פיטסבורג טעמפל שיסעריי פראצעס - טויט שטראף!

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
באשיינפערליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6124
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי טויט שטראף פראצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 11:52 am
דזשורי איינשטימיג מיט אלע 5 קטרוג פאקטארן
הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 12:03 pm
מען האלט שוין ביי מליצה פאקטאר נומער 60

עס איז דא 115
פינף קעגן הונדערט פופצן (!) און קוקט ווער ס'האט געזיגט!!!!
יעדע מענטש שטארבט, נישט יעדער לעבט…
מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
אוועטאר
בראנפן ברענער
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 1:26 pm

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי פראצעס - טויט שטראף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראנפן ברענער »

שכח הבל!!!
מאסיוו!!!
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 22500
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי פראצעס - טויט שטראף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

PDF ANYONE?
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר שלשת אלפים
תגובות: 3373
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי פראצעס - טויט שטראף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

אהא איי איייייי כי טוב השם ווייל דער אייבערשטער איז גוט, כי טוב השם ווייל דער אייבערשטער איז גוט.....
חברה... ווי אר אן עי היי...... אוי גייט געיס אפקלינגען אין לאנד!!!!!
איך קויף א VIP TICKET צום מעמד התלי-ה...... שיהיה בקרוב בימינו......
Benjamin Franklin: BEWARE OF LITTLE EXPENSES - A SMALL LEAK WILL SINK A GREAT SHIP


[email protected]
און שוין!
שר שלשת אלפים
תגובות: 3034
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע:אין פיצא סטאר

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי פראצעס - טויט שטראף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

אנבעליוועבל הרב הבל!!!
👍👍👍👍👍
מיטגעהאלטן פון ווען מ'האט געטוישט קעפל.... ביז דאן האבעך געמיינט אז עס איז נאך עפעס א פאליטישע צירקוס בנוגע טראמפ...
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
איך נוץ מיין JELLY
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 06, 2021 2:17 pm

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי פראצעס - טויט שטראף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך נוץ מיין JELLY »

ווער איז שטערקער?! האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 1:49 pm
אהא איי איייייי כי טוב השם ווייל דער אייבערשטער איז גוט, כי טוב השם ווייל דער אייבערשטער איז גוט.....
חברה... ווי אר אן עי היי...... אוי גייט געיס אפקלינגען אין לאנד!!!!!
איך קויף א VIP TICKET צום מעמד התלי-ה...... שיהיה בקרוב בימינו......
יישר כח @הכל הבל איך האב מיטגעהאלטן א גאנצע צייט מיט יעדע איינציגע באשרייבונג
דו האסט א מעכטיגע פעדער
אונז דארף מיר זיך טאקע פרייען אז מ'הארגעט א שונא ישראל
אבער פשוט נישט צו פארגעסן פון וואספארא יודן מ'רעדט דא. ברענג איך דא אראפ
רב מזרחי איבער די שיסעריי
https://www.torahanytime.com/#/lectures?a=69791
אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי פראצעס - טויט שטראף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

@הכל הבל WOW WOW!!! האסט אונז גענומען דא אויף א אפאר חדשים'דיגע רייד, און נאך מיט אזא גוטע ענדע.
אוי דאס איז געווען א איבערלעבעניש מיטהאלטענדיג פונעם ערשטען טאג, איך קען זאגן אז רוב טעג תיכף ווען כ'האב געפענט אייוועלט האב איך די ערשטע זאך געקוקט אויב ס'איז דא א אפדעיט פון הבל.
נאר איין קליינע טובה וויל איך דיר בעטן מאך זיכער אז קומענדיגע מאל זאל דער יעניגער אויסשיסען גוים, ס'גיי ארויס קומען פון דעם צוויי טובות.
1. אז מ'הרגט נישט קיין אידן.
2. אז @הכל הבל דארף נישט זיכען קיין מאדנע ווערטער צו מסביר זיין אלע וד"ל'ס.
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
אוועטאר
ויקשב וישמע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 12, 2022 11:07 pm
לאקאציע:נוסראללאה'ס בונקער

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי פראצעס - טויט שטראף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויקשב וישמע »

