תבונה - טרענינג קלאסן פאר היימישע ביזנעסלייט (קעפל געטוישט)

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , עמעזאן

מנשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 08, 2021 4:14 pm

תבונה - טרענינג קלאסן פאר היימישע ביזנעסלייט (קעפל געטוישט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנשה »

אין "די שריפט" גייט שוין אן פאר די לעצטע צען וואכן בערך א קאלום גערופן "פון זערא צו מיליאן", וואו דער בארימטע מומחה און ביזנעס-קאנסולטענט ר' משה יצחק שטיין פון די פענגווין גרופ העלפט א איד עפנען א ביזנעס פון זערא, ביז א מיליאן דאלאר סעילס אין א יאר.

עפעס א איד וואס ווערט דארט גערופן "נחום" האט זוכה געווען אז ר' משה יצחק זאל אננעמען זיין ביזנעס-איידיע, און אויפבויען זיין ביזנעס פון א געדאנק צו א מיליאן דאלאר, נישט בלויז מיט עצות און ראט, נאר אויך למעשה'דיג, דהיינו טרעפן אן אינוועסטירער, מענדעזשער וכו', אלעס אלעס. הלוואי וואלט איך געווען דער נחום און באקומען א ביזנעס אויף א גאלדענע טאץ בלויז פון א חלום...

עס איז זייער אינטערעסאנט צו זען און מיטהאלטן דעם גאנצן וועג וויאזוי מען עפנט א ביזנעס פון א', טריט ביי טריט, און מען קען זיך אסאך לערנען דערפון.

הכלל, דער ביזנעס וואס ר' משה יצחק עפנט אויף ר' נחום'ס נאמען הייסט לדעת- Ladaas, דאס וועט זיין א וועבסייט וואו ערליכע אידן וועלן קענען מיט מעמבערשיפ ארויפגיין און הערן/זען קלאסן און טרענינג, אלעס אנבאלאגט ביזנעס. למשל, פירן א ביזנעס, אויפנעמען ארבעטער, אפזאגן ארבעטער וכו' וכו' וכו', כ'ווייס אליינס נישט וואס... אבער אלעס אויף אן ערליכן און כשר'ן אופן אויף אידיש און ענגליש.

זייער וועבסייט ווייס איך נישט אבער אן אשכול האט עס שוין... דא וועט מען קענען אויסשמועסן אלעס בנוגע דעם נייעם ביזנעס "לדעת", און מיטהאלטן וואו זאכן שטייען און וויאזוי עס אנטוויקעלט זיך, און אולי קען איינער ארויפברענגען די אלע ארטיקלען פון די שריפט פאר די וואס האבן נישט מיטגעהאלטן ביז אהער.

-

איידער איך דרוק "שיק" וויל איך קלאר מאכן אז כ'האב גארנישט מיט די גאנצע זאך, נישט מיט ר' נחום, נישט מיט די פענגווין גרופ און נישט מיט די שריפט, כ'בין סך הכל א ליינער פון די שריפט און דער קאלום ציעט מיין אינטערעסע יעדע וואך, דערפאר ביך איך געגאנגען פתיחה. כ'האב נישט אנגעפרעגט ביי קיינעם איבער עפנען דעם אשכול, און אדרבה אויב די וואס זענען פארמישט דערין ווילן נישט דעם אשכול, זאלן דאס מעלדן פאר די מנהלים און זיי וועלן עס גונז זיין.
לעצט פארראכטן דורך מנשה אום דאנערשטאג מאי 04, 2023 10:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בארא פארקער
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 12:40 pm

Re: לדעת - טרענינג קלאסן פאר ביזנעסלייט אין אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארא פארקער »

אדערווייל איז עס א חלום, אפשר שוין אויף פען און פאפיר, פונקט ווי די מאמענט דזשים
אוועטאר
חכם גדול
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 2:00 pm

Re: לדעת - טרענינג קלאסן פאר ביזנעסלייט אין אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם גדול »

עפענען אן אשכול דערוועגן איז ווייזט אויס אויך א וויכטיגע שטאפל אין ביזנעס דעוועלאפמענט... אצינד קען מען שוין צוגיין צום עצם סייט עפענונג.
מנשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 08, 2021 4:14 pm

Re: לדעת - טרענינג קלאסן פאר ביזנעסלייט אין אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנשה »

בארא פארקער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 6:12 pm
אדערווייל איז עס א חלום, אפשר שוין אויף פען און פאפיר, פונקט ווי די מאמענט דזשים
כ'ווייס נישט וואס דער מאמענט דזשים איז, אבער האבן אן אינוועסטער פאר פיר הונדערט טויזנט דאלער איז עס שוין ווייט פון א חלום.
ס'זעט מיר נישט אויס ווי א חלום, נאר ס'האלט זיך אינמיטן דעוועלעפען.
ספענסער
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 12, 2022 10:25 am

Re: לדעת - טרענינג קלאסן פאר ביזנעסלייט אין אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספענסער »

איך האב פארפאסט די ניינטע אין צענטע וואך. אויב איינער קען לייגן א בילד פין יענע וואכן ביטע לייגטס
באנאנא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3068
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע:אין די אידישע וועלט

