קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
שטארקע אור
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך שטארקע אור »

א קינד איז נישט דא פאר זיין טאטע, א טאטע דארף יא זיין דא פאר זיין קינד.
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7248
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך חידוש נפלא »

פרוק ית ענך האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 5:21 pm
האט די טאטע געזאגט פאר די מלמד "א כפרה אויף מיין זון איך דארף יעצט געווינען די מלחמה מיט מיין ווייב"
די מעשה איז "זיכער" נישט אמת, פינטל.
דער גרעסטער משוגענער גייט נישט חרוב לייגן זיין אייגענע זון'ס רוחניות און גשמיות צוזאם צוליב נקמה צוועקן.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19056
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך איינס »

חידוש נפלא האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 6:01 pm
פרוק ית ענך האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 5:21 pm
האט די טאטע געזאגט פאר די מלמד "א כפרה אויף מיין זון איך דארף יעצט געווינען די מלחמה מיט מיין ווייב"
די מעשה איז "זיכער" נישט אמת, פינטל.
דער גרעסטער משוגענער גייט נישט חרוב לייגן זיין אייגענע זון'ס רוחניות און גשמיות צוזאם צוליב נקמה צוועקן.
נו נו...
זאל דער פון אויבן שומר ומציל זיין. ביסט אבער זייער נאיוו
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
שטארקע אור
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך שטארקע אור »

חידוש נפלא האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 6:01 pm
פרוק ית ענך האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 5:21 pm
האט די טאטע געזאגט פאר די מלמד "א כפרה אויף מיין זון איך דארף יעצט געווינען די מלחמה מיט מיין ווייב"
די מעשה איז "זיכער" נישט אמת, פינטל.
דער גרעסטער משוגענער גייט נישט חרוב לייגן זיין אייגענע זון'ס רוחניות און גשמיות צוזאם צוליב נקמה צוועקן.
אומוויסנד ביז גאר
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך ווערעצקי »

ליידער מעשים בכל יום. יא, עס זענען פארהאן טאטעס וועלכע זענען גרייט חרוב צו מאכן זייערע קינדער פיזיש און גייסטיש, אלעס כדי צו נקמה נעמען אין די מאמע פון זיינע קינדער.

אבער, נקוט האי כללא בידך, זאלסט קיינמאל נישט דן זיין קיינעם, ווילאנג דו האלטסט נישט מיט די מעשה פערזענליך, נישט פון א שוואגער, מומע, שכנה, נאר פערזענליך. עס איז אוממעגליך צו וויסן דעם אמת ווילאנג מ'איז נישט פערזענליך אריינגעטוהן אין די פרטי הדברים.

השם ירחם
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינהזאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6650
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך יקוש פייוויש »

ווערעצקי האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 6:11 pm
ליידער מעשים בכל יום. יא, עס זענען פארהאן טאטעס וועלכע זענען גרייט חרוב צו מאכן זייערע קינדער פיזיש און גייסטיש, אלעס כדי צו נקמה נעמען אין די מאמע פון זיינע קינדער.

אבער, נקוט האי כללא בידך, זאלסט קיינמאל נישט דן זיין קיינעם, ווילאנג דו האלטסט נישט מיט די מעשה פערזענליך, נישט פון א שוואגער, מומע, שכנה, נאר פערזענליך. עס איז אוממעגליך צו וויסן דעם אמת ווילאנג מ'איז נישט פערזענליך אריינגעטוהן אין די פרטי הדברים.

השם ירחם
און אפי׳ ווען ׳ממיינט׳ אז מ׳ווייסט ״פערזענליך״… ווייסטו אויך נישט אלעס…
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1970
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך קלוגער »

א פארווייטאגטע ענין, אמאל האלט צוריק די מאמע [מיט אירע יועצים] די קינדער פון די טאטע, און אמאל האלט צוריק די טאטע [מיט זיינע יועצים] פון די מאמע, אסאך מאל איז עס צוליב נקמה אדער נצחון, אדער סתם שלעכטקייט, אבער אסאך מאל איז דא שטארקע סיבות, אז די טאטע אדער מאמע זענען א [עכטע] סכנה פאר די קינדער ברוחניות אדער בגשמיות, די זאכען דארפען ווערען געטון על פי שטארקע דעת תורה, בלוט איז נישט קיין וואסער!
אוועטאר
איי אה וועלט!
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 16, 2022 4:03 pm
לאקאציע:צווישן ניו יורק און לעיקפראנט

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך איי אה וועלט! »

איינס האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 5:13 pm
איי אה וועלט! האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 5:03 pm
איינס האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 4:55 pm
איי אה וועלט! האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 4:36 pm
איינס האט געשריבן: פרייטאג מאי 19, 2023 7:27 pm
איז עס אזוי גראד?

טרעף איך יעצט א איד, ער זאגט מיר, אויף אייוועלט האט יעצט איינער געלייגט א קאמפיין איבער קינדער וויזיטעשינס, יענער איז געווען בייז.
יענער איז א סעקנד מערידזש, ער זעט נישט זיינע קינדער ווייל מלאזט אים נישט. זאגט ער, סהאט מיר זייער געבאדערט, אבער איינמאל איך האב חתונה געהאט די צווייטע מאל און מיין ווייבס קינדער זעען יא זייער טאטע דאנק איך דער אויבערשטער אז איך האב נישט געפייט.

מיין פוינט איז אז סאיז נישט אזוי געשניטן מיט א מעסער, ניטאמאל צו זאגן אבער בדרך כלל.
אינגערמאן, איר קענט אזוי גוט זיין און רעדן אידיש? איך פארשטיי פשוט קיין ווארט וואס איר שרייבט דא, חוץ פון דעם וואס די זאגסט אז אויף אייוועלט האט יעצט איינער געלייגט א קאמפיין איבער קינדער וויזיטעשינס און אז די האסט ערגעץ געטראפן א איד.

עס איז דא ערגעץ א איד וואס טענה'ט אז עס שטערט איהם בכלל נישט אז עס איז פארהאן קינדער וואס האבן קיין שייכות מיט זייער אייגענע טאטע? אז עס שטערט איהם בכלל נישט אז עס איז פארהאן א טאטע וואס האט קיין שייכות מיט זיינע קינדער? און די רעדע איז גאר פון איהם זעלבסט און פון זיינע אייגענע קינדער??

אנטשולדיגט, אבער אדער איז עפעס ממש נישט אין ארדענונג מיט מיר אדער מיט איהם...

וואס איז? די קינדער זענען צומישט אז זייערע עלטערן לעבן שוין נישט צוזאמען און ס'שווער פאר זיי? אקעי, ס'קען זיין, עס איז אין פאקט זייער א נארמאלע ערשיינונג, אבער פאר דעם זענען דא פעמעלי טערעפיסטן וואס זענען אויסגעצייכנט אין דעם געביט. לעזן דער פראבלעם פון די שוועריקייטן וואס קינדער קענען אדורכגיין דורך שאפן א פיל ערגערן פראבלעם פון אפ'שחט'ן משפחות און דורות איז קיין לעזונג.

