נייע ארגאניזאציע "משא המסע"

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

נייע ארגאניזאציע "משא המסע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

בס"ד
איך האב נישט קיין צייט צו שרייבן, אבער בכלליות אין 10 מינוט וויל איך פארשטעלן מיין נייע ארגאניזאציע "משא המסע"

ב"ה במשך די לעצטערע יארן איז אסאך געטון געווארן צו שפארן געלט פאר אידן בעת שמחתם ווען זיי מאכן חתונה די קינדער בליעה"ר, און פילצאליגע תקנות זענען געווארן פראקלאמירט, פילצאליגע ביליגע זאלן רענאווירט, פילצאליגע קאמפיינען געפירט, פילצאליגע ארגאניזאציעס ארגאניזירט, פילצאליגע געשעפטן צו שפארן געלט מאדיפיצירט, די הויכע קאסטן פון חתונה מאכן היבש רעדוצירט, און עסקנים און די צייטונגען סעלעברירט, די פלאקאטן אין בית המדרש פארפירט, נייע מהלכים און מבצעים אויספרובירט, וכו'

על של עתה באתי:
אין ליכט וואס עס איז רעלאטיוו ביליג און גרינג צו פארן אויף מקומות הקדושים, עס איז שיין אהערגעשטעלט היינט צוטאגס, איז צוגעקומען א נייע סעיף בהלכות חתונה מאכן, נעמליך: א נסיעה צו מקומות הקדושים, מען דארף זיך אויסוויינען און זיך אויסבעטן אלעס גוטס אויף די נייע לעבן פון חתן כלה דעריבער שפענדט מען צווישן $3,000 און $5,000 דאלער פאר א נסיעה צו מקומות הקדושים. און אויב די מחותן פארט אויך מיט איז עס כמובן דאפעלט,

מען פארט אויף די געהויבענע נסיעה, מיט א חשובע משפיע, מען וויינט זיך אויס, מען געבט די געפילן ארויס, מען פועלט אויס אלעם גוטן, ברכה והצלחה אויף די נייע טריטן, וואס דער חתן שטעלט אין לעבן, ווען ער וועט זיין נייע שטוב אויסוועבן.

זייער א שיינע און געהויבענע זאך – אבער די ברענעדיגע פראגע וואס די גמרא פרעגט אין מס' קידושין מאנט! כסף מנלן??? – דער טאטע האט ניטאמאל א הונדערטער צו באצאלן א דרייסיגסטל פארן שדכן, ער איז שולדיג געלט פאר דריי פערטל שטאט, אבער א נסיעה מוז זיין! היינט גייט יעדע חתן אויף א נסיעה אויף מקומות הקדושים...

א איד טרעפט מיר היינט אין בית המדרש, ער איז א קאנטראקטער פאר קלענערע פראיעקטן, איז ער געוואר געווארן אז א איד וואס קומט אים $20,000 פארט א נסיעה צו מקומות הקדושים!!!, ערעב איד! אז איר האט יא די איבריגע 5 אלפים וואו בין איך???

אוודאי! א טאטע זאגט מיר היינט אז זיין חתן האט זיך אפגעשפארט אייגן געלט און דאס גענוצט אויף זיין נסיעה, יעצט ווען א געוויסער רב איז געפארן מיט א קבוצה בחורים האבן טייל בחורים זיכער – וואס איך קען זיי, זיי האבן געארבעט בין הזמנים און געמאכט דאס גאנצע געלט, אדער גרויסע חלקים פון דאס געלט, און דאס האבן זיי גענוצט פאר די נסיעה (זייער א געהויבענע נסיעה, די בחורים בינם לבין עצמם האבן גענומען נאר געדינגענע טעלעפאנען, וועלנדיג זיין באמת אויסגעפלאגט פון די וועלט, אזש ווען כ'האב גערעדט מיט איינע פון בחורים זייענדיג דארט, און כ'האב אים געוואלט מיטטיילן גאר גרויסע נייעס בחצרות קדשינו האט ער נישט געוואלט הערן, יעצט בין איך דארט אין א וועלט פון רוחניות...)

