיסט, אסאך חדשים וועגן אן אנדערע ענין (אויב דער עולם וועט הנאה פון דעם תגובה'לע וועל איך פרובירן שרייבן נאך איינס וועגן דעם אנדערן ענין. אוי ואבוי אויב מיינט איר אז דער געשיכטע דא איז טונקעל וואס העט איר זאגן אויף יענע געשיכטע) אויב טעראפיסטס זענען גוט אדער נישט דאכט זיך זענען שוין דא אנדערע אשכולות, ליידער איז מיין עקספיריענס נישט געווען אזא גוטער, זיך ב"ה פיין פארהיילט אבער איך בין נישט זיכער אז דאס איז געשען וועגן טעראפי, טעראפיסטס זענען ווי מארקעטינג קאמפעניס, ס'קאסט אסאך, און ס'נישט קלאר אויב ס'האט אויפגעטון (הייב יעצט נישט אן אז מארקעטינג קען מען יא טרעקן איך ווייס אז אסאך מאל קען מען אבער מער מאל נישט) די זעלביגע מיט מיר יעצט ווייל כ'האב שוין בעצם געהאט די פראבלעם און ס'איז אוועק אליינס, ווען ס'צוריקגעקומען בין איך געגאנגען פאר העלפ צו פרובירן פטור ווערן אינגאנצן אז ס'זאל שוין נישט צוריקקומען אבער דאס איז נישט געשען. כ'האב נישט געוואלט ארויפגיין אויף די אייביגע טרעין וואס מאכט א סטאפ ביי יעדע טעראפיסט פאר א יאר צוויי… כ'בין ענדערש אראפגעטאנצען און כ'האף צו האבן א פולע רפואה בעזרת השם.

און דער אמת איז אז ס'דארף ווען זיין א פלאץ ווי מ'קען שרייבן ריוויוס אויף היימישע טעראפיסטן, ס'דאך ממש נישט דא קיין וועג צו וויסן ווער ס'גוט און ווער נישט, ביי אונז איז דאך א גאנצע סוד דער ענין פון טעראפי נו קען מען נישט פרעגן קיינעם.

למעשה זעענדיג אז איך קום נישט אן אין ערגעץ מיטן ערשטען פראבלעם בין איך געגאנגען צום צווייטן פראבלעם פון וואס מ'האמיר גערעדט דא א גאנצע צייט, איך בין געקומען צו א שטיקל מסקנא הגם ס'מעגליך אז ס'הייבט זיך נישט אן, אדרבא זאל די חכמים דא אריינקומען מיט זייער חכמה.

ווי איך פארשטיי איז עס א מין עדיקשאן, ס׳האט אפאר סטעפס.

1) מ׳ווערט פאר׳כישופ׳ט אין איינעם, פארוואס דאס געשענט פארשטיי איך נאכנישט, ביי מיר איז עס אייביג געווען איינער א פאפולער מענטש, ווי איך דערמאן א גאנצע צייט אבער יעדער כאפט עפעס אנדערש

2) אוטומאטיקעלי וויל מען רעדן מיט יענעם ווייל דאס ברענגט עפעס א גוטע פילינג פון העי איך בין גוט מיט דעם פארכישופטע זאך

3) נאכדעם איינמאל מ׳שפירט דעם (פאלשן איינגערעטן אויפגעבלאזענעם) הויעכקייט וויל מען עס נאכאמאל און נאכאמאל און ווי מער מ׳האט עס אלטס מער וויל מען עס, ממש ווי אלע אנדערע אדיקשאנס. די חילוק איז נאר אז פאר א גלעזעלע ברוינפן פילסטע נישט אן אינערליכע טיפע אהבה משא״כ דעי משוגאס קומט מיט אזא פארשטעלטע אהבה בין אדם לחבירו און מ׳מיינט באמת אז דאס איז בלויזע ליבשאפט. (נמשל ווען ביזנעס האט פראבלעמס פליט מען צום לימערענס פונקט ווי דער וואס לויפט צו סטעטוס וויצן און האפט צו פארגעסן פון די וועלט פאר דריי מינוט און זעען אבסאלוט שטותים אבי נישט די דאגות)

