-
ציטיר
- 2
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך אמונה פשוטה
»
געהערט יעצט די ניגון "באשעפער א גוטע נאכט" (גראדע אן אנדערע זינגער הא עס געזינגען, און כהאב געזוכט פון וואנט קומט די ניגון)
און עס איז מיך ממש גענומען
די ספה"ק זענען מאריך אויף די לייגן שלאפן אז עס דארף זיין ווי אייד און מיט געדענקען דעם באשעפער
ער האט גוט אריינגעלייגט אין זייערע ווערטער די זיסקייט פון די הרגשה וואס דארף א ייד שפירן ווען ער לייגטזיך שלאפן
"בידך אפקיד רוחי"
אז דער כביכול ליגט אונז שלאפן כביכול ווי א מאמע לייגט זיינע בעייבי
כאטש די דריי ווערטער "באשעפער א גוטע נאכט" זענען נישט אזוי איידל,
כאטש אז סווערט געברענגט אז צדיקים זי"ע האבן אזוי געזאגט (צווישן זיי הגה"ק ר' חזקעלע קוזמירער און נאך)
אבער וואס ס'מעגט פאר זיי פאסט נישט פאר אונז
אבער אזוי איז דאס, ווען אברהם פריד זאגט "בוקר טוב רבש"ע", קומט ישראלי גרין און זאגט "באשעפער א גוטע נאכט"...
אבער די עיקר האט מיר גענומען די גראמען און די melody, זייער זיס און יידישליך.
איך שרייב נישט ווייל איך האלט אזוי; איך שרייב ווייל ס'איז אינטערסאנט