Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!
טרייבט צו אנטלויפן,
די בעסטע פלאץ ווי איז
די ווייטסטע ווי מען קען לויפן,
ווייטאג און פארלוירנקייט איז די ארט
איך וויל דאס נישט דארפן שפירן,
מיט אלע כוחות אוועק פון דארט
פארהאקט מיט דיקע טירן,
דא דארט, עס טוט זיך דערוועקן
און עס טוט נאגן,
איך טו עס שנעל פארשטעקן
און פון דארט אוועקיאגן,
פון וואס טו איך אנטלויפן און ליידן
דאס איז די אמת'ע 'איך',
מיט אלע כוחות פארמיידן
באהעלטיניש איך זיך,
צו יאוש זיך באהאלטן
אדער צו א פאלטשע אנשטעל,
פארשטעקן צווישען די שפאלטן
אזוי שפירן בעסער איך וועל,
אבער די אמת'ע אמת איז
אז איך בין לעכטיג און ריין,
ציכטיג שיין און זיס
נאטורלעך מיט חן,
נישט געפילן וואס כ'טו שפירן
אדער מחשבות וואס כ'טו טראכטן,
אדער וואס האט געטון פאסירן
'איך' טו שיינען און לייכטן,
מען האט זיך געפרייט ווען כבין געבוירן
ווייל מיין מציאות איז גוט,
די חן איז נישט פארלוירן
עס בלייבט אויף טריט און שריט,
דערוועגן טו איך מיין שלעכטע נאטורן אקצפטירן
ווייל דאס אידענטיפייט נישט 'מיך',
עס טוט מיר נאר באצירן
אלץ מיין תפקיד וואס 'איך' זיך.