אבער ווען דער טאטע דארף עס באצאלן אינדערצייט וואס ער מוטשעט זיך דורכצושוויצן דעם חודש, און דא פאלט ארויף אזא עול, און נאך אזא רוחניות'דיגע עול וואס איז אסאך שווערער צו רעדן דערקעגן, איז דאס זייער אומפארשטענדליך.

איז אזוי: אין שיעור א' איז דא א שיינע פראצענט וואס דארף פארן איינמאל א יאר, שיעור ב' איז שוין א חיוב איינמאל א יאר, שיעור ג' – צוויי מאל א יאר, פארשטייסט...?
אין ליכט פון די אלע עלטערן וואס מיטשען זיך אזוי, גרינדן מיר די נייע ארגאניזאציע, 'משא המסע' געווידמעט צו ארויסהעלפן אידן שלעפן זייער משא פון די מסע צו מקומות הקדושים.

חברי הנהלה: נאך דא עטליכע סלאטס אוועילעבל.

סכום וואס מען וועט טיילן: לויט ווי די חברי הנהלה וועלן באשטעטיגן אין יעדע פאל עקסטער. (דארפסט פארשטיין אז איינער וועמענס פאטער עס דרייווט א קאדילאק מיט געבארגטע געלט, דארף דער זון זיצן אין ערשטע קלאס...)

אן עקסטערן וועד ווערט געגרינדעט צו טרעפן אלטע און נייע האטעלן אין די אפסטעיט אומגעגנט און מפעל בעידן חדוותא וועט זיך אפגעבן מיטן אימפארטירן קברי צדיקים דא אין די קרית יואלע אומגעגנט, - אקציע וועט ווערן דורכגעפירט דורך חלומות פונעם אלטן משמש.

די וועד וועט זיך אויך אפגעבן מיטן מאכן א דאטא באזע פון די מערסט צובראכענע ראודס מיט די מערסטע פאטהאלס ווי די גרויסע טשארטערס וועלן דארט פארן און מען וועט קענען מיטטאנצן און שפירן כאילו מען איז אינדערהיים אין אלט פולין...

דאס אלעס איז געשריבן היבש ציניש, אבער כ'מיין ארויסצוברענגען די געדאנק דערפון.

דער כולל אינגערמאן וואס דאס ווייב ברענגט אהיים 400 דאלער א וואך און דא פארט ער אויף א 2 אהאלב טויזענט דאלער'דיגע נסיעה, עס דארף מאכן סענס.

-----
געשריבן אינטערן רושם פון א שמועס צווישן עלטערן וואס מאכן חתונה, איינער איז א מרביץ תורה וואס האלט עס מיט פונדערנאנט אין ישיבה.
לעצט פארראכטן דורך דער מענעדזשער אום דאנערשטאג מאי 04, 2023 11:12 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: נייע ארגאניזאציע "משא המסע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

פיין
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: נייע ארגאניזאציע "משא המסע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

עס ווערט דערציילט אז ווען עס איז געשלאסן געווארן א שידוך האט מען געפרעגט הבחור החשוב י"ד ני"ו וואס איז די סדר פון די שמחה?
האט ער אויסגערעכנט, ווארט, תנאים, טיי אווענט, באווארפן, חתונה, און שבע ברכות

היינט צוטאגס ווען טיי אווענט עקזעסטירט שוין כמעט נישט, קען מען עס איינטוישן פאר נסיעה...
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 12519
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: נייע ארגאניזאציע "משא המסע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

וואף!!! שארף!! אבער ליידער אמת!
בילד
האסט הנאה פון די באריכטן? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3410
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: נייע ארגאניזאציע "משא המסע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

געהערט אמאל די מעשה שקרוב להיות אמת, א איד איז געווען שולדיג פאנטאסטישע סומעס שכר לימוד, דער שכר לימוד קאלעקטאר איז אים נאכגעלאפן אן ערפאלג, ויהי היום הערט ער אז דער בעל חוב דינן פארט אויף אומאן, אין א בחינה פון לא תשנא את אחיך בלבבך קלינגט ער אים אן, בתמיה, קענסט נישט באצאלן שכר לימוד אבער אויף אומאן קענסטו פאר'ן??? ענטפערט ער אים, אהובי ידידי, מיין רבי איז מיין לעבן, אנדעם קצתי בחיי כ'מוז פארן ס'איז ממש פיקוח נפש! נו שוין.

