פייוויל מאכט חתונה-לכבוד די שלושים פון מיכאל.

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1797
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

פייוויל מאכט חתונה-לכבוד די שלושים פון מיכאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

א גוטע וואך אלע אידן.

כ'האב געטראפן א בריוו אין מיין זיידע'ס פריוואטע חפצים קעסטל, איך האב מחליט געווען דאס ארויפצולייגן דא, אדרבא זאל דערוילעם זיך באקענען מיט די היסטאריע פונעם רב פון ליאן.


יאר 1943

מיכאל, ס׳אויס!! גיבט ער א געשריי. די מיידל'ס טאטע זאגט אז דער בחור דרייט זיך אן א הוט און רעקל. אוי שידוכים איז גאר שווער, זיין ברודער פרעגט ווען בין איך שוין נעקסט אין ליין? מיכאל בארואיגט אים זארג נישט ווייל אידעלע פערציג טעג בעפאר ביסט געבוירן האסטו שוין דיין פאר. יהא לנו ס'וועט זיין א גוטע שידוך ווייל ס׳דא עפעס בעסער גלויבזשע מיר ס׳ווערט, כ'זאג דיר צו בעתו ובזמנו.

נאך חדשים לאנג קלינגט דער טעלעפאון, עס איז א פערזאן, (ווער איז דער פערזאן??) ער זאגט הער דו מיר אויס איך האב א טאכטער די אלמנה פון ר׳ שלומין מיט 7 יתומין, אויב אזוי בין איך זיכער מסכים!!

ברוך השם מ׳האט שוין א שידוך געטון, ביים שמש מאטיל געקויפט א באטיל און מ'כאפט אפ שנעל טשעקעליע בדברו בלא בלא בלא, א ברכה לבטלה ס׳איז כמעט, לחיים טובים ולשלום בעטן מיר דאך.

יעצט געקומען בין איך אויף יו״ט שבת צו מיין רייכע פעטער ר' אנשיל, געלט האב איך געשאפט ווייל איך האב געדארפט פאר מיין קינד הכנסת כלה, ער האט ליעב טון א אידן א טובה, יעדע וואך, גיבט ער דעם שמן זית זך, איי מאן יימר צדקה געט ער? אויף וועגן שמאלע אביסעל מלא, ענדליך אנגעקומען צו דעם שטאט שרעב, ס'איז היינט דאנערשטאג.

מיין פעטער זאגט מיר שלום ווער האט דיר געברענגט אהער? קום קום קום קום צו מיר געשווינד. האסט שוין געדאווענט מעריב צו נישט? ווייל ס׳שטעלט זיך א מנין מעריב שוין!

מיין פעטער גיבט מיר רום 408, נישט אזוי באקוועם ווייל ס׳נישט דא קיין פענסטער דא אויף קיין איין וואנט, שמע ישראל השם אחד די הענט אויף מיינע אויגן לייג איך און זיך צעוויינט ביי מימיני מיכאל, אינמיטן דער נאכט קולות איך הער.

די נעקסטע צופרי הער איך מיין פעטער זינגט צו מיר פריוואט, גוט מארגן שעפעלע מיינער, און פרעגט וואס דארפסטע פייוועלע אפשר א קאוועלע? דערווייל האב איך געזאגט מודה מודה אני.

גלייך נאך שחרית איך לויף ארויס פון שול א פארקלאצעטער אוי ס׳געשען אן עקסידענט, מיין פוס איז מיר געשוואלן אן הצלה מאן דארט ער טרעפט מיר, איך זאג איך בין נישט שולדיג, וווואס רעדסטסטו? פרעגט ער נו ווער איז יא שולדיג? נו ווער?? איך גיי צום מוח דאקטאר און מאך א גאנצע בער, ער פרעגט, ס׳טוט דיר וויי? ווען מען פאציענט טוט עפעס וויי טוט מיר עס נאך מער וויי, איך זאג דיר איך טו דאס שוין איבער שלושים שנים. מיט א שמייכעל זאג איך דאקטאר ס'טוט מיר נישט וויי בכלל ווייל איך בין א חלק אלוקי ממעל, אין טעראפי איך קריך אויפן לייטער און איך האב אנגעהויבן צוריק קענען וואקן.

צוריק צום פעטער גיי איך מיט א שמחה שריי איך לקראת שבת לכו לכו ונלכה, איך האב געטון קאכן העלפן און מישן, יעדער לייגט צו פעפער און למעשה איז טאקע די קוגעל גוט געווען, יא כ׳רעדט פון דעם נעפל קוגל.