למעשה אפילו ער איז געווארן פאראורטיילט צי טויט שטראף קען מען עס סייווי נישט אויספירן, נישט אזוי?
דארפסט נישט פראבירן צי ווערן סוקסעספול, פראביר צי ווערן ווערטפול! אלבערט איינשטיין
אוועטאר
שטארקע אור
שר האלף
תגובות: 1919
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי פראצעס - טויט שטראף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

שכ"ח @הכל הבל !
דיין פעדער און דיינע פונקטליכע רעפארט'ס זענען מאסיוו!
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי פראצעס - טויט שטראף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

WOW שכח @הכל הבל פארן אונז טראגן אויף דעים רייד, נאכן עס שיעור אויפגעבן פאר מהאט געטוישט קעפל!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16402
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי פראצעס - טויט שטראף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

נאר איך בין טרויעריג מיטן אורטייל,


















אז איצט איז דער @הכל הבל נאוועל געפארטיגט?
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי פראצעס - טויט שטראף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 10:27 pm
נאר איך בין טרויעריג מיטן אורטייל,




אז איצט איז דער @הכל הבל נאוועל געפארטיגט?
דאנט ווארי. ס'קומט נאך א שטיקל פארזעצונג. קוק וואס ער האט דא געשריבן.
הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 12:19 pm
מען דארף דערמאנען אז עס איז נאך געבליבן א לאנגע רייזע פון אפעלאטן און אז די ביידען אדמיניסטראציע האט ארויפגעשטעלט א מאראטאריום וואס ערלויבט נישט אויף דערווייל אויסצופירן הינריכטונגען
קעפל: פרעסע קאנפערענץ - דינסטאג עקב תשפ"ד
לכאורה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 1:20 am
ווען איך וואלט יעצט געהאט א חתימה, וואלט איך געשריבן "כתיבה וחתימה טובה" - כמנהג ישראל פון ט"ו באב.
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1321
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי פראצעס - טויט שטראף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

ויקשב וישמע האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 9:15 pm
למעשה אפילו ער איז געווארן פאראורטיילט צי טויט שטראף קען מען עס סייווי נישט אויספירן, נישט אזוי?
ווי לענגער ער וועט ווארטן פאר זיין פגירה וועט ער האבן אזאנע יסורים נאך ערגער ווי דעם טויט.

מיר אלע ווארטן שוין ווען סעט זיין די גרויסע נקום נקמת סעט מיך נישט באדערן אז דער רשע זאל עס דערלעבן אבער שוין יעצט!
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר שלשת אלפים
תגובות: 3373
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי פראצעס - טויט שטראף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

איך נוץ מיין JELLY האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 5:26 pm
ווער איז שטערקער?! האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 1:49 pm
אהא איי איייייי כי טוב השם ווייל דער אייבערשטער איז גוט, כי טוב השם ווייל דער אייבערשטער איז גוט.....
חברה... ווי אר אן עי היי...... אוי גייט געיס אפקלינגען אין לאנד!!!!!
איך קויף א VIP TICKET צום מעמד התלי-ה...... שיהיה בקרוב בימינו......
יישר כח @הכל הבל איך האב מיטגעהאלטן א גאנצע צייט מיט יעדע איינציגע באשרייבונג
דו האסט א מעכטיגע פעדער
אונז דארף מיר זיך טאקע פרייען אז מ'הארגעט א שונא ישראל
אבער פשוט נישט צו פארגעסן פון וואספארא יודן מ'רעדט דא. ברענג איך דא אראפ
רב מזרחי איבער די שיסעריי
https://www.torahanytime.com/#/lectures?a=69791
איך בין מיט דיר💯. אבער למעשה האט דער מערדער ימ”ש גארנישט געהאט אין מחשבה דערוועגן.... דעם @הכל הבל ’ס וד”ל.... ער האט געהאט 1 סיבה, אידן! אידן! און נאכאמאל אידן!
יעצט ב”ה מ’האט עהים געכאפט לעבעדיג, באקומען זיין ערליך פארדינטן טויט שטראף. שוין נאכן זיצן אפאר יאר. און יעצט וועט ער אוי ווארטן זיין ווארימע טויט... אה... קענט וועיט! אגב: וועט עס טארע נעמען צייט, סאו זאל ער כאטש האבן דעי נערוון אויך צום צושפייז....
Benjamin Franklin: BEWARE OF LITTLE EXPENSES - A SMALL LEAK WILL SINK A GREAT SHIP


