איז פרייע ריטורנס ביי עמעזאן א פארגאנגענהייט?
אבער די שטערקסטע איז עס ביי דעם וואס איז טאקע געוועהן מיט וואס עמעזאן איז געוועהן בארומט אלס דער וואס געט די סערוויס פון פרייע ריטורנס אן קיין שאלות, און דאס האט איר געמאכט פאר די ריז וואס זי איז יעצט
למעשה איז שוין די לעצטע שטיק צייט נישט אזוי איי איי איי, אבער יעצט האב איך עס געשפירט אויף די אייגענע הויט, ווען איך האב געזועט צו קויפן א סעמסאנג שענלע טשארדשער, אבער ווען עס איז אנגעקומען זעה אנשטאט די דיסקריפציע וואס שטייט אויף די ליסטינג איז עס א פשוטע סלאו טשארדשער פון א נאו נעים כינעזע ברענד
ביים פראבירן צו ריטורנען אויפן סייט איז די איינציגע פרייע אפציע געוועהן צו טראגן צו א קאהלס געשעפט, און אלע אנדערע האט געקאסט געשוואלענע פרייזן, ארויספרינטן א לעיבעל האבן זיי געבעטן $7.99.. וואס פאר א קליין זעקל מיט די טשארדשער וואלט איך נישט געצאלט מער ווי צוויי דאלאר מיט אלע קעריערס.. אויך די אמאליגע באקוועמע טשעט אפציע שיקט שוין נאר א לינק צו די ריטערן צענטער און גארנישט מער..
נאכן אריינקאלן און זיין זיכער אז פאר א מעשה ווי מיינס ווען עמעזאן איז שילדיג פארן נישט שרייבן די ריגכטיגע אייטעם דיסקריפציע וועל איך זיכער באקומען א פרייע לעיבעל, ווער איך געוואויר אז איך האב זיי אינטערגאשאצט.. און זיי פארלאנגען ווייטער א פעטע $5.99... אפילו איך בין גערעכט.. אה, אויב וויל איך קען איך בעטן נאך א קאלל נאכן באקומען די ריפאנד און בעטן פאר א ריענבערמענט אויף די איבריגע...
איז מיין שאלה, צו איז דאס די נייע מציאות? לוינט זיך מער בכלל נישט צו קויפן אויף עמעזאן מער ווי סיי וועלכע געשעפט?