וויאזוי פלעגט טראמפ'נען אלץ שרייען "עי בעד דיעל איז ווארס דען נאו דיעל!"
אז משרייט ווערט מען נישט גערעכט.
ממילא וועל איך ענטפערן יעצט אין לשון קודש
אויב איז דא למשל א מאמע א מרשעת און דער טאטע פייט צוריק, זאל ער זיין גערעכט וויפיל ער ווי, לייגט ער בידים צוגרינד די קינדער. ומכ״ש ווען די מאמע האט יא גערעכט טענות (אפגעזען צו דער טאטע איז מסכים מיט דעם)

די פוינט איז נישט דער טאטע דא, נאר די קינדער. אויב איינער פון די עלטערן נעמט נקמה, און דער צווייטער וויל זיין גערעכט האט ער א יד ורגל אין די חורבן פון די קינדער. עם ילדים תהיה חכם אל תהיה צודק.
די נושא דא איז נישט צו מען זאל זיך ארומשלאגן (צו אין קאורט, בית דין אדער סתם מיט די הילף פון א"ג וואוילע אידן) אדער נישט. די רעדע איז פון צוריקהאלטן קינדער און עלטערן פון זיין צוזאמען, פינטל.
זייער קלאר זיך ארויס געברענגט.
בעוד איך טענה אז די רעדע איז וויאזוי זיכער צו מאכן אז די קינדער בלייבן געזונט (#איך לעב)
טענהסטו אז די רעדע איז פון צוריקהאלטן קינדער און עלטערן פון זיין צוזאמען (#מיין טאטע לעבט)

אנשטאט צו קוקן און זען פארן ציל דעם קינד (יא, אויך אויפן פרייז פון די עלטערן), שרייסטו טאטע טאטע (אויך אויפן פרייז פונעם קינד)
@שמעון אלימלך האט שון ארויסגעברענגט מיט אן אויסטערלישע קלארקייט אז די ריכטיגע מעסטער צו זען אויב מ'רעדט פון די תועלת פון די קינדער אדער פון די תועלת פון די מחלוקת, איז אז מ'זאל אריינטראכטן אויב ווען די פארפאלק וואלט ווען נאך געווען פארהייראט וואלט מען אויך דערווייטערט די קינגער פון די טאטע/מאמע.

געווענליך איז די תירוץ אז נישט.

און יא, איך שריי טאקע טאטע טאטע טאטע און אויך מאמע מאמע מאמע און אויך קינד קינד קינד. בקט שכלי קען איך נישט פארשטיין פארוואס ווען איינער זאגט אז טאטע/מאמע און קינד מוזן האבן א נאנטע און טיפע קשר ווערט דאס אין דיין אויגן באטראכט ווי #מיין טאטע לעבט (די העשטעג האב איך נאר געלייגט ווייל איך זעה אז אזוי ביסטו זיך מסביר) און נישט ווי #איך לעב
אוועטאר
איי אה וועלט!
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 16, 2022 4:03 pm
לאקאציע:צווישן ניו יורק און לעיקפראנט

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך איי אה וועלט! »

פרוק ית ענך האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 5:21 pm
אויב עס באלאנגט נישט דא, ביטע מעקן
געהערט א מעשה פון א מלמד וואס א קינד אין זיין קלאס איז אדורך אזא תקופה וואס די עלטערן האבן זיך צוטיילט און דיע קינד איז געוועהן 3 טעג א וואך ביי די טאטע און 3 טעג א וואך ביי די מאמע און יעדע צווייטע שבת ערגעץ אנדערש
פארשטייט זיך אז דיע קינד'ס קאפ איז נישט געוועהן ביי די לימודים
איין מאל האט די קינד זיך אויסגערעדט צו די מלמד אז ס'איז איהם זייער שווער צו זיין יעדע 3 טעג ערגעץ אנדערש ער וויל ענדערש זיין איין פילע וואך ביי די טאטע און איין וואך ביי די מאמע האט די מלמד געזאגט אז ער וועט רעדן צו די טאטע דערוועגן
די מלמד האט גערופן די טאטע און איבערגעזאגט וואס די אינגל האט איהם געזאגט
האט די טאטע געזאגט אז ער ווייסט אז די מאמע וויל אויך אזוי און ער האלט איר נישט ביים נאכגעבן
האט די מלמד פראבירט מסביר צו זיין פאר די טאטע אז עס וועט אפשר העלפן פאר די קינד זיך בעסער קאנצעטרירן אין די לימודים
האט די טאטע געזאגט פאר די מלמד "א כפרה אויף מיין זון איך דארף יעצט געווינען די מלחמה מיט מיין ווייב"

ס'איז מן הסתם א מעשה אחד מני אלף וואס לאו בכל יומא מתרחש אבער יעדע פאל איז אנדערש און מען קען נישט דן זיין פון איין מעשה אויף די צווייטע
אוי טאטע אין הימל! אטו בשופטני עסקינן? נ'וודאי זענען פארהאן מענטשען פון אלע סארט, אבער איז דען דאס די נושא? אבער די עיקר שאלה וואס באדערט מיך איז, אז די אליין פארשטייבט יא אז די מעשה איז איבערהויפט נישט די נארמע, פאר וועלעכע גוט יאר ביסטו עס דא מפרסם אויף דער אשכול? סתם צו געבן א פתחון פה פאר סיי ווער ס'וועט וועלן נוצן דער מאדנער פארשוין אלץ א דוגמא אז אזוי פירן זיל אויף רוב אידן וואס האבן זיך ל"ע ג'עגט?
אוועטאר
איי אה וועלט!
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 16, 2022 4:03 pm
לאקאציע:צווישן ניו יורק און לעיקפראנט

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך איי אה וועלט! »

שטארקע אור האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 5:58 pm
א קינד איז נישט דא פאר זיין טאטע, א טאטע דארף יא זיין דא פאר זיין קינד.
כ'וועל דיר זאגן דעם אמת, איך האב געלייענט דיין תגובה און מיינע ברעמען האבן זיך געהויבן, אבער הויעך -זייער הויעך.

איך האב פראבירט צו שאצן דיין יארגאנג, איך האב פראבירט צו פארשטיין וואסארא מחשבות זענען דורך געלאפן דיין קעפל איידער די האסט אפגעקלאפט די פאר אותיות אויפ'ן קיעבאוורד (אדער געסווייפט אויפ'ן פאון), איך האב פראבירט צו טראכטן אויב די האסט בכלל גענוצט דיין קעפל בעפאר שרייבן די תגובה. און דאן

דאן זענען מיינע אויגן געפאלן אויף דיין חתימה/טעגליין
קאמאן סענס, מאכט נישט קיין סענס
שוין אלץ קלאר געווארן.

