Re: #ווייז-די-פרייז קאמפיין. צו בעטן פון גראסעריס צו לייגן פרייזן לעבל''ס אונטער די אייטעמס!
כהער זאגן. כבין געווען אין ווילי פאר א שבת, זעה איך מקצה השטאט עד קצהו באקסעס פון די נייע גראסערי ביים עק וויליאמסבורג.TipTop האט געשריבן: ↑ זונטאג דעצעמבער 03, 2023 8:42 pmאיך קלער אז די סיבה פארוואס אין מאנסי איז דא פרייזן ווערסוס וויליאמסבורג, ס'קען זיין, ווייל אין מאנסי פארט רוב עולם מיט די קאר צו די געשעפטן, אויב איינער איז שוין במילא אויפן ראוד, וועט ער ענדערשער צו פארן עטליכע מינוט ווייטער צו דעם געשעפט וואס האט פרייזן, דאקעגן אין וויליאמסבורג וואס רוב עולם גייט צופיס, איז שוין אביסל אנדערש, ס'מוז נישט זיין איך בין גערעכט, אבער איך זאג נאר בדרך אפשרLetshelpothers האט געשריבן: ↑ זונטאג דעצעמבער 03, 2023 7:22 pmאיך בין געווען אין וויליאמסבורג אפאר מאהל די לעצטע פאר וואכען עס איז נישט קיין דזשאקס ווי אזוי שאפט דער עולם דארט אהן קיין פרייזען
אין מאנסי איז נישט דא אזא זאך די הייוו האט געהאט פון די ערשטע מינוט פרייזען
לענע״ד אז דער עולם פארלאנגט עס נישט געניג שטארק מאנסי הייוו יוכיח
בינעך נייגעריג געווען פארוואס כמעט 'יעדער' לויפט אהין פון איבער די גאנצע שטאט?! קיין פארקינג איז נישט דא כו'
כבין אהינגעגאנגען איינקויפן מלוה מלכה
כבין ארויס מיט אפאר קליינע בעג'ס מיט א ביל פון איבער א מאה!
איך בין געשטאנען און געשטוינט!!
יא וויליאמסבורגע בהמ... צאלטס ווייטער טייערע פרייזן און וויינטס מיר מער נישט אויפן קאפ!