בסייעתא דשמיא האבן מיר אנגעהויבן שרייבן אפארזעצונגמיט עטליכע וואכן צוריק, און כ'האלט שוין ב"ה ביי פערצן קאפיטלעך. אבער היות כ'האב באקומען א בקשה אז געוויסע ווילן דורכליינען בלויז דעם פארזעצונג אן זיך אנשטויסן אין די קאמענטארן צווישן איין קאפיטל און צווייטן, וועל איך דא עפענען א פרישן אשכול וואס וועט זיין געווידמעטבלויז פאר די קאפיטלעך פונעם פארזעצונגאון נישט קיין שום קאמענטארן אדער פידבעק.
פארשטייט זיך אז די וועלכע ווילן יא קאמענטירן אדער געבן פידבעק קענען גיין צום אנדערן אשכול וואס איז געלינקט דא אויבן וואו מ'קען זיך לאזן הערן. אדער אויב וויל מען פשוט באדאנקען אן צו שרייבן א תגובה קען מען געבן א קוועטש אויפן לייק קנעפל.
א דאנק פארן ליינען און פאר אייער קאאפעראציע!
ליינט און האט הנאה!
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
ער ווענדט זיינע טריט צום ביהמ"ד און זעצט זיך אראפ קעגן איבער זיין חברותא, ער עפנט אויף די גמרא אבער זיין קאפ איז קענטליך גאר ערגעץ אנדערש. זיין חברותא שלום, א נאנטע חבר זיינער נאך פון ישיבה זעט גלייך אז עפעס גייט פאר און דריקט אויס זיין וואונדער אויפן קול. "נע, גארנישט ספעציעל" ענטפערט אים מאיר אפ, "איך פיל פשוט נישט אזוי גוט".
דאס איז נישט געווען קיין ליגנט, מאיר האט באמת געשפירט גאר שלעכט, און זיין קאפ האט אים שטארק וויי געטון טראכטנדיג פון דעם מאדנעם טעלעפאן געשפרעך בשעת זיינע געדערים דרייען זיך פון די פילע פחדים וואס לויפן אדורך זיינע געדאנקען. מאיר לערנט שנעל אפ דעם שיעור און פארלאזט דאס ארט היבש פריער ווי געווענליך.
ער לאזט זיך ארויס כאפן א שפאציר אויף די פרישע לופט, ווען יעדע שארך מאכט אים אויפטאנצן און יעדעס קעצל איז א פאטענציאלע רויבער. ער נעמט ארויס א ציגארעטל און צינדט עס אן, און אזוי ארויס בלאזנדיג די רויעך פרובירט ער צו מאכן סדר אין זיינע מחשבות, שפאצירט ער זיך אזוי געמיטליך ביים ווינקל פון גאס ווען אינמיטן הערט ער איינער דערנענטערט זיך צו זיין ריכטונג. דערשראקן צום טויט דרייט ער זיך אויס, און צו זיין שרעק איז קיין גרעניץ נישט געווען ווען ער זעט א הויכער דארער פארשוין, וועלכע האט נישט אויסגעזען צו זיין א איד, שפאצירט צו צו אים, און אט הערט ער ווי א - שוין יעצט באקאנטע - שטימע באגריסט אים "היי מר. ברוין! איך בין מייק, מיר קענען יעצט רעדן?"
מאיר פילט ווי זיין הארץ האט אויפגעהערט צו קלאפן, צו זיין שרעק איז קיין גרעניץ נישט געווען, 'וואס וויל מען פון מיר? פארוואס איז פאר דעם פארשוין אזוי קריטיש וויכטיג מיר צו נאכלאקערן?' טראכט ער צו זיך מיט שרעק. אינסטיקטיוו הייבט ער אן צו אוועקשפאצירן מיט שנעלע טריט, ווען ער באמערקט פון הונטערוויילעכץ ווי דער פארשוין פאלגט אים נאך.
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
אין וויסטן חלום איז אים נישט בייגעפאלן אז נאך איינער האט מיטגעהאלטן יעדעס ווארט פון דעם געשפרעך, און האט אראפגעלייגט דעם טעלעפאן צוזאמען מיט אים, אבער פארקערט ווי אבדול, האט יענער אראפגעלייגט מיט א ברייטן שמייכל. צופרידן ביז גאר אז צום ערשטן מאל איז אים ענדליך געלונגען צו ברעכן די ספעציעל פארזיכערטע ליניע.
***
מיט שנעלע טריט דערווייטערט זיך מאיר פון מייק, בשעת ער ציטערט אויף זיין לעבן נישט וויסנדיג וואס קומט נעקסט. און דאן הייבט ער אן טראכטן צו זיך, וואס וועל איך האבן פון אנטלויפן? דער פארשוין ווייסט מיין אידענטיטעט, מיין נומער, און ער ווייסט אפילו וואו מיך צו טרעפן, אלזא אנטלויפן וועט נישט העלפן, ס'וועט מיר בלויז ברענגען זיך ארומצודרייען אנגעצויגן ציטערנדיג פון מיין אייגענעם שאטן. לאמיך פארזיכטיגערהייט צוריקגיין און הערן וואס מייק וויל פון מיר.
ער דרייט זיך ארום און זעט מייק שטייט נאך דארט און קוקט אים נאך, ער הייבט אן צוריקצוגיין און זעט די צופרידנקייט וואס דערקענט זיך גלייך אויף מייק'ס פנים. ער קומט נענטער און מייק זאגט אים מיט א שמייכל "האסט זיך בארעכנט, הא?". מאיר איז צו אנגעצויגן מיט צו שמייכלען, "נו וואס ווילסטו?" פרעגט ער, מייק ווייזט אים מיט די האנט אז ער זאל אריינקומען אין די קאר וואס איז פארקירט נעבן זיי און דארט וועלן זיי רעדן.
פאר מאיר איז שלעכט געווארן, וואס וויל ער? וויל ער מיך באמת קידנעפן? מ'קען מיינען איך בין די עושר פון שטאט. ער פרובירט זיך קעגנצושטעלן, אבער מייק האלט זיך ביי זיינס אז די טעמע וואס ער וויל מיט אים דיסקוסירן איז צו געהיים צו רעדן אונטערן פרייען הימל. "איך גיי דיר נישט קיין שלעכטס טון, עס איז באמת וויכטיג און גלייכצייטיג אויך געהיים און צוליב דעם מוזן מיר רעדן אין קאר" בעט זיך מייק ביי מאיר ווען דאן פאלט אים ביי א שטיקל פשרה. ער שלאגט פאָר פאַר מייק אז ער קען זיך אריינזעצן אין קאר אבער וועט לאזן די טיר אפן, אזוי וועט ער נישט זיין גענצליך אין זיינע הענט.
מייק גייט איין דערויף, ער זעצט זיך אריין אין פארנט נעבן מייק, ווען צו זיין שטוינונג און שרעק באמערקט ער אז הונטערוויילעכץ זיצן נאך צוויי פארשוינען, עס איז אים ווידער שלעכט געווארן און ער האט שוין געוואלט אנטלויפן. אבער ער האט געקלערט צו זיך, אז איך בין שוין דא לאמיך שוין הערן וואס ער האט צו זאגן, און אז ס'וועט אויספעלן קען איך נאכדעם אנטלויפן.
ער נייגט צו זיין אויער צו מייק וועלכע פליסטערט אים שטיל אריין: "איך ארבעט פאר די עף. בי. איי."
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
ארום א רינדעכיגן טיש אין א געהיימען קעלער זיצן זעקס פערזאנען מיט פארקנייטשטע שטערנס און אקערן דורך די סיטואציע און די לעצטערע אנטוויקלונגען אינעם קאמף.
הואן גיבט א לייכטן קלאפ אין טיש און נעמט דאס ווארט. "ווי ענק אלע ווייסן מוטשענען אונז זיך זייער שטארק אויפן פראנט פון סייבער העקינג, און טראץ די פראפעסיאנאלן וואס מיר פארמאגן אויף דעם געביט, האבן מיר נישט באוויזן צו מאכן ערנסטע פארשריט אין די פאראייניגטע שטאטן, און טראץ די פילע סוקסעספולע סייבער אטאקעס וואס מיר האבן שוין דארט דורכגעפירט, האבן מיר דערווייל כמעט נישט באוויזן צו דערגרייכן אינערהאלב די העכסטע פענסטער. און דאס מיינע פריינט, איז א הויפט שטיין אין וועג פאר אונזער קאמף מיט אמעריקע."
הואן נעמט א טיפן אטעם און איז ממשיך. "איך גיי אייך היינט אויפוויקלען מיינע פלענער צו לעזן דעם פראבלעם אויף וואס איך ארבעט שוין א לענגערע צייט, און ס'איז געקומען די צייט עס מיטצוטיילן מיט ענק." די געמיטער אין צימער ווערן געשפאנט, און יעדער שארפט אן די אויערן נישט צו פארפאסן קיין איין ווארט, בשעת הואן זעצט פאר. "אלזא, מיר ארבעטן אויף א סאציאלע מידיע עפפ וועלכע וועט - מיט די הילף פון אונזערע פראפעסיאנאלע מארקעטער - גאר שנעל ווערן פון די דאמינירנדע סאציאלע מידיע פלאטפארמעס אין די פאראייניגטע שטאטן, און די רעשט איז היסטאריע" פירט ער אויס מיט א זיגרייכן שמייכל.
זיינע קאלעגן ארום זיצן נאך פארגלייזט פון דעם וואונדערליכן פלאן, און צוביסלעך קומען זיי צוריק צום רעאליטעט און הייבן אים אן באפאלן מיט פראגן איבער די דעטאלן פון דעם פראיעקט. הואן אנטזאגט זיך אבער אריינצוגיין אין מער דעטאלן, זאגנדיג אז מער קען ער נאך נישט אנטפלעקן, אבער ער וועט זיי האלטן אינפארמירט וויאזוי זאכן אנטוויקלען זיך.
"די זיצונג איז געשלאסן" רופט ער הויך אויס און הייבט זיך אויף ארויסצוגיין פון צימער צוזאמען מיט די אנדערע אנוועזנדע, ווען דאן הערט ער א קלינג פון זיין טעלעפאן, וואס באדייט אז ער האט באקומען א פרישן אימעיל. ער כאפט א שנעלן בליק און זעענדיג פון וועם דאס קומט דרייט ער זיך צוריק אויס אין ריכטונג פונעם צימער און זעצט זיך צוריק אראפ, און הייבט אן צו ליינען...
ער ליינט און ליינט, און ווי ווייטער ער ליינט ווערט אים ערגער און ערגער, די קאפ הייבט אים אן צו שווינדלען, די געדערים דרייען זיך אים איבער, און גלייכצייטיג גייט ער אריין אין א אויסטערלישן כעס.
"טייערער הואן" ליינט זיך דער אימעיל "וויסן זאלסטו אז איך בין דערגאנגען אז דיין געטרייע הויפט אגענט אין ניו יארק ארבעט בכלל נישט פאר דיר, ער האט ענק פארראטן. איך ווייס נאכנישט מער דעטאלן און איך וועל פרובירן צו דערגיין זיינע מאטיוון, אבער אויף אזויפיל קען איך דיר זאגן מיט א זיכערקייט אז ער איז א מוסלמענער און געפינט זיך אין אמעריקע פאר א אנדערע צוועק אינגאנצן. דערווייל איז פאר מיר א מיסטעריע וואס האט אים געטריבן זיך אנצושליסן אין די כינעזער שפיאנאזש אגענטור."
אבער דאן טראכט ער צו זיך, וואס ווער איך אזוי שנעל איבערצייגט אין די ריכטיגקייט פון זיינע ווערטער? ליענג איז דאך נאך א נייער אגענט און איך האב נאך נישט עכט געהאט די געלעגנהייט זיך צו איבערצייגן אין די ווארהייט פון זיינע אינפארמאציע, ער קוקט טאקע אויס צו זיין א געלונגענער און שארפער, אבער דאך קען זיין אז כדי ארויסצואווייזן ווי געלונגען ער איז האט ער זיך געיאגט צו שיקן דעם באריכט אן עס פולשטענדיג באשטעטיגן. ניין, איך נעם עס נישט אן גלאטערהייט איז ער מחליט, טשאנג איז מיר צו א טייערער אגענט אז איך זאל אזוי שנעל אפקויפן די לשון הרע.
נאסיר זיצט איינגעזינקען אינעם סאפע מיט א גרויסן לילקע אין זיינע הענט, און בלאזט ארויס גרויסע קנוילן רויך, בשעת ער גייט איבער אין געדאנק זיינע פלענער פאר די קומענדיגע תקופה, ווען פלוצלינג צוקלינגט זיך דער טעלעפאן פונעם ספעציעל פארזיכערטן ליניע. נאסיר יאגט זיך אהין און הייבט שנעל אויף, "העלא נאסיר דאס איז דזשאן", א בליץ צינדט זיך אן אין זיינע אויגן "נו, איז דיר געלונגען צו שאפן עפעס גוטע קאנטאקטן?" פרעגט נאסיר, אבער אויף דעם ענטפער וואס ער האט באקומען האט ער זיך גענצליך נישט געראכטן. "נאסיר, איך האב געשאפט אנדערע וויכטיגע אינפארמאציע, דער אבדול, דיין געטרייע אגענט וואס דו האסט מיר באאויפטראגט אים ארויסצוהעלפן מיט זיינע פלענער, ארבעט הונטער דיין רוקן!" ווארפט ער דעם באמבע. "וואס הייסט?" פרעגט נאסיר, נישט פארשטייענדיג וואס דזשאן פארציילט אים דא. "איך האב אנטדעקט" זאגט דזשאן "אז ער איז גאר א כינעזער אגענט, ער ארבעט געטריי פאר די כינעזער, און ער פאפּט דיך פשוט אויס".
נאסיר איז געבליבן זיצן גענצליך שאקירט און אפגעפאטשט, הייסט אז דער געטרייער און געלונגענער אבדול איז גאר א פאררעטער און ארבעט זאגאר פאר די כינעזע פיינט וואס אונטערדרוקן אונזער פאלק? זעט זיך אויס אז צוליב דעם איז ער געווען אזוי פויל די לעצטע שטיק צייט, טראכט ער צו זיך נאך זייענדיג אונטער שאק פון וואס ער האט יעצט געהערט.
דזשאן ווארט געדולדיג אויפן ליניע, ער פארשטייט אז נאסיר מוז זיין אין גאר א גרויסן שאק אז דער גרויסער כעסן האט זיך נאך אפילו נישט געקענט צוזאמנעמען צו ארויסגעבן זיין כעס. און אט הערט ער ווי נאסיר הייבט אן שוימען אויף דעם פאררעטער, ער האט נישט יעצט קיין כח דערצו, ער באגריסט אים און לייגט אראפ.
נאסיר איז צוריק אריינגעפאלן אין סאפע נאך טיף פארזינקען אין זיין שאק און כעס ביינעזאם. ער קען נישט באשליסן אויב ער זאל גלייבן דזשאן אדער נישט, סוף כל סוף איז אים אבדול א נאנטער פריינט שוין פאר לאנגע יארן און איז אלץ געווען געטריי און אויסגעפירט זיינע פליכטן, און דזשאן איז דאך נאך א נייער, אפשר איז עס פשוט זיינע דמיונות. אבער פון די אנדערע זייט זעט ער דאך אז אבדול איז היבש אומאקטיוו די לעצטע שטיק צייט, נו אפשר איז דאס די ענטפער אויף אבדול'ס לעצטיגע אויפפירונג.
און דאן גיבט ער א שפרינג אויף מיט פרייד, איך האב א פלאן! ער רייבט זיך די הענט מיט הנאה און שטרעקט אויס זיין האנט צום טעלעפאן.
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
שמעון זיצט איינגעקורטשעט אין דעם ווינקל פונעם פארשימלטן קעלער און פרובירט צו טראכטן און זיך דערגרינטעווען וואס עס קען מעגליך זיין די מאטיוון אונטער זיין פארכאפונג. ס'איז אים שווארץ פאר די אויגן, פיזיש און גייסטיש, ער זיצט דארט צובראכן און פארקלעמט, אויסגעהונגערט און מיד ביז גאר, אבער איבער אלעם נעמט אים איבער דאס טיפע זארג איבער זיין וואוילזיין, ער ווייסט נישט וויפיל צייט ס'איז אים נאך פארבליבן צו לעבן. טייכן טרערן גיסן זיך פון זיינע אויגן, אבער ווי עס שיינט טוט זיך דער רשע בכלל נישט קימערן דערמיט.
"אז דו ווילסט נאך אמאל זען די שיין פון די זון זאלסטו טון פונקטליך וואס איך הייס דיר! אויב וועסטו צעגערן צו אויספירן מיינע באפעלן וועסטו ביטער אפשניידן!" הערט ער דעם פארכאפער'ס באסאווע שטימע. "פון אנטלויפן זאלסטו ניטאמאל חלומ'ען, דאס ארט דא איז מער פארזיכערט ווי דעם ווייסן הויז" פירט ער אויס פארגייענדיג אין א ווילדן געלעכטער.
***
"הער אויס מר. ברוין" רופט זיך מייק אן נאך עטליכע מינוטן פון שטיל שווייגעניש. "איך גיי ארויסגיין פון וועג און טון א אויסנאמע שריט, עפעס וואס איך האב קיינמאל נישט און וואלט קיינמאל נישט געטון, אבער צוליב די קריטישע וויכטיגקייט פון אונזער יעצטיגע מיסיע איז מיר ווערט עס צו טון כדי דיר צו איבערצייגן אין ווארהייט פון מיינע ווערטער".
מאיר הערט זיך צו געשפאנט און ווארט צו זען וואס מייק וועט יעצט טון, מייק שלעפט ארויס זיין טעלעפאן פון טאש און מעלדט איין פאר מאיר מיט א באמבאסטישע שטימע אז ער גייט ארויפברענגען אויף די ליניע דעם עף. בי. איי. דירעקטאר מר. קאומי בכבודו ובעצמו! מייק קוקט אויף מאיר צו זען זיין רעאקציע און צו זיין גרויס וואונדער און אנטוישונג זעט ער נישט קיין שום התפעלות אויף זיין פנים. מאיר מעלדט אים איין מיט א טרוקענע שטימע אז ער האט נישט קיין השגה ווער דער קאומי איז און ער זעט נישט קיין סיבה אים צו גלייבן אז דעם וואס ער גרייט זיך ארויפצוברענגען איז טאקע דער עף. בי. איי. דירעקטאר.
און דאן האט מאיר באשלאסן אז ער האט שוין צופיל צייט פארשווענדעט מיט די פארשוינען דא. "הער מיך צו" רופט ער פלוצלינג אויס הויך אין ריכטונג פון מייק "זאלסט מיר שטארק אנטשולדיגן, אבער דיין אומפראפעסיאנאלע האנדלונג דערמאנט ליבערשט פון א פארברעכערישע באנדע ווי איידער די עף. בי. איי. און ווילאנג איך זעה נישט קיין עכטע באווייז וואס זאל איבערצייגן אז דו האסט מיר געזאגט דעם אמת, ביסטו ביי מיר מוחזק פאר א פארברעכער און כ'וויל דיר נישט קענען. צום ווידערזען אין פאליציי סטאנציע" האט ער שארף אויסגעפירט.
מייק איז בלייך געווארן, "נאר נישט דאס, דאס איז א גאר געהיימע מיסיע און אויב דו גייסט צו די פאליציי און דו מאכסט א סענזאציע פון אונזער שמועס דא לייגסטו דיך אריין אין א סכנה צוזאמען מיט מיליאנען אנדערע מענטשן. איך בעט דיך, גיב מיר אפאר טעג, און כ'וועל טרעפן א וועג דיך צו איבערצייגן אז ס'איז אמת וואס איך זאג. איך שווער אז איך וועל דיר נישט שעדיגן" האט ער זיך ממש געבעטן צו מאיר.
מאיר האט געקווענקלט און צום סוף איז ער איינגעגאנגען צו ווארטן און גארנישט טון ביז מייק וועט צוריקקומען מיט באווייזן. מייק האט זיך געזעגנט פון אים נישט פאר ער האט אים נאכאמאל שטרענג אנגעזאגט אז ער טאר נישט צו קיינעם רעדן דערוועגן און מאיר איז שנעל אהיימגעגאנגען.
מאיר האט שטארק געקווענקלט אויב ער זאל מיטטיילן זיין ווייב מיט די מאדנע און שרעקעדיגע אנטוויקלונגען. מצד אחד האט ער געוואלט אז זי זאל זיין אויף הויכע אלערט אז אין פאל עפעס פאסירט חלילה מיט אים זאל זי וויסן צו זיין אויף די וואַך, פון די אנדערע זייט האט ער שטארק נישט געוואלט איר דערשרעקן און ער האט מורא געהאט פון די קאנסעקווענצן וואס קען פאסירן אויב זי הערט וואס דא גייט פאר. צום סוף האט מייק'ס שטרענגע ווארענונג איבערגעוואויגן און ער האט באשלאסן דערווייל עס צו האלטן און געהיים און לאזן זאכן זיך אויסשפילן.
עס זענען פארביי געגאנגען עטליכע טעג ווען מאיר דרייט זיך ארום פארטראכט און באזארגט, נאך עטליכע טעג וואס ער האט גארנישט געהערט פון די חברה האט ער שוין אנגעהויבן האפן אז אפשר האבן זיי זיך פשוט אפגעלאזט פון אים.
איין טאג, אריינשפאצירנדיג אין ביהמ"ד אינדערפרי צום דאווענען, כאפט זיך מאיר אז ער האט שוין לאנג נישט געזען שמעון. ער פלעגט יעדן טאג טרעפן דעם עלנדן איינזאמען בחור און פלעגט אים ווארעם באגריסן, און הערשט יעצט כאפט ער זיך אז ער האט אים שוין נישט געזען פאר כמעט א וואך צייט. ער האט געקלערט צו זיך צי ער ברויך זיין באזארגט דערוועגן אדער זאל ער עס לאזן לויפן, מ'רעדט דאך פון בלויז אפאר טעג.
אזוי טראכטנדיג וועגן שמעון איז אים פלוצלינג א בייזער געדאנק אריין אין קאפ. ווער ווייסט? אפשר האט שמעון'ס פארשוואונדן ווערן א שייכות מיט די מאדנע געשעענישן ארום אים? אבער ער האט עס גלייך פרובירט ארויסצושלאגן פון קאפ, 'ס'איז בלויז נארישע דמיונות' האט ער געטראכט 'וואס האב איך דען מיט אים, חוץ אז איך גריס אים יעדן טאג?' אבער פון די אנדערע זייט האט ער געוואוסט אז ער איז פון די געציילטע וואס האבן עפעס א שייכות מיט שמעון און אפשר דאך איז עס פארבינדן.
א שוידער האט ארומגענומען זיין גאנצן קערפער ווען ער האט טיפער אריינגעקלערט אין די מעגליכקייט, 'הייסט אז איך קען זיין די נעקסטע אויף די ליסטע פון די מסוכנ'דיגע פארברעכער' האט ער געקלערט מיט שרעק. אויב איז די מאדנע צוזאמטרעף נישט גענוג געווען אים צו דערשרעקן, האט אים די יעצטיגע אנטוויקלונג מיט שמעון ממש אריינגעווארפן אין א געפערליכע פאניק, ציטערנדיג וואספארא שוידערליכע געשעענישן עס שפילן זיך דא אפ אונטער זיין רוקן.
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
אבדול איז געזיצן ביים טיש און זיך אומגעקוקט מיט צופרידנהייט אויף די פילע אנוועזנדע, ענדליך האט זיך נאסיר ארויפגעשארט די ארבל און אים צוגעשטעלט אגענטן ארויסצוהעלפן אויספירן די הייליגע מיסיע.
אבדול האט געעפנט דעם זיצונג מיט קורצע ווערטער איבער דעם וויכטיגקייט פון זייער מיסיע און די נויטווענדיגקייט דאס צו ערלעדיגן אין די שנעלסטע צייט אפשניט שייך. דאן האט ער אנגעהויבן אויסצושמועסן די דעטאלן פון די ארבעט וואס ליגט אויף די גרופע אינעם יעצטיגן פאזע.
"די ערשטע זאך, דארף יעדער פון ענק צוזאמשטעלן א דעטאלירטע ליסטע פון אלע אידישע רבנים און גייסטיגע פירער, אין די געגנט וואס ער באקומט צוגעטיילט. איך גיב ענק עטליכע וואכן צו ארבעטן דערויף, און דאן זאלט עטס זיין דא צוריק מיט א פונקטליכע ליסטע מיט די נעמען און פערזענליכע דעטאלן, ווי אויך די טאג טעגליכע לעבנסשטייגער פון יעדער איינער פון זיי. געדענקט, טעותים וועלן נישט אקצעפטירט ווערן און נישט פארגעבן ווערן!" האט ער אויסגעפירט מיט א שטרענגן טאן.
שמעון איז געזיצן איינגעקורטשעט אין זיין ווינקל און האט אלעס מיטגעהאלטן, מיט יעדעס ווארט וואס איז ארויס פון אבדול'ס מויל האט ער געפילט ווי זיין נשמה פליט אים ארויס. ער האט זייער גוט פארשטאנען אז זיין לעבן איז אין א שטענדיגע געפאר ווען ער געפינט זיך אין געפענגעניש אונטער אזא געפארפולן טעראריסט און אנטיסעמיט, און זיין קערפער האט זיך געווארפן פאר שרעק זעענדיג דעם טויט פארנט פון זיינע אויגן, ער האט אומצאליגע מאל איבערגעזאגט שמע ישראל און ווידוי זיך גרייטנדיג אויפן ארגסטן. ער האט אבער פארשטאנען אז ווי עס שיינט וועט דער רשע אים נאך וועלן גוט אויסנוצן פאר ער ווארפט אים צו די הונט, און ער האט געציטערט אז ער זאל אים נישט צווינגען צו נעמען א טייל אין זיינע פינסטערע אקטיוויטעטן קעגן זיינע אידישע ברודער. ער האט אויפגעהויבן זיינע אויגן צום הימל און בשעת עס גיסן פון אים טרערן האט ער זיך געווענדט מיט א שטומע געבעט צום טאטן אין הימל זאל אים שוין ארויסנעמען פון דא און אים ראטעווען פון אונטער די שלעכטע נעגל.
***
הואן זיצט פארטראכט און ווייסט נישט וואס צו טון ווייטער, פון איין זייט איז אים טשאנג גאר א גוטער אגענט, אזוינס וואס ער זוכט שוין לאנג, און ס'איז אים שווער צו קלערן פון אים אויפגעבן. פון די אנדערע זייט אבער, אויב איז ריכטיג וואס ליענג האט מיר איינגעמאלדן איבער אים, דאן איז פשט אז ער איז א בלויזער פאררעטער און דארף באצאלן א טייערע פרייז דערפאר. די שאלה איז וויאזוי מ'ווערט געוואויר די אמת.
