נסיעה לציון הרה״ק השרף ממאגעלניצא זי"ע - נייעס און אפדעיטס
דער טשארטער איז ערמעגליכט געווארן דורך וועד פועל ישועות דמאגלניץ און וועט אויסגעפירט ווערן דורך פלען איט רייט עס וועט זיין פולקאם אהערגעשטעלט מיט א היימישע מאנשאפט ספעציעל געווידמעט נאכצוקומען די היימישע געברויכן דורכן האבן א בלויז מענער מאנשאפט און מנינים מיט א ספר תורה אויפן פליגער.
מ׳קען אויך אריינשיקן א קוויטל צו וועד פועל ישועות דמאגלניץ דורכן דרוקן דא און איר וועט דערמאנט ווערן דורך א ספעציעלער שליח פונעם וועד פועל ישועות. דער הייליגער מאגלניצער צדיק זי״ע האט זיך אויסגעדרוקט ״אז מען טוט מיר א טובה קען מען זיך דערביי אויסנעמען מיט מיר א תנאי״ און עס איז זיכער אז ווער עס איז זיך משתתף מיט א פדיון לטובת די אנגייענדע ארבעט ביים ציון הקדוש וועט אוודאי געדענקט ווערן תמיד לכוט״ס.
די נסיעה וועט געדענקט ווערן פאר לאנגע יארן און די ישועות און רפואות וואס מען וועט פועל׳ן וועט אוודאי עושה רושם זיין, בזכות דעם הייליגן געטליכן צדיק.
הושענא פועל ישועות.