Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש
ארויפגעוואקט די סטעפס מיט די האנטעך אויפ'ן קאפ 'נישט אנכאפענדיג די געיט' .. יא יא הייליג הייליג
טעמו וראו כי טוב השם
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
ארויפגעוואקט די סטעפס מיט די האנטעך אויפ'ן קאפ 'נישט אנכאפענדיג די געיט' .. יא יא הייליג הייליג
גענומען שריט אנקעגן וועמען? וואס איז דער זידיטשובער געווען שולדיג, געווען א אדם מוצנע גארנישט געזיכט כבודיעקעלע פוקס האט געשריבן: ↑ דינסטאג מאי 23, 2023 2:11 amאיך זעה נישט דעם סוד ביי וועם עס איז געוועהן, ווער די הויז בחור איז געוועהן וואלט איך אפשר נישט געשריבן ברבים, אבער די מעשה איז געוועהן ביים זידיטשוב'ער רבי זצ"ל, געוועהן גאר א טייערע יוד דעם רבי'ס מחותן, די היינטיגע רבי'ס שווער.Ozd האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 17, 2023 7:41 amדי מעשה איז געווען מיטן אן אדמו"ר וואס איז געווען א מקורב וד"ל, רבינו הק' זי"ע האט געווארט ביי יעדע שמונה עשרה אויף אים אויסצוטרעטן, די רבי איז געשטאנען אויף די לינקע זייט פון די ארון הקודש, און די אדמו"ר אויף די רעכטע זייט, די רבי האט נישט אייביג געקענט זעען אהין צו ער האט שוין אויסגעטרעטן, די רבי האט געוויזן מיט די הענט אז מ'זאל זיך ריקן, אז ער זאל קענען זעען צו ער האט שוין אויסגעטרעטן, דער פארחלומטע הויז בחור האט געמיינט אז די רבי שיקט צו די אדמו"ר צו פתיחה, האט ער געוויזן פארן אדמו"ר צו גיין פתיחה.... דער אדמו"ר האט זיך געווינדערט, אבער האט געוואוסט אז אויף טאהשע רבין פרעגט מען נישט קיין קשיות, ער איז צוגעגאנגען צו פתיחה.
די הויז בחור האט געהאט בושות, ער האט נישט געוואלט מודה זיין אז ס'איז געווען זיין טעות, ס' איז אים געווען געשמאקער עס צו לאזן אלס א שפיצל, מיט די יארן האט ער מודה געווען..
די הייליגע רבי האט מכבד געוועהן יעדען איד! ובפרא א בנש"ק, ווער רעדט נאך אויב יענער איז געוועהן אדער געהייסען א שטיקל רב/ רבי, און דא איז נאך געוועהן א מחותן אויך, און פארשטייט זיך אז די הייליגע רבי האט אים אלעס אוועקגעגעבען - אהנגעפאנגען מיט ספירה ציילן ביים סדר, אזוי איז עס אנגעגאנען דורך אויס דעם גאנצען יום טוב.
דעם עולם איז שוין דאס געגאנגען אויף די געהירען, הגם ער איז איז גארנישט שילדיג געהען אז די הייליגע רבי טיט אזוי און גיט אים אלעס, אבער דער הויז בחור - גארנישט פאר'חלום'ט גאר א געריבענע סוחר - דרך אגב געוועהן פון די בעסטע הויז בחורים ביים רבי'ן - האט גענימען שריט, און די איבריגע איז היסטערי.
איך געדענק ווען די רבי האט אים אמאל ביים סדר אריינגעזעצט אין זיין הסב בעט אריין, צו זיין לינקע זייט.. און ווען עס איז געקומען צו טרינקען די כוס האט דער הויז בחור - וואס איז געשטאנען אויפן רעכטן זייט פון רבין - זיך געדארפט איבערבייגן אינטערן רבין אויפן אנלאנער פון די קליינע קאוטש, מיט א קישן אין די האנט און געהאלטן אזוי צווישן דעם רבין און די זידיטשויבער, אז די רבי זאל זיך קענען אנליינען. מען האט נישט געקענט גיין אין בעק פון די קאוטש ווייל עס איז געווען ביי די וואנט.יעקעלע פוקס האט געשריבן: ↑ דינסטאג מאי 23, 2023 2:11 amאיך זעה נישט דעם סוד ביי וועם עס איז געוועהן, ווער די הויז בחור איז געוועהן וואלט איך אפשר נישט געשריבן ברבים, אבער די מעשה איז געוועהן ביים זידיטשוב'ער רבי זצ"ל, געוועהן גאר א טייערע יוד דעם רבי'ס מחותן, די היינטיגע רבי'ס שווער.Ozd האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 17, 2023 7:41 amדי מעשה איז געווען מיטן אן אדמו"ר וואס איז געווען א מקורב וד"ל, רבינו הק' זי"ע האט געווארט ביי יעדע שמונה עשרה אויף אים אויסצוטרעטן, די רבי איז געשטאנען אויף די לינקע זייט פון די ארון הקודש, און די אדמו"ר אויף די רעכטע זייט, די רבי האט נישט אייביג געקענט זעען אהין צו ער האט שוין אויסגעטרעטן, די רבי האט געוויזן מיט די הענט אז מ'זאל זיך ריקן, אז ער זאל קענען זעען צו ער האט שוין אויסגעטרעטן, דער פארחלומטע הויז בחור האט געמיינט אז די רבי שיקט צו די אדמו"ר צו פתיחה, האט ער געוויזן פארן אדמו"ר צו גיין פתיחה.... דער אדמו"ר האט זיך געווינדערט, אבער האט געוואוסט אז אויף טאהשע רבין פרעגט מען נישט קיין קשיות, ער איז צוגעגאנגען צו פתיחה.