גייט אריבער עטליכע חדשים הערט ער ווידער אז דער גרייט זיך צו פארן אויף ליזענסק!!! נא וואס איז יעצט??? ער קלינגט אריין, דער האט שוין געוואוסט וואס קומט זאגט ער קוק אהער, איך באצאל נישט קיין פיאסטער פאר די נסיעה, נאר וואס, א איד א גביר באצאלט עד פ"א כ'זאל גיין מתפלל זיין פאר אים...

נו שוין, קומט ג' אייר ווידער, דער פארט קיין קערעסטיר, וואס איז יעצט די תירוץ? דאס מאל רופט ער שוין מיט אביסל פאראיבל, אבער דער איז גרייט מיט'ן תירוץ, ווייסט דאך, פרנסה אידאך נישט אזוי איי איי איי, ביזט דאך באקאנט עס איז קומט מיר אן גאר שווער דאס באצאלן שכר לימוד, נא מוז איך דאך טוען עפּעס השתדלות ניין?

קוים צוריקגעקומען פון אונגארן און אונזער חתן דנן גרייט זיך צו פארן קיין מירון אויף ל"ג בעומר! דא איז אונזער קאלעקטאר שוין געווארן מלא חמה, אלעס האט א שיעור, ער באגנוגט זיך שוין נישט מיט קיין טעלעפאן קאל, ער זעצט זיך אריין און קאר, דעסטינאציע? דעם איד אינדערהיים, דער וועט שוין נישט האבן קיין תירוץ, וואס אידאס פארן מקומות יעדע שני וחמישי בו ביום וואס די מלמדים הונגערן!!! ווי נאר ער קומט אן ענטפאגט ער אים מיט א שמייכל כאילו נישט אים מיינט מען, דו קומסט אודאי פרעגן היתכן כ'פאר קיין מירון הא? איז קוק אהער יעצט האב איך מיר שוין אנגעזאמעלט א היבש ביסל פוינטס... די נסיעה קאסט מיר ממש גארנישט....
לעצט פארראכטן דורך מאטל שניידער אום זונטאג מאי 14, 2023 10:24 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת
~ מעלות

we protest!
אוועטאר
אפגעגאלט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: נייע ארגאניזאציע "משא המסע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

יישר כח מענעדזשער

מ'דארף ליארמען און פארפירן דערויף ווייל ס'איז שרעקליך
משגיח תמידי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2014 2:45 pm

Re: נייע ארגאניזאציע "משא המסע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משגיח תמידי »

האסט פארגעסן צו שרייבן, ווער עס וויל סתם אראפרייסן די נייע ארגאניזאציע איז זיין פלאץ נישט דא, ביטע האלטן דאס פלאץ ריין
דרימליינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 4:30 pm

Re: נייע ארגאניזאציע "משא המסע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרימליינער »

א לייק איז נישט גענוג

ווייז פרייזן, וועסטו לייזן!
אוועטאר
איך נוץ מיין JELLY
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 06, 2021 2:17 pm

Re: נייע ארגאניזאציע "משא המסע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך נוץ מיין JELLY »

אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 21186
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: נייע ארגאניזאציע "משא המסע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

וויאזוי זאגט מען אין אידיש ''Enjoy Yourself''?

ביי די פרויען: 'האב הנאה',
ביי די מענער: 'פויעל אויס אלעס גוט'ס'!
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6756
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

תגובה דורך פראקטיש »

דאס אז די עלטערן צופעליקן זיך פאר די אומגעהויערע חתונה הוצאות אלעס ווייל די "סטאנדארד" פארלאנגט עס און די קינדער קענען נישט ווערן פארשעמט פון זייער ארומיגע דאס איז שוין אקצעפטירט?

טייל עלטערן שפירן אז היות די מצב האט סיי ווי נישט קיין זין, לאמיך שוין אויך הנאה האבן עפעס פאר מיר.

קען מען דען בארעכטיגן צו פארן מקומות הקדושים ווען מ'האט נישט? זיכער אז נישט. אבער נישט "דארט" ליגט די הונט באגראבן.

