איך פארנעם די מינימום פלאץ - מה דעלך סני, לחברך לא תעביד. פארקינג!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3151
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

איך פארנעם די מינימום פלאץ - מה דעלך סני, לחברך לא תעביד. פארקינג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

בס"ד

א גוטן מיינע טייערע פריינד.

איך וויל זיך דא אויסשמועסן, הלוואי ווערט א שטארקע אויפוואכונג אין דעם.

(די עצה פון אוועקמופן, ווייס איך אויך)

די 20 יאר וואס איך דרייוו, האלט איך מיט, ווי יעדער איינער די פראבלעם פון פארקינג אין די שטאטישע גאסן פון ניו יארק. די מצב ווערט נאר ערגער און ערגער.

ווער עס דרייווט אין שטאט, איז אין די זעלבע פעקל. אבער נישט יעדער רעכנט זוך מיט יענעם (און מיט זיך אליינס).

מיין אויסרוף דא איז פאר א קאמפיין; מיין קאר פארנעמט די מינימום פלאץ.

וואס מיין איך צו זאגן?

ניין איך האב נישט קיין שום מהלך צו עלימינירן דעם פראבלעם. אבער גרינגער מאכן עטוואס, אויף א קליינע פראצענט. פראביר, נישט צו פארנעמען מער פלאץ, ווי די ווייניגסטע וואס עס פעלט זיך אויס פאר דיר צו פארקן.

ביים עק גאס, מאך זיכער צו פארקן ביים עק, דאס מיינט ביים קראס-וואק. נישט א פוס אוועק (איך פיר זיך אזוי שוין לאנגע יארן, נאך קיינמאל באקומען א טיקעט פארן זיך פארקן ביזן קראס-וואק). פארשטייט זיך, אויב די סטאפ ליין גייט נישט ביזן קורב.

ווען ס'איז דא פלאץ פאר 2 קארס, ציווישן א קראס-וואק און א פאמפ. זיי מוחל פארק ביים עק. לאז נאך א איד זיך לייגן א האלבע שעה פריער.

בקיצור די ליסט איז גרויס. לייג אליין צו קאפ נישט צו מצער זיין א איד. די צער פון זען א קאר פארנוצן פלאץ וואס איך וואלט געקענט אריינפיטן, איז זייער גרויס, און פארשווענדט אסאך צייט און געלט.

יישר כח.
לעצט פארראכטן דורך בסד אום פרייטאג מאי 12, 2023 1:22 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6383
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: איך פארנעם די מינימום פלאץ - מה דעלך סני, לחברך לא תעביד. פארקינג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

הלואי. וועלקאם אבארד, פארהאן (אומ)מענטשן וועלכע פירן זיך נישט צו טראכטן.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4253
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: איך פארנעם די מינימום פלאץ - מה דעלך סני, לחברך לא תעביד. פארקינג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

יישר כח פארן שרייבן די פאר שורות
ממש א ווייטאג צו זעהן וויאזוי נאך א קאר קען פיטן און אנשטאט דארף מען זיך ארומדרייען נאך 10 מינוט ווייל דער יעניגער האט פלעין נישט געטראכט
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: איך פארנעם די מינימום פלאץ - מה דעלך סני, לחברך לא תעביד. פארקינג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

3 פיס פון א פאמפ איז נישט קיין טיקעט.
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 11572
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: איך פארנעם די מינימום פלאץ - מה דעלך סני, לחברך לא תעביד. פארקינג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

latter האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 9:43 pm
3 פיס פון א פאמפ איז נישט קיין טיקעט.
איך האב שוין געכאפט.

