השקפה ברורההאט געשריבן:↑פרייטאג מאי 24, 2024 9:34 am
גוט פאריקטהאט געשריבן:↑פרייטאג מאי 24, 2024 9:19 am
הער איך גאנץ קראנט אז זיי ווערן באצאלט דורך היימישע און זיי האבן א דיעל מיט די פאליציי אז אוים איז אלעס שטיל וועט אויף ל"ג בעומר נאכמיטאג ארום צוויי אזייגער די פאליציי אפפיצן פון שטח

איר מישט צוזאם צוויי זאכן.
דרך אגב, נאך די דריי הדלקות גייט שוין גארנישט אן פאר משטרה, עכ"פ אזוי זאגן זיי יעצט, ווייל זיי ווילן אז דאס זאל אריבער גיין בשלום און זיי זאלן קענען ווייזן פאר די פרעסע אז זיי זענען מוצלח
אבער מיר ערליכע אידן שרייען: היה לא תהיה!!! מיר גיין נישט צולאזן זייער שליטה ל"ג בעומר אפי' איין רגע אויך נישט!!! בשם ה' נעשה ונצליח!
איש ציוןהאט געשריבן:↑פרייטאג מאי 24, 2024 10:04 am
כעת אויפן בארג איז אלעס אפן. דער עולם דרייט זיך און פריידט זיך.
(אינדרויסן איז נאך יא דא אסאך כוחות אבער עם כל זה זענען אידן מצליח צוקומען).
טייערע ברידער, אויב זענט איר אין די מושבים ארום מירון שפירט אייך רואיג צו קומען ליל שבת אויף קבלת שבת! אזוי אויך, לדעתי איז כדאי אז דער וואס האט נאר הענט און פיס, זאל זיך געפינען אין מערה פון 4 אזייגער שבת נאכמיטאג. (דאס איז לדעתי הענייה)
@איש ציון, מיר בני חו”ל וואס מיר האבן ליידער נישט די זכיה דארטן צו זיין, מאכן מיר אייך פאר שליח מזכיר גאנץ כלל ישראל להפקד בדבר ישועה ורחמים, פויעלטס אלעס גוטס, אונזער הארץ איז מיט אייך. א גוט שבת
גוט פאריקטהאט געשריבן:↑פרייטאג מאי 24, 2024 9:53 am
השקפה ברורההאט געשריבן:↑פרייטאג מאי 24, 2024 9:34 am
גוט פאריקטהאט געשריבן:↑פרייטאג מאי 24, 2024 9:19 am
הער איך גאנץ קראנט אז זיי ווערן באצאלט דורך היימישע און זיי האבן א דיעל מיט די פאליציי אז אוים איז אלעס שטיל וועט אויף ל"ג בעומר נאכמיטאג ארום צוויי אזייגער די פאליציי אפפיצן פון שטח
פאריאר האסטו אויך געהאט אסאך 'גאנץ קראנטע' זאכן.
וועל מיר רעדן זונטאג צוויי אזייגער
עס זענען דא מענטשען וואס ווילן פאר יעדע פרייז באגראבן אין אינטערברענגען די געטרייע עסקנים פון 'אש דת', יעדע יאר טרעפט מען פרישע דמיונות און לגיונות וויאזוי זיי צו באשמוצן, די יאר האט מען געטראפן א נייע מהלך, אזוי ווי רוב יארן איז די עיקר מלחמה געווען ל"ג בעומר נאכמיטאג, ווייל רוב היימישע קנאישע אידן קומען ארויף קיין מירון ל"ג בעומר נאכמיטאג אין דעמאלטס איז די עיקר מלחמה, וועט מען זאגן די אויבנדעמאנטע ליגענט אזוי אז אפילו גאנץ כלל ישראל וועט מיטהאלטן די מלחמת חרמה וואס די געטרייע עסקנים פירן, וועלן אפשר זיין עטליכע תמימי לב וואס וועלן אפקויפן די לגיונות.