די שטוב איז ריין, דער שבת קומט צוגיין מ'צינד שוין די לעכטלע, אוי לעכטעלע אוי לעכטעלע. אויפן וועג אהיים פון שול איך זאגט גוט שבת גוט שבת גוט שבת גוט שבת מיטן תנועה ווי מיכאל האט עס געזאגט ווייל איך וויל עס נישט פארגעסן ביזן לעצטן טאג.

שבת שלום ומבורך, איך שפיר זיך ווי אן אורח, אזא הייליגע פרייטאג צונאכטס איך זיץ זיך דארט פארטראכט, דער פעטער מיט'ן בעכערל דארט שטייט ער קידוש מאכן שוין גייט ער אבער נישטא קיין וויין זיין פנים שיינ(ט), א רגע וואו איז מענדעלע?? מ'קען נישט ווארטן מער!

לאקשעלעך שלי שלך און א צימעס ווי ביים באבן, א ברוינפן א זעקס און ניינציגער אז איך בין שוין פאר׳שיכור׳ט אינגאנצן געזינגען צור משלו און דאס באקאנטע דביקות ניגון אלקא דילי׳, און מיין פעטער זינגט זיך אונטער מעין עולם הבא איך פרעג אים מעג איך אביסעלע מיט זינגען לכבוד שבת קודש? שיעלע און עטל האבן גוט געקענט דעם שבת צעטיל, נאכן סעודה האבן מיר, גענומען טאנצן מזמור שיר, דריי מאל אויף איינמאל, און נאך איינמאל אראפ ארויף.

שבת קודש אינדערפרי איי איי איי שיר המעלות מיט'ן טלית מ׳עפענט די ארון קודש, נישטא קיין ספרי תורה די קינדער האבן געזאגט מיר וועלן זיין ענקער ספרי תורה׳לעך, ביז מ'באמערקט אז ס'שטייט דארט א זקן מיט א ספר תורה אין די הענט. געגעבן ששי פאר ר' צבי גלאנצשטיין, געמאכט א מי שברך און צוגעענדיגט ונאמר ונאמר ונאמר ונאמר זאגטס נאך אלע אמייייין.

גאר ערליך האביך געדאווענט כל עצמותי תאמרנה ווייל איך ווייס אז כל כל ברכאין ביומא שביעאה תליין, איינער פרעגט מיר דארט, קדשנו און שבענו אלעס נאר געלט איז פשט?

מ'ברענגט אריין א פיש מיט א גארטל, א מאדנע מעשה דאס. א טשאלענט אז ס'קומט פלאמען יוצא צו זיין די מצוה פון חמין. סענדי און מענדי האבן באקומען א קענדי ביי שלומי'ס שבת פארטי, ס'געווען ממש א יום שבתון אין לשכוח.

מוצאי שבת נאך הבדלה איך קלאפ אין זיין צימר׳ל דריי קלאפעס ער עפענט אבער מיט כעס ווערט די טיר שנעל פארקלאפט ווען איך וואלט געהאט, געהאט כח, וואלט איך פרובירט ברעכן שלעסער.

מיט אויגן אדורכגענעצטע איך שריי, אוי האב רחמנות אויף מיר, פארקלאפ נישט אויף מיר דיין טיר, אבער ער זאגט ניין ניין איך וויל דיר נישט געבן קיין געלט, יא יא איך בעט דיר גיב מיר געלט, כ'ווארט שוין אויף דעם זעקס און צוואנציג שעה.

ויהי ערב ויהי בוקר אויסגעלאזט א הויקער, איך זעה ער מאכט פון מיר שפייז, ער איז שוין לאנג נישט ביים דעת, ער געדענקט ניטאמאל אז ער איז מיין פעטער, ער האט נישט קיין זילבער נישט קיין גאלד, ס'גרויסע בושות, איך האב געהאט אינזינען פון אים וועט רינען, אוי ממש דאס מיינט דאך א מענטש טראכט און גאט לאכט, און נאר עצת השם דעם אייבישטער׳ס עצה לעולם אלעמאל.

ביי מלוה מלכה צום הימל ווינק איך, און מיט טרערן צוויי שנירעלעך זינגט איך, אדיר איום ונורא און איך דערצייל א געלט מעשה.