כאטש ס׳מיר נישט אזוי פשוט, ס׳מיר זייער שווער צו גלייבן אז אלס כיתה ח׳ יונגעל האב איך געליטן פון אן עדיקשאן, פשוט נישט מסתבר, אבער אזוי. אפשר נאך א יאר טעראפי וואלט מיר דאס מסביר געווען…

און ווי שוין דערמאנט אויבן ברעכט אויס א פייט צווישן מוח און לב, מוח וויל נישט וויסן פון גארנישט אבער לב פארפירט, ער וויל דעיס און ער וויל יענץ. און דאס ערגסטע איז ווען די געפילן גייען אין די זייט און די מוח נעמט איבער פאר אפאר שעה, "אים לויפסטע נאך? מיט אים פייגערסטע צו זיין גוט? פון אים האסטע געטראכט אזוי סאך שעות רצופות?? ננעעעבעעעעךךךך" דעי מחשבה איז לכאורה נאך סאך מער ווייטאגליך פון די גאנצע קרענק.

און לכאורה דאס איז פשט פון מוח שליט על הלב, דער מוח דארף קענען איבערקומען אלעס וואס דער לב פארדרייט אים א קאפ. און וועגן דעם ווען איר ליינט קענט איר עס אנקוקען גאר פאני פשוט ווייל מיט מוח\שכל שטימט נישט די גאנצע זאך אבער אז מ׳קוקט אריין מיט לב\הארץ\געפיל קען מען עס פארשטיין, אבער וואס זאל מען טון אז מיט שכל צו טראכטן ווערט מען געשאנקען אבער פארשטיין געפילן אן עס אליין עקספעריענסן ע״פ רוב קען מען נישט.

די גאנצע דרשה איז בעצם געזאגט געווארן אויף יעדע פראבלעם וואס איינער האט, און אויב האט מיר טעראפי עפעס געלערענט, איז עס דאס, דער ענין פון אל תדין חבירך, נישט ווייל מ׳דארף האבן גוטע מידות, אריין ארבעטען מיט אלע כוחות צו פארגיטוגען יענעם, נע!! פשט איז אז ס׳פשוט נישט מעגליךצו פארשטיין א צווייטן, ווייל דו קוקסט מיט שכל אבער דו הייבסט נישט אן צו פארשטיין דעם געפיל וואס איז דא דארט. ווען מ׳קוקט מיט דעם בליק און מ'פארשטייט עס באמת איז ע״פ רוב ועמך כולם צדיקים און תמו חטאים ולא חוטאים.

און בכלל איז וויכטיג צו געדענקען און מ'דארף האלט אין איין חזר'ן, דו ווייסט קיינמאל נישט וואס א צווייטער מאכט מיט, דיין חבר דרייט זיך און פרייט זיך, יעדער איז אים מקנא און דערווייל מאכט ער מיט א באהאלטענע ציפעדיגע גיהינום.

למעשה פשוט צו ענדיגן די מעשה, כ'האב געזען אז מיטן טעראפיסט וועל איך דא אויך נישט אנקומען האב איך אויך געסטאפט אינמיטן און געקומען צום החלטה אז כ׳וועל אליין דיעלען מיט די פראבלעם.

איך קוק מיר אזוי אן, אראפגעסווייפט א צען אלפים, אינוועסטעט שעות אריכות און גארנישט, וואס זאל איך אייך זאגן, כ׳האב שוין שלום געמאכט מיט די מצב, ס׳דא מענטשען וואס קומען אראפ מיט א שווערע נפש אויפן וועלט און ס׳נישט פשוט, ס׳דא גאר אסאך שטרויכלינגען אויף די וועגן און די הילף איז נישט ממש דא.

למעשה אלס אן עלטערע ערוואקסענע קען איך סאך גרינגער דילען מיט עס און ס׳גייט אריבער גאנץ שנעל, לאמיר נישט פארגעסן אז איך בין נישט אין ישיבה, כ׳האב א משפחה, א ביזנעס, ס׳נישט מעגליך צו זיצן אין די וויטאג אזוי לאנג, ס׳גייט אריבער נאך א שטיקעל צייט, די גאנצע געשיכטע וואס כ׳שרייב וועגן שלומי און יצחק האבן נישט געלעסט צו לאנג. ס׳האט זיך פארלאשן נאך אפאר חדשים, דא דארט צופייערט זיך עס, אבער דאס איז עס.