ביים ענדע האט ער מחליט געווען צו ענטפערן פאר ליענג אז ער איז אים דאנקבאר פאר זיין גוטע ארבעט און וויכטיגע אינפארמאציע וואס ער האט אים געברענגט, דאך בעט ער אים אז ער זאל ווייטער ארבעטן פעסטצושטעלן די קראנטקייט פון די אינפארמאציע און זיכער מאכן אז ער האט נישט געמאכט קיין טעות. ער האט מחליט געווען אז ער וועט זיך שוין יעצט פארבינדן מיט טשאנג און הערן וואו זאכן האלטן, און ער וועט לייגן אפטע דרוק אויף אים אז ער זאל זיך אונטעריאגן מיט די ארבעט, און ער וועט באפעלן ליענג צו האלטן א שטענדיגע אויג אויף אים פונדערנאנט, און ער וועט זען לויט זיין אויפפירונג צי איז ער טאקע א פאררעטער אדער איז ער געטריי. אויב זעט ער אז טשאנג נעמט ערנסט די ארבעט און פלייסט זיך צו מיט געטריישאפט, דאן קען מען אננעמען אז די באשולדיגונג איז פאלש און ער איז באמת געטריי. אויב אבער צעגערט ער מיט די אויפגאבעס וואס מען לייגט ארויף אויף אים, דאן דארף מען אים שוין גרינטליך נאכקוקן צו דערגיין אויב ער איז גאר א פאררעטער.
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
מאיר האט אויסגעשאסן אין א הילכיגע געלעכטער מיט גרויס הנאה פון זיין געלונגענע וויץ, אבער מייק האט זעט אויס נישט געכאפט דעם וויץ און האט זיך צוגעכאפט צו דעם פארשלאג ווי א דערטרונקענדער אין א בינטל שטרוי, זיין געזיכט איז געבליבן ערנסט און אן א שאטן פון א שמייכל האט ער איינגעמאלדן פאר מאיר אז ער קען זיך שוין גרייטן צום נסיעה. ער האט שוין אפילו גענומען דעם דזשי. פי. עס. אין די הענט גרייט אריינצולייגן דעם אדרעס און האט גלייכצייטיג אנגעהויבן מאכן די נויטיגע טעלעפאן רופן צו אראנזשירן דעם אויפנאמע ביים פרעזידענט.
מאיר קוקט זיך צו מיט א אפענע מויל און קען נישט מחליט זיין צי ער טרייבט ליצנות פון אים אדער האט ער צוליב זיין גרויס אנגעצויגנקייט נישט געכאפט אז ער האט בלויז געמאכט א וויץ און האט עס אנגענומען ערנסט. שטילערהייט קוקט ער זיך צו צו מייק'ס פיבערהאפטיגע אקטיוויטעטן און נאך עטליכע לאנגע מינוטן דרייט זיך ענדליך מייק אויס אין זיין ריכטונג און מעלדט אים איין מיט א געאיילטע שטימע אז ער האט ערלעדיגט אז דער פרעזידענט זאל זיי אויפנעמען פאר א קורצע עמוירדזשענסי באזוך.
מאיר ווייסט נישט אױב ער זאל לאכן אדער וויינען. ענדליך האט ער געפונען זיין פארלוירענע צונג און מודיע געווען פאר מייק אז ער איז געווען סארקאסטיש און האט עס בכלל נישט געמיינט ערנסט. מייק אבער האלט נישט ביים אויפגעבן, "אזוי צו אזוי איז עס א גוטע געדאנק און דו קומסט מיט מיר קיין וואשינגטאן די. סי."
מאיר ווערט ערנסט און איז אים מודיע אז ס'גייט נישט אזוי, מ'פארט נישט פון איין מינוט אויפן צווייטן און אז ער זעט אז מייק האט גענומען ערנסט זיין סארקאסטישע פארשלאג דארף ער קודם גוט איבערקלערן צי ער איז גרייט דערפאר. "די ערשטע זאך, דארפסטו מיר פונקטליך פארציילן וואס און פארוואס דו ווילסט איך זאל מיך דא אונטערנעמען, דאן וועל איך עס איבערשמועסן מיט מיין פאמיליע און זען צו ס'איז בכלל פאסיג פאר מיר".
מייק האט נישט באהאלטן זיין אומצופרידנהייט פון די פרישע ליסטע פון פארלאנגען וואס מאיר האט אים דא ארויסגעלייגט, "קוק אהער, דאס איז גאר געהיים און איך קען דיר דאס נישט אנפארטרויען ווילאנג איך ווייס אפילו נישט אויב דו וועסט עס אננעמען, שוין אפגערעדט אז צו דיין פאמיליע טארסטו נישט רעדן דערוועגן".
מאיר האלט זיך אבער ביי זיינס אז ער גייט נישט פארן צום פרעזידענט איבער עפעס וואס ער האט נישט די מינדעסטע השגה פון וואס עס האנדלט זיך, און ווי אויך איז בכלל נישט קיין רעדע אפילו פון עס באהאלטן פון זיין ווייב. מייק קווענקלט פאר עטליכע מינוט און צום סוף גייט ער איין אים צו געבן א קורצע כלליות'דיגע באריכט איבער דעם קעיס, און ער וועט עס קענען איבערשמועסן בלויז מיט זיין ווייב, אבער אויסער דעם טאר קיינער אין די וועלט נישט וויסן דערפון.
מייק הייבט אן מיט א דראמאטישע שטימע אראפצולייגן די געפאר וואס הענגט אויף די אידישע געמיינדע אין אמעריקע, אין קורצע ווערטער פארציילט ער אים אז עס וועבן זיך שרעקליכע פלענער דורכצופירן געפערליכע בייזוויליגע אקטן קעגן אידן, אבער די אויטאריטעטן האבן דערווייל נישט באוויזן צו דערגיין די דעטאלן און אזוי ארום האבן די מעגליכקייט צו פארמיידן די שרעקליכע געשעענישן נאך איידער עס פאסירט. "מיר זענען געקומען צו א פארשטענדעניש, אז די איינציגסטע וועג צו קענען באקומען די נויטיגע אינפארמאציע וועט זיין דורך אויפנעמען איינעם פון אינערהאלב ענקער קאמיוניטי וואס וועט האבן די מעגליכקייטן צו דערגרייכן די נויטיגע אינפארמאציע, זינט דער הויפט פלאנירער פון די טעראר אקטן דרייט זיך הויפטזעכליך אין ענקערע געגנטער און צווישן ענקערע געמיינדעס". ענדיגט מייק צו.
אבדול, הערנדיג ווי שמעון לאזט ארויס א שטילע קרעכץ צווישן זיינע געוויינען, דרייט זיך אויס אין זיין ריכטונג. גלייך האט ער פארשטאנען פארוואס שמעון האט יעצט באפאלן א געוויין נאך וואס ער האט צוגעהערט צו די זיצונג וואס איז אקורשט דא פארגעקומען, און מיט א שפאטישן שמייכל איילט ער זיך צו בארואיגן שמעון. "זארג נישט, דיר וועל איך דערווייל נישט נוצן אויסצופירן די הייליגע פליכטן, דערווייל האב איך אנדערע ארבעט פאר דיר. אפשר ווען איך וועל זיך נויטיגן וועל איך דיר אויך אנשליסן אין אונזער הייליגע מיסיע" פירט ער אויס מיט א סאדיסטישן געלעכטער.
ער גייט צו נענטער צו שמעון און הייבט אן רעדן מיט אים, יעצט שוין אין א שטרענגן פאדערנדיגן טאן, און לייגט פאר זיינע פארלאנגען וואס ער וויל שמעון זאל פאר אים דורכפירן, און אך און וויי אויב ער וועט זיך דערוואגן ווידערצושפעניגן אדער אנטלויפן. "איך וועל וויסן פונקטליך וואו דו ביסט יעדע רגע פון טאג, אפילו ווען איך שיק דיר ארויס פאר א שליחות, און ביטער וועט זיין דיין סוף אויב דו וועסט זיך נישט אומקערן אהער!" ווארנט ער אים אן, בשעת שמעון'ס אלע ביינער ווארפן זיך פאר שרעק פון די אפענע דראאונגען.
און דאן גיבט ער פאר שמעון פונקטליכע אנווייזונגען וויאזוי ער זאל אין עטליכע שעה ארום זיך גוט פארשטעלן אז קיינער זאל אים נישט דערקענען און ער זאל זיך ארויסלאזן אין די שטילקייט פון די נאכט אין ריכטונג פון ניו יארק סיטי. ער גיבט אים די נויטיגע כלים מיט פונקטליכע אנווייזונגען וויאזוי ער זאל זיך איינברעכן אינעם אנגעגעבענעם אדרעס, און אונטערנעמען די נויטיגע זיכערהייט מאסנאמען אז קיינער זאל אים נישט כאפן ביי די מעשה, און די סעקיוריטי סיסטעמען און קאמערעס זאלן אים נישט אויפכאפן. דאן גייט ער אריין אין די דעטאלן וואס ער האט צו טון זייענדיג אינעווייניג, וואו ער זאל גיין און וועלכע קאמפיוטערס ער זאל באהאנדלען, וויאזוי ער זאל דאס באהאנדלען, און דאן זאל ער תיכף אפציען פון שטח אן איבערלאזן סיי וועלכע שפורן אז א פרעמדע אריינדרינגער האט דא באזוכט. "מאך זיכער אז מ'זאל דער נישט כאפן, ווייל אויב יא וועט דיר זײן זייער שלעכט, איך וועל דיר עס נישט פארגעבן. מיינע לאנגע האנט קענען דערגרייכן איבעראל, אויך אין די אמעריקאנע תפיסות" ענדיגט ער צו מיט זיין דראענדע שטימע, וואס איז שוין יעצט גוט באקאנט פאר שמעון.
שמעון ווערט דערשראקן צום טויט, ער האט נישט די מינדעסטע ערפארונג אין אזעלכע זאכן, און וויאזוי וויל ער אז ער זאל איבערנאכט ווערן א געשולטע איינברעכער? ער קען אין פאל זיך נישט ערלויבן צו געכאפט ווערן אויב זיין לעבן איז אים טייער, אבער וויאזוי וועט ער באווייזן דאס אוממעגליכע? קיין סאך צייט איז אים נישט פארבליבן צו שפעקולירן און זיך זארגן, ס'איז אים פארבליבן בלויז עטליכע שעה צו כאפן א שטיקל דרימל, און ער פרובירט איינצושלאפן, אבער אן ערפאלג.
אזוי דרייט ער זיך פון איין זייט צום צווייטן באזארגט און פארציטערט, עס איז אים בלויז פארבליבן זיך ארויפצואווארפן אויפן איין איינציגן טאטע אין הימל, דער אבי היתומים, און מיט פעלזן פעסטע בטחון אין הארצן שטייט ער אויף פון זיין געלעגער וואס איז אפשר אמאל געווען ראוי צו ווערן אנגערופן א 'בעט' און מאכט זיך גרייט ארויסצוגיין אויף די ריזיקאלישע מיסיע.
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
דער פרעזידענט נעמט תיכף דאס ווארט און רעדט דירעקט צו מאיר, ער לייגט אראפ די סיטואציע אין קורצע ווערטער און ברענגט ארויס אז לויט די שפיאנאזש וואס ער האט באקומען פון די באאמטע האנדלט מען דא מיט א שרעקליכע געפאר וואס לויערט אויף די אידישע געמיינדע אין אמעריקע בפרט און אויף אמעריקע'ס נאציאנאלע זיכערהייט בכלל. ער בעט פון מאיר זאל קאאפערירן מיט די אינסטאנצן כדי צו פארמיידן די שרעקליכע פלענער פון צו פארווירקליכט ווערן, און ענדיגט צו מיט א וואונטש אז ער זאל מצליח זיין אין די מיסיע.
מאיר האט ממש ווי פארלוירן זיין צונג פון גרויס איבערראשונג אבער ער פארשטייט אז עס פאסט אז ער זאל זיך לאזן הערן. ער באדאנקט דעם פרעזידענט פאר זיין ארבעט און ספעציעל פארן אים געבן די געלעגנהייט זיך צו טרעפן מיט אים פערזענליך, און ער פארזיכערט פארן פרעזידענט אז ער וועט טון אלעס וואס איז אין זיין מעגליכקייט אפצוטון דעם שרעקליכן געפאר וואס הערשט.
דער באזוך קומט שנעל צו אן ענדע, מאיר געזעגנט זיך פון אלע אנוועזנדע און פארלאזט דאס ארט צוזאמען מיט זיינע באגלייטער בשעת זיינע געדאנקען רוישן אין אים איבער די אינפארמאציע וואס ער האט יעצט געהערט און די היסטארישע באגעגעניש וואס ער האט אקורשט דערלעבט. ער פרובירט צו מאכן סדר אין זיינע מחשבות און ער וואונדערט זיך וואס קומט יעצט, וואס וועט זיין פון דא און ווייטער. אבער ער פארשטייט אז כדי צו באקומען אן ענטפער אויף די פילע פראגן וואס פארפלייצן זיין מח, וועט ער מוזן ווארטן אז מייק און זיינע קאלעגן זאלן אים אלעס אויסקלארן.
אויפן וועג ארויס האט אים מייק איינגעמאלדן אז די וועג אהיים וועט ער פארן צוזאמען מיט זיי, "מיר האבן אסאך צו שמועסן און די וועג איז א לאנגע וואס מאכט עס גאר געאייגנט פאר אונזערע וויכטיגע געשפרעכן". מאיר האט פארשטאנען אז דאס איז א באפעל און נישט קיין בקשה, און האט זיך נישט אפילו פרובירט קעגנצושטעלן. ער האט ממילא ארויסגעקוקט צו הערן מער אינפארמאציע און ער איז געווען צופרידן דאס צו קענען באקומען שוין יעצט.
ווי נאר זיי האבן זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג האט ראבערט גענומען דאס ווארט, ער האט זיך קורצליך פארגעשטעלט ווער ער איז און וואספארא פאזיציע ער טראגט, ער איז אפיציעל די הויפט עף בי איי אגענט אין ניו יארק, אבער אין פאקט פארמאגט ער אומאפיציעל א פיל העכערע פאזיציע פון דעם און איז באמת פון די פאקטישע פירער פון דעם אגענטור. און דאן האט ער אנגעהויבן רעדן איבער די יעצטיגע מיסיע.
ער וויקלט אויף פאר מאיר פונקטליך וואס דא גייט פאר און וואס זיי ווייסן שוין דערוועגן, און נאכמער וואס זיי ווייסן נישט, וואס דאס ברענגט זיי צו איינשפאנען א חסיד'ישע יונגערמאן אין די ארבעט. ער שילדערט ווי זיי זענען געוואויר געווארן איבער א געפארפולע פארשוין מיט פינסטערע פלענער אנצוברענגען טויט און פארניכטונג אינערהאלב די אידישע געמיינדע און דורכאויס די פאראייניגטע שטאטן וואס האט זיך באזעצט אין די אומגעגנט פון קרית יואל און האט אנגענומען צו ארבעטן אלס רייניגער אין א שול. ווען זיי האבן זיך אריינגעלייגט טיפער אין דעם קעיס און פרובירט צו באקומען מער אינפארמאציע איבער זיינע פלענער האבן זיי זיך ממש ווי אנגעשטויסן אין א וואנט, דער פארשוין איז גאר קלוג און ראפינירט און ווייסט וויאזוי זיך צו באשיצן, און אלע באמיאונגען פון די אגענטן צו דערגרייכן מער אינפארמאציע האט זיך אויסגעלאזט כמעט מיט גארנישט.
אויב איז דאס אלעס נישט גענוג געווען, האבן די אגענטן ביים אים נאכקוקן געפינען אז ער איז אויך אין פארבינדונג מיט די כינעזע קאמוניסטישע פארטיי און דינט אלס אפיציעלער אגענט פאר זיי, דאס האט אונז נאך מער אריינגעווארפן אין צומישעניש, וויבאלד עס איז נישט מסתבר אז די צוויי מיסיעס זיינע זענען פארבינדן איינס מיטן צווייטן, ווי אויך גלייבט זיך נישט אז ער ארבעט באמת אויף ביידע. מערסט ווארשיינליך איז אז ער איז באמת בלויז דא פאר איין צוועק און האט זיך פארשלייערט אויך אונטער א צווייטע מיסיע, ס'איז אבער נישט קלאר וואס עס קען זיין זיינע אינטערעסן אין אננעמען דאפלטע אויפגאבעס. אזוי צו אזוי מאכט עס בלויז פיל שווערער אונזער ארבעט, וויבאלד צום אלעם ערשט ברויך מען דערגיין וואס איז זיין ריכטיגע ציל און דאן קען מען זיך הערשט נעמען צו די ארבעט אים אפצושטעלן באצייטנס.
אלזא, זענען מיר געקומען צום אויספיר, אז די בעסטע וועג גייענדיג פאראויס וועט זיין, אויפצונעמען א איד פון אינערהאלב די חסידי'שע קאמיוניטי וואס וועט אים קענען נאכפאלגן אן ציען שטארקע אויפמערקזאמקייט פון זיין זייט, וויבאלד דורכן טאג דרייט ער זיך צווישן די חסיד'ישע געמיינדע, און ער וועט מסתם נישט חושד זיין אז איינער פון זיי שפיאנירן אויף אים, איז דאס דערווייל די בעסטע וועג צו קענען נאשן מער אינפארמאציע איבער אים און זיינע מאטיוון.
מאיר הערט זיך צו מיט אינטערעסע און ער ציט זיך צוזאם פאר שרעק, נישט לייכט קומט אים אן צו פארדייען דעם פאקט אז ער וועט דארפן פאקטיש שפיאנירן און נאכפאלגן א געפארפולער פארברעכער, און ער וועט דארפן גאר שטארק אכטונג געבן נישט אריינצופאלן אין א סכנה.
ראבערט ענדיגט צו זיין לענגערע רעדע מיט א ווארענונג אז דער פארשוין שיינט צו זיין גאר ראפינירט און קען זייער שנעל אויפכאפן אז מען קוקט אים נאך, און דערפאר וועט מאיר דארפן זיין גאר פארזיכטיג ביים שפיאנירן אויף אים אז ער זאל נישט באמערקן וואס ער טוט.
א שטילקייט האט זיך אראפגעלאזט אין קאר ווען אלע אויגן ווענדן זיך צו מאיר צו הערן זיין רעאקציע, זיי האפן שוין צו הערן פון אים אז ער איז גרייט אריינצושפרינגען אין די מיסיע און אז ער נעמט אן די אויפגאבע וואס זיי ווילן אויף אים ארויפלייגן.
מאיר טראכט צו זיך שטילערהייט פאר עטליכע מינוט, די מחשבות פלאגן אים און ער ווייסט נישט וויאזוי צו עסן די הויפן מיט אינפארמאציע מיט וואס ער איז נארוואס באפאלן געווארן, ער שפירט ווי ער איז אליינס אינעם רוישיגן ים אן די מעגליכקייט זיך צו דערהייבן העכער די כוואליעס און איר דורכשווימען, די כוואליעס דראען אים אט אט צו פארפלייצן און ער פילט הילפלאז. די ווילד פרעמדע געדאנק אז ער זאל דינען אלס שפיאן פאר די עף בי איי וויל זיך בשום אופן נישט באקוועם מאכן אין זיין מח, ער פילט ווי מ'האט אויף אים פלוצלינג ארויפגעווארפן א שווערע לאסט פון טויזנטער פונט מיט וואס ער דארף זיך אליין ספראווענען, ער קען זיך בשום אופן נישט זען אריינשפאצירן אינעם לייבן גרוב און נאכפאלגן א מסוכנ'דיגע מערדער וואס קען יעדע ליאדע מינוט כאפן וואס ער טוט הונטער זיין רוקן. פארוואס האבן זיי אויסדערוועלט א איידעלע יונגערמאן וואס זיצט ביי די גמרא און האט נישט קיין השגה פון די דרויסנדיגע וועלט צו זאגן? וויאזוי דארף איך דאס האנדלען?
"פארוואס פונקט מיך?" ברענגט ער ענדליך ארויס זיינע מחשבות אין דריי קורצע ווערטער. ראבערט איז אים מסביר אז אזעלכע באשלוסן ווערן נישט געמאכט אין איין מינוט, זיי קוקן שוין נאך פילע פאטענציאלע קאנדידאטן פאר א שטיק צייט, און נאכן אים באאבאכטן פון די נאנט און זיך באקענען מיט זיינע נאטורן, זענען זיי געקומען צו די החלטה אז צוליב פילע פאקטארן, געבויט אויף זיין פערזענליכקייט און די סיטואציע און נאך פארשידענע ארומיגע דעטאלן, איז ער די מערסט פאסיגע קאנדידאט פאר דעם צוועק.
מאיר האט געהויבן ברעמען הערנדיג אז ער איז שוין אונטערן ראדאר פאר א לענגערע צייט, אבער ער פארשטייט אז יעצט איז נישט די צייט צו שטעלן פראגן אדער זיך רעגן אויף וואס מען טוט צו אים. יעצט דארף מען מאכן אן ענדגילטיגן באשלוס. צום סוף איז ער זיי מודיע אז ער וועט עס מוזן איבערשמועסן אינדערהיים און עקסטער מיט א רב הערן וואס ער זאגט דערצו. צוערשט האבן זיי זיך קעגנשטעלט זאגנדיג אז דאס איז גאר געהיים און ער מעג צו קיינעם נישט רעדן דערוועגן, אבער נאך וואס ער האט קלארגעשטעלט מיט א פעסטקייט אז אן א הסכמה פון דעת תורה איז נישטא וואס צו רעדן, זענען זיי בלית ברירה איינגעגאנגען דערויף, בתנאי אז ער וועט זיי איינמעלדן פון פאראויס דעם נאמען פונעם רב.
געענדיגט אפשמועסן אלע דעטאלן און זיי געזעגענען זיך מיט א צוזאג צו זיין אין פארבינדונג, און מאיר שפאצירט מיט שווערע טריט אין ריכטונג פון זיין היים...
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
איז דערווייל געבליבן פאר זיי נאך עטליכע טעג צו ווארטן געשפאנט און האפן צו באקומען אן ענטפער וואס שנעלער. ענדליך נאך עטליכע טעג האט אים דער רב צוריקגערופן און געענטפערט אז נאכן שוקל זיין אלע צדדים איז ער געקומען צו די מסקנא אז ער זאל עס יא אננעמען, למעשה אז עס לויערט א געפאר אויף אידישע קינדער און ספעציעל אז שמעון געפינט זיך שוין ליידער פאקטיש אונטער זייערע נעגל, און אז ער האט א געלעגנהייט אנטיילצונעמען אין די געוואלדיגע הצלת נפשות מיסיע זאל ער עס נישט ארויסלאזן פון אונטער די האנט. דער רב האט צוגעלייגט עטליכע פארשטענדליכע תנאים וואס ער זאל זיך מיט זיי אויסנעמען, זיכער צו מאכן אז זיי וועלן נישט פארלאנגען פון אים צו טון זאכן וואס זענען נישט ערלויבט פאר קיין איד, און אז זיי זאלן זיך נישט באנוצן מיט די באווייזן וואס ער וועט זיי ברענגען, צו אויספארשן דערמיט אנדערע אידן. און מיט דעם האט דער רב צוגעענדיגט דעם שמועס מיט א ווארעמע וואונטש אז ער זאל מצליח זיין אין זיין מיסיע און ווערן אפגעהיטן פון אלעם בייזן.
מיט א שווער הארץ און געמישטע געפילן, מיט א קלעם אין הארצן און גרויס פחד פון איין זייט, און הנאה פון די זכי' צו האבן א טייל אין אפראטעווען אידישע קינדער פון די צווייטע זייט, האט די ברוין פאמיליע אויפגענומען דעם פסק פונעם רב און זיך געגרייט צו דעם נייעם פרעמדן מציאות אז דער ראש המשפחה וועט ווערן א עף בי איי אגענט.
זיי האבן ביידע ארויסגענומען א תהילים'ל פון שאנק און מיט הייסע טרערן האבן זיי איינגעריסן ביים בורא עולם זאל באהיטן זיי און גאנץ כלל ישראל פון אלע וואס ווילן זיי שלעכטס טון. און דאן האט מאיר גענומען דעם טעלעפאן אין האנט און געמאכט דעם גורל'דיגן טעלעפאן קאל וואס וועט דראסטיש טוישן זיין לעבן פון איין מינוט צו די אנדערע. מיט קורצע ווערטער האט ער איינגעמאלדן פאר דעם אויפן צווייטן זייט טרייבל אז ער נעמט אן די אויפגאבע ווען זיין הארץ פלאטערט אים נאך פאר שרעק, זיי האבן אפגעשמועסט די פונקטליכע דעטאלן וואס מען טוט ווייטער, און דאן איז ער זיך געגאנגען לייגן האפנדיג אויף א בעסערן מארגן.
***
שמעון אטעמט אפ מיט פארלייכטערונג, זעט אויס אז דער רשע איז טאקע א געניטער מומחה אין איינברעכערייען, נאך אלעם האבן זיינע טאקטיקן גוט געארבעט. שטילערהייט אויף די שפיץ פינגער ווענדט ער זיינע טריט אריין אינעם בנין, נישט בעפאר ער מאכט זיכער אז די קאמערעס און סעקיוריטי סיסטעמען זענען אומאקטיוו דורכאויס זיין באזוך, שטוינענדיג פון די וואונדערליכע טעכנאלאגיע וואס די פארברעכער פארמאגן וואס קען איבערקומען די סאפיסטיקירסטע זיכערהייט מאסנאמען. ער גייט פונקטליך לויט די אנגעגעבענע דירעקציעס און גאנץ שנעל האט ער געטראפן די אפיס וואס איז היינט אויף די אגענדע. נאכאמאל נעמט ער זיך צו די ארבעט, שטיל און שנעל עפנט ער דעם טיר, אזש עס קען זיך דאכטן אז ער טוט שוין די סארט ארבעט א לענגערע צייט. 'ווער וואלט זיך געגלייבט אז איך, דער בטלן און לא יוצלח, זאל קענען אזוי גרינג און געניט אויפברעכן א טיר' טראכט ער צו זיך מיט א זויערן שמייכל.
דער פחד איז גרויס, נאך אלע שריט וואס ער האט אונטערגענומען זיך צו באהיטן פון געכאפט ווערן איז ער נאך ווייט נישט רואיג. דאס הארץ פלאטערט אים פאר שרעק, ער קען ממש הערן ווי דאס הארץ זיינע באכעט פון גרויס פחד. אין אמת'ן אריין איז ער בכלל נישט אזוי זיכער אז ער וויל נישט ווערן געכאפט, אים גלוסט זיך בכלל נישט צוריקצוגיין צו דעם לעכל אונטער די נעגל פון דעם רשע, אין די אמעריקאנע תפיסות וועט שוין בעסער זיין. דאך אבער האט ער מורא פון דעם סטראשונג זיינעם אז ער וועט זיך נוקם זיין אין אים אויב ער פאלט דורך און אז זיינע הענט קענען דערגרייכן ווי אימער, ער ווייסט נישט וואס ער קען אלץ ערווארטן פון אים אין פאל ער ווערט געכאפט און ער האט מורא פאר זיין לעבן.