כאטש כ׳האב א ליידיגע טאש נישט פארלוירן קאראש, איך בין מחליט צו גיין אין בית הקברות אריין, אפשר וועט איינער פאר מיר זיך מקריב זיין.

אין בית החיים זעה איך דארט איינער, איינער אליין, וואס איז שוין היינט א אינגערמאנטשיק אויפן טאטענ'ס ציון מיט טרערן ליגט ער אויסגעשפרייט ווייל עס איז דאך היינט זיין טאטעס יארצייט, קיינער זעהט נישט קיינער הערט די טרערן, איך גיי צו נענטער, זיך אונטערהערן, איך פרעג זאג נאר זאג נאר וועמענס ביסטע? "מיכאל אן קיין וואטע, ער איז דאך געווען מיין טאטע" זאג איך אה! איר מוזט זיין מיסטער זושא, א גוטן! "אויך איז רבי זושא מיין זיידע פון מיין מאמע׳ס זייט" זארג נישט כהאב דיר ליעב פאר ווער דו ביסט ווייל די וועלט איז גאר אין דיר.

ער פרעגט מיר וואס טוט זיך מיט א צדיק וואס גייט ארויף צום עולם האמת? ער וויינט טאטע אוי טאטע איך זוך דיך ארום אבער זוכען אנפאנג נישט ווייל ער לעבט שוין לאנג נישט, זוך אים אין דיין סידור'ל ביי מחי' המתים, און נישט פארגעסן פונעם מחיה מתים במאמרו, פאר זיין נשמה טהורה זאלסטו לערנען תורה, ווייל יעדע מענטש פון די וועלט גייט ווען עס קומט דער צייט.

פארפרוירן שטיי איך, איך דערמאן זיך יענעם בילד, די שטאט דריייט זיך איבער (מהפיכה??), ס'פארט ארום אז ברוך דיין האמת, אוי מיכאל איך גלייב דיר דו האסט נישט געפילט גוט, נישט געוואוסט דיינע טעג זענען געציילטע, ס׳טוט פון יעדן שטיקער רייסן אוי וויי אוי וויי אוי דאס שניט איז ווייט נישט קליין, מיכאיעל מיכאיעל די זינגער פון כלל ישראל ער גייט אויס אין א הארץ אטאק, פארמאכט זיין אויגן אויף אייביג, אזוי סאך אידן א חבריא געווען ביי די לוי׳ גאר אסאך מענטשען געקומען צום היים, אוי! המקום ינחם!!

איך טרעף דארט ר' אהרן מיט די טייגעלעך כ'בעט אים העלפט ארויס אן עני ואביון אפשר קענסטו מיר געבן אן עצה, כ'בין א מחותן נישטא קיין פרוטה'ן און דער טאטע פון די טאכטער האלט נישט ביים געבן געלט ווייל ער האלט זיך גרויס ביז גאר. ר' אהרן זאגט מיר מיין טייערע פריינט ביסט נישט דער ערשטער וואס פרעגט די קשיא דעי, זארג זיך נישט זארג זיך נישט ר׳ איד, דו קענסט איך זאג דיר אז דו קענסט פון יעדע שווערעקייט זיך זעהן ארויס. טאקע דערפאר ווייל איך קען שוין נישט צוקוקען דיין צער זאג איך דיר אויב געלט ווילסטע באקריגן גיי נישט צו ראקעפעלער ענדערש גיי קיין מירון כאפ א טאנץ אין מירון, מירון מירון וואו אידן וויינען, אבער ויסעו!

נאך אינמיטן שחרית געשמירט די רעדער און זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג, געגאנגען לאנגע שטרעקעס מיטגעמאכט עשר נסיונות, איין טאג אין א גאס רעגן פלוצלונג אוי געוואלד שטיינדעלעך פאלט, א שטיין נאך א שטיין, גלייבטס נישט? קוקטס מיינע שיך זענען צוריסן, זיי זענען שיך זיי זענען ערשטע עדות.

א טאג שפעטער שפרינגען ארויס וואלד רויבערס "מיר זענען וואלד רויבערס" שרייט דער רשע וולאדיק, (און איך האב געמיינט אז נאר דער געשעפטסמאן איז א רויבער) איך זאג אלעס קענסטו אוועק נעמען פון מיר. כ'האב מיר דערמאנט אז ווען מיט צרות באטראפן פארליר נישט קיין האפן און שנעל געזאגט אוי אלקא דמאיר עננו און געבעט אז די גוים זאלן מיר נישט אוועקנעמען, זיי זענען דארט געבליבען אבער איך האב זיי פארטריבן אריין אין פייער.