אין די סקעיל פון פינאנציעלע מיסברויכן איז דאס גאר ווינציג, ליידער.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: נייע ארגאניזאציע "משא המסע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

פראקטיש האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 10:04 am
דאס אז די עלטערן צופעליקן זיך פאר די אומגעהויערע חתונה הוצאות אלעס ווייל די "סטאנדארד" פארלאנגט עס און די קינדער קענען נישט ווערן פארשעמט פון זייער ארומיגע דאס איז שוין אקצעפטירט?

טייל עלטערן שפירן אז היות די מצב האט סיי ווי נישט קיין זין, לאמיך שוין אויך הנאה האבן עפעס פאר מיר.

קען מען דען בארעכטיגן צו פארן מקומות הקדושים ווען מ'האט נישט? זיכער אז נישט. אבער נישט "דארט" ליגט די הונט באגראבן.

אין די סקעיל פון פינאנציעלע מיסברויכן איז דאס גאר ווינציג, ליידער.
וואס ווילסטו ארויסברענגען? יעדע זאך לייגט צו, און אמאל איז עס רח"ל די שטרוי וואס צעברעכט דעם קעמל'ס רוקן.
אפשר דאס איז געווען די סיבה פונעם אלטן גלייכווערטל: "מ'קען 'פוילן\פועל'ן' אין 'אונגארן' אויך".
און איך שטיץ יא אז מ'זאל קענען אויפקומען מיט א געוויסע סארט קאמפיין, אז מ'קען פונקט אזוי פועל'ן ביי צדיקים דא אין אמעריקא: סאטמאר, ריבניץ, באבוב, סקולען, (יונה לאנדא'ס צדיקים...) וכו'.
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6756
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייע ארגאניזאציע "משא המסע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

המברך יתברך האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 10:09 am
פראקטיש האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 10:04 am
דאס אז די עלטערן צופעליקן זיך פאר די אומגעהויערע חתונה הוצאות אלעס ווייל די "סטאנדארד" פארלאנגט עס און די קינדער קענען נישט ווערן פארשעמט פון זייער ארומיגע דאס איז שוין אקצעפטירט?

טייל עלטערן שפירן אז היות די מצב האט סיי ווי נישט קיין זין, לאמיך שוין אויך הנאה האבן עפעס פאר מיר.

קען מען דען בארעכטיגן צו פארן מקומות הקדושים ווען מ'האט נישט? זיכער אז נישט. אבער נישט "דארט" ליגט די הונט באגראבן.

אין די סקעיל פון פינאנציעלע מיסברויכן איז דאס גאר ווינציג, ליידער.
וואס ווילסטו ארויסברענגען? יעדע זאך לייגט צו, און אמאל איז עס רח"ל די שטרוי וואס צעברעכט דעם קעמל'ס רוקן.
אפשר דאס איז געווען די סיבה פונעם אלטן גלייכווערטל: "מ'קען 'פוילן\פועל'ן' אין 'אונגארן' אויך".
און איך שטיץ יא אז מ'זאל קענען אויפקומען מיט א געוויסע סארט קאמפיין, אז מ'קען פונקט אזוי פועל'ן ביי צדיקים דא אין אמעריקא: סאטמאר, ריבניץ, באבוב, סקולען, (יונה לאנדא'ס צדיקים...) וכו'.
די קאמפיין אז מ'קען דא לאקאל אויך פועלן איז גילטיג אפילו ווען מ'מאכט נישט חתונה און אפילו ווען מ'קען עס יא עפארדן.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4582
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: נייע ארגאניזאציע "משא המסע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

@המברך. פארגעס נישט דאס:
moishy56 האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 7:48 am
וויאזוי זאגט מען אין אידיש ''Enjoy Yourself''?