טראץ וואס ער ווייסט אז דער בנין איז גענצליך לער, דאך פילט ער אין זיין דמיון ווי פילע פאר אויגן באגלייטן אים פון אלע זייטן, אין פאנטאזיע זעט ער דראענדע פינגער פון איבעראל וואס ווארענען אים מיטן ארגסטן, און פילע שאטנס פון מענטשן וואס קומען אים אט כאפן און אפטראגן אין ארעסט. אונטער שווערע דרוק און אנגעצויגנקייט איילט ער זיך צו פארטיג צו ווערן מיט די ארבעט וואס פריער און קענען אפציען פון שטח ווי אמשנעלסטן.
ענדליך האט ער געענדיגט באהעפטן און אינסטאלירן די ספעציעלע געצייגן אויף די עטליכע קאמפיוטערס וואס געפינען זיך אין צימער, פונקטליך לויט די אנווייזונגען וואס ער האט באקומען. ער האט הנאה אז ער האלט שוין נאכדעם אבער ערלויבט זיך נאכנישט נאכצולאזן פון זיין אנגעצויגנקייט, מיט גרויס פארזיכטיגקייט יאגט ער זיך צום טיר מיטן ציל שנעל צו פארשוואונדן ווערן פון דעם ארט בעפאר איינער וועט אים באמערקן.
ער טרעט ארויס צום קארידאר און אט דאכט זיך אים אז ער האט געהערט עפעס, ער ווייסט נישט וואס אבער זיינע אויערן האבן אויפגעכאפט א פרעמדן שארך, נישט עפעס וואס איז געקומען פון זיינע באוועגונגען. ער פרובירט עס קודם אוועקצומאכן אין געדאנק אלס פשוט'ע פאנטאזיעס, ער דמיונ'ט דאך שוין פון די סעקונדע וואס ער האט איבערגעטרעטן דעם שוועל אז פיל מיט מענטשן זענען ארום אים און קוקן אים נאך. אבער ווען ער האט עס געהערט צום צווייטן מאל, און יעצט איז ער שוין זיכער געווען אז דאס איז עפעס אנדערש ווי ביז יעצט און איז נישט קיין פאנטאזיע, איז ער פארשטיינערט געווארן אויפן ארט. אויב האט ער פריער געמיינט אז זיינע הארץ קלאפענישן האבן שוין דערגרייכט דעם שנעלסטן ריטם, איז ער הערשט יעצט געוואויר געווארן וואס מיינט ריכטיג שטארקע הארץ קלאפענישן, די קלאנגען פון זיין הארץ קלאפן האבן דערגרייכט צו זיינע אויערן און אים האט זיך געדאכט ווי דאס זענען באנומענע קולות וואס ווערן געהערט איבערן גאנצן בנין. ער האט מורא געהאט אז דאס אליינס וועט אים ארויסגעבן, אבער זיך צו בארואיגן איז ער נישט אומשטאנד געווען, איז ער ווייטער געשטאנען דארט אנגעצויגן און דערציטערט, האפנדיג אז דאס מיינט גארנישט און אז עס דרייט זיך נישט ארום דא נאך איינער וואס וועט אים מעגליך אט אט כאפן ביי די מעשה.
עטליכע מינוט איז ער געשטאנען פארשטייפט, אן די מעגליכקייט זיך צו רירן פון ארט. נאך עטליכע מינוט וואס ער האט גארנישט געהערט און א טויט שטילקייט האט באהערשט דאס פלאץ פונקט ווי פריער, האבן זיינע פארשטייפטע מוסקלען אנגעהויבן עטוואס נאכלאזן, און ער האט זיך געכאפט אז ער דארף זען אפצוטראגן פון דא וואס א מינוט פריער, און מיט יעדע איבריגע מינוט וואס ער האלט זיך אויף פארגרעסערט ער די שאנסן געכאפט צו ווערן. ער גיבט זיך נאך א קוק ארום אויף אלע זייטן, טראץ וואס ער קען ממש גארנישט זען אין דעם טונקלען קארידאר, דאך פרובירט ער צו אנשפיצן זיינע אויגן און אויערן פרובירנדיג אויפצוכאפן אויב איינער געפינט זיך דא. און ווען עס זעט אים שוין אויס פארזיכערט אז עס איז טאקע גענצליך ליידיג, הייבט ער אן שטעלן שטייטע אומזיכערע טריט צום ריכטונג פונעם הונטערשטן אריינגאנג פון וואו ער האט אהער אריינגעדרינגען בשעת ער האלט א וואכזאם אויג אויפן גאנצן ארום.
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
שמעון הערט זיך צו, ער האט סייווי נישט בעסער וואס צו טון, און עס ווערט אים שווארץ פאר די אויגן. אויב האט ער געמיינט אז די זיצונגען ביז אהער זענען געווען שרעקליך, שטעלט זיך אים יעצט אויף די האר פון קאפ ווען ער פרובירט צו אריינטראכטן וואס אבדול פלאנירט צו טון מיט די אינפארמאציע וואס ער פארלאנגט פון די אנוועזנדע. יעצט האלט ער נאך טאקע ביי די פאזע פון צוזאמשטעלן אינפארמאציע, אבער גאט זאל באהיטן צו וואס ער וועט זיך נעמען איינמאל ער האט אלע אינפארמאציע.
ווי אין א נעפל הערט ער ווי אבדול לייגט אראפ זיינע קלארע און שארפע פארלאנגען; יעדער פון די באטייליגטע באקומט א ליסטע פון א געוויסע אידישע געגנט, און דארף צושטעלן די פונקטליכע אינפארמאציע איבער יעדע איינציגסטע שול וואס געפינט זיך דארטן, מיט דעטאלירטע אינערליכע אינפארמאציע, וואו עס געפינט זיך דער בוילער, די עלעקטריק און גאז איינריכטונגען, און איבער אלעם, וויפיל טירן די געביידע פארמאגט און ספעציפיש וואו עס געפינען זיך די עמוירדזשענסי טירן.
שמעון באגראבט זיין קאפ צווישן זיינע קניען און פארגייט אין א שטילן געוויין. ניין, אבדול איז טאקע נישט אריין אין די דעטאלן וואס ער פלאנירט אויף די בתי מדרשים, אבער צו קלוג האט מען נישט געדארפט זיין צו קענען פארשטיין פון וואס די רעדע איז. דאס בלוט איז אים ארויף אין קאפ און ער האט זיך געשאקלט פאר שרעק טראכטנדיג פון די געפאר וואס דראעט אויף אידישע קינדער אין אמעריקע.
ווישנדיג זיינע טרערן הערט ער ווי אבדול זאגט פאר די באטייליגטע אז ער פארשטייט אז צו צוזאמשטעלן די פארלאנגטע אינפארמאציע וועט נעמען אסאך צייט, אבער ער פארלאנגט אז זיי זאלן עס אהערשטעלן און ברענגען צו אים דאס שנעלסטע וואס שייך.
שמעון אטעמט עטוואס אפ. די געפאר איז ווייט פון פארביי, אבער כאטש ווייסט ער אז עס איז נישט קיין באלדיגע געפאר. לאמיר האפן אז אין די צייט וועט שוין עפעס אונטערקומען און די בייזוויליגע פלענער וועלן צונישט ווערן. שטילערהייט הייבט ער אן מורמלען קאפיטלעך תהילים מיט א הייסע געבעט צום אויבערשטן אז ער זאל היטן אויף זיין פאלק און זיי באשיצן פון די וואס זוכן זיי שלעכטס צו טון, און צוביסלעך פאלט ער אריין אין א טיפן שלאף.
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
"איך האב א געדאנק" איז מאיר פלוצלינג אויפגעשפרינגען. "וויפיל מאל איך האב פרובירט אנצוקניפן באציאונגען מיט אים, האב איך קיינמאל נישט מצליח געווען, כ'האב דאך נישט געוואלט ארויסרופן זיין פארדאכט ממילא האב איך נישט געקענט גיין צו ווייט מייט מיינע פרואוון. יעצט איז מיר בייגעפאלן, אז היות דער שמש זוכט פונקט יעצט א געהילף וואס זאל אים ארויסהעלפן מיט די ווירטשאפט אין ביהמ"ד, איז דאס ממש א גאלדענע געלעגנהייט פאר מיר זיך צו קענען נענטער באקענען מיט אבדול אן דעם וואס ער זאל עפעס פארדעכטיגן".
מאיר האט זיך נישט פארזוימט, גלייך אויפצומארגנס, ווי נאר ער איז אנגעקומען אין ביהמ"ד, נאך פארן אפילו גיין אין מקוה אדער מאכן א קאווע, איז ער מיט געאיילטע טריט צוגעגאנגען צום שמש און פארגעלייגט זיין ווילן אנצונעמען די פאזיציע פון ארויסהעלפן מיט די נויטיגע ארבעט אין ביהמ"ד. דער שמש הערט אים אויס און באטראכט אים פון קאפ ביז פיס מיט דורכדרינגליכע בליקן, פאר מאיר האט זיך שוין אנגעהויבן דאכטן אז ער ליינט גאר זיינע מחשבות און זעט פונקטליך די סיבה וואס ליגט אונטער דעם אז ער וויל דעם פאזיציע. ענדליך נאך א לאנגע מינוט האט אים די שמש איינגעמאלדן מיט געמאסטענע ווערטער אז ער קען אנהייבן אויף פראבע, און מ'וועט זען. אויב וועט ער זיין צופרידן וועט ער עס קענען אנהאלטן אויף ווייטער.
מאיר האט זיך איינגעהאלטן װי מיט אייזערנע קייטן פון זיך ארויסלאזן אין א פריידיגע טאנץ, די דערלייכטערונג פון קענען ענדליך מאכן עפעס ערנסטע פארשריט נאך די גרויס דרוק וואס ער האט די לעצטע תקופה נישט באווייזנדיג צו ברענגען עפעס זאכליך צום טיש, האט אים געברענגט א שטארקע פרייד, און ער האט עס געדארפט דערשטיקן אין זיך מיט אלע כוחות.
ער ווייסט זייער גוט אז ס'איז נישט דא קיין צייט צו פראווענען יעצט, מ'דארף תיכף אנהייבן טון צום זאך. ער יאגט זיך צו, ווי א פייל פון בויגן לויפט ער כאפן א מקוה און דאן גייט ער דאווענען, ער פארגעסט נישט צוצולייגן א עקסטערע תפילה אז די נייע מיסיע זיינער זאל זיין מיט גרויס הצלחה, און דאן איילט ער זיך צו די ארבעט.
ער שטעלט אן א רואיגן פנים ווי כאילו גארנישט ספעציעל און אויסערארדנטליך גייט פאר, און ווען ער פילט שוין גענוג רואיג גייט ער צום שמש מיט א פארפרוירענעם פנים און נעמט די נויטיגע אינסטרוקציעס. איבערהויפט ווארט ער אז ער זאל אים באפעלן עפעס בשייכות צו די נישט אידישע ארבעטער, אבער דערווייל איז עס נאכנישט געקומען. שטייט ער אזוי א שעה צוויי און פירט ערליך אויס זיינע פליכטן ווען זיין הארץ באכעט אין אים פון שפאנונג און פחד ביינעזאם אויף וואס עס ווארט אים אפ.
ענדליך נאך עטליכע שעה הערט ער ווי אין א חלום ווי דער שמש צייגט אים אן אז ער זאל אריינגיין אין די לאנדרי ווי מ'וואשט די האנטוכער, מאיר איז כמעט אויפגעשפרינגען פון פרייד הערנדיג דאס, די לאנדרי איז דאך וואו די גוים זיצן אפ רוב שעות פון טאג, דארט איז דאך וואו ער צילט אנצוקומען. ער האט זיך ממש געצווינגען אויסצוהערן וואס ער דארף טון דארט, און צו זיין פרייד איז קיין גרעניץ נישט געווען ווען צווישן די אנווייזונגען האט ער באקומען עטליכע שליחות'ן וואס ער ברויך איבערגעבן פאר די רייניגער דארטן.
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
צוערשט האט ער אראפגעלייגט פלאן נומער איינס. די קעפל פון דעם פלאן איז "ליקווידירן די אידישע גייסטליכע פירער". לויטן פלאן, וועט די ערשטע מיסיע אויסגעפירט ווערן דורך א ספעציעלע נייע טויטליכע כעמיקאל וועלכע וועט פון פאראויס ווערן פלאצירט אויף די ערטער וואס זענען פאסיג פאר דעם צוועק, ביי יעדן פון זיי לויט די ארטיגע אומשטענדן, און עס וועט אין די ריכטיגע צייט עקספלאדירן אויפן ארט דורך די היץ וואס עס וועט דערשפירן. א ספעציעלע טיעם ווערט אוועקגעשטעלט זיך אפצוגעבן מיט דעם און אפטראגן די נויטיגע באשטאנדטיילן צו די אנגעגעבענע לאקאלן, און פארזיכערן אז אלעס גייט געשמירט.
דאן קומט פלאן נומער צוויי; א עקסטערע טיעם וועט צוזאמענגעשטעלט ווערן אויסצופירן דעם פלאן, וועלכע וועט זיך הויפטזעכליך פארלייגן צו אונטערשטעלן מאסיווע באמבעס אין אלע גרויסע שולן אין די פאראייניגטע שטאטן, און אויסרעכענען די בעסטע און מערסט אפעקטיווע פלאץ אין די בנינים וואו די באמבעס וועלן פאראורזאכן די מערסטע שאדן. אין די זעלבע צייט וועלן זיך ארויסלאזן פילע אגענטן אנגעלאדנט מיט הייס געווער וועלכע וועלן סטאנציאנירט ווערן נעבן די שולן, און וועלן אויסווארטן אויף די באמבע אויפרייסן, און דאן אויסנוצן די כאאס און צומישעניש וואס וועט דארט הערשן אין רעזולטאט פון די אויפרייסן אריינצולויפן צווישן די אנטלויפנדע מאסן און אויסשיסן ווי מער פון זיי. א עקסטערע טייל פון די אנגעשלאסענע אין דעם טיעם וועלן זיך אפגעבן מיט ספעציעלע פלענער צו פארמינערן די מעגליכקייט צו אנטלויפן פון די ערטער וואו די אויפרייסן וועלן פארקומען, און פרובירן ווי ווייט מעגליך צו בלאקירן די אנטלויף מעגליכקייטן פון די פארכאפטע. ווי אויך וועט א אנדערע טייל פון דעם טיעם זיך אפגעבן מיטן אויסלייגן קלענערע באמבעס אין די קלענערע שולן, אזוי אז קיין איין איינציגסטע שול זאל נישט אויסמיידן דעם שחיטה.
דאן גייט מען צו פלאן נומער דריי; דא וועט מען אוועקשטעלן א טיעם וועלכע וועט זיך קאנצענטרירן צו אהערשטעלן א ענליכע אויפרייס פלאן אין די שאפינג צענטערן און געשעפטן אין די אידישע געגנטער. דא וועט מען אויך סיי אונטערלייגן שווערע באמבעס אין די גרויסע שאפינג צענטערן, בלאקירן די ארויסגענג און אנטלויף מעגליכקייטן, און אויך אוועקשטעלן א אפטיילונג פון געלערנטע שיסער אנגעלאדנט מיט הייס געווער וועלכע וועלן זיך קאנצענטרירן אויסצושיסן די וואס וועלן באווייזן צו אנטלויפן פון די אויפרייסן. ווי אויך וועט די טיעם אויך אויסלייגן קלענערע באמבעס אין די פילע געשעפטן וועלכע זענען אויסגעשפרייט לענגאויס די אידישע געגנטער.
פלאן נומער פיר וועט זיך קאנצענטרירן אויף די שולעס וואו די אידישע קינדער געפינען זיך און לערנען דורכן טאג. א ספעציעלע דעוויזיע וועט זיך אפגעבן מיטן אפשפארן די בנינים אין די באשטימטע צייט און דאן ארויסלאזן אין זיי א שטיקעדיגע כעמיקאל וועלכע וועט שנעל אנפילן די גאנצע געביידע און פארפעסטיגן די לופט און עס וועט נישט זיין קיין מעגליכקייט צו אטעמען דארטן, און די קאנסעקווענצן וואס וועלן נישט שפעטיגן צו קומען זענען פארשטענדליך.
טראץ וואס די הויפט פריאריטעט זענען טאקע די אידן, אבער אין דעם זעלבן טאג איז דאך אויך פאסיג צו זען א זיסע נקמה אין דעם אמעריקאנעם שטן, האט מען אויך אוועקגעשטעלט א עקסטערע טיעם אויסצופירן פלאן נומער פינף, וועלכע וועט פאקוסירן אויסצופירן מערערע אטאקעס און אויפרייסן אין רעגירונג געביידעס לענגאויס די פאראייניגטע שטאטן. עס וועט ווי פארשטענדליך נישט אנקומען גרינג דורכצוברעכן די שטרענגע זיכערהייט מאסנאמען, אבער כאטש א טייל פון זיי וועט מען מוזן מצליח זיין צו אויסקרויזן און דורכפירן סוקסעספולע אטאקעס אויף רעגירונג געביידעס און רעגירונג באאמטע. די שטערקסטע געוויכט וועט ווי פארשטענדליך געלייגט ווערן אויף די הויפטשטאט וואשינגטאן די. סי. וואו די מערסט פראפעסיאנאלע כוחות צווישן אונזערע רייען וועלן פארלייגן גאר שווערע כוחות צו דורכפירן א רייע סוקסעספולע אטאקעס אויף הויכראנגיגע באאמטע אינערהאלב די פעדעראלע רעגירונג.
איינמאל די חלק פון פלאנירן איז פארטיג, וועט מען גיין צו די קומענדיגע גרעסערע פאזע, דאס איז צו רעקרוטירן די פילע אנטיילנעמער אין די מיסיע. און דאן ווען דאס וועט שוין זיין מסודר און יעדער וועט וויסן מיט א קלארקייט וואס זיי האבן צו טון, קומט די הויפט פאזע, פון ליפערן און דערנאך אויסטיילן די נויטיגע מאטריאל פאר די פילע אטאקעס. און אבדול האט פארענדיגט מיט א פארשפרעכונג צום פריינט אז ער וועט אים האלטן אינפארמירט דורכאויס די גאנצע צייט כדי אז דער פריינט זאל זיי קענען שטיין צו די האנט מיט סיי וואס עס פעלט זיך אויס, איבערהויפט זיי צו באשיצן פון די פיינט וועלכע לאקערן נאך זײ אויף טריט און שריט.
דער פריינט האט אויסגעזען צו זיין גאר צופרידן פון דעם זיצונג, ער האט באדאנקט אבדול פארן אים אזוי קלאר אראפלייגן און מיטטיילן די פונקטליכע סדר פון די פלענער מיט אלע אירע דעטאלן, און ער האט צוגעזאגט אים צו שטיין צו די האנט און באשיצן פון פיינטליכע אויגן און סיי וועלכע שטערונגען. דאן האט ער פארענדיגט דעם שמועס מיט א וואונטש "אללא זאל זיין מיט דיר" און אראפגעלייגט דעם טעלעפאן.
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
'וואס וויל ער שוין ווייטער?' קלערט הואן צו זיך זעענדיג אז א פרישע אימעיל פון ליענג איז אריינגעקומען. פוילערהייט עפנט ער אויף דעם אימעיל, און ווי נאר ער הייבט אן צו ליינען קומט אים דאס בלוט ארויף אין קאפ פון גרויס כעס, 'דער ליענג זאל שוין ביטע אויפהערן צו משוגע מאכן מיט זיינע פאנטאזיעס, כ'האב מיך שוין עטליכע מאל איבערצייגט אין טשאנג'ס געטריישאפט, און ער זאל שוין אויפהערן מיר דרייען א קאפ אז ער איז א פאררעטער'. ער נעמט דעם טעלעפאן אין האנט און דריקט אריין ליענג'ס נומער, און אין געדאנק גרייט ער זיך שוין אן א פעסטן פסק וואס ער וועט אראפלאזן פאר ליענג. די לעצטע מינוט אבער ציט ער צוריק און לייגט ער אראפ דעם טעלעפאן פון זיין האנט, פרישע מחשבות הייבן אן צו פארפלייצן זיין מח. 'ס'איז מיר טאקע פיל גרינגער צו געטרויען טשאנג בלינדערהייט, אבער פון וואו ווייס איך מיט אזא זיכערקייט אז ליענג איז נישט גערעכט? אמת אז טשאנג פירט ערליך אויס די פליכטן וואס כ'לייג אויף אים ארויף, אבער עס קען נאך אלץ זיין אז די מערהייט פון די צייט איז ער פארנומען מיט עפעס אנדערש, למעשה זעה איך נישט ביי אים קיין אויסטערלישע אינטערעס צו דורכפירן אונזערע מיסיעס, ער טוט נאר וואס מ'הייסט אים און זעט נישט אויס אינטערסירט צו וויסן און מיטהאלטן די סוקסעסן און דורכפעלער. טראץ וואס דערווייל האט ער אונז נאך זיכער נישט פארראטן, ווייל אויב וואלט ער געארבעט אונז צו פארנארן וואלט איך שוין געוואוסט דערפון, קען אבער זיין אז קודם ארבעט ער צו געווינען אונזער צוטרוי און הערשט דאן ווען מ'וועט שוין נישט האלטן אזא וואכזאם אויג אויף אים וועט ער אונז מיאוס פארראטן.
ער קלערט נאך אריין פאר עטליכע מינוט, פארשידענע געדאנקען קומען אים אויף און ווערן אפגעווארפן איינס נאכן צווייטן, ביז ביים ענדע קומט ער אויף מיט א שטיקל פלאן, וואס טראץ ס'איז ווייט נישט צופרידנשטעלנד, איז עס אבער דאס בעסטע אינעם יעצטיגן מצב. געטראכט און געטאן, ער רופט אן ליענג וועלכע הייבט אויף ביים ערשטן קלינג, הואן איז נאך עטוואס ברוגז אויף אים אבער גיבט זיך אכטונג עס נישט ארויסצואווייזן, און גייט גלייך צו צום ענין; "בעצם זעה איך אז טשאנג טוט וואס מ'הייסט אים, דערפאר איז מיר שווער אנצונעמען אז ער איז א פאררעטער. דאך אבער, צוליב דיינע חשדות אויף אים, האב איך יא אריינגעקלערט וויאזוי מ'קען זיך דערגרינטעווען צו פעסטשטעלן אויב ער איז באמת געטריי, און כ'בין געקומען צום אויספיר, אז היות לויט דיינע ווערטער ארבעט ער אויך פאר א מוסלמענער טעראר גרופע, וועט די בעסטע מהלך אין דעם פאל זיין, אים נאכצוקוקן און פרובירן צו אויפכאפן אויף וועלכע ארבעט ער גיבט אוועק דאס מערהייט פון זיין צייט, און לויט דעם וועט מען זען. אױב ארבעט ער רוב צייט פאר אונז איז דאך גוט, אויב אבער ארבעט ער רוב צייט פאר די מוסלמענער, דאן באדייט דאס אז ער איז נישט אמת'דיג געטריי, וועט מען אין אזא פאל דארפן טיפער אריינקוקן דערין און זען וואס דא גייט פאר מיט אים און וואס איז זיין עכטע ציל".
ליענג זעט אויס צו זיין שטארק צופרידן מיט דעם פלאן, און מיט דעם ענדיגט זיך די שמועס.
***
ארום א טיש זיצן זיי אלע מיט אנגעצויגענע געמיטער, ביים שפיץ זיצט ראבערט מיט א פארזיגלטן געזיכט און קלאפט מיט זיינע פינגער אויפן טיש, ארום דעם טיש זיצן מייק, ענדרו, און נאך א טוץ פון זייערע קאלעגן וואס נעמען אויך א טייל אין דעם קריטישן מיסיע. אויך מאיר איז אנוועזנד, אויף זיין געזיכט דערקענט זיך א שטארקע מידקייט און אנגעצויגנקייט, שוין עטליכע וואכן וואס ער קען נישט שלאפן געהעריג, זינט דעם שרעקליכן איבערלעבעניש וואס ער איז אדורך ביים באהעפטן די שפיאנאזש אפאראטן אויף אבדול'ס טעלעפאן פייניגן אים די מחשבות און ער ציטערט פשוט צו גיין אויפן גאס. די עף. בי. איי. האט אים טאקע צוגעשטעלט שטערקערע וואך אים צו באשיצן פון מעגליכע פאטענציאלע אטאקעס, אבער דאך ער האט מורא פון זיין אייגענעם שאטן. ער ווייסט אז אבדול איז גאר א געפארפולער און אויך א קלוגער פארשוין, און ער פארשטייט זייער גוט אז אבדול איז נישט אזוי נאריש נישט אויפצוכאפן אז עפעס האט ער דארט אנגעווערטשאפט, און ווארשיינליך וועט ער נישט שולדיג בלייבן פאר איינער וואס האט מיט אים געטשעפעט. פון די אנדערע זייט האט ער נאך דערווייל נישט געזען קיין שום אנדייטונג אז אבדול האט טאקע געכאפט וואס עס איז פארגעגאנגען, די דעווייסעס וואס ער האט צוגעטשעפעט צו זיין פאון ארבעטן ווי געהעריג, און עס זעט נישט אויס ווי ער האט גענומען עפעס שריט זיך צו באהיטן פון זיי, הגם ס'איז מעגליך אז דאס נוצט ער זיי אונטערצושטעלן א פאסטקע. אבער די ספיקות איז שווערער ווי אלעם, דאס נישט וויסן צי זיין לעבן איז אין א באלדיגע געפאר אדער איז גאר קיינער נישט אינטערסירט אים שלעכטס צו טון, דאס מאכט אים ממש אויס מענטש.