ענדליך ענדליך נאך די לאנגע וועגן קיין מירון צו דער הייליגע תנא אנגעקומען. די נשמה פלאם האט זיך צופלאמט דארט, איך טרעף דארט דוב׳לע ער רייניגט מיט זיין שאוועלע און מיטן בעזעמל שפרינגט ער, ער איז דארט דער יונגסטער. ער פרעגט מיר ווער איך בין איך זאג פייוויל בן גיטל'ע א שמייכעל ער גיבט און די בארד א גלעט און פרעגט, ביסטו אפשר א ברודער פון יואלי בן גיטל'ע? פרעג איך אים צוריק ביסטו אפשר דובי וואס האט געוואלט זעהן דער נביא?....

כ'גיי ווייטער און איך טרעף דארט בייניש, ער וואונדערט זיך, יעצט קומסטע קיין מירון? ס'איז מלחמה צייטן נישט סטאבילע, נמשל אין איראן דארט, נישט מעגליך א איד צו זיין דארט, ער זאגט מיר ס'דאך באקאנט המתפלל בעד חבירו הוא נענה תחילה.

יא, אסאך צרות נורא ואיום האט דער ביינוש נעבעך געהאט, ואהבת לרעך שריי איך אויס כ'האב איינגעריסען פאר אים אין מירון. נאכן דאווענען אין מירון האביך זיך געגרייט צו גיין אהיים און אויף די שאלה פון ר' מעכיל דער בעל תשובה "וואס יאגסטו זיך אזוי ווער טרייבט דיך?" האביך געענטפערט ווייל איך בענק שוין מיין שטעטל פיאסעצנע.

איך קום אהיים און איך הער דער שיסטער וויל צאלן גערן א האלבע מיליאן פאר מיינע צוויי קיעלעך, און אויף א גאנצע יאר צאלט ער פאראויס!! אוי איך דאנק דיר באשעפער ווייל איך דאנק אוי ווייל איך דאנק איז אלעס גוט. איך פיל זיך ווי א העלד איך האב דאס גאנצע געלט, ס'דא געלט השפעות מ'בארגט נישט קיין הלוואות.

הרי את א מאלצייט חתן כלה אלע זיי גלאנצען קיינער אויבן האט נישט געקלאגט, דער זינגער שטייט און זינגט מיט כוונה פייוויל׳ס ברודער האט מיט שלאף קליידער ערשיינען. דער חתן'ס חבר גיבט עצות און ניגונים כאילו מאך גרינגער זינג באכע ווייל עס קומט אן היינט דא א נייע עפאכע, דער קליינע יוסף פרץ וויל ווייזן ער קען זינגען מיט גרייזן אין א עכטע מייק, איינער זיך ארומגעדרייט אין זאל מיט א סעלעפוין און געווען ביזי זאגן פאר מענטשען "קיינער האט דיך נישט גערופן", א מין חוצפא יסגי דאס.

אפאר יאר שפעטער, צום רבין אריין טריט איך, הייליגע רבי איך בעט ביי דיר, צו ווייסטו דען נישט ביי מיין זון איז ליידיג דאס הויז? רבי איך קען אזא פעקל צרות נישט טראגן ווייל די שכנים'ס קינדער שפילן אויפן גאס, נאר מיין זון'ס אויגן איז נאס זיי האבן נעבעך קינדער נישט געבארן.

דער רבי זאגט מיט א שמייכעלע אויסגעשפרייט, דו בעהט און בעהט ווייל דיין טאטע אין הימל הערט דיך אויס ווייל נאר דער באשעפער אליינס וואס טוט אין מענטשען וויילן נאר ער קען היילן, קרוב קרוב השם לכל קוראיו און געדענק אז אמאל ענטפערט ער אן ענטפער א דריטע אבער בי' אנא רחיץ. און דער רבי וואונטשט א ברכה פאר די משפחה א קינד גאר גאר א הייליגע נישט קיין צייטווייליגע בתנאי אז זיי וועלן איבערבעטן חנה׳לע, תיכף געלאפן צו חנה׳לע און געפרעגט צו ביסטו מיר מוחל בלב שלם?? און זי האט טאקע געענטפערט אונז שוין סלחתי.