ביי די פרויען: 'האב הנאה',
ביי די מענער: 'פויעל אויס אלעס גוט'ס'!
אפשר אויב מ’וועט מאכן טשאלנט אויך ביי די צדיקים דא, וועלן מענטשן קענען ’’פועל’ן’’ דא אויך...
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9747
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: נייע ארגאניזאציע "משא המסע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ערווארט נישט אז די וואס פראווענען געהויבענע, לוקזוריעזע, התעוררות'דיגע, עקסטראוואגאנדע נסיעות פאר אנ"ש, תומכים, נדיבים, זאלן ארויסקומען קעגן די אומזיסטע שוואילטאג.
אלזא איז אייוועלט געבליבן א די איינציגסטע פלאץ ארויסצוגעבן די ווייגעשריי.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3410
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: נייע ארגאניזאציע "משא המסע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

ווי האב איך געהערט אמאל פון א איד, יעדעס מאל פאר ער מאכט חתונה פארט ער מיט די ב"ב אויף וועקעישאן, בארגן נאך 3 אלפים וועט שוין נישט אויסמאכן זאגט ער
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת
~ מעלות

we protest!
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 21186
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: נייע ארגאניזאציע "משא המסע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

moishy56 האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 7:48 am
וויאזוי זאגט מען אין אידיש ''Enjoy Yourself''?

ביי די פרויען: 'האב הנאה',
ביי די מענער: 'פויעל אויס אלעס גוט'ס'!
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7002
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייע ארגאניזאציע "משא המסע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

זייער גוט געשריבן, און אזוי אמת ליידער, עס איז א הארצווייטאג!

א עקסטערע לייק פאר די קעפל, כ'מיין, פאר די נאמען פון די ארגאניזאציע. שיינע מליצה.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

Re: נייע ארגאניזאציע "משא המסע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

מאטל שניידער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 11:46 am
געהערט אמאל די מעשה שקרוב להיות אמת, א איד איז געווען שולדיג פאנטאסטישע סומעס שכר לימוד, דער שכר לימוד קאלעקטאר איז אים נאכגעלאפן אן ערפאלג, ויהי היום הערט ער אז דער בעל חוב דינן פארט אויף אומאן, אין א בחינה פון לא תשנא את אחיך בלבבך קלינגט ער אים אן, בתמיה, קענסט נישט באצאלן שכר לימוד אבער אויף אומאן קענסטו פאר'ן??? ענטפערט ער אים, אהובי ידידי, מיין רבי איז מיין לעבן, אנדעם קצתי בחיי כ'מוז פארן ס'איז ממש פיקוח נפש! נו שוין.

גייט אריבער עטליכע חדשים הערט ער ווידער אז דער גרייט זיך צו פארן אויף ליזענסק!!! נא וואס איז יעצט??? ער קלינגט אריין, דער האט שוין געוואוסט וואס קומט זאגט ער קוק אהער, איך באצאל נישט קיין פיאסטער פאר די נסיעה, נאר וואס, א איד א גביר באצאלט עד פ"א כ'זאל גיין מתפלל זיין פאר אים...

נו שוין, קומט ג' אייר ווידער, דער פארט קיין קערעסטיר, וואס איז יעצט די תירוץ? דאס מאל רופט ער שוין מיט אביסל פאראיבל, אבער דער איז גרייט מיט'ן תירוץ, ווייסט דאך, פרנסה אידאך נישט אזוי איי איי איי, ביזט דאך באקאנט עס איז קומט מיר אן גאר שווער דאס באצאלן שכר לימוד, נא מוז איך דאך טוען עפּעס השתדלות ניין?

קוים צוריקגעקומען פון אונגארן און אונזער חתן דנן גרייט זיך צו פארן קיין מירון אויף ל"ג בעומר! דא איז אונזער קאלעקטאר שוין געווארן מלא חמה, אלעס האט א שיעור, ער באגנוגט זיך שוין נישט מיט קיין טעלעפאן קאל, ער זעצט זיך אריין און קאר, דעסטינאציע? דעם איד אינדערהיים, דער וועט שוין נישט האבן קיין תירוץ, וואס אידאס פארן מקומות יעדע שני וחמישי בו ביום וואס די מלמדים הונגערן!!! ווי נאר ער קומט אן ענטפאגט ער אים מיט א שמייכל כאילו נישט אים מיינט מען, דו קומסט אודאי פרעגן היתכן כ'פאר קיין מירון הא? איז קוק אהער יעצט האב איך מיר שוין אנגעזאמעלט א היבש ביסל פוינטס... די נסיעה קאסט מיר ממש גארנישט....
איך ווייס נישט אויב די ווייסט אבער אומאן מיט ליזענסק מיט קערעסטיר קען מען צאלן ווינציגער ווי 'איין חודש' שכר לימוד וואס מען בעט היינט פון א טאטע מיט א שטוב מיט קינדער
אפילו ווען ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד, ליגט אויף יעדן בראדער איינוואינער א פליכט צו שוייגן.
VZQ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 1:24 am