אלע באטייליגטע קוקן אויף ראבערט און ווארטן מיט שפאנונג ער זאל עפענען דעם זיצונג און זיי אנטפלעקן צוליב וואס ער האט זיי אלע אהערגערופן, ראבערט קוקט זיך ארום מיט א דערהויבענעם קאפ, און נאך וואס ער ענדיגט יעדעם באטראכטן נעמט ער ענדליך דאס ווארט; "ווי ענק ווייסן אלע האט מאיר באוויזן צו אריינשמוגלען צוויי גאר ווערטפולע דעווייסעס אויף אבדול'ס טעלעפאן, וואס קען אויפכאפן אלע אירע אקטיוויטעטן און די אקטיוויטעטן פון ארומיגע טעכנאלאגישע דעווייסעס, און די געלונגענע שטיקל ארבעט הייבט זיך אן אויסצוצאלן!" דער עולם קוקט מיט נייגער אויף ראבערט, זיי קענען שוין קוים ווארטן צו הערן וואס מ'האט אנטדעקט, מאיר איז ספעציעל געשפאנט ווארטנדיג צו הערן וואס מ'האט דערגרייכט אדאנק די מיסיע אויף וואס ער האט זיך איינגעשטעלט און איז נאך טראומאזירט דערפון ביז יעצט, אבער ראבערט בעפאר ער גייט ווייטער פילט ער פאר וויכטיג קלאר צו מאכן א נקודה; "מיר זענען נאך אלץ שטארק צומישט און אומקלאר איבער די סוקסעס פון די מיסיע, צי אבדול האט געכאפט וואס מ'האט געטאן אדער נישט, און מיר וועלן שפעטער צוריקקומען צו דעם. יעצט וועל איך קודם אויסשמועסן און איבערגיין מיט ענק די פרישע געפינסן וואס מיר האבן דערווישט, און דערנאך וועט מען צוריקקומען צו די אנדערע טעמע".
ראבערט האט אריינגעצויגן א טיפן אטעם און דאן האט ער ארויסגענומען פון לעדל א הארד דרייוו און עס איינגעשטעקט אינעם לעפטאפ פארנט פון אים און אנגעצינדן דעם גרויסן סקרין אויפן וואנט, בשעת ער רעדט ווייטער. "נעכטן האט ער ענדליך אפלאודעד אויף זיין טעלעפאן עפעס ווערטפולע אינפארמאציע, נעמליך, ער האט ארויפגעלייגט א פייל וואס אנטהאלט אלע זיינע פינסטערע פלענער מיט אלע אירע דעטאלן, ממש יעדע קלייניגקייט האט ער דארט פארשריבן". די אנוועזנדע אינעם צימער זענען ווי אויפגעשפרינגען פון בענקל הערנדיג די פריידיגע נייעס איבער די גאר שטארקע פארשריט וואס זיי האבן געמאכט אין די געיעג צו דערגיין וואס זענען די מאטיוון און פלענער פון דעם פארשוין, און זיי זענען געזעסן געשפאנט ווארטנדיג אז ראבערט זאל ארויפברענגען דעם פייל און איר עפענען אויפן סקרין.
נישט לאנג האט גענומען ביז די פולע אינפארמאציע האט זיך באוויזן אויפן סקרין, און די אנוועזנדע האבן תיכף געוואנדן זייערע אויגן אהין, א סקרוך איז זײ אריבער אין די ביינער און זיי האבן פשוט נישט געוואלט און נישט געקענט גלייבן וואס זיי זעען. שאק און שוידער האט זיי ארומגענומען ביים אפליינען די שרעקליכע פלענער, און א דערדריקנדע שטילקייט האט זיך אראפגעלאזט אין צימער, קיינער האט זיך נישט געוואגט דאס צו ברעכן, קיינער האט פשוט נישט געפינען די ריכטיגע ווערטער אויסצודריקן די אומגעהויערע שאק וואס איז זיי אלע באפאלן ביים דערזען פון וואס די רעדע איז. 'אומגלויבליך, אומגלויבליך' האט זיך געהערט מורמלרייען פון צווישן די אנוועזנדע, בשעת אנדערע שאקלען העפטיג מיטן קאפ אהין און צוריק, ניין, זיי וועלן דאס נישט צולאזן. א שטילקייט האט געהערשט אינעם צימער פאר א לענגערע וויילע, איינמאל און נאכאמאל האבן זיי איבערגעליינט וואס עס שטייט דארט, און זיך געציפט די באקן זיכער צו מאכן אז זיי חלומ'ען נישט.
צוביסלעך האט דער עולם געלאנדעט, און נאך וואס זיי זענען שוין עטוואס צו זיך געקומען פון דעם אומגעהויערן שאק, האט ראבערט, וועלכער איז געווען בלויז א זייטיגער צושויער צו דעם סצענע זינט ער האט דאך שוין געזען דאס אלעס פון פאראויס, געבראכן דאס שטילקייט. "ס'איז טאקע שטארק שאקירנד און עס רעגט אויף יעדן רעכטדענקנדן פערזאן, אבער יעצט איז נישט די צייט זיך צו רעגן און שעלטן, מ'ברויך טאן למעשה." האט ער אנגעהויבן, מוטיגנדיג זיינע קאלעגן זיך תיכף צו נעמען אין די האנט אריין און צוטרעטן צו די ארבעט.
דאן האט ער אבער פארקירעוועט די נושא צו די געשעענישן וואס האבן זיך אפגעשפילט ביים אינסטאלירן די דעווייסעס וועלכע האבן געברענגט די יעצטיגע אינפארמאציע. ראבערט האט מיט א קלארע שפראך ערקלערט פאר די באטייליגטע אז מ'מוז קודם אויסקלארן וואס איז דארט פארגעגאנגען בעפאר מ'גייט ווייטער, וויבאלד לויט די מאדנע אויפפירונג פון אבדול האט אויסגעזען אז ער האט שוין געהאט אינפארמאציע פון פאראויס איבער מאיר און זיינע אקטיוויטעטן, און דערפאר קען מען נישט אננעמען אויף זיכער אז די אינפארמאציע איז טאקע קראנט, פאר מ'וועט קלארשטעלן און זיין זיכער אז אבדול היט זיך נישט פון דעם נעץ וואס זיי האבן אים אויסגעשפרייט און דעם פייל פארמאגט טאקע די ריכטיגע אינפארמאציע.
א היציגע דיסקוסיע האט אויסגעבראכן צווישן די אנוועזנדע, ווען זיי שפעקולירן און פרובירן צו דערגיין וואס טאקע איז דאן פארגעקומען און צי אבדול האט יא אדער נישט געוואוסט איבער מאיר'ס מאטיוון. געווען וואס האבן געהאלטן אז וויבאלד ער האט גארנישט געטאן פטור צו ווערן פון די אביעקטן וואס מ'האט ביי אים אריינגעשמוגלט, איז טייטש אז ער ווייסט פון גארנישט, און דאס וואס ער איז דאן געבליבן וואך און געגאנגען קוקן וואס מאיר טוט, איז וויבאלד ער שטייט שטענדיג אויף די וואך מיט אנגעשפיצטע אויגן און אויערן צו אויפכאפן אויב איינער לאקערט מעגליך אויף אים, אבער למעשה האט ער גארנישט אויפגעכאפט. אנדערע האבן גע'טענה'ט אבער, אז עס איז נישט מעגליך אז אזא ראפינירטער פארשוין זאל גארנישט באמערקן, און דאס אז ער איז טאקע געבליבן וואך און זיך אומגעקוקט אויף מאיר איז א שטארקע באווייז אז ער ווייסט פיין אז עפעס טוט זיך דא הונטער זיין רוקן, און דאס ארויפלייגן דעם פייל אויף זיין פאון איז בלויז מיטן ציל זיי צו פארנארן.
"איינער האט אונז פארראטן" האט ענדרו געהאמערט, "פון וואו אויף די וועלט זאל ער וויסן אז מאיר קומט מיטן ציל צו שפיאנירן אויף אים?" האט ער געשריגן, פרובירנדיג איבערצושרייען זיינע קאלעגן. מייק ווידעראום איז נישט געווען צופרידן פון דעם גאנצן צוגאנג צו די פרישע אינפארמאציע; "איר האט אלע פלוצלינג פארגעסן אז מיר זענען נאך אפילו נישט קלאר אויב דאס איז זיין ריכטיגע מיסיע אדער ער שפיאנירט ער גאר פאר כינע? ווער ווייסט צו די אלע געשעענישן זענען נישט א געניטע טאקטיק פון אים אונז צו פארדייען א קאפ אז מיר זאלן נישט פאקוסירן אויף די ריכטיגע ציל זיינער?" האט ער שטרענג פארגעהאלטן זיינע קאלעגן. דאן האט ער צוגעלייגט: "טראץ וואס איך פארשטיי ענק, למעשה זעט טאקע אויס ווי זיינע עיקר אקטיוויטעטן זענען איבער די טעראר אטאקעס און נישט וועגן כינע, דאך קען מען גענצליך אויסשליסן די מעגליכקייט אז ער איז א כינעזער אגענט, ביז ווילאנג עס איז נישט קלאר אויף הונדערט פראצענט אז זיין ראלע וואס ער האט אנגענומען ביי די כינעזער איז בלויז א שלייער. וואס מיר ווייסן יא אויף זיכער איז, אז דער איז א כיטרע פארשוין און ווייסט זייער גוט וויאזוי אונז צו צומישן אז מיר זאלן אפילו נישט וויסן וואו אנצוהייבן מיטן אים אפשטעלן" האט ער פארענדיגט, אריינברענגדיג א נאך מער צומישטע אטמאספערע אין צימער. אזוי זענען די היציגע אויסטוישן אנגעגאנגען פאר א לענגערע צייט, און אנשטאט אז עפעס זאל זיך פאר זיי אויסקלארן זענען זאכן נאר געווארן מער פארנעפלט, מען האט נישט געקענט קומען צו קיין באשלוס וואס מען טוט דא ווייטער. צוליב די היציגקייט פונעם וויכוח האט קיינער נישט באמערקט אז נישט יעדער האט אנטיילגענומען אינעם שמועס, איינער איז געזיצן שטיל די גאנצע צייט און נישט ארויסגערעדט קיין ווארט, דאס איז דער מדובר אליינס.
מאיר איז געזיצן פארזינקען אין זיינע מחשבות און האט בכלל נישט מיטגעהאלטן די שטורעם וואס קומט פאר ארום אים, זיינע געדאנקען זענען געווען ערגעץ אנדערש אינגאנצן. פון די מינוט וואס שמעון איז פארשוואונדן געווארן האט ער פון אים קיינמאל נישט פארגעסן, שטענדיג האט ער געטראכט פון אים און אלץ איז ער געווען באזארגט איבער זיין וואוילזיין, אבער פון די מינוט וואס ראבערט האט זיי געוויזן דעם פייל מיט אבדול'ס פלענער איז זיין הארץ אין אים איינגעפאלן און ער האט נישט געקענט צו זיך קומען, ער האט נישט געקענט משלים זיין מיט דעם פאקט אז שמעון געפינט זיך אונטער די הענט פון אזא מאסן מערדער וואס זוכט צו פארטיליגן דעם כלל ישראל רח"ל. זיינע מחשבות האבן אין אים גערוישט און ער האט פרובירט טראכטן וואס ער קען טון צו ראטעווען דעם טייערן איד פון געפענגעניש.
נאך א לענגערע וויילע ווען די היציגע וויכוחים האבן שוין עטוואס נאכגעלאזט, האט ענדרו באמערקט אז מאיר האט בכלל נישט אנטיילגענומען אינעם שמועס און האט נאכנישט געעפנט זיין מויל דורכאויס די גאנצע צייט. ער האט זיך געוואנדן צו מאיר מיט פרעגנדיגע בליקן בשעת ער דרוקט אויס זיין וואונדער הויך אויפן קול אויב מאיר האט טאקע נישט וואס צוצוגעבן צום שמועס. אינסטיקטיוו זענען אלע באטייליגטע שטיל געווארן און יעדער האט געריכטעט זייערע בליקן אין מאיר'ס ריכטונג ווארטנדיג צו הערן וואס ער האט צו זאגן איבער דעם שמועס. פאר מאיר האט גענצליך נישט געשמעקט די פלוצלינגדיגע אויפמערקזאמקייט וואס איז געשאנקן געווארן אין זיין ריכטונג, אבער אז ער באקומט עס שוין סייווי, האט ער אויסגענוצט דעם געלעגנהייט אויפצוברענגען זיינע זארגן וועגן שמעון'ס צושטאנד און די שטענדיגע סכנה אין װאס ער געפינט זיך, און ער האט פארלאנגט אז עפעס מוז שוין געטון ווערן אים ארויסצוראטעווען פון דארטן.
די עף בי איי אגענטן האבן זיך אבער שטארק קעגנגעשטעלט, זיי האבן אים העפטיג ערקלערט אז אזא שריט וועט זיין די גרעסטע נארישקייט אין זייער יעצטיגע מיסיע און קען צושטערן אלע זייערע פלענער און אויספארשונגען. קודם מוז מען האבן אלע אינפארמאציע מיט אלע דעטאלן און נאר דאן קען מען גיין צו די קומענדיגע שטאפלען. מאיר האט זיך פרובירט איינ'טענה'ן מיט זיי אז שמעון געפינט זיך אין א באלדיגע געפאר און ווער ווייסט וואס עס קען פאסירן מיט אים יעדע ליאדע מינוט, ווידעראום אבדול'ס אנדערע פלענער זענען נישט קיין זאכן וואס וועלן געשען פון היינט ביז מארגן, אבער פארשטייט זיך אז זיינע געבעטן זענען געפאלן אויף טויבע אויערן, און די אגענטן זענען בשום אופן נישט איינגעגאנגען צו דורכפירן אזא ריזיקאלישע שריט אין אזא האקעלע צייט.
מאיר האט שוין גארנישט געענטפערט, אבער אין זיין מח האט ער בכלל נישט מסכים געווען מיט זיי, טיף אין הארצן האט ער געפאסט א פעסטן באשלוס צו טון אלעס וואס איז אין זיינע הענט ארויסצוזען שמעון פון אונטער די רשעות'דיגע נעגל, און א שטילע פלאן האט זיך אנגעהויבן צו וועבן אין זיין מח.
***
"א גוטן הער נאסיר" הערט ער א עטוואס באקאנטע שטימע באגריסט אים גלייך ביים אויפהייבן דעם טעלעפאן, ער טראכט פאר עטליכע סעקונדן פרובירנדיג זיך צו דערמאנען ווער דאס איז, און דאן כאפט ער זיך אז דאס איז דאך דער 'פריינט'. "אה, איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר, עס פרייט מיר אז דו האסט זיך דערמאנט אין מיר, וואס ברענגט דיך מיך צו רופן היינט?"
"האסט מיר געבעטן א לאנגע צייט צוריק נאכצוקוקן אבדול, געדענקסטו?" פרעגט דער פריינט. "אוודאי, נו וואו האלט עס מיט אים?" פרעגט ער מיט נייגער. "איז אזוי, היינט איז ענדליך פארגעקומען אונזער לאנג ערווארטעטע זיצונג, און כ'זאג דיר אז ער מאכט א גוטן ארבעט! נישטא וואס זיך צו זארגן. אויסער דעם, קוק איך אים שוין נאך פאר א לענגערע צייט און אויף וויפיל כ'האב געזען איז ער די מערהייט פון די צייט פארנומען מיט דעם הייליגן מיסיע אונזערע, און ווי עס שיינט איז זיין ארבעט פאר כינע בלויז א שלייער". נאסיר זעט אויס צו זיין שטארק צופרידן פון די אינפארמאציע וואס ער האט נארוואס באקומען, ער באדאנקט זיך שטארק פארן פריינט, און לייגט אראפ דעם טעלעפאן, נישט פאר ער פארזיכערט אים אז די פעטע געהאלט זיינער וועט ווייטער פליסן אן אפשטעל.
נישט לאנג דערנאך קלינגט דער טעלעפאן ווידעראמאל, דאס מאל איז עס דזשאן, דער וואס האט אריגינעל אויפגעברענגט די חשדות אויף אבדול. נאסיר ווערט עטוואס פארוואונדערט; וואס קען ער יעצט וועלן? ער הייבט אויף און לייגט צו דאס טרייבל צום אויער, בלויז צו געוואויר ווערן אז דזשאן האט נאך נישט אויפגעגעבן מיט זיינע חשדות אויף אבדול. דזשאן רעדט און רעדט און פרובירט צו בויען א שטארקן קעיס אז אבדול איז א פאררעטער, אבער זיינע ווערטער גייען אריין אין איין אויער און ארויס פון די צווייטע. נאסיר האט יעצט גאר ווייניג געדולד צו די נארישקייטן און האקט אים שנעל איבער; "זארג נישט דזשאן, איך בין עס גרונטליך נאכגעגאנגען און איך האב פעסטגעשטעלט אז ער איז פולשטענדיג געטריי צו אונז, קענסט שלאפן רואיג". דזשאן האט אויסגעזען צופרידן מיט דעם רעאקציע, ער האט באגריסט נאסיר און אראפגעלייגט דעם טעלעפאן.
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
"וואף!" האט זיך געהערט א געשריי אז פון אלע זייטן איז מען געקומען צולויפן זען וואס עס גייט פאר, אבער מייק האט גארנישט אויפגעכאפט, ער איז בכלל נישט געווען דאהי, ער האט געשוועבט אין די הימלען פאר גרויס שמחה. ווען ער האט ענדליך באמערקט די געזעמל וואס האט זיך גרופירט ארום אים, און ווי די ארומיגע שטייען און ווארטן אז ער זאל ערקלערן וואס איז די באדייט פון זיין פריידיגע אויסברוך, איז ער שטארק צופרידן געווען זיי מיטצוטיילן די גוטע נייעס; "ענדליך נאך צוויי וואכן ביטער שווער ארבעטן ארום דעם זייגער אינאיינעם מיט א פולע טיעם פון די ען עס עי, איז אונז געלונגען צו ברעכן די געהיימע קאמיוניקאציע מיטלען מיט וואס די טעראריסטן באנוצן זיך, און פון די מינוט און ווייטער וועלן מיר האבן פולע צוטריט צו אלע זייערע געהיימע געשפרעכן!" האט ער פארציילט מיט עקסטאז, בשעת די ארומיגע ווערן אנגעשטעקט פון זיין פרייד און א גוטמוטיגע אטמאספער האט זיך אראפגעלאזט אין צימער.
מייק אבער פארגעסט נישט פאר קיין איין רגע די וויכטיגע מיסיע וואס ליגט אויף אים און ער פארזוימט זיך נישט קיין איין איבריגע מינוט, נאר זעצט זיך גלייך צו די ארבעט. פון דעם יעצטיגן מאמענט ווערט די ספעציעלע טיעם צוטיילט אין צוויי, איינס וואס וועט דורכזיפן אלע געשפרעכן און אויסטוישן און ארויסנעמען די אינפארמאציע איבער די פראצעדור פון ליפערן די שעדליכע מאטריאלן, און די אויפגאבע פון די צווייטע טיעם וועט זיין צו מאניטארן אלע שמועסן אנבאלאנגט דאס אנשליסן און אוועקשטעלן די גרופעס טעראריסטן וואס וועלן דורכפירן די אטאקעס, און דאן וועלן זיי אריבערשיקן די צוזאמגעקליבענע אינפארמאציע צו די פאסיגע אפטיילונגען אינערהאלב די עף בי איי, וועלכע וועלן, געבויט אויף די ניי געשאפענע אינפארמאציע, אויספלאנירן און דורכפירן די קומענדיגע שריט אין די מיסיע אפצושטעלן די אטאקעס פון צושטאנד קומען.
אין די נאכפאלגענדע טעג און וואכן האט דאס פלאץ געווירבלט פיר און צוואנציג שעה א טאג, פילע אגענטן האבן איבערמידליך געארבעט רונדע דעם זייגער צו צוזאמשטעלן די נויטיגע אינפארמאציע און אויספלאנירן די ווייטערדיגע שריט. ענדליך נאך עטליכע וואכן איז אונטערגעקומען די ערשטע געלעגנהייט צו טון למעשה, די עף בי איי האט באוויזן אויפצוכאפן פון די קאמיוניקאציעס צווישן די טעראריסטן אז צומארגנס וועט פארקומען די ערשטע שימפענט פון די מאטריאל וואס וועט גענוצט ווערן פאר די אטאקעס, דאס וועט זיין א גרויסע ליפערונג פון פילע שאכטלען וועלכע וועלן אנטהאלטן אין זיך די ספעציעלע גאז וואס וועט גענוצט ווערן אויסצופירן א מאסן מארד אין די בנינים פון די מוסדות ווי די אידישע קינדער געפינען זיך דורכן טאג, ווי עס לויטעט פלאן נומער פיר. דאס וועט ארויסגעשיקט ווערן פון א ספעציעלע ווערהאוז וואס די טעראריסטן נוצן פאר אזעלכע צוועקן, וואס געפינט זיך אין א קליין פארשוטופט שטעטל ריווערסייד אין אייאווע, און עס וועט ווערן געשיקט דורך פעדעקס, און וועט צוטיילט און אפגעשיקט ווערן גלייך צו ספעציעל באשטימטע לאקאלן אין יעדע שטאט וואו עס וועט גענוצט ווערן.
א דרינגנדע זיצונג איז פאררופן געווארן צווישן די העכסטע באאמטע וואס ארבעטן אויף דעם קעיס, און נאך לענגערע הין און צוריק דיסקוסיעס איז געבליבן אז ס'איז נישט געבליבן קיין צווייטע ברירה נאר צו פשוט און פראסט אפשטעלן דעם שיפמענט באצייטנס. זיי האבן זייער גוט געוואוסט וואספארא געוואגטע שריט דאס איז און אז אזא אפענע שריט קען באגראבן דעם גאנצן אויספארשונג, אבער דאך זענען זיי געקומען צום אויספיר אז אין דעם פאל מוז מען אזוי טאן, און אויב וועט מען ווארטן ביז מ'האט דעם גאנצן בילד, אזוי ווי מ'טוט אין געווענליכע פעלער, קען עס קאסטן א טייערן פרייז. מ'האט זיך טאקע נישט פארזוימט פאר קיין רגע, און תיכף ארויסגעשיקט די פארארדענונגען פאר די וואס זענען געשטעלט אויסצופירן די סארט פליכטן, לויטן פלאן וועט מען צוערשט פשוט אריינהעקן אין די פעדעקס סיסטעם און ווי נאר די פעקלעך וועלן ווערן אויפגעפיקט וועט מען לייגן א האָלד דערויף, און אויב וועט זיך אויספעלן וועט מען זיך פארבינדן מיט די עף בי איי אגענטן וועלכע זענען איינגעשטעלט אין פעדעקס, אז זיי זאלן זיכער מאכן אז די פעקלעך קומען נישט אן צו זייער דעסטינאציע.
די ארבעט איז תיכף אריין אין קראפט און די נויטיגע אראנזשירונגען זענען געמאכט געווארן, אבער מיט בלויז עטליכע שעה שפעטער האט ראבערט נאכאמאל צוזאמגערופן דעם טיעם און געמאלדן אז ער איז אויפגעקומען מיט א געדאנק וויאזוי מ'זאל יא קענען ווייטער פירן דעם אויספארשונג אויף א געהיימען פארנעם און אין די זעלבע צייט פארזיכערן אז מען ריזיקירט נישט מיט מענטשליכע לעבנס.
ראבערט האט פארגעלייגט אז מ'זאל שוין יעצט זיך פארבינדן מיט דער עף בי איי אגענט וואס ארבעט אין די פעדעקס דיסטריביושען צענטער וואו די פעקלעך וועלן מאכן זייער ערשטן אפשטעל, און ער וועט אריינשמוגלען אין די באקסעס פיצעלע טרעקינג טשיפס וואס וועלן האלטן חשבון וואו זיי געפינען זיך, און אין צוגאב וועט ער אויך פרובירן צו צוטשעפענען א אונטערהער אפאראט ערגעץ וואו אויף א טייל באקסעס, אויף א וועג וואס זאל אויסקומען אז אין יעדע לאקאל וואו ס'וועט אנקומען זאל זיך דארט אויך געפינען אמווייניגסטנס איין אונטערהער אפאראט. און דאס וועט זיי ערמעגליכן צו לאזן די שיפמענט גיין ווייטער אן דעם וואס די טעראריסטן זאלן עפעס פארדעכטיגן, און אין די זעלבע צייט וועט מען קענען האלטן א נאנטן אויג וואו די סחורה געפינט זיך, און האפנטליך וועט מען אפילו קענען אונטערהערן די געשפרעכן ארום דעם, וואס וועט זיי געבן גאר ברייטע מעגליכקייטן צו קענען פארמיידן די אטאקעס אין צייט, אן דעם וואס די טעראריסטן זאלן אויפכאפן אז מען פאלגט זיי נאך. א לענגערע דיסקוסיע צווישן די באטייליגטע האט נאכגעפאלגט זיין פארשלאג, און ביי די ענדע האט מען זיך פארגליכן אויף די פילצאליגע דעטאלן וואס אזא פראיעקט נעמט אריין אין זיך, און יעדער האט געגעבן זייער צושטימונג דערצו, און די אקציע איז געלאזט געווארן אין גאנג.
***
אבדול האט זיך אויפגעהויבן אינמיטן די זיצונג צו גיין קוקן ווער עס זוכט אים אזוי דרינגנד נאך וואס איינער רופט אים אריין שוין דריי מאל אין א ציה אויף דעם ספעציעל פארזיכערטן ליניע, ווי נאר ער האט דערקענט דעם נומער פונעם 'פריינט' האט ער זיך געאיילט אויפצוהייבן, די אינפארמאציע וואס ער האט געהערט האט אים אינגאנצן צוטרייסלט, אבער ער האט געוואוסט וואס ער האט צו טון אויף ווייטער. ער האט זיך צוגעהערט מיט אויפמערקזאמקייט ווען דער פריינט האט אים אויסגעשטעלט די פרישע פלענער אויף ווייטער מיט די פונקטליכע אנווייזונגען וויאזוי דאס דורכצופירן, ער האט זיך עס פארצייכנט, און גלייך דערנאך האט ער אויפגעהויבן א טעלעפאן צום ווערהאוז מענעדזשער אים צו אינפארמירן מיט די פרישע אנטוויקלונגען און צו געבן די נויטיגע אנווייזונגען אויף ווייטער. אויפן דירעקטן פארלאנג פונעם פריינט האט ער זיכער געמאכט אז אלע טעלעפאן רופן אין פארבינדונג מיט דעם פרישן פלאן זאלן געמאכט ווערן בלויז דורך די גאר געהיימע פארזיכערטע ליניע וועלכע איז - לויט דעם פריינט'ס ווערטער - די איינציגסטע ליניע וואס איז גענצליך פארזיכערט נישט צו ווערן אונטערגעהערט דורך די עף בי איי אדער סיי וועם.
מער האט אים נישט אויסגעפעלט, ער האט באפוילן דעם ארבעטער זאל אים שנעל ארויספרינטן א קאַפי פון די רעזולטאטן און מיטן פאפיר אין האנט האט ער זיך א לאז געטאן צו ראבערט'ס אפיס, און אנקומענדיג אהין ער האט אויפגעפראלט דעם טיר אן אפילו צו קלאפן. ראבערט האט געעפנט אויף אים צוויי גרויסע אויגן מיט וואונדער אויף זיין מאדנע אויפפירונג, און ענדרו האט גלייך אראפגעשליידערט דעם פאפיר אויפן טיש. ראבערט האט געכאפט א שנעלן בליק דערויף און האט אויפגעהויבן זיינע אויגן צו ענדרו מיט א פרעגנדיגן בליק, ווארטנדיג צו הערן וואס דאס איז, "דאס איז פון די מאטריאל וואס איז געליגן אין די היינטיגע יו פי עס שימפענט אויף וואס מיר האבן זיך דאס מאל פארלייגט", האט ער אויסגעשאסן. ראבערט איז בלייך געווארן, "אין אנדערע ווערטער באדייט דאס אז דער פאררעטער האט אונז נאכאמאל פארראטן און די טעראריסטן האבן געוואוסט פון אונזער פלאן און אונז נאכאמאל אויסגעשפילט, און די ריכטיגע סחורה איז ווארשיינליך געשיקט געווארן מיט פעדעקס. ריכטיג?" האט ער אויסגעפירט אין ריכטונג פון ענדרו. ענדרו איז נאך געווען אונטער שאק פון די גאנצע מעשה און האט זיך נאכנישט געקענט צוזאמקלויבן צו עפענען דאס מויל, האט ער בלויז צוגעשאקלט מיטן קאפ.
די צוויי גרויסע קארפן קעפ זענען געזיצן מאכטלאז, דא שטייען עטליכע טעראריסטן און מיטן הילף פון איין נידריגער פאררעטער מאכן זיי דאס גענאר פון די מאכטפולע עף בי איי און אירע גרעסטע עקספערטן. ווארשיינליך האבן זיי שוין באוויזן צו ליפערן צוויי פולע שימפענטס פון טויטליכע מאטריאלן וואס זיי וועלן נוצן דורכצופירן די אטאקעס, און מיר האבן נישט קיין אנונג וואו דאס געפינט זיך און נישט קיין שום וועג צו קענען האלטן חשבון דערויף.
די אטמאספער אין צימער איז איז געווען שטיקנד און אנגעצויגן, פאר א לענגערע צייט זענען זיי געזיצן שטיל איינער קעגן צווייטן אן ארויסצורעדן א ווארט, די פראגע האט געהאנגען אין די לופטן; "ווער איז דער פאררעטער??"
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
פיין, אז דער פריינט אליינס רעקאמענדירט דזשאן, וואס קען זיין שטערקער ווי דעם? האט אבדול טאקע גלייך אנגערופן דזשאן און אין קורצע ווערטער האט ער אים אראפגעלייגט די סיטואציע און אים פארבעטן צו צולייגן א האנט און ארויסהעלפן מיט וואס עס וועט זיך אויספעלן. דזשאן האט אויסגעזען צו זיין שטארק צופרידן מיט דעם געלעגנהייט ארויסצוהעלפן אבדול אין זיין מיסיע, און זיי האבן פארענדיגט דעם געשפרעך מיט א צוזאג פון אבדול צו זיין אין פארבינדונג מיט דזשאן אין די נאנטע טעג.
***
עדווארד האט זיך אויפגעשטעלט פון זיין בענקל און זיך אויסגעצויגן פאר א לאנגע מינוט ארויסלאזנדיג איין געניץ נאכן צווייטן, ענדליך האט ער שוין דערגרייכט דעם לאנג ערווארטעטן מאמענט, ווען זיין טיעם האט געענדיגט צוזאמשטעלן דעם פולן דעטאלירטן באריכט איבער די פילע אינדיװידועלן וואס פלאנען אנטייל צו נעמען אין די טעראר אטאקעס. עס איז געווען ווייט פון א גרינגע ארבעט, במשך לאנגע וואכן איז ער כמעט נישט געשלאפן און האט ווייניג געגעסן, שווערע הונדערטער שעות האט ער אריינגעלייגט צו צוזאמנעמען אלע אינפארמאציע, און אינאיינעם מיט זיין טיעם האט ער עקסטער דורכגעזיפט יעדעס ברעקל אינפארמאציע ביז זיי האבן ענדליך באוויזן צו דערגרייכן און אהערשטעלן א פארטיגע ארבעט.
יעצט אז ער האט שוין מיט וואס צו גיין צום טיש איז צייט אריבערצוגיין צו ראבערט און אים פארלייגן זייערע געפינסן. זיין קערפער וויל עפעס נישט מיטארבעטן מיט זיינע פלענער, ער איז שרעקליך מיד און אויסגעמאטערט, און א שוואכקייט באהערשט אלע זיינע ביינער, ער פאלט צוריק אריין אין בענקל אן א ברעקל כח. אבער נאך עטליכע מינוט באהערשט ער זיין מידקייט און שטעלט זיך אויף מיט א פעסטקייט, און מיט איילנדיגע טריט שפאנט ער ארויס פון זיין אפיס און יאגט זיך אין ריכטונג פון ראבערט'ס אפיס.
ווילדערהייט קלאפט ער אן אין טיר און ווארט אפילו נישט אויף א באשטעטיגונג פון ראבערט אז ער קען אריינקומען, נאר ער עפנט תיכף אויף דעם טיר, און נאך אויפן וועג אריין טיילט ער אים הויך מיט די גוטע נייעס אז די לאנג ערווארטעטע באריכט איז פארטיג. ער גייט צו נענטער און זעצט זיך אראפ קעגן איבער ראבערט, און אין קורצע ווערטער הייבט ער אן אראפלייגן וואס עס זענען זיינע געפינסן און וואו די סיטואציע האלט יעצט אויף דעם פראנט. מיט א באזארגטע שטימע לייגט ער אראפ פאר ראבערט אז לויט זיין אפשאצונג באזירט אויף די אינפארמאציע וואס ער האט געזען, האלטן שוין די טעראריסטן גאר ווייט און ווי עס שיינט האבן זיי שוין כמעט די פולע מענטשן קראפט וואס עס פעלט זיך אויס פאר די מאסיווע אטאקעס וואס זיי פלאנען, און אויב וויל מען נאך עפעס ראטעווען מוז מען זיך שוין יעצט נעמען דערצו איידער עס איז צו שפעט.
ראבערט הערט אים צו מיט אויפמערקזאמקייט און גלייכצייטיג בליקט ער אריין אין דעם באריכט, ער קאמפלימענטירט עדווארד אויף זיין געלונגענע און גרינטליכע ארבעט, און פארשפרעכט אים אז ער וועט זיך שוין נעמען דערצו און זעהן וואס מ'קען טאן דאס אפצושטעלן באצייטנס, גלייכצייטיג מוטיגט ער אים נישט נאכצולאזן פון די קריטישע ארבעט נאר ווייטער נישטערן נאך יעדעס ביסל אינפארמאציע אז מ'זאל קענען צונישט מאכן די בייזוויליגע פלענער בעפאר עס איז צו שפעט. ראבערט לאזט תיכף רופן צו זיך אין אפיס מייק און ענדרו אינאיינעם מיט נאך עטליכע הויכראנגיגע אגענטן וועלכע שטייען אין שפיץ פון די מיסיע, און צוזאמען האבן זיי דורכגעשמועסט די ניי געשאפענע אינפארמאציע און די שריט וואס ברויך אונטערגענומען ווערן אין דעם יעצטיגן שטאפל. ביים ענדע האבן זיי אלע איינגעזען אז אינעם יעצטיגן מאמענט איז שוין נישט שייך אפצוהאלטן די טעראריסטן פון מצליח זיין אין זייערע פרואוון צו שאפן די טויזנטער אגענטן וואס זיי וועלן דארפן האבן אויסצופירן זייערע אטאקעס, זינט זיי האבן שוין געמאכט גאר שטארקע פארשריט אין דעם פעלד און זיי זענען שוין כמעט גענצליך פארטיג מיט די ארבעט.
וואס מען קען יא טון אויפן יעצטיגן מאמענט צו ראטעווען די מצב, איז קודם פרובירן צו צושטערן זייערע קאמיוניקאציעס און זיי פיטערן מיט פאלשע אינפארמאציע, ווי אויך וועט מען פרובירן אפצושטעלן די זיצונגען וואס קומען פאר כסדר ביי אבדול אין קעלער, דורכן צומישן די מיטגלידער וואס ווערן געלאדנט אהין און זיי פארפירן מיט נישט ריכטיגע אינפארמאציע, און זיי אפהאלטן פון באקומען די ריכטיגע אינפארמאציע איבער די זיצונגען. ווי אויך וועט מען אין די זעלבע צייט ארבעטן צו צוזאמענשטעלן א פונקטליכע פראפייל אויף יעדער פון די טעראריסטן וואס זענען אנגעשלאסן אין דעם גרופע און זאמלען די נויטיגע באווייזן קעגן יעדעם עקסטער, אזוי אז ווען די צייט וועט קומען וועט מען זיי אלע קענען גרינגערהייט ארעסטירן און אנקלאגן אן קיין איבריגע שוועריגקייטן.
מיט א שווערן געמיט האבן זיי געשלאסן דעם זיצונג, בשעת עדווארד און מייק זענען דארט פארבליבן כדי צו אויסארבעטן די דעטאלן פון די קומענדיגע שריט לויט די צילן וואס מ'האט יעצט אוועקגעשטעלט, נאך עטליכע שטונדן וואס זיי האבן אויסגעשמועסט און אפגעווארפן פארשידענע מעגליכקייטן זענען זיי זיך ענדליך דורכגעקומען אויף א פאראייניגטן פלאן און די אקציע איז תיכף געלאזט געווארן אין גאנג.
***
מאיר האט זיך אריינגעזעצט אין קאר און ווי זיין שטייגער זיך ארויסגעלאזט אין ריכטונג פון וואשינגטאנוויל צו באזוכן די געגנט וואו אבדול'ס וואוינונג געפינט זיך, כאטש ער האט פאר קיין איין רגע נישט פארגעסן פון זיין צוזאג אויסצולייזן שמעון פון דארט, האט ער אבער איינגעזען אז אין דעם יעצטיגן מצב האט ער באמת נישט קיין שום רעאליסטישע מעגליכקייט אויסצופירן זיין צוזאג, מיט דעם אלעם האט ער זיך כסדר געטראפן באזוכן דעם גאס אין די שטילקייט פון די שפעטע נאכט שעות. ער איז אליינס נישט געווען קלאר ביי זיך וואס עס שטופט אים אהינצוגיין, ער האט זיך פרובירט איינצורעדן אז ער גייט אהין בלויז צו האלטן אן אויג פונדערנאנט אויף די ארטיגע אקטיוויטעטן אלץ טייל פון זיין ארבעט צו שפיאנירן אויף אבדול, אבער טיף אין הארץ האט ער געוואוסט אז באמת איז עס שמעון'ס ביטערע גורל וואס טראגט אים אהין.
זיצט ער אלזא ביים רעדל און פירט דאס אויטא פאמעליך ביז ער קומט אן צו זיין ציל, ער דרייט זיך אריין אין גאס און שטעלט זיך אפ עטליכע הייזער ארויף פון די הייזקע וואו אבדול'ס וואוינונג געפינט זיך, ער לעשט אויס דעם קאר און לאנט זיך אן אויפן זיץ, בשעת ער נעמט נישט אראפ קיין אויג פון דעם הויז.
אזוי איז ער אפגעזעצן דארט א לאנגע צייט, דאס מאל פיל לענגער ווי געווענליך, בשעת זיינע געדאנקען רוישן אין אים אן אויפהער איבער די אומגליקליכע מצב אין וועלכע שמעון געפינט זיך, און זיין הארץ ווערט אנגעפילט מיט שטארקע רחמנות געפילן, אזש ער פילט ווי ער האלט נישט אויס די ווייטאג און קלעם. נאך א לענגערע צייט האט ער זיך ענדליך אויפגעכאפט פון זיינע מחשבות און מאכט זיך גרייט אהיימצוגיין, ער הייבט זיך אויף פון זיין באקוועמע פאזיציע און לייגט זיין הענט אויפן שליסל, ער כאפט נאך איין לאנגע בליק אויפן הויז און וויל שוין דרייען דעם שליסל, ווען ער באמערקט ווי די טיר פון קעלער עפנט זיך. דאס איז נישט געווען דאס ערשטע מאל וואס ער האלט מיט אזא ערשיינונג, ער האט שוין עטליכע מאל מיטגעהאלטן ווי מ'קומט און מ'גייט פון זיצונגען וואס זענען פארגעקומען אין די זעלבע צייט וואס ער איז דא געשטאנען און באאבאכט דאס פלאץ, דאך אבער האט ער יעדעס מאל פון פריש איינגעהאלטן דעם אטעם וועלנדיג מיטהאלטן די אקטיוויטעטן פונדערנאנט. אין אזא פאל פלעגט ער שוין אויך אינאיינוועגס כאפן בילדער פון די באטייליגטע און עס שיקן ווייטער צו די עף בי איי הויפטקווארטירן, און יעצט האט ער שוין אויך ארויסגענומען זיין ספעציעל פארגעשריטענע קאמערא און זיך געגרייט צו כאפן בילדער.
ווי ער האט ערווארטעט האט ער טאקע געזען ווי דורכאויס עטליכע מינוט קומען ארויס פון דארט ארום צוואנציג מענטשן, אפגעריקט איינער פונעם צווייטן מיט בערך א האלבע מינוט, און זיי גייען אלע גלייך צו זייערע קארס און פארלאזן דאס ארט. ער האט ווי זיין שטייגער אפגעכאפט בילדער פון אלע פון זיי און זיי באטראכט, ווען פלוצלינג האבן זיינע שארפע אויגן אויפגעכאפט פונדערווייטנס דאס געזיכט פון איינער פון די באטייליגטע און ער האט ער געמיינט אז ער פאלט אוועק, ער האט נישט געקענט גלייבן וואס ער זעט, און האט זיך געציפט די באקן זיכער צו מאכן אז ער חלומ'ט נישט. ער האט געקוקט נאכאמאל און נאכאמאל און גוט באטראכט יענעמס געשטעל זיך צו איבערצייגן אויב ער זעט גוט, אבער יא, דאס איז עס, עס איז ער אן קיין ספק, הייסט עס אז ער איז דער פאררעטער.
פארזעצונג קומט אי"ה!
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
"דאס איז געפערליך און אומאקצעפטירבאר" האט זיך ראבערט געאייסערט. "וויאזוי האט אזוינס געקענט פאסירן?" האט ער פארפירט שמועסנדיג צו זיינע מיטארבעטער איבער דעם שאקירנדן אנטדעקונג אז מייק איז גאר דער וואס האט זיי פארראטן. זיי זענען אלע געווען אויפגעשוידערט און שאקירט, זיי האבן דאס נישט געקענט אראפשלינגען בשום אופן, פון צווישן אלע אגענטן האט עס געמוזט זיין פונקט דער געטרייער און סוקסעספולער מייק וואס זאל זיי אזוי מיאוס פארראטן? זיי האבן זיך געפילט אויסגענארט און אויסגעשפילט אויף א שרעקליכן פארנעם. נאך א קורצע וויילע אבער האבן זיי פארשטאנען אז יעצט איז נישט די צייט זיך צו רעגן און שימפן, נאר מען דארף טון למעשה און ווייטער ארבעטן העפטיג אפצושטעלן די טעראר אטאקעס, און טאקע יעצט אז מ'האט ענדליך מסדר געווען דעם פאררעטער קען מען רואיג פאראויסגיין מיט די אקציעס אן זיין באזארגט אויף יעדן ריר אז איינער וועט ארויסגעבן זייערע געהיימע פלענער.
לויט די לעצטיגע אינפארמאציע וואס זיי האבן באקומען, האבן די טעראריסטן אפגעשטעלט די ליפערונגען אויף דערווייל, זינט די עף בי איי האט געלייגט אן אויג דערויף, און זיי האפן מיט די צייט עס צו קענען ליפערן אויף פארשידענע וועגן אן דעם וואס ס'זאל ערוועקן סיי וועלכע פארדאכט. אויפן יעצטיגן מאמענט אבער טוען זיי זיך שטארק פארלייגן אויף די אנדערע טייל פונעם מיסיע, וואס דאס איז צוגרייטן די פילע אנגעשלאסענע אין זייער גרופע צום גרויסן טאג, און קאארדינירן צווישן זיי צו פארזיכערן אז יעדער ווייסט וואס זיי האבן צו טון און אלעס קלאפט מיט א פונקטליכע סדר.
אלזא, זיצן א גרופע פון הויכראנגיגע אגענטן וועלכע פירן אן מיטן אויספארשונג און שפעקולירן וויאזוי צו גיין ווייטער און אויף וועלכן פראנט צו נעמען שריט, לויט די פלענער פונעם טעראר גרופע. געבויט אויף דעם אז אבדול פלאנירט יעצט זיך צו קאנצעטרירן בעיקר אויף די חלק פון קאארדינירן די אטאקעס און איינטיילן די ראלעס, זענען זיי געקומען צום אויספיר אז אין דעם יעצטיגן פאזע וועט מען דארפן פארלייגן אינטענסיווע כוחות צו צושטערן די קאמיוניקאציע פארבינדונגען צווישן די טעראריסטן און גלייכצייטיג זיי גוט צומישן און פיטערן מיט פאלשע אינפארמאציע אז זיי זאלן נישט זיין קלאר און נישט וויסן וואס און ווען, און אזוי ארום וועט מען האפנטליך באווייזן זיי צוריקצוהאלטן פון אויספירן זייערע נידערטרעכטיגע פלענער, אמווייניגסטנס ביז די עף בי איי באווייזט ארויסצוהאבן דעם גאנצן בילד און ארעסטירן דעם גאנצן באנדע.
איינער איז אבער נישט געווען צופרידן, ענדרו האט נישט פארשטאנען וויאזוי מ'קען פלאנירן די ווייטערדיגע שריט געבויט אויף די אינפארמאציע וואס זיי האבן דערווישט דורכן זיך איינברעכן אין די קאמיוניקאציע מיטלען וואס ווערן גענוצט צו אויספלאנירן די אטאקעס, בשעת די טעראריסטן ווייסן ווארשיינליך אז זיי ווערן דארט אונטערגעהערט, און נישט בלויז וואס מען קען זיך נישט פארלאזן אויף די אינפארמאציע, נאר ס'איז זייער מעגליך אז די טעראריסטן נוצן עס גאר אויס אונז צו פארפירן און פארדרייען א קאפ מיט פאלשע אינפארמאציע איבער זייערע פלענער, בשעת זיי גייען ווייטער אן מיט זייערע בייזוויליגע פלענער אויף א געהיימען פארנעם אן דעם וואס מיר זאלן האבן סיי וועלכע צוטריט דערצו. ענדרו האט פארפירט אז מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף קיין שום שפיאנאזש קוואל וואס איז גענוצט געווארן אין די צייט וואס מייק האט אלעס מיטגעהאלטן און מען מוז אויפקומען מיט פרישע אופנים וויאזוי צו דערגיין אבדול'ס ווייטערדיגע פלענער.
זיינע קאלעגן האבן געהערט און פארשטאנען זיינע טענות, פארט האבן זיי געהאלטן אז ס'איז נישט פארהאן קיין צווייטע אויסוועג, מ'קען זיך טאקע נישט פארלאזן בלינדערהייט אויף די אינפארמאציע און דערפאר דארף מען האלטן א נאנטן אויג אויף טריט און שריט צו דערטאפן אויב די אינפארמאציע וואס זיי האבן איז טאקע ריכטיג, אבער צו גיין שאפן אינפארמאציע פון ערגעץ אנדערש איז פשוט נישט מעגליך, ס'איז נישט דא פון וואו. קארל, וועלכער האט איבערגענומען מייק'ס ארט אלס הויפט פון די סייבער טיעם, האט גע'טענה'ט אז מייק האט למעשה געמאכט א געוואלדיגע ארבעט און מער ווי דעם איז נישט שייך צו טון.
ענדרו האט אבער נישט נאכגעלאזט "מיר מוזן איינפלאנצן אן אונטערהער אפאראט אין אבדול'ס קעלער!" האט ער געווארפן דעם באמבע. א שטילקייט האט באהערשט דעם צימער, זיי האבן אלע גוט געוואוסט וואס דאס באדייט, זיי האבן טאקע אנערקענט אז א אונטערהער אפאראט וואס ווערט איינגעפלאנצט דירעקט אויפן ארט און וועט אויפכאפן יעדעס ווארט וואס ווערט דארט ארויסגערעדט וועט זיין די איינציגסטע מהלך וואס וועט זיי ערמעגליכן צו מיטהאלטן אלע פלענער און אנטוויקלונגען פון דער נאנט, און בלויז מיט דעם וועלן זיי קענען זיין רואיג אז די אינפארמאציע וואס זיי באקומען איז קראנט און ריכטיג, דאך אבער האבן זיי אויך געוואוסט אז דאס צו דערגרייכן איז ממש אוממעגליך. ס'איז נישט קיין שווערע זאך פאר די עף בי איי איינצופלאנצן אונטערהער אפאראטן, אבער ווען די רעדע איז פון א ראפינירטן פארשוין און פראפעסיאנאלן טעראריסט וועלכער איז מסתם נישט אונטערשטעליג פון זיי אין קיין שום הינזיכט, דאן איז עס זייער שווער צו דערגרייכן. די ריזיקע איז גאר גרויס און די שאנסן פאר סוקסעס זענען זייער קליין, און אפילו אין פאל ס'געלונגט זיי יא, דארפן זיי האפן און זיך פארלאזן אז אבדול איז נישט געוואויר געווארן דערפון, וואס דאן איז עס גארנישט ווערט.
"פארפאלן, ס'איז נישט קיין אפציע" האט ראבערט זיך געהאלטן ביי זיינס, בשעת ענדרו פרובירט אים צו איבערצייגן אז מען מוז דאס באווייזן און אויב דערגרייכט מען דאס נישט דאן איז זייער ארבעט גארנישט ווערט. ראבערט האט אים ערקלערט איינמאל און נאכאמאל אז ס'איז צו ריזיקאליש און קען פשוט נישט מצליח זיין, מ'ברויך זיין רעאליסטיש. ענדרו האט אבער נישט אויפגעגעבן און ווידערהוילט מיט עקשנות אז מען מוז דאס דערגרייכן. "איך ווייס און פארשטיי די גרויסע ריזיקע וואס שטעקט דערין, אבער דאך איז דאס די איין און איינציגסטע אויסוואל וואס מיר פארמאגן יעצט!" האט ענדרו געהאמערט אן אויפהער. נאך א לענגערע דיסקוסיע פון עטליכע שעות וואו ענדרו האט זיך גע'עקשנ'ט אז מען מוז אונטערנעמען די אקציע פאר יעדן פרייז און האט אויף אלע וועגן פרובירט צו איבערצייגן זיינע קאלעגעס אין די אויפריכטיגקייט פון זיינע רייד, האט ער ענדליך מצליח געווען צו ברעכן די אייז, און ראבערט איז איינגעגאנגען צו פארארדענען אן אקציע איינצופלאנצן אן אונטערהער אפאראט ביי אבדול אין קעלער. ענדרו האט זיך שטארק געפרייט דערצו און האט גענומען אויף זיך צו העלפן אויסארבעטן די דעטאלן פון דעם אקציע, און די באטייליגטע זענען זיך צוגאנגען מיט האפענונג אז די אקציע זאל זיין א סוקסעס.
***
מאיר דרייט זיך ארום אן א קאפ, לויט אלע אנדייטונגען האלט מען שוין זייער נאנט צום טאג ווען די טעראר אטאקעס זענען אין פלאן צו ווערן דורכגעפירט, און זיין זארג אויף שמעון שטייגט מיט יעדן פארבייגייענדיגן טאג. ער האפט אז ס'איז נאך דא וועם צו ראטעווען, אבער דאס איז זיכער אז צופיל צייט איז שוין נישט פארבליבן, און אויב וויל ער נאך זען שמעון א לעבעדיגער דאן מוז מען שוין יעצט עפעס טון דערצו. וויפיל מאל ער האט זיך געבעטן ביי זיינע אויבערהארן אין די עף בי איי אז מ'זאל אונטערנעמען א אקציע ארויסצוראטעווען שמעון, זענען זיינע בקשות געפאלן אויף טויבע אויערן, און ער האט זיי גוט פארשטאנען, נאך אלעם איז נישט זייער שטייגער אונטערצונעמען אזעלכע סארט רעטונג אקציעס אינמיטן אן אנגייענדע אויספארשונג און ס'איז זייער פארשטענדליך פארוואס. דאך אבער האט ער בשום אופן נישט געקענט משלים זיין מיטן מצב און זיין הארץ איז אויסגעגאנגען פאר שמעון, ער האט ממש געפילט ווי ער לעבט מיט זיין פיין און ליידן, און ער איז געווען אנטשלאסן אים ארויסצוזען פון דארט איין וועג אדער די אנדערע. זיין מח האט פיבערהאפטיג געארבעט טאג און נאכט מיט פארשידענע געדאנקען וויאזוי דאס אויסצופירן, ביז ביים ענדע האט ער באשלאסן צו נעמען דעם ריזיקע און דורכפירן אזא אקציע אויף די אייגענע האנט. נישט גרינג איז אים אנגעקומען צו מאכן דעם באשלוס, ער האט גוט געוואוסט און פארשטאנען די ריזיקע וואס קומט מיט אריינגיין אינעם לייבן גרוב, דאך אבער האט ער באשלאסן אז קיין צווייטע אויסוואל איז נישט פארהאן, ער קען נישט און ער טאר נישט לאזן שמעון אונטער די רשעות'דיגע נעגל וואו ער שטייט אויס א לעבנס געפאר יעדע מינוט, און ער וועט אויסנוצן די טעכניקן וואס ער האט זיך געלערנט און די ספעציעלע געצייג וואס ער האט אין באזיץ צוליב זיין ארבעט פאר די עף בי איי, דורכצופירן דערמיט א געלונגענעם רעטונגס אקציע.
ער האט זיך נישט געפוילט פאר קיין מינוט, און ווי נאר ער האט ענדגילטיג באשלאסן אז ער וועט דורכפירן דעם אקציע האט ער עס תיכף גענומען צום קומענדיגן שטאפל און אויספלאנירט דעם גאנצן אקציע מיט אלע דעטאלן, לאנגע שעות און אינטענסיווע כוחות האט ער אריינגעלייגט זיך צוצוגרייטן דערצו, ער האט אויסגעשטעלט א דעטאלירטן פלאן וויאזוי ער וועט דאס באווייזן, און ווען אלע טעכנישע פרטים זענען שוין געווען קלאר, איז אים בלויז פארבליבן צו באשטימען א פאסיגן טאג, מאיר האט שפעקולירט ווען עס וועט זיין די פאסיגסטע טאג דערפאר, און צום סוף האט ער באשלאסן, אז אזוי ווי די עף בי איי האט גאנץ א אפטע אנוועזנהייט ארום אבדול'ס וואוינונג, און ער האט נישט געוואלט אז זיי זאלן מיטהאלטן וואס ער טוט און אים צוריקהאלטן אין די לעצטע מינוט, דעריבער וועט זיין די מערסטע פאסיג עס צו באשטימען אויף דעם קומענדיגן דאנערשטאג, וויבאלד פרייטאג קומט פאר דער איינשווערונג פונעם נייעם פרעזידענט טראמפ, און טייל פון די עף בי איי אגענטן וואס ארבעטן אויך אויף דעם מיסיע קעגן די טעראר פלענער, וועלן אפרייזן קיין וואשינגטאן די סי יענעם נאכט צו זיין אנוועזנד ביים איינשווערונג און גלייכצייטיג ארויסהעלפן מיט די זיכערהייט מאסנאמען וואס די אגענטור נעמט אונטער אויפן ארט, און ממילא וועט יענע נאכט זיין א שוואכערע אנוועזנהייט דאהי פון עף בי איי אגענטן וועלכע קענען זיך מעגליך געפינען ארום אבדול'ס הויז, און דערפאר איז דאנערשטאג נאכט די פאסיגסטע צייט דערפאר.
