בלאט 822פון 826

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 5:02 pm
דורך גארנישט מיט נישט
אקעי תכלית, וואס קומט מיטוואך?

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 5:16 pm
דורך eller
גארנישט מיט נישט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:30 pm
ס'האט שוין אויסגעזעהן אז די ווינטער קומט צו אן ענדע און אז מ'קען שוין אוועקלייגן די בוטצעס... אבער דער אייבערשטער פירט זיין וועלטל וויאזוי ער וויל, און ס'הייבט אן אויסזעהן מער און מער אז ס'קומט א מעכטיגע היסטארישע געזעגענונגס שניי שטורעם פאר גרויסע חלקים פון די מידוועסט און די נארט איסט ראיאן, אינקלודעד נוי יארק סיטי און די האדסאן וואלי.

ביז יעצט האט אויסגעזעהן אז דעם מיטוואך און דאנערשטאג וועט זיין א רעגן אין די טריי סטעיט געגנט, אבער די לעצטערע קאמפיוטער מאדלס זענען אלע איינשטימיג אז די נידריגע פרעשור סיסטעם וועט טרעקן מער דרום און מזרח פון די געגענט, און אלס רעזולטאט וועט עס אריינלאזן קעלטערע לופט פון צפון מערב קאנאדא, און אזוי אויך וויבאלד די נידריגע פרעשור סיסטעם וועט ארויספארן צום ים ביים קאוסט פון דעלעווער (אבער וועט נאך אלס טרעקן גענוג נאנט צו ברענגן QPF אין די געגנט) וועט זיך עס פיל פארשטערקערן, און אלס רעזולטאט דערפון קען עס זיין א מעכטיגע היסטארישע בליזארד.

לויט די יורא מאדל קען זיין צווישן 24 און 36 אינטשעס פון ניו יארק סיטי ארויף צו די האדסאן וואלי (מאנסי מאנרא) באגלייט מיט מעכטיגע ווינטן פון 60 מייל א שעה און גאר ווילדע ווינט גאסטס ביז 80 מייל א שעה.

די GFS מאדל איז נישט אזוי עקסטרים ווי די יורא מאדל, אבער ס'ווייזט אויך א הויכע שניי פון צווישן 18 ביז 24 אינטשעס.

די קאנעידיען מאדל ווייזט א מיטלגאנג צווישן די GFS און די יורא מאדל, ברענגענדיג א דורכשניטליכע 20 ביז 30 אינטשעס אין די טריי סטעיט געגנט.

דאס מאל איז די שאנסן אז די שטורעם זאל "יא" אנטרעפן די געגנט זייער שטארק, היות א היי פרעשור סיסטעם אין די אטלאנטיק אוישען וועט צוריק האלטן די שטורעם פון ארויספארן צו שטארק צום ים, און א אנדערע היי פרעשור סיסטעם צו די נארט און וועסט וועט צוריקהאלטן די שטורעם פון טרעקן אריין אין די יבשה און ברענגן די שניי בלויז פאר די העכערע אפסטעיט געגנטער, און אזוי אויך וועט א היי פרעשור סיסטעם אין די סאוט בלאקן די שטורעם פון טרעקן צו שטארק צו די סאוט, אלזא די שאנסן אז ס'זאל אמפעקן די טריי סטעיט געגנט זענען גאר שטארק, ספעציעל אז מ'האלט שוין אין די דריי טעג בעפאר די אנהייב פונעם שטורעם, און דאס איז די סיבה פארוואס איך האב היי-קאנפידענס אז די דאזיגע שטורעם וועט יא פאסירן (אנדערש ווי די פארלאפענע שטורעמס וואס האבן אלע זיך אוועקגעדרייט פון אונזער געגנט).

@שניי ליעבהאבער @לבונה זכה אפשר לייגסטו ארויס די פרישע מאפעס?
טויש זשאסט די דעיט אויבן!..

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 5:29 pm
דורך VZQ
גארנישט מיט נישט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 5:02 pm
אקעי תכלית, וואס קומט מיטוואך?
גארנישט מיט נישט

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 6:27 pm
דורך עטרת חיים
eller האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 5:16 pm

april fools day

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 6:41 pm
דורך שניי ליעבהאבער
גארנישט מיט נישט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 5:02 pm
אקעי תכלית, וואס קומט מיטוואך?
שיינע רעגן פאר אונז און א שיינע שניי און די העכערע אפסטעיט געגענטער.
IMG_4414.jpeg
IMG_4414.jpeg (282.97 KiB) געזען 6668 מאל
IMG_4413.jpeg
IMG_4413.jpeg (312.99 KiB) געזען 6668 מאל

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 4:31 pm
דורך to be continued
גארנישט פאר אראנדזש קאונטי?
ניטאמאל א Hazardous Weather Outlook?