[email protected]
זייער פארנימען
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2020 4:39 pm

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי פראצעס - טויט שטראף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער פארנימען »

וואס איז געווען די ריאקציע פונעם מערדער?
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר שלשת אלפים
תגובות: 3373
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי פראצעס - טויט שטראף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

זייער פארנימען האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:47 am
וואס איז געווען די ריאקציע פונעם מערדער?
קאלט! אן קיין שום חרטה!
עס ווערט באשריבן דא אינעם אשכול דורך אונזער מייסטער שרייבער @הכל הבל
Benjamin Franklin: BEWARE OF LITTLE EXPENSES - A SMALL LEAK WILL SINK A GREAT SHIP


[email protected]
פשוט מסודר
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 6:09 pm

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי פראצעס - טויט שטראף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט מסודר »

לכבוד הרב הכל, נאכאמאל א גרויסן יש״כ, די גאנצע דזשורי דא אויפן וועלטל איז איינשטומינג מיט אלע 115 + 5 פאזיטיווע פאקטארן און אייער באשרייבונג און טאלאנט.

און יעצט א שאלה. פון ווי האט די סניגור אזויפיהל געלט אהער צו שטעלן אזא מאסיווע קעיס ? איז עס די רעגירונג וואס באצהאלט דא ? אויב יא דארפן זיי ממשיך זיין פאר אן אפיעל ?

לדעתי, די שאנסן פאר א סוקסעספול אפיעל זענען גאר קליין, אלזא פון ווי נעמט מען גרויס געלט פאר אזא שוואכע אינוועסטמענט ?
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3796
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי פראצעס - טויט שטראף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

א גרויסער ישר כח צו הכל הבל פאר די קאנסטענט אפדייטס
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1873
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע:בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי פראצעס - טויט שטראף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

יעצט גייט זיך אנהייבן מיט אפיעל'ן? די רגע מ'האט געפסקנט וואלט מען אים געדארפט שיסן אויפן פלאץ...
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
שטארקע אור
שר האלף
תגובות: 1919
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי פראצעס - טויט שטראף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

יעקב פריינד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 10:35 pm
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 10:27 pm
נאר איך בין טרויעריג מיטן אורטייל,




אז איצט איז דער @הכל הבל נאוועל געפארטיגט?
דאנט ווארי. ס'קומט נאך א שטיקל פארזעצונג. קוק וואס ער האט דא געשריבן.
הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 12:19 pm
מען דארף דערמאנען אז עס איז נאך געבליבן א לאנגע רייזע פון אפעלאטן און אז די ביידען אדמיניסטראציע האט ארויפגעשטעלט א מאראטאריום וואס ערלויבט נישט אויף דערווייל אויסצופירן הינריכטונגען
דאס איז שוין לכאורה נאר טריקענע באריכטן, אן די גאנצע עמאושענעל דראמא.
אוועטאר
יעקב לעהמאן
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 5:56 pm

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי פראצעס - טויט שטראף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב לעהמאן »

פארמאל געסענטענסט צו טויט שטראף
אני מאמין באמונה שלימה שהוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים
כי לא יטוש השם את עמו ונחלתו לא יעזוב
יכולתי
שר האלף
תגובות: 1020
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 12:14 am

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי פראצעס - טויט שטראף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יכולתי »

בעל דמיון האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 8:18 am
יעצט גייט זיך אנהייבן מיט אפיעל'ן? די רגע מ'האט געפסקנט וואלט מען אים געדארפט שיסן אויפן פלאץ...
נע אנהייבן ביי די הענט נאכדעם איין פיס אויפאמאל אא"וו...
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4256
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי טויט שטראף פראצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 12:19 pm
מען דארף דערמאנען אז עס איז נאך געבליבן א לאנגע רייזע פון אפעלאטן און אז די ביידען אדמיניסטראציע האט ארויפגעשטעלט א מאראטאריום וואס ערלויבט נישט אויף דערווייל אויסצופירן הינריכטונגען
עס נעמט געווענליך מער ווי צען-צוואנציג יאר צו הינריכטן איינעם, שוין יארן אזוי.
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 44865
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי פראצעס - טויט שטראף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א גוט מארגן!