סתם אזוי, בדרך אגב, דאס וואס קינד און טאטע/מאמע דארפן האבן א טיפע און נאנטע קשר איז גארנישט מער פאר די "הנאה" פון די טאטע/מאמע ווי פאר די געזונט און וואילזיין פון די קינד.
אוועטאר
איי אה וועלט!
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 16, 2022 4:03 pm
לאקאציע:צווישן ניו יורק און לעיקפראנט

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך איי אה וועלט! »

אין אמת'ן אריין איז נישט דא קיין שום רעכט צו בארעכטיגן אן אומרעכט, פינטל!

ווען וועלט איז ווען וועלט (איי... אה... וועלט!) וואלט מען ניטאמאל געמעגט ענטפערן די אלע וואס ברענגן ארויף פארשידענע ערליי א"ג טענות און געדאנקן, אממערסטן וואלט מען געדארפט גיעבן א דריי מיט די נאז, און ווייטער געגעאנגען, נאר היות עס זענען פארהאן אזעלעכע וואס זענען נישט צו אויסגעשארפט... און יעדער ווארט וואס זיי הערן אדער לייענען קויפן זיי אפ פאר גוט געלט, צוליב די פאר אידן איז דא א חיוב יא זיך אפצוגעבן מיט די אלע זינלאזע טענהרייען.

אלזא, ביי די יעצטיגע מינוטן איז דער אשכול שוין געזען געווארן דורך נאנט צו דריי טויזענט פאר אויגן, אויב איז דא דא איינער, אפילו נאר איין איד וואס קען אפשלאגן דאס וואס @שמעון אלימלך האט געשריבן, זאל ער אזוי גוט זיין און זיך לאזן הערן.
אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך Ny-17 »

f76c07a7233049bd81e35de5ba1fa129.jpg
f76c07a7233049bd81e35de5ba1fa129.jpg (48.17 KiB) געזען 2824 מאל
לעצט פארראכטן דורך Ny-17 אום פרייטאג יוני 02, 2023 3:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך Ny-17 »

25d2e3c067854ba0858a6e97248c0b6e.jpg
25d2e3c067854ba0858a6e97248c0b6e.jpg (54.53 KiB) געזען 2826 מאל
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך Ny-17 »

15963.jpg
15963.jpg (160.65 KiB) געזען 2807 מאל
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
אוועטאר
מענדל וועבער
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 1:42 am

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך מענדל וועבער »

הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 1:43 am
קאשע זופ האט געשריבן: מוצ"ש מאי 20, 2023 11:50 pm
farshlufen האט געשריבן: מוצ"ש מאי 20, 2023 11:47 pm
ידידינו ר' יואל.

זעהסט דאך אז ס'דא ווער ס'פארשטייט אביסל.

לאז א איד קומען צום ווארט.
און אפילו א איד וויל סתם אויסגין זיין ווייטאג מעג מען אים אויך מחזק זיין און פארשטיין
דער אשכול באלאנגט נישט אויף אייוועלט
די קינדער/בחורים וואס ליידן נעבעך טארן דאס נישט ליינען. עס העלפט נישט, נאר ארבייט פארקערט.
א טאטע וואס גיסט זיך אויס ״זיינע״ עמאושענס פאר זיין קינד, איזעס זייער דעמעדשינג.

איז ווייסט וואס פארהאק די נושע !?
פארוואס ווייל עס קען שאטן פאר די קינדער :

איי דעי קינדער ליידן דאך סיי ווי יעדע מינוט ווען זיי קענען נישט צוקומען צו איינע פון די עלטערן
ענדשער לאז זיי צוקומען אין באקומען אביסלע געפיל ניין ???

די קינדער טארןן דאס נישט ליינען ? די מיינסט אז איינס פון דעי קינדער כאפן נישט אליינס אויף די מציעות ????
אוועטאר
וועלטס מבין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:53 pm
לאקאציע:ניו יארק

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך וועלטס מבין »

איך זיץ ביים חומש אין טראכט...

וקורח שפקח היה מה ראה לשטות זו?

יא יא, אסאך מאל האב איך שוין געהערט, ליידער אויף ארויפגעקוקטע נארמאלע מענטשן, געווען אמאל. סאיז געשען וואס סאיז געשען אין מען האט זיך יא געדארפט גט'ן, מישט זיך אריין די גאנצע משפחה, יעדע פעטער ווערט אפטרופס אויפן קינד, יעדער פארשטייט וואס איז די בעסטע פאר יענעמס קינד, זיי ווייסן שוין וויאזוי צי מקרב זיין א קרבן אויך.

מען איז אויף גאנצעטע נעכט זיך מיטשענען וויאזוי מען קען בעסער אפטין די קינדס אנדערע עלטערן.

ווייל דער זיידע האט געחלומט אז די אייניקלעך וועלן מער נישט קענען דעם צד שכנגד. אין אלעס וועט זיין מסודר.

די חברה צעביסלעך גראבן זיך זייער לאך, אין פאלן טיעף טיעף אין שאול תחתות אין קענען זיך נישט זען ארויס.

דאס קען זיין פשט פארוואס דער טייעא וואס האט אנגעוויזן פאר רבי בר בר חנה ווי די גרוב פון קורח געפינט זיך, אין מען האט געהערט משה אמת ותורתו אמת והם בדאין.

אין תורת משה ווערן נישט קינדער אפגעהאקט פון איינע פון די עלטערן ווען מען גט זיך.

אין תורת משה מעג מען נישט העצן קיין קינדער אויפן אנדערע עלטערן.

אין תורת משה דארפן עלטערן טין אלס אין זייער מעגליכקייט צי זען זייערע קינדער, אפילו גיין אין קארט (באר משה). וויזיטעשאן איז נישט קיין פריוועליגיע, עס איז א התחייבות פון עלטערן צי זייער קינד.

אין תורת משה דארפן עלטערן פראבירן צי האלטן אן אפענע ליין אוו קאמיוניקעשען נישט אדארעך א מטבח וואס טוישט די מעסידזעס לויט זיין/איר פארשטאנד צימאל זייער געשמאק.

לאמיר אלע שרייען משה אמת ותורתו אמת והם בדאין.

מיר גייען זיך מער נישט לאזן מאכן א בליט-בוד פון איעדען גט.

מיר גייען נישט שטיצן אפהאקן קינדער פון עלטרן.

מיר גייען זיך אויפפירן ווי ערליכע אידן, וואס האלטן תורת משה. אין נישט תורת לאקשן וואס א געלונגענער טוען האט אויסגעטראפן צי קענען מאכן פרנסה אויפן חשבון פון אידיש בלוט.


סתם מחשבות....
ווייל א טאטע בלייבט א טאטע....
מיילעך שרייבער
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 10, 2018 6:01 pm
פארבינד זיך:

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך מיילעך שרייבער »

גוט מארגן יעדן איינעם!
איך האב מיך איינגעהאלטן ביז יעצט פון ענטפערן אויף אלע קאמענטס דא אויף איי וועלט, און אין נאך אנדערע פלאטפארמעס, איך האב געלאזט דעם עולם רעדן, און געבן קאמעטארן רעכס און לינקס, איך האב געוואלט זעהן וואס דער עולם האלט איבער דעם נושא, איך מייין אז עס איז געקומען די צייט איך זאל אריינקומען מיט א קלארקייט איבער דעם ברענענדיגן נושא.