איך לייג נישט אראפ אן הנחה אז טעראפי איז נישט גוט אדער מיין טעראפיסט איז נישט גוט, כ׳זאג אזוי סאך אז פאר מיר האט עס ליידער נישט געארבעט ווי געפלאנט. און איך מוז אויך זאגן אז איין זאך האט מיר זייער געשטערט איז די ליצנות פון טעראפיסטן וואס כ'האב געהערט אלע יארן במילא ווען איך האב געדארפט אנהייבן ארבעטן אויף זאכן האב איך ממש געהערט ווי דער לץ רעדט ארויס פונעם טעראפיסטס מויל ממש ווי דער חכם זאגט שוין און כמובן איז זייער שווער צו ארבעטן מיט א פאציענט וואס גלייבט נישט אין זיין טעראפיסט

און יעצט טייערע ליינער, אויב האסטו געהאט אזא סימילער מעשה אדער דו ווייסט מער איבערן נושא לאז דיך הערן, ס'וועט זיין א טרייסט פאר מיר און פאר אלע געליטענע אז זיי זענען נישט אליין.
לעצט פארראכטן דורך דער קעניג אום זונטאג יולי 23, 2023 8:34 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
וועלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 22, 2022 3:17 pm
לאקאציע:אינעם טאפ

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלוועלע »

WOW WOW
מורא'דיגע מעשה..
מ'לעבט נאר פאר הונדערט אין צוואנציג יאר!
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

מעיין געווען אין ספר כד הקמח און זיך אנגעטראפן אין א לעבעדיגע שילדערונג... ממש קאפי פעיסט פון וואס עטליכע האבן שוין געשריבן דא...

איך וועל ציטירן אינאיינעם מיט דעם נמשל צו עבודת ה', אז די ציטירן זאל האבן אינהאלט חוץ אראפלייגן דעם קראש מיט אלע קליפערליך.

וזלש"ק
מדת האהבה גדולה אך מדת החשק גדולה ממנה כי האהבה הוא שאוהב את האהוב בכל פעולותיו בנגלה ובנסתר אבל לעתים תתעלם האהבה ממנו וישכח אותה כשהוא מתעסק באכילה ושתיה או בשינה אבל החשק היא דבקות המחשבה באהבה גדולה ועזה שאין מחשבת החושק נפרדת מן החשוק כלל, והעד ע"ז (בראשית ל״ד:ח׳) ותדבק נפשו בדינה ואמר (שם) שכם בני חשקה נפשו בבתכם פירוש על הדבקות שהזכיר כבר שהוא החשק כי אין החושק מחשב בדבר אחר כי אם בחשוק לבדו ואף כשיאכל וישתה לא יחשוב כי אם בו ולפעמים יתבטל ממנו חוש העינים ולא יתאוה למטעמותיו ולא יאכל כלל גם בשינה יראה החשוק בחלומו ויספר עמו,

וכדי להפליג במעלת החשק המשיל המלך דוד ע"ה חשקו את ה' יתעלה לחשק הצמא שהוא חשק גדול וחזק יותר מכל חשק גופני והוא שאמר (תהילים ס״ג:ב׳) צמאה לך נפשי כמה לך בשרי בארץ ציה ועיף בלי מים, המשיל צמא בנפשו בחשק הש"י לצמא הצמא למים והוא בארץ מדבר ואומר כמה לך בשרי על שם שכל הרגשותיו בטלות וכל שאר עניניו הוא שוכח איננו זוכר כי אם המים, ולכך הפליג בדבריו ואמר בארץ ציה כי הצמא והוא בארץ ציה הלא חשק הצמא כפול והפליג עוד באמרו ועיף כי אלו לא היה עיף לא יגדל חשקו כל כך. והפליג עוד באמרו בלי מים כלומר שאין לו עוד תקוה שיהיה לו מים שהרי בארץ ציה הוא ולכך חשק הצמא בו ירבה ויפרוץ. ומרוב הפלגת מעלת החשק על מעלת האהבה אמר הכתוב (תהילים צ״א:י״ד) כי בי חשק ואפלטהו וגו' לא אמר כי בי אהב אלא כי בי חשק ולמדך הכתוב כי היודע אמתת שמו ית' הוא החושק הזוכה לאורך ימים לחיי העוה"ב. ומבואר שאין עיקר כוונת הכתוב באורך ימים של העוה"ז כי החושק הוא האיש המסתלק מכל מחשבות גופניות איננו חושש לאריכות ימים של העוה"ז ואין כל מחשבותיו אלא בעניני העוה"ב: ע"כ.

