השר ר' משה מאנטיפיארי ז"ל

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1244
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

השר ר' משה מאנטיפיארי ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

קעפל: גדולי ישראל - שרים ומלכים
אויסגערעכנט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2017 5:40 am
SPUSMN האט געשריבן:
בשמים האט געשריבן:
מען שרייבט אויף אים זצ"ל.
געזעהן אויף אים (השר ר' משה מאנטיפיארי) געדרוקט אין א ספר גלייך נאך זיין פטורה אין תרמ"ה מיט דער טיטל זי"ע.
נישט געווען קיין גדול, ער האט אסאך געטון פאר כלל ישראל, האט ער א גרויסען זכות דערפון, און דערפאר זי׳׳ע.
וואס איז טאקע פשט אז עס איז נישט דא קיין אשכול איבער אימ'ען?
נו שוין, גיי איך פתיחה, ס'איז דא זייער אסאך צו רעדן איבערן שר און זיין שטורמישע לעבן,
וואס איז געווען זיין כח? וואס האט ער אקאמפלישט? פארוואס איז געבליבן אזא זכר פון אים?

אייוועלט איז דאך היינט די צענטער פאר יעדע סארט אידישע ידיעה און היסטאריע, איז אפשר איז דא איינער וואס קען זיך יאווען צו נאכברענגען און שרייבן אביסעלע לבנות בנ"א קען עס זיין א גרויסע זאך,
און אם ירצה ה' העל איך אויך פרובירן עפעס צו שרייבן
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 21087
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: דא משה מאנטיפיארי ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

מקום מנוחתו פון השר ר' משה מונטיפיורי וזוגתו ז"ל
viewtopic.php?p=1586623#p1586623
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4178
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: השר ר' משה מאנטיפיארי ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

יישר כח פאר פתיחה און דער שר פארדינט טאקע אנערקענונג פאר זיינע אויפטוען פאר כלל ישראל.
בנוגע דיין קשיא פארוואס אים געדענקט מען לס דעם "שר" האט עטליכע סיבות צוזאמען וואס האט צוזאם געפלאכטן דעם גאנצן מענטש מיט גאר אסאך אויפטוען וואס אסאך אנדערע שתדלנים ושרים האבן דאס נישט געהאט
ערשטנס: ווען ער איז געווען גאר יונג קוים עטליכע צוואנציג האט ער געמאכט ריזיגע ריזיגע סכומים געלט אינעם דעמאלטסדיגן ענגלישן פיינענשל סיסטעם
צווייטנס: אזוי ווי ער האט געהאט גאר אסאך געלט האט ער גלייך רעטייערט און זיך אריינגעלאזט בצרכי הכלל. ר' שמשון ווינער לדוגמא אדער די פריערדיגע שתדלנים האבן געארבעט פארן פריץ/קעניג און דורכדעם האטע ר געקקענט טון שתדלנות אויך. ר' משה האט געטון "בלויז" שתדלנות
דריטנס: ער האט ליידער נישט געהאט קיין קינדער האט ער אסאך געקענט ארומפארן ליידער נישט האבנדיג דעם דאגת החינוך. זיין ווייב יהודית פלעגט טאקע מיטפארן מיט עם אסאך אויב נישטאיבעראל
פערטנס ער האט געלעבט גאר לא נג מיט א זעלטנעם אריכות ימים וואס דאס האט עם געגעבן 75-80 יאר שתדלנות "אנלי"
פיפטנס ער האט געהאט פארשידענע קעניגליכע טיטלען פונעם ענגלישן קעניג וואס האט צוגעגעבן אסאך כח אויפן פאליטישן פראנט
ועוד ועוד
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14373
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

Re: השר ר' משה מאנטיפיארי ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

ס'נאכנישטא קיין אשכול איבער אים?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
תשבחתא ונחמתא
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 18, 2022 11:46 pm

Re: השר ר' משה מאנטיפיארי ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תשבחתא ונחמתא »

גוטע געדאנק די אשכול

פון וויקיפידיע
שר משה מאָנטיפֿיאָרי האט באזוכט זיבן מאל אין ארץ ישראל, ווען ביי יעדן באזוך האט ער באוויזן נאך עפעס אויפצוטון פאר זיינע אידישע ברידער. ער האט געהאלפן רייניגן דעם כותל המערבי, איבערבויען קבר רחל און אויפבויען צענדליגע היימישע געגנטער פאר די ירושלימער אידן.