Re: נייע ארגאניזאציע "משא המסע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך VZQ »

אלט מאנרא האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 10:57 am
מאטל שניידער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 11:46 am
געהערט אמאל די מעשה שקרוב להיות אמת, א איד איז געווען שולדיג פאנטאסטישע סומעס שכר לימוד, דער שכר לימוד קאלעקטאר איז אים נאכגעלאפן אן ערפאלג, ויהי היום הערט ער אז דער בעל חוב דינן פארט אויף אומאן, אין א בחינה פון לא תשנא את אחיך בלבבך קלינגט ער אים אן, בתמיה, קענסט נישט באצאלן שכר לימוד אבער אויף אומאן קענסטו פאר'ן??? ענטפערט ער אים, אהובי ידידי, מיין רבי איז מיין לעבן, אנדעם קצתי בחיי כ'מוז פארן ס'איז ממש פיקוח נפש! נו שוין.

גייט אריבער עטליכע חדשים הערט ער ווידער אז דער גרייט זיך צו פארן אויף ליזענסק!!! נא וואס איז יעצט??? ער קלינגט אריין, דער האט שוין געוואוסט וואס קומט זאגט ער קוק אהער, איך באצאל נישט קיין פיאסטער פאר די נסיעה, נאר וואס, א איד א גביר באצאלט עד פ"א כ'זאל גיין מתפלל זיין פאר אים...

נו שוין, קומט ג' אייר ווידער, דער פארט קיין קערעסטיר, וואס איז יעצט די תירוץ? דאס מאל רופט ער שוין מיט אביסל פאראיבל, אבער דער איז גרייט מיט'ן תירוץ, ווייסט דאך, פרנסה אידאך נישט אזוי איי איי איי, ביזט דאך באקאנט עס איז קומט מיר אן גאר שווער דאס באצאלן שכר לימוד, נא מוז איך דאך טוען עפּעס השתדלות ניין?

קוים צוריקגעקומען פון אונגארן און אונזער חתן דנן גרייט זיך צו פארן קיין מירון אויף ל"ג בעומר! דא איז אונזער קאלעקטאר שוין געווארן מלא חמה, אלעס האט א שיעור, ער באגנוגט זיך שוין נישט מיט קיין טעלעפאן קאל, ער זעצט זיך אריין און קאר, דעסטינאציע? דעם איד אינדערהיים, דער וועט שוין נישט האבן קיין תירוץ, וואס אידאס פארן מקומות יעדע שני וחמישי בו ביום וואס די מלמדים הונגערן!!! ווי נאר ער קומט אן ענטפאגט ער אים מיט א שמייכל כאילו נישט אים מיינט מען, דו קומסט אודאי פרעגן היתכן כ'פאר קיין מירון הא? איז קוק אהער יעצט האב איך מיר שוין אנגעזאמעלט א היבש ביסל פוינטס... די נסיעה קאסט מיר ממש גארנישט....
איך ווייס נישט אויב די ווייסט אבער אומאן מיט ליזענסק מיט קערעסטיר קען מען צאלן ווינציגער ווי 'איין חודש' שכר לימוד וואס מען בעט היינט פון א טאטע מיט א שטוב מיט קינדער
וואס?? פאר 1000$/$1500 ?
אוועטאר
BMW
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 06, 2022 4:27 pm
לאקאציע:Above Sea Level
פארבינד זיך:

Re: נייע ארגאניזאציע "משא המסע"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך BMW »

moishy56 האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 7:48 am
וויאזוי זאגט מען אין אידיש ''Enjoy Yourself''?

ביי די פרויען: 'האב הנאה',
ביי די מענער: 'פויעל אויס אלעס גוט'ס'!
קרעדיט: אברהם מרדכי מלאך
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”