מאיר האט זיך געגרייט מיט ציטער, במשך די עטליכע טעג וואס זענען פארבליבן ביזן באשטימטן טאג האט ער זיך ארומגעדרייט אין אנגסט און פחד, ער האט גוט געוואוסט וואס עס ווארט אים אפ, און האט זיך ממש געווארפן פאר שרעק בלויז טראכטנדיג פון דעם פאקט אז ער גייט אריינשפאצירן אין מויל פונעם לייב, אבער מיט דעם אלעם איז ער געווען אנטשלאסן נישט אויפצוגעבן אויף זיינע פלענער און דורכפירן די אקציע ארויסצוראטעווען שמעון.
ענדליך איז אנגעקומען דער גורל'דיגע מינוט, עס איז דאנערשטאג שפעט אויפדערנאכט, און ס'איז צייט צו גיין. מאיר לאזט זיך אין ריכטונג פון טיר מיט ציטערדיגע טריט, ער לייגט זיין האנט אויף די מזוזה און שעפשעט א הייסע תפילה אז ער זאל מצליח זיין, און לאזט זיך ארויס אין וועג.
זיינע הארץ קלאפענישן פארשנעלערן זיך ווען ער קומט אן נאנט צום ארט, ער ווארפט זיך פאר שרעק און קען זיך אליינס נישט גלייבן וואס ער גייט יעצט טון, ס'ווילט זיך אים אויסדרייען און זיך ארויסציען פון דאס גאנצע געשעפט, אבער ער צווינגט זיך ממש צו גיין ווייטער וויסנדיג אז ער איז אויף א הייליגע מיסיע צו ראטעווען א אידיש קינד פון געפענגעניש און טויט. ער שטעלט זיך אפ אויפן זעלבן ארט וואו ער שטייט אפט ביים שפיאנירן אין די נעכט, ער מאכט זיכער אז ער האט אין טאש אלע נויטיגע געצייגן וואס וועלן זיך אויספעלן, און מיט א איינגעהאלטענעם אטעם און שפאנענדע שרעק מאכט ער דעם וועג ארויס פון קאר. ווי נאר ער קומט אן אויפן אנדערן זייט גאס לייגט ער זיך אראפ אויף די ערד און שטילערהייט קריכט ער אין ריכטונג פונעם הויז. אנקומענדיג נאנט צום הויז הייבט ער אן מיט די ארבעט. צוערשט טוט ער מיט ספעציעלע פארגעשריטענע מיטלען דעאקטיוויזירן אלע זיכערהייט קאמעראס וואס געפינען זיך אינעם גאנצן ארום, אזוי אויך שפריצט ער א ספעציעלע כעמיקאל וועלכע איז אויך געצילט צו שטערן די קאמעראס פון אויפכאפן. דאן נעמט ער ארויס א צווייטע אפאראט וועלכע טוט דעאקטיוויזירן אלע אלארם סיסטעמען וואס זענען איינגעשטעלט אויפן ארט, און מיט דעם ווערט אויך אפגעשטעלט יעדע סארט אויטאמאטישע סיסטעם וואס אבדול קען מעגליך האבן איינגעשטעלט אז ס'זאל שיסן אויף פרעמדע אריינדרינגער. ער ווייסט גוט אז ס'איז פארהאן א ערנסטע ריזיקע אז די באווארענונג מיטלען וואס ער נעמט אונטער זאלן נישט ארבעטן אויף הונדערט פראצענט, אבער דאך ציט ער זיך נישט צוריק און טראץ זיין גרויס פחד גייט ער ווייטער אן מיט זיינע פלענער.
ער לייגט זיך צוריק אראפ אויף דער ערד און הייבט אן פאמעליך אריינקריכן אין הויף פון אבדול, שטילערהייט קריכט ער צו ביז צום טיר און ווי נאר ער דערגרײכט דעם טיר זוכט ער אויף דעם שלאס מיט זיין האנט. ווי ערווארטעט שטויסט ער זיך אן אין א הערמאטיש פארמאכטן טיר מיט צוויי שווערע שלעסער, ער קען גרינג עפענען די שלעסער, אבער ער ווייסט אז די מינדעסטע קול וואס ער לאזט ארויס איז ער א פארטיגער, ער מוז טרעפן א וועג צו איינשלעפן אבדול בעפאר ער הייבט אן מיט די ארבעט. נערוועזערהייט שטרענגט ער אן זיינע אויגן זוכנדיג עפעס א שפאלט אויפן טיר אדער דערנעבן, אבער זעענדיג אז דאס וועט ער לכאורה נישט טרעפן שארט ער זיך צו נענטער צום טיר אנלאנענדיג זיין גאנצן געוויכט דערויף, און שטילערהייט פרובירט ער צו שטופן דעם טיר א קליין ביסל, מיט גרויס פארזיכטיגקייט שטופט ער מיט אלע כוחות ביז ער איז ענדליך מצליח צו שאפן א קליין שפאלט צווישן איר און די וואנט. דאס איז פאר אים פונקט גענוג, ער נעמט ארויס דעם ספעציעלן ספרעי וואס אלע וועלכע קומען אין בארירונג מיט איר אינהאלט פאלן גלייך אריין אין א טיפן שלאף, טשעפעט צו א דינעם לאנגן שטרוי דערצו, און דאן שטעקט ער עס אריין אינעם דינעם שפאלט און שפריצט אריין א שיין ביסל דערפון גראד אריין אינעם קעלער. ער ווארט עטליכע מינוט צו זיין זיכער אז די ספרעי האט שוין געווירקט, און דאן ברעכט ער אויף די שלעסער די שטילסטע וואס מעגליך און מאכט זיין וועג אריין מיט א קלאפנדיג הארץ.
שטיל און פארזיכטיג שארט ער זיך אריין, ער שפריצט נאכאמאל פון די ספרעי וואס מאכט שלאפן, און דאן כאפט ער א שנעלן בליק אויפן גאנצן קעלער זיכער צו מאכן אז קיינער איז טאקע נישט וואך. נאכן באשטעטיגן אז אבדול שלאפט טאקע לאזט ער זיינע בליקן ארומלויפן אין אלע ווינקלען זוכנדיג וואו שמעון געפינט זיך, נאך עטליכע מינוט האט ער אים באמערקט אין א פארשטופטן ווינקל זיצנדיג איינגעקורטשעט מיטן קאפ צווישן די קניען פארזינקען אין א טיפן שלאף. זיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ, ער האט זיך געצווינגען נישט צו ווערן איבערגענומען פון די שטורמישע געפילן וואס האבן געדראעט אים צו פארפלייצן דערזעענדיג דעם שווערן מצב אין וועלכע שמעון געפינט זיך, און האט זיך קאנצעטרירט בלויז אויף די טעכנישע ארבעט וואס ליגט יעצט אויף אים צו אויספירן, כדי צו קענען ארויסראטעווען שמעון שנעל און געשיקט. ער האט זיך צוריק אראפגעלייגט אויף דער ערד און זיך שטילערהייט אנגעהויבן צושארן אין ריכטונג פון שמעון, ווען פלוצלינג האבן זיינע אויערן אויפגעכאפט א שטילן שארך וואס איז געקומען פונעם ריכטונג וואו ער האט פריער געזען אבדול שלאפן. ער איז נישט זיכער אויב ער האט גוט געהערט אדער ס'האט זיך אים בלויז געדאכט, ער כאפט א שנעלן בליק אהין און זעט נישט עפעס וואס זאל אנדייטן אז איינער רירט זיך דארט, אבדול שלאפט פונקט ווי פריער, ער וויל זיך שוין בארואיגן אז ס'איז בלויז געווען זיין פאנטאזיע וועלכע איז געקומען צוליב זיין פחד און וויל גיין ווייטער צו שמעון, אבער למעשה באשליסט ער יא צו ווארטן אביסל און זען אויב ס'איז טאקע געווען בלויז א פאנטאזיע און צו באשטעטיגן אז אלעס איז פארזיכערט, נאך אלעם איז די ריזיקע גאר גרויס און עס לוינט נישט איינצושטעלן.
אלזא לייגט ער זיך אראפ אויסגעצויגן אויף דער ערד און מיט זיינע אויגן זוכט ער עפעס א שטיקל באהעלטעניש ארט וואו ער זאל זיך קענען צושארן זיך צו געפינען אין מער א פארזיכערטע פאזיציע. אט דערזעט ער א הויפן ליידיגע באקסעס אנגעהויפנט ביים וואנט און ער קלערט אז ס'וואלט געווען א גוטע געדאנק זיך אריינצוריקן אהין און דארט אויסווארטן ביז ער באשטעטיגט אז אלעס איז פארזיכערט, עס געפינט זיך טאקע נענטער צו די טיר וואס באדייט אז ער וועט זיך דארפן אביסל צוריק דרייען פון וואו ער איז שוין אנגעקומען, אבער דאך נעמט ער נישט קיין שאנסן און באשליסט אז דארט איז א פאסיגע באהעלטעניש ארט אויפן יעצטיגן מאמענט, און דער פאקט אז עס געפינט זיך נאנט צום טיר איז למעשה אויך א מעלה אז ער קען גרינגער אנטלויפן אין פאל ער זעט אז עס פעלט זיך אויס. שטילערהייט ריקט ער זיך אריין הונטער די באקסעס פרובירנדיג עס צו מאכן די שטילסטע וואס מעגליך, בשעת ער שפריצט ארויס נאך אביסל פון דעם שלאפן ספרעי האפנדיג אז אפילו אויב אבדול האט זיך ערוועקט זאל דאס ווירקן אים צוריק איינצושלעפן, און דאן האט ער זיך אראפגעלייגט דארט צוקוועטשט צווישן די באקסעס בשעת זיין הארץ באכעט הויך פון גרױס פחד און ס'גיסט זיך פון אים פיל מיט שווייס פון גרויס אנגעצויגנקייט.
עטליכע שטילע מינוטן זענען פארביי, לאנגע מינוטן וועלכע האבן אין מאיר'ס אויגן אויסגעזען ווי לאנגע שעה'ן, און הערנדיג אז אלעס איז שטיל און נישט זעענדיג קיין שום אקטיוויטעטן האט ער באשלאסן אז ס'איז צייט ארויסצוגיין פון דא און גיין ווייטער מיט די פלענער. ער הייבט זיך אן ארויסצושארן פון דארט, און דאן האט ער פלוצלינג געהערט א הילכיגן שאס וואס האט אפגעקלינגען אין די לופטן און צוטרייסלט דעם גאנצן בנין.
פארזעצונג קומט אי"ה!
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
"איך פארשטיי נישט" האט ראבערט געהאמערט אין ריכטונג פון די אגענטן וועלכע האבן דורכגעפירט די נעכטיגע דורכגעפאלענע אבלאווע. "ענק האבן אים טאקע נאאיוו געגלייבט אז די פאנטאסטישע געשיכטע וואס ער האט ענק פארקויפט איז אמת? ענק האלטן באמת אז ער וואלט זיך אריינגעלייגט אין מויל פונעם לייב בלויז ארויסצוראטעווען זיין פריינט?" האט ראבערט געפרעגט מיט וואונדער קוקנדיג פון איינעם צום צווייטן. "אבער ער איז דאך א איד" האט זיך מארק אנגערופן מיט א שוואכע שטימע, "עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז פונקט ער זאל אונז פארראטן און גלייכצייטיג פארראטן זיינע טויזנטער אידישע ברודער" האט ער פרובירט צו פארטיידיגן מאיר.
"הער צו" האט זיך ראבערט געהאלטן ביי זיינס. "מיר האבן שוין ענדליך געכאפט דעם פאררעטער און אים באזייטיגט, און דא האבן מיר פלוצלינג צו טון מיט א פרישן פאררעטער, און פונקט אין די זעלבע צייט האבן מיר אנטדעקט אז מאיר האט אפגעשטאט א באזוך ביי אבדול אין קעלער, וואס דארפסטו מער ווי דעם? איז דאס נישט גענוג פארדעכטיגט?" האט ער אויסגעפירט מיט א פעסטקייט.
די אנוועזנדע האבן זיך אומבאקוועם ארומגעריקט אין זייערע בענקלעך, עס איז זיי זייער אומבאקוועם געווען צו דארפן טראכטן פון אזא מעגליכקייט, זיי האבן אלץ געהאט א בלינדן צוטרוי אין מאיר, ער גיבט דאך שטענדיג אן איינדרוק פון אן ארטנליכער און אויפריכטיגער פערזאן, און ספעציעל אז ער איז א איד און איז אליינס א טייל פון דעם פאלק וועלכע ווערט געצילט דורך אבדול. אבער נאך אלעם זאגט ראבערט ריכטיגע רייד, דאס איז דאך ממש איינס מיט איינס, עס איז בכלל נישט שווער צוזאמצושטעלן דעם פאזל. "אלזא, איך וויל אז מאיר זאל זיך דא באווייזן פארנט פון מיר ביז עטליכע שעה" האט ראבערט פארענדיגט דעם זיצונג מיט א באפעל אין ריכטונג פון זיין פערזענליכן סעקרעטאר.
פארזעצונג קומט אי"ה.
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
זיין הארץ צאפלט אין אים, ער ווייסט נישט וואס צו טון ווייטער, זאל ער יא רופן? זאל ער נישט רופן? די מצב איז קריטיש, ער מוז זיך פארבינדן מיט זיינע אויבערהארן אין די עף בי איי, אבער ער קען זיך נישט ברענגען דאס צו טאן, ביים ענדע באשליסט ער צו ווארטן און זען אויב זיינע פארדאכטן שטעלן זיך טאקע ארויס צו זיין ריכטיג, און אויב יא וועט ער דאן אונטערנעמען די נויטיגע שריט. ער זוכט אפיר א גוטע באהעלטעניש ארט וואו ער קען זיך פארשטעקן אז אבדול זאל אים נישט באמערקן אבער צו די זעלבע צייט זאל ער קענען האלטן א נאנטן אויג אויף אלעס וואס שפילט זיך אפ אינעם ארום, און ער פארקירט דארט אריין פארשטעקט הונטער עטליכע גרויסע ביימער, בשעת ער נעמט נישט אראפ קיין אויג פונעם ארויסגאנג פון דעם יוהעל פארקינג לאַט. נאך עטליכע מינוט זעט ער א גרויסן טראק דערנענטערט זיך צום ארויסגאנג, ער שטרענגט אן זיינע אויגן און פרובירט אויפצוכאפן ווער עס זיצט ביים רעדל, און יא, אזוי ווי ער האט זיך פארגעשטעלט, אבדול פירט דעם טראק. ביי דעם שטאפל האט ער זיך שוין נישט ערלויבט צו צעגערן, ער נעמט ארויס דעם טעלעפאן און גרייט זיך צו רופן, ער קווענקלט אבער וועמען צו רופן, מיט אלע פון זיי וועט ער זיך פילן זייער אומבאקוועם, אבער מיט מארק וועט זיין די געשמאקסטע, פון צווישן אלע איז ער די מערסטע העפליך צו אים.
אלזא, ער רופט אים שנעל אן בשעת ער פאלגט ווייטער נאך דעם טראק פונדערווייטנס, און אין עטליכע קורצע זאצן טיילט ער אים מיט וואס עס גייט דא פאר, פרובירנדיג צו איגנארירן די קעלט וואס האט געבלאזן פון מארק'ס זייט. מארק האט נישט גלייך געענטפערט, און מאיר האט פארשטאנען אז ער איז היבש סקעפטיש איבער די געשיכטע וואס ער פארקויפט אים, ער האט נישט אויסגעזען ספעציעל איבערגענומען פון וואס ער האט נארוואס געהערט, מאיר האט זיך צואוויינט און זיך געבעטן ביי מארק זאל אים נישט איגנארירן, די מצב איז קריטיש און יעדע מינוט שפילט א ראלע. מארק האט נאך געשוויגן פאר א מינוט און דאן האט ער געבעטן פון מאיר זיין פונקטליכע לאקאציע, ער האט אים עס גלייך איבערגעגעבן און זיך נאכאמאל געבעטן אז ער זאל עס נישט נעמען פאר לייכט, מארק האט אראפגעלייגט דעם טעלעפאן מיט א צוזאג אז ער וועט זען וואס ער קען טון, און מאיר האט געהאפט אז ער טרייבט נישט קיין שפאס פון אים.
קורצליך נאכן פארענדיגן דעם שמועס מיט מארק האט זיין הארץ אויפגעצאפלט פון פריש, ווען ער האט באמערקט ווי אבדול דרייט זיך אריין אין א פארשטופטן געסל צווישן געדעכטע ביימער און פארלאזטע געוויקסן, זיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ, ער האט זיך געיאגט אין יענעם ריכטונג וועלנדיג זען פון די נאנט וואס דאס פלאץ איז, און קומענדיג נענטער האט ער באמערקט אן אלטן אפגעריבן שילד ביים אריינגאנג וועלכע האט איינגעמאלדן אז דא געפינט זיך א פארק. פון דעם צושטאנד פון דאס שילד און די וועג אריין האט ער פארשטאנען אז דאס איז א אלטע פארלאזטע פארק, וואס איז ממש די פאסיגע פלאץ דורכצופירן אזעלכע סארט געהיימע סחורה ליפערונגען. ער האט זיך גלייך נאכאמאל פארבינדן מיט מארק אים איינצומעלדן די פרישע אנטוויקלונגען, און מארק האט אים פארזיכערט אז זייערע קרעפטן זענען אונטערוועגנס.
מאיר כאפט א שנעלן בליק אריין אין דעם וועג, ער זעט אז דאס איז גאר א לאנגע וועג אריין, עס דאכט זיך אים אז ער זעט נאך אפילו דעם טראק פונדערווייטנס. ער ווארט ביז זי ווערט פארשוואונדן פון זיינע אויגן און דאן הייבט ער אן אריינפארן, מיט א קלאפנדיג הארץ און פיל מיט זארג און פחדים מאכט ער דעם לאנגן וועג אריין האפנדיג אז עס ווארט אים נישט אפ קיין אומערווארטעטע איבערראשונגען. ווען ער זעט שוין ענדליך דעם ענדע פונעם לאנגן וועג באמערקט ער אין שפיגל אז פון הונטער אים קומט איינער צו פארן אויף א בייק, ער אטעמט אפ, ווארשיינליך איז ער פון די עף בי איי און ער קומט אויסשפיאנירן דאס פלאץ בעפאר זיי ברענגען אהער די פולע קרעפטן און מאסיווע כוחות צו באקעמפן די טעראריסטן. ער פארט ווייטער אין ריכטונג פונעם פארק, און אט זעט ער שוין דעם טראק פונדערווייטנס, אינסטיקטיוו שטעלט ער זיך אפ, די לעצטע זאך וואס ער וויל יעצט איז זיך טרעפן מיט אבדול פנים אל פנים, ער שטעלט זיך אין די זייט און קוקט זיך צו מיט אנגסט בשעת זיין הארץ ווערט צוזאמגעצויגן פאר שרעק.
ער שטרענגט אן זיינע אויגן צו קענען מיטהאלטן וואס עס קומט דארט פאר, און ער באמערקט עטליכע קארן שטייען נעבן דעם טראק און עטליכע מענטשן גייען כסדר אהין און צוריק, ווי עס זעט אויס ארבעטן זיי העפטיג אנצופילן דעם טראק. אינסטיקטיוו פארמאכט ער זיינע אויגן, ער קען דאס נישט צוקוקן. ער האפט אז די עף בי איי וועט נישט שפעטיגן אנצוקומען אהער, ער ווייסט זייער גוט אז ער אליינס האט נישט קיין שום מעגליכקייט דאס אפצושטעלן, די רשעים וועלן דאך אים צומאלן נאך איידער ער באווייזט זיי צו מאכן סיי וועלכע שאדן. ער נעמט ארויס דעם טעלעפאן וועלנדיג נאכאמאל אנרופן מארק, אבער דאן באמערקט ער ווי עס קומען צו מארשירן א גאנצע רייע פון געפאנצערטע טרעקלעך, אנגעפילט מיט אגענטן וועלכע האלטן אין זייערע הענט אויסגעשטרעקטע ביקסן. ער קוקט זיך צו מיט אינטערעסע און האפענונג ביינעזאם, אין א בליץ שנעלקייט באווייזן די אגענטן ארומצונעמען דאס ארט, פילע פון זיי נעמען פאזיציעס אויף די ביימער ארום בשעת זיי ריכטן די ביקסן אין ריכטונג פון אבדול און זיינע ארומיגע. תיכף דערנאך באווייזן זיך עטליכע העליקאפטערס אין די לופטן, און דאן הערט זיך א באסאווע שטימע וועלכע הילכט אפ איבערן גאנצן שטח: "הענט ארויף! ווער עס פאלגט נישט, ווערט תיכף געשאסן!".
אבדול דרייט זיך אויס אין ריכטונג פונעם הויכהילכער, און דאן, אנשטאט אויפצוהייבן די הענט, דרייט ער זיך צוריק מיט א שמייכל אויף די ליפן. מאיר קוקט אים נאך מיט אנגסט, ער זעט בכלל נישט אויס צו זיין דערשראקן און ווייזט נישט קיין צייכענעס פון זיך אונטערגעבן. מיט פעסטע טריט טרעט אבדול צו צום הונטערשטן חלק פונעם טראק, און אין פארנט פון אלעמענס שאקירטע אויגן שלעפט ער ארויס פון דארט דעם נעבעכדיגן שמעון און שטעלט אים אראפ נעבן זיך. מאיר האט געפילט ווי ער פאלט אוועק, ער טראגט עס נישט איבער, ווער ווייסט וואס אזוינס פלאנירט דא דער רשע. אבער אבדול האט אים נישט צו לאנג געלאזט ווארטן, ער ציט ארויס א לאנגן ביקס, און מיט א קאלטבלוטיגן שמייכל לייגט ער איר צו צו שמעון'ס קאפ, און דאן דרייט ער זיך צוריק און מיט א זיגרייכן שמייכל קוקט ער זיך ארום אויף די צענדליגע אגענטן. די מעסעדזש איז געווען זייער קלאר: שמעון איז יעצט זיין משכון, אויב וואגט מען זיך אים שלעכטס צו טון באקומט שמעון א קויל אין קאפ.
פארזעצונג קומט אי"ה
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
דער פרעזידענט וועלכער איז תיכף געווארן איינגעמאלדן איבער דעם קריזיס וואס האט זיך געשאפן, האט גלייך פאררופן אן עמערזשענסי זיצונג וואו מ'וועט דורכשמועסן די סיטואציע און פרובירן צו אויפקומען מיט א לעזונג צום קריזיס. עס זענען געלאדנט געווארן די דירעקטארס פון די עף בי איי, סי איי עי, און פון אלע שפיאנאזש אפטיילונגען אינערהאלב די אמעריקאנער רעגירונג, ווי אויך האט ראבערט, אלס פירער פונעם קעיס, זיך אויפגעהויבן און אראפגעפארן קיין וואשינגטאן כדי זיך צו באטייליגן פערזענליך אין דעם זיצונג, און אינאיינעם מיט אים זענען מיטגעגאנגען מארק, עדווארד, קארל, ענדרו, און נאך עטליכע אגענטן וועלכע שטייען אין שפיץ פון דעם קעיס. ארום דעם טיש זיצט דער פירער פון די פאראייניגטע שטאטן אינאיינעם מיט זיינע העכסטע קאבינעט מיטגלידער און פרובירן צו אויפקומען מיט א מהלך וויאזוי מ'זעט זיך ארויס פונעם פלאנטער, אבער אן ערפאלג, די מצב איז זייער נישט גוט און דערווייל האט קיינער נישט קיין קלארע מהלך וויאזוי ארויסצוקריכן דערפון. נאך א לענגערע וויילע ווען ס'איז קלאר געווארן אז דערווייל קומט מען נישט אן אין ערגעץ האט דער פרעזידענט באפוילן אז מ'זאל רופן דעם פארטיידיגונג סעקרעטאר, אפשר וועט ער האבן עפעס א גוטע געדאנק וויאזוי מען קען ראטעווען דעם מצב, אפשר זענען פארהאן פארשידענע טאקטיקן מיט וואס די מיליטער באנוצט זיך וואס קענען צוניץ קומען אינעם יעצטיגן סיטואציע. דער פארטיידיגונג סעקרעטאר האט זיך געאיילט אריבערצוקומען הערנדיג די אורזאך פארוואס דער פרעזידענט רופט אים, און אין קורצע ווערטער האט מען פאר אים פארגעשטעלט דעם פראבלעם און די קריזיס וואס איז אנטשטאנען, און די אנוועזנדע האבן געווארט מיט שפאנונג צו הערן אויב ער וועט האבן א לעזונג.