נעכטן מיטוואך איז געווען די פאזע פון אורטייל ווען די דזשורי פון 5 מענער און 9 פרויען האט געמאלדן אז נאך 10 שטונדן פון פארהאנדלונגען צוטיילט אין צוויי טאג האבן זיי באוויזן זיך צו פארשטענדיגן אויף אן איינשטימיגע באשלוס

די דריי רייעס מיט בענק פון הונטער די פראקורארן זענען געווען באזעצט מיט פאמיליעס פון די אומגעקומענע וועלכע האבן שטארק אויסגעקוקט אויף דעם טאג

דער מערדער איז געזיצן שטיל ביים טישל צווישן די פובליק פארטיידיגער מייקל נאווארא און עליסא לאנג

געקליידעט מיט זעלבן סוועטער ווי אלע טאג און טראגנדיג אויגן גלעזער האט ער געליינט די 26 זייטן אורטייל פארום אינאיינעם מיט די ריכטער וועלכע האט עס פארגעליינט הויך

דער ריכטער האט אויסגערעכנט די געפינסן פון די דזשורי וועלכע איז געווען איינשטימיג איבער אלע 5 קטרוג פאקטארן

די דזשורי האט איינגעשטימט אז באוערס מוטער איז געווען אומבאלומפערט צו קענען פירן א שטוב און אז באוערס האט געהאט א שווערע יוגנט

זיי האבן איינגעשטימט אז באוערס האט נישט געליטן פון קיין גייסטישע קרענק און זיי האבן זיך נישט געקענט פאראיינגין אויף די פראגע אויב ער די פאמיליע פון וועלכע באוערס שטאמט האט געליטן פון ברייטפארצווייגטע גייסטישע פראבעלמען ווען בלויז 9 פון די דזשורארס האבן געהאלטן אזוי

דאן איז געקומען די מאמענט ווען דער ריכטער האט ציטירט פון די דזשורי וועלכע שרייבט אז זיי טוען איינשטימיג אורטייל אז ראבערט באוערס זאל באקומען טויט שטראף

מען האט נישט דורכגעפירט קיין רענטגען אונטערזוכונג צו פעסטשטעלן אויב עס איז אריבערגעלאפן א סקרוך אין די ביינער ביי די אנוועזנדע פאמיליע מיטגלידער פון די אומגעקומענע און דעריבער איז די דעטאל פארבליבן אומבאקאנט

טייל פון זיי האבן זיך אנגעכאפט די הענט און אנדערע האבן נאכאנאנד געווישט מיט אפוויש טיכלעך טרערן פליסנדע אויגן אבער מען האט נישט געהערט קיין קלאטשערייען אדער טריאומפירנדע יובלערייען

אנדערש ווי ביי די פריערדיגע פאזעס ווען די דזשורארס האבן אפן ארויסגעוויזן עמאציעס האבן זיי דאסמאל פארזיגלט זייערע געזיכטער און נישט ארויסגעוויזן סיי וועלכע געפילן

דער מחותן אליינס איז געזיצן געפרוירן אויף זייןארט און מען האט נישט געזעהן סיי וועלכע רעאקציע פון באוערס

דער ריכטער האט פארגעזעצט צו באדאנקן די דזשורי פאר זייער סערוויס און עס באצייכנט אלס א געוואלדיגע פאראנטווארטליכקייט און אנערקענעט אז זיי וועלן אויף אייביג טראגן די לאסט און געוויכט פון די אורטייל אויף זייערע אקסלען

דער שטימע פונעם ריכטער האט זיך לייכט געבראכן ווען ער האט געזאגט פאר די דזשורי אז ער האט שוין געגעבן די זעלבע רעדע הונדערטער מאהל אבער קיינמאל נישט מיט די זעלבע ערנסטקייט און באדייט ווי דאסמאהל

נאך וואס די פאמיליעס האבן פארלאזט די צימער איז בלויז פרוי בלעק פארבליבן און די לעצטע פראצעס עדות מומע פיין איז צוגעגאנגען און זיי האבן געכאפט א קורצע שמועס וואס האט אויסגעקוקט צו זיין גאנץ רואיג און די צוויי האבן זיך דאן באגריסט און צושיידט