מיין נאמען איז מענדי יאזשעף, איך גלייב אז א חלק עולם קען מיר אדער שוין געהערט איבער מיר, ב"ה דער עולם קען מיר אפשר מער אלץ Vista Team, אונטערשטע שורה איז אז איך שטיי אונטער דעם לעצטיגן מאוומענט וועגן די נושא פון קינדער וואס זענען נעבעך אוועק געריסן פון זייערע עלטערן.

דער אמת לאמיתו ליידער איז אז איך בין א קרבן פון אזא פרשה, ליידער איך האב שוין נישט געזעהן מיינע דריי לעכטיגע נשמה'עלעך פאר קרוב צו 5 יאהר (!), עס איז אוממעגליך מסביר צו זיין אין אפאר קורצע שורות די ווייטאג, צער, יסורים פון א טאטע וואס איז דערוואטערט פון זיינע קינדערלעך, אוי להם לבנים שגלו מעל שולחן אביהם...

ווי געזאגט גיי איך שוין אפצייכענען 5 יאהר פון יענעם שרעקעדיגן נאכט, ווען איך בין אהיים געקומען נאכן ארבעט אינדערהיים, און עפעס אזא מינע שטילקייט האט באהערשט דאס גאנצע הויז, פון איין מינוט אויפן צווייטן בין איך געווארן פון א געזונטע לעבעדיגע טאטע פאר צוויי קליינע זיסע נשמה'לעך, צו א צובראכענע שבר כלי וועלכע וויינט נעבעך אויפן אייגענעם חורבן הבית.

איך וועל נישט אריינגיין דא אין קיין דיטעל"ס איבער פארוואס, ווי אזוי, ווען וכו' וכו' זאכן זענען צוגעגאנגען, אונטערשטע שורה איז אז 4 חדשים נאכן זיך צוטיילן האב איך געגעבן א גט אין בי"ד און געחתמע'ט א פעיפער ווי איך געב גענצליך אויף אויף מיינע קינדער, און אז איך וועל נישט בעהטן מער קיינמאל צו זעהן מיינע קינדער וכו' וכו'.

נאכן איבער געבן דעם גט, האב איך זיך צוריק געקערט קיין ארץ ישראל ווי מיינע עלטערן וואוינען, איך בין געווען א שבר כלי, צובראכן ווי א שויבן, דאס ליידיגקייט און צער האט געשריגן פון יעדעס ווינקל אין מיין הארץ, דאס ווייטאג איבער די נשמה'לעך וועלכע געפינען זיך ערגעץ וואו אין לאנדאן, האט מיר נישט געלאזט קיין מנוחה, עס איז געקומען א שמחת תורה, איך בין געגאנגען געהעריג אין שהול, איך האב געוואלט שפילן אז אלעס איז אין ארדענונג, איך האב געטאנצן מיט יעדן, עולה געווען לתורה, קידוש געמאכט מיט יעדן, בקיצור זיך געהאלטן שטארק ביז... יא יא עס איז געקומען צו 'כל הנערים' ווי יעדע טאטע שפאצירט זיך אריין מיט זיינע קינדערלעך אונטער די טלית און זאגט 'המלאך הגואל אותי מכל הנערים', איך בין דארט אויך געשטאנען און זיך געביסן די נעגל, איך האב מיך איינגעהאלטן מיט די שטערקסטע כוחות נישט אוס צו פלאצן אין א געוויין צום מלך מלכי המלכים, מיין נשמה האט געשריגן, 'מענדי ווי זענען דיינע קינדערלעך?'...

עס איז אריבער א פאר חדשים, צוביסלעך האב איך זיך אנגעפאנגען צוגעוואוינען צום נייעם לעבן שטייגער, איך האב פראבירט מיט מיינע שטערקסטע כוחות זיך צו האלטן ווי א גיבור, אייביג געווען מיט א שמייכל, איך האב פראבירט מיך אליינס איינצורעדן אז מען קען לעבן אזוי אויכעט, עס איז אריבער א חנוכה, פורים, אינצווישן איז געבוירן געווארן מיין 3 נשמה'לע, איך האב מיך אריבער געכאפט קיין לאנדאן אויפן ברית, און זיך ווייטער געהאלטן שטארק ווי א גיבור, איך האב מיך איינגערעדט די גאנצע צייט, אז יא, מען קען עס באווייזן, אפילו מען האט נישט קיין שייכות מיט די קינדער קען מען נאך ווייטער לעבן און אנגיין מיטן טאג טעגליכן לעבן.

ויהי היום, און דער מסבב כל הסיבות האט צו געפירט אז איך זאל צוריק מאפן קיין עיה"ב לאנדאן, עפעס איין פארוואלקענטע אינדערפרי דרייוו איך מיין קאר אין די גאסן פון סטעמפארד הילל, ווען פלוצלינג זעה איך פון די זייט ווי מיינע דריי זיסע נשמה'לעך שפאצירן אויפן גאס… מיין הארץ האט אנגעפאנגען ארבעטן שנעל, פון איין מינוט אויפן צווייטן האב איך זיך געגעבן א וועק אויף פון א טיפן שלאף, און אנגעקוקט מיינע קינדערלעך, איך האב געפיהלט א מעסער אין מיין הארץ, איך האב אנגעפאנגען פיהלן דאס אלץ וואס איך האב פארלוירן פאר די לאנגע תקופה וואס איך האב שוין נישט קיין שייכות מיט מיינע זיסע קינדערלעך…

איך וועל נישט אריינגיין דא ווייטער אין די קומענדיגע פרטים מפני צנעת הפרט, ווער עס ווייסט ווייסט וואס עס איז אלץ פארגעגאנגען, אונטערשטע שורה איז אז היינט צוטאג איז שוין קרוב צו 5 יאהר זייט דאס לעצטע מאל וואס איך האב געגעבן א שמייכל פאר מיינע טייערע קינדערלעך.

היינט צוטאג בין איך אין מאנסי, ב"ה איך האב געטראפן דא אין ניו יארק אסאך גוטע אידן וועלכע זיי ווילן טוהען גוט, און ווילן אויפטוהען אין דעם נושא, ליידער בין איך אנטדעקט געווארן מיט די צייט צו נאך אסאך ווייטאגליכע מעשיות פון עלטערן טאטעס און מאמעס וועלכע זענען נעבעך טראגיש געווארן אוועק געריסן פון זייערע קינדערלעך.

