Re: זכרונות און היסטאריע פון "אור החיים טאהש'ער ישיבה" אין שטעטעלע טאהש
אנפאנג ל׳ יארןמארמאראש האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 17, 2023 7:34 pmדאס האט לכאורה געמיזט זיין אין די ל' יארן, אין די הויכע מ' און ווייטער איז דאס נישט געווען.איצל פיצל האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 17, 2023 7:10 pmאלע יארן האט יעדער געקענט עסן מיטן רבין שבת צופרי. מיין טאטע זז״ג פארצלייט אן אנעקדאט פון יענע צייט. אז די הייליגע רבי האט געמאכט א ֶתקנה ביים טיש שבת צופרי אז מען טאר נישט טרינקען קיין סעלצער ביז נאך די טשולענט, און אויך דעמאלדטס מעג מען נאר טרינקען א האלבע גלעזל אויף אמאל… נישט זיך נאכגעבן די תאוות מיטן אראפשלינגען א גאנץ גלעזל… מען קען טרינקן וויפיל מען וויל אבער א האלבע קאפ אויף אמאל..חסד לאברהם קאליסק האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 17, 2023 4:51 amמיר האבין זוכה געווין אין די לעצטע יאר צו א טיש יעדין ליל שבת פון טורקע'ר רב אין טבריה און עהר איז געווען א תלמיד ביי הייליגין טאשע'ר אין די ערשטע יאר'ן און זוכה געוועהן צו גאר א חביבות ביים רעבי'ן זיע"א (געגעסי'ן יעדן וואך אויך שבת אינדערפרי ביים רעבי'ן אין הויז און נאך זאכ'ן) בעז"ה בקרוב וועט ארויס קומען דער ספר פון די ספורים פון טורקע'ר רב דארטין איז געשריבין מעשיות וואס טורקע'ר רב האט אליין געזעהן ביי צדיקים און סי עהרשט דארט סיפורים מבהילים פלאי פלאים אויפי'ן הייליגער טאשע'ר רבי'ן זיע"א
מ'האט אפשר געברענגט די סעלטסער סוף טיש אבער די רבי האט נישט גערעדט דערפון - (אין די נ' יארן האב איך געהערט אז ס'פלעגט אמאל זיין אזוי כנ"ל)