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 4:33 pm
דורך יעקב פריינד
@גארנישט מיט נישט פיינע נייעס

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 10:55 am
דורך to be continued
לבונה זכה האט געשריבן: פרייטאג מארטש 29, 2024 3:10 pm
לעצטע טשענס פון תשפ"ד!

ווער ס'איז נאך אינטערסירט אין א שניי [מעגליך אזוינס וואס וועט שטארק פרייליך מאכן די שניי ליבהאבער] קוקט ארויס אויף קומענדיגן מיטוואך נאכט!

נאוט: די מעגליכע שניי הייבט זיך אן מיט א רעגן דינסטאג נאכמיטאג.
בערך א אינטש שניי געווען היינט צופרי אין קרית יואל
פארטאגס זענען אויך די ראודס געווען ווייס

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 12:25 pm
דורך וואו אזוי שפירסטו
היינטיגע (לעצטע ?) שניי אין ק"י ווינטער תשפ"ד.

.

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 12:36 pm
דורך וואו אזוי שפירסטו
די לענסקעפינג קאמפעניס האבן זיך אויפגעוועקט.
אין אנשטאט גיסן סיעדס פאר גראז/ביימער האבן זיי געגאסן זאלץ אויף שניי...

מקען זען די בליענדע ביימער פרירן פאר שניי..
.

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:05 am
דורך שניי ליעבהאבער
דיפרענס פון נעכטן און היינט
IMG_4477.jpeg
IMG_4477.jpeg (109.33 KiB) געזען 4772 מאל

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:18 am
דורך Borrower
אבזערווירער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:08 pm
די נעכטיגע פארפלייצונג אין דוביי איז מעגליך געווען אליינס אנגעווערטשאפט.

דוביי ליידט געווענליך פון טרוקעניש און האבנדיג אסאך געלט האבן זיי א געוויסע טעכנעלאגיע מיט עראפלאנען וואו זיי מאכן אליינס וואלקענעס מיט וואסער און דאס האט מעגליך צוגעברענגט טייל צו די גאנצע פארפלייצונג.

פלייט טרעקערס האבן אויפגעכאפט אזא פליגער הארט פאר די רעגן , וואס אויב זיי האבן געוויסט אז ס'קומט א רעגן וואלטן זיי עס נישט ארויפגעשיקט.

קען אבער זיין אז בלויז טייל דערפון איז מענטש געמאכט, אדער האט די פליגער נישט געמאכט קיין וואלקענעס.

ווי ס'זאל נאר זיין איז עס שוין אזוי מאדנע, קאנטראלירן די וועטער... ( האב איך געמיינט אז ס'איז אונזערס א פאך, ווי קומען די אראבער דא אהער..) און מ'גלייבט נישט אז קיין סאך קלארקייט וועט ארויסקומען אויב ס'איז טאקע געווען א טעות.
כבין נישט דער גרעסטער מבין
(אייגנטליך בכלל נישט.)
אבער רעגן פארלאנגט מער ווי מאכן א וואלקן... - און שטייצעך ווענצעך ווי אויפן פלאנעט -

און וואס בכלל קענען זיי שוין מאכן ??? -

קוק אויף די רויעך ליניעס וואס זיי לאזן איבער און וועפט אויס -

הכלל @וועטעריי''ג איז שייך זיי זאלן "דארט" קענען מאכן רעגענען ?? (און בכלל ארום קלאוד סידינג)
יישר כח

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 1:58 pm
דורך וועטעריי''ג
Borrower האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:18 am

פון די פאר פלעצער אין די וועלט וואס מען נוצט קלאוד סידינג פאר רעגן, איז דוביי פון די מערסט באנוצטע.

עס פארלאנגט זיך וואלקענעס אז מען זאל קענען מאכן רעגן דערפון, ס'איז נישט גענוג די סידינג אליין.

איך בין נישט קלאר צו דאס מאל איז עס געקומען פון קלאוד סידינג, ווייל דא דארט מאכט זיך רעגן אין דוביי.