עיין עוד שם ותמצא נחת
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
אוועטאר
בלא ניק
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 26, 2023 2:42 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא ניק »

דער מענעדזשער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 2:37 pm

און יא, דאס איז פשט פון נפשי ”חולת” אהבתיך.
אוועטאר
שבתוך הסתרה
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 23, 2023 6:13 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתוך הסתרה »

דער מענעדזשער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 2:37 pm
כי אין החושק מחשב בדבר אחר כי אם בחשוק לבדו ואף כשיאכל וישתה לא יחשוב כי אם בו ולפעמים יתבטל ממנו חוש העינים ולא יתאוה למטעמותיו ולא יאכל כלל גם בשינה יראה החשוק בחלומו ויספר עמו,
זייער שיין.
אינטערסאנט אנצומערקן דעם פסוק פון פארגאנגענע וואך לא מרבכם וכו׳ חשק השם בכם.
אוועטאר
שבתוך הסתרה
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 23, 2023 6:13 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתוך הסתרה »

פארשטייט זיך אבער אז דאס אלעס איז א משל צום קרענק. מ׳דארף מאכן חזרה פאר די וואס האבן נישט געליינט ביז אהער אז לימערענס איז נישט די נעקסטע שטאפל נאך אהבה, ס׳פשוט א קרענק.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14900
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

soda water האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 4:34 am
איל משולש האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 2:00 am
נאך א גלעזל האט געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2023 9:34 pm
דער מענעדזשער האט געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2023 5:18 pm
soda water האט געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2023 5:46 am
איך וויל דרוקן דער גאנצע אשכול אויפאמאל(אלע 30 בלעטער)

איך ווייס אז עס דא א וועג דאס צוטון

איך געב מיר נישט אן עצה,אפשר קען מיר איינער ארויסהעלפן?

ולמצוה גדולה יחשב
אונטן איז דא א בילד פון א צווענגל, קליק אויף יענע עראו וועט קומען די אפציע 'פרינט'
איז דעס די וועג אויף אלעס אויפאמאל?
ניין. נאר די בלאט.
דא ווערט אויסגעשמועסט וויאזוי צו דרוקן א גאנצע אשכול אויפאמאל.
אביסל קאמפליצירט, אבער נישט געפערליך.
מסודר ב'ה

יישר כח
איך האב געטראפן אלע פאפירן פון די אשכול ביים פרינטער אינעם קיאסק, האסט כאטש געצאלט?
אוועטאר
Rishi Sunak
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 24, 2022 1:28 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rishi Sunak »

מענטל העלט זשורנאל ״נפשי 74״ לחודש כסלו
אטעטשמענטס
נפשי 74 כסלו תשפ״ד.jpg
נפשי 74 כסלו תשפ״ד.jpg (320.82 KiB) געזען 2240 מאל
👍👍עס העלפט אייביג א לייק 👍👍
וועלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 22, 2022 3:17 pm
לאקאציע:אינעם טאפ

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלוועלע »

Rishi Sunak האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 7:55 pm
מענטל העלט זשורנאל ״נפשי 74״ לחודש כסלו
איינער קען אפשר ברענגן די ארטיקל?
ש'כח
מ'לעבט נאר פאר הונדערט אין צוואנציג יאר!
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2870
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

וועלוועלע האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 7:40 am
Rishi Sunak האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 7:55 pm
מענטל העלט זשורנאל ״נפשי 74״ לחודש כסלו
איינער קען אפשר ברענגן די ארטיקל?
ש'כח
איך גלייב נישט ס'איז אויסגעהאלטן.