דעם לעצטן ער"ח סיון, אויפן וועג צום ארבעט, האב איך אזוי אריינגעטראכט אינעם 'ואזכה לראות בנים - תפלה', איך האב אזוי געקלערט צו מיר אליינס, אז יעדע טאטע בעהט 'ואזכה לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות', ביי מיר איז עס נעבעך 'ואזכה לראות בנים' - איך זאל פלעי"ן קענען זעהן מיינע קינדערלעך…

אנקומענדיג צום ארבעט האב איך מחליט געווען צו מאכן א פאוסטע"ר וועגן דעם, אומר ועושה, ביז געציילטע מינוטן האב איך ארויפגעלייגט דעם 'ואזכה לראות בנים פאוסטער' אויף מיין סטעטו"ס, איך האב אלייס נישט געגלייבט וואס דאס גייט אלץ ברענגען, די פידבעק איז געווען אין לשער ואין לתאר, מיין פאון האט אנגעפאנגען קלינגען יעדע מינוט, סתם יונגעלייט וואס איך קען זיי ניטאמאל האבן מיר געקאלט און זיך אויס גערעדט אז נעבעך זיי קענען נישט זעהן זייערע קינדערלעך, איך האב אליינס נישט געגלייבט וואס דא גייט אלץ פאר, דיער פאוסטער איז ארום געפארן אויף סאושע"ל מידיא, און עס איז געווארן א נושא.

זעענדיג אז דאס אייזן איז הייס, האב איך ארויס געשיקט נאך אפאר פאוסטער"ס, כולם כאחד ברענגען ארויס די ווייטאג פון עלטערן וועלכע זענען אפגעריסן פון זייערע קינדערלעך, יעדער פאוסטער פאר זיך האט געשריגן די צער פון די יונגע נשמה'לעך וועלכע לעכטצן נאך זייערע עלטערן, און די צער פון די עלטערן וועלכע האב זיך נעבעך דערלעבט אזא אידיש נחת…

ב"ה, שטייענדיג א חודש נאכן קאמפיין, מיין איך אז מען קען זאגן אז עס האט געהאט א געוואלדיגן אפקלאנג, די מטרה איז געווען אז דער עולם זאל זיך אויפוועקן און פארשטיין אז מען קען נישט אוועק כאפן קיין קינדער פון קיין עלטערן, פאר קיין שום פרייז, עס איז נישט דא קיין שום היתר אין דער וועלט צו טהון אזא מעשה רציחה, עס איז א רציחה פאר די טאטע אדער מאמע, און נאך א גרעסערע רציחה פאר די יונגע צווייגעלעך…

ליידער איך אין מיין קעי"ס שעה איך נישט קיין וועג בדרך הטבע צו זעהן מיינע קינדעלעך בקרוב, אבער איך געב נישט אויף, און דער עיקר איז אז איך מיך אונטער גענומען צו שרייען בשער בת רבים די ווייטאג פון די עלטערן וואס זענען נעבעך ווייט פון זייערע קינדער, ויה"ר שלא ישמע עוד שו"ד בגבולינו.
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך באקסער בוים »

איך קען אייך נישט, אבער איך פיל (פראביר עכ"פ מיטצופילן) אייער צער, דער כל יכול זאל אייך אויפרעכטן בקרוב ובניקל, און זאלט 'זעהן' געזונטערהייט אסאך נחת פון אלע אייערע קינדערלעך!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10593
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך צוויי גילדען »

ווייטאג! ווייטאג! ווייטאג!

יוש ס'איז ביטער.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6359
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך דרייטצעך »

באקסער בוים האט געשריבן: מיטוואך יוני 21, 2023 12:14 pm
איך קען אייך נישט, אבער איך פיל (פראביר עכ"פ מיטצופילן) אייער צער, דער כל יכול זאל אייך אויפרעכטן בקרוב ובניקל, און זאלט 'זעהן' געזונטערהייט אסאך נחת פון אלע אייערע קינדערלעך!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
הארציגע סטרונעס
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2022 12:52 am

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך הארציגע סטרונעס »

עס גיסט זיך טרערן!!
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

איר זענט א צדיק!!!
דער רבוש"ע זאל העלפן אז איר זאלט זיך בקרוב קענען צוריק פאראייניגען מיט אייערע קינדער!!!
...
נחלתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 11:36 pm

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך נחלתי »

079joseph האט געשריבן: מיטוואך יוני 21, 2023 12:03 pm
גוט מארגן יעדן איינעם!
איך האב מיך איינגעהאלטן ביז יעצט פון ענטפערן אויף אלע קאמענטס דא אויף איי וועלט, און אין נאך אנדערע פלאטפארמעס, איך האב געלאזט דעם עולם רעדן, און געבן קאמעטארן רעכס און לינקס, איך האב געוואלט זעהן וואס דער עולם האלט איבער דעם נושא, איך מייין אז עס איז געקומען די צייט איך זאל אריינקומען מיט א קלארקייט איבער דעם ברענענדיגן נושא.

מיין נאמען איז מענדי יאזשעף, איך גלייב אז א חלק עולם קען מיר אדער שוין געהערט איבער מיר, ב"ה דער עולם קען מיר אפשר מער אלץ Vista Team, אונטערשטע שורה איז אז איך שטיי אונטער דעם לעצטיגן מאוומענט וועגן די נושא פון קינדער וואס זענען נעבעך אוועק געריסן פון זייערע עלטערן.

דער אמת לאמיתו ליידער איז אז איך בין א קרבן פון אזא פרשה, ליידער איך האב שוין נישט געזעהן מיינע דריי לעכטיגע נשמה'עלעך פאר קרוב צו 5 יאהר (!), עס איז אוממעגליך מסביר צו זיין אין אפאר קורצע שורות די ווייטאג, צער, יסורים פון א טאטע וואס איז דערוואטערט פון זיינע קינדערלעך, אוי להם לבנים שגלו מעל שולחן אביהם...

ווי געזאגט גיי איך שוין אפצייכענען 5 יאהר פון יענעם שרעקעדיגן נאכט, ווען איך בין אהיים געקומען נאכן ארבעט אינדערהיים, און עפעס אזא מינע שטילקייט האט באהערשט דאס גאנצע הויז, פון איין מינוט אויפן צווייטן בין איך געווארן פון א געזונטע לעבעדיגע טאטע פאר צוויי קליינע זיסע נשמה'לעך, צו א צובראכענע שבר כלי וועלכע וויינט נעבעך אויפן אייגענעם חורבן הבית.

איך וועל נישט אריינגיין דא אין קיין דיטעל"ס איבער פארוואס, ווי אזוי, ווען וכו' וכו' זאכן זענען צוגעגאנגען, אונטערשטע שורה איז אז 4 חדשים נאכן זיך צוטיילן האב איך געגעבן א גט אין בי"ד און געחתמע'ט א פעיפער ווי איך געב גענצליך אויף אויף מיינע קינדער, און אז איך וועל נישט בעהטן מער קיינמאל צו זעהן מיינע קינדער וכו' וכו'.