גייט אריין אפאר באשטאנדטיילן אין די קלאוד סידינג. קען זיין איך וועל עס אמאל מער באריכות מסביר זיין

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 2:11 pm
דורך קלעיבער

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 2:28 pm
דורך שניי ליעבהאבער
א געזונטן זוממער! דעי חברה זאגן פאר גאנץ א הייסע זוממער און ניו יארק און פארגלייך פון לעצטע יאר
IMG_4699.jpeg
IMG_4699.jpeg (163.67 KiB) געזען 3705 מאל

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 2:42 pm
דורך כפרה
שניי ליעבהאבער האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 2:28 pm
א געזונטן זוממער! דעי חברה זאגן פאר גאנץ א הייסע זוממער און ניו יארק און פארגלייך פון לעצטע יאר
IMG_4699.jpeg
זייער פאריעריגע פראדשעקשן פון 18-22 איז למעשה געווען 12

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 2:56 pm
דורך חידוש נפלא
שניי ליעבהאבער האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 2:28 pm
א געזונטן זוממער! דעי חברה זאגן פאר גאנץ א הייסע זוממער און ניו יארק און פארגלייך פון לעצטע יאר
IMG_4699.jpeg
פונקטליך וויפיל טעג ס'וועט זיין 90 דעגרי איז לענ"ד א זאך וואס איז אוממעגליך פארצוזאגן.
דאס זעלבע איז לגבי פונקטליך וויפיל אינטשעס שניי ס'וועט פאלן ווינטער.
און אזוי אויך לגבי פונקטליך וויפיל האריקעינס און טראפישע שטורעמס ס'וועט זיין בכלל, וויפיל דערפון מעידזשער האריקעינס, און וויפיל דערפון וועט אנפאלן אויף יבשה.

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 3:29 pm
דורך עטרת חיים
די זעלבע שטותים ווי ביי די שניי פרעדיקשאן בעפארן ווינטער סעזאן... כ'מיין... א טאג בעפארן שטורם איז נאך זאכן נישט קלאר... זאכן קענען זיך נאך טוישן... געוואנדן אינעם פינקטליכן טרעק פינעם שטורם...
די זעלבע ווי מ'זאגט פאר די האריקעין סעזאן..
אקוראט די זעלבע איז מיט די וואלן פרעדיקשאן...

נו שוין.. אזוי לאנג ווי מ'קען זיי נישט רופן צו דין תורה איז דאך אלעס פיין...

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 7:09 pm
דורך שניי ליעבהאבער
און אנדערע נייעס איז יעצט 13 דעגרי ווארימער אפסטעיט ווי און די סיטי
IMG_4706.jpeg
IMG_4706.jpeg (139.55 KiB) געזען 3238 מאל

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 7:23 pm
דורך איפה פייביש
שניי ליעבהאבער האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 7:09 pm
און אנדערע נייעס איז יעצט 13 דעגרי ווארימער אפסטעיט ווי און די סיטי
IMG_4706.jpeg
דעס איז א נארמאלע זאך דיע צייט פון יאר

די וואסאר איז נאך זייער קאלט און עס ברענגט אריין א קאלטע פראנט וואס מאכט קאלט אין די סיטי און אין אפסטעיט איז עס נישט דא, די זעלבע איז זומער, די וואסער איז ווארעם און עס מאכט א ווארימקייט וואס אפסטעיט האט נישט!

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 7:24 pm
דורך חידוש נפלא
איפה פייביש האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 7:23 pm
שניי ליעבהאבער האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 7:09 pm
און אנדערע נייעס איז יעצט 13 דעגרי ווארימער אפסטעיט ווי און די סיטי
IMG_4706.jpeg
דעס איז א נארמאלע זאך דיע צייט פון יאר

די וואסאר איז נאך זייער קאלט און עס ברענגט אריין א קאלטע פראנט וואס מאכט קאלט אין די סיטי און אין אפסטעיט איז עס נישט דא, די זעלבע איז זומער, די וואסער איז ווארעם און עס מאכט א ווארימקייט וואס אפסטעיט האט נישט!
פארדעם טאקע איז יעצט אין אייסליפ עירפארט [לאנג איילענד] וואס איז נענטער צום וואסער בלויז 55 דעגריס.

https://forecast.weather.gov/data/obhistory/KISP.html

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 7:26 pm
דורך חידוש נפלא
אין קענעדי עירפארט איז יעצט 57 דעגריס.

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 7:27 pm
דורך איפה פייביש
יאפ, עס איז אזוי כמעט יעדע יאר.

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 2:22 pm
דורך חידוש נפלא
מאמענטאל איז 57 אין אייסליפ עירפארט
63 אין קענעדי עירפארט
73 אין לאגווארדיע עירפארט
און 79 אין סענטראל פארק

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 2:32 pm
דורך נאר אויף שימחות
חידוש נפלא האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 7:26 pm
אין קענעדי עירפארט איז יעצט 57 דעגריס.

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: