צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא (א') תשפ"ג
מיטן ציל צו שאפן מיליאנען דאלארן פאר די קאסטן אויפצוברענגען א געזעץ וואס טוט אנשפרעכן א 'מהפיכה לדורות' פאר אידישע קינדער המצפים לישועת ה' במהרה.
צדק איז שוין וועלט בארימט מיט זייערע פעולות לטובת אחב"י, בעיקר אויפן לעגיסלאטיוון, פאליטישן און ביוראקאטישן פראנט. וואו זי האבן שוין באוויזן בעבר צו ברעכן טירן און רוקן ווענט צו ראטעווען אידישע קינדער.
פון זייערע מערסט באקאנטע דורכברוכן, איז פארשטייט זיך דער פדיון שבוים ביל, וואס האט געמאכט היסטאריע אין אמעריקא מיטן שניידן די טערמינען פון טויזענטער ארעסטאנטן, און איז געשריבן געווארן, און געשטופט געווארן דורך די צדק ארגאניזאציע. נאכגעפאלגט מיט די שפעטערדיגע פארגריגערונגען פאר די ארעסטאנטן דורכאויס דעם קאוויד עפידעמיע ה"י.
צדק האט געמאכט העדליינס ווען זיי האבן באוויזן ארויסצוראטעווען אמעריקאנע בירגער פון אפגאניסטאן.
ווען די מלחמה אין אוקריינע האט אויסגעבראכן האט צדק אראפגעשיקט א פלאטע פון אמבולאנסן, און רעטונגס הילף פאר אחב"י תושבי אוקריינע.
און אצינד אלס א פרישע רינגעלע אין די גאלדענע קייט, איז העסקן הרב משה מארגערעטן הי"ו פון צדק אריינגעשפרונגען אין א פרישע פראיעקט, דאסמאל פאר אונזערע אייגענע ברידער און שוועסטער המצפים לישועת ה' במהרה זוכה צו זיין געהאלפן צו ווערן מיט זש"ק. וואס כעת ווערט דאס נישט געדעקט דורך קיין שום אינשורענס, דאס מיינט אז צו קענען זיך באנוצן מיט די היינטיגע רפואה מעטאדן ברויך מען ארויסנעמען פון די אייגענע קעשענע שווערע טויזענטער דאלארן, א זאך וואס טוט שווער באטרעפן די באטראפענע פארפעלקער.
ר' משה האט צוגעהערט די וויי געשריי, און האט באוויזן אויסארבעטן א געזעץ וואס זאל קלאסיפיצירן 'אינפערטיליטי' אלס א קאנדישאן וואס די אינשורענס פירמעס זאלן מוזן באצאלן, און נישט קענען זיך ארויסדרייען דערפון. דאס באדייט א "מהפיכה לדורות" א גענצליכע רעוואלוציע אין דעם תחום, וואס דאס איז אומשטאנד אויפצורעכטן די קומענדיגע דורות אוף אם אומבאשרייבליכן פארנעם.
די קאמפיין וועט געלאזט ווערן אין גאנג אום ר"ח סיון א' ב' נשא הבעל"ט, מיטן ציל צו שאפן 6 מיליאן דאלער. און אין די קומענדיגע טעג וועט זיך קאמפיין עפענען די טויערן פאר די נדבנם וואס ווילן שוין זיין פון די נחשונים לדבר מצוה, נאך איידער די קמפיין גייט אין גאנג.
כאיש אחד בלב אחד
מהפיכה לדורות!
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.