נאכן איבער געבן דעם גט, האב איך זיך צוריק געקערט קיין ארץ ישראל ווי מיינע עלטערן וואוינען, איך בין געווען א שבר כלי, צובראכן ווי א שויבן, דאס ליידיגקייט און צער האט געשריגן פון יעדעס ווינקל אין מיין הארץ, דאס ווייטאג איבער די נשמה'לעך וועלכע געפינען זיך ערגעץ וואו אין לאנדאן, האט מיר נישט געלאזט קיין מנוחה, עס איז געקומען א שמחת תורה, איך בין געגאנגען געהעריג אין שהול, איך האב געוואלט שפילן אז אלעס איז אין ארדענונג, איך האב געטאנצן מיט יעדן, עולה געווען לתורה, קידוש געמאכט מיט יעדן, בקיצור זיך געהאלטן שטארק ביז... יא יא עס איז געקומען צו 'כל הנערים' ווי יעדע טאטע שפאצירט זיך אריין מיט זיינע קינדערלעך אונטער די טלית און זאגט 'המלאך הגואל אותי מכל הנערים', איך בין דארט אויך געשטאנען און זיך געביסן די נעגל, איך האב מיך איינגעהאלטן מיט די שטערקסטע כוחות נישט אוס צו פלאצן אין א געוויין צום מלך מלכי המלכים, מיין נשמה האט געשריגן, 'מענדי ווי זענען דיינע קינדערלעך?'...

עס איז אריבער א פאר חדשים, צוביסלעך האב איך זיך אנגעפאנגען צוגעוואוינען צום נייעם לעבן שטייגער, איך האב פראבירט מיט מיינע שטערקסטע כוחות זיך צו האלטן ווי א גיבור, אייביג געווען מיט א שמייכל, איך האב פראבירט מיך אליינס איינצורעדן אז מען קען לעבן אזוי אויכעט, עס איז אריבער א חנוכה, פורים, אינצווישן איז געבוירן געווארן מיין 3 נשמה'לע, איך האב מיך אריבער געכאפט קיין לאנדאן אויפן ברית, און זיך ווייטער געהאלטן שטארק ווי א גיבור, איך האב מיך איינגערעדט די גאנצע צייט, אז יא, מען קען עס באווייזן, אפילו מען האט נישט קיין שייכות מיט די קינדער קען מען נאך ווייטער לעבן און אנגיין מיטן טאג טעגליכן לעבן.

ויהי היום, און דער מסבב כל הסיבות האט צו געפירט אז איך זאל צוריק מאפן קיין עיה"ב לאנדאן, עפעס איין פארוואלקענטע אינדערפרי דרייוו איך מיין קאר אין די גאסן פון סטעמפארד הילל, ווען פלוצלינג זעה איך פון די זייט ווי מיינע דריי זיסע נשמה'לעך שפאצירן אויפן גאס… מיין הארץ האט אנגעפאנגען ארבעטן שנעל, פון איין מינוט אויפן צווייטן האב איך זיך געגעבן א וועק אויף פון א טיפן שלאף, און אנגעקוקט מיינע קינדערלעך, איך האב געפיהלט א מעסער אין מיין הארץ, איך האב אנגעפאנגען פיהלן דאס אלץ וואס איך האב פארלוירן פאר די לאנגע תקופה וואס איך האב שוין נישט קיין שייכות מיט מיינע זיסע קינדערלעך…

איך וועל נישט אריינגיין דא ווייטער אין די קומענדיגע פרטים מפני צנעת הפרט, ווער עס ווייסט ווייסט וואס עס איז אלץ פארגעגאנגען, אונטערשטע שורה איז אז היינט צוטאג איז שוין קרוב צו 5 יאהר זייט דאס לעצטע מאל וואס איך האב געגעבן א שמייכל פאר מיינע טייערע קינדערלעך.

היינט צוטאג בין איך אין מאנסי, ב"ה איך האב געטראפן דא אין ניו יארק אסאך גוטע אידן וועלכע זיי ווילן טוהען גוט, און ווילן אויפטוהען אין דעם נושא, ליידער בין איך אנטדעקט געווארן מיט די צייט צו נאך אסאך ווייטאגליכע מעשיות פון עלטערן טאטעס און מאמעס וועלכע זענען נעבעך טראגיש געווארן אוועק געריסן פון זייערע קינדערלעך.

דעם לעצטן ער"ח סיון, אויפן וועג צום ארבעט, האב איך אזוי אריינגעטראכט אינעם 'ואזכה לראות בנים - תפלה', איך האב אזוי געקלערט צו מיר אליינס, אז יעדע טאטע בעהט 'ואזכה לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות', ביי מיר איז עס נעבעך 'ואזכה לראות בנים' - איך זאל פלעי"ן קענען זעהן מיינע קינדערלעך…

אנקומענדיג צום ארבעט האב איך מחליט געווען צו מאכן א פאוסטע"ר וועגן דעם, אומר ועושה, ביז געציילטע מינוטן האב איך ארויפגעלייגט דעם 'ואזכה לראות בנים פאוסטער' אויף מיין סטעטו"ס, איך האב אלייס נישט געגלייבט וואס דאס גייט אלץ ברענגען, די פידבעק איז געווען אין לשער ואין לתאר, מיין פאון האט אנגעפאנגען קלינגען יעדע מינוט, סתם יונגעלייט וואס איך קען זיי ניטאמאל האבן מיר געקאלט און זיך אויס גערעדט אז נעבעך זיי קענען נישט זעהן זייערע קינדערלעך, איך האב אליינס נישט געגלייבט וואס דא גייט אלץ פאר, דיער פאוסטער איז ארום געפארן אויף סאושע"ל מידיא, און עס איז געווארן א נושא.

זעענדיג אז דאס אייזן איז הייס, האב איך ארויס געשיקט נאך אפאר פאוסטער"ס, כולם כאחד ברענגען ארויס די ווייטאג פון עלטערן וועלכע זענען אפגעריסן פון זייערע קינדערלעך, יעדער פאוסטער פאר זיך האט געשריגן די צער פון די יונגע נשמה'לעך וועלכע לעכטצן נאך זייערע עלטערן, און די צער פון די עלטערן וועלכע האב זיך נעבעך דערלעבט אזא אידיש נחת…

ב"ה, שטייענדיג א חודש נאכן קאמפיין, מיין איך אז מען קען זאגן אז עס האט געהאט א געוואלדיגן אפקלאנג, די מטרה איז געווען אז דער עולם זאל זיך אויפוועקן און פארשטיין אז מען קען נישט אוועק כאפן קיין קינדער פון קיין עלטערן, פאר קיין שום פרייז, עס איז נישט דא קיין שום היתר אין דער וועלט צו טהון אזא מעשה רציחה, עס איז א רציחה פאר די טאטע אדער מאמע, און נאך א גרעסערע רציחה פאר די יונגע צווייגעלעך…