די ירושלימ'ער אידן האבן זיך אין יענער תקופה געפינען אין א שרעקליכע ארעמע צושטאנד, ווואוינענדיג נאר אינעם חומה, אין אלט שטאט, אונטער דער טערקישער מלוכה און אראבישע הערשאפט. עס האט דאן געבוזשעוועט פארשידענע קרענק, און די אראבער האבן געבעטן אסאך געלט פאר די אידישע דירות.

משה מאָנטיפֿיאָרי האט צוגעזען די ביטערע מצב און האט געוואלט לינדערן אביסל די דחקות, האט ער נאך שווערע שתדלנות ביי די איסטאנצן געלונגען אפצוקויפן א באדן אינדערויסן פונעם חומה, נישט ווייט פון שער יפו, וואו ער האט פרובירט אויפצושטעלן א שפיטאל פאר די קראנקע אידן, אבער ווען די שפיטאל האט זיך נישט אויסגעארבעט האט מען זי פרובירט צו פארוואנדלען אין א אידישן יישוב. ער האט אויפגעבויעט עטליכע דירות וואס איז געווען באשטימט פאר תלמידי חכמים און ארעמלייט, די געגנט איז גערופן געווארן משכנות שאננים.

צווישן אנדערע האט רבי משה אויפגעשטעלט א ווינטמיל וועלכע זאל דינען אלס א מקור פון וואו די ירושלימ'ער אידן זאלן קענען מאכן פרנסה.

די ווינטמיל, האט אבער נישט געהאט קיין דערפאלג, צוליב די שוואכע ווינטן אין ירושלים האט די מיל נישט געמאלן די גאנצע צייט. קוים עטליכע טעג א יאָר איז געווען גענוג שטארקע ווינטן אז די מיל זאל ארבעטן געהעריג.

אלנפאלס, האט די מיל געדינט פאר עטליכע יאר ביז עס ארויסגעקומען נייע טעכנאלאגיע. מילן האבן אנגעהויבן ארבעטן אויף קוילן. די מיל איז דאן פארנעכלעסיגט און נאכגעלאזט געווארן, פירנדיג עס זאל ארויסגיין פון באניץ און צובראכן ווערן.

אין לויף פון די יארן איז די מיל עטליכע מאל פארראכטן און צובראכן געווארן. נאך דער זעקס-טאגיגער מלחמה האט מען עס ווידעראמאל באנייט, און עס דינט היינט צוטאגס אלס א מוזעאום. טראצדעם וואס די מיל האט נישט עכט אויפגעטון איר ציל, דינט עס נאך היינט אלס א סימבאל פון חסד און צדקה
תשבחתא ונחמתא
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 18, 2022 11:46 pm

Re: השר ר' משה מאנטיפיארי ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תשבחתא ונחמתא »

איינמאל בעפאר רבי משה איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל האט ער געהערט פון די בני אר"י אז זיי מוטשען זיך געפערליך מיט מייזן און ראטן וואס לויפן ארום אינטער די פיס און לייגן צוגרינד עסן און שאר חפצים, ע'כ האט ער מיטגעברענגט א מתנה פאר די בני ארץ ישראל 7 קעץ, מיטן חשבון אז די קעץ וועלן מסדר זיין די אלע מייזן,
למעשה, פעסט פארווערד 100 יאר איז ירושלים געווארן אנגעלייגט מיט קעץ נינים ונכדים פון די 7 קעץ וואס זיי האבן באקומען במתנה, און פון די מייז איז טאקע גארנישט געבליבען

(שמעתי זאת מהמגיד שיעור בקהל חסידים מיאמי שיעור 9pm)
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1684
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: השר ר' משה מאנטיפיארי ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

געווען אמאל א סעריע אויף רבי משה אין איד אדער בלאט
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: השר ר' משה מאנטיפיארי ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מאי 02, 2023 3:13 pm
געווען אמאל א סעריע אויף רבי משה אין איד אדער בלאט
אין 'מעלות' בשנים קדמוניות.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1684
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: השר ר' משה מאנטיפיארי ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דינסטאג מאי 02, 2023 3:32 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מאי 02, 2023 3:13 pm
געווען אמאל א סעריע אויף רבי משה אין איד אדער בלאט
אין 'מעלות' בשנים קדמוניות.
אויך דארט, הערליך באריכות און מיט אלע פארבן, אבער געווען אין די צייטונגען אויך.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm

Re: השר ר' משה מאנטיפיארי ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא דקפדנא »

אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm

Re: השר ר' משה מאנטיפיארי ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא דקפדנא »