אינטערוויו: מען גרייט זיך צום געהויבענעם שבת אויפרוף אין אתרא קדישא מירון ערב די הילולא פון הייליגן רבי שמעון בן יוחאי זי"ע, "כבין שוין דא אין מירון 64 יאר, אבער אזא מצב געדענק איך נישט" ו' בהר פ״ד
מערכות הקודשהאט געשריבן:↑פרייטאג מאי 24, 2024 10:11 am
גוט פאריקטהאט געשריבן:↑פרייטאג מאי 24, 2024 9:53 am
השקפה ברורההאט געשריבן:↑פרייטאג מאי 24, 2024 9:34 am
גוט פאריקטהאט געשריבן:↑פרייטאג מאי 24, 2024 9:19 am
הער איך גאנץ קראנט אז זיי ווערן באצאלט דורך היימישע און זיי האבן א דיעל מיט די פאליציי אז אוים איז אלעס שטיל וועט אויף ל"ג בעומר נאכמיטאג ארום צוויי אזייגער די פאליציי אפפיצן פון שטח
פאריאר האסטו אויך געהאט אסאך 'גאנץ קראנטע' זאכן.
וועל מיר רעדן זונטאג צוויי אזייגער
עס זענען דא מענטשען וואס ווילן פאר יעדע פרייז באגראבן אין אינטערברענגען די געטרייע עסקנים פון 'אש דת', יעדע יאר טרעפט מען פרישע דמיונות און לגיונות וויאזוי זיי צו באשמוצן, די יאר האט מען געטראפן א נייע מהלך, אזוי ווי רוב יארן איז די עיקר מלחמה געווען ל"ג בעומר נאכמיטאג, ווייל רוב היימישע קנאישע אידן קומען ארויף קיין מירון ל"ג בעומר נאכמיטאג אין דעמאלטס איז די עיקר מלחמה, וועט מען זאגן די אויבנדעמאנטע ליגענט אזוי אז אפילו גאנץ כלל ישראל וועט מיטהאלטן די מלחמת חרמה וואס די געטרייע עסקנים פירן, וועלן אפשר זיין עטליכע תמימי לב וואס וועלן אפקויפן די לגיונות.
פריער געקומען א קלינג פון אש דת פאר אלע טויזענטער אידן וואס זענען אין מירון, און האבן די לעצטע 24 שעה מער ווייניגער זיך באהאלטן כדאי פאליציי זאל זיי נישט פארשיקן, אז 15 מינוט נאכן זמן הדלקה"נ זאל יעדער צוזאמען ארויס קומען פון די באהעלטעניש בריש גלי צו פראווענען דעם הייליגן שבת אויפרוף.
מערכות הקודשהאט געשריבן:↑פרייטאג מאי 24, 2024 10:11 am
גוט פאריקטהאט געשריבן:↑פרייטאג מאי 24, 2024 9:53 am
השקפה ברורההאט געשריבן:↑פרייטאג מאי 24, 2024 9:34 am
גוט פאריקטהאט געשריבן:↑פרייטאג מאי 24, 2024 9:19 am
הער איך גאנץ קראנט אז זיי ווערן באצאלט דורך היימישע און זיי האבן א דיעל מיט די פאליציי אז אוים איז אלעס שטיל וועט אויף ל"ג בעומר נאכמיטאג ארום צוויי אזייגער די פאליציי אפפיצן פון שטח
פאריאר האסטו אויך געהאט אסאך 'גאנץ קראנטע' זאכן.
וועל מיר רעדן זונטאג צוויי אזייגער
עס זענען דא מענטשען וואס ווילן פאר יעדע פרייז באגראבן אין אינטערברענגען די געטרייע עסקנים פון 'אש דת', יעדע יאר טרעפט מען פרישע דמיונות און לגיונות וויאזוי זיי צו באשמוצן, די יאר האט מען געטראפן א נייע מהלך, אזוי ווי רוב יארן איז די עיקר מלחמה געווען ל"ג בעומר נאכמיטאג, ווייל רוב היימישע קנאישע אידן קומען ארויף קיין מירון ל"ג בעומר נאכמיטאג אין דעמאלטס איז די עיקר מלחמה, וועט מען זאגן די אויבנדעמאנטע ליגענט אזוי אז אפילו גאנץ כלל ישראל וועט מיטהאלטן די מלחמת חרמה וואס די געטרייע עסקנים פירן, וועלן אפשר זיין עטליכע תמימי לב וואס וועלן אפקויפן די לגיונות.