Re: לדעת - טרענינג קלאסן פאר ביזנעסלייט אין אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

איך ליין סיי מאמענט'ס דזשים און סיי זערא צו מיליאן, איך זאג אלעמאל 'ווען ס'געשעט רוף מיר'...
געראדע האב איך זייער הנאה פון די דזשים וויבאלד מען האט זיך געלערנט אבנערמאלע אינפאו וויאזוי עס עפענט זיך א ביזנעס, און טאקע מיט די שלעפערייען וואס גייט פאר אביסל - וואס דאס געשעט צו פול ביזנעסער ווען נישט אלע פאזל שטיקלעך פאלן אין פלאץ די ערשטע מינוט.
די וואך'ס קאלום איז נישט אוועקצומאכן, אויפנעמען א מענדזשער איז פון די גרינגערע חלקים, אזא זאך אויפצשוטעלן נעמט נאך א לאנגע צייט, ונזכה ונחיה ונראה
לחשך אדם לומר
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 29, 2021 8:56 pm

Re: לדעת - טרענינג קלאסן פאר ביזנעסלייט אין אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחשך אדם לומר »

דער חידוש פונעם שריפט איז ווי ער לויפט שנעל דאקעגן דער מאמענט וואס שלעפט ארום אן קיין פונקטליכע ציהל.
(קען טאקע זיין אז די ביזנעס איז שוין דא געווען פון פארדעם און די ארטיקלען וואס לויפן זענען בלויז א חלק פון די מארקעטינג...)
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4793
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: לדעת - טרענינג קלאסן פאר ביזנעסלייט אין אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

יא! דער מאכט א מאסיווע דזשאב.
עס קוקט אויס דאסמאל אז עס איז סיריעס.
ער גייט ער גייט. גוט שבת... סי יא? אפשר אבער זיכער נישט אפט.
באנאנא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3068
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע:אין די אידישע וועלט

Re: לדעת - טרענינג קלאסן פאר ביזנעסלייט אין אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

ס'איז זייער שנעל, אדער האט ער שוין אויפגעסעט פארדעם און שרייבט עס יעצט, אדער האלט מען נאכנישט אזוי ווייט און ווי איך האב געזאגט אויפנעמען א מענעדזשער איז נישט די שווערע ארבעט דא...
מנשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 08, 2021 4:14 pm

Re: לדעת - טרענינג קלאסן פאר ביזנעסלייט אין אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנשה »

ספענסער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 6:45 pm
איך האב פארפאסט די ניינטע אין צענטע וואך. אויב איינער קען לייגן א בילד פין יענע וואכן ביטע לייגטס
די ניינטע געדענק איך נישט וואס ס'איז געשטאנען, אין די צענטע איז נישט געשטאנען עפעס ספעציעל, ס"ה אז ער האט שוין אינטערוויוט אפאר מענטשן פאר מענעדזשער, און נאכדעם האט ער געענטפערט אויף אפאר שאלות וואס מענטשן האבן געהאט איבער דעם נושא.
מנשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 08, 2021 4:14 pm

Re: לדעת - טרענינג קלאסן פאר ביזנעסלייט אין אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנשה »

באנאנא האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 7:45 pm
איך ליין סיי מאמענט'ס דזשים און סיי זערא צו מיליאן, איך זאג אלעמאל 'ווען ס'געשעט רוף מיר'...
געראדע האב איך זייער הנאה פון די דזשים וויבאלד מען האט זיך געלערנט אבנערמאלע אינפאו וויאזוי עס עפענט זיך א ביזנעס, און טאקע מיט די שלעפערייען וואס גייט פאר אביסל - וואס דאס געשעט צו פול ביזנעסער ווען נישט אלע פאזל שטיקלעך פאלן אין פלאץ די ערשטע מינוט.
די וואך'ס קאלום איז נישט אוועקצומאכן, אויפנעמען א מענדזשער איז פון די גרינגערע חלקים, אזא זאך אויפצשוטעלן נעמט נאך א לאנגע צייט, ונזכה ונחיה ונראה
כ'מיין אז עפנען אן עקטועל דזשים איז שווערער ווי מאכן א וועבסייט.
ביסט גערעכט אז א מענעדזשער איז פון די גרינגע חלקים, אבער ווי כ'האב פריער געזאגט צו טרעפן אן אינוועסטער פאר 400K איז שוין נישט אזוי לייכט (אפשר איז עס נישט אמת, גיי ווייס) .
בקיצור, ונזכה ונחיה ונראה.
בעל הנס
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

Re: לדעת - טרענינג קלאסן פאר היימישע ביזנעסלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הנס »

עס הערט זיך און ליינט זיך צו גוט. דאך באווייזט ער יעדע וואך צו שפאנען פאראויס. ווי עס שיינט איז עס ווי אנדערע האבן אנגעמערקט ער ארבעט סיי ווי אויף א ביזנעס, און ער שרייבט עס פשוט אראפ.
בעל הנס
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

Re: לדעת - טרענינג קלאסן פאר ביזנעסלייט אין אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הנס »

חכם גדול האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 6:17 pm
עפענען אן אשכול דערוועגן איז ווייזט אויס אויך א וויכטיגע שטאפל אין ביזנעס דעוועלאפמענט... אצינד קען מען שוין צוגיין צום עצם סייט עפענונג.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: לדעת - טרענינג קלאסן פאר היימישע ביזנעסלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

עס האט זיך געפענט א וועבסייט daass.com מיט די איידיע קוקט אויס זייער גוט, איז דאס דאס און מ'האט פארקירצערט די נאמען אדער גאר א קאמפעטישאן וואס פארלויפט די וועג?
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1324
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובה דורך לאמפ »

ניין, עס איז נישט די זעלבע.