ס'ליגט אין די געשעפטן.
askan1
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 2:31 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך askan1 »

וועלוועלע האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 7:40 am
Rishi Sunak האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 7:55 pm
מענטל העלט זשורנאל ״נפשי 74״ לחודש כסלו
איינער קען אפשר ברענגן די ארטיקל?
ש'כח
פאר בלויז $7.99 באקומסטו עס בחנם,

אין דיין לאקאלע גראסערי,
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7530
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

דעילי איד אדרעסירט לימערסנעס.
Screenshot 2023-12-21 205222.png
Screenshot 2023-12-21 205222.png (67.6 KiB) געזען 1690 מאל
הוגה דעות
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:09 am

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הוגה דעות »

מיין לימירענס האט זיך ווידער צושפילט

אפשר דא וועט עס בעסער ווערן
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

נעם א פעדער, מיט א פאפיר
אדער א באהאלטן ווינקל אין קאמפיוטער, שרייב אראפ אלע דיינע געפילן מיט א ברייטקייט מיט א זאפטיגע שפראך, קארג נישט קיין רייד און קיין אויסדרוקן, שרייב וואס דו האסט אויפן הארץ

האלט פאר דיינע אויגן אז עס איז אויגן פארבלענדעניש.

אויב האלטסטו אז עס איז עכטע אהבה און דו האסט שוין בענעפיטירט דערפון, האב הנאה געזונטערהייט, אבער האלט פאר די אויגן די מעגליכקייט אז דו גייסט זיך איין טאג שפירן א שטארקע דורכפאל.

האלט עס פריוואט און געב נישט קיינעם קיין צוטריט צו דיינע געפילן (אז זאלסט נישט זיין חוזק) חוץ פאר דיין משפיע אדער פערזענליכער חבר ואיש סוד וועם דו געטרויעסט מיט דיינע האקעלע און פריוואטע ענינים.

און בס"ד וועט עס דיר לייכטער מאכן.
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
יפונה
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 1:09 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יפונה »

(נאך אן עצה האב איך געהערט צו מאכן עטוואס גרינגער די מצב, בחורים פירן זיך צו הערן אסאך מוזיק, מוזיק קען האבן א סייד איפעקט אויפצושקאלן די מודס ווי שוין דערמאנט אויבן, שטיין ווייט פון מוזיק איז א גוטע איידיע)
מוראדיג שיין געשריבן מיר איז די מערסטע צוניץ געקומען די קליין נקודה אז מוזיק צושפילט די הארץ געפילן
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

א מחשבה וואס איז מיר אריין אין קאפ היינט ביי שמו"ע
און דו אלס קורש - אדער האפענטליך געוועזענער קורש, וועסט עס גאר גוט פארשטיין

ווען דו האסט געוויסט אז דיין נקרש גייט נעמען וואקאציע אויף א וואך, ער גייט נישט זיין דאהי, ער גייט אויף א נסיעה, דו קוקסט יעדן טאג ארויס אויף די גליקליכע מינוטן ווען דו גייסט אים טרעפן, אבער יעצט גייט ער זיין אוועק! 5 טעג גייסטו אים נישט האבן! דיין הארץ איז שוין אנגצויגן 5 וואכן בעפאר ווייל ער גייט זיין אוועק 5 טאג... ווי נאנטער עס ווערט אלס מער געשפאנט ווערסטו אז דו גייסט אים פארפאסן אויף ווילאנג? 5 טאג... עס קומט למעשה און דיינע אויגן דרייען זיך ווי אין חלל... הונגעריג נאכן נקרש אבער קענסט רעדן צום דופן... קוקסט ארויס אויף די מינוט וואס ער גייט צוריקקומען, און פלוצים זעהסטו אים אומגערישט פונדערווייטנס... עס איז נישטא קיין ווערטער אין די וועלט מסביר צו זיין די דעמאלסדיגע געפילן ...