עטליכע פרקים איבער דעם שר ר' משה מאנטיפיורי

זכרון יעקב
אוועטאר
פילאָזאָף
שר חמש מאות
תגובות: 894
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 13, 2022 2:36 pm

Re: השר ר' משה מאנטיפיארי ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילאָזאָף »

גוט אז איך טרעף מיר אן אין דעם אשכול, איך האב אמאל אנגעהויבן צו שרייבן אן ארטיקל איבער ר' משה, אבער איך בים געווארן פארנומען מיט אנדערע ארטיקלען און דאס איז אראפגעפרלן פון טיש. ממש א קליינביסל, לאמיר דא אריינלייגן וואס איך האב אנגעהויב שרייבן, זאל די עולם הנאה האבן...

===איך וויל די עולם זאל כאפן אז מ'רעדט דא פון אנגעהויבן שרייבן אן ארטיקל און קיינמאל נישט צוריק צו עס... עס איז נישט געווארן איבער-געארבעט אדער פארבעסערט, ס'איז א פשוטער דרעפט...

עס זעט מיר אויס אז איך האב אנגעהויבן צו קאלעקטן אינפארמאציע פון דא און דארט און עס איז געבליבן א רויע זאך (אזוי ווי וועסט זען ביי די חלק פון ווען ער איז ווידעראמאל אריין אין די סטאק מארקעט.

די רייכע דערגרייכונגען אין די לעבן פונעם שר משה מונטיפיורי ז"ל

ר' משה איז געווען א בריטישע איד וואס ער האט אויפגעטון פאר אידן אין די הונדערט יאר פון זיין לעבן מער ווי אנדערע האבן אין 50. מונטיפיורי איז געווען א בריטישע פינאַנסיסט און באנקיר, אן אקטיוויסט און פילאנטראפ, און ער איז אויך געווען דער שעריף אין לאנדן. מונטיפיורי האט גאר אסאך אינוועסטירט אין קלענערע אידישע ביזנעסער וואס איז אדאנק אים זענען זיי געווארן צו גרויסע זעלבסט-שטענדיגע פירמעס. דער מוסג פון וואוינען אינדרויסן פון די חומת ירושלים (די היינטיגע ירושלים...) קומט פון ר' משה נאך וואס ער איז געווען דער ערשטער צו אנהייבן בויען געגנטער ארויס פון די חומת ירושלים אז די ארימע אידן פון ירושלים זאלן האבן וואו צו וואוינען, און ער האט זיי גאר באצאלט צו קומען דארט וואוינען...

זיינע יונגע יארן
די לעבן פון די שר רבי משה חיים מנטפיורי האט זיך אנגעהויבן אין יאר 1784 - תקמ''ה ווען ער איז געבוירן געווארן צו זיינע עלטערן וואס זייער אפציעלע וואוינינג איז געווען אין לאנדן, ענגלאנד אבער זיי האבן זיך אויפגעהאלטן בשעתן געבורט אין די שטאט ליבורנו אין איטליע. פון דארט אין ליבונו, איטאליע האט משה'ס זיידע, זיין טאטעס טאטע משה חיים - נאך וועם ער הייסט - געקומען און זיך באזעצט אין לאנדאן, ענגלאנד. און טאקע יעצט ווען משה'ס עלטערן האבן זיך געפונען דארט אין שטאט פאר א ביזנעס רייזע און עס איז צו זיי דארט געבוירן געווארן א זון איז געווען גאר פאסיג צו א רופן דעם קינד נאך זייער זיידע וואס האט געוואוינט דא.

משה איז אויפגעוואקסן אין זיינע עלטערן'ס היימשטאט לאנדן. ער איז געווען דארט אין שולע ביז ווען די פיאנציעלע מצב פון זיינע עלטערן זענען געגאנגען בארג אראפ און ער האט געדארפט ארויס גיין ארבעטן ווי א ארומער קינד צו קענען צוזאמקלעטן רענדל נאך רענדל צו קענען העלפן זיין טאטע מיט זיין משפחה. ער האט געארבעט פאר א פירמע וואס פלעגט פארקויפן האלסעיל טיי. דערנאך האט ער געארבעט וואו ער האט געהאלטן געלט פון מענטשן א קאונטינג האוז אין לאנדאן. אין יאר 1803 ווען ער איז שוין אלט געווען ניינצן יאר איז ער אריין אין די לאדאנער סטאַק מארקעט. עס איז אים נישט געגאנגען מיט הצלחה און מיט בלויז דריי יאר שפעטער אין יאר 1806 האט ער אנגעזעצט פארלירנדיג אלע געלט וואס מענטשן האבן געהאט אריין געלייגט ביי אים, און ער האט געדארפט פארקויפן זיין לייסענס וואס איז געווען א ווערדפולע ארטיקל דאן, עס זענען געווען בלויז 12 פון דעם אין שטאט, און ער האט געמוזט אויפהערן מיט זיין סטאַק מעקלעריי.

