Re: עצות לעבודת השם - נאר פאר ערנסט אינטערסירטע!
זייער שיין ארויסגעברענגט!! ס’איז גרויס חיזוק וויפיל אידן שיקן מעסעדזשעס סיי בגלוי סיי אין אישי!! אמת’ע תענוג רוחני אזעלכע חשוב’ע חברים, גייטס אן!כח און מח האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 04, 2023 11:51 amקודם שכח פארן פותח האשכול
יעצט איין וויכטיגע און יסודותדיגע הערהאיך מיין אז איר האט א גרויסע טעות, עבודת השם איז נישט קיין מיטל אנצוקומען צו תורה און מצות, אדרבה ואדרבה, תורה און מצות זענען אופנים אנצוקומען צו זיין אן עבד ה', ווי די זוה"ק זאגט אז די תרי"ג מצות זענען תרי"ג עיטין, תרי"ג עצות צו ווערן אן עבד נאמן להשי"ת.World Champion האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 04, 2023 12:13 amניין, די וועג צוציקומען צו די תורה וכו'ותיק וחסיד האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 04, 2023 12:11 amוואס איז דאס עבודת השם? עפעס א אנדערע זאך ווי תורה, מצוות און מידות?
איך האב נישט קיין צייט מאריך צו זיין, ממילא וועל איך נאר אויפן שפיץ גאפל ארויס ברענגען וואס סקומט ארויס ווען מאיז זיך באמת מתבונן אין די יסוד אז אפילו ווען איינער איז שוין מקיים אלע תרי"ג מצות און איז א תלמוד חכם מופלג, איז ער בכלל נישט אנגעקומען צום ציל, ווייל די ציל איז נישט דאס לערנען נאר די ירא"ש וואס קומט ארויס פונעם לערנען, און אויב לערנט ער אויף א וועג וואס ברענגט אים נישט קיין ירא"ש - ואכמ"ל - איז נבילה טובה הימנו , ממילא איז די ערשטע זאך אויפן פלאן "וויאזוי טוה איך ריכטיג אויסניצן די עצות פון השי"ת צו ווערן נענטער צו אים" און פארשטייט זיך דאס געשענט נאר מיט ישוב הדעת און מיטן זיין מקושר צו ערליכע אידן און לערנען ספרי מוסר וחסידות והבן כי קצרתי מאוד
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515