6 פיס (אפשר אפילו פינף) האב איך נאך קיינמאל געכאפט
אוועטאר
לשובע
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 11, 2023 6:43 pm

Re: איך פארנעם די מינימום פלאץ - מה דעלך סני, לחברך לא תעביד. פארקינג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לשובע »

גוטע פוינט,
האב איך שוין אפאר מאל געפרעגט חברה פארוואס פארקסטו אויף 2 ספאטס ריק דיך איביסל און לאז נאך א איד פארקען,
אלע ענטפערען בפה אחד, אויב וועט ער פארקען דא איז עס טייט און ער וועט מיר זיכער צוקראצען,
גיי פארשטיי,
איך וויל נישט בארעדן קיין אידן אבער דעיס גרעניצט זיך מיט רשעות!!!
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1032
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: איך פארנעם די מינימום פלאץ - מה דעלך סני, לחברך לא תעביד. פארקינג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

#הוי דן את כל אדם לכף זכות
אסאך מאל ווען מ'זוכט א פארקינג באגעגנט מען א קאר געפארקט גאר ברייט, וואס ווען יענער זאל זיך ווען רוקן מיט צוויי פוס וואלט מען אויך געהאט פלאץ צו פארקן און ס'טוט וויי צו זען,
אבער דער אמת איז אז ווען יענער האט דא געפארקט פריער איז געשטאנען דא א טראק אדער א גרויסע קאר און ער האט גאר טייט אריינגעפיט, במילא ווען דער טראק פארט אוועק איז יעצט דא איינס אין אהאלב פארקינג ספאטס וואס מאכט עס אויסזען ווי כאילו איינער האט דא געפארקט אן זיך רעכענען מיט יענעם.
!Vox Populi, Vox Dei
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4508
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: איך פארנעם די מינימום פלאץ - מה דעלך סני, לחברך לא תעביד. פארקינג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

latter האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 9:43 pm
3 פיס פון א פאמפ איז נישט קיין טיקעט.
15 פיס פון א פאמפ איז א טיקעט.

ביי מיין הויז איז דא א פאמפ ווי מען טיילט כסדר טיקעטס, איך האב שוין באקומען ביי 9 פיס.
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4508
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: איך פארנעם די מינימום פלאץ - מה דעלך סני, לחברך לא תעביד. פארקינג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

קלמן יאסעלע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 10:41 pm
#הוי דן את כל אדם לכף זכות
אסאך מאל ווען מ'זוכט א פארקינג באגעגנט מען א קאר געפארקט גאר ברייט, וואס ווען יענער זאל זיך ווען רוקן מיט צוויי פוס וואלט מען אויך געהאט פלאץ צו פארקן און ס'טוט וויי צו זען,
אבער דער אמת איז אז ווען יענער האט דא געפארקט פריער איז געשטאנען דא א טראק אדער א גרויסע קאר און ער האט גאר טייט אריינגעפיט, במילא ווען דער טראק פארט אוועק איז יעצט דא איינס אין אהאלב פארקינג ספאטס וואס מאכט עס אויסזען ווי כאילו איינער האט דא געפארקט אן זיך רעכענען מיט יענעם.
גערעכט. מען דארף אווערנעס פון איין זייט און דן זיין לכף זכות פון די צווייטע זייט.
שארן בארן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4785
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 4:44 pm

Re: איך פארנעם די מינימום פלאץ - מה דעלך סני, לחברך לא תעביד. פארקינג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארן בארן »

מען קען אייביג ווערן בעסער שכח פארן מעורר זיין.
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע:על אדמת נכר

Re: איך פארנעם די מינימום פלאץ - מה דעלך סני, לחברך לא תעביד. פארקינג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

שוין געטראפן וואס מענטשן (חיות) פארקירן אזוי

א (אומ)מענטש
א (אומ)מענטש
IMG_5270.jpeg (101.02 KiB) געזען 2461 מאל
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע:על אדמת נכר

Re: איך פארנעם די מינימום פלאץ - מה דעלך סני, לחברך לא תעביד. פארקינג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

און אזא חברהמאן
אז מ׳קען - קען מען
אז מ׳קען - קען מען
IMG_5271.jpeg (257.53 KiB) געזען 2439 מאל
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4071
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: איך פארנעם די מינימום פלאץ - מה דעלך סני, לחברך לא תעביד. פארקינג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

גאמ צו דיין געבעט
וויפעל טיקעטס איך וואלט מיך געקענט שפארן ווען מפארקט מיט הארץ
איך האב נישט געמיינט צו רעדן
איך האב מיך פשוט געשעמט צי שווייגן

