Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!
אין די אלגעמיינע וועלט ווי גט'ן און חתונה האבן נאכאמאל איז א חלק פונעם נאטורליכער סדר העולם, איז דאס טאקע די נארמע אין גאנץ אסאך פון די פעלער (גענוג מאל איז דא מיאוס'ע מחלוקת און קריגערייען פונקט ווי ביי אונז).Greeneryid האט געשריבן: ↑ מאנטאג אפריל 01, 2024 3:59 pm
נאכדעם זענען דא די נארמאלע מענטשן. מען שמועסט אפ נארמאל, מען קענסעלט נישט יעדן מאנטאג און דאנערשטיג, מען קאלט פון פאראויס, מען קומט אן אין צייט. מען ברענגט צוריק די קינדער אין צייט. די קינדער קומען און גייען אנגעטאן נארמאל, זיי קומען אהיים קלין און מסודר. ווען א קינד פילט נישט גוט קען מען בעטן אפשר די טאטע/מאמע קען זיי נעמען צום דאקטאר אפילו סאיז נישט זיין רייע. אויב א קינד פילט נישט גוט קען מען אויפגעבן די וויזיטעישן פאר יענעם טאג אז די קינד זאל קענען זיין רואיג. מען קומט זיך דורך אויף אנדערע טעג. וכו.
.
דער אמת איז אז אונז הערן מיר בעיקר פון באקאנטע, אין פעלער ווען עס גייט ראנג. אפשר איז אפילו ביינונז אויך דא א סיילענט מעזשאריטי וואס אלעס קלאפט יא.