#ווייז-די-פרייז קאמפיין. צו בעטן פון גראסעריס צו לייגן פרייזן לעבל''ס אונטער די אייטעמס!
אלעס האט זיך אנגעהויבן ווען העסקן ר' יואל פעלזן ני'ו איז ארויס מיט א קאמפיין אז ס’איז שוין צייט אז די גראסעריס זאלן לייגן פרייז לעבלס אונטער די אייטעמס. דאס וועט גאר שטארק ארויסהעלפן אידן וואס מוטשענען זיך צו באצאלן די הויכע קאסטן פון עסן.
פון דא איז עס שנעל געגאנגען ווייטער דורך די טויזענטער אייוועלט ליינער באזע. טייערע אידן האבן זיך מתנדב געווען מיט צייט, גרעפיקס, און געלט פאר עד’ס. און בעז’’ה וועט מען גיין ביזן סוף אז די געשעפטן זאלן לייגן פרייזן, אקוראטע פרייזן, אויף אלע אייטעמס. אזויווי אמאל.
די געדאנק פון פריי’’ז טשעקער’ס איז ’נישט’ קיין ערזאץ פאר לעבל'ס. מ’קען נישט שלעפן 4 ברענדס פון יעדע אייטעם צו א פרייז טשעקער מאשין! (און א קליינע משל: מיין טאכטער האט אהיימגעברענגט די גרויסע אויל פון GEFEN וואס קאסט $36. ווען זי האט ווען לעבלס, וואלט זי געזעהן אז SCHWARTZ איז גאנצע $6 ביליגער.
ניין, זי קען נישט שלעפן אפאר זשאמבא באטלעך אויל צום פרייז טשעקער...)
לא המדרש עיקר, אלא המעשה: גייט אריין אין גראסערי און בעטס דעם בעה''ב/מענעדזשער אין גראסערי צו לייגן לעבלס.
דארט זאלט איר זיכער נוצן לשון רכה... אבער
SPEAK UP צוגעלייגט:
קעפל: קאמפיין צו פארלאנגען פון גראסעריס צו לייגן פרייזן לעבל''ס אונטער די אייטעמס!
פאראויס האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 14, 2023 3:45 pmגעעפנט אפאר שעה צוריק און מ’האלט ביי 3 פעידזשעס...moishy56 האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 14, 2023 11:03 amאיך וואלט עס גענוצט אלס א אדווערטייזמענט ליניע ’מיר זענען די איינציגסטע גראסערי וואו איר ווייסט וועלכע brand אויסצוועהלען’..יאנאש האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 14, 2023 10:59 amקלאר נישט דא קיין שום סיבה פארוואס נישט, אלע פארענטפערונגן זענען פלעין פוילע מעשיות.
ווען עווער א פראדוקט טוישט פרייז אינעם קאמפיוטער, זאל דער זעלבער מענטש ארויספרינטן דארט על אתר א לעבל און אן ארבעטער זאל נעמען די לעבלעך צוויי מאל א טאג און קלעבן.
איך וואלט עס גענוצט אלס א אדווערטייזמענט ליניע ’מיר זענען די איינציגסטע גראסערי וואו איר ווייסט וויפיל איר גייט זיך שפארן’..
ס’טוט וויי פארן עולם וואס דא גייט פאר מיט די [באהאלטענע] פרייזן.
מ’קען דאס בעז’’ה אדורפירן, ’אויב’ די ציבור איז גרייט ’אביסל’ צו טון למעשה,א חוץ זיך אויסבלאזען אויף אייוועלט מיט געשמאקע תגובות בנושא...
ס’וועבט זיך א פלאן, געבויעט אויף די תגובע פון @יאנאש די מנהל...
איז דער עולם IN צו טון למעשה ?
אויב נישט פאר זעך, =לטובת הציבור, הונדערטער אידן וואס מוטשענען זיך צו דעקן די גראסערי פרייזן.
אויב האבן מיר א שיינע מספר מענטשן, קען מען ארבעטן אויף צוויי דריי געשעפטן צו טון וואס ס’איז ריכטיג.
און זיי וועלן פארדינען פון נייע קאסעמורס. ולפחות א שיינע מספר פרישע ארדערס לכ’ די פרייז לעבל אפדעיטס.
ריפליי אויב דו
ביזט גרייט צו ארויסגיין ’איין מאל’ לפחות בל’’נ צו מאכן אן ארדער אפאר בלאקס ארויפציר.
אויב דער עולם איז אי’’ן צו טון למעשה, גיימיר אריין אין די נעקסטע פאזע.
שאצט נישט אונטער אייוועלט!
אייוועלט האט בעז’ה א מאסיווע כח הרבים וואס האט שוין מער ווי איינמאל אויפגעטון גרויסע זאכן.
https://sellerboard.com/?partner=00529