ליידער האבן די ציונים חיזוק פון די וואס זיכן צו שמיצן אויף ערליכע בעלי מס"נ מען זעהט ווי געמיינע אינגען כאפן זיך צו צי די אלע השמצות און עלילות שוא.
א האלבע שעה פאר הדלה"נ: הונדערטער אידן זענען צוריק אויף די מירון'ע גאסן נאכפאלגענדיג די נאכט פאגרום איבער די הייזער פון שטעטל. מאסן אידן שטורעמען ארויס פון זייער באהעלטעניש לעכער, אין נאך אסאך טרעפן זייער וועג אריין דורך זייטיגע וועגן אין שטעגן. די מערה איז געפאקט.... לקראת שבת לכו ונלכה!!
א גוטע וואך: ארום 30,000 יודען האבען געוויילט דעים שבת אין מירון. פילע האבען זיך אויפגעהאלטען אין די נעבענדיגע מושבים און אריבערגעשפרייזט צו מירון דורכאויס שבת. דימשטרה האט זיך נישט געפינען און מירון דורכאויס שבת. מוצאי שבת איז די פאליציי אנגעקומען מיט שווערע כחות אין אנגעפאנגען אויסצוליידיגען די מערה אין צושפרייטען די עולם פונעם גאנצען ארום. ווידיאוס ווייזען די עולם ווארפען חפצים אין וואסער באטלעך אויף די פאליציי. ווי די פאליציי געט איבער פארט ביזדערוויל אלעס ווי געפלאנט.(באמערקונג: איך געפין זיך אין ירושלים )
רוב עולם איז אריין דורך לעכער נעבן דעם טויער אין מירון און אויך דורך וועלדער שוין די לעצטע 5 טאג במסינ”פ און צוליב די פילע פאליציי אויף די וועגן און אויך איז אריינגעקומען נאך אפאר הינדערט אידן ליל שב”ק צווישן 10 און 12 ביינאכט, אנדערע גרופעס וואס האבן מורא געהאט צו גיין ביינאכט אין די וועלדער אנע ליכטיקייט זענען אנגעקומען שבת נאכמיטאג, די אידן האבן זיך געהאט באהאלטן אין די דערפער ארום און געטראפן קיין מירון לעכער דורך די פעלדער און וועלדער און דערנער און איבערגעשפרינגענע גדרים ביים סוף פון די בורמא ראוד וואס שלענגט זיך ממש ביז די אריינגאנג פון די דערפער בר יוחאי און אור הגנוז, און אנדערע דורך קדיתה און אנדערע זענען אריין דורך נחל עמוד אנהייב דשערמאק בארג געגנט ביים צווייטן זייט.
הנדערטער בחורים און יונגעלייט וואס פאליציי האבן שוין געהאט 2 צו 3 מאל אוועקגעשיקט פון מירון, אבער רוב פון זיי האבן געטראפן א וועג צוריק נאך פאר שבת.
יעדער פארציילט אנדערע מעשי ניסים ווי אזוי עס איז אים געלונגען זיך ארויסציווישן פון פאליצייאישע אויגן אדער האנט, ממש ווי ביים 2’טן וועלט מלחמה וויאזוי מאיז אנטלאפן און איבערגעלעבט פון די נאציס.
מהערט פון הינדערטער אידן אז זיי האבן זיך געוואלגערט און געקראכן ארום ביימער און פעלזן שטיינער אין די וועלדער ערש”ק מיט זייערע פעקלעך און א טייל מיט זייערע ווייבער און קינדער פאר 2 צו 3 שעה, א חלק זענען געקומען צופיס אזוי ווייט ווי פון גוש חלב, און אלעס דורך וועלדער ווייל די פאליציי זענען געווען איבאראל אויף אלע ראודס סיי מיט קארס און סיי צופיס, און ראוד בלאקאדעס ביי כמעט יעדע גרעסערע אדער קלענערע ראוד וואס פירט קיין מירון אזוי ווייט ווי פון כרמיאל ביז צפת און קדיתה ביז גוש חלב, אריינגערעכנט אלע קלענערע דערפער ארום.
