Re: אלעס ארום טאקער קארלסאן
מען האט איר נישט געפייערט ווייל זי איז אנטי איזראעל, מען האט איר געפייערט ווייל זי איז א וויסטען אנטיסעמיט.אפגעגאלט האט געשריבן: ↑ מיטוואך מארטש 27, 2024 4:45 pmבין איך נייגעריג וואס זי האט געזאגטאינקוויזיציע האט געשריבן: ↑ מיטוואך מארטש 27, 2024 4:43 pmזי האט זיך שטארק געשטעלט אויף די פאליסטינע זייט יעצט ביי די מלחמה אין עזה.אפגעגאלט האט געשריבן: ↑ מיטוואך מארטש 27, 2024 4:31 pmוואסערע אנטיסעמיטיזם?פרומע לבוש האט געשריבן: ↑ פרייטאג מארטש 22, 2024 11:27 amברעיקינג! קענדעס אוענס איז געווארן געפייערט פון די דעילי ווייער צילוב איר אנטיסעמיטישע אטאקעס.פרומע לבוש האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 8:47 pmאויב איז טאקער טאקע אזוי אמעריקא פירסט פארוואס איז ער פארנומען די לעצטע פאר חדשים נאר ארומגיין צו אנדערע לענדער, אויסלויבען מאמע רוסלאנד, ווי שיין די סאבוועי איז, ווי ביליג די גראסעריס זענען, טינטרעסאנט ער רעד נישט פון די מענטשען וואס פליען מיסטריעז פין פענסטערס, דאן פארט ער צו אראבישע לענדער , נאכדעם שפאניע, בראזיל, וויאזוי קען ער זיין פארנומען מיט אנדערע פראבלעמען ווען אונז האבן א גרעניץ קריזיס?
און אויכעט איז מיר שווער אויף טאקער'ס וויידל קענדעס אוענס, וואס האט אויכעט קלארגעשטעלט אז זי איז בלויז אמעריקא פירסט ממילא איז זי אקעגן די פאנדינג און סופארט פאר מד"י, סא אויב אזוי פארוואס ברויכט איר שעלטען און שימפן אז מד"י האט געקויפט א עדד ביי די סופער באל געימס צירוקצוברענגען די האסטעדזשעס, און רופן ציוניסטישע אידן מיט די געמיינסטע לשונות?
בכלל פארשטיי איך נאכנישט פארוואס בען שפירא האט נאכנישט געפייערט דעם וויסטען אנטעסמיט.
איך האב פשוט נישט קיין אנדערע אשכול ווי עס צו לייגן..
לכאורה האט דאס בען שפירא ארלעדיגט.
אויף טאקער האט מען אויך אויסגעזויגן אז ער איז אנטי איזראעל
און ווער געדענקט נאך ווען מ'האט טראמפ'ן באטיטלט אלס שונא ישראל
דא איז א פאסט וואס זי האט געלייקט אז אידן טרינקען קריסטליכע בלוט, און נאך פיל ווילדע אטאקעס אויף אידן גארנישט מיט די מדינה.