די הויז בחור האט געהאט בושות, ער האט נישט געוואלט מודה זיין אז ס'איז געווען זיין טעות, ס' איז אים געווען געשמאקער עס צו לאזן אלס א שפיצל, מיט די יארן האט ער מודה געווען..
די הייליגע רבי האט מכבד געוועהן יעדען איד! ובפרא א בנש"ק, ווער רעדט נאך אויב יענער איז געוועהן אדער געהייסען א שטיקל רב/ רבי, און דא איז נאך געוועהן א מחותן אויך, און פארשטייט זיך אז די הייליגע רבי האט אים אלעס אוועקגעגעבען - אהנגעפאנגען מיט ספירה ציילן ביים סדר, אזוי איז עס אנגעגאנען דורך אויס דעם גאנצען יום טוב.
דעם עולם איז שוין דאס געגאנגען אויף די געהירען, הגם ער איז איז גארנישט שילדיג געהען אז די הייליגע רבי טיט אזוי און גיט אים אלעס, אבער דער הויז בחור - גארנישט פאר'חלום'ט גאר א געריבענע סוחר - דרך אגב געוועהן פון די בעסטע הויז בחורים ביים רבי'ן - האט גענימען שריט, און די איבריגע איז היסטערי.
יא יא... אויך שבת שירה בייטאג אויב איז געוועהן טו בשבט - דער עולם האט זיך אריינגעריקט דארט אריינגעריקט דארט.....איצל פיצל האט געשריבן: ↑ דינסטאג מאי 23, 2023 2:25 amדאס סוכה בכלל דארף, און איז ווערט א באשרייבונג פאר זיך. עס איז אין דער קליינער פלאץ אריין גזמאות פון מענטשן געווען ממש א בחינה פון ארץ צבי. סיי ביים ספירה ציילן, ביים שירה שביעי של פסח און ווי אויך ביים זיך געזעגענען פון די סוכה, וואס דעמאלט האט נאך געפעלט א שטיקל וואס מען האט אראפ גענומען פארן רעביןס פריוואטע סוכה. כאטש טאקע נישט אזויפיל ווי די ערשטע צוויי זמנים אבער דאס איז געווען ממש וואונדער איבער וואונדער.
די געהויבענע מאמענטן דאן איז נישט שייך צו באשרייבן.
די הייליגע רבי האט במשך די יארן געהאט פארשידענע ווערטער וואס ער פלעגט איבערזאגן, 'לטוטפות' בין עיניך איז געוועהן א לאנגע תקופה, גאל ישראל, און נאך אסאך, ממש צום סוף פלעגט זיין 'מן הארץ' אזוי יעדע תקופה איז געוועהן אנדערש.מארמאראש האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 25, 2023 12:10 pmדי רבי זצ"ל האט געהאט פארשידענע ווערטער וואס ער פלעגט איבערזאגן, זאגן מיט א געוואלדיגע פלאם וכדו', איינע פון די ווערטער ליגט מיר אין קאפ איז געווען ביי סוף קריאת שמע ביי "הוצאתי אתכם", ער פלעגט זיך דעמאלט געבן אזא דריי אויס צו רעכטס (אזוי דאכט זיך מיר) - איך מיין אז איך האב אמאל געהערט (אולי פון ר' יואליש גאלדשטיין) אז בשנים קדמוניות פלעגט דאס די רבי איבערזאגן צוויי מאל, און ס'אויסגעקומען אז דער רבי האט זיך אינגאצן ארומגעדרייט.
אויב איינער קען דאס מברר זיין וואלט עס געווען גאנץ א אינטרעסאנטע זאך.
געהערט די מעשה מיט נעמען אבער כ'וועל נישט שרייבןהארזים האט געשריבן: ↑ דינסטאג מאי 16, 2023 11:49 pmאיך האב געהערט א מעשה איבער א געוויסע רב וואס איז געקומען אויף שבת קיין טאהש, עפעס עטליכע בחורים האבן באשלאסן צו מאכן לעבעדיג, זענען זיי פאר קבלת שבת צוגעגאנגען צום רב און אים געזאגט אז מען האט אים מכבד געווען מיט "פתיחה" פאר לכה דודי... יענער טראכטנדיג אז אין טאהש קען מען נישט וויסן מיט די מנהגים, האט גענומען אויף זיך די כיבוד... און עס איז געווען בושות. ע"כ וואס איך האב געהערט.
בין איך נייגעריג צו איינער ווייסט וואס איך רעדט, און צו די מעשה האט ווירקליך פאסירט.