די ציון איז געווען אפען גאנץ שבת אן קיין שום שטער, די טויזענטער אידן האבן דארט געדאווענט און געפראוועט א הערליכע ווארעמע שבת התעוררות ביים הייליגן ר’ שמעון זי"ע.
עס האט זיך ב"ה געגאסן א שפע גדול פון עסען און טרינקען און אפאר באקאנטע רבנים ובעלי חסד וואס האבן שוין יארן חזקות צוצושטעלן סעודת פארן שבת פאר ל”ג בעומר פאר די געסט, האבן אלע צוגעשטעלט רייכע סעודת שב”ק, אפאר דערפון אין גרויסע זאלן.
מוצש"ק גלייך נאכן זמן איז די פאליציי ארויף און נאכאמאל אויסגעליידיגט דעם מערה אבער מיט מכות רצח, דער עולם האט געשפריצט אויף די פאליציי מיט א גרויסן וואסער פייפ פון א פייער פאמפ און געווארפן וואסער באטלעך כמנהגם, אבער ביז אפאר מינוט איז אלעס געווען ליידיג.
די פאליציי האט נאכאמאל ארויסגעפירט פון מירון מיט באסעס קיין כרמיאל די אלע וואס זענען געווען בשעת מעשה ביים ציון און וואוינען נישט אין מירון, אדער האבן נישט מיט זיך עפעס א פראטעקציע פירמעט פון דייטש אדער פרוש וכדו’ וואס א חלק האבן קארטלעך און א חלק א ברעיסלעד. (באריכטן אז 90% פון די אידן אויף די היינטיגע באסעס זענען שוין יעצט צוריק אין מירון, און באריכטן אז פון דעם באס איז כמעט געבליבן א גל של אייזענעס ווייל סאיז נישט געבליבן קיין איין נישט צושניטענעם סיעט און צומזיקט פון אלע זייטן פארשטייט זיך דורך די רייזענדע).
די פאליציי האט דערווייל נישט אין פלאן צו גיין נאכאמאל זוכען מענטשען ביי די דירות, זיי פארלייגן זיך יעצט בעיקר אויפן ציון.
דער גאנצער עולם האט געוויסט פון די פלאן פון די פאליציי צוריקצוקומען מוצש"ק, און די די טויזענטער קלוגע וואס האבן יא געוואלט בלייבן אין מירון האבן נאך אנגעיאגט צו מאכן פריע מנחה ושל”ש מנינים פארדעים און צוריקגעלאפן הארט ביים זמן צו די דירות אדער אנדערע באהאלטענישן און הערשט דארט צאמגעשטעלט מניני מעריב.
די פאליציי זאגט אפען אז דער עיקר ווילן זיי אז די טעלעוויזיע מיט די צייטונגען זאלן ווייזן פארן גאנצן מדינה אז גאר א קליין צאל אידן האלטן מיט די ביאנער הדלקה אזוי ווי זייער קלאמפישער ”חוק” פארלאנגט, און דערנאך גייט זיי נישט אן אז די פאליציי גייט אוועק פונעם בארג און אז דער עולם קומט צוריק.
דאס איז אחוץ פון די צענדליגער טויזענטער אידן וואס פלאנען סיי ווי זיך ארויסצולאזן קיין מירון פון גאנץ א”י דורך כל מיני צוגעשטעלטע באסעס און היטשעס אדער זייטיגע וועגן און זיך צוריק איינברעכן א חלק 3 פארטאגס גלייך נאך די ביאנער הדלקה, און אויב סוועט נאך אלץ זיי פאליציי נאכמיטאג איז דא א פלאן פאר א גרעסערע מעכטיגע איינברעך אום 3 נאכמיטאג כמנהג השנים האחרונות.
זיי זאגן אז יעצט איז דא אין די וועלדער ארום מירון מער שטריימלעך ווי ביימער!!!.