Finel Cut Pro - apple
ס'דא א ווידעאו עדיטינג פראגראם וואס איך ארבעט די לעצטע פאר חדשים אויף, ס'הייסט פיינעל קאט פרא. ס'איז א פראגראם וואס קאסט געלט, און ס'ארבעט נאר אויף אן עפל קאמפיוטער. ווי איך האב געהערט האט עפל נאר פינעף אייגענע פראגראמ'ס, און דאס איז איינע פון זיי. ס'איז גאנץ א קאמפליצירטע פראגראם מיט זייער אסאך 'אפשענס' און 'פיטשערס' מיט אסאך מינע עפעקט'ס, אזא שטייגער ווי פריימיער פרא פון עדאובי. אזוי ווי איך כ'וויל נישט וואטשן קיין ווידעאו'ס אויף יו טוב, און כ'גלייב ס'דא נאך אנדערע וואס וואלטן געקענט באשטיין זיך עס אויסצולערנען אן דארפן צוקומען צו יו טוב. וואלט אפשר געוועהן א געדאנק אז די וואס נוצן די פראגראם זאלן 'שעירן' זייערע טיפ'ס און ערפינדונגן אינערהאלב דעם גרויסן פראגראם, און איך וועל בעזר השם פרובירן צו 'שעירן' פון מיין זייט וואס איך ווייס.