א לענגערע צייט איז ער געזיצן שטיל און זיך פארטיפט אין זיינע געדאנקען פרובירנדיג אויפצוקומען מיט א מהלך, נאך א לענגערע וויילע האט ער ענדליך געבראכן דעם שטילקייט און אנגעהויבן אויסשמועסן עטליכע מעגליכע אפציעס, זייער שנעל האט ער אויסגעשלאסן די אלטמאדישע אפציע פון פרובירן צו פארקירעווען אבדול'ס אויפמערקזאמקייט און אזוי ארויסראטעווען שמעון אן וואס ער זאל אים קענען שלעכטס טון, פארשטייענדיג אז אבדול איז קלוגער ווי דעם און ער וועט זיך נישט לאזן פארפירן. דאס דורכפירן א אויסגערעכנטע מיליטערישע אקציע ווי מ'וועט באפאלן אבדול פלוצלינג און איבערראשנד איז אויך שנעל אראפ פון טיש, ס'איז שווער צו גלייבן אז מ'וועט מצליח זיין דאס צו באהאלטן פון די אויגן פון דעם ראפינירטן טעראריסט ביז די לעצטע מינוט. בלייבט בלויז איבער אויפצוקומען מיט אן אלטערנאטיווע סטראטעגיע מיט וואס מ'באנוצט זיך אין קאמפליצירטע משכונות סיטואציעס צו אומשעדליך מאכן דעם פארכאפער. נאכן אויפברענגען און אפווארפן פארשידענע מעגליכע געדאנקען איז געבליבן אז מ'וועט אויספרובירן א נייע טעכנאלאגיע וואס איז נאך אין די אנטוויקלונג שטאפלען, אבער איז שוין גענוג אנטוויקלט אז מ'קען עס נוצן אין צייט פון א אויסערגעווענליכע קריזיס און זיך פארלאזן אז דאס וועט דינען איר צוועק. דאס וועט ווערן אויסגעפירט דורך דעם וואס א העליקאפטער וועלכע איז ספעציעל געאייגנט פאר דעם צוועק וועט זיך הייבן העכער דעם פארק, וויבאלד עס דרייען זיך שוין סייווי דארט עטליכע העליקאפטערס אין די לופטן וועט עס האפנטליך נישט ציען קיין עקסטערע פארדאכטן, און זי וועט ארומפליען אין די לופטן העכערן פארק, און ווען די העליקאפטער וועט דערגרייכן העכער אבדול וועט עס מיט א מורא'דיגע געצילטע פונקטליכקייט ארויסשפריצן א ספעציעלע כעמיקאל וואס איז נישט מעגליך פאר א מענטשליכע אויג דאס צו באמערקן און אויפכאפן, און ווי נאר די כעמיקאל וועט דערגרייכן און זיך פארשפרייטן אויף אבדול און זיינע מיטארבעטער וואס שטייען ארום אים וועלן זיי גלייך אוועקפאלן באוואוסטלאז פאר עטליכע מינוט, און אין די קריטישע מינוטן ווען זיי וועלן נישט זיין דאהי וועט מען פלינקערהייט ראטעווען שמעון און נעמען די טעראריסטן אונטער ארעסט. נאכן איבערגיין די דעטאלן פון די פלענער האט דער פרעזידענט געגעבן זיין צושטימונג און די אקציע איז געלאזט געווארן אין גאנג.
בשעת די באטייליגטע ביים זיצונג אין ווייסן הויז זיצן מיט אנגעצויגענע געמיטער, ווען זיי האלטן מיט לעבעדיג אלעס וואס שפילט זיך אפ אויפן ארט אינעם פארק. שטייען פילע גרופעס אגענטן אויף זייערע פאזיציעס אינעם פארק און קוקן זיך צו מיט ציטער און האפענונג ביינעזאם, ביז געציילטע מינוטן דארף די העליקאפטער ערשיינען און האפנטליך וועט די אקציע טאקע זיין א סוקסעס און דאס וועט ענדגילטיג ברענגען אן ענדע צו די בייזוויליגע פלענער פון די פארשאלטענע טעראריסטן. ביים אריינגאג צום פארק שטייט מאיר און קוקט זיך צו צו די געשעענישן וואס שפילן זיך אפ פארנט פון זיינע אויגן בשעת זיינע פיס קלאפן זיך אריין איינס אין צווייטן פון גרויס שרעק און אנגעצויגנקייט, ער שטייט שוין אויף דעם זעלבן פלאץ שוין כמעט 24 שעה אבער ער קען זיך נישט ברענגען אוועקצוגיין פון דא, ער ווייסט אז זיין אנוועזנהייט וועט גארנישט צוגעבן אבער ער קען זיך נישט אוועקרירן פון ארט ווילאנג ער זעט שמעון'ס קאפ צוגעשמידט צום ביקס. ער האט מורא געהאט אריינצוגיין טיפער אינעם פארק וואו די אגענטן זענען געשטאנען, אלזא איז ער געבליבן שטיין פון הונטערוויילעכץ און האט נישט אראפגענומען קיין אויג פון שמעון, זיין הארץ איז אויסגעגאנגען פאר אים, ער האט געשפירט ווי ער וויל אריינלויפן און ארויסראטעווען שמעון פון דארט, ער האט געשפירט ווי ער טראגט עס נישט אריבער, וואס מער צייט ס'איז פארביי איז זיין שרעק און אנגעצויגנקייט געוואקסן צו העכערע שטאפלען, און טראץ וואס ער איז געווען שרעקליך מיד נאכן פארפאסן א נאכט שלאף האט ער נישט געקענט אפילו טראכטן פון כאפן א דרימל אין אזא צייט. אזוי שטייענדיג דארט מיט אנגעשפיצטע בליקן פילט ער פלוצלינג ווי צוויי פארשוינען כאפן אן זיינע הענט מיט א פעסטקייט און נאך איידער ער האט געקענט כאפן וואס דא גייט פאר האבן זיי שנעל אריינגעשטופט א שמאטע אין זיין מויל אז ער זאל נישט קענען שרייען פאר הילף, און אין א בליץ שנעלקייט האבן זיי אים אויפגעהויבן און אריינגעווארפן א קאר וואס איז געשטאנען דארט אין די זייט. ער האט פרובירט צו שרייען און רופן פאר הילף אבער קיין שטימע איז נישט ארויסגעקומען פון זיין מויל וועלכע איז געווען הערמאטיש פארשטאפט, ער האט געשפירט ווי די וועלט גייט אונטער, וואס אזוינס פאסירט דא צו אים? ער קען ממש נישט גלייבן אז דאס פאסירט אין רעאליטעט, ער האט זיך געווארפן פאר שרעק און זיך געגרייט אויפן ארגסטן, בשעת ער פרובירט צו דערגיין ווער זענען זיינע פארכאפער און וואס זענען זייערע מאטיוון. ער האט געהאפט אז איינער פון די אנוועזנדע עף בי איי אגענטן וועלן באמערקן וואס דא איז פארגעקומען און וועלן קומען צו זיין רעטונג, אבער זיין האפענונג איז געווען אומזיסט, זיי זענען אלע געווען קאנצענטרירט אויף אבדול און שמעון און די דראמאטישע געשעענישן וואס זענען ערווארטעט זיך אפצושפילן אין די קומענדיגע מינוטן, און קיינער האט נישט באמערקט וואס האט אקורשט פאסירט מיט אים.
בלויז עטליכע מינוט שפעטער האט זיך די העליקאפטער באוויזן העכערן פארק, די אגענטן האבן איינגעהאלטן דעם אטעם און מיט גרויס שפאנונג זיך געגרייט אויסצופירן די אקציע ווי נאר אבדול פאלט אוועק. אלעס איז געגאנגען ווי געפלאנט, דער העליקאפטער האט געמאכט עטליכע צירקלען ארום דעם שטח ביז ער האט דערגרייכט זיין ציל, די אגענטן זענען געשטאנען קאמפסגרייט און נישט אראפגענומען קיין אויג פון אבדול ווארטנדיג אויף די ריכטיגע מינוט, און טאקע בלויז א מינוט שפעטער זענען אבדול מיט זיינע מיטארבעטער שוין געליגן אויסגעשטרעקט אויף דער ערד. די אגענטן זענען געווען פולשטענדיג גרייט אויף דעם מאמענט, יעדער האט געוואוסט פונקטליך וואס ער האט צו טון, איין גרופע האט זיך א לאז געטון און אוועקגעשלעפט שמעון אין א בליץ שנעלקייט, בשעת א צווייטע גרופע האט זיך א לאז געטון אויף די טעראריסטן און געקייטלט זייערע הענט און פיס זיך גרייטנדיג זיי אריינצולייגן אין די קארס וואס זענען געשטאנען דארט גרייט פאר דעם צוועק. אינמיטן די ארבעט פון קייטלען און אוועקפירן די טעראריסטן האט זיך צוקלינגען די טעלעפאן פון ראלף, איינער פון די אגענטן וועלכע האבן ארויסגעהאלפן מיטן קייטלען אבדול, ער כאפט א שנעלן בליק צו זען ווער עס רופט אים, און זעט א אומבאקאנטע נומער ערשיינט אויפן סקרין. ער האט געקלערט נישט אויפצוהייבן זייענדיג פארנומען מיט דעם קריטישן אקציע, אבער צום סוף האט ער באשלאסן יא אויפצוהייבן, ער לייגט צו דעם טרייבל צום אויער ווען מיט די אנדערע האנט פרובירט ער צו באפעסטיגן די קייטלעך אויף אבדול'ס פיס, און ער הערט א אומבאקאנטע שטימע רעדט צו אים; "ענקער אידישע אגענט מאיר געפינט זיך יעצט דא נעבן מיר, אויב באפרייסטו נישט יעצט אבדול וועל איך אים ערמארדן אויפן פלאץ!" האט ער געווארנט מיט א שטרענגע שטימע און זאפארט אראפגעהאקט דעם טעלעפאן. ס'האט גענומען א מינוט פאר ראלף בכלל צו כאפן וואס יענער וויל, ער האט פרובירט צו איבערפרעגן און קלאר מאכן וואס יענער האט געזאגט, אבער דער מיסטעריעזער רופער איז שוין לאנג נישט געווען אויף די ליניע. א צומישטער האט ער אוועקגעלייגט דעם טעלעפאן און מיטגעטיילט מיט זיין קאלעגע דעם אינהאלט פונעם טעלעפאן רוף וואס ער האט נארוואס ערהאלטן, פאר א לאנגע מינוט זענען זיי ביידע געבליבן פארשטיינערט פון דעם מאדנעם און שרעקליכן פארלאנג, בשעת אבדול ליגט נעבן זיי אויף דער ערד, אינמיטן כאפט זיך ראלף אז מאיר איז דאך געשטאנען דורכאויס די גאנצע צייט ביים אריינגאנג צום פארק, אויב אזוי שטימט דאך בכלל נישט וואס יענער זאגט, ער האט שנעל געשיקט א צווייטע אגענט זאל גיין קוקן אויב מאיר איז נאך דארט, און ווען יענער איז צוריקגעקומען מיט א נעגאטיוון ענטפער, צולייגנדיג אז זיין קאר געפינט זיך נאך יא דארט, האט ראלף געמיינט אז די הימל פאלט אראפ אויף זיין קאפ, וואספארא מאדנע פאסירונגען קומען דא פאר? הייסט עס אז זיי האבן גענומען מאיר פאר א משכון אנשטאט שמעון?! אינגאנצן צומישט האט ער שנעל צוזאמגערופן עטליכע ארומיגע אגענטן און זיי מיטגעטיילט וואס עס גייט פאר, און צוזאמען האבן זיי פרובירט אויסצוקלארן די סיטואציע און באשליסן וואס מ'טוט ווייטער.
אבער דער מיסטעריעזער רופער איז זעט אויס נישט גרייט געווען צו ווארטן, נאך עטליכע מינוט האט ער נאכאמאל גערופן און איבערגעגעבן די זעלבע מעסעדזש, אז אויב מ'באפרייט נישט יעצט אבדול וועט מאיר ווערן ערמארדעט אויפן פלאץ. זעענדיג אז מאיר איז טאקע פארשוואונדן געווארן, וואס באדייט אז דער פארשוין זאגט ווארשיינליך דעם אמת, האבן זיי מיט א שווערן געמיט באשלאסן אז ס'איז נישט דא קיין צווייטע ברירה נאר טאקע צו באפרייען אבדול. זיי האבן זיך שנעל פארבינדן מיט זייערע אויבערהארן מיטצוטיילן מיט זיי די פרישע אנטוויקלונגען און באקומען זייער באשטעטיגונג, און עטליכע מינוט דערויף איז אבדול שוין געווען צוריק אויף די פריי. ביי דעם פונקט האט ער זיך שוין געהאט אויפגעכאפט פון דעם באוואוסטלאזן מצב און איז שוין געווען פולשטענדיג וואך, און ווי נאר מ'האט אים באפרייט האט ער זיך גלייך אריינגעזעצט אינעם טראק וועלכע איז שוין געווען פולשטענדיג אנגעלאדנט מיט דעם גאנצן ליפערונג פון די באשטאנדטיילן וואס פעלן זיך אויס צוזאמצושטעלן די באמבעס, און מיט א זיגרייכן שמייכל האט ער פארלאזט דעם פארק צום ווייטאג און אנטוישונג פון די עף בי איי אגענטן וועלכע האבן אים שוין ענדליך געהאט אונטער זייערע הענט, און דא זענען זיי געצוואונגען געווארן אים צו לאזן גיין פריי. ווי נאר אבדול איז פארשוואונדן געווארן פון האריזאנט האבן זיך אלע אגענטן צוזאמענגעזעצט און פרובירט צו אויסקלארן וואס דא האט פאסירט, זיי זענען געקומען צום אויספיר אז ס'קען אנדערש נישט זיין בלויז אז דער זעלבער פאררעטער וואס האט זיי אונטערגעהאקט די פיס ביז אהער האט אויך דא אריינגעשטעקט זיינע לאפעס, "פון וואו האט יענער פארשאפט מיין סעלפאון נומער, און פון וואו האט ער געוואוסט אז פונקט איך וועל זיין דער וואס וועט זיך אפגעבן מיטן ארעסטירן אבדול?" האט זיך ראלף געוואונדערט הויך אויפן קול, "דער פאררעטער מוז זיין איינער וואס האט פולע צוטריט צו אלע אינפארמאציע אינערהאלב די עף בי איי, אנדערש פארשטיי איך נישט וויאזוי ער איז מצליח צו דערגיין די מערסט סענסיטיווע שפיאנאזש, און נאך איבער אלעם פון וואו ער האט פארשאפט מיין פריוואטע אינפארמאציע" האט ראלף געזאגט הויך וואס יעדער האט געטראכט. אלע האבן איינשטימיג צוגעשאקלט מיטן קאפ, נישטא וואס צו רעדן, אײנער מיט צוטריט צו אלע אינפארמאציע טוט זיי מיאוס פארראטן אויף טריט און שריט.
אריבער אין ווייסן הויז האבן דער פרעזידענט און די אנוועזנדע אלעס מיטגעהאלטן לעבעדיג, און ווי נאר דער פרעזידענט האט רעאליזירט וואס דא האט פאסירט האט ער זיך גאר שטארק אויפגערעגט און מיט גרויס כעס האט ער פארגעווארפן די פירער פון די עף בי איי אויף זייער אומקאפאטענץ און אויף דאס נישט מצליח זיין צו דערגיין ווער עס איז דער פאררעטער. "איינער גראבט אונז דא אונטער פון אינעווייניג! עס איז דא איינער וואס האלט אלעס מיט, ער ווייסט פונקטליך יעדע דעטאל פון אונזערע פלענער, יעדע קליינע שריט וואס מיר נעמען אונטער, און פארוואס זענען ענק נאכנישט דערגאנגען ווער דאס איז?!" האט דער פרעזידענט געשוימט פאר כעס. "וויאזוי מיינט עטס קען מען אפשטעלן די טעראר אטאקעס אויב יעדע איינציגסטע שריט וואס ווערט אונטערגענומען קעגן דעם טעראר באנדע ווערט גלייך איבערגעגעבן צום פיינט?" האט ער געשריגן אויף ראבערט און זיינע קאלעגן. נאך א מינוט האט ער זיך עטוואס בארואיגט פון זיין אויסברוך און מיט א פאדערנדיגן טאן האט ער פארלאנגט אז מ'זאל יעצט אלעס לייגן אין א זייט און פארלייגן אלע כוחות אויף צו דערגיין ווער עס איז דער פאררעטער, דער אבדול שפילט אונז אויס אויף טריט און שריט, עס איז קלאר ווי דער טאג אז ער באקומט אינערליכע אינפארמאציע און לויט דעם דרייט ער ארום מיט זיינע פלענער זיך ארויסצודרייען פון ווערן געכאפט און אפגעשטעלט, אלזא קען מען גארנישט טון ווייטער בעפאר מ'שטעלט אפ דעם פאררעטער. ס'איז טאקע א שרעקליכע זאך אז מאיר איז פארכאפט געווארן און מען מוז טאן אלעס מעגליך אים צו ראטעווען, אבער ווילאנג מ'מאכט נישט שטיל דעם פאררעטער איז פשוט א שאד אויף די ארבעט, ס'איז דאך גארנישט ווערט, דעריבער מוז מען קודם איינמאל פאר אלעמאל דערגיין די אידענטיטעט פון דעם פאררעטער און אים אפשטעלן, און דאן קען מען ווייטער ארבעטן צו ראטעווען מאיר און אפשטעלן די טעראר פלענער.
פארזעצונג קומט אי"ה
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
א געדעכטע שטילקייט האט געהערשט אין צימער, די אנגעצויגנקייט איז געווען אויפן העכסטן גראד, קיינער האט זיך נישט דערוואגט צו עפענען דאס מויל, אלע זענען געזעצן געשפאנט און געווארט אז מייק זאל אויפדעקן זיינע געפינסן. מייק האט זיך נישט געלאזט ווארטן, ער שלעפט צו זיך דעם לעפטאפ פון וואו מ'קאנטראלירט דעם גרויסן סקרין אויפן וואנט, נעמט ארויס א יו עס בי פון טאש און שטעקט עס אריין. די שטימונג אין צימער ווערט מער אנגעצויגן מיט יעדן פארבייגייענדן מינוט, נאך צוויי מינוט וואס ער מישט אהין און צוריק צינדט ער ענדליך אן א רעקארדירונג, די הערצער הייבן אן באכענען, דער עולם נייגט צו אן אויער נישט צו פארפאסן קיין איין ווארט. אט הערט זיך א שטימע, די רעקארדירונג איז זייער קלאר און די שטימע זייער קענטליך, "די עף בי איי איז דערגאנגען דיינע פלענער, דו מוזט זיך אונטעריאגן און טוישן פלענער, די ליפערונג מוז דורכגעפירט ווערן נאך היינט! אבער דאס מוז בלייבן אין געהיים, קיינער אויף די וועלט זאל דערפון נישט וויסן, בלויז די ווערהאוז ארבעטער וועלכע ברענגען די סחורה". די אנוועזנדע בליקן זיך איבער איינער מיטן צווייטן צומישט און פארלוירן, 'איז דאס טאקע אונזער ראבערט?' הענגט די שטימע פראגע אין די לופטן. אבער יא, עס איז קיין צווייפל נישט פארהאן, דאס איז ראבערט אליינס און נישט קיין צווייטער. מייק מישט אביסל און מ'הערט ווי אבדול ענטפערט אים און דאן רעדט ראבערט ווייטער, מען הערט ווי זיי שמועסן אפ די פונקטליכע דעטאלן פון די פלענער, און דאן האט עס מייק אפגעשטעלט און מיט זיין האנט האט ער געווינקען צו די אגענטן וועלכע האבן געווארט ביים טיר אז זיי זאלן אריינקומען און אפנעמען דעם פאררעטער. ראבערט וועלכע איז ביז יעצט געזיצן פארפרוירן אינאיינעם מיט זיינע קאלעגעס, האט ביי דעם שטאפל געבראכן זיין שטילקייט און ס'איז זייער שנעל קלאר געווארן אז ער האט נישט אין פלאן זיך אונטערצוגעבן, "דו געמיינער אינג!" האט ער געשריגן צו מייק, "דו אינאיינעם מיט דיין שותף עדווארד האבן פארראטן דאס לאנד! ענק וועלן באצאלן א טייערע פרייז!" און דאן האט ער זיך געוואנדן צום פרעזידענט זאגנדיג "איך קען יעצט דא אויפן פלאץ אויפווייזן אז מייק און עדווארד זענען פאררעטער, איך האב פיל שטערקערע באווייזן ווי דאס וואס ער האט נארוואס פארגעשטעלט". מייק האט זיך נישט פארלוירן, ער האט ווייטער געמישט צווישן די פיילס אויפן לעפטאפ, און דאן האט ער אויפגעברענגט אויפן סקרין א באנק סטעיטמענט. "וואס איז דאס?" פרעגט דער פרעזידענט. "דאס זענען די באווייזן איבער די געשוואלענע סומעס וואס ראבערט האט באקומען אין אויסטויש פון די אינפארמאציע וואס ער האט צוגעשטעלט פאר די טעראריסטן, אט קוקט: דא א פערטל מיליאן דאלער, דא הונדערט טויזנט דאלער, און דא די אסטראנאמישע סומע פון א מיליאן דאלער!" האט ער אנגעוויזן אויפן סקרין, צו די שאקירטע אויגן פון די באטייליגטע.
נאכן אויפברענגען נאך עטליכע שטיקלעך באווייזן האט מייק זיך אויסגעדרייט צו זײנע באגלייטער און געוויזן אז זיי זאלן זיך נעמען איבער ראבערט און אים ארעסטירן. זעענדיג וואס דא גייט פאר האט ראבערט שנעל ארויסגעצויגן זיין טעלעפאן, און אנגעהויבן מישן אהין און צוריק קענטיג זוכנדיג עפעס גאר וויכטיג, און דאן האט זיין פנים אויפגעלאכטן, אנדייטנדיג אז ער האט געפינען וואס ער זוכט. אלע אויגן אינעם צימער זענען געווען געוואנדן צו ראבערט ווארטנדיג מיט שפאנונג צו זען וואס אזוינס ער פארמאגט דארטן וואס קען אים יעצט העלפן, און ווי נאר ראבערט האט געפינען וואס ער זוכט האט ער גלייך אויפגעשפילט דעם רעקארדירונג פאר די פארזאמלטע. א שטילקייט האט באהערשט דעם צימער ווען יעדער שפיצט אן זייערע אויערן צו קענען אויפכאפן יעדעס ווארט פון דעם רעקארדירונג, מ'האט זיך אבער נישט געדארפט צו שטארק אנשטרענגען, ס'איז געווען זייער קלאר, דאס איז געווען א רעקארדירונג פון א שמועס צווישן אבדול מיט עדווארד, וואו אבדול טיילט אים מיט די לעצטיגע פלענער. עדווארד איז רויט געווארן פאר כעס און געוואלט אנהייבן שרייען אבער דער עף בי איי דירעקטאר האט אים געוויזן זיך צו האלטן שטיל, און דאן האט ער באפוילן די אגענטן וועלכע זענען געשטאנען צומישט נישט וויסנדיג וועם מ'דארף דא ארעסטירן, אז זיי זאלן שוין ארעסטירן ראבערט און אים ארויסטראגן פון דא. צום וואונדער פונעם פרעזידענט וויאזוי ער האט אזוי שנעל באשלאסן אז ראבערט איז דער ריכטיגער פאררעטער בעת וואס ראבערט האט אויפגעברענגט באווייזן קעגן עדווארד, האט דירעקטאר קאומי ערקלערט אז די חילוק צווישן די באווייזן וואס מייק האט געברענגט קעגן ראבערט ביז די באווייזן וואס ראבערט האט געברענגט קעגן עדווארד איז זייער קלאר, בשעת וואס אין די רעקארדירונג פון עדווארד הערט מען ווי אבדול פארציילט אים די פלענער, הערט מען אויף די רעקארדירונג פון ראבערט ווי ער טיילט מיט די העכסט געהיימע פלענער מיט אבדול.
ווי נאר ראבערט איז ארויסגעפירט געווארן פון צימער האט א שטורעם אויסגעבראכן צווישן די פארזאמלטע, פילע האבן געוואלט הערן פון מייק זיין אמת'ע געשיכטע און וואס האט זיך אפגעשפילט מיט אים דורכאויס די גאנצע צייט, בשעת וואס אנדערע זענען נאך געווען מער סקעפטיש און האבן פארלאנגט פון ענדרו אז ער זאל זיי ערקלערן וויאזוי ער האט פעסטגעשטעלט מייק'ס אומשולד. מייק האט אלעמען שטיל געמאכט און האט גענומען דאס ווארט, ער האט פארציילט ווי נאך גאנץ אנהויב פונעם אויספארשונג איז אים געלונגען צו מאכן קאנטאקט מיט אבדול'ס אויבערהאר אין פאקיסטאן דורכן זיך אריינבאקומען אין א סאציאלע מידיע גרופע פון די טעראר באנדע וואו ער האט זיך אידענטיפיצירט מיטן פיקטיווער נאמען 'דזשאן', און ער האט באשלאסן צו אויסנוצן דעם געלעגנהייט און אויף א גאר קלוגן אופן פארשלאגן הילף פאר נאסיר און אזוי ארום וועט ער באקומען צוטריט צו אלע זייערע פלענער. ווי זיין שטייגער צו טון זאכן אויף די אייגענע האנט האט ער דא אויך באשלאסן עס צו האלטן אין געהיים און נישט מיטטיילן מיט קיינעם, און ווען ער וועט ענדליך דערגרייכן די נויטיגע געפינסן וועט ער עס דאן מיטטיילן מיט די אגענטור. אינצווישן האט ער באקומען אן אנאנימע טיפ איבער אבדול'ס פארבינדונגען מיט די כינעזע קאמוניסטישע פארטיי, דורך וועלכע ס'איז אים אויך געלונגען אנצוקניפן באציאונגען מיט די כינעזער, פאר וועם ער האט זיך פארגעשטעלט אלס 'ליענג'. אינעם ערשטן תקופה האט ער אויסגענוצט זיינע פארבינדונגען בלויז צו דערגיין פאר וועם אבדול ארבעט באמת, פאר די טעראר גרופע אדער פאר די כינעזער, און די אינפארמאציע וואס ער האט באוויזן צו שאפן דורכן דינען אלס פארשלייערטע אגענט פאר ביידע זייטן האט אים עווענטועל געברענגט צום מסקנא אז זיין ריכטיגע ציל איז אויסצופירן טעראר אטאקעס און זיין ארבעט פאר די כינעזער איז נישט מער ווי א שלייער. דאן אבער האט ער פארלוירן פארבינדונג מיט אבדול, ער ווייסט נישט פארוואס אבער ווי עס שיינט האט אבדול אים נישט געטרויט און דערפאר אים נישט אנגעשלאסן אין זיינע גרויסארטיגע פלענער, בלויז נאך גאר א לאנגע צייט, מיט עטליכע טעג פאר מ'האט אים געכאפט און ארעסטירט אלס פאררעטער, האט אבדול זיך נאכאמאל געוואנדן צו אים און געבעטן זיין הילף. מייק האט זיך צוגעכאפט דערצו וויסנדיג ווי קריטיש מ'דארף יעצט האבן צוטריט צו די ריכטיגע פלענער פון די טעראר באנדע, און טאקע בלויז עטליכע טאג דערויף האט ער באזוכט ביי אבדול אין קעלער ביי א גרויסע זיצונג וואו מ'האט פארגעלייגט די ווייטערדיגע פלענער אויף עטליכע פראנטן. וויסנדיג אז וואס פעלט זיך אויס דאס מערסטע פאר די עף בי איי אין דעם יעצטיגן מאמענט איז א אונטערהער אפאראט אין אבדול'ס וואוינונג, האט ער אויסגענוצט דעם גאלדענעם געלעגנהייט און טאקע אינסטאלירט אזא אפאראט בשעת ער איז דארט געווען. דעם קומענדיגן אינדערפרי, ווי נאר ער איז ערשינען צו די ארבעט, נאך איידער ער האט געהאט א געלעגנהייט צו פארציילן אדער אויסשמועסן סיי וואס איבער די נעכטיגע אנטוויקלונגען האט ער זיך שוין געפינען אונטער גראטעס, אן דעם וואס ער זאל האבן די מעגליכקייט זיך צו פארטיידיגן. יעצט ווען ער האט אויפגעוויזן זיין אומשולד פאר ענדרו און ענדרו האט אים מיטגעטיילט איבער די קריזיס אין וועלכע זיי זענען אריינגעפאלן, האט ער זיך דערמאנט אין די אונטערהער אפאראט וועלכע ער האט אינסטאלירט און געהאפט אז דאס וועט העלפן לעזן דעם רעטעניש און אנטדעקן דעם פאררעטער, און אזוי איז טאקע געווען, ער האט געפינען א צאל שמועסן צווישן ראבערט מיט אבדול וואס זענען פארגעקומען אויף ספיקער, ווי ראבערט האט זיך פארגעשטעלט אלס דער 'פריינט', און האט כסדר מיטגעטיילט מיט אבדול די פלענער פון די עף בי איי און אים געהאלפן זיך ארויסדרייען צו קענען ווייטער אנגיין מיט זיינע בייזוויליגע פלענער. ווי נאר מייק האט פעסטגעשטעלט אז ראבערט איז טאקע דער פאררעטער האט ער פארשטאנען אז ערגעצוואו מוז ער האבן אוועקגעלייגט עפעס רעקארדס פון זיינע אקטיוויטעטן, און כאטש ראבערט האט געטון גאר א גוטע ארבעט מיטן פארווישן אלע באווייזן, האט מייק אבער שווער געארבעט זיי צו געפינען, און מיט זיינע געניטע טאלאנטן אין דעם פעלד האט ער טאקע אויפגעדעקט אז ראבערט האט פארמאגט א עקסטערע פאון ספעציעל פאר דעם צוועק, נישט גרינג איז אנגעקומען דאס צו העקן, אבער מייק האט עס באוויזן, און דארט האט ער טאקע געטראפן הויפנס מיט באווייזן, צווישן זיי די באנק סטעיטמענטס וואס צייגן די געשוואלענע סומעס וואס ער האט באקומען פאר זיין געמיינע ארבעט.