ווען ער איז אלט געווען אכט און צוואנציג איז ער געווארן א חלק פון די???? freemason

ווען ער איז אונטערגעוואקסן האט ער ווידעראמאל, און דאסמאל אינאיינעם מיט זיין ברידער אברהם געווארן א מעקלער אין לאנדאן פאר די 'סטאַק מארקעט' עס זענען געווען בלויז צוועלף אזאלכע מעקלער'ס אין לאנדאן וואס דאס האט געמיינט אז ער איז געווען פון די געציילטע מענטשן אין לאנדאן מיט אזא בעשעפטונגס און ער האט געהאט גרויס הצלחה דערפון.
ווען ער איז געווארן אכט-און-צוואנציג יאר אין יאר 1812 האט ער געהייראט יהודת כהן דער טאכטער פון לוי ברנט כהן. כהן איז אין יענע צייט געווען דער רייכסטע פערזאן אין ענגלאנד. כהן'ס איידעם איז געווען נתן מאיר רוטשילד ??. מאנטפיורי איז געווען א ספרדי, און כהן איז געווען אן אשכנזי ???? כספרדי, . נאך זיין חתונה האט ער זיך אריין געלייגט אין די סטאק מארקעט און אין אינשורענס אינאיינעם מיט משפחת רוטשלולד און אין רוזלטאט פון דעם איז ער גאר רייך געווארן.

זיין קאמף פאר די לאנדנע ציבור
אין יאר 1824 ווען ער איז געווען פערציג יאר האט ער שוין רעטייערט און זיך אריין געלייגט אין העלפן אידן.

מנטפיורי האט אנגעפירט די ספרדישע אידנטום אין לאנדאן, און ער האט אוועק געגעבן זיין גאנצע צייט צו העלפן די אידן און אויפדטעלן צדקה קאסעס. ער האט געפנט א צדקה פאנד וואס ער האט אנגערופן 'מזכרת משה' וואס איז געווען געמאכט צו העלפן אידן זיך שטעלן אויף די אייגענע פיס. ער האט נישט נאר געהאלפן אידן נאר ער האט אינאטיינעם געהאלפן גוים צוגלייך. מנטפיורי איז געזעצן אויף די וועד פון די 'וועד שלוחי הקהלות' עס איז געווען די חשובסטע ארגעניזאציע אין לאנדאן, משה האט געהאט די לענגסטע חזקה אויף די פאזיציע ווי ער איז געזעצן פאר ניין-און-דרייסיג יאר פון יאר 1835 ביז 1874.

פאר בערך איין יאר – צווישן 1837 און 38' איז ער געווען די ראש העיר.

זיין רייכקייט זיין יחוס זיין גוטע איינדורק אין אנדערע מענטשן און זיינע פאזיציעס האבן אים געמאכט גאר גרויס, און איבעראל וואו ער האט זיך נאר געדרייט האבן זיך טירן פאר אים געפנט און ער האט דאס אלעס אויסגעניצט פאר זיינע אידישע ברידער.

== איך האב מיר אויך צוגעצייכנט עלילת דמשק, אויב איינער האט צייט קען ער דאס באשרייבן, אדער זאל מען ווארטן ווען איך וועל האבן, ס'וועט דויערן עטליכע יאר...
יענער? ער ליגט אין גרוב!
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5980
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: השר ר' משה מאנטיפיארי ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

געטראפן אין א אלטן ספר.
אטעטשמענטס
hoaruzim.jpg
hoaruzim.jpg (390.55 KiB) געזען 880 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 26475
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: השר ר' משה מאנטיפיארי ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט דער יא''צ פון דער גרויסע שר אין שטאטסמאן רבי משה מונטיפיארי ז"ל
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע:עולם השקר

