אין די יעצטיגע טעג קומט ארויס ברעכנדע נייעס אז די בארימטע ארגענעזאציע צדק אין שפיץ פון העסקן הדגול ר' משה מארגערעטן גרייט זיך צו שרייבן א ביל וואס וועט בעז"ה זיין א ריזיגע ישועה פאר קינדערלאזע פארפעלקער.
אום יולי 16 2021 למספרם האט שוין קאנגרעסמאן ראסא דעלאורא (ד קאנעטיקוט) געהאט פארגעשלאגן א ביל וועלכע פארלאנגט פון פריוואטע העלט אינשורענס פירמעס וועלכע דעקן קאסטן ארום די געבורט פון קינדער אויך צו דעקן אינפערטיליטי באהאנדלונגען (די ביל איז שוין געווארן פארגעשלאגן אויך בעפאר)
יענע ביל פארלאנגט אויך פון מעדיקעיד און פעדעראלע העלט קעיר פלענס פאר וועטעראנען צו דעקן אזעלכע סערוויסעס
אין די זעלבע צייט האט סענאטאר קארי בוקער (ד ניו דזשערסי) פארגעשלאגן די זעלבע ביל אינעם סענאט
די ביל איז געווען קא ספאנסארד דורך סענאטארן קירסטען דזשיליברענד (ד ניו יארק) און באב מענענדעז (ד ניו דזשערסי)
אצינד איז קאנגרעס אין רעפובליקאנע הענט און פילע זיצן האבן געטוישט רעפרעזענטאטן און מען גייט דארפן צו זעהן ווי אזוי זאכן שפילן זיך אויס
פארלאפענע אפריל 25 למספרם האט סענאטארשע דאקווארט פארגעשלאגן א ביל וועלכע פארלאנגט פון די פעדעראלע ארבעטער העלט בענעפיט פראגראם וועלכע דעקט העלט קעיר פלענער פון פעדעראלע איינגעשטעלטע צו דעקן אינפערטיליטי סערוויסעס
די ביל האט באקומען די שטיצע פון קאנגרעסלייט גערי קאנאלי (ד ווירדזשיניע) עליענאר האלמס נארטאן (ד וואשינגטאן די סי) דעבי וואסערמאן שולץ (ד פלארידא) און נענסי מעיס (ר דרום קאראליינע)
דאקווארט און קאנאלי האבן שוין אנגעהויבן רודערן אז די פעדעראלע העלט אינשורענס זאלן דעקן אינפערטיליטי צוריק אין אוגוסט 2022 למספרם ווען זיי האבן אין א בריוו צו די אגענטור זיי געמוטיגט צו דינען אלץ ביישפיל פאר פריוואטע העלט אינשורער איבער'ן לאנד אבער די אגענטור האט בלויז פארשפראכן צוצושטעלן געוויסע אינפערטיליטי פארבונדעטע קאסטן
סענאטארשע טאמי דאקווארט (ד אילינאי) האט געהאט אויפגעברענגט פאר אן איינשטימיגע אפשטימונג א ביל אונטער וועלכע די פעדעראלע רעגירונג באשוצט די רעכט פאר אינפערטיליטי די ביל איז געווארן אויפגעברענגט אין ליכט פון א לעצטיגע פראמינענטע סופרים קאורט אורטייל וואס נעמט אראפ די די פארבאט אויף סטעיט'ס צו באגרעניצן אדער פארבאטן געוויסע סארט מעדיצינישע פראצעדורן און פרא אינפערטיליטי גרופעס איבערקן לאנד האבן אנגעהויבן אויסדרוקן זארג אז סטעיט'ס וועלכע זענען אקעגן יענע סארט פראצעדורן קענען מעגליך אויך אנהויבן ציהלן און רעגולירן אינפערטיליטי סערוויסעס
מיינסטנס רעפובליקאנע פאליטיקאנטן זענען ארויסגעקומען עפנטליך אראפשפילן די זארגן זאגנדיג אז אינפערטיליטי וועט נישט ווערן אפעקטירט און מייק פענס איז לעצטנס ארויסגעקומען אין שטיצע פון די סארט סערוויסעס
דאקווארט האט געוואלט פארזיכערן אז אינפערטיליטי איז באשטעטיגט אלץ א פעדעראלע רעכט אבער סענאטארשע סינדי הייד-סמיט (ר מיסיסיפי) האט עס בלאקירט זאגנדיג אז עס איז די פעדעראלע רעגירונג קען נישט איינטיילן פאר סטעיט'ס ווי אזוי זיך צו פירן
האפנטליך וועט די אשכול זיין א פלאטפארמע צו מעלדן פאזיטיווע אנטוויקלונגען
געגליכן די באריכט?
