Re: #ווייז-די-פרייז קאמפיין. צו בעטן פון גראסעריס צו לייגן פרייזן לעבל''ס אונטער די אייטעמס!
א גאנצע פלפול מאכסטו דא..קו ירוק האט געשריבן: ↑ מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 7:24 pmאיר האט עס ראנג, אפילו טויזענט אידן {גענוג א גרויסע מספר?} וואלטן זיך געפענט דאס מויל וואלט עס אויך גארנישט אויפגעטיען!פאראויס האט געשריבן: ↑ מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 6:53 pmדי סיבה פארוואס די אשכול האט נישט גענוג אויפגעטון איז ווייל די וויכטיגסטע טייל וואס איז אז קאסטעמורס זאלן עפענען דאס מויל אדער כאטש שיקן אן אימעיל איז נישט געשהן.
צו ווייל מ'גלייבט נישט אז 'מיין' יחיד'דיגער אקט וועט אויסמאכן.
אדער די זעלבע סיבה פארוואס 'יעדער' מוז גיין אין קאנטרי/מוז זיך פאר'חוב'תן צו מאכן א חתונה ווי יעדער. וכו' וכו' אונזער 'יעדער' לייפסייל און יעדער איז א שיינע איד. מ'איז אומבאקוועם צו בעטן עפעס. א שיינער איד בעט נישט.
די איינציגסטע זאך וואס טוט אויף איז ווען מענטשן טוישן זייער לייף סטייל און מען קויפט אנדערש צילב זיין וואך אויף די פרייזן, דאס שפירט די גראסערי אין א אויגן בליק און ער שטעלט זיך צו נאך איידער איינער עפענט זיך די מויל...
א קאמפיין געצילט צו גראסעריס איז נישט ווערט ניטאמאל 300 בלעטער אויף אייוועלט.. אבער א קאמפיין געצילט אויפן מענטש קען האבן א השפעה,
די היינטיגע גראסעריס קוקען נאך זייערע קאסטומערס אויף טריט אין שריט, די סקונדע זיי זעען אז דער קאסטומער איז וואך און זוכט עפעס באקימט ער עס, די קאמפיין דארף זיין צו עפענענן דעם ציבור די אויגן אז זיי וואך, גיי נישט ארום שאפן מיט א מאסק אויפן פנים, שיס נישט קיין גווערע געלטער וואס דו האסט נישט.
נאך מער נאך אויך, א קאמפיין #ווייז-די-פרייז נעמט אראפ די שולד פונעם קאוסטעמער און לייגט עס אויפן גראסערי, די גראסערי צוקראצט זיך נישט, און די קאסטומער באקימט נישט די מעסעדזש אז ער דארף עפעס טאן זיך אליינס צו העלפן, עס מאכט גאר שאדן פארן קאסטומער, משא"כ א קאמפיין געצילט דירעקט צום קאסטומער וועט מאכען אז די קאסטומער וועט אפילו אן זיין וויסען אנהייבען עקטן אנדערש, דער גראסערי מאן וועט עס זעען און ער וועט ווערן אלערט וואס ער קען טיען נישט צו פאלירען א קאסטומער באזע.
לשיטתך, וואס האט גורם געווען פאר די סטארס אין ווילי צו לייגן פרייזן?