באשעפער נאר דאס נישט!
ביינאכט ביים לערנען, ווען איך שפיר מיין טעלעפאון דריזלען ווייס איך שוין אז ס'ווייבל דארף עפעס פון גראסערי,
אייביג האף איך אז זי גייט מיר נישט בעטן דו איין זאך פון וואס איך האב אזוי מורא, רוב מאל געלונגט מיר עס און זי בעט פשוט'ע זאכן, וואו ברויט מילך טשיז אד"ג, אבער נעכטן איז עס געשעהן,
זי האט געבעטן דאס פון וואס איך האב אייביג מורא......
און דאס איז 'בעקעלך'
בעקעלך איז א זאך וואס איך האב פיינט איינצוקויפן,
איך ווער אייביג צומישט, קיינמאל ווייס איך נישט וועלכע,
גיי ווייס פארוואס די העק דו בעקעלך האבן נישט קיין נאמבערס?
ס'זאל שטיין אויף יעדע בעקעלע למשל
B5 (B פאר בעקעלע)
B7
און ווען מ'דארף איינס זאל מען וויסן וואס מ'זוכט,
נאטאייך דו געשפרעך און איר וועט פארשטיין מיין רעגעניש,
איך: העלאו, יא איך בין דא און גראסערי, וואס האסטו געוואלט?
זי: אה, טענקס, אמממממ, מיינעיז,
איך: קעי, וואס נאך?
זי: איין סעקענד, איך האב א ביפ, שששששששששש,
העלאו, יא סארי, ס'איז געוועהן מיין מאמע, כ'האב געמיזט אויפהייבן,
איך: וואס נאך דארפסטו פון גראסערי?
זי: איי רגע, יא, אממ, קאפס
איך: אין?
זי: קעטשאפ,
(צוריק צו די מיינעז אייל, פארוואס האט זי דאס נישט געקענט זאגן פריער? גיי ווייס )
איך: אקעי איך האב די דריי זאכן, קאפס, מיינעז, קעטשאפ, ס'נאך?
זי: יא נאך איין זאך,
איך: נו, וואס? (מיין ליפן שעפשעט א געבעט נאר דאס נישט...)
זי: בעקעלך.....
איך: וואס? איך דיך עפעס נישט געהעריג, מיין בעטערי איז שוואך,
זי: בעקעלך, (די טאן איז געוועהן העכער)
איך: אקעי וועכע?
זי: איינס פאר די קלענסטע סייז
איך: אקעי איך גיי אהון זאג מיר וואסערע,
זי: קעי, שאאר,
איך: אקעי איך שטיי דא, וועלכע דארפסטו?
זי: דו ווייסט דעי מינע וואס איך מאך די קיגל?
איך: וועלכע קיגל?
זי: לאקשען,
איך: יא, יענע דארפסטו?
זי: ניין, צוויי סייזעס קלענער,
איך: איין מינוט, (באשעפער איך האב נישט קיין השגה וואס איך זוך....)
איין רגע, איך לייג די טעלעפאון אויף MUTE און איך גיב א פרעג רויטערהייט א אינגערמאן, זאג נאר, וועלכע בעקעלע מאכט דיין ווייב די לאשען קוגעל?
זי מאכט נישט קומט די ענטפער מיין שוויגער שיקט יעדע וואך,
זי: העלאאא העלאאא
זי: העלאא.... הערסט מיך...
UNMUTE
איך: יא יא,
זי: אה, כא'געמיינט אז ס'האט זיך אפגעהאקט וועגן דיין בעטערי איז ל....
איך: אקעי איך זעה דא קליינע בעקעלך אזוי וואו קאפקעיק בעקעלך איז דעס וואס דו דארפסט?
זי: ניין, יו נא וואט, געדענקסט וואס מיין מאמע האט געברענגט אפאר וואכען צוריק פאר מלאווע מאלקע? אזאנס און קליין,
(פון וואו זאל איך געדענקן וואסערע סייז ס'איז געוועהן? איין זאך געדענק איך אז ס'האט געפעלט זאלץ...) באשעפער וואו זעה איך מיך ארויס?
איך: (א פיצי ליגענט,) אממ, איך זעה נישט די בעקעלע וואס דו דארפסט,
זי: (אן די מינדעסטע פראבלעם,)
אקעי, די נעקסטע גראסערי ביי די קארנער האט עס זיכער,)
איך: (שאקס....) אממ, איימעניט, איך זעה דארט נאך בעקעלך, אפשר איז דעיס וואס די זוכסט, (וואס טוה איך דא???....)
עממ, יא איך האב עס, ס'איז מער אזא לענגלעכדיגע סטייל, יא?
זי: ניין,
איך: (כ'פלאצ שוין..) אה, איך זעה די זעלבע און רינדעכיג, אקעי איך האב עס,
זי: זייער גוט, טענקס עי מילליאן,
איך: אקעי, עמער זיך זעהן,
איך קום אן אהיים, וואס מיינט איר, איך האב געקויפט פון יעדע סייז איינס, און פטוראנייסעק,
נו, זאגט איר, איך נישט צייט צו האבן נעמען פאר די בעקעלך??