טראץ וואס די דזשורי האט שוין געזאגט דאס זייעריגע און די אורטייל איז געווען אראפגעשריבן איז פארבליבן די לעצטע שטאפל ווען דער ריכטער באשטעטיגט און דערלאנגט זיין שטעמפל פארן אורטייל

דער ריכטער איז געבונדן צו באשטעטיגן די אורטייל אבער עס איז א טעכנישע זאך וואס מוז פאסירן און היינט דאנערשטאג אינדערפרי איז מען זיך צוזאמגעקומען צום לעצטן מאהל פארן ענדגילטיגן אורטייל

בעפאר די אורטייל האט מען געהערט לעצטע סטעיטמענטס פון פאמיליע מיטגלידער

מען האט געהערט פון טעמפל פירער און חזן דזשעפרי מייערס וועלכע האט ביים אנהויב געזאגט אז ער גייט איצט טוהן עפעס גאר אומ'רבנ'יש און דאס איז אז זיין רעדע גייט זיין זייער קורץ

מייערס:

עס איז איין זאך צוריק אויפצובויען א געשעדיגטע געביידע אבער גאר א צווייטע זאך צוריקצושטעלן א פארניכטעטע געמיינדע

יעדע מאהל וואס א איד גייט אריין אין א שוהל ווערט ער דערמאנט דורך די זיכערהייט מאסנאמען אז ער איז נישט זיכער אין זייער באליבטע לאנד

לויט שטודיעס זענען אידן היינט מער דערשראקן ארויסצואווייזן זייער אידישקייט ווי סיי ווען בעפאר

מען האט געהערט פון איבערלעבער אדרעי גליקמאן:

אלע פון אונז האבן געליטן, אונזערע לאנגיעריגע פריינד זענען געווארן אויסגעקוילעט פארנט פון אונזערע אויגן

זיינע פארברעכנס קענען נישט ווערן אפגעטיילט פון זיינע רעטאריק וועלכע העצט אנדערע צו טוהן די זעלבע

די וויירוס אויסברוך איז געווען א גוטע אויסרייד נישט צו גיין אין שוהל אבער די וויירוס איז א פיל קלענערע געפאר ווי אנטיסעמיטיזם

מען האט געהערט פון מארטין געינאר וועלכע האט אויסגעדרוקט זיינע געפילן צו זיין אן איבערלעבער און געזאגט אז ער חלום'ט ביינאכט פון דאקטאר דזשערי ראבינאוויטש וועלכע האט עס נישט געמאכט און עס לאזט אים איבער טרויעריג און ליידיג

געינאר זאגט אז עס איז טראגיש פאר אים זיך צו באגעגענען אין אמעריקא מיט די זעלבע אנטיסעמיטיזם צוליב וועלכע זיין זיידע איז אנטלאפן פון זיין היימלאנד און אהערגעקומען זיך צו באשוצן

געינאר: וואס איז די שטאנד פון אידן אין אמעריקא? איז צייט צו אנטלויפן? צו זוכן א מער זיכערע פלאץ?

אידן האבן נישט געוואלט פארלאזן די אייראפעאישע באדן אין די 1930 און 40'גער יארן למספרם און ע האט געקאסט די לעבן פון זיי און זייער פאמיליע

אנטיסעמיטיזם שטייגט און ווערט פארשפרייט אויף סאציאלע מידיא דורך שישקעס און פאליטיקאנטן אבער די דאזיגע פראצעס שיקט א סיגנאל אז אנטיסעמיטיזם האט נישט קיין פלאץ אין אונזער הארץ און אין אונזערע געמיינדעס

מען האט אויך געהערט פון דור חדש פירער און שפיטאל טשאפלעין דאריס דיין וועלכע גייט נאך ביז היינט פאר טראומא באהאנדלונג און זאגט אז זי ווערט נערווירט פון הויכע גערודער און שפורט אומזיכער צווישן מערערע מענטשן

דיין פלעגט נעמען זאלאפט פאר דעפרעסיע וועלכע זי האט אנטוויקלט נאכן געהייילט ווערן פון די ביטערע מעשה אבער נאך די אטאקע האט איר דאקטאר געדאפלט איר דאזע