Re: השר ר' משה מאנטיפיארי ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

א זעלטענער בריוו וואס ר׳ משה שרייבט צו ר׳ שמואל סאלאנטער בנוגע צוטיילן געלט וואס ער שיקט קיין א״י.
אטעטשמענטס
a6e10d54-b7c2-4b15-b8af-34709f9a6ac0.jpeg
a6e10d54-b7c2-4b15-b8af-34709f9a6ac0.jpeg (131.17 KiB) געזען 637 מאל
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע:עולם השקר

Re: השר ר' משה מאנטיפיארי ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

אינטערסאנט אונצומערקן אז ר׳ משה איז ביי איינע פון זיינע באזוכן אין ירושלים (אדער מער ווי איין מאל לויט געוויסע היסטאריקער) ארויף אויפן הר הבית, א זאך וואס האט געברענגט אז די רבני ירושלים זאלן איהם אנזאגן ער זאל מער נישט ארויפגיין.
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5980
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: השר ר' משה מאנטיפיארי ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

לאשתמודעתא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:47 am
אינטערסאנט אונצומערקן אז ר׳ משה איז ביי איינע פון זיינע באזוכן אין ירושלים (אדער מער ווי איין מאל לויט געוויסע היסטאריקער) ארויף אויפן הר הבית, א זאך וואס האט געברענגט אז די רבני ירושלים זאלן איהם אנזאגן ער זאל מער נישט ארויפגיין.
אנזאגן?
געלייגט אין ח, ביז ער האט געזאגט אז ער האט נישט געוויסט.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אביונה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3059
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: השר ר' משה מאנטיפיארי ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

הארזים האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 12:34 am
געטראפן אין א אלטן ספר.
שטייט נאך היינט ערגעץ דער פאלאץ?
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3117
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: השר ר' משה מאנטיפיארי ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

Gevald Geshrigen האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 10:35 pm
יישר כח פאר פתיחה און דער שר פארדינט טאקע אנערקענונג פאר זיינע אויפטוען פאר כלל ישראל.
בנוגע דיין קשיא פארוואס אים געדענקט מען לס דעם "שר" האט עטליכע סיבות צוזאמען וואס האט צוזאם געפלאכטן דעם גאנצן מענטש מיט גאר אסאך אויפטוען וואס אסאך אנדערע שתדלנים ושרים האבן דאס נישט געהאט
ערשטנס: ווען ער איז געווען גאר יונג קוים עטליכע צוואנציג האט ער געמאכט ריזיגע ריזיגע סכומים געלט אינעם דעמאלטסדיגן ענגלישן פיינענשל סיסטעם
צווייטנס: אזוי ווי ער האט געהאט גאר אסאך געלט האט ער גלייך רעטייערט און זיך אריינגעלאזט בצרכי הכלל. ר' שמשון ווינער לדוגמא אדער די פריערדיגע שתדלנים האבן געארבעט פארן פריץ/קעניג און דורכדעם האטע ר געקקענט טון שתדלנות אויך. ר' משה האט געטון "בלויז" שתדלנות
דריטנס: ער האט ליידער נישט געהאט קיין קינדער האט ער אסאך געקענט ארומפארן ליידער נישט האבנדיג דעם דאגת החינוך. זיין ווייב יהודית פלעגט טאקע מיטפארן מיט עם אסאך אויב נישטאיבעראל
פערטנס ער האט געלעבט גאר לא נג מיט א זעלטנעם אריכות ימים וואס דאס האט עם געגעבן 75-80 יאר שתדלנות "אנלי"
פיפטנס ער האט געהאט פארשידענע קעניגליכע טיטלען פונעם ענגלישן קעניג וואס האט צוגעגעבן אסאך כח אויפן פאליטישן פראנט
ועוד ועוד
בפשטות קומט די טיטל שר פון דעם וואס די קעניגן האט אים געגעבן די טיטל Sir
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע:עולם השקר

Re: השר ר' משה מאנטיפיארי ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

הארזים האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:57 am
לאשתמודעתא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:47 am
אינטערסאנט אונצומערקן אז ר׳ משה איז ביי איינע פון זיינע באזוכן אין ירושלים (אדער מער ווי איין מאל לויט געוויסע היסטאריקער) ארויף אויפן הר הבית, א זאך וואס האט געברענגט אז די רבני ירושלים זאלן איהם אנזאגן ער זאל מער נישט ארויפגיין.
אנזאגן?
געלייגט אין ח, ביז ער האט געזאגט אז ער האט נישט געוויסט.
רוב רובם פון רבני ירושלים אין יענע צייט האבן איהם נישט געלייגט אין א ח׳.
און צו זאגן אז ער האט נישט געוויסט איז גאר נאריש.
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
אביונה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3059
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: השר ר' משה מאנטיפיארי ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