מאיבי תחכמני
לכבוד @בר כוזיבא
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5542
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: איך פארנעם די מינימום פלאץ - מה דעלך סני, לחברך לא תעביד. פארקינג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

אסאך מאל איז דער וואס איז געפארקט רשעותדיג בעצם אומשולדיג.. די דערנעבנדיגע קארן האבן זיך געטוישט און די פון פארנט און פון הינטן האבן געלאזט ממש אביסל מער פלאץ ווי נארמאל און דער תמים טרעפט זיך פארנעמען צוויי פארקינג ספעיסעס..

טראכט פון יענעם.. הן דורכן מאכן זיכער אז סאיז דא פאר א צווייטן פלאץ און הן דורכן יענעם דן זיין לכף זכות..
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
עס וועט זיין גוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3341
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm

Re: איך פארנעם די מינימום פלאץ - מה דעלך סני, לחברך לא תעביד. פארקינג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גוט »

מסתמא האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 12:02 am
אסאך מאל איז דער וואס איז געפארקט רשעותדיג בעצם אומשולדיג.. די דערנעבנדיגע קארן האבן זיך געטוישט און די פון פארנט און פון הינטן האבן געלאזט ממש אביסל מער פלאץ ווי נארמאל און דער תמים טרעפט זיך פארנעמען צוויי פארקינג ספעיסעס..

טראכט פון יענעם.. הן דורכן מאכן זיכער אז סאיז דא פאר א צווייטן פלאץ און הן דורכן יענעם דן זיין לכף זכות..
אוך אמת. 1 זאך קען מען זיכער טוען - אז אונז אלעען זאלן צולייגן אביסל מער קאפ
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3151
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: איך פארנעם די מינימום פלאץ - מה דעלך סני, לחברך לא תעביד. פארקינג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

איך גיב זייער אפאכט. איך טרעף מיך אויך פארנעמען 2 ספאטס באונס. נישט פון דעם איז רעדע דא.

די רעדע איז, אז דו רעכן זיך מיט א צווייטען מיט וויפיל שייך. 2 ספאטס טאר נישט זיין. חוץ אויב ס'איז געשען באונס.

און אויב דו גייסט אריבער דיין קאר, און דו זעסט אז די קארס ארום האבן זיך גערוקט. און קענסט זיך רוקן צו פארנעמען ווייניגער פלאץ. טו עס פאר דיין שכן (איך האב עס שוין אסאך מאל געטון)ַ. ס'איז עקסטרעם? די מצב מיט פארקינג איז אויך עקסטרעם.
לעצט פארראכטן דורך בסד אום פרייטאג מאי 12, 2023 1:25 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רינגל
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 25, 2014 2:05 pm

Re: איך פארנעם די מינימום פלאץ - מה דעלך סני, לחברך לא תעביד. פארקינג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינגל »

פארקן מיט קאפ קען אויך מיינען ווען דו קומסט אהיים 2 אינמיטן טאג און דיין בלאק איז ליידיג פארק נישט אינמיטן דעם חלל ווייל דו קענסט דאך נישט אויסרעכענען ווי דו באלאנגסט.. פאר צו צום עק פון בלאק, פון דרייווwעי, פון פאמפ. זיי דו דער מתחיל במצוה.

טענקס בסד
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3151
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: איך פארנעם די מינימום פלאץ - מה דעלך סני, לחברך לא תעביד. פארקינג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

רינגל האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 1:25 am
פארקן מיט קאפ קען אויך מיינען ווען דו קומסט אהיים 2 אינמיטן טאג און דיין בלאק איז ליידיג פארק נישט אינמיטן דעם חלל ווייל דו קענסט דאך נישט אויסרעכענען ווי דו באלאנגסט.. פאר צו צום עק פון בלאק, פון דרייווwעי, פון פאמפ. זיי דו דער מתחיל במצוה.