איך ווייס אז ליינער גלייכן די לייק קנעפל און איך בין העכסט דאנקבאר אבער דאסמאהל איז עס די בערזל וועלכע וועט מאכן די דיפערענץ
בין איך ראנג צו טראכטן אז די ברייטע שמועסן אין "דעם" געהענגל קענען גיין סאוט פון אסאך הינזיכטן ממילא איז בעסער וכו'? איך רעד נישט פון די קאמפיין נאר פון מעדיקל און ריפארם און סטראטעגיע און פאליטיקאנטן און ביל פראדוקציע.
קוואל וואסערהאט געשריבן:↑מיטוואך מאי 10, 2023 4:51 pm

עס קען
און צו פארזיכערן אז עס גייט נישט פאסירן גייען די אחראים בעז"ה ארבעטן זיכער צו מאכן אז אויב עימיצער זוכט עס צו שלעפן ערגעץ וועט יענער אנקומען אהין און די אשכול וועט בלייבן אין צענטער
קוואל וואסערהאט געשריבן:↑מיטוואך מאי 10, 2023 4:51 pm
בין איך ראנג צו טראכטן אז די ברייטע שמועסן אין "דעם" געהענגל קענען גיין סאוט פון אסאך הינזיכטן ממילא איז בעסער וכו'? איך רעד נישט פון די קאמפיין נאר פון מעדיקל און ריפארם און סטראטעגיע און פאליטיקאנטן און ביל פראדוקציע.
עס קען
און צו פארזיכערן אז עס גייט נישט פאסירן גייען די אחראים בעז"ה ארבעטן זיכער צו מאכן אז אויב עימיצער זוכט עס צו שלעפן ערגעץוועט יענער אנקומען אהין און די אשכול וועט בלייבן אין צענטער
הייסע פעפערהאט געשריבן:↑מיטוואך מאי 10, 2023 4:58 pm
סתם פאר אינטערעסאנטקייט, בוני עולם האט עפעס מיט דעם? זיי שטיצן די קאמפיין? זיי ווייסן בכלל צו זאגן פון דעם?
אודאי ווייסן זיי דערפון און זענען אין שטיצע דערפון, מער פרטים וועט מען דארפן הערן פון וויכי... בעסער פרעג עס אין זיין אשכול (די רעעעוועלוציע)
= שומר ישראל שמור שארית ישראל = איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל... אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
איך מיין נישט צי גיסן קיין קאלט וואסער אבער אינשורענס גייט מן הסתם ארויפגיין אויב די ביל וועט דורוכגיין וויל איך וויסן און וועלעכע אנדערע לענדער און די וועלט האט שוין אזא סיסטעם מארגערעטאן אויף קולמא זאגט אפאר מאל אז 'אסאך' לענדער צאלן עס שוין איךל בין נייגעריג צי ווער יענע לענדער זענען
אינשורענס האט דען געפרעגט פארן ארויפגיין מיט די פרייז צו דעקן אלע נארישקייטן למיניהם? קען נישט זיין א נושא צום טיש.

זיכער אז נישט. בכלל איך בין גערן גרייט עס צי צאלן (איך מיין איך צאל מער פאר בוני עולם...) איך וויל וויסן צי די אנדערע לענדער האבן די זעלבע העלט קעיר סיסטעם ווי אמעריקע אדער מער אזויווי מדינת ישראל און אנדערע אייראפעישע לענדער
דאס באלאנגט שוין פאר די יודעי דבר... איך קען מיר נישט אויס...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל = איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל... אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!