סימן טוב ומזל טוב א קינד געבוירן א יאר דערויף ר' פייוויל איז שוין פרייליך נישט פארדאגה'ט. יעצט די קינדער זענען העכער קינדערגארטן שוין, דאס קינד ווייסט ניטאמאל וועלכע סדרה וועלכע פרשה, ער זאגט דעם גמרא שטילער שטילער שטילער שטילער דער מלמד זאגט הער נאר צו אינגעלע מיין פלאן פון מיין כתה כ'וועל דיר געבן א טראסקע, ער קומט אהיים, שרייט ער מיט געוויין, והנה נער בוכה, אוי אוי אוי אוי מאמע, אוי אוי אוי אוי מאמע.

איך זאג אים לא לא לא להתייאש, דער טאטע געקומען דעם מלמד אין חלום און אים פארגעלערנט פרק ה׳ ״ווילאנג ס'גייט דיר גוט פארגיס נישט יענעמס בלוט, מיין קינד איז גוט ווייל"

דאס קינד איז טאקע אויסגעוואקסן אזא גרויסע צדדדדדיק…. דער ליאנע רב! יעצט פארשטייסטו שוין אחר הדברים האלה, פארוואס זיין ניק איז נישט ישעי'לע.

אידעלע הער דיך צו אוי שמע בקולי, די יארן ווי א חלום לויפט דאך שנעל אוועק און כאטש מ׳לעבט אין א סאסייעטי פון נערווען און ענגזייטע דאך טייערע יודעלע כאפט אן איין נקודה'לע, כ'האב געמיינט די נקודה די הייליגע מידה פון שמחה, סזאל זיין לע״נ אונזער חבר מיכאל, (היינט זאגט מען שוין ליידער) עליו השלום, תהא נשמתו צרורה.

ס'גענוג!!
לעצט פארראכטן דורך די רב פון ליאן אום זונטאג מאי 14, 2023 2:27 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 18224
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: פייוויל מאכט חתונה-לכבוד די שלושים פון מיכאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

Wowowowow וואס דא איז אריין דאס איז אנבעליוועבל אנריעל גוט!!!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

@חברונער האט געשריבן:
באדייט פון דאס ווארט 'ציווילע' ביי די אראבער: ''אומציוויליזירטע מענטשן, מיט ציווילע קליידונג, און ריזיגע גאנס''
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 18224
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: פייוויל מאכט חתונה-לכבוד די שלושים פון מיכאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

ווער האט דאס געמאכט?
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

@חברונער האט געשריבן:
באדייט פון דאס ווארט 'ציווילע' ביי די אראבער: ''אומציוויליזירטע מענטשן, מיט ציווילע קליידונג, און ריזיגע גאנס''
אוועטאר
פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 2:21 pm

Re: פייוויל מאכט חתונה-לכבוד די שלושים פון מיכאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטיין »

wow
אז דו פארשטייסט נישט יענעם, כאטש האלט אייך ס'מויל.
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: פייוויל מאכט חתונה-לכבוד די שלושים פון מיכאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

👍
ריברענדיג.....
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1797
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: פייוויל מאכט חתונה-לכבוד די שלושים פון מיכאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

את פתח לו האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 1:47 am
ווער האט דאס געמאכט?
שכוח! דער רב פון ליאן.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32625
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: פייוויל מאכט חתונה-לכבוד די שלושים פון מיכאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מעגא מעגא מייסטערווערק!!!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 18224
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: פייוויל מאכט חתונה-לכבוד די שלושים פון מיכאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

די רב פון ליאן האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 2:13 am
את פתח לו האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 1:47 am
ווער האט דאס געמאכט?
שכוח! דער רב פון ליאן.
נייס נייס!!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

@חברונער האט געשריבן:
באדייט פון דאס ווארט 'ציווילע' ביי די אראבער: ''אומציוויליזירטע מענטשן, מיט ציווילע קליידונג, און ריזיגע גאנס''
אוועטאר
שאפע
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 10, 2023 10:05 pm

Re: פייוויל מאכט חתונה-לכבוד די שלושים פון מיכאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאפע »

Wow wow!!!!
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: פייוויל מאכט חתונה-לכבוד די שלושים פון מיכאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

איר זענט פון אונזער וועלט?!? Wow wow wow גאונ׳ישע טאלאנטן!
כ׳ווארט פאר נאך..
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
איטר יד
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 6:24 pm
לאקאציע:אויף די לינקע זייט

Re: פייוויל מאכט חתונה-לכבוד די שלושים פון מיכאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטר יד »

ס'דאך ניש נארמאל דאס!

