געפילן נאכן געבורט פון מיין ערשטע קינד
יעצט אפיר געטראפן די גראמען וואס כ'האב געמאכט נאך ווען מיין ערשטע יונגעלע איז מיר געבוירן פאר 2 חדשים צוריק. ב"ה
אודה ד' מאד בפי ובתוך רבים אהללנו
מיין געפילן צומישט,
איך טו עס קוים דערהייבן,
שרייבן געהעריג איך קען נישט,
איך טו עס פשוט נישט גלייבן.
אויף שנעלער רעדער,
געפלויגן די מאנאטן,
יעצט זאג מיר שוין יעדער,
מזל טוב, טאטע'ן.
אריין אין שפיטאל פרייטיג,
אויפדערנאכט,
אין א ווינקעל זייטיג,
געזיצן פארטראכט.
אינעם ווארטזאל -דארט זיץ-איך,
כ'ווארט מיט שפאנונג,
וואס עס טוט-זיך,
איך האב נישט קיין אנונג.
ביז מען רופט מיר ארויס,
צום באשעפער איך האף,
מיט שמחה ער שרייט אויס,
א יונגעל! מזל טוב!
מיין מצב קאנטראלירן,
כ'האב פארלוירן,
כ'ווייס נישט וויאזוי צו רעאגירן,
א יונגעלע איז מיר געבוירן!
מייו קינד ווי-איז,
איך מוז אים זען,
יא, ס'א מציאות,
ס'איז עכט געשען.
מזמור לתודה,
ס'הייבן זיך מיינע הענט,
הודו לד', איך שריי אזוי-דא,
צווישען די שפיטאל ווענט.
ארעם איז די שפראך,
צו קענען זאגן א דאנק,
מיין מויל איז צו שוואך,
צו קענען לויבן מיט געזאנג.
כ'בין ווערטערלאז,
אין בין שטום, שטיל,
אבער מיין הארץ הערט-ער-אויס,
ער ווייסט, וואס זאגן כ'וויל.
אודה ד' מאד בפי ובתוך רבים אהללנו
מיין געפילן צומישט,
איך טו עס קוים דערהייבן,
שרייבן געהעריג איך קען נישט,
איך טו עס פשוט נישט גלייבן.
אויף שנעלער רעדער,
געפלויגן די מאנאטן,
יעצט זאג מיר שוין יעדער,
מזל טוב, טאטע'ן.
אריין אין שפיטאל פרייטיג,
אויפדערנאכט,
אין א ווינקעל זייטיג,
געזיצן פארטראכט.
אינעם ווארטזאל -דארט זיץ-איך,
כ'ווארט מיט שפאנונג,
וואס עס טוט-זיך,
איך האב נישט קיין אנונג.
ביז מען רופט מיר ארויס,
צום באשעפער איך האף,
מיט שמחה ער שרייט אויס,
א יונגעל! מזל טוב!
מיין מצב קאנטראלירן,
כ'האב פארלוירן,
כ'ווייס נישט וויאזוי צו רעאגירן,
א יונגעלע איז מיר געבוירן!
מייו קינד ווי-איז,
איך מוז אים זען,
יא, ס'א מציאות,
ס'איז עכט געשען.
מזמור לתודה,
ס'הייבן זיך מיינע הענט,
הודו לד', איך שריי אזוי-דא,
צווישען די שפיטאל ווענט.
ארעם איז די שפראך,
צו קענען זאגן א דאנק,
מיין מויל איז צו שוואך,
צו קענען לויבן מיט געזאנג.
כ'בין ווערטערלאז,
אין בין שטום, שטיל,
אבער מיין הארץ הערט-ער-אויס,
ער ווייסט, וואס זאגן כ'וויל.