זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש
אויך געוועהן אמאל יונגער, און אויך געהאט אמאל מער צייט זיך צו ליפטערן דא אין קרעמל, און געוועהן אפילו פון די יושבים ראשונה בימים ההם, זייער זעלטן אבער אמאל אמאל פאלט מען נאך אריין פאר א בליק, א טובל אין ארויס, און געאנגען ווייטער.
אזוי זייענדיג אין די פרעמד איז מיר אויסגעקומען זיך צו טרעפן מיט אלטע גיטע פריינט פון ישיבה, אזוי שמועס'ן דיג איז אויסגעקומען אז אין פאקט האט די טאהשע ישיבה זייער א רייכע היסטאריע האבן מיר געטראכט אז פאר דעם קרעמל דא קען עס זיין א גיט'ן עסק.
די ישיבה האט די הייליגע טאהשע רבי זצוקללה''ה געגדרינדען בשנת תשכ''ד, וואס איז געוועהן א חידוש נורא בימים ההם און א אינטערנעמונג שאין דוגמתו, נאנישט האבענדיג קיין מוסדות ווי א חדר א מיידל שולע וכדו' נאר סך הכל געהאט א בית מדרש'ל אין מאנטריאל אין געקליבענע חסידים ומעריצים, זאל בויען און עפענען א ישיבה פאר אלע כיתות ישיבה קטנה ישיבה גדולה מיט א דארמיטארע, הייזער פאר איינגעשטעלטע, אויפנעמען א מנהל ראש ישיבה קעכער אדמיניסטראטער מגידי שיעור מיט וואס נישט, מיט'ן גאנצן קנאק אויף איינמאל.
די ישיבה האט גלייך געדינט פאר א גאר ווארעמע היימישע חסידישע ישיבה וואס איז געוועהן א זעלטענהייט בימים הההם זייענדיג אינדרויסען פון שטאט און אינדרויסן פון לאנד ווי רוב ציבור האט געוואינט, דארט'ן אין די קאלטע סיביר'שע פרעסטען האט דער הייליגע צדיק אוועקגעשטעלט א מקום תורה ועבודה פאר כל דצריך ייתי ויפסח.
עס האט געדינט פאר א מקלט פאר אסאך וואס ביי זיי אינדערהיים האט נישט געארבייט די ישיבה ווי זיי האבן באלאנגט, און אויך א גרויסע ציבור וואס האט האט מעריץ געוועהן דעם רבי'ן און געוואלט אז די קונדער זאלן זיך האדעוועהן ביי אט דעם איד.
דאס האט אויך געשפילט א ראלע אז די הייליגע רבי איז געשטאנען ווייט פון פאליטיק, ממילא איז ער געוועהן אנגענומען כמעט איבעראל, הגם ער איז געוועהן א אונגארישע אפשטאמיגע און באלאנגט מער אהין, אבער האט פארט געמאכט פלאץ ביי זיך אין הארץ אין ביי זיך אין ישיבה פאר יעדעם ממש אזוי אז די ישיבה האט געהאט א מקום צו וואקסן גיט מיט אלע מיני בחורים פון אלע מיני סוגים.
די ישיבה איז אדורך אלע מיני מצבים ברוחניות ובגשמיות, צייטן וואס עז נישט געוועהן קיין אשר יצר פאפיר אין בית הכבוד, און צייטן וואס געלט האט בכלל נישט געשפילט קיין ראלע, צייטן וואס עס איז געוועהן רוב מנין ובנין פון געהויבענע חסידי'שע ווארמע בחורים, און אנדער צייטן וואס מ'האט געמיזט מאכען א קלינאפ, אבער דער הייליגער שיפס קאפיטאן איז אלץ געשטאנען ביים רודער, און דאס איז שטענדיג געוועהן זיין בבת עין די 'ישיבה' די בחורים זאלן האבן וואס מען דארף זיי זאלט קענען שטייגן און וואקסען לשם ולתפארת.
די רבי איז געוועהן פאר די בחורים ווי א ליבליכע טאטע ממש, געזארגט בכל לבו נפשו ומאודו אז יעדער בחור זאל האבן אלעס וואס ער דארף, חוץ וואס ער האט געזארגט פאר די רוחניות האט ער אויך שטארק געזארגט פאר יעדעמס גשמיות, און אויך די רביצין ע"ה איז דעמאלטס געוועהן שטארק אקטיוו ווי א מאמע געזארגט פאר די בחורים אז דאס עסן און אלע ציגעהער זאל זיין אופ'ן שענסטן און בעסטן אופן.
די גאנצע שטעטל און די מוסדות רופט מען נאך עד היום 'די ישיבה' עס איז א נערמאלע ווארט דארט 'עס באלאנגט פאר די ישיבה' הגם עס האט גארנישט מיט די ישיבה נאר מיט'ן שטעטל אדער די מוסדות, אבער היות דאס איס געוועהן די גרינדינג איז עס געבליבן מיט דעם עד היום הזה.
אלץ פותח האשכול וואלט איך זייער געבעטן אז די אשכול זאל זיין געווידמעט בלויז פאר זכרונות, נאסטאלגיע, און היסטאריע, נישט אריינמישן קיין אנדערע ענינים.