טענקס בסד
אזוי פיר איך זיך. שכח
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3151
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: איך פארנעם די מינימום פלאץ - מה דעלך סני, לחברך לא תעביד. פארקינג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

אפשר קען מען מאכן באמפער סטיקערס; איך פארנעם די מינימום פלאץ ווען איך פארק! ?
ווער צולייגן א פלייצע אנצודרייען אויפמערקזאמקייט?
אוועטאר
USED CARS 4 SALE
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 07, 2022 2:21 pm
לאקאציע: [email protected]
פארבינד זיך:

Re: איך פארנעם די מינימום פלאץ - מה דעלך סני, לחברך לא תעביד. פארקינג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך USED CARS 4 SALE »

בסד האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 1:33 am

!!Massive idea
ווילסט פארדינען אפאר טאלער??

https://www.cardbenefit.com/?ref=cgynqicq&sid=ivelts

אומזינסטע פערזענליכע גיידענס וועלכע קרעדיט קארדס צו עפענען און וויאזוי צו ווערן עפראווד.
קרעדיט ריפעיר. אינקווערי רימאוועלס.

אימעילט [email protected]

USED CARS 4 SALE האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 1:47 am

אדער "איך פארק מיט הארץ"

Anyone with better slogan?...
ווילסט פארדינען אפאר טאלער??

https://www.cardbenefit.com/?ref=cgynqicq&sid=ivelts

אומזינסטע פערזענליכע גיידענס וועלכע קרעדיט קארדס צו עפענען און וויאזוי צו ווערן עפראווד.
קרעדיט ריפעיר. אינקווערי רימאוועלס.

אימעילט [email protected]
אוועטאר
רינגל
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 25, 2014 2:05 pm

Re: איך פארנעם די מינימום פלאץ - מה דעלך סני, לחברך לא תעביד. פארקינג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינגל »

USED CARS 4 SALE האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 1:49 am
USED CARS 4 SALE האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 1:47 am
בסד האט געשריבן: פרייטאג מאי 12, 2023 1:33 am
אפשר קען מען מאכן באמפער סטיקערס; איך פארנעם די מינימום פלאץ ווען איך פארק! ?
ווער צולייגן א פלייצע אנצודרייען אויפמערקזאמקייט?
!!Massive idea
אדער "איך פארק מיט הארץ"

Anyone with better slogan?...
מיט שכל קלינגט בעסער

עקספעקט אבער צו אנקומען אויף יעדנס סטאטוס אויב באזיצסטו אזא סטיקער אויפן באמפער און בטעות ווערט געשאפן א דריי פערטל ספאט נעבן דיין קאר.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4253
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: איך פארנעם די מינימום פלאץ - מה דעלך סני, לחברך לא תעביד. פארקינג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

latter האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 9:43 pm
3 פיס פון א פאמפ איז נישט קיין טיקעט.
זיכער יא,
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36230
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: איך פארנעם די מינימום פלאץ - מה דעלך סני, לחברך לא תעביד. פארקינג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בסד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 8:52 pm
ביים עק גאס, מאך זיכער צו פארקן ביים עק, דאס מיינט ביים קראס-וואק. נישט א פוס אוועק (איך פיר זיך אזוי שוין לאנגע יארן, נאך קיינמאל באקומען א טיקעט פארן זיך פארקן ביזן קראס-וואק). פארשטייט זיך, אויב די סטאפ ליין גייט נישט ביזן קורב.
נעם אין אכט אז די טראפיק פאליציי מאכט זיך היבש מאל אומוויסענדיג פונעם געזעץ אין טיילט טיקעטס אפילו ווען די סטאפ ליין איז בלויז פארן דרייווינג לעין.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 15494
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: איך פארנעם די מינימום פלאץ - מה דעלך סני, לחברך לא תעביד. פארקינג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

תושבי קרית יואל און מאנסי
ווען איר קומט אין ביהמ"ד, שטעלט מען צו פארקינג בלויז פאר די צייט וואס איר דאווענט און לערנט, ניצט נישט די פארקינג צו טוהן ביזנעס אין אייער קאר
איר קויפט ביי עמעזאן ביטע גייט דורך מיין לינק
https://amzn.to/3XWkbTZ

You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”