לאשתמודעתא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:02 am

רבי יעקב משה מליסא, א זון פונם חוות דעת, האט אים געלייגט אין חרם, איז ער געקומען צו רבי שמואל סאלנט און צו רבי מאיר אויערבאך בעל אמרי בינה, זאלן אים מתיר זיין דעם חרם, זיי האבן ממליץ געווען דערויף אז עס איז א 'חרמו של י"ם'...
לויט איין גירסא איז ער ארויף אין א גלאזענע קעסטל...
אזוי צו אזוי, ער איז נישט געווען דער גרעסטער תנא קמא, סוי די פליאה איז נישט אזוי גרויס...
לעצט פארראכטן דורך אביונה אום דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:09 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3117
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: השר ר' משה מאנטיפיארי ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

לאשתמודעתא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:02 am
הארזים האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:57 am
לאשתמודעתא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:47 am
אינטערסאנט אונצומערקן אז ר׳ משה איז ביי איינע פון זיינע באזוכן אין ירושלים (אדער מער ווי איין מאל לויט געוויסע היסטאריקער) ארויף אויפן הר הבית, א זאך וואס האט געברענגט אז די רבני ירושלים זאלן איהם אנזאגן ער זאל מער נישט ארויפגיין.
אנזאגן?
געלייגט אין ח, ביז ער האט געזאגט אז ער האט נישט געוויסט.
רוב רובם פון רבני ירושלים אין יענע צייט האבן איהם נישט געלייגט אין א ח׳.
און צו זאגן אז ער האט נישט געוויסט איז גאר נאריש.
ר' משה איז בכלל נישט אויפגעוואקסן רעליגיעז.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: השר ר' משה מאנטיפיארי ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

לאשתמודעתא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:02 am
הארזים האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:57 am
ניתי ספר וניחזי...
איז דא באשריבען די ח' ערגעץ?
הרה"ק אדמו"ר הר"ר בונם זצלה"ה מפרשיסחא אמר שבאם הגוי קורא על ישראל דברי זלזול, והישראל עונה לגוי לעומתו הרי הוא מאריך את הגלות רח"ל, עכ"ד ..היפוך הכת הידועה שאינם יכולים לסבול הכניעה וסבלות הגלות..
שם משמואל שמות
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע:עולם השקר

Re: השר ר' משה מאנטיפיארי ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

אביונה האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:08 am
לאשתמודעתא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:02 am
הארזים האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:57 am
לאשתמודעתא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:47 am
אינטערסאנט אונצומערקן אז ר׳ משה איז ביי איינע פון זיינע באזוכן אין ירושלים (אדער מער ווי איין מאל לויט געוויסע היסטאריקער) ארויף אויפן הר הבית, א זאך וואס האט געברענגט אז די רבני ירושלים זאלן איהם אנזאגן ער זאל מער נישט ארויפגיין.
אנזאגן?
געלייגט אין ח, ביז ער האט געזאגט אז ער האט נישט געוויסט.
רוב רובם פון רבני ירושלים אין יענע צייט האבן איהם נישט געלייגט אין א ח׳.
און צו זאגן אז ער האט נישט געוויסט איז גאר נאריש.
רבי יעקב משה מליסא, א זון פונם חוות דעת, האט אים געלייגט אין חרם, איז ער געקומען צו רבי שמואל סאלנט און צו רבי מאיר אויערבאך בעל אמרי בינה, זאלן אים מתיר זיין דעם חרם, זיי האבן ממליץ געווען דערויף אז עס איז א 'חרמו של י"ם'...
לויט איין גירסא איז ער ארויף אין א גלאזענע קעסטל...
אזוי צו אזוי, ער איז נישט געווען דער גרעסטער תנא קמא, סוי די פליאה איז נישט אזוי גרויס...
דער ר׳ יעקב משה איז לויט געוויסע נישט געווען אינגאנצען ביים דעת, און אין די היסטאריע פון זיין פאטער ווערט ער קיינמאל דערמאנט.
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
אביונה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3059
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: השר ר' משה מאנטיפיארי ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

ראובן איש מהעם האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:09 am
לאשתמודעתא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:02 am
הארזים האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:57 am
ניתי ספר וניחזי...
איז דא באשריבען די ח' ערגעץ?
אין ספר 'אדרת שמואל' תולדות רבי שמואל סאלנט, און נאך מקורות
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”