ליידער איך אין מיין קעי"ס שעה איך נישט קיין וועג בדרך הטבע צו זעהן מיינע קינדעלעך בקרוב, אבער איך געב נישט אויף, און דער עיקר איז אז איך מיך אונטער גענומען צו שרייען בשער בת רבים די ווייטאג פון די עלטערן וואס זענען נעבעך ווייט פון זייערע קינדער, ויה"ר שלא ישמע עוד שו"ד בגבולינו.
צום גאון וצדיק ר' משה פיינשטיין זצ''ל איז אמאל אריינגעקומען א בעה''ב און זעהט ווי עס זיצט א איד לעבן רב און זיי ביידע וויינען בכיות נמרצות. נאך עטליכע מינוט שטעלט זיך די איד אויף און גייט ארויס. ווען די בעה''ב האט געפרעגט דעם גאון וואס עס גייט פאר, האט ער גיענטפערט, 'איך ווייס נישט... די איד איז אריינגעקומען און ווען איך האב איהם געפרעגט וואס איך קען איהם העלפן האט ער זיך גענומען יאמערליך צו וויינען, וויפול איך האב איהם פרובירט צו בארואיגען האט נישט געהאלפען און נישט געקומען צום ווארט', האט די גאון וצדיק אנגערופן ''איך בין געווארן זייער איבערגענומען און געקלערט העלפן קען איך טאקע נישט דעם איד ווייל איך פארשטיי נישט וואס ער רעדט. איין זאך קען איך יא טוהן איך קען מיטוויינען מיט איהם...'' איז די גאון געזיצן מיט א איד וואס ער פארשטייט נישט קיין ווארט נאר געזיצן שעות און מיטגעוויינט מיט איהם.

רב יאזעף איך ווייס נישט ווער איר זענט, איך (ב''ה) פארשטיי נישט וואס איר רעדט זיצענדיג מיט מיינע ליכטיגע משפחה'לע בליעה''ר, איך ווייס נישט וואס אייך צו מחזק זיין. אבער איר זאלט וויסן אז איך מיט נאך צעהנדליגער אידן וויינען מיט מיט אייך
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35906
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך farshlufen »

הארציגע סטרונעס האט געשריבן: מיטוואך יוני 21, 2023 1:20 pm
עס גיסט זיך טרערן!!
טרערן וואס זאגן אסאך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
וועלטס מבין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:53 pm
לאקאציע:ניו יארק

Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!

תגובה דורך וועלטס מבין »

079joseph האט געשריבן: מיטוואך יוני 21, 2023 12:03 pm
גוט מארגן יעדן איינעם!
איך האב מיך איינגעהאלטן ביז יעצט פון ענטפערן אויף אלע קאמענטס דא אויף איי וועלט, און אין נאך אנדערע פלאטפארמעס, איך האב געלאזט דעם עולם רעדן, און געבן קאמעטארן רעכס און לינקס, איך האב געוואלט זעהן וואס דער עולם האלט איבער דעם נושא, איך מייין אז עס איז געקומען די צייט איך זאל אריינקומען מיט א קלארקייט איבער דעם ברענענדיגן נושא.

מיין נאמען איז מענדי יאזשעף, איך גלייב אז א חלק עולם קען מיר אדער שוין געהערט איבער מיר, ב"ה דער עולם קען מיר אפשר מער אלץ Vista Team, אונטערשטע שורה איז אז איך שטיי אונטער דעם לעצטיגן מאוומענט וועגן די נושא פון קינדער וואס זענען נעבעך אוועק געריסן פון זייערע עלטערן.

דער אמת לאמיתו ליידער איז אז איך בין א קרבן פון אזא פרשה, ליידער איך האב שוין נישט געזעהן מיינע דריי לעכטיגע נשמה'עלעך פאר קרוב צו 5 יאהר (!), עס איז אוממעגליך מסביר צו זיין אין אפאר קורצע שורות די ווייטאג, צער, יסורים פון א טאטע וואס איז דערוואטערט פון זיינע קינדערלעך, אוי להם לבנים שגלו מעל שולחן אביהם...

ווי געזאגט גיי איך שוין אפצייכענען 5 יאהר פון יענעם שרעקעדיגן נאכט, ווען איך בין אהיים געקומען נאכן ארבעט אינדערהיים, און עפעס אזא מינע שטילקייט האט באהערשט דאס גאנצע הויז, פון איין מינוט אויפן צווייטן בין איך געווארן פון א געזונטע לעבעדיגע טאטע פאר צוויי קליינע זיסע נשמה'לעך, צו א צובראכענע שבר כלי וועלכע וויינט נעבעך אויפן אייגענעם חורבן הבית.

איך וועל נישט אריינגיין דא אין קיין דיטעל"ס איבער פארוואס, ווי אזוי, ווען וכו' וכו' זאכן זענען צוגעגאנגען, אונטערשטע שורה איז אז 4 חדשים נאכן זיך צוטיילן האב איך געגעבן א גט אין בי"ד און געחתמע'ט א פעיפער ווי איך געב גענצליך אויף אויף מיינע קינדער, און אז איך וועל נישט בעהטן מער קיינמאל צו זעהן מיינע קינדער וכו' וכו'.

נאכן איבער געבן דעם גט, האב איך זיך צוריק געקערט קיין ארץ ישראל ווי מיינע עלטערן וואוינען, איך בין געווען א שבר כלי, צובראכן ווי א שויבן, דאס ליידיגקייט און צער האט געשריגן פון יעדעס ווינקל אין מיין הארץ, דאס ווייטאג איבער די נשמה'לעך וועלכע געפינען זיך ערגעץ וואו אין לאנדאן, האט מיר נישט געלאזט קיין מנוחה, עס איז געקומען א שמחת תורה, איך בין געגאנגען געהעריג אין שהול, איך האב געוואלט שפילן אז אלעס איז אין ארדענונג, איך האב געטאנצן מיט יעדן, עולה געווען לתורה, קידוש געמאכט מיט יעדן, בקיצור זיך געהאלטן שטארק ביז... יא יא עס איז געקומען צו 'כל הנערים' ווי יעדע טאטע שפאצירט זיך אריין מיט זיינע קינדערלעך אונטער די טלית און זאגט 'המלאך הגואל אותי מכל הנערים', איך בין דארט אויך געשטאנען און זיך געביסן די נעגל, איך האב מיך איינגעהאלטן מיט די שטערקסטע כוחות נישט אוס צו פלאצן אין א געוויין צום מלך מלכי המלכים, מיין נשמה האט געשריגן, 'מענדי ווי זענען דיינע קינדערלעך?'...

עס איז אריבער א פאר חדשים, צוביסלעך האב איך זיך אנגעפאנגען צוגעוואוינען צום נייעם לעבן שטייגער, איך האב פראבירט מיט מיינע שטערקסטע כוחות זיך צו האלטן ווי א גיבור, אייביג געווען מיט א שמייכל, איך האב פראבירט מיך אליינס איינצורעדן אז מען קען לעבן אזוי אויכעט, עס איז אריבער א חנוכה, פורים, אינצווישן איז געבוירן געווארן מיין 3 נשמה'לע, איך האב מיך אריבער געכאפט קיין לאנדאן אויפן ברית, און זיך ווייטער געהאלטן שטארק ווי א גיבור, איך האב מיך איינגערעדט די גאנצע צייט, אז יא, מען קען עס באווייזן, אפילו מען האט נישט קיין שייכות מיט די קינדער קען מען נאך ווייטער לעבן און אנגיין מיטן טאג טעגליכן לעבן.