ווער ווייסט וויפיל ניגונים ליגן דא??
זיי דן דיין חבר גאר שיין, ווי די ווילסט מען זאל דן זיין דיר אליין. ווייל ווען מען וועט דיר אמאל דן זיין, און דארט וועט דיין טענה זיין, מען זאל דיר אויך נאר גוט דן זיין. (מיכאל)
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3243
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע:יעצט בין איך דא

Re: פייוויל מאכט חתונה-לכבוד די שלושים פון מיכאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

טאלאנט איט איז
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4821
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: פייוויל מאכט חתונה-לכבוד די שלושים פון מיכאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

עמעזינג
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5026
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: פייוויל מאכט חתונה-לכבוד די שלושים פון מיכאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

וואף... Wow... פשיהא... מיינע פינגערס זענען פארשטומט... טאלאנט איט איז!!!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
שמן ששון
שר האלף
תגובות: 1423
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 9:16 pm

Re: פייוויל מאכט חתונה-לכבוד די שלושים פון מיכאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן ששון »

מעסטערפיס! טאלאנט וואס מ'זעט זעלטן!
נעה, כ'נעם נישט אייוועלט אזוי סיריעס, דאונט ווארי!
כ'בין סך הכל דא זיך צו אויסליפטערן, באטטאם ליין האב איך ליב יעדעם איינעם דא אפי' זיי האלטן פונקט פארקערט פון מיר יעדעס איינציגסטע מאל, איט'ס אאל אקעי!!!
קרעדיט: @פוןאמעריקע
עס וועט זיין גוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3048
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm

Re: פייוויל מאכט חתונה-לכבוד די שלושים פון מיכאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גוט »

WOW WOW WOW אימגלובליך אבער א פאקט
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: פייוויל מאכט חתונה-לכבוד די שלושים פון מיכאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

WOW
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17270
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פייוויל מאכט חתונה-לכבוד די שלושים פון מיכאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

א פיינע טשולנט לכבוד די חתונה..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1625
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: פייוויל מאכט חתונה-לכבוד די שלושים פון מיכאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

האסט מיר געמאכט לאכן און וויינען אין די זעלבע מינוט.
פון פרייליך צו נאסטאלגיע צו בענקשאפט צו ווייטאג און צוריק צו שמחה

סארא מיקס....
אוועטאר
אלטערנעסייד פארקינג
שר האלפיים
תגובות: 2259
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 4:15 pm
לאקאציע:אויפן ווערעזאנא ברידזש אינמיטן פארשטעלן טרעפיק...

Re: פייוויל מאכט חתונה-לכבוד די שלושים פון מיכאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטערנעסייד פארקינג »

wow wow wow בוסט אייזן גוט
מניעות
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 11, 2022 11:39 pm

Re: פייוויל מאכט חתונה-לכבוד די שלושים פון מיכאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מניעות »

WOW what a job👍👍👍
"די וועלט איז הפקר-אבער סאיז נישט קיין הפקר וועלט!"
מפי הרב פנחס מרדכי וועבער
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: פייוויל מאכט חתונה-לכבוד די שלושים פון מיכאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

איז דאס אן ארבעט אראפ געלייגט!!! נישטא קיין ווערטער!!!

איך קען דא זען שעות אויף שעות ארבעט
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
פעטער משה
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 12:21 pm

Re: פייוויל מאכט חתונה-לכבוד די שלושים פון מיכאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער משה »

האסט ארויפגעברענגט אויפען עולם "א שמייכעל א בא'חן'טער"
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1797
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: פייוויל מאכט חתונה-לכבוד די שלושים פון מיכאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

פעטער משה האט געשריבן: מאנטאג יוני 19, 2023 3:18 pm
האסט ארויפגעברענגט אויפען עולם "א שמייכעל א בא'חן'טער"
יוש, גיי ווייס פון וואו דעי ליין קומט.
גיימיר טראכטן.
אוועטאר
עפעס א ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2022 6:34 pm

Re: פייוויל מאכט חתונה-לכבוד די שלושים פון מיכאל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א ניק »

וואאאפ וואס דער רב האט אלס צוזאמגעווארפן....
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”