זי זאגט אז פארוואונדעטע אין שפיטאל וואו זי ארבעט אלס טשאפלעין האבן זיך געוואלט אויסרעדן בלויז צו איר אבער עס איז געפאלן גאר שווער אויף איר צוליב אירע אייגענע איבערלעבענישן אין די עמיאציאנאלע אפעקט וואס עס האט איבערגעלאזט אויף איר

זי זאגט אז אלס א רב און טשאפלעין האט זי געהאט אן אנטי טויט שטראף שטעלונג ביז די אטאקע אבער די בארבארישע אטאקע האט געטוישט איר בליק

די רב און דיין האט דאן איבערגעגעבן דאס ווארט פאר איר מאן (זאל מען אים רופן רבצין?) דינה רוט וועלכע איז א מוזיק פראפעסאר וועלכע זאגט אז די איבערלעבעניש האט געטוישט זיין מח איבערנאכט

ער פלעגט שרייבן הונדערטער ארבעט בריוון אבער זינט די אטאקע קען ער זיך מער נישט קאנצעטרירן צו שרייבן און ער האט אויפגעגעבן זיין קאריערע וועלכע איז געווען זיין הויפט איינקופט קוואל פאר מער פון 50 יאר

יעדע מאהל וואס ער ליינט א באריכט איבער די שיסעריי מעקט ער אויס די נאמען פונעם שיסער (ער שטייט ווארשיינליך אונטער די פארמערטע געמעקעכטסאויף אייוועלט ..אבי מען באשולדיגט די מנהלים..)

ער וואלט פארלאנגט אויסצומעקן די נאמען פונעם מערדער און נישט געוואלט מען זאל דערמאנען זיין נאמען אויף די אינטערענט אדער סיי אין וועלכע דזשורנאליזם פארמאט

מען האט געהערט פון דניאל ליגער וועלכע האט אדרעסירט דעם מערדער דירעקט זאגנדיג אז ער וויל אז ער זאל קוקן אין געזיכט און אין די אויגן פון די איד וועם ער האט פרובירט אומסוסקסעספול אומצוברענגן

ליגער זאגט אז די לעצטע 4 מיט א האלב יאר זענען פארבינדונגען געווארן איבערגעריסן, מיליאנען דאלארן פארשווענדעט געווארן און עס האט אפגעקאסט אומצאליגע שלאפלאזע נעכט

עס האט געפירט צו שולד געפילן פון מענטשן וואס האבן אנטוויקלט א פיינטשאפט צו זיך זעלבסט פארן נישט טוהן גענוג אפצושטעלן די בלוט באד אבער אין די זעלבע צייט האט עס געברענגט א נייע גייסט פון בונד און פריינדשאפט ביי אנדערע

ליגער: מיינסטנס פון אונז האבן באוויזן זיך צו ערהוילן און צו פארגעבן האפנדיג אז סאלידאריטעט עפנט כאטש די הארץ פונעם מענטש און ער האט ציטירט פון ראבינאוויטש אז עס איז ענדערש צו זיין אנשטענדיג און נאבעל ווי איידער צו זיין גערעכט

מען האט דאן געהערט פונעם נישט אידישן פריינד פון אירווין יאנגער וועלכע איז געקומען מיט א מעסעדזש צום שיסער:

נאך אלע ווייטאג, אנגעצויגנקייט, בייזע חלומות, און טראומא וויל איך דיר זאגן ראבערט באוערס אז איך טוה דיר פולשטענדיג פארצייען

זי האט געזאגט אז שוין ווען אדם און חוה האבן געזינדיגט האט דער אויבערשטער געעפנט די טיהר פון תשובה פאר אלע זינדיגע

זי זאגט אז באוערס איז באגאנגען א שרעקליכע און שענדליכע אקט אבער ער האט געזינדיגט פונקט ווי אלע מענטשן זינדיגן

די גהינם איז עכט און טיף אבער יעדע מענטש האט א בחירה און אזוי לאנג ווי זיינע לונגען העלפן אים אטעמען קען ער זיך נאך פאררעכענען מיטן באשעפער און זי בעהט פון אים אז ער זאל אנהויבן ליב האבן זיינע פיינט

זי האט אויסגעפיהרט אז זי גלייכט יעדן איינעם אין געריכט זאל און אז באוערס איז נישט קיין אויסנאם