ויהי היום, און דער מסבב כל הסיבות האט צו געפירט אז איך זאל צוריק מאפן קיין עיה"ב לאנדאן, עפעס איין פארוואלקענטע אינדערפרי דרייוו איך מיין קאר אין די גאסן פון סטעמפארד הילל, ווען פלוצלינג זעה איך פון די זייט ווי מיינע דריי זיסע נשמה'לעך שפאצירן אויפן גאס… מיין הארץ האט אנגעפאנגען ארבעטן שנעל, פון איין מינוט אויפן צווייטן האב איך זיך געגעבן א וועק אויף פון א טיפן שלאף, און אנגעקוקט מיינע קינדערלעך, איך האב געפיהלט א מעסער אין מיין הארץ, איך האב אנגעפאנגען פיהלן דאס אלץ וואס איך האב פארלוירן פאר די לאנגע תקופה וואס איך האב שוין נישט קיין שייכות מיט מיינע זיסע קינדערלעך…

איך וועל נישט אריינגיין דא ווייטער אין די קומענדיגע פרטים מפני צנעת הפרט, ווער עס ווייסט ווייסט וואס עס איז אלץ פארגעגאנגען, אונטערשטע שורה איז אז היינט צוטאג איז שוין קרוב צו 5 יאהר זייט דאס לעצטע מאל וואס איך האב געגעבן א שמייכל פאר מיינע טייערע קינדערלעך.

היינט צוטאג בין איך אין מאנסי, ב"ה איך האב געטראפן דא אין ניו יארק אסאך גוטע אידן וועלכע זיי ווילן טוהען גוט, און ווילן אויפטוהען אין דעם נושא, ליידער בין איך אנטדעקט געווארן מיט די צייט צו נאך אסאך ווייטאגליכע מעשיות פון עלטערן טאטעס און מאמעס וועלכע זענען נעבעך טראגיש געווארן אוועק געריסן פון זייערע קינדערלעך.

דעם לעצטן ער"ח סיון, אויפן וועג צום ארבעט, האב איך אזוי אריינגעטראכט אינעם 'ואזכה לראות בנים - תפלה', איך האב אזוי געקלערט צו מיר אליינס, אז יעדע טאטע בעהט 'ואזכה לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות', ביי מיר איז עס נעבעך 'ואזכה לראות בנים' - איך זאל פלעי"ן קענען זעהן מיינע קינדערלעך…

אנקומענדיג צום ארבעט האב איך מחליט געווען צו מאכן א פאוסטע"ר וועגן דעם, אומר ועושה, ביז געציילטע מינוטן האב איך ארויפגעלייגט דעם 'ואזכה לראות בנים פאוסטער' אויף מיין סטעטו"ס, איך האב אלייס נישט געגלייבט וואס דאס גייט אלץ ברענגען, די פידבעק איז געווען אין לשער ואין לתאר, מיין פאון האט אנגעפאנגען קלינגען יעדע מינוט, סתם יונגעלייט וואס איך קען זיי ניטאמאל האבן מיר געקאלט און זיך אויס גערעדט אז נעבעך זיי קענען נישט זעהן זייערע קינדערלעך, איך האב אליינס נישט געגלייבט וואס דא גייט אלץ פאר, דיער פאוסטער איז ארום געפארן אויף סאושע"ל מידיא, און עס איז געווארן א נושא.

זעענדיג אז דאס אייזן איז הייס, האב איך ארויס געשיקט נאך אפאר פאוסטער"ס, כולם כאחד ברענגען ארויס די ווייטאג פון עלטערן וועלכע זענען אפגעריסן פון זייערע קינדערלעך, יעדער פאוסטער פאר זיך האט געשריגן די צער פון די יונגע נשמה'לעך וועלכע לעכטצן נאך זייערע עלטערן, און די צער פון די עלטערן וועלכע האב זיך נעבעך דערלעבט אזא אידיש נחת…

ב"ה, שטייענדיג א חודש נאכן קאמפיין, מיין איך אז מען קען זאגן אז עס האט געהאט א געוואלדיגן אפקלאנג, די מטרה איז געווען אז דער עולם זאל זיך אויפוועקן און פארשטיין אז מען קען נישט אוועק כאפן קיין קינדער פון קיין עלטערן, פאר קיין שום פרייז, עס איז נישט דא קיין שום היתר אין דער וועלט צו טהון אזא מעשה רציחה, עס איז א רציחה פאר די טאטע אדער מאמע, און נאך א גרעסערע רציחה פאר די יונגע צווייגעלעך…

ליידער איך אין מיין קעי"ס שעה איך נישט קיין וועג בדרך הטבע צו זעהן מיינע קינדעלעך בקרוב, אבער איך געב נישט אויף, און דער עיקר איז אז איך מיך אונטער גענומען צו שרייען בשער בת רבים די ווייטאג פון די עלטערן וואס זענען נעבעך ווייט פון זייערע קינדער, ויה"ר שלא ישמע עוד שו"ד בגבולינו.

אוי עס טיט זייער וויי, איך קען מיר בכלל נישט פארשטעלן דיין ווייטאג.

יעצט קומט שוין אט אט תשעה באב ווי מיר קלאגן אויפן חורבן, דער אייבישטער קלאגט אויך נאך זיינע קינדער, זיי דיר משתתף מיטן גלות השכינה, רעד צים אייבירשטן אין פארצייל אים אז די שפירסט א מעין פונעם גלות השכינה, ווייל די וויינסט אויך אויף דיינע קינדער וואס זענען פארטריבן משלחן אביהם.

ווען חז"ל וואלטן געווען בזמנינו ווער ווייסט צי זיי וואלטן נישט מתקן געווען א יום תענית פאר קינדערלעך וואס זענען פארטריבן פין זייערע עלטערן, ווי מען וואלט געזעצן אין שוהל אויף קליינע בענקעלעך אין געקלאגט אויף די צער וואס זיי גייען אדארעך.

די אלע ציבראכענע קינדער האבן יעדער זייער אייגענע איכה!!

לאמיר זיך פארשטעלן א שאלה וואס וועט דאן קומען צום דיין;

דיין: יא,
קינד: סאיז מיר שווער צי פאסטן, אפילו איך בין אין גלות אין איך בענק מיר זייער נאך מיין טאטע, איז דא א פתח מתיר צי זיין?
דיין: דיין טאטע צאלט טשיילד סאפפארט?

ואוי להם לבנים שגלו מעל שולחן אביהם!


( דיסקלעמער, דאס איז נאר א קאמישע סצענע אפגעשפילט, על פי הלכה ולהבדיל על פי חוקי המדינה, האט נישט אפהאלטן קיין קינדער פון א טאטע קיין שום שייכות מיטן צאלן טשיילד סאפפארט)
ווייל א טאטע בלייבט א טאטע....
פארשפארט

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”