ווער רעדט נאך אויב ווערסטו געוואר אז דיין נקרש גייט זיך נישט געפונען מיט דיר אין א צייט וואס דו האסט ארויסגעקוקט צו פארברענגען אינאיינעם, צב"ש יענער איז א קרוב אויף א חתונה און האסט ארויסגעקוקט צו טאנצן מיט אים אויף די חתונה, דו מאכסט בר מצוה און דיין נקרש פארט דעמאלס אויף א נסיעה, חול המועד פסח האסטו ארויסגעקוקט צו פארברענגען מיט אים אין די לאנגע נאכמיטאגס, און ער פארט מעבר לים צו זיינע עלטערן, די השתוקקות, כמו הארצוויי, לעכצעניש, איז אויף אן אבנארמאלן פארנעם...

טייטש עס איבער אויף ירושלים... אונז זעמיר אוועק פון אונזער הויז! די שכינה הקדושה - וואס האט אונז ליב נאך אסאך שטארקער פון דעם גרעסטן קורש ונקרש - איז אוועק! הקב"ה וואס האט מיך ליב נאך אסאך שטארקער פון דעם שטערקסטן אוהב וידיד נפש, אונז זענען ווייט פון אים! ער איז נישט אינדערהיים! ער איז נישט מיט אונז!, די ימים טובים אין בית המקדש... מען האט נהנה געווען מזיו השכינה! די אהבה און דביקות אינעם בוכ"ע איז געווען אויף א פארנעם וואס קיין ווערטער קענען נישט באשרייבן! חבוקה ודבוקה בך! התגלות השכינה וואס ווייזט ארויס אהבה וחיבה פאר זיינע לעכטיגע קינדערליך זרע אברהם יצחק ויעקב! דאס האבן אונז נישט! ער איז נישט מיט אונז! ער גייט אבער איין טאג אהיים קומען! אונז גיימער נאך האבן די גליקליכע צייטן! אבער יעצט איז ער נישט דאהי...

דו קורש נעם דיינע קרישות געפילן און נוץ עס אין דעם ריכטיגן ארט... האב מער אינזין ביי ולירושלים, שפיל אויף דיינע געפילן ביי ברכת רצה, ביי ובנה ירושלים, יום טוב ביי מוסף, שבת ביי מוסף, נעם ארויס אט די געפילן און פרוביר צו מעורר זיין דיין צפית לישועה...

(דער משפיע וואלט יעצט גערופן @משה דוד פרענקל זאל אראפלייגן א הארציגע 'רחם בחסדיך' און די היימישע קאפעליע זינגען מיט דביקות ממקומך, און די ליובאוויטשער צמאה...)

(כ'ווייס איך בין נישט קיין שרייבער, אבער א שרייבער וואלט עס געמעגט איבערשרייבן און מפרסם זיין די געדאנק...)
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
פילאנטראפ
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 4:23 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילאנטראפ »

דער מענעדזשער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 12:41 pm

זייער שטארק!
איך וואלט אייך נאר געוואלט פרעגן צו איר זענט אמאל געווען א קורש? ווייל די שמחה פארן קורש ווען די נקרש פארט אוועק אויף 5 וואכן איז אין לשער...... והמבין יבין
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10645
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

פילאנטראפ האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 1:39 pm

קוקט צוריק אנפאנג דעם אשכול
פילאנטראפ
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 4:23 pm

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילאנטראפ »

צוויי גילדען האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 1:45 pm

איך פארשטיי זייער גוט, די מציאות איז אבער אז די חלשות צום קורש איז פייער ווען די נקרש איז צום געפונען משא"כ ווען ער איז נישט צום געפונען ודו"ק

וואטעווע"ר שרייבן איבער די נושא איז מיר גורם יסורים.... וועלמיר בלייבן ביי דעם
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

פילאנטראפ האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 1:39 pm
זייער שטארק!
איך וואלט אייך נאר געוואלט פרעגן צו איר זענט אמאל געווען א קורש? ווייל די שמחה פארן קורש ווען די נקרש פארט אוועק אויף 5 וואכן איז אין לשער...... והמבין יבין
ביידע
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”