דאן איז געקומען די רייע אויף שעראן שטיין, די פרוי פון דניאל שטיין וועלכע איז אומגעקומען אין די אטאקע וועלכע האט גאר קורצליך פארציילט ווי אזוי איר לעבן איז אינגאנצן צופאלן זינט זי האט פארלוירן איר מאן

דערנאך האט מען געהערט פונעם לעצטן איבערלעבער אויפצוטרעטן און דאס איז געווען דינה ראזנטאהל וועלכע זאגט אז זי האט שוין מיטגעטיילט אירע איבערלעבענישן אין די פריערדיגע פאזעס און וויל אויסנוצן די געלעגנהייט צו באדאנקן פאר די אויספארשער און פראקורארן פאר זייער ארבעט צו ברענגן דעם מערדער צו יוסטיץ

זי האט זיך באדאנקט פארן ריכטער פאר זיין געדולד און סענסיטיוויטעט וואס ער האט ארויסגעוויזן אין לויף פונעם פראצעס

זי האט אויך אדרעסירט די פארטיידיגונג זאגנדיג אז זי פארשטייט אז זיי האבן געדארפט טוהן זייער ארבעט אבער דאס ארויסגיין פון זייער וועג און דאס נישט ארויסצייגן די מינדעסטע פארשטענדעניש און מיטגעפיהל צו די פאמילייעס פון אומגעקומענע איז געווען אומריכטיג און אוממענטשליך

זי באשולדיגט אז די סניגור האבן קיינאל נישט געוואלט קוקן אין ריכטונג פון די פאמיליעס און זי פרובירט איין לעצטע מאהל קוקנדיג גראד אין געזיכט פון באוערס און פארלאנגט אז ער זאל איר קוקן אין די אויגן (באוערס איז אבער -צו זיין קרעדיט- בייגעשטאנען די שמירת עינים נסיון)

ראזנטאהל האט גערעדט איבער דאס וואס באוערס האט זיך באצייכנט אלס א סאלדאט אין א קריג און זיך געלאזט פראדוצירן א מעדאל פאר זיינע אנגעבליכע דערגרייכונגען

ראזנטאהל: דו האסט נישט באקעמפט פראפעסיאנאלן וועלכע האבן געהאט די מעגליכקייט צוריקצושיסן, דו ביזט א בלויזע פחדן און איך בין נייגעריג וואס דאן זיידע האט איצט צו זאגן איבער זיין אייניקל

מיר זענען אלע אימיגראנטן אין די לאנד און קיינמאל נישט געהאלטן קיין שטארקע שטעלונגען איבער אימיגראציע פאליסי איין וועג אדער די אנדערע

דאס האט זיך געטוישט אינעם טאג פון די שיסעריי און אין יעדע יארטאג פון די גרויליכע מאסן מארד טוט אונזער פאמיליע ביישטייערן געלט פאר הייאס אין דיין נאמען און אין דיין אנדענק

דאן איז געקומען די צייט פאר די קורצע און לעצטע קאפיטל אין די פראצעס און ווען די סצענע האט זיך געעפנט האט דער ריכטער וועלכע טוט געווענליך אדרעסירן קרימינאל שולדיגע און רעדן צו זיי האט דאסמאהל געזאגט פאר באוערס אז ער האט נישט עפעס ספעציפיש אים צו זאגן

דער ריכטער האט געזאגט אז עס איז געווען א יושר'דיגע פראצעס אזוי ווי פארשפראכן ביים ערשטן פארהער און אויסגערימט די סניגור פאר זייער ענערגישע ארבעט

ער האט זיך באדאנקט פאר זיין שטאב און פאר די דזשורארס פאר זייער פארזיכטיגע אורטייל

דער ריכטער האט אויסגערימט די העלדישקייט פון די פאליציי און ערשטע הילף וועלכע זענען אריינגעלאפן אינעם פיסק פונעם לייבן גרוב ארויסצוראטעווען פארכאפטע פון ווערן פארציקט

ער האט באוויינט די אומגעקומענע זאגנדיג אז זייערע לעבנס האבן זיך געענדיגט פריצייטיג און געזאגט אז ער טוט אומצוויידייטיג פארדאמען די האסע פונעם שיסער

וויבאלד מען האט געוואוסט וואס עס קומט איז די לופט נישט געווען גענוג געדעכט איר צו קענען שניידן מיט א מעסער און א פליג איז פונקט נישט אריבערגעפלויגן איר צו הערן דזשומען אבער די ענדע פונעם פראצעס איז פארט געקומען און דער מערדער איז געשטאנען און אויסגעהערט ווי מען רעכנט אויס די נעמען פון די אומגעקומענע איין לעצטע מאהל און...