"יעצט מיט א בליק אויף צוריק" זעצט מייק פאר נאך א קורצן אפשטעל, "לאזט זיך זאגן אז די גאנצע זאך פון אנפאנג איז העכסט ווארשיינליך געווען אונטערגעשטעלט דורך ראבערט, ווי עס שיינט האט ער ספעציעל זיכער געמאכט אז איך קניפ אן פארבינדונגען מיט די טעראריסטן, כדי אז ווען ס'וועט אנטדעקט ווערן אז איינער פון אינעווייניג טוט פארראטן די אגענטור, זאל ער קענען ווארפן דעם שולד אויף מיר". האט ער פארענדיגט זיין דראמאטישן שילדערונג צו די אפענע מיילער פון די פארזאמלטע וועלכע האבן געשלינגען זיינע ווערטער מיט דארשט. די אנוועזנדע האבן זיך צוגעהערט מיט אינטערעסע, פרובירנדיג צו פארדייען די שאקירנדע אינפארמאציע וואס זיי האבן נארוואס געהערט, עס איז זיי גאר שווער געווען אראפצושלינגען דעם פאקט אז ראבערט אליינס איז גאר געווען דער פאררעטער, בשעת וואס ער האט אנגעשטעלט א פנים פונדרויסן ווי ער פירט אן די געיעג נאך דעם יעניגן. זיי האבן זיך געפילט אויסגעשפילט און פארנארט, עס איז זיי שווער געווען צו פארנעמען דעם פאקט אז זייער אויבערהאר האט געטריבן שפאס פון זיי הונטער זייער רוקן און האט זיי פאקטיש אריינגעלייגט אין א געפאר יעדן איינציגן טאג. "וואס זענען געווען זיינע מאטיוון? איז ער טאקע נישט מער ווי א געמיינער טעראריסט?" האט ענדרו זיך הויך געוואונדערט. "מ'וועט עס נאך דארפן גרינטליך אויספארשן צו דערגיין וואס דא איז פארגעגאנגען" האט מייק רעאגירט, "אבער אויבנאויף, פון וויפיל כ'האב געזען, קוקט מיר אויס ווי ער איז פשוט א געלטגייציגער פארשוין וועלכע איז גרייט געווען צו פארקויפן די לעבנס פון טויזנטער מענטשן פאר אפאר טאלער, אלע סימנים צייגן אז ער האט נישט געזוכט באמת צו העלפן די טעראריסטן, זיין ציל איז בלויז געווען צו באקומען זיין געהאלט. אין גאר אסאך פעלער וואלט ער געקענט פארמיידן אז געוויסע פון אונזערע אקציעס זאלן בכלל נישט צושטאנד קומען, אדער אמווייניגסטנס וואלט ער געקענט ווארענען אבדול גענוג באצייטנס, אבער ער האט דאס נישט געטון, ער האט אלץ געווארט ביז די לעצטע מינוט און דאן געהאלפן אבדול זיך ארויסגליטשן פון אונזערע הענט, ווארשיינליך וויבאלד אויף דעם אופן האט ער זיי געקענט די בעסטע אויפווייזן וואס ער טוט אויף פאר זיי, און אין רעזולטאט האט ער אויף דעם וועג פארדינט דאס מערסטע געלט". יעצט איז געקומען די רייע אויף מייק זיך צו וואונדערן, "מיין פראגע צו דיר איז" האט זיך מייק געוואנדן צו עדווארד, "וואו קומסטו אריין אין בילד?" עדווארד האט ארויפגעצויגן א זויערן שמייכל אויפן פנים, "ווארשיינליך אויף דעם זעלבן וועג ווי דו, אויך איך האב לעצטנס באוויזן אנצוקניפן באציאונגען מיט אבדול זיך אידענטיפיצירנדיג צו אים אלס 'דזשעק', און כ'האב געהאפט צו אויסנוצן די פארבינדונגען צו דערגיין די אמת איבער זיינע פלענער. ווי עס שיינט האט ראבערט געמוזט זוכן א פרישן קרבן נאך וואס דו ביסט שוין געווען אונטער ארעסט און די שטענדיגע דורכפעלער האבן קלאר געצייגט אז דער פאררעטער גייט אן מיט זיינע מעשים, און ער האט באשלאסן מיך אריינצולייגן אין פעקל".
מארק איז געווען דער ערשטער זיך צו אריענטירן פון דעם שאק און דערמאנען זיינע קאלעגעס אז טראץ וואס דער פאררעטער שטעלט שוין טאקע נישט קיין געפאר איז אבער די קריזיס ווייט פון פאראיבער, אויב נעמט מען נישט תיכף אונטער די נויטיגע שריט אפצושטעלן די טעראר אטאקעס באצייטנס קען שוין מארגן זיין צו שפעט. פאקטיש איז אבדול אויף דער פריי, זיי האבן שוין אלע צוגעהערן און פלענער, און זיי קענען עס אויספירן פון היינט ביז מארגן אויב שטעלט מען זיי נישט שוין אפ. אויסער דעם געפינט זיך נאך מאיר אונטער זייערע פינסטערע נעגל און מ'מוז אים ארויסראטעווען פון דארטן וואס פריער, מיר האבן ניטאמאל דעם מינדעסטן אנונג וואו ער געפינט זיך. די אנוועזנדע האבן גלייך פארשטאנען דעם ערנסקייט פונעם מצב, און זיך גלייך צוריקגעזעצט צום טיש אויסשמועסן די ווייטערדיגע פלענער און אויפקומען מיט א לעזונג צום קריזיס. נאך לענגערע דיסקוסיעס אהין און צוריק ווען קיין געהעריגע מהלך איז נישט אפירגעקומען, האט זיך מייק פלוצלינג א קלאפ געטון אין קאפ און הויך אויסגערופן, "וויאזוי איז מיר דאס נישט בייגעפאלן ביז יעצט? עדווארד איז דאך אין פארבינדונג מיט אבדול, ער געטרויט אים דאך, אלזא דורך זיינע פארבינדונגען וועט זיין די גרינגסטע צו געוואויר ווערן וואס די טעראריסטן פלאנירן און וואו זיי געפינען זיך, און אויך וואו זיי האלטן מאיר". די געדאנק איז אויפגענומען געווארן מיט עקסטאז צווישן די באטייליגטע, און נאך א קורצע צייט איז געווען א פארטיגע פלאן וויאזוי דורך עדווארד וועט מען באווייזן זיך אריינצובאקומען אינעם לייבן גרוב, ארויסראטעווען מאיר, און איינמאל פאר אלעמאל נעמען דעם גאנצן טעראר באנדע אין ארעסט. עדווארד האט זיך נישט געפוילט, ער איז זיך גלייך געגאנגען צוגרייטן און זיך טרענירן צום גרויסארטיגן אקציע וועלכע ער דארף דורכפירן, און נאך וואס ער האט באקומען פון אבדול זיין פונקטליכע לאקאציע און אפגעשמועסט א באגעגעניש מיט אים האט ער זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג, בשעת אינעם ווייסן הויז זיצן די העכסט ראנגיגע שפיאנאזש באאמטע פון די פאראייניגטע שטאטן אין שפיץ פונעם פרעזידענט און האלטן מיט יעדן ריר זיינע מיט אנגסט און שפאנונג. אנגעלאדנט מיט די מערסט פארגעשריטענע געצייגן וואס די אמעריקאנער מיליטער פארמאגט אין איר ארסענאל איז ער אנגעקומען צום אנגעגעבענעם ארט און זיך געטראפן שטיין קעגנאיבער א אלטע פארלאזטע כאטקע, ווי נאר די טיר האט זיך פאר אים געעפנט האט ער אריינשפאצירט מיט א קלאפנדיג הארץ, בשעת פונדרויסן ווערט דאס ארט ארומגענומען מיט מאסיווע קרעפטן פון די עף בי איי וואס גרייטן זיך אויף ערנסטע שלאכטן. ער באגריסט אבדול און זעצט זיך אראפ מיט אים אויף א געמיטליכן שמועס וואו זיי גייען איבער די לעצט מינוטיגע טוישונגען צו די פלענער, עדווארד צווינגט זיך זיך צו האלטן רואיג און נישט ארויסווייזן קיין שום שרעק אדער אנגעצויגנקייט, ער ווייסט זייער גוט אז די שאנסן אז ער זאל פון דא נישט ארויסגיין לעבעדיג זענען זייער גרויס.
דורכאויס די גאנצע צייט האט ער בעיקר געהאלטן קאפ אויף איין זאך, צו טרעפן מאיר און אים ארויסנעמען, איינמאל מאיר איז שוין נישט אונטער זייערע הענט קען מען שוין גרינגערהייט שטורעמען דעם פלאץ און צושטערן זייערע פינסטערע פלענער, אבער קודם מוז מען ארויסראטעווען מאיר פון געפאר. טראץ וואס ער האט נישט געהאט קיין אנונג וואו מאיר איז, האט ער אבער געשאצט אז ער געפינט זיך ווארשיינליך אין דעם זעלבן געביידע, דאס גאנצע פלאץ האט געווירבלט מיט אקטיוויטעטן און האט געשיינט צו זיין די יעצטיגע הויפטקווארטיר פון די באנדע, און לויט ווי ער האט זיך פארגעשטעלט טוען זיי אים האלטן אין אט דעם זעלבן געביידע, ער האט אבער געמוזט טרעפן א וועג וויאזוי אים צו דערגרייכן אן צו ציען איבריגע אויפמערקזאמקייט. צוביסלעך האט ער אנגעהויבן צו ארומשפאצירן שמועסנדיג מיט אבדול, האפנדיג אז ערגעצוואו וועט אים געלונגען צו טרעפן מאיר, אבער זעענדיג אז חוץ פון צוועקלאזע שפאצירן אינעם קארידאר קומט ער נישט אן אין ערגעץ האט ער געבעטן פון אבדול זאל אים צייגן די מאטריאלן וואס זענען אין פלאן צו גענוצט ווערן ביי די אטאקעס, אבדול איז איינגעגאנגען דערויף, און ווי עדווארד האט געהאפט, האט ער אים אראפגעפירט אין קעלער וואו די סחורה איז געליגן פארפאקט. אויף דעם האט עדווארד געווארט, ער האט אנגעשפיצט זיינע אויגן און זיך אנגעשטרענגט נישט צו פארפאסן קיין איין ווינקל, און טאקע אזוי שפאצירנדיג אין קעלער האט ער פלוצלינג באמערקט א קליינע צעל וואו ער האט דורך די לעכער געזען אז איינער זיצט דארטן איינגעשפארט. זעענדיג אז ער האט נישט קיין צווייטע וועג צו דערגיין אויב דאס איז טאקע מאיר וואס איז דארט איינגעשפארט האט ער געפרעגט אבדול ווער עס זיצט דארטן, מיט א מאך מיט די האנט האט אבדול געענטפערט אז עפעס א איד וועם זיי האלטן פאר א משכון האט מען דארטן איינגעשפארט און ער איז גלייך ווייטער געגאנגען מיטן ווייזן פאר עדווארד די פילע שאכטלען פון מאטריאל וואס זענען געווען דארטן אנגעהויפנט, אבער עדווארד'ס קאפ איז שוין געווען ערגעץ אנדערש, ער האט געוואוסט אז יעצט איז צייט צו טון למעשה. ער האט געכאפט א שנעלן בליק אויפן ארום צו האבן א קלארן בילד פון די סיטואציע, וויפיל מענטשן עס געפינען זיך אינעם קעלער, וויפיל און וואו זענען די וועגן ארויס פון דארט, און דאן האט ער זיך גענומען צו די ארבעט. ער האט ארויסגעשלעפט א קליינעם ביקס פון טאש און שנעל אריינגעשאסן עטליכע קוילן אין אבדול'ס פיס, א שטורעם האט גלייך אויסגעבראכן אויפן פלאץ, ווי ערווארטעט איז מען געקומען צו לויפן פון אלע זייטן זען וואס האט פאסירט און מסדר זיין דעם שיסער, עדווארד איז אבער געווען גוט צוגעגרייט דערצו, ער האט זיך אנגעשטרענגט צו האלטן קאפ אויף אלע פראנטן בשעת עס גיסט זיך שווייס פון אים פון גרויס אנשטרענגונג. מיט איין האנט האט ער אריינגעשאסן א רונדע קוילן אינעם שלאס פונעם צעל וואו מאיר איז געזעצן ביז די שלאס האט זיך אפגעבראכן און די טיר האט זיך געעפנט, און מיט די אנדערע האנט האט ער אויסגעשאסן א הויפן פון שאק גראנאטן אין ריכטונג פון די אנוועזנדע אין קעלער וואס זענען געקומען צו לויפן אין זיין ריכטונג. ער האט אבער גוט געוואוסט אז די קאמף איז ווייט פון פארטיג, ער דארף זיך באווייזן ארויסצוזען פון דא מיט מאיר אינאיינעם, און אויב וויל ער ארויסגיין פון דא א לעבעדיגער טאר ער זיך נישט פארלירן פאר קיין מינוט און קעמפן אויף אלע פראנטן. ער האט געשווינד איינגעמאלדן פאר די אגענטן אינדרויסן אז די קאמף האט זיך אנגעהויבן, און זיי זאלן שטיין אויף די וואך צו זיין גרייט צו שטורעמען דעם געביידע וואו נאר ער קומט ארויס פון דארט, ווי אויך זאלן זיי זיין גרייט אים צו העלפן אױב ס'וועט זיך אויספעלן. ער האט געשווינד ארויסגעשלעפט מאיר פון צעל, מאיר האט נישט געוואוסט וואס איז אים פלוצלינג באפאלן, ער האט שוין געהאט אויפגעגעבן אויף זיין לעבן, אויף אזעלכע מאדנע פאסירונגען האט ער זיך גענצליך נישט געראכטן, אבער ס'איז נישט געווען די פאסיגע צייט צו שטעלן פראגעס, האט ער שטיל נאכגעפאלגט עדווארד צומישט און פארוואונדערט. פון ווינקל פון אויג האט עדווארד באמערקט ווי אבדול ליגנדיג אין א קאלוזשע בלוט פרובירט ארויסצונעמען זיין רעוואלווער, און ער האט פארשטאנען אז ס'איז צייט זיך צו נעמען צום קומענדיגן פאזע. ער האט ארויסגענומען א ספעציעל פארגעשריטענע כעמיקאל וואס קען אריינווארפן א מענטש אין באוואוסטלאזן צושטאנד ביז געציילטע סעקונדעס, ער האט שנעל אנגעטון א ספעציעלע סארט מאסק זיך צו באשוצן דערפון און האט אויך דערלאנגט איינס פאר מאיר אנווייזנדיג אז ער זאל עס שנעל אנטון, און דאן האט ער געטון למעשה. די ערשטע צו פארזוכן פון דעם כעמיקאל איז געווען אבדול, און דאן האט עס געלאנדעט אויך אויף די ארומיגע וועלכע האבן זיך געפינען אין קעלער און האבן פרובירט זיך צו שלאגן מיט אים. די כעמיקאל האט פיין געווירקט, ער האט אבער געוואוסט אז די עיקר קאמף ווארט אים אפ אויפן וועג ארויס, די טעראריסטן וועלכע האבן זיך געפינען אויבן און האבן מיטגעהאלטן וואס עס גייט פאר האבן אים אפגעווארט און געווען גרייט אים אומצוברענגען אינאיינעם מיט מאיר ווי נאר זיי קומען ארויף.
ער איז אין א פלאנטער, וויאזוי זעט מען זיך ארויס פון דא גאנצערהייט? פארארדענען די קרעפטן פונדרויסן צו שטורעמען דעם געביידע איז נישט קיין מהלך, ווי נאר די טעראריסטן וועלן כאפן אז מ'קומט נאך זיי וועלן זיי נישט ווארטן קיין סעקונדע נאר גלייך אומברענגען אים מיט מאיר נאך פאר די אגענטן פונדרויסן וועלן האבן די מעגליכקייט זיי אפצושטעלן, אדער וועלן זיי גאר באשליסן זיי צו נוצן אלס משכונות. אלנפאלס, ער האט זיך געבראכן קאפ אויפצוקומען מיט א שנעלן לעזונג, ווען דאן האט ער זיך דערמאנט אז ער האט פריער באמערקט אז ביים אנדערן זייט קעלער איז אויך דא שטיגן ארויפצוגיין, די טיר דארט איז טאקע פארשפארט אבער דאס צו עפענען איז נישט קיין פראבלעם, די פראבלעם איז נאר אז יענע שטיגן זענען נאך מער מסוכן, וויבאלד זי פירט צו א טיפער ארט אריין אינעם הויז ווי די אנדערע שטיגן, וואס באדייט אז פון דארט וועט זיכער נישט מעגליך זיין צו דערגרייכן דעם ארויסגאנג לעבעדיגערהייט. און דאן איז אים בייגעפאלן א פלאן, ער האט נישט געוואוסט וואס זענען די שאנסן אז ס'זאל מצליח זיין, אבער אזויפיל האט ער געוואוסט, אז דאס איז די איינציגסטע אפציע וואס ער האט. ער האט אנגעזאגט פאר מאיר זאל זיך נישט אוועקרירן פון אים, דאן איז ער ארויפגעגאנגען די שטיגן ביים אנדערן עק קעלער און אנקומענדיג אויבן צום פארשלאסענעם טיר האט ער זיך גענומען שיסן אויפן שלאס מיטן גאנצן קראפט, ווי נאר די טעראריסטן וועלכע האבן אים אפגעווארט האבן אויפגעכאפט זיינע אקטיוויטעטן און פארשטאנען אז ער וויל זיך ארויסשמוגלען פון דעם טיר זענען זיי גלייך געקומען צו לויפן און זיך געגרייט אים צו קאנפראנטירן ווי נאר ער עפנט דעם טיר. אויף די מינוט האט ער געווארט, ער האט אנגעכאפט מאיר, און אין א בליץ שנעלקייט האט ער זיך א לאז געטון צו די אנדערע שטיגן וועלכע זענען געווען נענטער צום ארויסגאנג, און מיט אימפעט איז ער ארויפגעלאפן אינאיינעם מיט מאיר האפנדיג אז ס'איז אים געלונגען אויסצושפילן די טעראריסטן און זיי וועלן זיך קענען ארויסראטעווען, אבער גלייכצייטיג זיך גרייטנדיג אויף מעגליכע פרישע קאמפן. צו זיין אומגלויבליכן גוטן מזל האט זיך דארט געפינען בלויז צוויי טעראריסטן, בשעת אלע אנדערע האבן נאך געווארט אויף אים ביים אנדערן טיר. די צוויי וואס זענען דארט געשטאנען האבן אים באמערקט און האבן גלייך געעפנט פייער, אבער עדווארד האט ווייזט אויס בעסער געקענט דעם פאך, און אין א בליץ סעקונדע האט ער זיי אוועקגעלייגט. ביי דעם מאמענט האבן שוין די אנדערע, וואס האבן אים אפגעווארט ביי די צווייטע שטיגן, זיי אויך באמערקט און געקומען צו לויפן אין זייער ריכטונג שיסנדיג אויף זיי פונדערווייטנס, ווי א פייל פון בויגן האט ער זיך א לאז געטון צום ריכטונג פונעם טיר מיטשלעפנדיג מאיר, און אונטער א האגל פון קוילן זענען זיי צוזאמען ארויס געלאפן מיט א אויסטערלישע שנעלקייט ציטערנדיג פאר זייער לעבן בשעת די טעראריסטן לויפן זיי נאך און שיסן ווייטער אין זייער ריכטונג, און בלויז מיט אפענע נסים האבן זיי באוויזן אויסצומיידן די פליענדע קוילן און זיך ענדליך דערזען אינדרויסן לעבעדיג און געזונט. ווי נאר זיי האבן זיך דערווייטערט פונעם געביידע איז די גרויסע אקציע אריין אין קראפט, די פילע אגענטן וועלכע האבן ארומגענומען דאס ארט זענען שוין געשטאנען מיט אויסגעשטרעקטע ביקסן גרייט צו קעמפן, און פון אלע זייטן איז געקומען צו פליען הייסע פייער אויף די טעראריסטן וואס האבן זיך שוין יעצט געפינען אינדרויסן פונעם געביידע פרובירנדיג נאכצויאגן זייערע קרבנות, ווען זיי האבן געכאפט וואס דא גייט פאר זענען זיי גלייך אריינגעלאפן צוריק אינעם געביידע פרובירנדיג צו נעמען פאזיציעס זיך צו פארטיידיגן און אפשלאגן די אבלאווע, אבער אויף אזעלכע מאסיווע כוחות האבן זיי זיך נישט געראכטן.
צענדליגע אגענטן האבן געשטורעמט דעם געביידע, און זיך גלייך צושפרייט איבער אלע ווינקלען. זעענדיג אז געציילטע פון די טעראריסטן פרובירן נאך צו שטעלן א ווידערשטאנד האבן זיי געווארנט אז ווער עס גיבט זיך נישט אונטער ווערט תיכף געשאסן, און ביז עטליכע מינוט איז דאס פלאץ געווען אונטער פולשטענדיגע קאנטראל פון די עף בי איי. צום אלעם ערשטן זענען זיי געגאנגען אפירזוכן אבדול, זיי האבן אים געטראפן ליגנדיג אויף דער ערד אין קעלער נאך טיילווייז באוואוסטלאז קרעכצנדיג פון זיינע וואונדן, מ'האט אים אויפגעהויבן און באהאנדלט זיינע וואונדן אויפן פלאץ, און דאן אים אפגעפירט אין שפיטאל. דער פאראמעדיק וועלכער איז אראפגערופן געווארן צום סצענע האט צו די צופרידנהייט פון די אגענטן זיי פארזיכערט אז אבדול וועט עס דורכלעבן, וואס באדייט אז ווי נאר ער וועט זיך ערהוילן וועט מען אים קענען נעמען פאר אויספארשונגען וואס וועט האפנטליך פירן צו א דורכברוך אין די קאמף קעגן טעראר, און דאן וועט מען אים שטעלן פארן געריכט וואו ער וועט באקומען צוגעטיילט זיין ערליך פארדינטן אורטייל. דאן האבן זיך די אגענטן גענומען צו די איבריגע מיטגלידער פונעם טעראר באנדע, די עטליכע פון זיי וועלכע זענען פארוואונדעט געווארן דורכאויס דעם קאמף האבן באקומען מעדיצינישע באהאנדלונג, און די אנדערע האט מען איינס ביי איינס געקייטלט און ארויסגעפירט. א עקסטערע גרופע אגענטן וועלכע ספעציאליזירן זיך אין דעם פעלד זענען אראפגעגאנגען אין קעלער באטראכטן און אוועקפירן די פילע אויפרייס מאטריאלן און גיפטיגע כעמיקאלן, וועלכע האבן זיך דארט געפינען גרייט צו נוצן אויסצופירן דעם גרעסטן טעראר אטאקע אין היסטאריע, וואס איז צושטערט געווארן בדרך נס אין די לעצטע מינוט.
***
צוויי וואכן שפעטער, דעם ערשטן סדר נאכט, דער סדר טיש איז רייך געדעקט ווי עס פאסט פאר דעם הייליגן נאכט, ביים שפיץ זיצט מאיר אויפן היסב בעט מיט א שטראלנדיגן פנים און באטראכט זיין לעכטיגע משפחה'לע וואס דער אויבערשטער האט אים געשאנקען. נעבן אים זיצט זיין טייערער גאסט, שמעון, מיט וועם ער איז היינט מקיים דעם כל דכפין ייתי ויכול, און זיין פנים שטראלט פון שמחה. זיי ביידע שפירן דאס יאר א נייעם באדייט אין דעם 'הוציאנו מעבדות לחירות', נאכן טועם זיין דעם טעם פון א געפאנגענער, פארשטייט מען באמת וואס דאס מיינט צו זיין א 'בן חורין'. מיט שמחה און התלהבות דאנקען זיי דעם אויבערשטן אויף זיינע גרויסע ניסים און וואונדער וואס ער האט צו זיי באוויזן, אט קומען זיי אן צו והוא שעמדה, מאיר שטעלט זיך אויף מיטן כוס אין האנט, שמעון פאלגט נאך, און בשעת טרערן רינען פון זייערע אויגן, און עס גיסט זיך איבער זייערע געפילן פון שבח והודאה, שרייען זיי אויס מיט א ברען: "אלא שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו, והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם".
—ענדע—
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
אויב ווילט איר קאמענטירן אדער ליינען די קאמענטארן פון אנדערע אויף דעם פארזעצונג, קומט ארייןדא
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics