נעכטן מאנטיג האט זיך כ"ק אדמו''ר מתולדות צבי ד'ספינקא שליט"א ארויסגעלאזט אין באגלייטונג פון פילע חסידים צום געהויבענעם מסע הקודש קיין פולין לרגל די יומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן שרף ממאגלניצא זי"ע וואס געפאלט אויס דעם שב"ק ט"ו אייר.
היינט דינסטאג צופרי האט דעם רבינס פליגער געלאנדעט אין ווארשא פון ווי מען איז תיכף צוגעפארן צום עיר האבות מאגלניצא ווי מען וועט זיך אויפהאלטן דורכאויס די ימי הנסיעה, ביים אנקומען איז די רבי שליט"א געגאנגען אין מקווה, און דערנאך אריין אינעם בית מדרש החדש וואס די רבי שליט"א האט אין די לעצטע יאהרן געלאזט בויען, און זיך געזעצט לערנען בהתמדה רבה אינאיינעם מיט אלע משתתפי הנסיעה וועלכע האבן עוסק געוועהן בתורה פאר א לענגערע וויילע אנהייבנדיג דעם דערהויבענעם נסיעה מיט לימוד התורה.
פון דארט איז מען ארויסגעפארן קיין קאזניץ ווי מען איז ארויף צום ציון הק' פונעם הייליגן קאזניצער מגיד זי"ע וצאצאיו הק', מען האט דארט געזינגען ניגוני התעוררות און דעם רבינ'ס איידעם הרב אהרן הערש טערקלטויב האט פארגעזאגט סליחות פארן עמוד מיט גרויס התעוררות, דערנאך האט די רבי שליט"א משמיע געווען פייערידגע דברות קודש, און בתוך דבריו דערמאנט איבער די היי יעריגע עלייה קיין מירון, זייענדיג מעורר רחמים אז די ציונים זאלן נישט האבן קיין שליטה, און מיט גרויס בכיות ארומגערעט איבער די מצב השורר בארצינו הקדושה.
דערנאך האט מען ממשיך געווען קיין לובלין צום ציון הק' פונעם הייליגן חוזה פון לובלין זי"ע, וואו מען האט געזאגט פרקי תהילים און די רבי האט משמיע געווען דברי התעוררות, לעת ערב איז די רבי שליט"א מיט די פמליא אנגעקומען צום עיר הקודש והמקודש ליזענסק, ווי מען וועט מארגן אין די פארטאגס שעהן פוקד זיין דעם ציון הקדוש.