סעקונדן איידער פארהאנג איז געווארן אראפגעלאזט האט ריכטער קאלוויל ארויסגעזאגט די ווערטער:

איך פאראורטייל דיר, ראבערט באוערס צו טויט שטראף

נישט אויף אלע קאונטס קען מען באקומען טויט שטראף און דער ריכטער האט אים באזונדער פאראורטיילט צו לעבנסלענגליכע טורמע אויף די איבריגע קאונטס

דער ריכטער האט אויך פארארדנט פאר באוערס צו באצאהלן 6300 דאלאר פארן געריכט און אנדערע געלט שטראפן וועלן ווערן ארויפגעשטעלט אום נאוועמבער 1 למספרם

די גראטעס אויף די טורמע צעהל אין טערע האוטע אינדיאנא וועלן באלד געעפנט ווערן און די ארטיגע באפעלעקערונג פון 43 ארעסטאנטן וועלן ווארטן אויס זייער הינריכטונג וועלן אנטפאנגען זייער נייע גאסט

די טויערן וועלן זיך דאן פארמאכן און איינשלונגען אונטער איר דעם פארשוין וועלכע האט געפירט צו די פארגיסונג פון אזויפהל אומשולדיג טינט אין די אשכול און צו רויטע טינט פון זיין טורמע טראגע אריין זיינע קערפער

דער בלוט דורשטיגער מאנסטער און טינט פארגיסערישע מערדער וועט פלאצירט ווערן אין זיין איינזאמע לעכל און אויסווארטן זיין שיקזאל

די אייזערנע טיהר פונעם צעל וועט פארהאקט ווערן, די אונטערשטע דעקל פונעם בוך "משפט באוערס" וועט פארמאכט ווערן, און די אשכול וועלכע איר באזוכט גאנץ אפט פאר די לעצטע צייט אפשניט וועט שופלאדירט ווערן

עס וועלן מעגליך צוקומען נאך טיילן צו די געשיכטע און געוויסע ליינער קוקן קענטיג ארויס צו באגלייטן באוערס צום טויטן בעט און מיטהאלטן זיין לעצטע אטעם אבער ווי געשריבן קען דאס געדויערן גאר א לאנגע צייט און דערווייל איז צייט זיך אפצוגעבן מיט אנדערע אנגעלעגנהייטן

קוקנדיג אויף צוריק איז די ערפארונג געווען אינטערסאנט און טייל האבן מעגליך ערווארטעט אז ביים אויספיהר זאל מען ציען א שטריך צו די פארכטיגע בעפארשטייענדע טעג אין וועלכע מיר טרעטן אט אריין

איך זוך נישט אנצוטהון די מגיד היטל און מאכן די איינדרוק אז די לאנגע שטונדן פארברענגן אין די אשכול איז געווען מיטן ריינעם ציהל עס צו נוצן פאר אן אויפוואכונג צו התעוררות אויפצואוועקן אונזערע הערצער לתשובה

מען וועט ענדערש זיין אויפריכטיג און געדענקן אז די ריכטיגע הכנה איז מיטן לערנען ספרי מוסר און מיט מצוות ומעשים טובים און אויסנוצן יעדע מינוט מיט ערנסטע זאכן

אבער אז מען האט שוין יא פארשווענדעט אזויפיהל צייט און עס האט עימיצן א שאקל געטוהן און עטוואס בעסער געגעבן צו פארשטיין די גאנג פון א פראצעס און די געוויכט פון יעדע קליינע גרייז אדער גוטע טאהט און מען נוצט עס אויס צום גוטן איז עס האפנטליך א גוטע פועל יוצא

א דאנק אייך אלע און א לעכטיגן טאג!

עפילאג
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 4:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5969
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע:מ'וואנדערט

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי פראצעס - טויט שטראף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

וואאאאאאאאאאףףףףףףףףףףף!!!!!!!!!!
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”