לאמפ האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 1:22 am
ניין, עס איז נישט די זעלבע.
וואס איז פשט זיי האבן גענומען כמעט די זעלבע נאמען?
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1324
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

Re: לדעת - טרענינג קלאסן פאר היימישע ביזנעסלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

זיי זאגן אז זיי האבן אנגעהויבן ארבעטן דערויף / געעפענט ערשט.
אוועטאר
שלאגמעך
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 10:26 pm

Re: לדעת - טרענינג קלאסן פאר היימישע ביזנעסלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלאגמעך »

Amazing האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 1:19 am
עס האט זיך געפענט א וועבסייט daass.com מיט די איידיע קוקט אויס זייער גוט, איז דאס דאס און מ'האט פארקירצערט די נאמען אדער גאר א קאמפעטישאן וואס פארלויפט די וועג?
עס איז ווערד א אשכול איבער דעם.

זיי האבן די גרעסטע לייבן אין יעדע אינדוסטרי
באשמירטער
שר חמש מאות
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 29, 2022 2:06 pm

Re: לדעת - טרענינג קלאסן פאר היימישע ביזנעסלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשמירטער »

viewtopic.php?t=38929&start=150#p4338340

שוין גערעדט דא וועגן דעם
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: לדעת - טרענינג קלאסן פאר היימישע ביזנעסלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

Amazing האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 1:19 am
עס האט זיך געפענט א וועבסייט daass.com מיט די איידיע קוקט אויס זייער גוט, איז דאס דאס און מ'האט פארקירצערט די נאמען אדער גאר א קאמפעטישאן וואס פארלויפט די וועג?
דעת קוקט אויס ווי חדשים (אויב נישט יארן) ארבעט. קוקט אויס ווי הרב שטיין האט פארפעלט צו מאכן מארקעט ריסערטש.
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
עס קען נישט זיין
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 4:08 am

Re: לדעת - טרענינג קלאסן פאר היימישע ביזנעסלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס קען נישט זיין »

חלקי האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 10:25 am
Amazing האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 1:19 am
עס האט זיך געפענט א וועבסייט daass.com מיט די איידיע קוקט אויס זייער גוט, איז דאס דאס און מ'האט פארקירצערט די נאמען אדער גאר א קאמפעטישאן וואס פארלויפט די וועג?
דעת קוקט אויס ווי חדשים (אויב נישט יארן) ארבעט. קוקט אויס ווי הרב שטיין האט פארפעלט צו מאכן מארקעט ריסערטש.
עס איז דא yidpro און נאך ווי yidemy אויב עס איז גוט איז דא גענוג ביזנעס פאר יעדן, אויב איז עס נישט גוט איז נישט דא פאר קיינעם!
מנשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 08, 2021 4:14 pm

Re: לדעת - טרענינג קלאסן פאר היימישע ביזנעסלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנשה »

די וואך שרייבט ער שוין וועגן די קאמפעטישענס, ער זאגט אז נאך פיר האבן זיך געעפנט.
ער שמועסט אויס אז מען דארף זיך פארלאזן אויפ'ן אויבערשטן, און פארוואס קאמפעטישען איז א גוטע זאך.
ער שרייבט אז קומענדיגע וואך גייט ער מעלדן וואס ער טוישט צוליב די קאמפעטישענס.
ישעי' משה
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 28, 2023 4:56 pm
לאקאציע:גלות אמעריקא

Re: לדעת - טרענינג קלאסן פאר היימישע ביזנעסלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישעי' משה »

געליינט די ארטיקעל, איינער ווייסט וועלכע פיר? דעת, וויאפוינט, (אויב רעכענט ער דעיס אריין) און?
אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע:ווי נישט?

Re: לדעת - טרענינג קלאסן פאר היימישע ביזנעסלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

איך ליין עס נישט יעדע וואך, אבער איין זאך וואס כ'האב געזעהן איז אז ער שרייבט אז ער איז די ערשטע דאס צו עפענען און ס'איז נאך נישטא דא אזא זאך.

דאס איז לפי ידעתי נישט ריכטיג.

שוין בערך א יאר צוריק האב איך געזען אדווערטייזט אזא זאך, דאכצעך אז ס'הייסט YidPro.com וואס טוט די זעלבע וואס ער טוט...
מנשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 08, 2021 4:14 pm

Re: לדעת - טרענינג קלאסן פאר היימישע ביזנעסלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנשה »

ר' משה יצחק מעלדט: מען גייט טוישן דעם נאמען!
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס קאפ”